☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייעס און בילדער פון זינגערס און מוזיקאנטן

נייעס און בילדער פון זינגערס און מוזיקאנטן

649 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4410
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:11 pm

· #171566
דער מיט די לאנגע פיאות הייסט הורוויץ? רבישע אפשטאם? נישט געוואוסט.

ווער איז גאלד, דער מיט די שווארץ ווייסע בארד?

גלות יוד » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:11 pm

· #171599
שמעקעדיג
נאך א מזל דו זאגסט מיר דאס, ווייל כ'האב מיך באמת גע'ישוב'ט.
גראדע מיין איך אז ער קען יא, באט על טעם וריח וכו',

און אויף צואה וועסטו מיר אויך זאגן על טעם וריח? אוודאי נישט. די זעלבע דא, נישט קיין צואה; אבער קיין זינגער אויך נישט.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:16 pm

· #171602
ריבוינע שעלוילעם!!

כתר מלכות » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:03 am

· #171656
קאווע טרינקער
דער מיט די לאנגע פיאות הייסט הורוויץ? רבישע אפשטאם? נישט געוואוסט.

ווער איז גאלד, דער מיט די שווארץ ווייסע בארד?

הורוויץ איז א זוהן פון הרב אלישע הורוויץ פון קרית יואל, א רבנישע (נישט רבישע) משפחה, רחובע אייניקלך. אגב, יואלי הורוויץ האט א ברידער שלמה זלמן א הערליכע בעל מנגן ובעל תפילה.

כתר מלכות » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:05 am

· #171657
גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:30 am

· #171661
כתר מלכות
גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

האט שוין איינער געזאגט דא, על טעם וריח אין להתוכח ובכל זאת מתוכחים, ער איז פון די בעסטע היינט, יא, שמעקעדיגע בשמים!

סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:03 pm

· #171729
נייע סידי
א נייע סידי פון 8th day.
image.jpg

סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:12 pm

· #171734
איינער געדענקט אים נאך?!..
מיט די מעשה וואס מען פארציילט איבער זיין שפילען?
image.jpg

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:31 pm

· #171739
וועלכע מעשה? און פארוואס שפילט ער אין א טוי סטאר?

גלות יוד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:48 pm

· #171757
טעפל
כתר מלכות
גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

האט שוין איינער געזאגט דא, על טעם וריח אין להתוכח ובכל זאת מתוכחים, ער איז פון די בעסטע היינט, יא, שמעקעדיגע בשמים!

ער איז קיין זינגער ניט סוף פסוק. ער האט נאך קיין איין ניגון נישט ארויסגעזינגען ריכטיג. ער מאכט זיך נאריש, פרובירט צו זינגען הויך אלע מינע קינצען, אבער געזינגען א ניגון ריכטיג דאס נישט, ווייסט פארוואס? ווייל ער קען נישט ער האט נישט באקומען די מתנה און פערטיג.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:32 pm

· #171850
איך אויך
וועלכע מעשה? און פארוואס שפילט ער אין א טוי סטאר?

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:37 pm

· #172737
שירה קאנדאקטער
כתר מלכות
בד"וו וואס פשט אז יואלי הורוויץ קאנדאקט די קווייער און שרגא פייווול זינגט כאחד מן השורה?

איך וואלט געזאגט אז די געוואלדיגע הצלחה וואס שטעקט אין די שירה קווייער איז דייקא דאס.
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז א מענטש וויל האבן הצלחה דארף ער זיך ארויסהאבן און נישט זיך פאפען, און שרגא פייוויל האט טאקע געעפנט דעם קווייער, אבער ער האט איינגעזעהן אז יואלי הורוויץ האט א געוואלדיגע טאלאנט אין אנפיהרען א קווייער האט ער איהם עס איבערגעגעבן, און אזוי האט ער א געוואלדיגע סוקסעס!

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:41 pm

· #176005
נעכטען ביי די העסק קאנצערט 27,
האט מען פאר די קינדער קוויער גענוצט די נייע ״שיר ושבח״ קינדער קווייער,
דאס זענען חסידישע קינדער מיט אראפגעלאזטע פיאות,
אנגעפירט דורך חיים מאיר פליגמאן.

ביים זינגען,
image.jpg
image.jpg
נאכען קאנצערט מיט דוד פדידה פון ארץ ישראל,
image.jpg
מיט ברוך לעווין,
image.jpg

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:57 pm

· #176017
שיין! עפעס מער אינפא אויף די ״שיר ושבח״ קינדער קווייער?

טעפל » דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:56 am

· #176236

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:04 pm

· #176265
ברון לעווין מיט די קינדער קאוועיר לייו ביים קאנצערט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:20 pm

· #176268
א קנאק פון א קאנצערט wow.
look up hasc 27 concert

סאשי פיש » דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:45 pm

· #176325
נאך בילדער פון די ״שיר ושבח״ קינדער קווייער.
image.jpg image.jpg

hotel » דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:53 pm

· #176455
ווייסט איינער ווער סאיז געווען דער ערשטער היימישער וואן מען בענד ?ערגעץ אויף א ינטערוויא אויף ק.מ האט איינער האלפערין געזאגט אז ער .אנדערש ווי איך האב געוואוסט אז פערל ? איז געווען און ב.ד.וו וואס טוט זעך מיט די ערשטע דור צו שפילט נאך איינער פון זיי?פערל.האלפערין.לעוו.גאלדבערגער ?

ישמעאל הכהן » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:01 pm

· #176456
פערל איז געווען דער ערשטער מיין איך, האלפערין איז אויך שוין פון גאנץ אנהייב. האלפערין און לעוו שפילן נאך אויב מ'רופט זיי

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:47 pm

· #176479
רבי שבתי פרנס איז אויכעט פון די עשרה ראשונים דוכט זיך. ניין?

טעפל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:36 am

· #176533
יא, דאכציך ער איז געוועהן אין יענע צייטן די שטארקסטע.

מ גפני » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:13 am

· #176558
וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:16 am

· #176559
שמעקעדיג
רבי שבתי פרנס איז אויכעט פון די עשרה ראשונים דוכט זיך. ניין?

ער איז געווען פון די גאנץ ערשטע אויב נישט דער סאמע ערשטער

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:16 am

· #176560
מ גפני
וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

ניין

סאשי פיש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:41 am

· #176569
מ גפני
וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

כמעט נישט, ער האט אפגעקויפט שטיינבערג׳ס בעקריי.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:20 pm

· #177694
זעהט אויס ווי פרישע חברה אין ישראל. זייער שיין. @סאשי פיש?

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:33 pm

· #177698
סארי, איך זעה די אשכול איז נאר פאר בילדער... רבותי ווי באלאנגט עס?

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:24 pm

· #177707
א נייע זשאב פאר שירה...
image.jpg

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:25 pm

· #177708
זמירות קווייער
image.jpg

טעפל » מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:34 pm

· #177721
הו הו זיי האבען זיך ערענסט מאדענעזירט 😉

איך אויך » מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:08 pm

· #177728
און זעהן טאקע אויס ווי א יון אין די סוכה אדער ווי ספינקא רבי ביי א רעפארם חתונה.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:34 pm

· #177994
איך גלייך נישט אזוי שטארק זייער קווייער ווי איך גלייך די בעקגראונד 😛

טיטאניק » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:37 pm

· #177998
סאשי פיש
זמירות קווייער

זיי זעען דאך אויס שרעקליך
לא עלינו
זיי קענען זינגען אויך?

סאשי פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:27 pm

· #178024
לאמיך מסביר זיין א נקודה,

״זמירות קווייער״ די זעלבע די ״פרייליך בענד״ זעט מען אסאך מאל בילדער פון זיי אנגעטון מיט שווארצע העמדער אדער מיט נעקטיי׳ס זיי דארפען עס טון פאר פרנסה, ווייל מענטשען פארלאנגען עס,

איך ווייס גראדע פון א היימישע מענטש ער האט באשטעלט פרייליך בענד און זיי געהייסען קומען מיט שווארצע העמדער... ווייל אזוי גייט די חתונה אויסקוקען בעסער!!

אין איין ווארט עס איז נישט קיין קונץ חוזק צו מאכען!!!

סאשי פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:35 pm

· #178028
זעט אויס גוט ליפא מיט יואלי לעבוויטש!!...
image.jpg

לבי במזרח » דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:44 pm

· #178034
סאשי פיש
לאמיך מסביר זיין א נקודה,

״זמירות קווייער״ די זעלבע די ״פרייליך בענד״ זעט מען אסאך מאל בילדער פון זיי אנגעטון מיט שווארצע העמדער אדער מיט נעקטיי׳ס זיי דארפען עס טון פאר פרנסה, ווייל מענטשען פארלאנגען עס,

איך ווייס גראדע פון א היימישע מענטש ער האט באשטעלט פרייליך בענד און זיי געהייסען קומען מיט שווארצע העמדער... ווייל אזוי גייט די חתונה אויסקוקען בעסער!!

אין איין ווארט עס איז נישט קיין קונץ חוזק צו מאכען!!!

סאשעלע, קיינער מאכט נישט חוזק, סיז פשוט אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי פאר חסידישע יונגילייט איז שווער אראפ צונעמען די חסידישע look פון זיך, יעדער ברענגט עס נאר אנדערש ארויס. למשל איך האב הנאה צו זען אז למרות די נעקטיי זענען זיי געבליבן מיטן אווערסייזד, הויזן ארויסקריכנדיגן, רעכטס אויף לינקס העמעדל, און נישט גסוויטשט צו א שמאל געפאסטן מאדערנעם קאסטאם שירט...
זינגען האבעך זיי נאך קיינמאל נישט געהערט, סא דארט קענעך נישט אריין רעדן.
פערסאנאלי, גלייכעך ידידים די בעסט.

טעפל » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:48 pm

· #178535
סאשי פיש
זעט אויס גוט ליפא מיט יואלי לעבוויטש!!...

ליפא ווייס איך נישט, אבער יואלי איז גוט!!

מ גפני » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:58 pm

· #178539
טעפל
סאשי פיש
זעט אויס גוט ליפא מיט יואלי לעבוויטש!!...

ליפא ווייס איך נישט, אבער יואלי איז גוט!!

נישט ווען ער גראמט אויף ענגליש (על טעם וריח....JUST MY HUMBLE OPINION)

איך אויך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:59 pm

· #178569
זעהט עס זיי שעהמן זיך ארויסצושרייבן וועלכע ישיבה עס רעדט זיך.

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:42 am

· #178720
איך אויך
זעהט עס זיי שעהמן זיך ארויסצושרייבן וועלכע ישיבה עס רעדט זיך.

ווער זאגט ס'איז בכלל א ישיבה?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:44 am

· #178731
מ'שמועסט אז תנחום לענעראוויטש קומט ארויס מיט א נייע סידי, נעטשי ראובנאוויטש ארענדזשט עס. זיין ערשטע סידי איז געווען א שטריימעל געדענק איך. וועט מען ווארטן אויף סאשי'ס בילדער.

סאשי פיש » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:54 pm

· #178742
א ווידיא פון צדוק גרינווואלד,
אב הרחמים,
וועגען די צווייטע וועלט מלחמה

סאשי פיש » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:12 pm

· #178919
גד אלבז
image.jpg

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:17 pm

· #178920
טעפל
איך אויך
זעהט עס זיי שעהמן זיך ארויסצושרייבן וועלכע ישיבה עס רעדט זיך.

ווער זאגט ס'איז בכלל א ישיבה?

האסט געווארפן עראפלאנען אויף דיין ענגליש טיטשער? קוק די רעכטע זייט די לעצטע ווארט אונטען.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 9:21 pm

· #178921
סאשי פיש
א ווידיא פון צדוק גרינווואלד,
אב הרחמים,
וועגען די צווייטע וועלט מלחמה

בין איך דער איינציגסטער וואס עס גרידזשעט דאס קאמארשעלייזן די האלוקאסט אויף אזא אופן?

סאשי פיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:52 pm

· #179375
#זמירות #קוויער האלט זיך פריש...
image.jpg

sefish » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:27 pm

· #179385
ברענגט מיר הרהורים. ביטע פארמעקן

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:18 pm

· #179559
המזמרים מיט יואלי פאלקוויטש האלטען זיך פארנומען......
image.jpg

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:20 pm

· #179560
די גאלדרינג ברודער שפילען!!
image.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13