☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נזם זהם באף *איבעי* !!!

נזם זהם באף *איבעי* !!!

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4272

האלץ האקער » זונטאג יולי 14, 2013 12:57 am

· #133209
נזם זהם באף *איבעי* !!!
א גוטע וואך אייך פריינט פונעם קאווע שטיבל פאראיין.
אזוי סיעצט מוצאי שבת און א שטיקל ווארעמס איז מסוגל פאר די וואך וואלט איך אייך געוואלט מיטטיילן מיין געפינס.
ווי באקאנט שוין פאר יארן לאנג(פאר אונז יונגע דור..) איז איבעי גאר פאפעלור צווישן די אלוועלטליכע המון עם און עס ווערט דארט פארקויפט מיליאנען אייטעמס יערליך(לויט מיין פריוואטע שטודיע קאמפעני..) און יעדער וואס זוכט נאר א אייטעם פאר ביליג אדער זוכט צו פארקויפן א גענוצטע אייטעם ווענדט זיך צו איבעי'ס וועבזייטל.

דאס איז א קורצע הקדמה פאר די וואס ווייסן נאכנישט וואס דאס מיינט און שעמען זיך צו פרעגן...

הכלל אזוי זיך דרייענדיג אויף איבעי איז מיין אויג געפאלן אויף א אייטעם וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן היימישן עולם גולם.

א אידישן אייפאד!!!
120 גיג אנגעפולט!!!
לויט וויאזוי איך פארשטיי פון די בילדער איז עס אנגעפולט מיט היימישע פלעיס ווי צב"ש אונטערן אויוון וכדו' מיט מנשה ליסטיג קליפס. און אידישע מוזיק וכו.

מעגליך עס וואלט געווען אינטערעסאנט פארן עולם וואס זוכט עפעס כשרס. בין איך מקיים אל תמנע טוב מבעליו...
כאפט א בליק און זייט אייך מחיי'.
בהצלחה.
Check out this item I found on eBay: <a class="postlink" href="http://pages.ebay.com/link/?nav=item.view&id=121141719628">http://pages.ebay.com/link/?nav=item.vi ... 1141719628</a>

סאשי פיש » זונטאג יולי 14, 2013 1:51 am

· #133233
אויב איך מעג פרעגען ביסטו דער פארקויפער??.....

איך אויך » זונטאג יולי 14, 2013 8:03 am

· #133272
וואס האט דער קעפל מיטן תוכן?
אגב ,שלום עליכם.

האלץ האקער » זונטאג יולי 14, 2013 2:36 pm

· #133393
סאשי פיש
אויב איך מעג פרעגען ביסטו דער פארקויפער??.....


ערשטענס מר. סושי פיש. מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט איין זאך פרעגן מעג מען אייביג. אדער באקומט מען א תירוץ אדער א פאטש...

צווייטנס גראדע בין איך נישט דער פארקויפער. נאר פשוט עס האט מיר געפעלן וואס א מאנסי אידל איז פייגעבאלן...און מעגליך עס קען צוניץ קומען פאר עימעצער וואס גייט ליידיג און קען זיך אנזיצן מיט צענדליגער שעה ...

הגם ווייס איך נישט צו עס איז אויסגעהאלטן על פי הלכה. עס איז לכאורה גניבה צו פארקויפן און קאפיען סידיס פלעיס וואס מען פארקויפט נאך אין געשעפט!

אויב עימצער האט א היתר פאר דעם און בכלל פארן קאפירן סידיס איז ער וועלקאם ותהא חלקו ממזכי הרבים...
(ווייל מען קאפיט עניוועי זאל כאטש זיין א היתר!!!)

NAVY SEAL » זונטאג יולי 14, 2013 5:58 pm

· #133458
עבר ושנה נעשית לו כהיתר ......

מאיר_וואלף » זונטאג יולי 14, 2013 6:10 pm

· #133463
איך האב אויך אזוי געטראכט

האלץ האקער » זונטאג יולי 14, 2013 6:24 pm

· #133465
"כ"היתר...
מאיר_וואלף
איך האב אויך אזוי געטראכט

מחשבה טובה מצרפה למעשה...


באט די געדאנק פון עבר ושנה איז נאר ""כ""היתר מיט א כ"ף הידוע...

מאיר_וואלף » זונטאג יולי 14, 2013 7:00 pm

· #133473
נו, פרעג א דיין, היינט-צו-טאג קען מען באקומען א היתר אויף אלעם

וואלד רויבער » זונטאג יולי 14, 2013 7:12 pm

· #133478
←אינטערעסאנט→
איך האב געטראפן די זעלבע זאך פאר פיל ביליגער מיט א ביד!!!

<a class="postlink" href="http://pages.ebay.com/link/?nav=item.view&id=121141730887">http://pages.ebay.com/link/?nav=item.vi ... 1141730887</a>

מאיר_וואלף » זונטאג יולי 14, 2013 7:49 pm

· #133486
דיינס איז אויך אנגעפולט מיט היימישע פלעיס ווי צב"ש אונטערן אויוון וכדו' מיט מנשה ליסטיג קליפס. און אידישע מוזיק וכו?

וואלד רויבער » זונטאג יולי 14, 2013 9:55 pm

· #133538
מאיר_וואלף
דיינס איז אויך אנגעפולט מיט היימישע פלעיס ווי צב"ש אונטערן אויוון וכדו' מיט מנשה ליסטיג קליפס. און אידישע מוזיק וכו?


טשעק עס אויס!!
איך בין נישט קיין אגענט דערפאר.
לויט ווי עס קוקט אויס איז עס די זעלבע זאך!

<a class="postlink" href="http://pages.ebay.com/link/?nav=item.view&id=121141730887">http://pages.ebay.com/link/?nav=item.vi ... 1141730887</a>

געפילטע פיש » זונטאג יולי 14, 2013 11:43 pm

· #133611
א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 7:31 am

· #133660
מאשקעס, קרעטשמעס והמסתעף וועסטו טרעפן לרחצה ביי די אייוועלטיסטן...

דענקער » מאנטאג יולי 15, 2013 8:43 am

· #133665
איך ווייס נישט וועגן א מאשקע, אבער צוויי מאנאטן ביהיינד מיט די רענט פארן פריץ בין איך.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 9:52 am

· #133672
דענקער, עמך אנכי בצרה..

וואלד רויבער » מאנטאג יולי 15, 2013 1:21 pm

· #133742
געפילטע פיש
א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?


וואס זענט איר אזוי פרייליך צו וואלד רויבעריי??

מילא די וואס האבן נישט קיין געלט / ראטע צו צאלן האבן דאך נישט וואס מורא צו האבן..

מאיר_וואלף » מאנטאג יולי 15, 2013 2:19 pm

· #133775
אוי וויי, די אשכול איז אינגאנצן אוועק געפארן פון די נושא

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 2:58 pm

· #133786
וואלד רויבער
געפילטע פיש
א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?


וואס זענט איר אזוי פרייליך צו וואלד רויבעריי??

מילא די וואס האבן נישט קיין געלט / ראטע צו צאלן האבן דאך נישט וואס מורא צו האבן..

.I'm always up to a good fight

וואלד רויבער » מאנטאג יולי 15, 2013 4:59 pm

· #133836
מאיר_וואלף
אוי וויי, די אשכול איז אינגאנצן אוועק געפארן פון די נושא

וואס ווילסטו נאך הערן?

וואלד רויבער » מאנטאג יולי 15, 2013 5:03 pm

· #133840
געפילטע פיש
וואלד רויבער
געפילטע פיש
א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?


וואס זענט איר אזוי פרייליך צו וואלד רויבעריי??

מילא די וואס האבן נישט קיין געלט / ראטע צו צאלן האבן דאך נישט וואס מורא צו האבן..

.I'm always up to a good fight


מיט פיש הייבט מען זיך נישט אן..(נאכדערצו אין די ניין טעג ווען זיי געוועלטיגן איבער אלעם..)

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 5:04 pm

· #133841
דאנט ווארי, באלד קומט אלול און די פיש ציטערן, דאן איז די ריכטיגע צייט זיך אנצוהויבן.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 7:00 pm

· #133872
שמעקעדיג וויל דוקא איך זאל ארויס נעמען די סוירטש טול. שוין, זאל זיין.

וואלד רויבער » מיטוואך יולי 17, 2013 1:10 pm

· #134211
שמעקעדיג
מאשקעס, קרעטשמעס והמסתעף וועסטו טרעפן לרחצה ביי די אייוועלטיסטן...


קאווע שטיבל איז אין קאמף מיט איי וועלט??

משה געציל » מיטוואך יולי 17, 2013 1:21 pm

· #134216
איר האט עפעס א געהיימע אפמאך אינטערן טיש? לאזט אים האקן האלץ אין וואלד און ער פאראט אייך נישט?

וואלד רויבער » מיטוואך יולי 17, 2013 2:45 pm

· #134246
משה געציל
איר האט עפעס א געהיימע אפמאך אינטערן טיש? לאזט אים האקן האלץ אין וואלד און ער פאראט אייך נישט?

אויף וועם זענט איר ברוגז יעצט?
ווער האט אייך געמאכט בלאזן אזוי פארן כאפן א שויער ווען אייער קאפל גליטשט זיך נאך אומקאנטראלירט אויף אייער גליטשיגן קאפ וואס לעכצט נאך אביסל פרישקייט???...