טיטאניקדער שווארצער יונגערמאן מיטען שטריימעל הייסט שווארץ, כ'האב עם איינמאל געהערט דאווענען שחרית שבת, ער האט אראפ געלייגט א הערליכען געדאווענעכץ
דאכט זעך אז ער זינגט מיט איינע פון די קאפעליעס ווייס נישט וועלכע
איינער האט מער דיטעלס איבער עם?
טיטאניקישמעאל הכהןער איז פון מאנסי, כ'מיין אז זיין טאטע איז דער גבאי ביי ניקלשבורג/לעבאוויטש. ער זינגט אמאל ביי מזמרים
איך האב זייער ליב געהאט זיין שטימע, פארוואס הערט מען עם נישט מער??
אוי האט ער שיין געזאגט! הויעך שטארק קלאר און זייער הארציג
א פלא אז מען הערט נישט פון עם מער
יין שרףער פלעגט נישט זינגען אפעציעל מיט קיין שום כאר.
צומאל מיט די כאר אין צומאל מיט א צווייטע.
פאר א שטיק צייט איז ער געווען א אינדעפענדעט זינגער ביי ביליגערע חתונות וכדו'.
א הערליכע היימישע הארציגע בעל תפילה. דאווענט אין ניקלשבורג-מאנסי אסאך.
זיין טאטע איז נחום שווארץ - מלאך הברית, מלפנים משב"ק ניקלשבורג.
דאכט זיך אז זייט זיין עקסידענט און כמו סטראוק זינגט ער שוין נישט.
א האלב יאר צוריק, ביי א שבת אין האטעל דורך דרשו, האב איך אים געהערט. ער איז געווען בעל תפילה שחרית (מיט שירה) פון שוכן עד ביז בערך קל אדון..., אייזיק האניג איז פארשלאפן, האט ער געדאווענט ביז אייזיק איז אנגעקומען.


