☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אלף נכנסין... ואחד יוצא!

אלף נכנסין... ואחד יוצא!

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4373

אביגדור » זונטאג יולי 28, 2013 8:11 pm

· #136834
אלף נכנסין... ואחד יוצא!
דאס איז מיין טויזענסטע תגובה, קעניינעהארע.

קאווע שטיבל איז פאר מיך געוועהן א הערליכע פלאץ, צו לייענען, פארברענגן, און שמועסן. איך האב אנגעקניפט פערזענליכע באציאונגען מיט טייל ניקס, און טייל האבן אפילו געפירט צו א פערזענליכע פריינטשאפט. אלף תגובות נכנסין איז א געוואלדיגע געפיל.

לאמיר נאר זעהן וויאזוי מען וועט טייטשען דער ואחד יוצא.

עאלאגיעס און אפשאצונגען וכו' וכו' קען מען דא אנפירקלען...

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יולי 28, 2013 10:30 pm

· #136894
און דאס איז שוין מיטן געפארקטע קאר... שטעלט'ס אייך פאר ווען זיין קאר פארקט ווען נישט וואלט ער שוין היינט געהאלטן ביי צען טויזענט תגובות.

פרישער » זונטאג יולי 28, 2013 10:51 pm

· #136897
מזל טוב פאר דיין תגובה וואס האט ארויף געלייגט דיין סטאטוס צי ואת האלף,
דער אייבישטער זאל דיר העלפען אז עס זאל דיר עפענען דיין מעיין המתגבר, און סאל דיר איין פאלען כסדר דברים טובים,
און איך זאל מאכען אסאך געלט.

matovu » זונטאג יולי 28, 2013 10:52 pm

· #136899
כ'האב שטארק מורא אז ער וועט ליב האבען צי קוקען אויף זיין פרופיל און זעהן דעם נומער 1000 אז ער גייט סטאפען צי שרייבען אפאר טעג.

איך קוק אלץ ארויס אויף דיינס א תגובה. איך שטים מיט מיט אלעם. אין איך האב ליב דיין מהלך. מיר זענען פינעם זעלבען חדר כמעט....
איין מאל אינגאנצען האסטו לדעתי געמאכט א לעפט טארן און דאס איז געעוען ביי פרשת העירוב בבארא פארק מיט רב פישילע. ווער עס געדענקט. אבער חוץ מזה איים וויט יא אלל דע וועי...

אויך לאך דיך אויס פין יעדער און ווער נישט באליידיקט אזוי שנעל. שרייב איבער יענער ווארד דאקיאמענט פינעם רב'ס שלמה'לעס בר מצוה. מיר קוקען אויס..

כל טוב

טעפל » דינסטאג יולי 30, 2013 7:09 am

· #137235
על אף וואס איך כאפ פון דיר אזאלעכע שארפע פעטש דאך זענען מיר זיך מחיה מיט יעדען תגובה דיינע, מיט א שארפן געשמאקען הומור אויף יעדען זאך זיי ממשיך ביתר שאת.. מיר קוקען ארויס אויף יעדע תגובה דיינער..

מאטי » דינסטאג יולי 30, 2013 10:25 am

· #137254
נו!! דארף נאך איינער מסביר זיין דעם "ואחד יוצא?? יעדן טאג ס'גייט דורך שפירן מיר דעם ואחד יוצא

סאשי פיש » דינסטאג יולי 30, 2013 10:36 am

· #137257
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די גמרא אינו דומה לשונה פרקו מאה פעמים לשונה מאה ואחד די איינמאל מאכט אויס נאר א מענטש האט ליב א נאמבער למשל 100 אדער 1000 עס איז א נאמבער עס זאגט זיך געשמאק פארדעם דארף די גמרא דאס שרייבען די זעלבע דא שרייב ווייטער ווייל די גמרא זאגט שוין אז עס איז אינו דומה 1000 צו 1001

די שרייבסט אז די האסט נישט קיין קאמפאס איך זאג דיך אבער די שווימסט אין די גוטע ריכטונג!!

ברסלבער » דינסטאג יולי 30, 2013 1:39 pm

· #137278
איך האב געמיינט אז דער ואחד יוצא מיינט אז נאך טויזנט תגובות וועט קומען איינס און א גוטס, אבער דערווייל ווי? וואס? ווען?
איך בענק מיך נאך דיינע שיינע געדאנקען, איך האף אז דו וועסט אונז נישט לאזן צו לאנג ווארטן.

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 9:51 am

· #138931
איך וויל דא אפעלירן צום ברייטן ציבור.
ווי אונז אלע ווייסן, האט אנגענומען א שווייגעניש צוליב דעם וואס ער וויל בלייבן א גראדן טויזענטער.
לויט ווי איך פארשטיי, איז עס פשוט א בחינה פון או סי די.
איך מיין אז די איינציגע וועג איז דורך אפעלירן צו די גבאים, אז זיי זאלן מעקן איינער פון זיינע תגובות, ממילא וועט ער זיין געצוואונגען צו שרייבן נאך איינס.

איינמאל ער לייגט ארויף זיין תגובה, זאלן די גבאים צוריקלייגן די געמעקטע תגובה, אזוי אז עס איז שוין סייווי נישט קיין גלאטע טויזענטער, וועט ער זיך ווייטער נעמען שרייבן.

וואס זאגט די עולם צו דער פלאן?

און אגב, אפשר האט ער דאס געמיינט ווען ער האט געשריבן 'ואחד יוצא'. אז ווען מען וועט ארויסשלעפן פון עם נאך 'איין תגובה', וועט ער זיך נעמען יאגן צו די 2000'סטע...

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:06 pm

· #142242
איך רייב מיך מיינע אויגען צו איך זע גוט אז איך האלט שוין ביי טויזענט הודעות און איך זע אז יא

טראכט איך אפשר חלום איך ציפ איך מיך און ניין איך חלום נישט מען האלט שוין דא

איך האב געטרייט מהנה צו זיין דו עולם מיט פיינע געשמאקע סאשי פיש איך האף אז מען האט הנאה

לאזט אייך הערען און וואונטשט אן לכבוד די שמחה

החותם בשמחה סאשי פיש

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:07 pm

· #142243
נאך אזויפיל סאשי פיש רייב איך מיר דעם בויך. קיעפ איט אפ! עווערי באדי לייקס יו!!

אביגדור » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:11 pm

· #142245
סאשי,

אייערע תגובות זענען געמאכט מיט אייער אייגענארטיגע בליק אויף זאכן, ס'מוז זיין איר בליקט ארויס פון שיפע סליט אויגן.

אייער תגובות זענען על פי רוב אנע ווערטער, ס'מוז זיין איר זענט פון דעם שטילן פאסיפיק-אזיאנע פאלק וואס רעדט נישט קיין סאך.

אייערע תגובות קומען שנעל און פלינק, מיט אלע מיני ספייסעס, אנגעגרייט אזוי ווי נאר די חברה מיט הויכע באקן ביינער קענען.

סאשי פיש, א יעדע בילד אייערע איז ווערד מער ווי טויזענט לייקס.

און פאר קינוח, נאט אייך א גרויסע

מזל טוב.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:17 pm

· #142246
דער עולם ווערט געבעטן זיך צו וואשן לכבוד די שמחה בבית ידידנו הרב סושי שליט"א


u.jpg

download (5).jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:36 pm

· #142249
ווי אזוי זאגט קופערניקוס (דער לעצטער)? ליבשאפט איז אין דער לופט!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:37 pm

· #142250
אגב סאשי. דיין ציפ האט וויי געטאן?...

טישו באקס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:14 am

· #142281
מזל טוב סאשי טייערער. כהאף נאר אז די וועלסט דיך נישט צו שטארק פארליבן קוקענדיג אויף די דריי באליס פונעם טויזענטער. זיי ממשיך ביתר שאת און זעה ווידער אמאל אנצוקומען צו נאך דריי באליס. קיפ איט אופ!!

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:41 pm

· #142456
איך האב געברענגט נאך!!
נישט כאפען עס איז דא גענוג פאר יעדעם!!
מאכטס אן ערליכע ברכה!

פאר קינדער
image.jpg
פאר די גיק חברה
image.jpg
פאר עמך יודען
image.jpg

מ. גליקמאן » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:51 pm

· #142556
מזל טוב סושי!

טעפל » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:13 am

· #142600
מזל טוב ערעב סאשי פיש, כ'מיין אז פונעם יסוד השטיבל איז נאך נישטא אזא איינער וואס האט אזויפיל מהנה געוועהן דעם עולם אין שטיבל (אפשר טאקע ווייל איין בילד רעדט טויזענט ווערטער און נאך מער) אבער איך קען טאקע זאגען מיט'ן פיל הארץ אז כ'האב דיך אפגעגעבען דיין כבוד הראוי מיט מקיים זיין ונהנית ולייקת וואו ס'שטייט אין פסוק, זיי ממשיך ביתר שאת אונז מהנה זיין, און מיר וועלען פראבירען צו לייקן עד כמה שידנו מספקת..

סאשי פיש » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 6:57 pm

· #162570
איך וויל דא אויסדרוקען א הארציגע מזל טוב פאר אונזער חבר @הוגה!!!

איך האב נישט די ווערטער ווי אזוי צו קענען אויסרימען הוגה,
אין יעדע נושא נעמט ער א שטעלונג און ער וועט עס פארטיידיגן ביזען סוף!!, אזאך וואס איך גלייך שטארק, ער לאזט זיך נישט פון קיינעם און ער וועט עס מסביר זיין מיט זיין גאונות און באקאנטשאפט אין אלע ענינים,

דו פולע לייקס זענען עדות ווי די עולם לייקט אים אזוי שטארק!!

הוגה דו ביסט אין כמעט יעדע נושא די מכריע מיט דיין פענע ואס דו פארמאגסט און די שפראך ווי אזוי דו ביסט מסביר א ענין!!

עס איז מיר זיך א כבוד צו דרייען אין די זעלבע קאווע שטיבעל ווי הוגה דרייט זיך!....

ודי למבין » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 7:02 pm

· #162573
גם אני אענה חלקי.
טראכטן קענען אסאך, האבן מיינונגען קענען נאך מער, אבער דורך טראכטן גרונטליך א זאך, קומען צו א קלארע מיינונג, זיי אראפ שרייבן אז עס זאל זיין געשמאק צו ליינען און דיפענדען אן אפעניען ביזן סוף און אלעס מיט כבוד הזולת, דאס קען נאר הוגה!
כה לחי! קיעפ די מאמענטעם גאוינג!

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:45 pm

· #162608
מזל טוב, הוגה.

לא איש דברים אנוכי, אבער אין די ווערטער פון דער מאן אין די שפיגל: יו אר די מען.

ברסלבער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:17 am

· #162652
@הוגה, מזל טוב צו דיינע טויזנט תגובות. אין אנדערע ווערטער, בערך טויזנט מאל וואס דו האסט מיר געמאכט טראכטן, כן יעזור ה' להלאה.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:20 am

· #162664
@הוגה מזל טוב, שמך נאה לך ולנו. העלפסט מיין מח צעלן טוען עקסערסייז.

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 3:26 pm

· #162711
יישר כח אייך אלע, עס איז מיר זייער אנגענעם צו פארברענגן מיט אייך. און א יישר כח פאר די מנהלי המקום און די אחראים פארן צושטעלן אזא וואונדערבארע פלאץ צו פארברענגן על דרך ישראל סבא.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:09 am

· #162938
הוגה מזל טוב צו אייערע אלף תגובות. זאל אייך גא-ט ברוך שענקן א ברכה אין אייער פעדער; עס זאל קיינמאל נישט אויף הערן צופירקלען; איר טינט זאל זיך קיינמאל נישט אויסטריקענן; עס זאל שרייבן רייד וואס עפענן פארשטאפעטע קעפ און רייניגן פאררויכערטע זעעלער אמן כן יהי רצון.
אה שיעור פארגעסן און אלעס על דרך ישראל סבא (מה זה?).
ווי עס ווינטש אייך אייער ווירטואלען פריינט:
בנימין

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:15 am

· #162939
בענדזשאמין פרענקלין
הוגה מזל טוב צו אייערע אלף תגובות. זאל אייך גא-ט ברוך שענקן א ברכה אין אייער פעדער; עס זאל קיינמאל נישט אויף הערן צופירקלען; איר טינט זאל זיך קיינמאל נישט אויסטריקענן; עס זאל שרייבן רייד וואס עפענן פארשטאפעטע קעפ און רייניגן פאררויכערטע זעעלער אמן כן יהי רצון.
אה שיעור פארגעסן און אלעס על דרך ישראל סבא (מה זה?).
ווי עס ווינטש אייך אייער ווירטואלען פריינט:
בנימין

איז פעדער א לשון נקבה ("איר" טינט)?
אויב יא דאן פארוואס איז *זי* נוטראליזירט גווערן מיט "עס" זאל שרייבן, און נישט "זי זאל שרייבן"?

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:18 am

· #162943
ס'איז א טמטום.

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:24 am

· #162945
הטמטום ומטמטם עם טמטומים.

סאשי פיש » זונטאג פעברואר 2, 2014 2:59 am

· #180803
מזל טוב!!!!!

@מאטי

איך בין שפראכלאז, ווי הייב איך אן מיט אזא קנקן ישן אבער מלא חדש והתחדשות, מיט א יעדע תגובה דיינע זעט מען מער און מער וואספארא כלי ליגט באהאלטן אונטער דעם ניק נאמען @מאטי,

יעדע תגובה האט א באזונדערע חן
וואס מען קען נישט מסביר זיין

אזויפיל מליצות און בדרך צחות
וואס פון דעם שעפן מיר פיל נחת

אונז דערקוויקען זיך פון דיך @מאטי
מער ווי א קליין קינד פון א צאמי און באטי

נאר ווער מיך נישט מיד
ווייל ווי דיך איז נאר דא א מיעוט

דו זאלסט דיך אייביג האלטן פריש
ווי עס וואונטשט דיין חבר @סאשי פיש

מוצאי ראש חודש
בשם כל הקהל הקודש

מאטי » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:45 am

· #180827
Wow wow wow סושי דו לייגסט מיר אויף א פעדעסטאל! כ'האב הנאה אז כ'האב געהאט די זכיה דיר מהנה צו זיין בתוך שאר הקהל.

רויטע וואנצעס » זונטאג פעברואר 2, 2014 2:42 pm

· #180924
פינטעל, נאט נייס.

Josh » זונטאג פעברואר 2, 2014 3:03 pm

· #180935
דער (פינטעל) איד
.

שאלה גדולה שאלת. ערשט גיב ארויס דיינע פינאנצן. #בלוטצאפער

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 7:12 pm

· #181019
איך האב א פריינט וואס איז א גראמער און ער האט מיר עס געמאכט בחינם

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 7:13 pm

· #181020
רויטע וואנצעס
פינטעל, נאט נייס.

ס'נישט א נייס וועלט

סקרן » דינסטאג יולי 3, 2018 12:20 pm

· #407883
סאשי לעטס גאו
א מזל טוב פאר בן ישי

אנטשולדיג בן ישי איך האב ערשט יעצט באמערקט ווי דיין ריכטיגע מזל טוב באלאנגט

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 3, 2018 6:35 pm

· #407949
באמערק איך יעצט ווי איך האב שוין אויך אריבערגעשפרייזט דעם ואת האלף.... נו, זאל דער אויבערשטער זוכה זיין צו זען פון מיר נאך טויזנט פעמים ח''י, בבריות גופא ונהורא דספרא.