תורת דזשאו הגדול
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4412
קאווע טרינקערטאמבל סאסווד"פ
צריך לומר ודפ"ח
ודברי פי חכם
און אויב וויל מען זאגן ודברי פהֶ?
ד״ת לפרשת כי תצא
דזשאו הגדול
כי תצא למלחמה על איביך ונתנו ד׳ אלוקיך בידך ושבית שביו.
וראית בשביה אשת יפת תאר וחשקת בה ולקחת לך לאשה.
עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי מנצח צו זיין אין א מלחמה
1) מ׳נעמט די גאנצע מיליטער און מ׳שטעלט זיי אויפן פראנט און מ׳שלאגט זיך ביז מ׳געווינט
2) מ׳לאזט די שונא מיינען אז ער געווינט דורך לייגען ווייניג זעלנער אויפן פראנט און ווען די שונא איז זיי מנצח קומט ער אריין טיפער מיט א זעלבסט זיכעקייט דעמאלס ווארט אים א סורפרייז אטאקע וואס טוט אים באזיגן (ambush בלע״ז)
די ערשטע פלאן נעמט כוח די צווייטע נעמט מוח און ביידע ארבייטען, פאר איינער איז בעסער כוח און פאר איינער מוח.
דאס קומט די פסוק אינז זאגען, כי תצא למלחמה ווי אינז ווייסן במלחמת היצר הכתוב מדבר. די ערשטע אופן איז ונתנו ד׳ אלוקיך בידך אז די שלאגסט דיך שטארק מיט גאט אין דיין האנט דעמאלס ושבית שביו. אדער קען מען אויסנערן די שטן וחשקת בה ולקחת לך אבער ווען מ׳קומט למעשה ווען עס איז והבאת אל תוך ביתך דעמאלס ווען די שטן ערווארט עס די ווייניגסטע פלוצלינג לאזט מען זיך ארויס אויפ א מערכה קעגן די שטן וגילחה את ראשה.
(וזה יסוד המחלוקת בין קאצק לאיזביצא)
סוד?
האסט געמיינט אפשר "יסוד"?
קאווע טרינקערסוד?
האסט געמיינט אפשר "יסוד"?
שכוח קאווע טרינקער, שוין פאראכטען.
אין דבר השלם בעולם.
טעות לעולם חוזר.
א גוטן שבת
דזשאו אפשר ביסטו דאס מסביר הלכה למעשה מיט א משל , א נסיון פונעם היינטיגען טאג טעגליכען לעבן .
און שמועס אויס ביידע וועגן. וויאזוי זיך צופירן ויבא בעל חוב לגבות את חובתו בעולמו .
וואס איז געוועהן די מחלוקה פון קאצק מיט די אזביצא?
אפשר דארף עס א עקסטערע אשכול?
moti107דזשאו אפשר ביסטו דאס מסביר הלכה למעשה מיט א משל , א נסיון פונעם היינטיגען טאג טעגליכען לעבן .
און שמועס אויס ביידע וועגן .
למשל די מחלוקת צווישען די חרדים מיט מזרחי.
אויב איז עס בעסער צו האבן א חבר'טע (נישט זיין שומר נגיעה אבער נישט זינדיגען)
אדער זאל מען בכלל נישט האבן קיין חבר'טע און די בחורים גייען אדער צו בתי בושת אדער צו אנדערע בחורים
ד״ת לפרשת כי תבוא
דזשאו הגדול
ארמי אובד אבי וירד מצרימה ויגר שם
אין די ענין פון ביכורים איז שווער צוויי זאכן
1) פארוואס פעלט אויס א שיעור אין היסטוריה ווען מ׳ברענגט ביכורים.
2) פארוואס הייבט מען אהן מיט א פסוק וואס איז זייער נישט קלאר ״ארמי אובד אבי וירד מצרימה ויגר שם״ ווער איז ארמי? און וואס האט ער געטוען?
נאר ביכורים איז א שכוח אויף א״י וואס די באשעפער האט אינז געגעבן.
ס׳פארהאן צוויי סארטן גלות,
1) גלות מרצון, דהיינו מ׳איז צופרידן ווי מ׳איז, מ׳האלט אז סיי ברוחניות און סיי בגשמיות איז מען פיין און אויסגעהאלטן. מ׳פארשטייט נישט אז די סיבה ס׳איז באקוועם איז ווייל מ׳איז שוין אזוי פארגרעבט אין חו״ל אז מ׳פארשטייט נישט וואס פעהלט אינז. אזוי ווי די מרגלים ווען זיי האבן נישט געוואלט מ׳זאל אריין גיין אין א״י ווייל זיי האבן מורא געהאט אז אויב מ׳וועט זיין פארנומען מיט די ארבייט אין א״י, תורה מה תהא עליה. וואס זיי האבן נישט פארשטאנען איז, אז ישוב א״י איז א חלק פון אידישקייט (נאך אזויפיל ווי לערנען תורה)
אט די גלות איז א בחינה פון ״וירד מצרימה ויגר שם״
2) גלות של עבדות, דאס איז א שווערע גלות ווי מ׳ווארט א גאנצע צייט צו ווערן אויסגעלייזט פון א שלעכטע מלך וואס וויל אינז אינטערברענגען.
און די גלות איז א בחינה פון ״ארמי אובד אבי״
וועגן דעם ווען מ׳ברענגט די פירות וואס מ׳האט געארבייט אויפ דעם אין א״י, דערמאנט מען ביידע גלות׳ן. סיי עס איז בעסער צו ארבייטן אין א״י ווי לערנען און חו״ל, וירד מצרימה ויגר שם, און אוודאי געוויס איז עס בעסער ווי א גלות פון ארמי אובד אבי.
אויסמעקן
ד״ת לפרשת כי תבוא
דזשאו הגדול
והקמת לך אבנים גדולות ושדת אותם בשיד
גלייך פאר די אידן גייען אריין אין א״י נאך 210 יאר אין מצרים, מתן תורה און 40 יאר אין מדבר, מ׳האלט שוין אט אט ביי די הויעכפונקט פון די גאנצע סיפור, וואלט מען געמיינט אז די אידן וועלן זיך מתעסק זיין מיט אריין טראכטן ווי גרויס די טאג איז אדער זיך אנגרייטן פאר א מלחמה, אבער ניין די אויבערשטער קומט און זאגט גייטס שלעפטס גרויסע שטיינער און שרייבטס אויף אלע שפראכן די גאנצע תורה.
וואס איז פשט?
פארוואס איז דאס געווען אזוי וויכטוג?
נאר ווען א פאלק טוט גרינדען א מדינה דארף זיין א סיסטעם אויף וואס דאס שטייט, מיט א סיבה פארוואס טוט מען גרינדען א נייע מדינה און פארוואס פונקט דא, אט דאס האט הקב״ה געוואלט פעסטשטעלן גלייך, און אינז געהייסן דאס שרייבן אויף אלע שפראכן. למען ידעו כל העמים אז די סיסטעם וואס אינזער מדינה שטייט איז אויפן דרך התורה און די סיבה פארוואס פונקט דא איז ווייל דא האט אינזער פאטער, ענקער באלעבאס מחליט געווען אינז זאלן עס אויפשטעלן.
כ'ציטער צו פארדרייען דעם אשכול.
להערה בעלמא, רב קוק איז נישט געווען רבן של כל בני הגולה.
קאווע טרינקערכ'ציטער צו פארדרייען דעם אשכול.
להערה בעלמא, רב קוק איז נישט געווען רבן של כל בני הגולה.
אוועק גענומען מפני דרכי שלום. רשכבה״ג איז געווארן היינט א טיטול פאר א גרויסע מנהיג, די לעצטע עכטע רשכבה״ג איז געווען רבינו גרשון מאור הגולה
וואס מיינט רשכבהג און פארוואס איז די לעצטע געוועהן רבינו גרשום?
ווער קען ווערען א רשכבהג?
ידעןוואס איז געוועהן די מחלוקה פון קאצק מיט די אזביצא?
אפשר דארף עס א עקסטערע אשכול?
כ'מערק אז דאס טשאלענדשען דעם דשאו הגדול איז א שטיקעל האבי...
ד״ת לפרשת נצבים
אתם נצבים היום כלכם לפני ד׳ אלוקיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם ושטריכם כל איש ישראל. טפכם נשיכם ...
עס ווערט שווער ווען מ׳לערנט די פסוקים, כידוע איז נישט דא קיין איבעריג ווארט אין די תורה, אויב אזוי פארוואס שטייט נישט אתם נצבים היום... כל בית ישראל? פארוואס רעכנט מען אויס יעדער באזונדער?
נאר פאר מ׳גייט אריין אין מלחמה וויל די תורה אינז לאזן וויסן די דרך פון אידישקייט. רוב רעליגיעס גלייבן אין א ׳קאלעקטיוו׳ דאס הייסט אז איך בין נאר א חלק פון א גרעסערע זאך, פארדעם קען א אראבער זיך אויפבלאזן פאר א צוועק, ווייל ער איז נאר א חלק פון א גרויסע סיסטעם. אבער ביי אינז אידן איז יעדער מענטש א עולם ומלואו, ווי די גמ׳ זאגט אין סנהדרין ״לפיכך נברא אדם יחידי ללמדך שכל המאבד נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו איבד עולם מלא וכל המקים נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו קיים עולם מלא״ ממילא פאר מ׳גייט אין מלחמה, אין ווען מ׳ענדיגט די תורה שבכתב וויל די אויבערשטער אינז דערמאנען אז יעדער איז א באזונדערע וועלט וועגן דעם רופט די תורה אויס יעדער פרעזענליך.
דערפאר ליינט מען דאס פאר ראש השנה, כלומר, כאטש דער עולם פארט צום רבי'ן (ראשיכם), זאל מען אבער וויסען נישט צו ווערן בטל, נאר זיך האלטן פאר א יחיד!
קאווע טרינקערדערפאר ליינט מען דאס פאר ראש השנה, כלומר, כאטש דער עולם פארט צום רבי'ן (ראשיכם), זאל מען אבער וויסען נישט צו ווערן בטל, נאר זיך האלטן פאר א יחיד!
תורת
@קאווע טרינקער הקטן.
ד״ת לפרשת נצבים
אנכי כרת את הברית הזאת... את אשר ישנו פה עמנו עומד היום ... ואת אשר איננו פה עמנו היום
איז שווער פארוואס פעלט אויס נאך א ברית, נאך די צוויי ברית׳ן פון סיני און חורב?
נאר ווען די יודן זענען ארויס פון מצרים זענען זיי געווען שקוע במ״ט שערי טומאה. און א ברית מיט זיי איז אזוי ווי א דיעל מיט א דראג אדיקט, ער קען צוזאגן וויפיל דו ווילסט, אבער ער וועט זיכער דורך פאלן. ווי מ׳זעהט טאקע די יודן נאכן ברית זענען דורך געפאלן מיטן עגל, און געזאגט אלה אלוהיך ישראל. אבער נאכן דורך גיין די 40 יאר אין מדבר (אזוי ווי א טריטמענט) קען מען מאכן א ברית מיטן באשעפער. דאס איז טאקע פשט אין די חילוק צווישען די ברית דא פון די אנדערע צוויי ברית׳ן, דא האט גאט ב״ה אויך אריינגערעכנט די דורות פון להבא, אשר ישנו פה עמנו עומד היום... ואת אשר איננו פה עמנו היום. ווייל ווען מ׳איז שקוע אין מ״ט שערי טומאה קען מען זיך נישט אינטערנעמען זאכן, אין זיכער נישט אויף דורות וואס זענען נאך נישט דא. אבער יעצט איז די ברית א שטארקע ברית, און די אויבערשטער קען מצרף זיין אשר איננו פה אויך.
big joeד״ת לפרשת נצבים
אתם נצבים היום כלכם לפני ד׳ אלוקיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם ושטריכם כל איש ישראל. טפכם נשיכם ...
עס ווערט שווער ווען מ׳לערנט די פסוקים, כידוע איז נישט דא קיין איבעריג ווארט אין די תורה, אויב אזוי פארוואס שטייט נישט אתם נצבים היום... כל בית ישראל? פארוואס רעכנט מען אויס יעדער באזונדער?
נאר פאר מ׳גייט אריין אין מלחמה וויל די תורה אינז לאזן וויסן די דרך פון אידישקייט. רוב רעליגיעס גלייבן אין א ׳קאלעקטיוו׳ דאס הייסט אז איך בין נאר א חלק פון א גרעסערע זאך, פארדעם קען א אראבער זיך אויפבלאזן פאר א צוועק, ווייל ער איז נאר א חלק פון א גרויסע סיסטעם. אבער ביי אינז אידן איז יעדער מענטש א עולם ומלואו, ווי די גמ׳ זאגט אין סנהדרין ״לפיכך נברא אדם יחידי ללמדך שכל המאבד נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו איבד עולם מלא וכל המקים נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו קיים עולם מלא״ ממילא פאר מ׳גייט אין מלחמה, אין ווען מ׳ענדיגט די תורה שבכתב וויל די אויבערשטער אינז דערמאנען אז יעדער איז א באזונדערע וועלט וועגן דעם רופט די תורה אויס יעדער פרעזענליך.
דאס איז פשט פארוואס נצבים גייט אסאך צוזאמן מיט וילך, לכוראה איז עס א סתירה. נצבים מיינט אז מ׳בלייבט שטיין און וילך מיינט אז מ׳גייט. נאר אז מ׳דינט גאט פון א קאלעקטיוו, פון א ׳אתם׳ דעמאלטס איז ׳נצבים׳, אבער אז מ׳דינט גאט אלץ א אינדעווידעאל אלץ א ׳משה׳ דעמאלטס איז ׳וילך משה׳.
וועסטו וועלן מיינען אז אויב אזוי מוז יעדער מענטש לעבן פאר זיך, אן חבירים, אפגעזונדעט, נישט האבן קיין משא ומתן מיט קיינעם און זיך נישט רעכענען מיט א צווייטן? פארדעם קומט גלייך נאכדעם האזינו, מל' איזון, balance, די שביל הזהב, די דרך ישרה שהיא תפארת לעושיה ומן העולם, די מיטעלע באלאמסירטע וועג, און נישט עקסטרעם אויף קיין שום זייט, אפילו נישט עקסטרעם אינמיטן, נאר וואקעלדיג ווי די על ראשי שכינת קל. און דאס איז די אולטימאטע וזאת הברכה!
און לאמיר שוין מנעץ זיין מיט בראשית, בשביל ישראל שנקראו ראשית, און יעדער איד איז א עולם מלא ובשבילי נברא העולם...
אוי אזא עונג שבת, צו לייענען אזעלכע שיינע דבר תורה.
קומט טאקע נח, און לאזט אינז וויסן אז דאס איז אלעס שיינע תורות, אבער למעשה גיי בוי דיר א תיבה און נעם נאר אריין דיין משפחה. יעדער אנדערש זאל בויען זייער אייגן תיבה...
ע׳ פנים לתורה...
אין די ליטא איז פאראן א משל אויפן ענין פון די ימי הרחמים והרצון, ס׳געווען אמאל א איד וואס האט געדארפט שווערצן בריליאנטן דורך די גרעניץ. האט ער באשטעלט חצקל די בעל עגלה, וואס איז געווען באוויסט אלץ די בעסטע אין די ביזנעס. די נאכט פארן נסיעה האט שוין אונזער איד׳ל נישט געקענט שלאפן, ער האט זיך געדרייט פון זייט צו זייט, רייכערענדיג ציגארעטליך און בייסענדיג דאס נעגל, מורא האבנדיג פונעם גורל׳דיגע מינוט ווען מ׳וועט דורך פארן דאס גרעניץ. מאידך גיסא חצקל איז געשלאפן און געשנארכעצט א מחיה, דאס איז דאך געווען ביי אים א טעגליכע ערשיינוג.
די נעקסטע צופרי איז חצקל ארויסגעפארן פון זיין הויז, אנקומענדיג צום אידל׳ס הויז האט זיין הארץ אויך אנגעהויבן קלאפן אביסל שטערקער ווי גווענטליך. אמת, ער האט דאס שוין געטוען כמה וכמה פעמים, אבער פארט אויב וועלן די גרעניץ וועכטער כאפן וואס גייט דא פאר, איז דאך ביטער ווי א זית. די איינציגסטע וואס איז געווען רואיג אינגאנצן איז געווען דאס פערד, דאס גאנצע וואס ער ווייסט איז דאס שמייס ער כאפט יעדע מאהל ער שטעלט זיך אפ. אבער אנקומענדיג צום גרעניץ ווי די וועכטער שטעלט אפ דאס פערד, דעמאלס הייבט שוין די פערד אויך אהן ציטערן.
די נמשל איז, אז א חכם הייבט אהן תשובה צו טוען שוין אין תמוז, ווייל זמני תשובה ממשמשין ובאין. א פראסטע איד טוט תשובה אין אלול. און א פערד ווארט אויף ראש השנה.
ואני הקטן, דזשאו הגדול אומר, דאס איז אלץ פיין און וואויל פאר די ליטא. אבער ביי אינז ווייסט מען אז למעשה At the end of the day ווען די טויער עפענט זיך גייט די פערד פונקט אזוי דורך גיין ווי די באלעבאס, מיט די זעלבע שנעלקייט...
@big joe מיר ווארטען אויף תורות פאר פסח.
הוגה'ס איז דיר נישט געניג?
כל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח (הגדה של פסח)
big joeד״ת לפרשת נצבים
אתם נצבים היום כלכם לפני ד׳ אלוקיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם ושטריכם כל איש ישראל. טפכם נשיכם ...
עס ווערט שווער ווען מ׳לערנט די פסוקים, כידוע איז נישט דא קיין איבעריג ווארט אין די תורה, אויב אזוי פארוואס שטייט נישט אתם נצבים היום... כל בית ישראל? פארוואס רעכנט מען אויס יעדער באזונדער?
נאר פאר מ׳גייט אריין אין מלחמה וויל די תורה אינז לאזן וויסן די דרך פון אידישקייט. רוב רעליגיעס גלייבן אין א ׳קאלעקטיוו׳ דאס הייסט אז איך בין נאר א חלק פון א גרעסערע זאך, פארדעם קען א אראבער זיך אויפבלאזן פאר א צוועק, ווייל ער איז נאר א חלק פון א גרויסע סיסטעם. אבער ביי אינז אידן איז יעדער מענטש א עולם ומלואו, ווי די גמ׳ זאגט אין סנהדרין ״לפיכך נברא אדם יחידי ללמדך שכל המאבד נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו איבד עולם מלא וכל המקים נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו קיים עולם מלא״ ממילא פאר מ׳גייט אין מלחמה, אין ווען מ׳ענדיגט די תורה שבכתב וויל די אויבערשטער אינז דערמאנען אז יעדער איז א באזונדערע וועלט וועגן דעם רופט די תורה אויס יעדער פרעזענליך.
The idea so frequently stressed in Holy Scripture for the purpose of elevating the lowly and humbling the mighty, the idea that God does not respect the status of persons, this idea the apostle wants to bring to life in the single individual for application in his life. [...] In the hallowed places, in every upbuilding view of life, the thought arises in a person’s soul that help him to fight the good fight with flesh and blood, with principalities and powers, and in the fight to free himself for equality before God, whether this battle is more a war of aggression against the differences that want to encumber him with worldly favoritism or a defensive war against the differences that want to make him anxious in worldly perdition. Only in this way is equality the divine law, only in this way is the struggle the truth, only in this way does the victory have validity- only when the single individual fights for himself with himself within himself and does not unseasonably presume to help the whole world to obtain external equality, which is of very little benefit, all the less so because it never existed, if for no other reason than that everyone would come to thank him and become unequal before him, only in this way is .equality the divine law
Are you now living in such a way that you are aware as a single individual, that in every relationship in which you relate yourself outwardly you are aware that you are also relating yourself to yourself as a single individual, that even in the relationship we human beings so beautifully call the most intimate (marriage) you recollect that you have an even more intimate relationship, the relationship in which you as a single individual relate yourself to yourself before God?
דאס זענען די ווערטער פון Søren Kierkegaard , גענומען פון <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Leap_of_faith#Kierkegaard.2C_Goethe.2C_Marx.2C_and_Tolstoy">https://en.wikipedia.org/wiki/Leap_of_f ... nd_Tolstoy</a>