☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טורבאן vs בענדענע

טורבאן vs בענדענע

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4422

שאולדיספריםפאקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:47 pm

· #138272
טורבאן vs בענדענע
עס איז שוין א שטיק צייט וואס איך מוטשע מיך ארום מיט די נושא איך פרוביר עס אויסצופיגערן אפשר מיט די הילף פונעם ציבור וועל איך מיט עפעס ארויסקומען כאטשיק נישט אויף צו ווערן מער צומישט לעצטענס אפשר נישט ממש לעצטענס האט זיך אריינגעריקט ביי די היימישער עולם א נייע אזויגעריפענע מאדע (בלעז style) בענדענעס און דאס איז די אורזאך אויף מיין צומישעניש 1פון ווי קומט דאס ווער האט דאס אריינגעברענגט דא 2 פארוואס הייסט א בענדענע מער מאדערן אפשר ווייל עס איז לענגער ניין דאס וואלט געדארפט זיין א סיבה לפרומקייט. 3 פארוואס זעהט מען אז עס איז דא פרויען וואס מיט זייערע טורבאנס פלעגט מען זיי קיינמאל נישט טרעפן ווארטן ביי די באס פאר די קינדער אדער אראפ לויפן און גראסערי און מיטן בענדענע טרעפט מען זי יא 4 וואס ברענגט מער ארויס די שיינקייט פונעם פרוי .......... ביטע פרובירט אויסצושמיסן די זאך 

זר זהב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:50 pm

· #138273
די בענדענע איז ממש א ישועה, די פרויען וואס טראגן עס ווייסן נישט ווי אומ-אטראקטיוו זיי מאכן זיך פאר פרעמדע מענער. נאר אשאד אז זיי האבן דאס נישט אינזין, זיי וואלטן כאטש באקומען שכר אויף יענע וועלט.

קינות גירושין » זונטאג אוגוסט 4, 2013 3:42 pm

· #138293
לענ״ד איז דאס זייער שיין און אטרעקטיוו, א געשמאק צו זעהן אידישע ווייבלעך אזוי שיין אנגעטון

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 3:43 pm

· #138294
שוין, האסטו, שאולדיספרים***ער, יעדער האט זיין טעיסט.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 4, 2013 3:58 pm

· #138297
וואס טוט זיך מיט משנה לבוש מסורה?
סאיז אן ארונים זאלוינים אישא? וואס עפעס צימעס

I'm back » זונטאג אוגוסט 4, 2013 7:30 pm

· #138350
איך האב דיר געלייקט נאך איידער איך האב אנגעהויבן ליינען, פשוט פאר די איידיע...

נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:23 pm

· #138707
מסורה? קבלת אבות? אל תטוש? ווי אזוי איז רחל אמנו געגאנגען מיט א טורבאן אדער א באנאנע קאן איינער ווי געפונען ערגעצוואו אין רמב''ן עה''ת וואס איז דאס א צעיף א שלייער אפשר כהאב שטארק מורא אז זי האט רח''ל זיך נישט געשוירן

chosen people » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:35 pm

· #138712
מיך באדערט שוין א לאנגע צייט, וואס איז די חילוק פון א באנדערע פון א שפיצעל? ב''ה מיין ווייב גייט נישט מיט דעם. איך פרעג מיינע שוועסטערס, פארוואס מיט א שפיצל אדער אפגעבונדען וואלסטו קיינמאל נישט געגאנגן און דעס ביסטו פראוד צו גיין דערמיט, אבער נישט דא קיין ענטפער.

גלות יוד » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:06 pm

· #138728
א באנדענע איז פשוט אסאך באקוועמער מיין ווייב קענמער נישט אונטין א טורבאן

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:06 pm

· #138730
און דו קענסט מער נישט טון די מצוה... 😠

יידל » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:11 pm

· #138731
קאווע טרינקער
שוין, האסטו, שאולדיספרים***ער, יעדער האט זיין טעיסט.

Once seen, it can't be unseen

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:15 pm

· #138733
על טעם וריח. בשעת איך עקל מיך פון א בענדענע, האב איך משפחה מיטגלידער וואס זאגן אז עס איז זייער שיין, און איינער פון זיי גלייכט נישט קיין טורבאן.
אבער צו זאגן אויף א באנדאנא אז דאס איז אוועקגענייגט ממסורת אבות? ווי אלט איז בכלל א טורבאן אז דאס איז געווארן די מסורה?

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:18 pm

· #138736
Chosen people הייסט די זאגסט אז א טורבאן ענדעלט מער צו א שייטל ???

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:20 pm

· #138739
עס ענדלט די ווייניגסטע לענ"ד.
די עקלדיגקייט דערפטו איז אז עס קוקט אויס ווי די פרוי גייט מיט א הוילן קאפ, אנשטאט א שיינעם הויכן קרוין וואס א שייטל/שפיצל/טורבאן לייגט צו.

נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:38 pm

· #138748
סאיז א בפירוש'ע משנה נשים יוצאות רעולות פרופות וכו'

ברסלבער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:51 pm

· #138757
לכאורה איז די איינציגסטע שיינקייט דערפון אז עס איז "אין סטייל", אויסער דעם כאפ איך בכלל נישט די שיינקייט. און אזוי ווי זר זהב זאגט, האט עס מיר אסאך געהאלפן אין קאנטרי צו שמירת עינים.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:52 pm

· #138758
יידל
קאווע טרינקער
שוין, האסטו, שאולדיספרים***ער, יעדער האט זיין טעיסט.

Once seen, it can't be unseen

דו רעדסט פונעם באנאנע אדער פון שאולדיספרים***ער?

MickyMouse » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:17 pm

· #138769
אממ. לויט ווי איך האב פארשטאנען ביז היינט, קען זיין איך בין ראנג, די בענדענע איז געמאכט צי קענען בעסער האלטן די האר, פאר די וואס שערן זיך נישט. אגב איז עס באקוועמער פאר אנדערע אויך.
אדער פארקערט, עס איז באקוועמער, אגב האלט זיך בעסער די האר.

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:32 pm

· #138780
איך מיין טאקע אז ביסט ראנג ווייל דאס וואס איז געמאכט צו האלטן די האר הייסט א סנאד, א בענדענע איז גאנץ א באזונדערע זאך

MickyMouse » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 7:03 pm

· #138799
אסאך היימישע וואס דארפען זיך ווען שערן האבן נישט געפילט קאמפארטעבל גיין מיט א סנאאד אבער קענען גיין מיט א בענדענע.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:43 pm

· #138830
MickyMouse
אסאך היימישע וואס דארפען זיך ווען שערן האבן נישט געפילט קאמפארטעבל גיין מיט א סנאאד אבער קענען גיין מיט א בענדענע.

אוי וויי! ס'איז דאך אסור!

אליצפן » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:15 am

· #138884
לענ''ד העשירה איז א באנדאנע גאר א מיאוסע'ר זאך, און ווען עס קומט ווען ארויס בימי חז''ל וואלט מען עס זיכער געאסר'ט ווייל ס'איז מנוול דעם פרוי בעיני בעלה.
איינע פון מיינע שוועסטערס וואס איז גאנץ צום אנקוקן, האט לעצטנס אריבערגעטוישט פון א טורבאן צו א באנדאנע, און די תוצאות זענען פילפאכיג וד''ל. איך האף נאר אז איר מאן האט עס ליב ווייל טאמער נישט וועט זי לכאורה קיין קינדער מער נישט האבן היל''ת ה''י

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:16 am

· #138885
😂 😂

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:18 am

· #138886
ווער דארף בוירטה קאנטראל? מיר האבן בענענע'ס! האהוהא 😂 👍

George » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:44 am

· #138889
די שמועס פארט אוועק פון די רעלסען, קען איינער ביטע מסביר זיין וואס די באנענדע איז? א מענטש אדער א זאך? מ'עסט עס אדער מ'טוהט עס אהן?

אזויפיל האב איך יא געטוהן, נאכן ליינען די תגובות דא האב איך מקדם געווען די רפואה פאר די מכה און אנגעזאגט אין שטוב אז איך וועל בשום אופן נישט אריין לאזען די נייע פירצה וואס הייסט בענענעס... (דאס ביסל ליבשאפט נאך פארבליבן...)

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:47 am

· #138891
סאיז אזא טייט סחורה וואס באדעקט דעם קאפ. אנשטאט א טורבאן

הערשי » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 1:12 am

· #138902
א באנדאנא איז א טיכל, מוסבות שמות שלא תהא פונדקית ככהונת.

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:00 am

· #138908

אדער

היות זיי זענען נישט עכטע בילדער בין איך זיך מורא היתר לגבי די תקנות המקום

אליצפן » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:15 am

· #138909
נולד מאוחר

אדער

היות זיי זענען נישט עכטע בילדער בין איך זיך מורא היתר לגבי די תקנות המקום

גאנץ א באטעמ'טער ווייבל, כ'מיין דארפסט עס אראפנעמען ס'האט מיך געמאכט הרהור...
עניוועי סיריעסלי ספיעקינג אן עוורידזש ווייבל זעט אויס גאר אומבאחנ'ט מיט אזא מין אנשיקעניש אויפן קאפ. נישט אז א טורבאן איז צופיל שענער, אבער כאטש צו דעס איז מען שוין געוואוינט.
דיה לצרה שיש לנו כבר.

משה רבנו » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:51 am

· #138917
אוי.איר האט מיךר געמאכט דעם טאג.זר זהב.איך מוז דיר זאגן האסט אשארפן פיסקל.און וועלכן אשכול כבין נאר געגאנגען האסטו אויפגעבליצט מיט דיינע ווערטלעך.כהאב געהאט עפעס אפראבלעם צי ריאגירן ביז יעצט.כהאף אז יעצט וועט זיך לאזן גליטשן.אבענדענע.פשט אהוילן קאפ!נישט נאך עפעס.אבער.איינמינוט.וואס איז מיט אונזער קאלפיק.ספאדיק.פרעגן אונז דען איינעם צי סשמעקט איר אדער נישט?ביי אינז זענען דע מאדעס סאך מער.ליידער טושט זיך עס סאך שנעלער ווי ביי זיי....

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:57 am

· #138918
נעה, שקר הטורבאן והבל הבענדענע אשה חן ויופי היא תתהלל.
אזא פרוי וואס מ'האט דא ארויפגעשטעלט וועט נישט אויסזעהן בעסער אפילו מיט א שייטל.

משה רבנו » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:25 am

· #138919
סאיז נאר אדאל אויף די עכטע קמען טאקע נישט קוקן

דעת תורה » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:59 am

· #138920
דאס איז דאך דער קאפ צודעק וואס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל, ניין?

משה רבנו » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 9:09 am

· #138921
איך קען נישט ארץישראלדיגע פרויען

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 1:37 pm

· #138977
ווען דער אשכול וואלט זיך ווען געפונען אין 'מאחורי' וואלט איך געשריבען בנוגע נידון דידן.

בדחן » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 1:46 am

· #139224
דולה ומשקה
ווען דער אשכול וואלט זיך ווען געפונען אין 'מאחורי' וואלט איך געשריבען בנוגע נידון דידן.


איך דריי מיר נישט מאחורי דערפאר ווייס איך נישט.
זאג, און מאוחרי מעג מען רעדן זאכען וואס מען טאר נישט רעדן אין די עפענטליכקייט? וואס איז שייך צו רעדן אין די נושא מער אפן ווי דא?

משה רבנו » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:23 am

· #139236
ווי אזוי קען איך זוכה זיין אנצוקומען אין מאחורי?

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:32 am

· #139245
משה רבנו
ווי אזוי קען איך זוכה זיין אנצוקומען אין מאחורי?

וועסט נאך אנקומען, א בפירושע פסוק, גאט זאגט פאר משה רבינו "וראית.. מאחורי..."

משה רבנו » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 8:36 am

· #139247
גאט זאגט מיר אבער אויך "ואל יבא בכל עת..??"

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 8:41 am

· #139248
ווארט ער זאל דיר זאגן "אל תגשו אל אשה..."

משה רבנו » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:09 am

· #139254
צו מיינט איר טאקע אז פאר משה רבנו דארף מען געבן עצות ווי אזוי אנצוקומען צו מאחורי???

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:32 am

· #139263
ווען דו וועסט שרייבן תקט"ו תגובות כמנין ואתחנן, שטעל דיך נישט אפ דארט, נאר שרייב נאך איין תגובה. דעמאלס וועסטו קענען אריינגיין.

גנדי » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 12:37 pm

· #139320
איך האב א טעאריא אז די שפיצען פון די שטריימלען זענען געווארען העכער לויט די הויעכקייט פון די קנאפ פון די טורבאנס.

לאמיר האפן אז יעצט ווען מען הייבט אן גיין מיט פלאטשיגע באנדענעס אויפן הוילען קאפ, וועלן די שטריימלעך ווערן צוריק פלאך...

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 1:52 pm

· #139363
ש'טריימל ב'מקום ת'ורבאן = ר"ת שבת
ויש גורסים
ש'טריימל ת'חת ב'ענדענע = ר"ת שבת

יעדע זאך וואס אידישע פרויען טוהן האט א טיפע הימל כוונה.

משה רבנו » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:12 pm

· #139364
די ראיה אז סרעדט זיך וועגן הימלישע זאכן איז אז משה רבנו אליין איז אראפגעקומען דן זיין וועגן דעם