ספארטס: בני יעקב
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4405
ספארטס: בני יעקב
שוין לאנג געטראכט פון עפענען אזא אשכול (אפשר וועט נאך ווערן אן עקסטערע סוב-פארום פאר זיך אויך...) כ'בין נאר נייגעריג צו ס'דא אפילו דא חבירים וואס גייען עס בכלל ליינען, צו ס'אינטערסירט זיי בכלל?
אלס פותחין בכבוד האכסניא וועל איך אנהייבן מיטן לאקאלן טעים, די בני יעקב, וואס זענען אזוי אויך די טייערסטע חבורה, די מיט די מערסטע געווינסן ביים וועלטליכן (ליין אמעריקאנעם) שפילן
נעכטן האבן די בני יעקב
📎 Yankees.jpg
געווינען דריי-נאל קעגן די לאס אנדזשעלעס דאדזשערס
📎 LA Dodgers.jpg
אין קורצן...:
היראקי קוראדע האט געווארפן זיבן הקפות אויפגעבענדיג אינגאנצן 5 היטס, איין וואלק, אבער קיין איין ראן, און אויסגעשטראכן אכט.
צום אכטן הקפה איז אריינגעקומען באאן לאגען און נאר אויפגעגעבן א היט, א וואלק אבער ווידער קיין ראן.
צום ניינטן איז אריינגעקומען דער אלעמען באקאנטען מלך הפיטשערס, מאריאנא ריווערא, ער האט אויסגעשטראכן צוויי חברה און נישט געלאזט איינער זאל אפילו זעהן די ערשטן באזע.
די בני יעקב פון די אנדערע זייט האבן אין די ערשטע 8 הקפות אקעגן קלעיטאן קערשאו נאר ארויסגעשלעפט 5 היטס, קיין איין וואלק און 5 זענען אויסגעשטריכן געווארן.
אבער די חאגע האצעך אנגעהויבן אין די ניינטע, ווען ראנעלד בעליסאריא האט אויפגעגעבן א וואלק פארן קאפיטאן דערעק דזשיטער, נאך א גראונד אוט פון ראביסאן קענאו, ווי עדוארדא נונעז וועלעכער איז געלאפן פאר דזשיטערן איז אוט געווארן אבער קענאו איז יא אנגעקומען צום ערשטן באזע. דערנאך א פרישן גראונד אוט פונעם נארוואס צוריקגעקומענער אלפאנסא סוריאנאו (טאקע יהא בואו לברכה ולהרמת הקרן...) , מיט וואס קענאו איז אנגעקומען צום צווייטן באזע. דערנאך האט מען במכוון געשיקט איטשירא סוזוקי צו ערשט.
דערנאך האט פאקא ראדריגעז איבערגענומען בעליסאריא צו ווערן דער ווארפער און לייל אווערבעי האט טאקע הנאה געהאט דערפון ווען ער האט געריקט א טאבעלע צום צענטער פיעלד און קענאו איז אנגעקומען אהיים בשלום, און סוזוקי איז געלאפן צום דריטן באזע. דערנאך איז דזשעיסאן ניקס אנגעקומען צו ערשט ווען דער וואס נעמט קער פונעם צווייטן באזע ביי די דאדזשערס האט געמאכט א גרייז, און גלייכצייטיג איז סוזוקי מיט אווערבעי אהיימגעלאפן..
בראנדאן ליגע האט איבערגענומען ראדריגעז און אוט געמאכט קריס סטוערט מיט דעם האצעך עס געענדיגט די געלויפאכטס פון די בני יעקב.
ביים צווייטן חלק פונעם ניינטן ווי דערמאנט איז ריווערא אריינגעקומען אויסגעשטריכן די ערשטע צוויי, דערנאך א גראונד אוט, מיט דעם האט ריווערא זיך איינגעקויפט דעם ראטעווען נומער 34 פארן יאר, און מסתמה ס'לעצטע דארט אין לאס אנדזשעלעס...
דער געווינס האט געשטעלט די יענקיס מיט 56 געווינסן און 51 פארלארענע מעשיות, זיי זענען יעצט די פערדע (אכט געווינסן אונטערן ערשטן) אינעם אמעריקאנעם ליגע פון מזרח...
*
ס'קען זיין אז דאס וועט זיין דע ערשטע און לעצטע תגובה בענינינו...
זייער זייער גוט באשריבן. און הגם איך בין נישט קיין חסיד פון די 'בני יעקב' ווי די רופסט זיי, האסטו אבער געגעבן א געוואלדיגען געים סאמערי.
מיט דעם האט ריווערא זיך איינגעקויפט דעם ראטעווען נומער 34 פארן יאר, און מסתמה ס'לעצטע דארט אין לאס אנדזשעלעס...
דאס עמקות פונעם ווארט 'מסתמה', איז פארשטייט זיך מיט האפענונג אז די בני יעקב זאלען זיך טרעפן מיט די דאדזשערס אינעם 'וועלט סיריעס' ווייל אנדערש קען ריווערא קיין 'ראטעווען' מער דארט נישט האבען...
'ראטעווען' איז לכאורה נישט די ריכטיגע ווארט.
ראטעווען איז דער וואס געוואונט די שפיל.
I'm back'ראטעווען' איז לכאורה נישט די ריכטיגע ווארט.
ראטעווען איז דער וואס געוואונט די שפיל.
אין ענגליש ווערט דער וואס ענדיגט צו די געים (ווען זיין טיעם איז נישט מער פונעם אנדערען ווי מיט 3 פוינטס) אנגערופען א 'Save'.
יא, אבער די ווארט save מיינט נישט ראטעווען, אין דער סיטואציע.
אפשר קען אונז
@פרישער צושטעלן א ווארט פאר דעם אין פרידיש?
דאכט זיך מיר אז פרידיש האט געוויסע ענליכקייטן צו אידיש.
כבוד הרב שעפטל זייענדיג אזא איינער וואס לא קרה ולא שנה בעניני ספארטס וואלטסטו אפשר מסכים געווען מסביר צו זיין דעם שפיל פאר מיר על כלליה ופרטיה יישר כח
די בני יעקב (פון די בראנקס) דארפן אבער גרויס רחמים. ווי ס'זעיט אויס וועלן זיי דעיס יאר (ליידערׂ) נישט גיין צו די פלעי אפפ'ס (אפשפילן). איינס פון די טעמים פאר זייער שוואכע הצלחה דעיס יאר איז אז צוויי פון זייערע בעסטע שפילערס האבן זיך נישט באטייליגט אין די געימס. ה"ה אלעקס ראדריגעז, המכונה עי ראד. און דערעק דזשיעטער. דער מצב פון עי-ראד איז זייער נישט פויגלדיג. דער קאמישאנער וויל איהם סוספענדן פאר זיין גאנץ לעיבן פון שפילן צוליב די חשדות אז ר'האט גענומען סממנים וואס געבן צו עקסטרע כוחות.
די מיינסט 'קורטיס גרענדערסאן'...
אלעקס איז די לעצטע צוויי יאר געווען נישט אזוי איי איי איי...
I'm backדי מיינסט 'קורטיס גרענדערסאן'...
אלעקס איז די לעצטע צוויי יאר געווען נישט אזוי איי איי איי...
ניין. כ'מיין טאקע עי-ראד. מ'האט געמאכט פון איהם א גאנצע געטשקע. און יעצט איז ער אין פעקל.
ער באקומט א פעקל הנקרא 'קעש''...
אגב, עס האנדלט זיך יעצט אין די מעידזשאר ליעג בעיסבאל אפיסעס צו מען זאל סוספענדירן עיראד צוליב זיין באנוץ מיט געוויסע דראגס וואס זיי לאזן נישט נוצן אלס א שפילער...
I'm backער באקומט א פעקל הנקרא 'קעש''...
אגב, עס האנדלט זיך יעצט אין די מעידזשאר ליעג בעיסבאל אפיסעס צו מען זאל סוספענדירן עיראד צוליב זיין באנוץ מיט געוויסע דראגס וואס זיי לאזן נישט נוצן אלס א שפילער...
הוא אשר דיברנו. אז מ'רעדט שוין. איך האב שוין א לאנגע צייט צוריק געמאכט א פרעדיקשן אז ס'וועט נאך זיין ספארטס אפטיילונגען אין דער איד און בלאט.
מיינסט אז י.מ. סופר וועט זיין די זשורנאליסט?
I'm backיא, אבער די ווארט save מיינט נישט ראטעווען, אין דער סיטואציע.
אפשר קען אונז
@פרישער צושטעלן א ווארט פאר דעם אין פרידיש?
דאכט זיך מיר אז פרידיש האט געוויסע ענליכקייטן צו אידיש.
איינער פון די דעפינישענס פון 'save' אין ענגליש איז 'preserve'. דאס איז וואס די ווארט save מיינט אין דעם פאל.
אין אידיש איז די ריכטיגע אבערטייטש אפשר, אנהאלטען.
איך האב נישט ארויס דעים ענין, העליך נישט נעמען קיין שטעלינג ווי אזוי צו זאגען אז ריווערע האט געזעקלט נומער פירין דרייסיג פארן יאר
I'm backמיינסט אז י.מ. סופר וועט זיין די זשורנאליסט?
איך קען דיר אראפלייגן מער ווייניגער דעם נוסח וויאזוי ער גייט שרייבן, נאר היות ס'איז שוין שפעיט ביינאכט (טאקע ליל ששי) העמער עס לאזן פאר מארגן בלי"נ. ועוד חזון למועד.
אלעקס ראדריגאז המכונה בלשון חיבה "עיראד" וואס שפילט אלס דריטע באזע מאן, וועט פארלירן 34 מיליאן דאלער און נישט קענען שפילן היי יאר און אזוי אויך נעקסטע יאר אויב זיין קנס גייט אדורך.
עיראד איז איינע פון צעהן שפילערס וואס ווערן סוספענדירט איבער די סקאנדאל פון ניצן דראגס וואס זאל זיי מאכן פאר בעסערע שפילערס.
עיראד גייט אפאלירן די פסק וואס גייט ארויסקומען מארגן
איך ווייס נישט ווי דאס צולייגן אבער דא איז דאס מערסטע ספארטי
די בארצעלאנא גרופע באזוכט היינט ביים כותל
📎 image.jpg
ספארטס: בני יעקב - פרייטאג 8/2
פרייטאג האבן די בני יעקב געשפילט מיט די סען דיעגא פאדרעיס,
📎 Sd-Padres.jpg
און האבן פארלוירן 7-2.
סיסי סאבעטיע (פארלירער, 9-10) האט געווארפן פינף און צוויי דריטלעך הקפות אויפגעבענדיג פינף ראנס (איין דערפון א האום ראן). אדורך 11 היטס, דריי וואלקס, און פיר אויסגעשטראכן.
פרעסטאן קלאבארן איבערגענומען אין די זעקסטע, טאקע געוואלקט איינעם, אבער אויסגעשטריכן דעם צווייטן צו ענדיגן דעם הקפה.
דזשאבא טשעמבערלין האט איבערגענומען אין די זיבעטע, אויפגעגעבן א האום ראן,
אדאם וואראן האט איבערגענומען אין די אכטע און אויך אויפגעגעבן א האום ראן.
די יענקיס פון די אנדערע זייט האבן אינגאנצן געסקארט צוויי ראנס אין די צווייטע אויף ענדראו קעשנער (געווינער, 8-5), ווען איטשיראו סוזוקי האט געהאט א סינגל, געגנבעט די צווייטע באזע, אהיימגעלאפן דורך א דאבל פון עדווארדא נוניעז, נוניעז איז געגאנגן צו די דריטע באזע דורך א גראנד-אוט פון קריס סטוערט, און אהיימגעלאפן אדורך א גראנד אוט פונעם פיטשער סיסי סאבעטיע.
קעשנער איז געגאנגן זיבן הקפות, אויפגעגעבן 7 היטס, צוויי ראנס, און אויסגעשטראכן צוויי.
לוק גרעגערסאן האט אים איבערגענומען אין די נאכטע
און טים סטאפער אין די ניינטע, ביידע האבן גארנישט אויפגעגעבן.
עיראד איז געווארן סוספענדירט ביז 2015.
טשמעבערלין פיטשט נאר ווען די יענקיס ווילן אויפגעבן נאך ראנס...
מ. גליקמאןעיראד איז געווארן סוספענדירט ביז 2015.
עיראד איז סוספענדירט געווארן פאר 211 געימס, וועט אבער היינט מסתמה יא שםילן צוליב זיין אפעלירן דעם אורטייל
📎 Alex+Rodriguez.jpgאויב ער וועט סוספענדירט ווערן וועט ער פאלירן 33.5 מיליאן דאלער (זיין 10 יעריגע קאנטרעקט איז געווען אין 2008 פאר 275 מיליאן, און אין 2013 דארף ער ווען קריגן 29 מיליאן)
ספארטס: בני יעקב - שבת 8/3
שבת האבן די בני יעקב געשפילט מיט די סען דיעגא פאדרעיס,
און האבן געווינען 3-0.
איוואן נאווע (געווינער, 5-4) האט געווארפן זיבן הקפות אויפגעבענדיג 4 היטס, 1 וואלק, און אויסגעשטראכן אכט, און קיין איין ראן נישט
דוד ראבערסאן איבערגענומען אין די אכטע, נאר אויפגעגעבן א היט
מאריאנא ריווערע האט איבערגענומען אין די ניינטע און געקריגן "אנהאלטן" נומער 35.
די יענקיס פון די אנדערע זייט האבן געסקארט דריי ראנס, צוויי אין די זיבעטע, אדורך א צוויי לויף היים-לויף אויף טיסאן ראסס, פון קורטיס גראנדערסאן נאכדעם וואס אלפאנסא סוריאנא איז געווען אויף ערשט. און איין לויף אין די ניינטע ווען דזשעיסאן ניקס האט אהיימגעפירט קורטיס גראנדערסאן.
טייסן ראסס פון די פאדרעיס (פארלירער, 2-5) איז געגאנגן זעקס הקפות, אויפגעגעבן 3 היטס, צוויי ראנס, דריי וואלקס, און אויסגעשטראכן ניין.
ניק ווינסענט האט אים איבערגענומען אין די זיבעטע נאכדעם וואס ראסס האט שוין אויפגעגעבן צוויי ראנס און דערנאך נאך צוויי וואלקס און געטוהן זיין ארבייט איבערלאזענדיג די צוויי יענקעלעך געשטראנדערט..
קאלט היינס האט איבערגענומען אין די אכטע און געגאנגן איין צוויי דריי..
און דייל טייער אין די ניינטע, ווי ער האט אויפגעגעבן א ראן ווי פריער געשריבן.
דוד ראבערטסאן האט געהאט די אנהאלטן.
ריווערא האט פרעזעווירט די שפיל.
ספארטס: בני יעקב - זינטאג 8/4
זינטאג האבן די בני יעקב געשפילט די דריטע שפיל מיט די סען דיעגא פאדרעיס,
און האבן פארלוירן 6-3.
פיל יוז (פארלירער, 4-10) האט געווארפן צוויי און צוויי דריטלעך הקפות אויפגעבענדיג פינף ראנס, 6 היטס, 3 וואלקס, און אויסגעשטראכן איינעם.
פּרעסטאן קלאיבארנע איז האט געענדיגט די דריטע און געגאנגן די פערטע אויפגעגעבן איין ראן אין די פערטע.
אדאם ווארען איז געגאנגן די פיפטע אוןן זעקסטע און נאר אויפגעגעבן צוויי וואלקס
באאן לאגען די זיבעטע, ווידער נאר אויפגעגעבן א היט.
און דזשאבא דזשעמבערלין די אכטע, געגאנגן איין צוויי דריי...
די יענקיס האבן נאר געסקארט דריי ראנס, צוויי אין די זעקסטע, אדורך מיט צוויי אוטס האט ראבינסאן קענאו געוואקט, אזוי אויך אלפאנסא סוריאנאו, דערנאך א האט קורטיס גרענדערסאן געהאט א שטיקעלע ליין דרייוו סינגל ווי קאנאו איז אהיימגעקומען. דערנאך א ליין דרייוו סינגל פון לייל אווערבעי ווי סוריאנאו איז אהיימגעקומען.
אין די זיבעטע האט אוסטין ראמיין געהאט א היים-לויף
איען קענעדי פון די פאדרעיס (געווינער, 4-8) איז געגאנגן פינף און צוויי דריטלעך הקפות, אויפגעגעבן 4 היטס, צוויי ראנס, 4 וואלקס, און אויסגעשטראכן זעקס.
ניק ווינסענט האט אים איבערגענומען אינמיטן די זעקסטע און געהאט 'אנהאלטן' 4.
דייל טייער האט איבערגענומען די זיבעטע און אויפגעגעבן א היים לויף פאר ראמיין
קאלט היינס האט איבערגענומען אין די אכטע און געהאט 'אנהאלטן' 1.
דער פארמאכער יוסטאן סטריט האט פרעזעווירט (נומער 21) די שפיל.
ספארטס: בני יעקב - מאנטאג 8/5
נעכטן מאנטאג האבן די בני יעקב געשפילט מיט די טשיקאגא וויסע זאקן,
📎 White Sox.jpg
און האבן מיאוס פארלוירן 8-1.
אנדי פאטיט (פארלירער, 7-9) האט געווארפן צוויי און צוויי דריטלעך הקפות אויפגעבענדיג זיבן ראנס, 11 היטס, 1 וואלק, און אויסגעשטראכן פיר.
פּרעסטאן קלאיבארנע איז האט געענדיגט די דריטע און געגאנגן די פערטע אויפגעגעבן איין היט.
שאן קעלי איז געגאנגן די פיפטע אוןן זעקסטע און אויפגעגעבןאיין ראן.
און דזשאבא דזשעמבערלין די זיבעטע, וואויל געווען..
און באאן לאגען די אכטע, נאך בעסער געווען
די יענקיס האבן נאר געסקארט איין ראן, אין די זיבעטע, אדורך א סינגל פון עדווארדא נונניעז, א סינגל פון קריס סוטערט, א ווילדע ווארף פון האזעי קווינטאנא וואס מיט דעם האבן זיי זיך געריקט צו די דריטע און צווייטע באזע, דערנאך א סעק פליי פון ברעד גארדנערץ
האזעי קווינטאנא פון די ווייסע זאקן (געווינער, 6-3) איז געגאנגן זעקס און צוויי דריטלעך הקפות, אויפגעגעבן 8 היטס, איין ראן, 1 וואלק, און אויסגעשטראכן פינף.
מאט לינדסטראם האט געענדיגט די זיבעטע און געגאנגן פיין די אכטע
און דוד פּורסעי די ניינטע
אגב, די היים געלויף וואס אוסטין ראמיין האט ארויסגעזרק'ט זונטאג איז געווען זיין ערשטע היים געלויף אין די גרויסע לעגיאן שפילן.
שעפטל שרייבסט שיין. אבער א שאד, דאס יאר זענען די יאנקעלעך דאס ערגסטע ווי אמאל געווען. וועסט אונז דארפן שרייבן איבער פארלוסטן יעדן טאג וואס איז נישט ב'טעמט.
זאל איך באשרייבן פון פאריאר...? ס'רעדל קען זיך נאך צוריקדרייען... ווייסטעך אודאי דעם באוויסטן מאמר וואס מ'ניצט כסדר פונעם לעגענדארן כאפער יאגי בערא, ס'איז נישט פערטיג ביז ס'איז פערטיג!
ספארטס: בני יעקב - דינסטאג 8/6
נעכטן דינסטאג האבן די בני יעקב געשפילט מיט די טשיקאגא וויסע זאקן,
און האבן פארלוירן 3-2.
היראקי קעראדע (פארלירער, 10-7) האט געווארפן זיבן הקפות אויפגעבענדיג 3 ראנס, 9 היטס, 1 וואלק, און אויסגעשטראכן פיר.
און דוד ראבארסאן די אכטע נאר אויפגעגעבן איין היט.
די יענקיס האבן נאר געסקארט איין ראן, אין די ערשטע, אדורך א סינגל פון ברעד גארדנער, דערנאך האט אלפאנסאו סוריאנא געהאט א ערד טייבעלע צום צווייטן באזע און גארדנער איז ארויסגעפלויגן, סוריאנא האט דערנאך געגנב'ט די צווייטע באזע, און אהיימגעלאפן אדורך א פארלוירענע טייבעלע פונעם טשיקאגא כאפער דזשאש פעגלעי.
די צווייטע האבן זיי געקריגן אין די ניינטע, אדורך א סינגל פון איטשיראו סוזוקי, ער איז געלאפן צום צוייטן באזע און אהיימגעלאפן דורכן סינגל פון ברעד גארדנער
קריס סעיל פון די ווייסע זאקן (געווינער, 7-11) איז געגאנגן זיבן און א דריטעל הקפות, אויפגעגעבן 5 היטס, איין ראן, 4 וואלק, און אויסגעשטראכן זעקס.
נעיט דזשאומס האט געענדיגט די אכטע אויסשטרייכענדיג ביידע.
און עדיסאן ריד איז געגאנגן די ניינטע אויפגעבענדיג א ראן.
Since we’re talking Yankees, what do you guys think about John Sterling and Suzyn Waldman? I think John Sterling’s home run calls are very funny, but they give you very little information during the game. The Mets announcers give you a lot more info about what’s going on in Baseball.
By the way for those that don’t know, Suzyn Waldman is a breast cancer survivor and she used to play in Broadway shows.
I'm backאגב, די היים געלויף וואס אוסטין ראמיין האט ארויסגעזרק'ט זונטאג איז געווען זיין ערשטע היים געלויף אין די גרויסע לעגיאן שפילן.
ס'איז נאר א שטיקל חילוק פון לעגיאן ביז ליגע. לעגיאן איז די טייטש אן אפטיילונג פון מיליטער. "לגיונו של מלך". ליגע איז א קבוצה. ס'איז שווער צו ברענגען א משל פון די גמרא. ווייל אין יענע צייטן האט מען אין אייראפע און אין בבל נאכנישט געשפילט בעיסבאלל. 😂
בן תמליוןשעפטל שרייבסט שיין. אבער א שאד, דאס יאר זענען די יאנקעלעך דאס ערגסטע ווי אמאל געווען. וועסט אונז דארפן שרייבן איבער פארלוסטן יעדן טאג וואס איז נישט ב'טעמט.
אז מ'נעמט די נצחונות דארף קענען פארנעמען די בזיונות אויך. א אינגערמאן איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד און ר'האט געזאגט אז אויב די יענקיס געוואונען די וואוירלד סיעריעס געט ער קידוש.
Big Boy
By the way for those that don’t know, Suzyn Waldman is a breast cancer survivor and she used to play in Broadway shows.
And she's jewish, and doesn't work on yom kippur.
And she's EXTREMELY annoying and irritating.
See
hereand
here[quote="Big Boy"]Since we’re talking Yankees, what do you guys think about John Sterling and Suzyn Waldman? I think John Sterling’s home run calls are very funny, but they give you very little information during the game. The Mets announcers give you a lot more info about what’s going on in Baseball.
This clip is a must watch if you listen to Sterling.
I almost died for laughter watching this.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=iIUr_RKzgkQ">http://www.youtube.com/watch?v=iIUr_RKzgkQ</a>
ספארטס: בני יעקב - מיטוואך 8/7
נעכטן מיטוואך האבן די בני יעקב געשפילט מיט די טשיקאגא וויסע זאקן,
און האבן ווייטאגליך פארלוירן 6-5. אין די צוועלעפטע רונדע.
סיסי סעבעטיע האט געווארפן זיבן און א דריטל הקפות אויפגעבענדיג 3 ראנס, 5 היטס, און אויסגעשטראכן איינעם.
און דוד ראבארסאן האט געענדיגט די אכטע, און באקומען א 'אנהאלטן' (26) צוליב וואס די בני יעקב האבן געהאט די מאכט.
מאיאנא ריווערע איז אריינגעקומען אין די ניינטע צו פרעזעווירן דעם שפיל, אבער האט דאס געבלאזן (3'טע אין יאר) אזוי אויך איז ער געגעאנגן די צעהנטע און דאסמאל פיין געווען.
אדאם וואראן (פארלירער, 1-2) איז געגאנגן וואויל אין די עלעפטע, אבער אין די צוועלעפטע נאך צוויי אוטס האט ער אויפגעגעבן צוויי איינסערס (די צווייטע איז געווען זיין טאבעלע און ער וואלט ווען געדארפט ענדיגן דעם שפיל ווי ער וואלט ווען גאר געקענט באקומען א געווינס און פרעזעווירער...) און דערנאך א דרייערל וואס האט געענדיגט דעם שפיל.
די יענקיס האבן נאר געסקארט פינף ראונס:
צוויי אין די ערשטע אדורך ברעד גארדנערס באונט איינסער און א צוויי לויף היים-לויף פון אלפאנסאו סוריאנא
איינס אין די דריטע, סוריאנא א וואלק, עיראד א איינסער, און ווערנען וועלס א איינסער ווי סוריאנא איז אהיים.
איינס אין די פערטע, וען אדווארדא נוניעז האט געהאט א איין לויף היים-לויף
און איינס (וואס איז געווען די גיי-פראנויס לויף) אין די צוועלעפטע, ווען ראבי קענאו האט געהאט א איין לויף היים-לויף.
העקטער סאנטיאגא פון די ווייסע זאקן איז געגאנגן פינף און צוויי דריטלעך הקפות, אויפגעגעבן 7 היטס, פיר ראונס, 2 וואלקס, און אויסגעשטראכן פינף.
ראמאן טראנקאס איז אריינגעקומען אווט צו מאכן איינעם אבער עס נישט געטוהן..
דאני וויל האט געענדיגט די זעקסטע.
מעט לינדסטראָם איז געגאנגן די זיבעטע.
דוד פּורסעי צוויי דריטלעך פון די אכטע
נעיט דזשאונס האט געענדיגט די אכטע און געבליבן פאר די ניינטע.
עדיסאן ריד איז געגאנגן די צעהנטע און די עלעפטע
און דילאן אקסעלראד (געווינער, 4-8) וואס נישט נאר ער האט נישט באקומען דעם פארלירן טיטל האט ער גאר געקריגן דעם געווינענעם טיטל... גייענדיג דעם צוועלעפטן און אויפגעגעבן דעם הייים- לויף פאר קענאו.
שעפטל זאג דעם אמת, ווי שטארק האט עס וויי געטהון נעכטן כחצות הלילה? האסט געקענט שלאפן? אין אזא צייט ווילט זיך שלאגן כפרות מיט דעם העלד מאו אין די גאנצע יענקיס. אזאנע לוזערס?
נאך 2004 נעם איך עס שוין לאנג נישט פערסענאל.... מ'געווינט מייכע תייתע. פארלירט? ברענען זאלן זיי...
שעפטלנעכטן מיטוואך האבן די בני יעקב געשפילט מיט די טשיקאגא וויסע זאקן,
און האבן ווייטאגליך פארלוירן 3-2. אין די צוועלעפטע רונדע.
@שעפטל. די לויפן נומערן זענען נישט ריכטיג. 6-5.
שכויעך, פאראכטן
צוליב געוויסע סיבות, האב איך געשריבן וואס ס'איז פארגעקומען די לעצטע וואך.
אונטערסירט עס איינעם?
אויב יא, זאל איך ערפילן די פארפעלטע...?
שעפטלצוליב געוויסע סיבות, האב איך געשריבן וואס ס'איז פארגעקומען די לעצטע וואך.
אונטערסירט עס איינעם?
אויב יא, זאל איך ערפילן די פארפעלטע...?
@שעפטל איך מיין אז עס איז א שאד דיין צייט, דער וואס איז א יאנקיס אנהענגער האט בעסערע וועגן אויסצוגעפינען וואס זיי מאכן ווי ליינען דערוועגן א טאג שפעטער אויף א אידישער וועבזייטל...
ערנסט גערעדט איינער מיט אינטערנעט האט זיכער נישט קיין בעי' אויסצוגעפינען, אפשר אז דו וואלסט געשריבן א וועכענטליכער קאלום אין דער איד און דער בלאט וואלסטו עפעס אויפגעטון להגדיל ספארטס ולהאדירה.
און אז מ'רעדט שוין פון ווי נעמט זיך רער 'בני' יעקב? זינט ווען הייסט דער טיעם The son of Yankees?
אין 'ברעיקינג נייעס' היינט האבען די דאדזשערס (דרך אגב: מיט וועמען די אשכול האט זיך אנגעהויבען) פארלוירען א געים נאך צען נאכאנאדער געווינסען!
די חידוש איז נישט די צען געווינסען, וואס מאכט זיך. עס איז אז די דאזדשערס האבען אין זייער לעצטע 28 געימס (פאר היינט) פארלוירן נאר....3 געימס! אין די לעצטע 50 האבען זיי פארלוירן נאר 8! די לעצטע טיעם וואס האט געהאט אזא הצלחה איז די קארדינעלס 71 יאר צוריק!
די גרעסערע חידוש פאר מיר איז אז פאר די 50 געימס האבען די דאזדשערס געשפילט 72 געימס אין וועלכע זיי האבען געווינען נאר 30 און פארלוירען 42! דאס מיינט אז פאר איעדע געים וואס זיי האבען געווינען האבען זיי פארלוירען מער ווי איינס. אין די לעצטע 50, פאר יעדע פארלוירען מער ווי פיר געווינסען! נאר 3 פון דרייסיג טיעמס האבען געהאט מער געימס פארלוירען ווי זיי, און יעצט זענען זיי ווייט ווייט די בעסטע. (נישט די בעסטע ווען מ'ציילט די געווינסען פונעם יאר)
וויבאלד די דאדזשערס האבען באמת נישט קיין סאך געטוישט זייער שפילערס, זאגט דאס אינז אז רוב געווינסען זענען....מזל
@שעפטל קענסט אפשר שרייבן איבער נעכטן און וואס איז פארגעקומען מיט עראד. קען מען סתם אזוי באווארפן א שפילער ווייל דו האסט איהם נישט ליב? בעיסבאל איז עפעס א שטח הפקר?
ס'איז נישט און ס'איז יא...
ס'געשעהט און סך הכל וואס די אמפייערס טוהן איז א ווארענונג, רוב מאל קומט א קודם א ווארענונג צו די צד וואס האט געהיט, און אויב די צד וואס איז געהיט געווארן ווארפט אויך צו נאנט וואס קען זיך דאכטן אז ס'איז נקמה ווארענט מען יענע זייט אויך.
אסאך מאל אבער ווארענט מען תיכף ביידע טעימס (ווי נעכטן).
אויב א ווארפער רעכענט זיך נישט מיטן ווארענונג, פליט ער ארויס.
פארוואס דזשירארדי איז נעכטן געפלויגן ווייסעך נישט.
אגב, כ'דענק אמאל כמעט ביי יעדע יענקיס-רויטע זאקן שפיל האט איינער צו צוויי געכאפט א ריק...
מייק מוסינע (א קלאסישער ווארפער געווען) האט אמאל געזאגט 'נישטא בעסערס ווי מ'האט געהיט דיינס א גוטע שפילער, און מ'קומט אריין און מ'שטרייכט אויס איין צוויי דריי יענעם'ס בעסטע שפילערס...'
און טאקע די נקמה וואס עיראד האט נעכטן געהאט מיטן ארויסריקן א היים-לויף איז פילפאכיג שטערקער ווי ווען סיבעטיע זאל צוריקפליקן.
שעפטל, אביסעל פאטבאלל (Football) הגהות?
ס'איז דאך שוין ינטו צללי ערב. די טראדיציאנעלע האבען שוין איינגעקויפט צוויי אייז קעסטלעך פארן סעודת טעילגעיט, די מער פארגעשריטענע האבען שוין פארענדיגט צוזאמשטעלן זייער חלום-טיעם... ס'איז צייט צו הערן שעפטל'ס השערות
קענען מיר ערווארטען א סאאפער באול ווי ר אלי' מענינג און דער גראבער רעקס רייען שלאגען זיך אויס...טאקע עמי בבית אין מעטלייף סטעדיום?
קלוג און יונגשעפטל, אביסעל פאטבאלל (Football) הגהות?
ס'איז דאך שוין ינטו צללי ערב. די טראדיציאנעלע האבען שוין איינגעקויפט צוויי אייז קעסטלעך פארן סעודת טעילגעיט, די מער פארגעשריטענע האבען שוין פארענדיגט צוזאמשטעלן זייער חלום-טיעם... ס'איז צייט צו הערן שעפטל'ס השערות
קענען מיר ערווארטען א סאאפער באול ווי ר אלי' מענינג און דער גראבער רעקס רייען שלאגען זיך אויס...טאקע עמי בבית אין מעטלייף סטעדיום?
די דזשעטס הינקען שטארק אונטער די לעצטע פאר יאר. דער חידוש איז אז דער העד קאוטש רעקס רייען איז נאך חי וקיים אויף זיין פאזיציע ווען אלע ארום איהם זענען שוין געפלויגן. צוליב די שוואכע אויפפיהרונג פון זיינע שפילערס..
יענקיס מענעדזשער דזשאו דזשערארדי האט געסיינט א פרישע קאנטראקט פון פיר יאר פארן סכום פון זעכצן אבטיחות.
צווייטע באזע מאן 'ראבינסאן קאנא' האט דורך זיין אגענט אנגעגעבן אז מ'קען איהם באקומען פאר א קאנטראקט פון צען יארע מיט די סכום פון דריי הונדערט און פינעף אבטיחות.
דער לאנג יעריגער יענקי פארמאכער 'מאריאנא ריווערא' און וועטעראן פיטשער 'ענדי פעטיט' האבן ביידע געשלאסן זייער קאריערע דאס יאר.
אלפאנסא סאריאנא וואס איז אריבער געקומען אינמיטן דעם סעזאן און געווען רויט הייס דיפענס און אפענס וועט ווארשיינדליך באקומען א קאנטראקט מיט די יענקנים און שפילן לינקע פעלד.
שכח טשולענט פאר די באריכט אבער סאריאנאו איז סייווי דא נאך א יאר. די בעסטע פון אלעם איז נאך איז די קאבס באצאלן רוב דערפון
אויב וועט נומער צוויי זיין געזונט קומענדיגע סעזאן, וועלכע פאזיציע וועט עדווארדא נוניעז שפילן? צווייטע אדער דריטע באזע?