☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ספארטס: בני יעקב

ספארטס: בני יעקב

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4405
בלאט: 1 2

ברעט גארדנער » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:43 am

· #155729
אפי' אויב ער וועט זיין געזונט וועט ער געוויס דינען גאר אסאך אלס באשטימטער שלעגער. א צווייטע קאנקורענץ פאר נוניעז קען אבער זיין ברענדאן רייען וואס איז א גאר גוטער פארטיידיגער. אויף דריטע באזע גלייב איך נישט אז מקען זיך ערלויבן צו האלטן נוניעז וואס שלאגט נישט אזוי סאך

ברעט גארדנער » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:50 am

· #155731
גאר אינטערעסאנטע ALCS אונטערוועגנס
האלטנדיג דאנערשטאג נאכט נאכדעם וואס אלע דעוויזיאנאלע סעריען זענען שוין אויסגעקעמפט געווארן, קען מען ערווארטן מיטצוהאלטן א גאר אינטערעסאנטע אמעריקאנער ליגע טשאמפיאנשיפ סעריע צווישן די טיגערן און רויטע זאקן וואס האבן געהאט די מערסטע און צווייט מערסטע געלויפן דורכאויס די געווענליכע סעזאן און מקען זיכער ערווארטן גאר אסאך געלויפן אין די איצטיגע סעריע

טשולענט » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:55 am

· #155733
אבער ברענדאן רייען איז גאר שוואכער פון א דורכשניטליכער שלעגער.

איך האלט א שארט סטאפ וואס שפילט טעגליך דארף אויך קענען צושטעלן ריביס און קנאקן לכל הפחות ביי 220 אין דורכשניט, אבער אונטער צוויי איז ממש א בושה.

ברעט גארדנער » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:01 am

· #155735
אגב האט ער מיט די ינקאים געהיט העכער 220 און ער קען זיין גוט פאר א ריפלעיסמענט. די סטארטינג ראטאציע איז לכאורה די גרעסטע זארג יעצט אבער מקען צולייגן א גוטער היטער אדער צוויי

טשולענט » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 10:34 am

· #155767
די פיטשינג איז אויך א גרויסע זארג וואס מ'קען נישט אוועקמאכן, פעטיט און ריווערא זענען היסטאריע, סי סי איז נישט די סי סי פון אמאל, פיל יוס איז געווען פון די ערגסטע אין בעיס באל, איוואן נאווא איז גוט נאר ווען ער איז גוט, און.. מ'דארף האפן אז מייקל פאנעטע וועט זיין גוט נאך די סורדזשערי וואס ער איז אריבער.

בקיצור, נישט אזא געשמאקע בילד שטייט פאר אונז.

אליצפן » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:53 am

· #155796
דער ראבינסאן קאנאו איז אן עכטער חזיר. פארוואס די העק וויל ער דריי הונדערט מלאנעס? יא ער איז גאר א גוטער שפילער, אבער ער איז נישט אזוי גוט אז ער פארדינט זיך די גרעסטע קאנטראקט אין בעיסבאל'ס היסטארי. אפילו היינט איז ער נישט די בעסטע שפילער אין בעיסבאל, מיגעל קאברערא שלינגט אים איין. עיראד בשעתו ווען ער'האט באקומען די העכסטע קאנטראקט איז געווען די סאמע בעסטע שפילער אין בעיסבאל.

ברעט גארדנער » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:30 pm

· #155827
פיל יוס (הוגעס) וועט גאנץ זיכער נישט צוריקקומען נאך זיין עקסטרעם שוואכע סיזען און בכלל איז ער אויף צרות אלץ פרייער אגענט.
דער יאפאנעזער היראקי קוראדא איז שוין זינט די צווייטע האלבע סעזאן אויפן וועג אראפ און משמועסט אז סקען זיך אים פארגלוסטן צוריקציגיין קיין יאפאן. ד"ה אז צוויי לעכער זענען זיכער דא און אפשר אפי' 3.
בנוגע קאנאו: ער איז טאקע נישט דער בעסטער שלעגער אבער זיין מיטל אריינפעלד פארטיידוגונג וואס איז אומגלויבליך גוט צוזאמען מיט זיין .314 דורכשניט קען אים גאנץ מעגליך מאכן דער בעסטער שפילער. נישט אז כגלייך אים, כהאב גראדע פיינט זיין פוילקייט

טשולענט » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:41 am

· #164357
גוטע נייעס!

די יענקיס האבן אויפגעסיינט ברייען מעקקען פון די ברעיווס, איינע פון די בעסטע קעטשערס אין בעיס-באל, צו א פינעף יעריגע - 85 מיליאן דאלער קאנטראקט.

I'm back » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:50 am

· #164360
ס'איז שוין עטליכע יאר נאכאנאנד וואס ער האקט לכה'פ 20 האום ראנס, בשעת די יענקי קעטשערס לעצטנס זייגן.

טשולענט » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:55 am

· #164363
אסטין ראמיין האט זיך גוט צוגעריבן און ער איז גאנץ פיין, ער וועט דינען אלס בעק-אפ קעטשער

common sense » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:44 pm

· #164631
איז עמעצער דאָ וואס איז אינטערעסירט אין פוטבאָל? after all איז יעצט פוטבאָל סעזאן, נישט בעיסבאָל.

MickyMouse » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:01 pm

· #164767
איך בין א דזשעטס פען. אבער איך האב ליב פוטבאל בכלל.
קענסט עפענען א נייע אשכול.

common sense » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 8:14 pm

· #165057
MickyMouse
איך בין א דזשעטס פען. אבער איך האב ליב פוטבאל בכלל.
קענסט עפענען א נייע אשכול.

בין איך אויך א jets פען.

לבי במזרח » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:55 pm

· #165096
וואספארא ווינדערבארע פוטבאלל סעזאן מיר האבן דא אין ניו יארק דעם יאר, הא? מיילא די דזשעטס, נא, זיי האבן דאך שוין יארן נישט קיין גוטע קוואדערבעק און יעצט זענען זיי פשוט פון די ווייניגסטע טאלאנטעט טים׳ס אפענסיבלי. אבער די דזשייענטס, וואס איז פליצלינג געשען מיט איליי, און מיט קרוז, ניקס און די רעסט? אזא דייוו צו נעמען...

טשולענט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:54 pm

· #166844
די יענקיס קענען נישט אראפשלינגען דעם פאקט אז זיי האבן נישט געמאכט די פלעי-אפס פארגאנגענעם סעזאן, און אלס נקמה זענען זיי ווילד צו אויפסיינען פון דאס שענסטע און בעסטע אין בעיסבאל.

ווי שוין פריער דערמאנט האבן זיי געסיינט פון די בעסטע קעטשערס ברייען מעקקען נאכפאלגנדיג מיט דזשעקאבי עלסבארי פון די רעד סאקס פון די בעסטע סענטער פילדערס און א דריי הונדערט היטער מיט די מערסטע געגנב׳טע בעיסעס אין עטליכע יאר, און יעצט גרייט מען זיך צו סיינען קארלאס בעלטראן א כלי פון א שפילער סיי און אפענס און אין דיפענס מיט א דריי הונדערט עוורידזש.

לויט ווי איך פארשטיי וועט עס זיין די בעסטע אוטפילד קומענדיגע סעזאן, מיט עלסבארי אין צענטער, בעלטראן אין רעכטס און סאריאנא אין לינקס, און נישט פארגעסן אז ברעט גארדנער האט נאך אויך א קאנטראקט, בקיצור... אזאנס וואס קיינער קען נישט ביטן.

טשולענט » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2013 9:57 pm

· #166846
א שטארקע קלאפ איז די פאקט אז ראבינסאן קענא איז אריבער צו די מערינערס, לאמיר אבער האפן אז מ׳וועט כאפן דעם פרי עידזשנט אמאר אינפאנטיע פון די טייגערס, א פיינע שפילער אבער פארט נישט קענאו.

פיניש » זונטאג פעברואר 23, 2014 2:35 am

· #185575
פינלאנד!!!
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/12/28/sports/hockey/finland-wins-at-hockey-world-juniors.html?_r=0">http://www.nytimes.com/2013/12/28/sport ... .html?_r=0</a>

טשולענט » דינסטאג אפריל 1, 2014 3:40 pm

· #194070
רבותי! היינט איז אפענינג דעי, צען נאך זיבן וועט סי סי אנהייבן ארבעטן

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 3:42 pm

· #194072
איז דא אן אשכול פאר די קראוס טאון לוזערס, אויב נישט קעניך דא שרייבן וועגן זיי?

טשולענט » דינסטאג אפריל 1, 2014 3:51 pm

· #194080
א שטיקל באריכט אויפן קומענדיגן סעזאן!

אנגעהויבן מיט פיטשינג,
סי סי סעבעטיע, היראקי קאראדא, איוואן נאווא, מאסאהירא טאנאקא, מייקל פאנעידע.

רעליווערס,
שאן קעללי, מעט טארענטאן, דעיוויד פעלפס, עדעם ווארען, וויידל נאנא, און בעטענסעס.

קלאוזער,
דעיוויד ראבערטסאן.

ערשטע בעיס-מארק טעשערע, צווייטע בעיס-ברייען ראבערטס, שארט סטאפ-דערעק דזשיטער, דריטע בעיס-קעלי דזשאנסאן, רעכטע פעלד-קארלאס בעלטראן, סענטער פעלד-דזשעקאבי עלסבארי, לינקע פעלד-ברעט גארדנער, די עיטש-אלפאנסא סאריאנא.

קעטשער,
ברייען מעקען, בעקאפ-פראנסיסקא סערוועלי

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 4:26 pm

· #194108
סיסי איז דאך אן אויסגעברענטע ליכטל.....
און ווער איז דער פינפטער סטארטער?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 1, 2014 4:41 pm

· #194126
Shiala
איז דא אן אשכול פאר די קראוס טאון לוזערס, אויב נישט קעניך דא שרייבן וועגן זיי?

דו מיינסט אוודאי די מעטס, ע"ה.וועלכע האבן געהאט די זכי' צו שפילן אין סיטי פיעלד. דארט וואו די הייליגע אינטערנעט אסיפה פון כלל ישראל איז פארגעקומען. נאר מ'זוכט יעצט א גרויסן בעל מספיד וועלכער זאל קענען מספיד זיין די מעטס כיאות. מ'שמועסט אז דער זשיבויער ראוו פון מאנטריאל שליט"א 'עט קומען צו די הספד. אבער מ'וועט מוזן מספיד זיין אין אידיש. צוליב די הייליגע מיהאלאוויצער תקנות... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 😮

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:07 pm

· #194143
איך בין א מעטס פען סאו נעם נישט מיינע קומענדיגע ווערטער צו ערנסט (א פאנאטיק בינעך אבער נישט קיין שוטה) די מעטס גייען זיך אין די קומענדיגע יארן מיט די אינגע טאלאנט וואס זיי פארמאגן זיך ארויפארבעטן צו א 90 ווינס טיעם און א טאפ טיעם אין די שוואכע ליעג (עד כאן האבעך געשריבן אלס פאנאטיקער) די יענקלעך אויף די אנדערע זייט זענען סטאק מיט אלטע סטארס און איך זעה נישט קיין אימידיעט פיוטשער פאר זיי אויסער אויב זיי גייען צוריקצוען זייערע החלטות און ווייטער שפענדן ווי משוגעים

ברעט גארדנער » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:19 am

· #196232
ענדליך גינסטיגע רעזולטאטן
אנגרייפענדיג מיט די פולסטע טעמפא באוואפנט מיט אן ארסענאל פון א 95 מפש פעסטבאל, צושמעטערענדיגע סליידער און איבער אלעם אן איינס אין דער וועלט ספליטער, האט מאסאהירא טענאקא גענצליך צושאקעלט די פארשלאפענע קאבס ליינאפ, וועלכע האבן שוין געהאט אנגעזאמלט א רעקארד פון 4/8 בעפאר.
ווען די שטויב האט זיך געזעצט, האט זיך ארויסגעוויזן אז בלויז 3 קאביס האבן דערגרייכט באזע אין די אכט סקארלאזע הקפות וואס טענאקא האט מארשירט, צוויי דורך נעבעכדיגע באנטס, און איינער דורך א וואק. פון די צווייטע זייט זענען צען קאביס צעשטרייקט געווארן.

Shiala » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:31 pm

· #197090
און אלע יענקלעך קלאטשן אז מען האט געווינען אנטקעגן א טעררעבל טיעם שעים אן יו.... וואו איז די יענקי פרייד באגראבן?

סמיילי » זונטאג אפריל 27, 2014 6:57 am

· #197360
ענדליך טרעף איך דא א מעטס פען, שוין לאנג נישט געטראפען איינער פון אנ"ש צו זיין פון די מעטס

סמיילי » זונטאג אפריל 27, 2014 6:58 am

· #197361
אנפאנג סיעסאן האט די עולם באוויינט די מעטס אז עס גייט גארנישט ווערען, די סטדיום איז שוין געווען ליידיג ביי די 2טע געים, אבער יעצט קוקט עס שוין אויס זאך בעסער

לבי במזרח » זונטאג אפריל 27, 2014 7:45 am

· #197368
בארואיג דעך, די מעטס קומען נישט אן אין ערגעץ. אזוי ווי אלע יארן וועלן זיי געבן א טיז דא און דארט פאר זייערע פענס נאר צו פארשטערקערן די סטינג פון די פעין.

טשולענט » זונטאג אפריל 27, 2014 2:10 pm

· #197453
אין די מינוטן שפילן די מעטס דאס עלפטע געים אינדערהיים אין ניו יארק, פון די צען געשפילטע האבן זיי געוואונען פינעף, דאס הייסט אז זיי זענען יעצט הייס?
אן אויסגעלאשענע זאך, אן קיין רעליווערס, שוואכע היטינג און דיפענס כמעשה.

דאגעגן, די יענקיס לידן יעצט די דיוויזשן און שפילן קעגן שווערע טימס, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז דא גוטע פיטשינג סיי סטארטערס און אויך רעליווערס, א פעסטע דיפענס, און א ליין אפ וואס קען פיין היטן מיט אסאך פאווער.

סמיילי » זונטאג אפריל 27, 2014 6:02 pm

· #197508
איך האב נישט געזאגט הייס, זיי זענען נאר נישט אינגאנצען טויט ווי עס האט אויסגעקוגט

לבי במזרח » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 8:51 pm

· #305644
סמיילי
איך האב נישט געזאגט הייס, זיי זענען נאר נישט אינגאנצען טויט ווי עס האט אויסגעקוגט

נישט אינגאנצן טויט, הא? קומען נישט אן און ערגעץ, הא? נעע, ז׳זענען נאר אנגעקומען צו די וועלט סעריע...
מיט די פיטשינג וואס זיי פארמאגן, וועלן זיי זיין פון די בעסטע פאר יערס טא קאם.
מיט דעגראם, הארווי, סינדערגארד, מאטז, פאמיליא קען קיינער זיי נישט בייקומען.
און סעספעדעס, גראנדערסאן, ד׳ארנאו, מערפי (סופער מען), פלארעס און קאפיטאן רייט זענען אויך פיינע נייעס.
לעטס גאו מעטס!!!

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:26 am

· #305704
ס'האט נאך קיינער דא נישט געזאגט א הספד אויף די אריגינאלע בני יעקב. די יענקיס.
ס'דא א מדרש פליאה וואס זאגט אז ..."עתידין בני יעקב להיות יותר חזקים ומנצחים את כל החבורות. וגם יקצורו ניצחון מוחץ בסדרת משחקי העולם של מרוץ הבית. אבל בסוף (לפני ביאת משיח צדקנו) יגיע להם מנהל חדש אשר לא ידע בין ימינו ושמאלו ועתידין לירד מגדולתן וישתכחו ויעלמו מן העולם. וקבוצת נערים, תלמידים שלא שמשו כל צרכן יעלו מעלה מעלה כעליית כוכב זוהר בשמי מרום"... איז דא א טייל מפרשים וואס ווילן לערנען פשט אז די בני יעקב, דאס מיינט מען די יענקיס, וועלכע זענען אמאל געווען ברום המעלה ווען דזשאו טאררי איז געווען זייער מענעדזשער. אבער היינט, ליידער ווען זיי האבן א מענעדזשער וועלכער קען זיי נישט פיהרן צו א ניצחון און זיי און זייערע מולטי-מיליון דאלאר-דיגע שפילערס שפילן זייער שלימזל'דיג, זענען זיי געפאלן פון די מדרגות. און די קבוצת נערים, וואס דער מדרש ברענגט דאס מיינט מען די מעטס, וועלכע זענען אלע יארן געווען לא נחשב לכלום, זענען היינט געווארן די וויכטיגע טיעם. און מ'האפט אי"ה אז זיי וועלן אויך געווינען די וואוירלד סיריעס... ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן...!

Big Boy » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 8:35 am

· #305719
berlbalaguleh
ס'האט נאך קיינער דא נישט געזאגט א הספד אויף די אריגינאלע בני יעקב. די יענקיס.
ס'דא א מדרש פליאה וואס זאגט אז ..."עתידין בני יעקב להיות יותר חזקים ומנצחים את כל החבורות. וגם יקצורו ניצחון מוחץ בסדרת משחקי העולם של מרוץ הבית. אבל בסוף (לפני ביאת משיח צדקנו) יגיע להם מנהל חדש אשר לא ידע בין ימינו ושמאלו ועתידין לירד מגדולתן וישתכחו ויעלמו מן העולם. וקבוצת נערים, תלמידים שלא שמשו כל צרכן יעלו מעלה מעלה כעליית כוכב זוהר בשמי מרום"... איז דא א טייל מפרשים וואס ווילן לערנען פשט אז די בני יעקב, דאס מיינט מען די יענקיס, וועלכע זענען אמאל געווען ברום המעלה ווען דזשאו טאררי איז געווען זייער מענעדזשער. אבער היינט, ליידער ווען זיי האבן א מענעדזשער וועלכער קען זיי נישט פיהרן צו א ניצחון און זיי און זייערע מולטי-מיליון דאלאר-דיגע שפילערס שפילן זייער שלימזל'דיג, זענען זיי געפאלן פון די מדרגות. און די קבוצת נערים, וואס דער מדרש ברענגט דאס מיינט מען די מעטס, וועלכע זענען אלע יארן געווען לא נחשב לכלום, זענען היינט געווארן די וויכטיגע טיעם. און מ'האפט אי"ה אז זיי וועלן אויך געווינען די וואוירלד סיריעס... ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן...!



Don't think the manager is the problem. I think it's the front office. Cashman and Steinbrener

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:05 am

· #305739
ר' ביג באי: נו', לאמיר זיך מפלפל זיין אין א שטיקל בעיסבאלל. לפענ"ד (איך מיין אז...) דער מענעדזשער באשליסט וועלכער שפילער זאלל אנהייבן די געים און וועלכער זאלל פיטשן, און ווער זאלל זיין ..."עט בעט"... ממילא, קומט דאך אויס לויט דעם, אז אויב דער פיטשער און קעטשער זענען נישט אזוי אייי איי איי, און פאר דעם בעטטער פונ'ם צד שכנגד געלונגט אוועק צו קלאפן די באלל קענמען (כמעט) נישט געווינען דעם געים...וקל להבין... 😂
אויב איהר האט געטראפן ערגעץ א תוספות אדער א ר' חיים וואס האלט אנדערש, ביטע זייט מוחל און לאזט מיר וויסן...ייש"כ למפרע... 😂

אליצפן » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:42 am

· #305757
דער מענעדזשער איז אין מיין מיינונג געווען שרעקליך דער יאר. דער וואס האט מיטגעהאלטן ווי אזוי ער נעמט ארויס פיטשערס אן קיין שום סיבה און ברענגט אריין ריליווערס וואס סקרוען אפ האט געקענט צופלאצט ווערן. ווי אויך זיין גענעראל דעסיזשען מעיקינג ווי למשל וועלכער שפילער צו סטארטן ווען, איז גאר שוואך. איך ווייס נישט וואס די פראנט אפיס זעט אין אים אז מ'האט לעצטנס גאר פארגרעסערט דעם קאנטראקט זיינעם צו פיר יאר פיר מיליאן א יאר.

אויסער געווינען דעם ווארלד סעריס דעם איינעם מאל אין 09' ווען ער האט געהאט אונטער זיך טייל פון די סאמע בעסטע שפילערס אינעם געים, איז ער ממש אין ערגעץ נישט אנגעקומען. די יענקיס זענען שוין יארן נישט געווען אזוי שלעכט ווי זיי זענען די לעצטע יארן אונטער אים. איך פערזענליך האף אז זאל פליען פון זיין דזשאב בקרוב ממש, הגם איך ווייס אז עס וועט נישט געשען.

לבי במזרח » זונטאג יאנואר 24, 2016 7:55 am

· #318735
מיטן צוריק ברענגען סעספעדעס׳ן זענען די מעטראפאליטאן׳ס די פעיווארד צו געווינען נאכאמאל זייער דיוויזיע. די בולפען איז אויך היפש אפגרעיטעד. בקיצור, עס קען זיין נאך א גוטע יאר פאר זיי. בפרט מיט די פיר פערד-מענער און זייער ראטעישען (הארווי, דעגראם, סינדערגארד און מאטז + ווהילער׳ס צוריק קומען און קאלאון).

לבי במזרח » זונטאג יאנואר 24, 2016 8:12 am

· #318738
אין פוטבאלל נייעס, ווער האלט איר מאכט עס היינט צום סופערבאלל? וועט פעיטאן מענינג קענען ארויס קוועטשן א געווינס פאר זיינע בראנקא׳ס קעגן ברעידי און די פאטריאטן צו קענען גיין פאר זיין סה״כ צווייטן סופערבאלל געווינס פאר ער (לכאורה) רעטייערט? און ווער האלט איר מאכט עס צווישן קעם נאטאן׳ס פאנטערס און די אריזאנע קארדינאלן? צוויי זאפטיגע שפילן!

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 24, 2016 10:08 am

· #318744
לבי במזרח
אין פוטבאלל נייעס, ווער האלט איר מאכט עס היינט צום סופערבאלל? וועט פעיטאן מענינג קענען ארויס קוועטשן א געווינס פאר זיינע בראנקא׳ס קעגן ברעידי און די פאטריאטן צו קענען גיין פאר זיין סה״כ צווייטן סופערבאלל געווינס פאר ער (לכאורה) רעטייערט? און ווער האלט איר מאכט עס צווישן קעם נאטאן׳ס פאנטערס און די אריזאנע קארדינאלן? צוויי זאפטיגע שפילן!

לבי במזרח: מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון פוטבאלל. ס'האט נאך קייינער נישט געזאגט א (לעבעדיגן) הספד אויף דעם אלטן (געוועזענעם) מענעדזשער פון די דזשייענטס טאם קאוולין/קאגהלין, וועלכער האט זיך אפגעזאגט מיט גרויס בושה נאך דעם לעצטן געפאלענעם סיזן. ווען זיין טיעם האט נאכאנאנד געטרייעט איבער צו שפילן דעם ניצחון פון 4 יאר צוריק, ווען זיי האבן אין די לעצטע מינוט געוואונען דעם סופערבאול.דאס איז שוין געווען דער צווייטער ניצחון אונטער זיין אנפירערשאפט. וואו זאלל אן אלטער מענטש גיין זוכן א דזשאב...? ער איז געווען א גוטער, שטארקער קאוטש פאר זיין טיעם. און ער האט זיי געפיהרט צו א סאך ניצחונות אין די פלעי-אפפס. נאר לגבי די דזשעטס זענען זיי זיכער געשטאנען א סאך בעסער. כאטש זייער נייער, טונקלער קאוטש האט זיי געפיהרט צו די פלעי-אפפס. אבער זיי האבן נישט געהאט קיין ניצחון אין די סופערבאול זייט דזשאו נעימעט'ס צייטן...! ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן...!

לבי במזרח » זונטאג יאנואר 24, 2016 10:35 am

· #318746
יאפ, כ׳בין א גרויסער קאפלין חסיד, ער האט גענומען אונזער דז׳ייענטס, און געווינען (ביידע אקעגן די הויכגעשעצטע ברעידי און זיין ניו ענגלאנד פאטריאטן) , אזוי ווי דו זאגסט צו 2 סופערבאולס, נישט קיין קלייניקייט היינטיגע טעג. עמער זען וואס מאקידאא וועט קענען באווייזן. זיי דארפן א גרויסע תיקון און די דיפענס און אלי מאנינג ווערט אויך נישט יונגער. די פרעשור איז on.

ווידערום די דז׳עטס, זיי זענען א up and coming טים. זיי דארפן אבער א גוטן קוואדער בעק, א זאך וואס זיי האבן שוין לאנג נישט געהאט (פיטזפעטריק האט זיי געגעבן זיין מאקסימום די יאר, אבער ער איז נישט קיין סטאר) כדי צו נעמען די נעקסטן סטעפ. Imho.

פייער אפפער » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 1:00 pm

· #353411
Re: ספארטס: בני יעקב
די בני יעקב זענען טאקע נישט אנגעקומען אין ערגעץ אבער היינט קומט פאר געים סעווען אינעם ווארלד סיריעס, נאכדעם וואס די 'אינדיענס' האבן געווינען די ערשטע און די דריטע און פערטע האבן די 'קאבס' זיך אויפגעוועקט און געקאמבעקט צו געווינען די פיפטע און זעקסטע און געפארסט א געים סעווען, די 'קאבס' שפילן היינט אונטערן פיטשער הענדריקס וואס האט געהאט די יאר די בעסטע אי. אר. עי. אינעם ליגע אבער פונעם אנדערן זייט שפילן די 'אינדיענס' אונטער קלובער וואס איז געווען ספעקטעקולער אינעם פאסט סיזען און געפיטשט אין געים 1 און אין געים 4 און ביידע געווינען, מיין פרעדיקשען (איך ווייס נישט וויאזוי מזאגט עס אין יודיש) גייט פאר די 'קאבס' ווייל די טיעם לעבט יעצט אויף אלע באקן אין מיט הענדריקס אויף די מאונד האבן די אינדיענס שוואכע שאנסן צו סקארן צו סאך אבער אין ספארטס קען מען זיך קיינמאל נישט אויסרעכענען וועמער מוזן ווארטן אויף היינט נאכט... טיים. וויל. טעל.

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 1:14 pm

· #353412
איך האב אויך א (גאט) פיהלינג אז די ..."קאבס" גייען געווינען די וואוירלד סיריעס.
נאר אז דו וועסט צוריקקוקן איבער די היסטארי פון די לעצטע פאר יאר. ווען די לאקאלע ניו יארק טיעמס, די יענקיס, און איין יאר די מעטס האבן געווינען די וואוירלד סיריעס, איז עס נישט אנגעקומען לייכט און אלס א דבר פשוט. א יעדעס מאל וואס זיי זענען אנגעקומען צו די עק פון די פלעי-אפפ'ס, האבן זיי פארלוירן איינס אדער 2 קריטישע געימס, און דאך האבן זיי ארויסגעשלעפט א ניצחון אין די לעצטע מינוט. דאס איז גוט פאר א ביסל דראמא.
אפילו אין די ספארט שפיעל פארמעסטן איז דא א מוסר השכל. כמו שכתבתי במקום אחר.

פייער אפפער » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 1:30 pm

· #353414
Re: ספארטס: בני יעקב
שיק אהיים א לינק צו די מקום אחר

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

פייער אפפער » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 1:33 pm

· #353416
Re: ספארטס: בני יעקב
אינטערסאנט איז אז ביידע טיעמס פון היי יאר זענען שוין יארן לאנג נישט אנגעקומען צום ווארלד סיריעס

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 2:16 pm

· #353419
פייער אפפער
שיק אהיים א לינק צו די מקום אחר

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד...דערצייל נישט פאר קיינעם. איך וועיס נישט וויאזוי. (נישט נאר דער אדמו"ר וועיסט נישט.) איך בין א געשוואלענער עם הארץ בענייני טעכנאלאגיע. והא ראיה. ווען דער הייליגער, הגה"ק מהר"א שליט"א השוכן כבוד בקר"י האקט אויף ..."טעכנעלאגיע"... מיינט ער מיך. און נאר מיך... 😂 🙄

קלוגע יודל » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 1:32 am

· #353477
Re: ספארטס: בני יעקב
ר' דניאל אללעף פון dansdeals האט גאפאסט עפעס אז ער גייט זיין די ערשטע פיטשער ביי די געים 7 פון די ווארלד סעריעס. פונקטליך וואס די כבוד דערפון ווייס איך נישט, איך ווייס נאר אז ער האט באצאלט דערפאר איבער א מיליון SPG פוינטס, וואס א יעדע פוינט איז ווערט לערך צוויי צענט, איז דאס א קיימה לן פון איבער $20,000, איך פערזענליך האלט אז עס איז א שאד אויף יודיש געלט, אבער קען זיין אז אזוי ווי עס איז דא מאנכע וואס האבן די תאווה צו קויפן א שיר המעלות פארן רבין פאר $20,000 איז דאס ר' דניאלס תאווה (ובפרט לשיטתנו אז ער האט נישט קיין לעבעדיגן רבי'ן). אבער פון די אנדערע זייט גייט די שיר המעלות געלט כאטשיג פאר יודישע מוסדות התורה, און נישט צו מוסדות פון ספארטס / חכמה יוונית.

<a class="postlink" href="http://www.dansdeals.com/archives/97632">http://www.dansdeals.com/archives/97632</a>

<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/481646/history-orthodox-rabbi-to-throw-out-first-pitch-at-historic-world-series.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... eries.html</a>

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 3:45 am

· #353481
א קורצע (אבער שארפע) מעלדונג: די (שיקאגא) קאבס האבן ב"ה געוואונען די וואוירלד סיריעס...! פרטים יבואו...!

הירשל ציג » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 2:27 pm

· #353512
הכל בזכות רבינו 😎
cubs-3.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 2:48 pm

· #353513
הירשל ציג: יישר כח. אוועקגעלייגט אלע פראפאגאנדע , רשעות און אומפארגינערישקייט פון די מסטינים, איז חב"ד די איינציגע חסידות/ארגאניזירטע גרופ וועלכע גייען ארום איבער'ן גאנצן כדור העולם מזכה זיין אידן מיט מצוות...!

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 9:02 pm

· #359078
עס איז נישט די בני יעקב, עס איז די יענקבים
בלאט: 1 2