☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די הייליגע טעג - א פרעשור?

די הייליגע טעג - א פרעשור?

102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1327
בלאט: 1 2 3

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 6:09 pm

· #30891
די הייליגע טעג - א פרעשור?
מיר שטייען יעצט ערב חמשה עשר באב, וואס ס'ווערט געברענגט אין די ספה"ק אז די התנוצצות פון די ימי הרחמים והרצון הייבט זיך אן פון דעם טאג, און מען שרייבט שוין צו אויף די בריוון א כתיבה וחתימה טובה (אגב: נאר אויף בריוון. אויף אימעילס, פעיסבוק און טוויטער מעסעדזשעס ווערט נישט געברענגט, און מיר האבן נישט קיין מסורה דערויף, וצ"ע).

אזוי אויך, פון חודש תמו"ז (זמני תשובה ממשמשים ובאים) און א"ב (אלול בא) קומט שוין אן די דערמאנונגען אויף די הייליגע טעג, ווער רעדט נאך אלול אליינס, ווען דער שופר גיט א ציפ און הארץ, און ווען מען דארף שוין אויפשטיין 4:30 צו סליחות, שפירט מען ממש אט אט דעם יום הדין.

ליידער אין די לעצטערע יארן - אלס א רעזולטאט פונעם לאנגן גלות - איז מיר אויסגעקומען פון זייער אסאך אינגעלייט - און אפילו עלטערע - צו הערן דעם אויסדרוק "איך האב נישט קיין געדולד צו די ימים נוראים. עס איז סתם א פרעשור. איך וויל מיך שוין טרעפן נאך יום כיפור"...

מאנכע ווילן זיך זעהן נאך הושענא רבה און שמחת תורה. זיי האבן אפילו נישט קיין געדולד צו די ימי השמחה. זיי האבן אזא פאביע און אומרואיגקייט פון די צומישטע סדר היום, זיי האבן ליב עולם כמנהגו נוהג, נישט זיין אויף ביינאכט און שלאפן בייטאג, גיין אין ביהמ"ד אדער זיצן צופיל אין די סוכה. מ'וועל מיר נישט אריינגיין אין די סארט אידן, ווייל עס איז א באזונדערער פראבלעם, וואס מאכט זיך ביי זיי פסח פונקט אזוי, אדער אפילו פורים. יעדע שינוי הווסת איז גורם א צודרייעניש ביי אים אין מח, און ס'לייגט פרעשור.

מיר וועלן זיך באציען צו דעם חלק פאלק וואס האט פשוט נישט קיין געדולד תשובה צו טאן, ס'איז זיי ליבערשט צו זיין איינגעטינקען אין דעם טאג-טעגליכן מגושמ'דיגן לעבן, און ס'איז זיי שווער זיך אראפצושאקלען פון די אלע "פאן", און זיך מתבונן זיין, מאכן א חשבון הנפש, און מהרהר בתשובה זיין.

מ'קען עס אנקוקן אויף 2 וועגן. דער אמת אז ס'איז שוין א אלטער מחלוקת, צי אלול - און די ימים נוראים - איז "א בער" אדער נישט. מצד אחד, איז עס באמת א פחד. א יום הדין. "ימים נוראים", פארכטיגע טעג. עורו ישנים משינתכם. זוחלים ורועדים מיום בואיך. ונתנה תוקף קדושת היום כי הוא נורא ואיום. און איך קען אויסרעכענען נאך א 20-30 פראזן.

מצד שני, ווערט דאס גערופן ימי הרחמים והרצון, עס איז מבואר אין די ספרים אז דאס איז איין שטיק רחמנות פון השי"ת צו אונז אידן. ערשטנס, אויסצורייניגן און מאכן מיט אונז א יערליכע ספרינג-קלינינג, וואס איז באמת פאר אונזער אייגענע טובה. און צווייטנס, אז ביי א בשר ודם, ווען מען וויל מאכן א משפט אדער א אינוועסטיגעשיאן, טוט מען אלעס באהאלטן אז דער יעניגער זאל גארנישט וויסן, און פלוצלינג 4:00 פארטאגס ברעכט מען אויף די טיר און מען קייטעלט אים. משא"כ ביי אונזער יום הדין, איז דער באשעפער מודיע פון פאראויס דעם באשטימטן זמן, מיר זאלן זיך קענען צוגרייטן, תשובה טאן, זיך איינקויפן פרקליטים ומליצי יושר, בלאזן שופר כדי צו איבערדרייען דין לרחמים. און טאקע דערפאר טוען מיר זיך אן מיט יו"ט'דיגע קליידער, ווי דער פסוק זאגט לך אכול בשמחה את לחמך וגו', נישט מען גייט ארום מיט שווארצע קליידער ווי די אומות העולם וכו' כידוע.

א גרויסע חלק פון אונז זענען אויפגעוואקסן מיט א מורא'דיגע פרעשור איבער די הייליגע טעג, וואס סוב-קאנטשעסלי לאזט עס איבער א ביטערן טעם אין מויל, און ליידער אנשטאט אריינצוטראכטן די גוטע זייט פון די מטבע, ווערט מען נערוועז אפילו פון טראכטן דערפון! עס זענען פאראן אזעלכע שיינע ספרים צו לערנען אויף די הייליגע טעג, וועלכע קען איבערדרייען דאס הארץ צום גוטן, אז מען זאל זיך ממש בענקען צו די טעג, ווען יעדער איד פילט זיך לכה"פ אביסעלע דערהויבן.

וואס זאגט דער עולם? לאמיר מאכן א קאמפיין און אריינלייגן אביסעלע זיסקייט אין די הייליגע טעג?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:37 pm

· #30991
סארי שמעקעדיג, קודם לאמיך זינדיגען און נאכדעם וועט מען רעדן פון תשובה. אויף וואס ווילסטע זאלעך תשובה טון? אויף די לשון הרע'לע פון נעכטן אדער אויף די ליגענט פון היינט...?
קאם אן!

קלוג און יונג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:57 pm

· #31002
פאר מיר איז דאס זייער א שווערע זאך:

צום פארדאנקען די הונדערטער מנהגים און סגולות זיך אויסצו'פועל'ן א זיס יאר, בין איך אויפגעוואקסן מיט די קאנסעפשען אז דער באשעפער וויל אונז באמת אלע אומברענגען ח"ו, אנלעס אונז וועלן גענוג איינרייסן און טהון גענוג סגולות איהם צו קאנווינסען אונז צו לאזן אויסלעבן די יאר.
מ'וויינט, מ'ווישט די נאז, מ'פאסט און מ'בעט זיך ער זאל אונז פארשוינען און נישט אויסגיסען זיין צארן אויף אונז, אזוי ווי מען זאל ווען להבדיל רעדן פון צאר ניקאליי דעם פערטן אין אלטן רוסלאנד.

אויב בין איך א יחיד אין דעם דעמאלט רעד איך זיך אויס מיין הארץ צום עולם און כ'וועל ווארטן אויף הילף.

ווי איז געווען די א-ל רחום וחנון קאנצעפט? אה, אינמיטן די יללות ביי נעילה.

איך בין געווען דערשראקען, אנגעצויגען, ווייט אוועק פון די פילינג פון א קינד וואס רעדט צו זיין טאטען וואס וויל איהם סיי ווי געבן די בעסטע וואס ער קען. אויב וויל ער מיך געבן די בעסטע פאר מיר, האב איך געטראכט, סא פארוואס דארף איך פאסטען הונדערט מאל האלבע טעג, פארוואס איז נישט גענוג איין טאג יום כיפור ווען ער האט געהייסן, וואס האט מיך געמאכט סענס אז ס'איז זיך אויסצורייניגען און אפשר צו ווייזען יא טאטע איך וויל זיין וואויל.

אבער די אנגעצויגענקייט, נאכאנאנדע סגולות און טעקניקס פאר א זיס יאר? פאר אזא טאטע? פאר די אלטימעט רחום וחנון? פארן באשעפער וואס איז רחמנות אליינס?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:21 pm

· #31057
און שולדיג דערין זענען אונזערע עלטערן!

אלעס איז צוגעגאנגען מיט א שרעק. ערב יו"כ פארטאגס האט מען מיר פון בעט ארויסגעשלעפט מיט אזא אימת מות צו שלאגן קאפאארעס, ראש השנה האט מען געמוזט דאווענען ביי א גאר ערנסטע אנגעצויגענע ביהמ"ד פון די 7 יאר! אלעס איז צוגעגאנגען מיט אזא דערביטערקייט. פארוואס זאל אזא איינער פיהלן א זיסקייט דערין?

היינט צוטאגס שלאג איך כפרות אין א גרינעם דינסטאג אינמיטן העלן טאג (אדער איינע פון די אנדערע טעג פון די עשי"ת).

און נאך אנדערע שינויים וואס איך האב געמאכט פשוט צו פארגעסן פון די "הארראר" וואס די "הייליגע טעג" פלעגן מיר מיטברענגען.

טעלעפאן » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:30 am

· #31145
שמעקעדיג, ביזט 100% גערעכט. אבער ביי מיר זענען שוין די ימים נוראים א פארטיגער... איך האב אזעלכע ביטערע זכרונות, אז אפילו ווען איך טראכט אריין אז בעצם איז עס געשמאק, אויב גייסטו אין א געשמאק ביהמ"ד און דו נעמסט עס אן אויפן ריכטיגן וועג, דאך, דער "גירסא דינקותא" איז "היער טו סטעי"...

נאר וואס דען? איך האף אי"ה אז פאר מיינע קינדער וועט עס זיין א געשמאקע עקספיריענס. איך וועל פרובירן מיין בעסטע אי"ה

פראפעסאר שפירא » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:38 am

· #31166
ביי מיר ב"ה איז עס נישט קיין אנגעצויגענע עקספיריענס, כ'קוק עס אן ווי טעג ווי מען ווערט נענטער אין מען בעט זיך איבער מיטען באשעפער,

למעשה טוה איך וואס איך וויל, כ'לייג נישט אזא שטארקע דגוש אויף דאס אין יענץ, סליחות זאג איך וווען ס'קומט אויס, א' סליחות אין ערב יום כיפור, שלש עשרה מידות, טריי איך צי זאגען, ערב ראש השנה איז צי לאנג, סאו ביניך זיך אמאל מוצא מיט א צווייטען,

כ'גיי מיט די שיטה טוב מעט בכוונה, כ'פרוביר צי ווערען נענטער מיטען באשעפער אויף מיין וועג, אמאל מיינע פאר קאפיטלעך תהילים איז מיר מער ווערד, ווי דארעך חיפערען גאנץ תהילים "ווייל אזוי איז די מנהג",

לעצטע יאר האב איך געשלאגען כפרות אויף געלט, די גאנצע כפרה שלאגען איז מיר נישט געפאלען, זיי קוקען אויס האלב טויט, ס'קוקט אויס ווי זיי קומען פין א קאנצענטראציע לאגער, ווען כ'וואלט געהאט א ארגאנישע געזונטע האן, אין כ'וואלט געקענט שעכטען אין כשר מאכען, וואלטעך מסתם געשלאגען כפרות אויף א האן, אבער מיט די קאנצענטראציע לאגער כפרות זאל א צווייטער שלאגען,

אלץ קינד האט מיר מיין טאטע קיינמאל נישט משוגע געמאכט מיט סגולות אין מנהגים, אפילו דאווענען געדענקעך נישט אז ער זאל מיר הייסען,

סאו בעסיקלי כ'טוה תשובה אין כ'פראביר צי ווערען נענטער מיט גאט, וואס דאס איז די צייט פין יאר וואס ס'גרינגער צי נענטער ווערען צי גאט,

למעשה טוה איך נישט וואס "יעדער טוט", כ'טוה וואס "איך" טוה, יעדער דארף טוהן דאס וואס רעדט צי אים, "קאמערשעל" סגולות אין מנהגים, עם ........ כ'ווייס נישט, כ'ווייס פין איין סגולה, פלעין צי תשובה טוהן אין שוין, קיינער זאל זיך נישט איינרעדען אז מען קען אינטערקויפען דעם אייבערשטען מיט א פאר סגולות,

דער באשעפער וויל דאס "הארץ", נישט א מיליאן סגולות, פאר איינעם איז עס איין קאפיטעל תהילים, אין פאר א צווייטען אין עס א טרערעלע ווען ער ווארט ביי א רויט לייט, אין טאמער ס'פעלט דאס הארץ קען קען מען קלאפען הושענות א גאנצען טאג, ס'וועט עים העלפען ווי א אויסגעקלאפטע הושענה, 😎
,

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:41 am

· #31167
טעלעפאן
נאר וואס דען? איך האף אי"ה אז פאר מיינע קינדער וועט עס זיין א געשמאקע עקספיריענס. איך וועל פרובירן מיין בעסטע אי"ה


יישר כח, טעלעפאן! דאס האב איך געווארט צו הערן.

מיר דארפן לכה"פ זעהן אז אונזערע קינדער זאלן נישט איבערנעמען אונזער עקספיריענס.
נישט איגנארירן און לאזן די זאך קאלט ח"ו, נאר מען דארף אריינגעבן יראת שמים און יראת חטא, מען מוז תשובה טון, אבער עס קען זיין יראה של אהבה (?).
אויב וועלן אונזערע קינדער האבן די השגות ווי אונז אינעם קומענדיגן דור, וויל איך נישט זאגן ווי אזוי די ימים נוראים גייט ביי זיי אויסזעהן.

איך למשל, בין נאך עד היום אנגעצויגן א גאנצן ר"ה און יוכ"פ. ווען איך קום אין שול און איך זעה מענטשן אין קופקעס שמועסן און שמייכלען, קוק איך זיי אן כמעט ווי רשב"י האט אנגעקוקט די ארבייטערס נאכן ארויסקומען פון די מערה (אקעי, ס'איז א גוזמא). נישט פון מיין גרויס יראת שמים, נאר איך ציטער באמת אז אויב נישט יעצט, דאן פארפאסט מען א גוט יאר... ווי קען מען דען יעצט ארומלאכן...

און נאכדעם קומט נאך צו די אנדערע מחשבות, וועלכע איז מלבא לפומא לא גליא, מענטשעלעך פארשטייען נישט די חשבונות פון השי"ת, מען זעהט ווי מענטשן וועלכע בעטן און דאווענען און נאך אלעם האבן זיי נעבעך א ביטער יאר רח"ל, און ווידרעאום אנדערע וועלכע נעמען אלעס קיל, זיי שרייען נישט ביי ונתנה תוקף, און דער לעבן שמייכלט צו זיי און האבן מכל טוב וואס זיי קענען נאר חלומ'ען. איך גיי שוין נישט אריין אין גויים (מ'דארף נישט קריכן ביז די עשירים ווי ביל געיטס) אדער אפגעפארענע און אמת'ע אפיקורסים, וועלכע דאווענען בכלל נישט און עכ"ז פעלט זיי גארנישט, נניח אז זיי האבן גענצליך אן אנדערן דין, זיי באקומען זייערס אויף יענע וועלט; אבער אפילו ביי די היימישע אידן זעהט מען דאך אלע סארטן, צדיק ורע לו סארטן קשיות.

ס'איז אינטערעסאנט ווי יעדעס יאר באזונדער, ווען עס קומט סוף חודש אלול, יעדער איז שוין זאט פון די צרות פונעם פארגאנגענעם יאר, האפט מען באמת פון טיפן הארצן אז תכלה שנה וקללותיה, און יעצט הייבט זיך אן א נייע יאר, א נייע חשבון, מען וועט זיך אויסבעטן, און דאס יאר וועט שוין זיין "השנה", די שנה הידועה, שנת גאולה וישועה, אן קיין צרות, פרייליך און צופרידן... און ליידער גייט אדורך א יאר נאך א יאר און נאכאיינס, ועדיין לא נושענו... דאס שוואכט אפ ליידער אפ דעם כח פון אמונה בתפלה. און דערנאך ווען עפעס פאסירט, אין סאמע ר"ה אליין געשעהט א עקסידענט, הייבט מען אן מאכן חשבונות, איז דאס נאך געווען אנגעשריבן לעצטע יאר? אדער א פרישע גזירה צום נייעם יאר? און ליידער דער אפעטיט פארגייט, ווען מען זעהט אז אין הימל פירט זיך אלעס אנדערש ווי מיר פארשטייען און טראכטן. מען דארף זיך שטארק מחזק זיין און גלייבן אז די תפלות טוען אויף און ברעכן טויערן, נאר אין דעם הסתרת פנים קען מען גארנישט זעהן, עכ"פ דערווייל.

אונטערשטע שורה. ווער עס ווייסט פון גוטע ספרים, לימודים, דרשות, אדער סתם עצות, וועלכע איז גוט צו לערנען און טון סיי מיט זיך, און בעיקר פאר די קינדער, אז ס'זאל נאך בלייבן א געשמאקקייט פאר זיי אין די הייליגע טעג, זאל ביטע לאזן וויסן.

==========

פראפעסאר האקט. זאגסט גאנץ גוט, און כ'האב הנאה צו טרעפן אזעלכע ווי דו. (זאג נאר: ווי אזוי איז מען מוציא סליחות פון א צווייטן??....)

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:00 pm

· #31195
ביי מיר איז אויך די הייליגע טעג אן אפקומעניש, אבער נישט צוליב מיינע זכרונות נאר צוליב מיינע ארומיגע. בטבע קען איך נישט דערליידן אנגעזעצקייט, טרויערן, אנגעצויגנקייט, פארקוועטשקייט וכו' וכו' בכל שום וחניכא דאית ליה.
איך פאר מיך קען איך מאכן שבת פאר מיר און פראווען א דערהויבענע הייליגע טעג אבער די ארומיגע אטמאספערע הרג'עט די זאך. די אנגעצויגנקייט פון די מענטשהייט אין די הייליגע טעג איז עפעס וואס איך קען נישט דערליידן. די זעלבע איז גראדע מיט תשעה באב. איך האלט נישט אויס די אנגעזעצקייט.

איך האף אז פאר מיינע קינדער וועט עס שוין זיין זיסער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:04 pm

· #31197
אויב אזוי, יידל, דאן ווי אזוי דרוקסטו אויס טרויער (תשעה באב), אדער צער וחרטה אויף די עבירות, און בקשות אויף א זיס יאר?

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:31 pm

· #31250
שמעקעדיג
אויב אזוי, יידל, דאן ווי אזוי דרוקסטו אויס טרויער (תשעה באב), אדער צער וחרטה אויף די עבירות, און בקשות אויף א זיס יאר?

איך קען זיין טרויעריג, איך קען אבער נישט פארנעמן די "מצב" (די אטמאספערע) פון טרויעריגקייט.
די אמת איז טאקע אז תשעה באב און יו"כ זענען פאר מיר זייער שווערע טעג. מ'דארף זיין טרויעריג, מ'דארף זיין ערנסט, אבער ס'קומט מיר אן זייער שווער.

קרעקער » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:54 pm

· #31255
עס איז די אנגעזעצקייט וואס עטץ קענטס נישט פאנעמען?
און וואס איז מיט די שמחה סוכות? דעמאלטס ברענט עטץ יא ביים שאקלען לולב ואתרוג? שרייטס עטץ מנהמת לבכם ביים מאכן דעם לישב?
איך גלייב אז די ענטפער איז ניין.
דאס מיינט אז עטץ זענטס קאלטע גאלע. לייגטס עס דעמאלטס נישט ארויף אויף די טאטעס מאמעס באבעס.
ס'איז ענקער שאור שבעיסה

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 4:22 pm

· #31259
קרעקער, דו ביסט זייער שארף, און דו טרעטסט אויף די הינער אויגן... (יעדער פון אונז האט א שאור שבעיסה).

קודם כל - יא! איך מאך א ברכה לישב בסוכה מיט א התלהבות, און ביים שאקלען לולב אויך! וואס וועסטו יעצט ענטפערן?
איך דאווען יום כיפור אויך זייער ערליך, מיט מיין גאנצע הארץ, ס'ברענט. קענסט זיכער זיין איך שטופ נישט די צייט.
נישט דאס איז די קשיא.
איך רעד פון די וואס דאווענען ערליך יוכ"פ, און שאקלען לולב ערליך, א.א.וו. אבער דער געפיל פון די הייליגע טעג איז "איך וויל עס זעהן אריבער".
פונקט ווי א קאורט קעיס פון א בשר ודם. ער איז אנגעצויגן און ער וויל ער שוין זעהן אריבער און פארטיג.
משא"כ סוכות - יא ברענען נישט ברענען - מ'יאגט זיך נישט אז ס'זאל אריבערלויפן. קיינעם באדערט נישט, זאל זיין סוכות נאך 2 וואכן געזונטערהייט.

פארשטייסט וואס איך מיין?

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:33 pm

· #31314
קרעקער
עס איז די אנגעזעצקייט וואס עטץ קענטס נישט פאנעמען?
און וואס איז מיט די שמחה סוכות? דעמאלטס ברענט עטץ יא ביים שאקלען לולב ואתרוג? שרייטס עטץ מנהמת לבכם ביים מאכן דעם לישב?
איך גלייב אז די ענטפער איז ניין.
דאס מיינט אז עטץ זענטס קאלטע גאלע. לייגטס עס דעמאלטס נישט ארויף אויף די טאטעס מאמעס באבעס.
ס'איז ענקער שאור שבעיסה

גג על גג אלעס כדי צו קענען זאגן אז מיר זענען אליין שולדיג.
טאנצן ושמחת בחגיך האב איך זייער ליב, איך טאנץ אריין. ברענען ביים שאקלן לולב? וואס מיינסטו ברענען? זיך פארקנייטשן די שטערן און שרייען מיט פארגלייזטע אויגן? ווי אויבן דערמאנט, מיין תכונת הנפש גלייכט נישט קיין פארקוועטשקייט. יא, איך מאך די ברכה מיט א פרייליכקייט און א פרישקייט! אבער איך שריי נישט מנהמת לבי. מנהמת לבי שרייט מען ווען מען איז פארווייטאגט, ווען מען איז אין א קלעם, עיין תהלים פרק לח פסוק ט. איך שאקל נישט לולב מיט א פארווייטאגטקייט, דירעקט נישט.

און אגב, לו יהא איך בין א קאלטער, פארוואס קען איך עס נישט ארויפלייגן אויף מיין טאטע, מאמע און באבע? אפשר איז עס זייער שולד אז זיי האבן נישט אריינגעגעבן ווארימקייט אין מיר? אבער יעצט פארפארן מיר שוין גענצליך פון די רעלסן פון דעם אשכול. דא רעדט מען נישט איבער קאלטקייט, נאר פון אנגעצויגנקייט.

חאצקל » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:53 am

· #31430
איז דען דער אנגעצויגענער ימים נוראים קלימאט וואס אונזערע עלטערן האבן איבערגעגעבן א ניי ערפינדענער זאך, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, וויאזוי ס'עאיז געווען אמאל אין שטעטל אין די סליחות טעג.
ווידער אין די ספרים קען מען טרעפן זה בכה וזה בכה, איינער זאגט נאר מיט שמחה, דער אנדערער זאגט נאר מיט יראה, אדער וגילו ברעדה (ועין יסוד ושורש העבודה על ימים נוראים). דאס איז אבער זעכער, אז די אנגעצויגענע אטמאספערע אין די ימי הרחמים, האט זיך ווייט נישט אנגעהויבן היינט.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:20 am

· #31443
חסידים דערציילען אז אפילו די פיש אין טייך האבן געציטערט אין די הייליגע טעג, אוודאי האבן זיי געציטערט, מאכט א חשבון וויפיל פיש אונז עסן מער אפ אין די חודש, אזא דרייסיג פערציג פארציעס פער קאפיטא, א קלייניקייט?

אבער צום פוינט, איך האב זייער ליב די הייליגע טעג. איך נעם בטבע נישט קיין פרעשור, ממילא גייט אלעס מיט א רואיגקייט, איך ווייס נישט אויב מיין חינוך האט עפעס געהאט צו טוהן מיט דעם. חוץ מזה וואס איך האב זייער ליב גאט, אונז פארשטיי מיר זיך אויפן ווינק, און מ'קען זיך צאמקומען מיט חברים אין סמעדרעש, און מיט משפחה אינדערהיים, מ'פארברענגט מיט שמועסערייען און זינגערייען, און מ'עסט עפעס צו צו דער זייט אויך, וואס קען זיין בעסער ווי דעם?

ראש השנה איז א יום טוב ערשט, און א יום הדין צווייט. אין פסוק שטייט נישט גארנישט איבער יום הדין.
תשליך איז זייער שיין, מ'כאפט א שפאציר ביים וואסער אין די קילע תשרי נעכט, וואס מ'טוט סיי ווי פון מאל צו מאל, דא רעדט מען נאכאמאל מיט גאט און מ'בעט אז דאס יאר זאל שוין יא זיין א גוט יאר.
צום גדליה ריפרעשט מען די פעידזש נאכן עסען אזוי באנטש די צוויי טעג ר"ה.
יו"כ צווישן זאגן די גרויסע ווערטער און שמועסן בדקדוק חבירים פארגעסט מען באלד אז מ'פאסט.
סוכות, חוץ פון אויסרעכענען ווי אזוי צו האלטן די לולב, אתרוג האלטער, און טלית בייטל אין איין האנט איז אלעס פיין און וואויל, מ'זיצט אינדרויסן, מ'האפט אויף גוטע וועטערס, מ'פרעגט אלע חברים ווי מ'גייט חאלעמויד, צום סוף שטייט מען אויף שפעט און מ'טוט גארנישט רוב טעג. איין טאג קומט יא עפעס אויס צו טוהן אבער איך ענדזשוי גארנישט צו טוהן, ס'גארנישט ראנג צו נעמען א ברעיק פון די הלוך ילך פון א גאנץ יאר און מאכן Pause פאר אפאר טעג. ביי מיר איז עס א מיר ריסעט באטען, מ'מאכט א קליינע ריסעט יעדע וויקענד, און א הארד ריסעט יעדע פאר חדשים, אדער ימים טובים אדער וואקאציע.
שמחת תורה, קרעפלעך, קידוש ביים לייענען, שיכורים, מ'פרייעט זיך מיט די תורה, און מ'טראכט שוין פון די ארבעט ווי מ'גייט שוין אט אט (ענדליך) צוריק.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:27 am

· #31444
דער אתרוג איינקויפן איז מיר אן אפקומענישט.

און וואס מיינט פארשטייסט דיך מיט'ן אייבירשטן אויפ'ן ווינק...? עלעבארעט אביסעלע ביטע

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:32 am

· #31445
זר זהב
דער אתרוג איינקויפן איז מיר אן אפקומענישט.

און וואס מיינט פארשטייסט דיך מיט'ן אייבירשטן אויפ'ן ווינק...? עלעבארעט אביסעלע ביטע

איך גלייב נישט אז ער דארף מיין פארקוועטשטקייט אדער אנגעצויגענקייט, איך בעט עם שיינערהייט פאר א גוט יאר, מ'דארף נישט שרייען ער זאל הערען.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:41 am

· #31452
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט, מיין סמעדרעש האט פיינע עירין קדישין, קידוש מאכט מען לאנג פאר די תקיעות, ווער עקזעקטלי טעראריזירט דיך נישט צו שלאפן ראש השנה, די ווייב?

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 2:00 am

· #31462
זאג איר זי זאל נישט גיין אין ביה"כ אין ראש השנה, דאס קען גורם זיין מ'זאל האבן א פארקא*קטע מזל.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 11:20 am

· #31503
[ציטאט אראפגענומען]


טייערער אנאנים!!!

כ'האב מורא אז דו גייסט צו ווייט. לאמיר עס נישט רופן "טעראר", און נישט "רשעים", און נישט "גיהנם"! טעיק איט איזי.

די אלע זאכן האט דאך סוכ"ס מקורות.
און אונזערע עלטערן (אדער מחנכים) פרובירן אריינצוגעבן אין אונז א יראה, כ'ווייס נישט צו יראת שמים צי יראת הדין אדער יראת העונש אדער יראת ההורים.
זיי ווייסן פשוט נישט די ריכטיגע וועג אריינצוגעבן א אמת'ע ווארימע געפיל אין א הייליגן יו"ט.
אזוי ווי ביי אלע זאכן פרובירן זיי אוועקצוטרייבן דעם חושך מיט א שטעקן; אט אזוי פרובירן זיי אריינצולייגן יראת שמים (כאילו ס'שטופט זיך עפעס אזוי אריין מיטן שרייען)

סך הכל דארפן מיר זיך לערנען, און מיר זאלן טון בעסער. מיר דארפן פשוט זיין א סעמפל פאר אונזערע קינדער (כאטש ס'איז נישט אזוי גרינג, מיר האלטן דאך אויך נישט אזוי דערביי...)
אבער די קינדער זאלן לכה"פ זעהן ווי מיר פרובירן אונזער בעסט, מ'שאקלט זיך אפ אביסל פון די וואכעדיגע גשמיות'דיגן לעבן (א רוחניות'דיגע "RESET" באטן)
און מ'בעט זיך אויס ביי אונזער באליבטן טאטן א גוט יאר, ביי די הארציגע תפלות פון אבינו מלכנו וכדו', און מ'זינגט געשמאקע נוסחאות ביים דאווענען וועלכע צוגייט אין די ביינער.

חמול על עוללינו וטפינו. אויב מיר קוקן טאקע אזוי אויס, לאמיר כאטש אריינגעבן א בעסערן געפיל אין די קינדער.
תשובה טון דארף זיין א גוטע זאך, נישט א שרעקעדיגע זאך. "נישט תשובה טאן", דאס איז שרעקעדיג!

חאצקל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 12:43 am

· #31649
דוכט זיך, אז א געזונטע נפש וואס ווערט אויפגעצויגן אויף נישט קיין ראדיקאלע מהלך (ראדיקאל מיין אין נישט שווערע מנהגים, נאר דער וועג וויאזוי מ'איז מקפיד דערויף) קען פארטראגן אט די טעג, און נעמט עס אויף אויף א געזונטע וועג. אזא איינער ווייסט וויאזוי אויפצונעמען די ערנסטע זמנים, ער מיינט נישט אז מ'דארף זיין גענצליך א פרוש אין די טעג וכו'
אזעלעכע קאמפליצירטע מענטשן ווי די קריטיקער דא אינעם אשכול האבן יא א פראבלעם אין די דאזיגע זמנים, און מסתמא אויך אין אנדערע העווי אדער אומבאלימפערטע זמנים אינעם אידישן קאלענדער
כנלע"ד

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 5, 2012 3:08 am

· #31686
רבותי ס׳שטייט ועניתם את נפשותיכם..
טאקע נישט א גאנצע חודש, אבער יום כיפור יא.

מיין חבר האט זיך מיר אויסגערעדט אז ער פארנעמט נישט די פרעשער פין די הייליגע טעג.
כ׳האב עם געזאגט טריי אויס איין יאר נעם עס איזי, מאך נישט קיין מצב.
אויב וועסטו זען דיין יאר גייט אריבער אזוי ווי אלע יארן וואס דו האסט יא געמאכט פרעשער וועסטו וויסן פאר אייביג.

למעשה איז שוין צוויי יאר וואס ער איז רילעקסד ימים נוראים, און ביז דערווייל איז גארנישט ערגער ווי די יארן וואס ער האט יא געשריגן ביי נתנה תוקף.

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 5, 2012 8:40 am

· #31690
געפילטע פיש
[ציטאט אראפגענומען]

זאג איר זי זאל נישט גיין אין ביה"כ אין ראש השנה, דאס קען גורם זיין מ'זאל האבן א פארקא*קטע מזל.


אשפגתנו

א איד » זונטאג אוגוסט 5, 2012 2:58 pm

· #31789
פארוואס פיל איך נישט אזוי?

פון אלס קינד, פלעג איך אזוי ליב האבן די ראש השנה און יו"כ, אונז זעמיר אויפגעצויגן מיט אן אטמאספער, ווי געשמאק אידישקייט איז, איך פלעג זיך בעטן ביי מיין טאטן, ער זאל מיר לאזן קומען אין ביהמ"ד צו סליחות, אדער ער זאל מיר אויך אויפוועקן ביים עלות, ווי אויך ביז מיין בר מצוה האט מיר מיין טאטע נישט געלאזט, זאגן תיקוני זוהר פון ר"ח אלול, הערשט נאך מיין בר מצוה האט ער מיר אנגעהויבן לאזן.

[לעצטענס האט ער מיר מסביר געוען, אז ער לאזט נישט זיינע קינדער נאכטוהן זיינע חומרות און זאכן, אויב דו ווילסט עס באמת טוהן, איז נאר נאך די חתונה, אדער נאך די בר מצוה, יעדע זאך ווי אזוי עס קומט.]

די הייליגע טעג, דאווען איך אין א ביהמ"ד, וואס דאס ווארעמקייט צו אידישקייט איז דארט א גאנץ יאר אויף גאר א שטארקען פארנעם, דאס זיסקייט, וואס דער עולם דארט האט, איז גאר געשמאק.

א גאנץ יאר בענקט מיר צו די תפילות, צום אוחילה לקל אחלה פניו, אשאלה ממנו מענה לשון, ווי אזוי דער בעל תפילה בעט פונעם באשעפער מענה לשון, פילט זיך עס ממש כבן המתחטא לפני האב.
אדער די קדוש אתה ונורא שמך, פילט זיך די יראת התרוממות מורא'דיג.
די על חטא'ס יו"כ מיט אזא ווארימע ניגון, האט מיר איינער געזאגט דארט, עס לוינט זיך צו זינדיגן פאר אזא על חטא.
די אבינו מלכנו'ס, די נוסח ווי אזוי מען זאגט דאס ביי אונז און ביהמ"ד, איז נישט אזוי ווי די וועלטס נוסח, וואס ציהט און טרעט מיט שוך וואס האט נעגל פון אונטן, אבי-י- ינו מא-א-א-אלכנו וכו', נאר מיט א געשמאקע נוסח, וואס מען קען באשטיין צו בלייבן דאווענען א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט.

שוין צופיל זיך צולאזט, אבער מיינע געפילן האבן זיך ארויסגעלאזט.

אשכנ » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:19 pm

· #32115
מיר אליין, אפילו איך בין א שוואכער בעל מדרגה, בענק איך מיך צו די אידן וועלכע איך האב געקענט אלס קינד, וואס חאטש זיי זענען געווען נארמאלע עמך אידן פלעגן זיי צוגיין צו יעדע תפלה אדער מנהג פון ימים נוראים מיט אן ערנסטקייט.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:28 am

· #39330
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז איך האב מורא פון די אלול טעג.

משכיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:48 am

· #39334
אן עצה צו אפקילען די פרעשער איז נעמען א מסכת למשל מסכת ביצה אין לערנען דף נאך דף ווי לאנג מען זינגט מכלכל חיים און ביי די הויכע שמונה עשרה אין ווען מען האט צייט און מען האפט אז ביז נאך די הקפות וועט מען מאכען א סיום, דאס איז די בעסטע מעדעצין, מען פילט אפילו נישט ווי די צייט גייט פארביי,י

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:28 am

· #39343
איך זיך א וועג זיך אנצואווארעמען און איר קומט מיר אפקילן...

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:46 am

· #39353
געפילטע פיש
זר זהב
דער אתרוג איינקויפן איז מיר אן אפקומענישט.

און וואס מיינט פארשטייסט דיך מיט'ן אייבירשטן אויפ'ן ווינק...? עלעבארעט אביסעלע ביטע

איך גלייב נישט אז ער דארף מיין פארקוועטשטקייט אדער אנגעצויגענקייט, איך בעט עם שיינערהייט פאר א גוט יאר, מ'דארף נישט שרייען ער זאל הערען.


מען דערציילט אז דער בית ישראל פון גור איז אמאל אריבערגעגאנגען דעם קארלינער בית המדרש (וואו מען שרייט ביים דאווענען), האט ער זיך אנגערופן "מען האט שוין פראבירט מיט גיטנס?"

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:49 am

· #39354
[ציטאט אראפגענומען]


מען דערציילט אויף א גרויסע רבי, וואס האט געהאט א רביצין מיט אויעררינגלעך, וואס האט זיך אראפגעלייגט ראש השנה נאכמיטאג. ווען זי איז געקומען שרייען געוואלד, מען טאר נישט שלאפן, האט איר דער רבי געזאגט, אז א טאטע וואס קומט אהיים און ברענגט מתנות, און איין קינד שלאפט, לייגט ער אוועק פאר יענעם קינד דאס בעסטע מתנה.

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:56 am

· #39355
לגופו של ענין:

מען קען קיינמאל נישט מוצא זיין די גאנצע וועלט. פאראן מענטשן וואס ווילן דוקא ווארעמקייט און "א מצב" פון זיין אויף נעכט און טאנצן אין די רוחות אריין. אנדערע האבן ליב רואיגקייט און געשמאק.

דער עולם שרייט אז מען דארף טון אנדערש ווי די טאטע'ס און אזוי וועט זיין געשמאק. איר כאפט אבער נישט אז טייל קינדער וועלן וויינען "מיין טאטע איז געווען א קאלטער פערד אין די ימים נוראים", און אז אויב וויל מען אז די קומענדיגע דור זאל האבן ווארעמקייט, דארף מען נעמען די ימים נוראים מער ערנסט.

יעדע מענטש איז אנדערש און יעדער טראכט אנדערש. הערט אויף דאס אנצולייגן אויף אייערע עלטערן, און רעדט זיך נישט איין אז איר זענט קליגער.

יעדער דארף טון ווי אזוי עס איז אים געשמאק, און האפן אויף די בעסטע פאר זיינע קינדער.

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:57 am

· #39356
א הוספה אויף פריער:

איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון איינעם: פאראן מענטשן וואס טוען זאכן, אפילו עס נעמט אוועק פון זייער רוחניות, נאר דערפאר ווייל זיי ווילן מחנך זיין זייערע קינדער, אבער זיי טראכטן נישט, אז זייערע קינדער זענען נישט אלעס, זיי אליין זענען אויך מענטשן וואס דארפן שטייגן.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:49 pm

· #39526
איינער האט נעכטן געזאגט אין ביהמ"ד, נו! געוואלד! שוין אלול! מ'האט שוין געבעטן אויף "ולתשובה שלימה"!!
רופט זיך אן זיין שכן, יא יא, מ'האט אויך איינגעריסן אויף "לששון ולשמחה"....

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:10 am

· #43466
נו? שוין ממש נאנט צו ר"ה און ב"ה כ'זעה די עולם איז גאנץ רואיג דא....

איך בין עס » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:34 am

· #43468
איך האלט מען דארף נעמען א פיינע בית המדרש. איך וואק יעדע שבת און יום טוב א האלבע שעה. איך פלעג ביז יעצט גיין אין א שול וואס איך פלעג נישט ליב האבן, אבער יעצט גיי איך אין א פיינע שול וואס איז געשמאק צו זיין א יוד.
איך פלעג ביז יעצט פיינט האבן צו דאווענען, אבער יעצט איז עס געשמאק.

טעפל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:15 am

· #43865
איך בין עס
איך האלט מען דארף נעמען א פיינע בית המדרש. איך וואק יעדע שבת און יום טוב א האלבע שעה. איך פלעג ביז יעצט גיין אין א שול וואס איך פלעג נישט ליב האבן, אבער יעצט גיי איך אין א פיינע שול וואס איז געשמאק צו זיין א יוד.
איך פלעג ביז יעצט פיינט האבן צו דאווענען, אבער יעצט איז עס געשמאק.

שלום עליכם, דא אין קאווע שטיבל קענסטו זיכער זיך באקוועם מאכען...

diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:38 pm

· #44025
ולא אותי קראת יעקב כי בי יגעת ישראל
Torah sais do a succcah from pesoles (garbage) But you need a fancy succah and blame. Blow Once Shofar, you need no less than 100. Halacha recommends you sit in shul till midday, you stay till night and blame. כך הסביר המגיד מדובנא את פסוקנו: "ולא אותי קראת יעקב כי יגעת בי ישראל" -אם עבודת ה´ אצלך היא יגיעה עמל ועול, אין זו עבודת ה´ שלי. כי עבודת ה´ האמיתית אמורה להיות מתוך שמחה ותענוג. "ומאשר יגעת בי ישראל הוא לאות כי לא אותי קראת יעקב" .
כהרגלו, מתבל המגיד את דבריו במשל. סוחר יהלומים מגיע לעיר בערב שבת, הוא ממהר לביתו ושולח את נערו להביא את מזוודתו. הלה מגיע נושם נושף ומזיע, ומודיע שמילא את שליחותו. אוי, אומר הסוחר, אם המזוודה כל כך כבדה - אין היא שלי, שלי מלאה יהלומים והיא קלה ונעימה למשא.
"ולא אותי קראת יעקב - כי יגעת בי ישראל", כי דרכיה של תורת אמת - דרכי נועם, ופקודי ה´ ישרים משמחי לב.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:51 pm

· #44037
הרב diff
שרייב עס אריין אין מיין אשכול "ווי אזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט".
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/14022">viewtopic.php?p=14022#p14022</a><!-- l -->

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 4:58 pm

· #44513
ענטפער צו משכיל
משכיל
אן עצה צו אפקילען די פרעשער איז נעמען א מסכת למשל מסכת ביצה אין לערנען דף נאך דף ווי לאנג מען זינגט מכלכל חיים און ביי די הויכע שמונה עשרה אין ווען מען האט צייט און מען האפט אז ביז נאך די הקפות וועט מען מאכען א סיום, דאס איז די בעסטע מעדעצין, מען פילט אפילו נישט ווי די צייט גייט פארביי,י

איך האב נאך א בעסערע עצה. מען זאל נישט זאגן א יעדעס שטיקל יוצר. ביי אונז אין ביהמ"ד לאזט מען אויס זייער א סאך יוצרות. אפילו וואו ס'שטייט נישט "בקצת קהילות אין אומרים זה".

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 5:11 pm

· #44516
Reply to dןff.
You are not offering the right translation to the term "Pesoles". It is not "Garbage", as you stated. Rather, it translates to "Residue". The Torah would not tell us to Put garbage on top of your Succah".
אתה לא מתרגם את המילה "פסולת" נכון. ה' לא מצוה לעם ישראל לשים זבל על הגגון של הסוכה. אני חושב ש'המילה הנכונה היא "נשר"

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 5:17 pm

· #44520
ענטפער צו טעפל
טעפל
איך בין עס
איך האלט מען דארף נעמען א פיינע בית המדרש. איך וואק יעדע שבת און יום טוב א האלבע שעה. איך פלעג ביז יעצט גיין אין א שול וואס איך פלעג נישט ליב האבן, אבער יעצט גיי איך אין א פיינע שול וואס איז געשמאק צו זיין א יוד.
איך פלעג ביז יעצט פיינט האבן צו דאווענען, אבער יעצט איז עס געשמאק.

שלום עליכם, דא אין קאווע שטיבל קענסטו זיכער זיך באקוועם מאכען...

אבער דא אין קאווע שטיבל קענסטו נישט דאווענען. נישט ווייל ס'איז נישט דא מנין. נאר ווייל דער קאמפיוטער איז מוקצה שבת און יו"ט.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:03 pm

· #44990
call it Residue or trash. Bottom line are you using it for you succah. No you have to show the whole block how much you love mitzvot and here you will tell us how much you hate them.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:15 pm

· #44994
דער רמב"ם איז טאקע מסביר די סיבה פארוואס די תורה האט געהייסן נעמען די ד' מינים און מאכן א סוכה פון פסולת גורן ויקב אלס די טעם ווייל דאס איז געווען מצוי און גרינג צו טרעפן. דאס ווייזט אז די תורה איז אריגינעל געמאכט געווארן צו זיין גרינג און געשמאק פארן מענטש. נאר מ'האט צוגעלייגט אזויפיל איבעריגע חומרות און קפידות ביז עס ווערט א פרעשור. דארף מען וויסן וואס איז א חיוב און וואס איז נאר א רעקאמאנדאציע אדער א מנהג טוב וואס איז גוט נאר טאמער ברענגט עס צו חיות, טאמער פארקערט איז מה הועילו חכמים בתקנתם ויצא שכרו בהפסדו.

למשל וועם עס איז נישט געשמאק צו דאווענען די הייליגע טעג ביז פינף אזייגער נאכמיטאג איז מחוייב ע"פ תורה צו גיין דאווענען אין א שוהל וואס מען ענדיגט צוועלף איינס אזייגער, וחי בהם ולא שימות בהם.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:36 pm

· #45047
לעיקוואד
למשל וועם עס איז נישט געשמאק צו דאווענען די הייליגע טעג ביז פינף אזייגער נאכמיטאג איז מחוייב ע"פ תורה צו גיין דאווענען אין א שוהל וואס מען ענדיגט צוועלף איינס אזייגער


ע"פ שולחן ערוך דארף מען טאקע דאווענען נאר ביז חצות, נישט לענגער.
נאר די חסידים זענען מחמיר און דאווענען ביז שפעט.

(כ'האב אמאל געהערט אז דאס איז א תיקון אויף יעדן שבת ויו"ט צופרי ווען חסידים פארשפעטיגן דעם זמן תפלה.....)

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:40 pm

· #45049
שמעקעדיג


ע"פ שולחן ערוך דארף מען טאקע דאווענען נאר ביז חצות, נישט לענגער.
נאר די חסידים זענען מחמיר און דאווענען ביז שפעט.

אפשר אידאס א חומרא אין תפלה עס איז אבער א קולא/עבירה אין שמחת יום טוב. דערפאר זאג איך אז וועם סאיז נישט געשמאק די לאנגע דאווענען איז ער מחוייב מדין שמחת יום טוב צו טרעפן א שוהל ווימען ענדיגט פריער.
נאר וועם ס'איז געשמאק דאווענען לאנג, ווי לכאורה איז געווען ביי חסידים הראשונים וואס האבען דאס איינגעפירט, מעג ער דאווענען אזוי.

טעלעפאן » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:59 pm

· #45060
לעיקוואד

אפשר אידאס א חומרא אין תפלה עס איז אבער א קולא/עבירה אין שמחת יום טוב.


צו גייט אן שמחת יו"ט אום ר"ה? איז דאס נישט נאר פאר די שלש רגלים, עכ"פ די שמחה פון וואס דו רעדסט?

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:07 pm

· #45063
שו"ת יביע אומר חלק ט - אורח חיים סימן נא

. ועינא דשפיר חזי בשו"ת שאגת אריה (סי' קב) שהאריך להוכיח שיום טוב של ראש השנה, דינו כשאר יום טוב למצות שמחה, וכתב, דלא מבעיא שאסור להתענות בו, אלא גם שיש בו מצות שמחת יום טוב, והביא ג"כ ראיה לזה מהפסוק הנ"ל (בנחמיה ח פסוק י), לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים וכו', כי קדוש היום לאדונינו, ואל תעצבו "כי חדות ה' היא מעוזכם". ודרשינן בביצה (טו ב) מאי כי חדות ה' מעוזכם, אמר הקדוש ברוך הוא לישראל, בני לוו עלי וקדשו קדושת היום והאמינו בי ואני פורע, ומדאמר וקדשו קדושת היום, מוכח דאכילתו מצוה היא, וקדושת היום קרינן ביה, והיינו קדושת היום כשארי יום טוב. וחייב בקידוש היום כשאר יום טוב. ע"כ. וא"כ אין מצות שמחה לחצאין.

[אדאנק בר אילן]
[ער טענהט אז מטאר בכלל נישט ויינען ר""ה, עכ"פ זעהט מען אז סדא ר"ה א מצוות שמחה.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:50 pm

· #45087
נחמיה פרק ח
ב ויביא עזרא הכוהן את-התורה לפני הקהל, מאיש ועד-אישה, וכול, מבין לשמוע--ביום אחד, לחודש השביעי. ג ויקרא-בו לפני הרחוב אשר לפני שער-המים, מן-האור עד-מחצית היום י ויאמר להם לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים, ושלחו מנות לאין נכון לו--כי-קדוש היום, לאדונינו; ואל-תיעצבו, כי-חדוות י-ה-ו-ה היא מעוזכם

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:02 pm

· #45102
טעלעפאן
צו גייט אן שמחת יו"ט אום ר"ה? איז דאס נישט נאר פאר די שלש רגלים, עכ"פ די שמחה פון וואס דו רעדסט?


שמחת יו"ט גייט קלאר אן ראש השנה אויך. ס'איז א אפענע מחבר, סימנים תקצ"ו און תקצ"ז.
איך געדענק נישט אויסענווייניג וואו גענוי עס שטייט וועגן נישט דאווענען שפעטער ווי חצות, אבער איך האב עס זיכער געזעהן לעצטנס ערגעץ אין משנה ברורה.

אשכנ » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:28 pm

· #45142
די רמ"א ברענגט אז מ'מעג גיין נאך חצות אויב מ'איז עוסק אין תפלה (נישט ניגונים), חוץ פון שבת. עס איז אבער קלאר פון די קדמונים (עיין מטה אפרים ועוד) אז זיי פלעגען זיך שטעלען דאווענען ביי די עלות השחר, און געדאווענט לאנג מיט אסאך פיוטים אין ווייניגער הפסקות, זינגען וכו', קומט אויס אז די דאווענען איז געווען מער intense ווי היינטיגע צייטן. (עלות השחר דאהי ר"ה צייט איז בערך 5:30 און חצות איז בערך 1:00 קומט אויס 7.5 שעה, גאנץ נאנט צו די היינטיגע הויפען.)
בלאט: 1 2 3