☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מושב בית דין פאר ארויסגעווארפענע בחורים!!!

מושב בית דין פאר ארויסגעווארפענע בחורים!!!

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4265
בלאט: 1 2

סאשי פיש » פרייטאג יולי 12, 2013 4:07 pm

· #133086
מושב בית דין פאר ארויסגעווארפענע בחורים!!!
די טאטעס האבען זיך ענדליך גענומען טון צום זאך און אריבער געגאנגען צו רבנים צו אויפשטורמען אויף די שרעקליכע עוולה וואס דא גייט פאר ווי אזוי מען האנדעלט מיט בחורים און ווי אזוי פאר יעדע קלייניקייט ווארפט מען ארויס און אפגערעד אז מען נעמט נישט אן נאר אויב מען איז א מציון +
יעצט ווארט מען נאר צו די ישיבות גייען זיך בכלל צוטון מאכען דערפון
photo (4).JPG

אביגדור » פרייטאג יולי 12, 2013 4:12 pm

· #133087
נמס הלב.

סאשי פיש » פרייטאג יולי 12, 2013 4:25 pm

· #133089
איך זע טאקע יעצט אז עס איז נישט דא קיין איין סאטמערע דיין איך מיין צו זאגען קיין איינע פון די דיינים האבען נישט קיין ווארט אויף א ישיבה

אבער אויף אזוי זאך איז עס זיכער גוט אז מען גייט מער טראכטען פארען אהיימשיקען א בחור קיינער זיכט זיך נישט קיין קאפ וויי אז דיינים זאלען שטיין אין קאלען און משוגע מאכען אויך די ישיבה גייט זען אז מען האט זיך צו וועם צו ווענדען

בעיקר ווענד זיך אלעס אויב מען גייט זיך יעצט צו טון מאכען פון זיי
איך בין נייגעריג צו מען גייט זיי פאלגען

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 4:26 pm

· #133090
די אמת'ע ווערסיע גייט פונקט פארקערט!

עטליכע ראשי ישיבות, וואס זענען שוין נמאס געווארן צו הערן פון יעדען גראבע בעלבוס "היתכן מ'ווארפט ארויס בחורים פון ישיבה?" זענען אויף געקומען מיט דעם פלאן, וואס לויטעט אז יעדע ארויסווארף פאל וועט האבן אן הסכמה פון דריי רבנים, ממילא וועט דאס לייכטער מאכן פאר די נישט - אזוי - שולדיגע ראשי ישיבות. און די רבנים? זענען דאך ממילא נידון לגנאי, ווי גוט און נארמאל ער זאל נאר זיין.

אדער קען זיין אז דאס זענען צוויי באזונדערע אינטערנעמונגען, און בטעות שטעל איך זיי צוזאם.

סאו וויפיל בתי דינים זענען צו געקומען די וואך?

אבגד » פרייטאג יולי 12, 2013 4:28 pm

· #133092
איך מיין אז די ישיבות וועלן נאך אלץ קענען באשטיין צו האבן קאפ וויי פון די דיינים, ווי האבן קאפ וויי (לשיטתם) פון דעם בחור..
ממילא איז עס נאר א פארברענגעניש פון צייט אזוי ווי ער זאגט, און מען דארף ווען זוכן א בעסערע סעלושען...

לאליפאפ » פרייטאג יולי 12, 2013 4:48 pm

· #133099
דעי שמועס קומט לכאורה אין ״עס האט מיר געברענגט טרערן״ אשכול!

גנדי » פרייטאג יולי 12, 2013 5:54 pm

· #133107
א יעדע מגי"ש וועט דארפן האבן אן אישור פון די וועד האישור לזריקת בחורים וואס וועט זיין אונטער די בי"ד לעניני זריקת בחורים

אן אישור קאסט $25

נאך ט"ו אב וועט קאסטן $45

איך אויך » זונטאג יולי 14, 2013 8:09 am

· #133274
יעצט קומט א אשכול פון מורינו שאלה להלכה מאלעסטן א בחור אדער עם ארויסווארפען?

gehlungen » זונטאג יולי 14, 2013 9:39 am

· #133278
סאשי פיש
די טאטעס האבען זיך ענדליך גענומען טון צום זאך און אריבער געגאנגען צו רבנים צו אויפשטורמען אויף די שרעקליכע עוולה וואס דא גייט פאר ווי אזוי מען האנדעלט מיט בחורים און ווי אזוי פאר יעדע קלייניקייט ווארפט מען ארויס און אפגערעד אז מען נעמט נישט אן נאר אויב מען איז א מציון +
יעצט ווארט מען נאר צו די ישיבות גייען זיך בכלל צוטון מאכען דערפון

I don't understand why is this so called moishev b"dn only representing the bucherem of ARGENTINA decent ???

טעפל » זונטאג יולי 14, 2013 9:43 am

· #133279
א בי"ד פאר אננעמען בחורים אין ישיבה איז שוין דא?

נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 14, 2013 11:09 am

· #133304
ס'איז א מורא'דיגע שריט פאראויס אין ראטעווען אומשילדיגע בחורים, הגם ס'וועט נישט מחייב זיין מוסדות צו זיין אנגעבינדען אינעם בי''ד, אבער ס'וועט בעז''ה ברענגען פאזיטיווע דעקונג איבער די הימעל שרייענדע פארברעכענס וואס קומען פאר אז מען האט אוועקגענויגט פינעם מייסד מוסדות סאטמאר, וואס כידוע האט ער במסי''נ פארארבעט אפצושוינען יעדן בחור פין פאלען צו אלע בייזע רוחות וואס בוזשעווען
ובפרט היינט וואלט ער לוחם געווען קעגן די וואס זענען מפקיר נשמות ישראל צום שמעלץ טאפ פינעם ליפט היינט אין די גאס און דא אויף אינטערנעט.

shem-tov » זונטאג יולי 14, 2013 1:31 pm

· #133352
די ספרדישע זענען נישט אנדערש ווי אלע אנדערע, זייענדיג גיט באקאנט בעולם הישיבות ווייס איך פונקטלעך פון וואס ס'רעדט זעך דא, א בחור וואס זיין טאטע האט אים ביי די פערצן ארויסגענומען פון די סיסטעם ווייל ער האט נישט געקענט מיטהאלטן, וואס דאס איז מעשים בכל יום, איז ער געפארן לערנען צוויי יאר אין א קליינע ישיבה אין מאנסי און דערנאך פאר צויי יאר אין א קליינע ישיבה אין מאנרא און דערנאך פאר איין יאר אין א כולל אין ארגענטינע און ווען ער איז אלט געווארן אכצען האט ער פארלאנגט מ'זאל אים אנעמען אין קווינס. למעשה נעמט מען שווער צוריק א בחור איבערהויפט אז ער איז נישט קיין מתמיד אבער נאך פראטעקציע האט מען אים אנגענומען, דער בחור גייט אריין אין ישיבה און נעמט זיך שפילן מיט זיין טעלעפאן. און טאן מה שלבו חפץ מיט זמנים וכדומה מען האט געווארנט און נאכן דריטן מאל זעהן אז ס'איז נישטא מיט וועמען צו רעדען האט מען אים פארשיקט. און יעצט גייט דער טאטע און דרייט איבער די שטאט מיט פאקשער רב אז מ'ווארפ ארויס ספרדישע בחורים, איי ס'דא פיל מיט ספרדישע בחורים סיי אין קווינס און סיי אויף ברדיטשוב אין קרית יואל. פון דעם וויל דער סקולענער דיין אויך נישט וויסן.

מין טענה גייט צוריק אויף די רבנים וואס זענען מוחה. אויף די בחורים וואס וויינען. אויף די טאטעס וואס קלאגען און אויף די זינגערס וואס ברעטשען. ווי זענט איר פארוואס בויעט איר נישט אויף ישיבות פאר שוואכע בחורים. איר פארשטייט דאך אזוי גיט צו הנהגה, נא ווי זענט איר. ס'איז קלאר אז מען קען נישט האלטן פארדארבענע בחורים מיט סעלפאונס און אינטערנעט צוזאמען מיט איידעלע נשמות. אבער ווען מען וויל אויפבויען א ישיבה פאר שוואכערע מאכט דאס יעדער אוועק. מען קען נישט האבן ביידע וועלטן

שרייבער » זונטאג יולי 14, 2013 2:54 pm

· #133398
די זעלבע בי"ד ווי די הכתרה פאר טעכנעלאגיע

נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 14, 2013 3:10 pm

· #133407
shem-tov
די ספרדישע זענען נישט אנדערש ווי אלע אנדערע, זייענדיג גיט באקאנט בעולם הישיבות ווייס איך פונקטלעך פון וואס ס'רעדט זעך דא, א בחור וואס זיין טאטע האט אים ביי די פערצן ארויסגענומען פון די סיסטעם ווייל ער האט נישט געקענט מיטהאלטן, וואס דאס איז מעשים בכל יום, איז ער געפארן לערנען צוויי יאר אין א קליינע ישיבה אין מאנסי און דערנאך פאר צויי יאר אין א קליינע ישיבה אין מאנרא און דערנאך פאר איין יאר אין א כולל אין ארגענטינע און ווען ער איז אלט געווארן אכצען האט ער פארלאנגט מ'זאל אים אנעמען אין קווינס. למעשה נעמט מען שווער צוריק א בחור איבערהויפט אז ער איז נישט קיין מתמיד אבער נאך פראטעקציע האט מען אים אנגענומען, דער בחור גייט אריין אין ישיבה און נעמט זיך שפילן מיט זיין טעלעפאן. און טאן מה שלבו חפץ מיט זמנים וכדומה מען האט געווארנט און נאכן דריטן מאל זעהן אז ס'איז נישטא מיט וועמען צו רעדען האט מען אים פארשיקט. און יעצט גייט דער טאטע און דרייט איבער די שטאט מיט פאקשער רב אז מ'ווארפ ארויס ספרדישע בחורים, איי ס'דא פיל מיט ספרדישע בחורים סיי אין קווינס און סיי אויף ברדיטשוב אין קרית יואל. פון דעם וויל דער סקולענער דיין אויך נישט וויסן.

מין טענה גייט צוריק אויף די רבנים וואס זענען מוחה. אויף די בחורים וואס וויינען. אויף די טאטעס וואס קלאגען און אויף די זינגערס וואס ברעטשען. ווי זענט איר פארוואס בויעט איר נישט אויף ישיבות פאר שוואכע בחורים. איר פארשטייט דאך אזוי גיט צו הנהגה, נא ווי זענט איר. ס'איז קלאר אז מען קען נישט האלטן פארדארבענע בחורים מיט סעלפאונס און אינטערנעט צוזאמען מיט איידעלע נשמות. אבער ווען מען וויל אויפבויען א ישיבה פאר שוואכערע מאכט דאס יעדער אוועק. מען קען נישט האבן ביידע וועלטן


מעגליך ביי די פאל זענט איר גערעכט
אבער די מציאות איז אז הגה''צ דומ''ץ סקולען שליט''א ועוד ועוד רבנים חשובים והרבה עסקנים חשובים און ארגענעזאציעס וואס איז פקיע שמייהו מיטען העלפן הינדערטער בחורים יעדן זמן בדמים תרתי
זיי זענען די וואס פארפירען אז באופן כללי הערשט א מורא'דיגער הזנחה אינעם ענין פון נישט היטען אויף אונזערע הייליגע פקדונות וואס איז נישט בלויז די פראבלעם פין די עלטערן און פינעם רב הקהלה פינעם בחור נאר דאס כעהער צום כלל ישראל
וואס מיר האבען זיך איבערצייגט די לעצטערע תקופה וואספארא ביטערע פרייז כלל ישראל צאלט ארויף מיטען זיך נישט געהעריג אפגעבן מיט די נשמות יקרות
די היסטאריע האט באוויזען כז מיר האבען קיינמאל נישט אזאנס געליטען פון די קצה המחנה דאס וואס מיר ליידען זיך אהן פון זיי אין די לעצטירע תקופה
מי יתן וני' אז עס זאל הערשן א געמיינסאמע מיט ארבעט צווישען די חשובע מנהלי הישיבה וואס זיכען דמ תכלית הנרצה פון 'זייער' מוסד צוזאמען מיט די חשובע דערמאנטע רבנים און ארגענעזאציעס וואס זיכען דעם תכלית פינעם גאנצען 'כלל'
מי יתן והי'

פשטידא » זונטאג יולי 14, 2013 11:34 pm

· #133604
פאר מיר שמעקט די גאנצע זאך ווי א פאליטישער עסק ליגט דא באגראבן, אבער אולי וועט עס העלפן ס'זאל ווערן עטוואס מער ארדענונג? [אן אריינגיין אין די אויסמאטערנדע דעבאטע צי ס'בכלל דא א פראבלעם...]

סאשי פיש » זונטאג יולי 14, 2013 11:40 pm

· #133609
@shem-tov דו זאגסט אז דו ווייסט וואס דא גייט פאר לאמיר דיך פרעגען

1) הייסט עס אז נאר ספרדישע בחורים ווארפט מען ארויס פון ישיבות?
אלע אשכנעזישע בחורים האבען ווי צו לערנען און זיי ווארפט מען נישט ארויס?

2) דו שרייבסט אז די גאנצע רעדע איז פון איין בחור וואס האט נישט קיין ישיבה און איין טאטע וואס דרייט איבער די שטאט
אבער חוץ פון דעם האט יעדע בחור א ישיבה ווי צוגיין

3) און וואס איז מיטען נישט אנעמען אין ישיבה נאר אויב מען איז א מציון + ?

איך בעט דיך וועק דיך אויף די מצב איז שרעקליך און אויב דו ביסט טאקע אזוי גוט באקאנט דארפסטו הערשט וויסען דערפון

shem-tov » מאנטאג יולי 15, 2013 1:09 am

· #133642
רב סושי דער מעכטיגער זיצונג איז באשטאנען צוליב איינעם און פון אים האב איך גערעדט, און פון ספרדישע בחורים רעדט דער ארטיקעל.

יא איך בין זייער באקאנט וואס ס'גייט פאר זייענדיג נאנט מיט א חשובער ראש ישיבה. און כ'וועל עס איבערחזרן. אמת די ראשי ישיבות זוכען זיך גרינגער צו מאכן פונקט ווי דער מקוה איד און פונקט ווי דער סטאר אייגענטומער. איינמאל דער ראש ישיבה באקומט א שלעכטע נאמען וועט אים קיינער נישט אפשוינען. א בחינה פון אם אין אני לי מי לי. דער רבי ז"ל לעבט שוין נישט און ער האט אויך קלאר געזאגט אז איינער וואס פארדארבט דארף גיין פון ישיבה. ד"מ יעדער וואס האט א סעל פאון אן א פילטער. לאמיר זיך נישט דא נער'ן. שולדיג זענען די טאטעס פון די גיטע בחורים וואס לייגען פרעשער. שולדיג זענען די בחורים וואס האלטן נישט ביים זיךצוצושטעלן. שולדיג זענען די רבנים און שיינע אידן און ק"ש שרייבער און נארמאלע מענטשן און זינגערס און שפילערס וואס סטאפן נישט צו שרייען אבער האבן נאך גארנישט געטאן צו פארבעסערן די מצב נאר ווילן טאנצן אויף צוויי חתונות. דער בחור מעג טאן וואס ער וויל אבער די ישיבה טאר אים נישט ארויסווארפן. און ח"ו צו העלפן אויפבויען קלענערע ישיבות ווייל דאס וועט זיין אויפן חשבון פון די גוטע עסטעבלישט מוסדות.

און וויסן זאלסטו אז רובא דרובא בחורים וואס זענען אויפ'ן גאס פון די פערצן ביז די אכצען זענען דארט מחמת רצונם הטוב. דאס וויל ער, און ער האלט נישט דערביי צו גיין אין א ישיבה בכלל. פארוואס? ווייל ער וויל זיין א פארשטינקענער דראפ אוט. ביי די גוים וואלט ער דאס נישט געקענט טאן און ביי אונז קען ער יא.

אדרבה פרעגט מיר אין אישי אדער דא ברמיזה. אויף יעדען אינגערען בחור וועמען איר איר ווילט וויסן וועל איך אייך פארציילן - ברמיזה - פונקטליך זיין היסטארי פארוואס ער איז נישט אין קיין ישיבה און ווער ס'איז צו בלעימן אבער צום סוף וועט עס אנקומען צו אים זעלבסט. יעצט הייב אן מיט די אלע סיבות פארוואס ער וויל נישט. מען האט אים געפייניגט. מען טוט דארט גארנישט. סאיז צו שטרענג אוי מיט די חברה קען מען איו ערגעץ נישט אנקומען.

אבער לאמיר איבערחזרן די מנהלים און ראשי ישיבות זענען אויף אלעם שולדיג. יא אוודאי. פארוואס ווייל דאס איז די באקוועמסטע צו זאגן אויף די כלי קודש וואס פלאגן זיך יומם ולילה אויף די בחורים, חוץ מכל זה וואס זיי דארפן נאך אויסשטיין צו מאלעסטעישאן פראבלעמן פון איינעם וואס רעגט זיך אויף אים אויף אין די נעקסטע זיבעציג יאר.

איינער וואס האט אויך מוראדיג צוגעהאלפן צום מצב הגרוע זענען די וואס העלפן טרעפן ישיבות פאר גראב געלט. די חברה מאכן דריי מאל געלט. איינס ביים אינטערוויען דעם בחור און צווייטענס אויב שיקט ער אים ערגעץ ברויך ער א קיק-בעק און דריטענס מאכט ער גורלות מיט פארטיס. אבער דאס איז דאך אונז שוין נישט קיין נייעס. למעשה אבער איז די לעצטע זאך פון וועם זיי טראכטן איז די תועלת פונעם בחור.

פגיעתן רע

דעת תורה » מאנטאג יולי 15, 2013 2:21 am

· #133648
איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט. איינער אויף ק"ש האט א פראבלעם צו העלפן קליינע ישיבות אפילו אויב עס קען טאקע שאטן פאר די גרעסערע? און בכלל, קיינער טראכט נישט אז א קליינע ישיבה וועט שאטן פאר א גרויסע. און קיינער וואס קען טון דערין האלט זיך נישט צוריק וועגן דעם חשש. וואס דען איז די סיבה? זייער פשוט, יחידים, ווי שטארק זיי זאלן נאר וועלן, קענען נישט פלוצלינג משנה זיין סדרי בראשית און נעמען די עול פון א ישיבה אויף זיך. משא"כ די עקזיסטירנדע מוסדות (דארפן) האבן א אחריות פאר אלעמען, דערצו נאך קינדער וואס קומען פון זייערע תלמוד תורה'ס.

דו זאגסט אז דער פראבלעם איז אז מען האט א סעלפאון אן א פילטער. גראדע ווייס איך מידיעה אז ס'איז נישט אינגאנצן אזוי, נאכן כינוס פאריאר איז געווען א שטארקע באוועגונג צווישן די בחורים זעלבסט צו ארויף לייגן פילטערס. בכלל, הום אר יו קידינג? האסט אמאל געמאכט א פילטער דרייוו צווישן די בחורים? דו האסט דאך א פראבלעם אפילו ווען דער בחור האט א בלויזן מאושר פאון, און אמאל האסטו געהאט א פראבלעם אזי בחורים האבן פארדארבן די ישיבה מיט זייערע טריפה'נע ביפער'ס, נישט דוקא אנעם פילטער באדערט דיר, ס'איז עפעס א מין משוגעת און מען קען זאגן רשעות וואס איך ווייס נישט ווער עס האט עס איינגעפירט, אז בחורים טארן נישט האבן קיין טעכנאלאגישע כלים, פופצן יאר צוריק איז די מערכה געווען ביפער'ס און טעיפ רעקארדערס, היינט ברוך שעקר ע"ז מארצינו די א.ד. טריפה'נע כלים עקזיסטירן שוין נישט.

אויב דו ביסט טאקע גוט מיט א מנהל, בעט אים צי ער קען דיר מסביר זיין דעם איסור אויף ביפער'ס און טעיפרעקארדער'ס, אדער די שוין-מער-מאדערנע מאושר טעלעפאנען. אבער נחזור לעניננו, די עצם רולס און תקנות זענען א שמועס פאר זיך.

איינער וואס האט א סעלפאון פארדארבט נאך נישט אויטאמאטיש אנדערע, און כאמור איז דער פראבלעם פון נישט אננעמען בחורים עלטער ווי דער אייפאון און אפילו א בלעקבערי. אבער בכל אופן, וואס איז דער פלאן אויפן עתיד? איז דאס דעם יחיד'ס דאגה? איך קען דיר גאראנטירן אז מיט די שנעלע פארשריט פון די טעכנאלאגיע גייט דער פראבלעם זיך נישט סטאפן, אנשטאט גייט עס ווערן מער פארשפרייט. וויפיל צייט איז נאך דא ביז דער נייער סעמסאנג 1 קומט ארויס? (א סעלפאון מיט א סקרין וואס מען קען איינדרייען צו די סייז פון א פענע).

האבן זיך די מנהלי המוסדות און מנהיגי הקהילות אמאל צוזאמען געזעצט וואס מען גייט טון צו באהאנדלען דעם פראבלעם? דאס איז זיכער, זיי האבן מחליט געווען אז ווער עס האט נעמט מען נישט אן. פיין. וואס איז אבער דער פלאן פאר די הונדערטער יוצאי הת"ת שע"י החסידות וואס זיי גייען קלאר יא האבן א טעלעפאן? איך גלייב נישט אז איינער לעבט אין א אילוזיע אז די ערשיינונג גייט זיך אויפהערן. אלזא, וואס איז אין פלאן פאר די אלע וואס האבן / גייען האבן א פאון? ארבעטן טארן זיי נישט, זיי זענען דאך בחורים, אין ישיבה טארן זיי אויך נישט גיין ווייל זיי פארדארבן אנדערע, סאו וואס יא? זיי זאלן "פון אייגענעם ווילן" זיין אויף די גאס?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 7:17 am

· #133657
וואספארא שטותים לייען איך דא? איך קען עט ליעסט א דאזן תמימות'דיגע בחורים וואס ווייסן קוים אויף וועלכע זייט מען האלט א סעלפאן, באמת יראי ה', וועלכע האבן זיך ביטערליך געמוטשעט צו ווערן אנגענומען אין פשוט'ע ישיבות! אבי גערעדט!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 15, 2013 8:22 am

· #133663
ווער איז דער ראש ישיבה?
הרב שם-טוב, איהר באשולדיגט די בחורים פאר דאס וואס זיי האבען געטון אויף צו ווערען ארויסגעווארפען?!

עהר איז א יונג בחור'ל, א קינד, און די מנהלים און ראשי ישיבות האבען אחריות פאר איהם. און טאמער דער ראש ישיבה קען נישט, זאל ער זיך אפזאגען פון זיין אמט.

איך מיין נישט אזוי עקסטרעם, אבער דער צוגאנג אז דער בחור איז א שלעכטע און ממילא קומט זיך איהם וואס ס'פאסירט צו איהם, איז א פאלשע. ער איז א קינד וואס האט נסיונות און פראבלעמען, און ווען מ'נעמט אריין א בחור אין ישיבה, האט דער ראש ישיבה דער פולסטען אחריות פאר אלעס וואס דער בחור דארף. יעצט, טאמער טוט דער בחור זאכען וואס ער וואלט געדארפט נישט צו טוהן, מוז דער ראש ישיבה באהאנדלען דער ענין. טאמער ער איז מזיק אנדערע מיטן זיין אין דער ישיבה'ס בנין, און דאס איז נאר נאך אן ערנסטע און נישט נגיעות'דיגע באטראכט צו ס'איז טאקע אזוי, מוז מען איהם אפשר ארויסנעמען פונעם בנין, אבער נישט פון די אחריות פון די ראש ישיבה. ער מוז איהם טרעפן נאך א פלאץ, און באהאנדלען כל זמן ער געפונט זיך נישט אין קיין פלאץ.

ווען ראשי ישיבות וועלען אנהייבען זעהן, אז לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות, און זייער אחריות איז נישט באגרעניצט מיט וואס זיי האבען געוואלט בשעת'ן עפענען דער ישיבה, נאר אלעס וואס א בחור דארף איז זיין פליכט, נישט קיין הידור מצוה, נאר מעיקר הדין, וואלט דער צוגאנג זיך געענדערט, און ס'וואלט נישט אויסגעפעלט קיין בית דין.

ווען דער חזון איש האט איינמאל מסכים געווען ארויסצוווארפען א בחור פון ישיבה, האט ער געהייסען דער ראש ישיבה אז ער מוז מאכען א טעגליכע סדר מיט דער בחור. ווען ארויסווארפען קאסט דער ראש ישיבה מער ווי ס'לוינט זיך איהם, טראכט מען שוין אביסל אנדעריש.

דער מעלה פון א בית דין, אז נאך דעם וואס די טענות זענען געברענגט געווארען צו א בית דין, און ס'עקזיסטירט א 'פסק', ד.מ. א דעה אהן נגיעות וואס האט געהערט דער מעשה, קען דער הנהלה שוין נישט זאגען פאר'ן גאס, די טענות אונטערן וואנצע, "פרעג נאר נישט וואס ער האט אלס געטוהן", וכדו', ווייל מ'האט שוין אלס געהערט פונדערויסן. אה"נ ס'וועט נישט קענען צווינגען קיין ישיבה, אבער דעת הקהל קען מען דערמיט האנדלען, און ראשי ישיבות וועלען זיך מוזן צושטעלן.

גנדי » מאנטאג יולי 15, 2013 9:54 am

· #133674
אמאל ווען א ישיבה איז געווען נאר פאר ווער עס וויל ווערן א רב, און די איבריגע זענען געגאנגען ארבעטן - זענען די טענות געווען גערעכט, "איך נעם אריין נאר פיינע בחורים", וכדומה.

היינט ווען ישיבות איז א MUST פאר יעדן בחור, כדי ער זאל בלייבען א איד, דעמאלטס מוז מען טרעפן א פלאץ פאר יעדעם.

היינט צו טאג איז א ישיבה אזוי ווי א האספיטעל און אן עמערדזשענסי רום ווען אינדערויסען איז דא גאז אין די לופט און מען קען נישט אטעמען. אז די ווארפסט אים ארויס פון עמערדזשענסי רום גייט ער שטארבען, אין די קענסט נישט זאגן: "ער איז זיך אליינס שולדיג ער האלט נישט ביים אטעמען", אינדערויסען פון ישיבה קען ער נישט זיין א פיינע בחור אפילו אויב ער וויל, ער וועט שטארבען, און די עמערדזענסי רום וואס האט אים ארויסגעווארפן דארף ווערן פארשפארט.

א דאקטאר וואס זאגט: "איך נעם נאר אן געזונטע מענטשען צו היילן" - דארף מען אוועק נעמען זיין לייסענס.

א ראש ישיבה/מחנך/מנהל וואס זאגט: "איך נעם נאר אן גוטע בחורים צו מחנך זיין" - איז נישט קיין מחנך! א באס דרייווער קען אויך מחנך זיין גוטע בחורים. ווער קען נישט זיין א מחנך אויף גוטע בחורים וואס לערנען פלייסיג פון זיך אליין?

א שפיטאל וואס ווארפט ארויס א מענטש מיט די טענה אז ער מאכט קראנק אנדערע - איז נישט קיין שפיטאל! ער קומט דאך צו דיר צו ווערן אויסגעהיילט...

א משוגעים הויז וואס ווארפט ארויס א מענטש מיט די טענה אז ער מאכט משוגע אנדערע - איז נישט קיין משוגעים הויז! ער קומט דאך צו דיר צו ווערן אויסגעהיילט...

א תפיסה וואס ווארפט ארויס א מענטש מיט די טענה אז ער שלאגט אנדערע - איז נישט קיין תפיסה! מען שיקט דאך אים צו דיר אז ער זאל נישט שלאגן אנדערע.

א ישיבה וואס ווארפט ארויס א בחור מיט די טענה אז ער פארדארבט אנדערע - איז נישט קיין ישיבה! די טאטע שיקט דאך זיין בחור צו דיר אז די זאלסט אים מחנך זיין ער זאל נישט פארדארבען אנדערע...

לייבעלע » מאנטאג יולי 15, 2013 10:03 am

· #133675
א שטיקעל ישועה ??
📎 img002.jpg 📎 img001.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג יולי 15, 2013 10:59 am

· #133697
shem-tov
רב סושי דער מעכטיגער זיצונג איז באשטאנען צוליב איינעם און פון אים האב איך גערעדט, און פון ספרדישע בחורים רעדט דער ארטיקעל.

יא איך בין זייער באקאנט וואס ס'גייט פאר זייענדיג נאנט מיט א חשובער ראש ישיבה. און כ'וועל עס איבערחזרן. אמת די ראשי ישיבות זוכען זיך גרינגער צו מאכן פונקט ווי דער מקוה איד און פונקט ווי דער סטאר אייגענטומער. איינמאל דער ראש ישיבה באקומט א שלעכטע נאמען וועט אים קיינער נישט אפשוינען. א בחינה פון אם אין אני לי מי לי.


הרב שם טוב דאס עצם אפטייטשען א מנהל/ראש ישיבה/מחנך/מגיד שיעור וכו' אלס א מקוה יוד און סטאר אייגענטומער ווייזט נעבעך אין וועלכע הענט עס געפינען זיך אונזערע הייליגע פקדונות און עס איז נישט קיין וואונדער ווען דעי חברה קומען מיט אזא האס ארויס אין די מאסען אנטקעגן די ערליכער ציבור און זיכען אונז צו באשמיצען לפני העמים
ווען אונזערע מחנכים ומנהלי המוסדות והאדמורי''ם וואס בענעפעטירען אסאך פינעם ריבוי העם וואס ווערט נתגדל תחת חסותם זאלען ווען מכיר זיין דעם ערך און שאץ פין אנהאלטען א בחור אויפען דרך הישר און האבען אן אהבת נפש באמת צו יעדן תלמיד
''וואלטען מקורבים פון ראשי ישיבות נישט מדמה געווען ראשי ישיבות צו מקוה יודען'' וד''ל

shem-tov » מאנטאג יולי 15, 2013 1:53 pm

· #133764
איך רעד פון ריאליטי איך רעד בפרטיות און מען ענפערט בכלליות. איך רעד פון היינטיגע ראשי ישיבות און מען ריפערט צו משה רבינו און דער רבי ז"ל. איך רעד פון אינטערנעט דער שאטעל צום שאול תחתית און איר רעדט פונעם ביפער און טעיפ ריקארדער. עס ליגט א פליכט אויף א מנהל וראשי ישבה אפצוהיטן זיין וויינגארטן און זיין סטאדע. יא צו ניין. לאמיך אייך פרעגען האט דער ראש ישיבה פרעשור פונעם גוטען בחורס טאטע יא צו ניין. זענען רובו דרובו אינגע בחורים היינט אויפ'ן גאס ווייל זיי ווילן יא צו ניין. דער ביטערער ענטפער איז יא. און דאס קאן איך אייך איבערצייגן.

איר האט דען אן אנונג וויפיל כוחות די גרעסערע ישיבות לייגן היינט אריין אז אפילו איין בחור זאל נישט ארויספאלן פון זייער סיסטעם און ח"ו אנקומען צו א קליינע ישיבה'לע. עס הערשט דארט אזא קליינע סיוויל וואר צווישען זיי איבערהויפט די ישיבות וואס בעטן נישט קיין סאך שכר לימוד. נא וואס דרייט איר א קאפ פון ארויסגעפאלענע בחורים. און נאכאמאל איך רעד נאר ביז די אכצען.

נאך א סוד וועל איך אייך זאגן אז גאר אסאך מאל איז דער טאטע שולדיג. ער האלט זיך נישט ביים אונטערווארפן צו די מינימאלע תקנות. ער האלט נישט ביים צאלן די מינימאלע שכר לימוד און גאר אסאך מאל זאגט דער טאטע אליינס ענדערש זאל מיין זוהן בלייבן אויף די גאס ווי איידער אין יענע ישיבה.

יעצט דער באדעם ליין איז אז א בחור אן א ישיבה עכ"פ ביז די ניינצען איז טאטאל דיסטראקשען פאר א גאנץ לעבן. די חרטה די אומאנטוויקעלטקייט פארשפעטיגט נישט אנצוקומען. למעשה וויפיל מאל הערט מען פון גיטע אידן רבנים. בעלי בתים. עסקנים וואס כאפן כבוד און קיק-בעקס און מחנכים און סתם רשעים וואס זאגן פארן טאטן אדער בחור. אה יענע ישיבה ענדערש בלייב אויפן גאס ווי איידער יענע ישיבה. און אזוי געשעהט טאקע ער בלייבט אן א ישיבה. איך קען אייך דערציילן צענדליגע אזעלעכע מעשיות.

אוי שעור נישט פארגעסען צוצולייגען אז די ראשי ישבות זענען שולדיג,
וועקט אייך אויף, מען האט שוין געשמועסט אז זיי זענען דראפ-אוטס און נישט קיקט-אוטס. אדרבה כאפט א שמועס מיט זיי

shem-tov » מאנטאג יולי 15, 2013 2:06 pm

· #133769
איך פלאץ אוועק דא. יעדער באקומט לייקס לרחצה און מיך האט מען פיינט פשוט ווייל איך ברענג ארויס דעם אומאנגענעמען אמת

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 2:11 pm

· #133771
shem-tov
איך רעד פון ריאליטי איך רעד בפרטיות און מען ענפערט בכלליות.

דאס הייסט געענטפערט בכלליות?
שמעקעדיג
איך קען עט ליעסט א דאזן תמימות'דיגע בחורים וואס ווייסן קוים אויף וועלכע זייט מען האלט א סעלפאן, באמת יראי ה', וועלכע האבן זיך ביטערליך געמוטשעט צו ווערן אנגענומען אין פשוט'ע ישיבות


===================================

shem-tov
זענען רובו דרובו אינגע בחורים היינט אויפ'ן גאס ווייל זיי ווילן? יא צו ניין? דער ביטערער ענטפער איז יא. און דאס קאן איך אייך איבערצייגן.

אדרבה, ביטע איבערצייגט. ווי ווייט איך ווייס, זענען רוב בחורים און טאטעס מסכים צו אלעמען, אבי נישט בלייבן אויפן גאס.. ואספארא גערעדעכץ איז דאס?
איר נעמט טויזענטער טאטעס און בחורים און מאכט פון זיי דאס גענאר כאילו זיי זענען פון די נידריגסטע און זוכן נישט קיין חינוך און אידישקייט? אין וועלכע באבעל לעבסטו?

shem-tov » מאנטאג יולי 15, 2013 2:34 pm

· #133778
רב שמעקעדיג. פון טויזענטער בחורים לאמיר אנכאפן איין בחור. איין פרשה וואס די קענסט גאר גוט. פארשטייטצעך ברמיזה. ווי אלט איז דער בחור. וואסערע מין בחור איז ער. פארוואס איז ער אויף די גאס. וואס טוט ער. און ווי לאנג איז ער שוין אויפ'ן גאס. און וואס מיינט ביי דיר א פשוטע ישיבה

נאר,,פרייליך » מאנטאג יולי 15, 2013 2:37 pm

· #133779
shem-tov
איך פלאץ אוועק דא. יעדער באקומט לייקס לרחצה און מיך האט מען פיינט פשוט ווייל איך ברענג ארויס דעם אומאנגענעמען אמת


הרב שם טוב איך האב גרויס מיטלייד מיט אייך
אבער איר קענט נישט פארלאנגען קיין לייק און די צייט וואס די נעמסט דיך אהן פאר הימעל שרייענדע קאראפשען אלס א טאטע פון עטליכע סארט קינדער האלט איך קלאר ושמעתי שהרבה גדולי ישראל סברו כך
אז מען ברויך מער נזהר זיין צו היטען אויפען שוואכען זאל נישט פאלען ווי איידער צו זיין בלויז פארנימען מיטען גיטען וואס איז ממילא אויף די רייט טרעק
דיין מהלך פין זיין פארנימען מיט די פרעשור פין גיטע עלטערן האבען ערפינדען עטליכע רשעים וואס האבען געפענט סעלעקציע ישיבות פון נעמען נאר גיטע און להבדיל ווי מענגעלע באזייטיגען די אנדערע הייליגע נשמות
און אויב זענט איר פארנימען מיט זיכען פרישע מהלכים פון תיקונים פ''ו זאל מען נישט נעמען א פשוטע מהלך פין נישט צולאזען מאסיווע ישיבות פין שווערע הינדערטער בחורים און בלויז מאכען קלענערע אפטיילונגען כנהוג ברחבי העולם
און דעמאלטס טרעפן זיך מער בחורים דאס ארט ווי אריינצופאסען

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 2:42 pm

· #133780
רבי שם טוב, אפשר פארשטייען מיר זיך נישט...
איך רעד נישט פון בחורים אויפן גאס. זיי (די וועלכע איך ווייס) זענען ב"ה אין ישיבה היינט, טאקע באמת וואוילע בחורים. אבער די שבעה מדורי גיהנם וואס מען איז אדורך זיי צו זעהן דארט, און פון וויפיל אנדערע ישיבות מען האט זיי סתם נישט אנגענומען בלויז ווייל זיי קענען נישט פני יהושע מיט קצות אויף 5 בלעטער א וואך (גוזמא) איז אומבאשרייבליך.

shem-tov » מאנטאג יולי 15, 2013 2:55 pm

· #133783
אומגלויבלעך. שמעקעדיג קען נישט קיין איין בחור וואס איז אויף די גאס. א מינוט צוריק האט יעדער געוויסט פון טויזענטער בחורים!!! טאקע אכשר דרא פון איין מינוט אויף די צווייטע.

וועל איך יעצט רי-פרעיזען מיין קשיא לכל הקהל הקדש: פון טויזענטער בחורים לאמיר אנכאפן איין בחור. איין פרשה וואס איר קענסט גאר גוט. פארשטייטצעך ברמיזה. ווי אלט איז דער בחור. וואסערע מין בחור איז ער. פארוואס איז ער אויף די גאס. וואס טוט ער. און ווי לאנג איז ער שוין אויפ'ן גאס. און וואס מיינט ביי דיר א פשוטע ישיבה

למעשה האט מיר שוין מיין ראש ישיבה מסביר געווען פון ווי די טעות שטאמט, אז ס'דא טויזענטער אינגע בחורים וואס האבן נישט קיין ישיבות. דאס שטאמט פון די ארגאניזאציעס וואס כ'האב שוין אויבן דערמאנט וואס מאכן דריי מאל געלט. ממילא יעדען בין הזמנים פויקען זיי און שרייען אז ס'איז דא הונדערטער בחורים אנע ישיבות. אין ריאליטי טוט מען רוב בחורים גאר שנעל מסדר און די איבעריגע ווילן פשוט זיין אויף די גאס

גנדי » דינסטאג יולי 16, 2013 8:50 pm

· #134053
תלמוד בבלי מסכת פסחים, דף נז, עמוד א.

אמר אבא שאול בן בטנית משום אבא יוסף בן חנין אוי לי מבית בייתוס אוי לי מאלתן אוי לי מבית חנין אוי לי מלחישתן אוי לי מבית קתרוס אוי לי מקולמוסן אוי לי מבית ישמעאל בן פיאכי אוי לי מאגרופן שהם כהנים גדולים ובניהן גיזברין וחתניהם אמרכלין ועבדיהן חובטין את העם במקלות

דאס האבן חז"ל געזאגט, היינטיגע צייטען קען מען זאגן די זעלבע זאך נאר מיט אנדערע נעמען...

אמר אבא שאול בן בטנית משום אבא יוסף בן חנין אוי לי מבית טייטעלבוים אוי לי מאלתן (רש"י: מקלותיהן) אוי לי מבית האגער אוי לי מלחישתן (רש"י: יועצי רע) אוי לי מבית אייכענשטיין אוי לי מקולמוסן (רש"י: שהיו כותבין איגרות לרעה- קול קורא'ס) אוי לי מבית אלתר אוי לי מאגרופן שהם כהנים גדולים ובניהן גיזברין וחתניהם אמרכלין ועבדיהן חובטין את העם במקלות

אבגד » דינסטאג יולי 16, 2013 11:01 pm

· #134091
יא יא!
און אויף דיר זאגט ״יעצט״ די גמרא, היכי דמי אפיקורס האומר הני רבנן, דאס מיינט ער מאכט אוועק די רבנים..

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 11:22 pm

· #134104
פאר דו שרייסט אפיקורס זאג נאך א מאמר קארעקט.

עניוועי, ס'איז נישט קיין חידוש, הדברים פשוטים. דאס איז נאר א גוטער לימוד אז מה שהיה הוא שיהיה, און סדנא דארעא חד הוא. און נאך עפעס, למעשה, אין די תורה, פארנעמען נישט די גבר אלים'ס קיין חשיבות. אין רעאליטי איז אבא שאול בו בטנית געזיצן איינגעמאכט און געמורמלט צו די חברים / תלמידים טענות אויף די הנהגה, אבער גרויסע חתונות און "מלכות ..." האבן די כהנים גדולים, די בן פיאכי'ס געהאט. אבער אין היסטארי, אין די תורה עטליסט, געדענקט קיינער נישט די בן פיאכי'ס, אבער אבא שאול בן בטנית איז חי וקיים.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 11:32 pm

· #134110
אבגד
יא יא!
און אויף דיר זאגט ״יעצט״ די גמרא, היכי דמי אפיקורס האומר הני רבנן, דאס מיינט ער מאכט אוועק די רבנים..

איר זענט דאך אויך אן אפיקורס, ווייל איר מאכט אוועק גנדי! וואסי ווייל ער הייסט נישט האגער?

גנדי » דינסטאג יולי 16, 2013 11:59 pm

· #134122
אבגד
יא יא!
און אויף דיר זאגט ״יעצט״ די גמרא, היכי דמי אפיקורס האומר הני רבנן, דאס מיינט ער מאכט אוועק די רבנים..


אין אייך פאלט נישט ביי, איך בין איינע פון די רבנים?

עס איז א בושה אז אפילו א קליינע שטיקעל גמרא - וואס ווערט ליידער גענוצט אזוי פיל מאל - קענסטו אויך נישט נאכזאגן נארמאל. (כאטשיג פאלגט נישט די רבנים און נוץ גוגל... פאר זייער כבוד לאזן זיי)

די רבנים טוען אסאך אויף... איך האב זיי נישט אוועק געמאכט.. מיר איז געפעלען די חלק אז מען שטעלט דער איידעם פאר ראש הכולל, דער זוהן רב הצעיר און די אייניקעל פאר די יושב ראש_____ און די גבאים און עסקנים שלאגן....

היינט באמערקט די מאמר און עס איז מיר זייער געפעלען אז און די צייטן פון חורבן בית שני איז דאס שוין געווען...

גנדי » מיטוואך יולי 17, 2013 12:04 am

· #134123
אבגד
יא יא!
און אויף דיר זאגט ״יעצט״ די גמרא, היכי דמי אפיקורס האומר הני רבנן, דאס מיינט ער מאכט אוועק די רבנים..


אפיקורוס, רב ור' חנינא אמרי תרוייהו זה המבזה ת"ח, רבי יוחנן ור' יהושע בן לוי אמרי זה המבזה חבירו בפני ת"ח. (סנהדרין צט ב)

איר זענט א דאפעלטע אפיקורוס. איך בין א ת"ח אליינס, און איר האט מיר פארשעמט פאר די תלמידי חכמים פון קאווע שטיבעל.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 17, 2013 12:34 am

· #134135
אבגד
יא יא!
און אויף דיר זאגט ״יעצט״ די גמרא, היכי דמי אפיקורס האומר הני רבנן, דאס מיינט ער מאכט אוועק די רבנים..

יא יא, ירמיה הנביא האט אויך געשריגן מאי אהני לן רבנן, ער איז נישט געווארן קיין אפיקורס פאר דעם, אלא מאי מוז מען זאגן כאן ברבנן, וכאן ברבנן... וקל להבין אפילו (ענדיג צו).

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 17, 2013 5:42 am

· #134167
מ'איז אוועק פונ'ם נושא. ט'זענען אלע בחורים ערלעדיגט אז מ'קען זיך ערלויבען האנדלען א צוויטער נושא?

נאר,,פרייליך » מיטוואך יולי 17, 2013 10:55 am

· #134189
כנראה אז די ראש ישיבה וועמען דער בלאט און הרב שם טוב באהאנדלען האט אויפגעשטורעמט דעם קרייז און הרב ר' א''מ רובין וואס געהט זיך במסי''נ אפ די לעצטערע יארען אין דעם פעלד האט גערעדט ברמיזה א לענגערע שמועס נעכן ת''ב אויפען סאטמאר מהרז''ל ליין
די פילע דרשה קען מען הערן אויף718.838.3869-557-17
ס'איז צום האפען אז דער בלוטיגער און אומיושר'דיגער מהלך וואס שטאמט פין דער דייטשער ארכי מערדער מענגעלע שר''י מיט זיינע טרויעריג בארימטע סעלעקציעס זאלען זיך שוין ענדיגען און מיר וועלן ווייניגער ליידען שפעטער פין די פארביטערטע קרבנות וואס בלייבען נישט שולדיג צוריקצוצאלען כפליים

אבגד » מיטוואך יולי 17, 2013 2:42 pm

· #134244
בעצם האב איך געטראכט נישט צוריק צו ענטפערן, ווייל ליטוואק פון בודאפעסט איז זייער ברוגז אז מען פארקריכט פון נושא, הגם איך פארשטיי נאכנישט אז מען וועט דא ארום פלאפלען וועלן די בחורים שוין האבן ישיבות?, נאר אזוי ווי גנדי האט געזאגט אז איך האב אים - א ת"ח, פארשעמט, בפני די ת"ח פון קאווע שטיבל, איז מיר א בושה אז דאס זענען אונזערע תלמידי חכמים, און שוין נישט קיין חידוש אז מען רעדט נאכדעם אויף די רבנים.
איך וועל מעתיק זיין די גמרא אין סנהדרין (צ"ט ע"ב - ק' ע"א), אפיקורוס, רב ורבי חנינא אמרי תרווייהו זה המבזה ת"ח, ר"י ורבי יהושע בן לוי זה המבזה חבירו בפני ת"ח וכו', אפיקורוס כגון מאן, אמר רב יוסף כגון הני דאמרי מאי אהנו לן רבנן לדידהו קרי לדידהו תני, - ופי' רש"י, והם אינם יודעין שעולם מתקיים עליהם, וכו', - רבא אמר כגון הני דבי בנימין אסיא דאמרי מאי אהני לן רבנן וכו' (זיי מאכען פלעין קול קורא'ס), רב פפא אמר כגון דאמר הני רבנן, ופי' רש"י שמזכירו בלשון גנאי יעצט דעת תורה וועלעכע גמרא האב איך נישט גוט געברענגט?? הא??
איך פארשטיי וואס גנדי באדערט ווייל אין אלע חסידית'ן איז דא הויפס הינט, אשר ע"כ זענען די רבי'ס און רבנים שולדיג, אבער מיט דעם ביזטו איבערגעגאנגען די שטריק אז טאמער ביי דיר הייסט א קול קורא - איגרות לרעה, איז די שמועס געשלאסען, מען זיכט עפעס צו מאכען קול קורא'ס? וואס געפעלט דיר נישט אז מען טוט דיך אביסל איינצוימען אז דיינע קינדער זאלן נישט ארויס גיין לתרבות רעה, און דערנאך לויפן צו די רבנים וואס קען מען טוהן? דעמאלטס זענען זיי יא גוט, הא?,

דעת תורה » מיטוואך יולי 17, 2013 2:54 pm

· #134249
גערעכט, אבגד. אנטשולדיגט.

לאליפאפ » מיטוואך יולי 17, 2013 3:08 pm

· #134254
מורי ורבותי! איך מוז עדמיטן אז איך האב מיר נאך קיינמאל נישט גענומען אזוי צום הארץ א תגובה אין ק״ש וואו שם טוב האט מיר יעצט געמאכט פילן. איך וואלט דיר נישט געוואונטשן אז דו זאלסט עס דיר דערלערנען אויף די אייגענע הויט. אבער בעט דיך נישט אזוי ביים רבש״ע

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 10:48 pm

· #134363
איך פארשטיי נישט די גאנצע פראבלעם, מיר האבען דאך שוין מקובל פון זקני קנאי דורנו אז מרעד'ט קיינמאלנישט אויף גדולים, קודם מאכט מען זיי אויס גדולים און דערנאך רעדט מען אויף זיי, וה"ה הכא, קודם מאכט מען זיי אויס רבנים, און דערנאך רעדט מען אויף זיי. קיינער זאגט ח"ו נישט מאי אהני לן רבנן.

עניוועיס, לגבי די אפט אביוזטער גמרא, צווי נקודות. 1. עס איז קלאר אין די רמב"ם וש"ר אז דער ווארט 'אפיקורס' דא איז נישט דער זעלבער אפיקורס פון וועם מ'רעדט נארמאל וואס יינו יין נסך וכו', עס איז נאר א הפלגה יתירה. 2. עס איז קלאר אין די גמרא אז עס מיינט ווער עס איז מזלזל אין די כח פון חכמים צו מכריע זיין הלכות אין די תורה, וואס ער זאגט מעולם לא שרי לן עורבא וכו', דהיינו מ'רעדט דא פון חכמי המסורת ותורה שבע"פ, נישט פון יעדער שמויגער וואס משה גבאי האט מחליט געווען ער זאל זיין רבי.

אבגד » מיטוואך יולי 17, 2013 11:13 pm

· #134397
לעיקוואד גערעכט!
אז א רב איז נישט דער וואס זיצט אין קאווע שטיבל און זעהט אהן צו פילן די צייט מיט תגובות און לייקס, נאר א רב וואס האט געהארעוועט אלע יארן זיינע, צו עס געפעלט דיר יא זיינע קול קורא׳ס צו נישט, אדער וואסערע נאמען ער טראגט צו וויפיל חסידים ער האט, טאר מען אויף אים נאך אלץ נישט רעדן און מזלזל זיין בכבודו.
און דיין פשט אין די גמרא איז אוסגעזויגן פון פינגער סתם צו שרייבן די תגובה, ע״כ וועל איך דיר געבן די מראה מקום און זעץ דיך איבערלערנען די גמרא, סנהדרין ק׳ ע״א און ווייז מיר וואו האסטו געזעהן אז עס האט צו טוהן מיט חכמי המסורה, נאר דאס אז מען רופט א ת״ח בלשון גנאי, פון דעם רעדט רב פפא, (און די לשון מעולם לא שרו לן עורבא ווערט דערמאנט אין רבא׳ס ווערטער, און עס מיינט אויך נישט דאס וואס דו זאגסט, און אין רב פפא׳ס ווערטער ווערט עס נישט דערמאנט).
און אזוי אויך ווער רעדט דא פון מנסך זיין יין, דאס צו אנגערופן ווערן די בלשון ״הפלגה״ (ווי דו רופסט עס) ״אפיקורוס״ איז אויך נישט קיין בא׳טעם׳טע זאך..
קען זיין איך בין נישט גערעכט, אבער אזוי קוק איך עס אהן...

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 11:23 pm

· #134400
האבען דאך שוין די פוסקים אנגענומען אז עס איז נישטא היינט קיין דין תלמיד חכם. און די 'רבנן' פון וועם חז"ל רעדן איז אוודאי נישטא.

און לגבי דיין וויכוח מיט מיר פשט אין די גמרא ווייס איך נישט וואס דו ווילסט, איך ווייס ב"ה אליינס ווי נאכצוקוקען די גמרא, העכסטנס פרעג איך ביי ר' בר אילן, און אחוץ שרייען אז עס מיינט נישט וואס איך זאג ווייס איך נישט וואסארא וויכוח מיר האבען.

און זיי מיר מסביר וואס איז אנדערש אנפילען די צייט מיט שרייבען תגובות אין קאווע שטיבל הוירטואלי אדער אין קאווע שטיבל אין כולל וואס דארט פארברענגען רוב 'רבנים' זייער צייט. דא רעדן יידן אין לערנען אדער סתם אין ענינים חשובים העומדים על הפרק, איך ווייס נישט מיט וואס דאס פסל'ט עפעס א מענטש. לפחות די רבני קאווע שטיבל הרגנ'ן נישט קיין בעיביס יעדער דריטער טאג און מאכען נישט חרוב קיין בחורים בהבל פיהם סתם ווייל ס'געפעלט זיי.

אבגד » מיטוואך יולי 17, 2013 11:32 pm

· #134402
איך האב געמיינט אז איך רעד דא צו א פארשטענדליכע מענטש, אבער אז איך זעה דיין מהלך אז די קאווע שטיבל שרייבערס, (קיינער איז נישט אוועקצומאכען) זיי זענען די רבנים פונעם דור, און די רבנים מיט די אויבענדערמאנטע נעמען זיי זענען די בעבי מיט בחורים מערדערס, אז דו ביזט אזא בהמה האב איך נישט געוויסט, און אויב אזוי איז די שמועס געשלאסן, זיי געזונט....

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 11:38 pm

· #134404
פשיהא, פאר אזא טענה הייב איך ממש הענט. אבגד זאגט אז איך בין א בהמה. איך האב דאך נישט וואס צו ענטפערן אויף אזא מורא'דיגע הפלא'דיגע לאגישע טענה.

זיי מיר טאקע געזונט.

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:17 am

· #134418
במחילת כבודך הרב לאליפאפ כ'בעט דיך איבער. איך מעג דיך פרעגן פארוואס די פילסט שלעכט. די ווילסט דיך אפשר מרחם זיין אויף מיר און אנהייבן א שמועס איבער איין בחורל כ'זאל דיר אנהייבן צו פראָווען מיין פוינט, אדער די ווילסט מיט מיר זיך נישט טענה'ן נאר באקוועמערהייט באשולדיגן די מנהלים וראשי ישיבות אבער די טאטעס, בחורים און סתם מענטשן זענען גענצליך אומשולדיג אויף זייערע מעשים וואס האט זיי געברענגט צו זייער מצב,

אויב וועט זיך קיינער נישט וועלן מיט מיר דורכשמועסן וועל איך אי"ה דא מפרסם זיין גאנצע 10 מעשיות וואס איז זיך לעצטענס פארלאפן. אלעס פון היימישע חברה וועמען מיר קענען אלע מער ווייניגער. אבער איך ווארן אייך (בלשון חבה) איר גייט אייך אלע טוישן אייער מיינד!!! איר וועט זיך נישט גלייבן וואס ס'גייט פאר דא אין דעם פעלד און די זענען נאר די ערשטע צען פון הונדערטער אזעלעכע מעשיות. והצד השוה שבהן דער תכלית פונעם בחור איז נישט אויפ'ן רעדאר פון קיינעם

דיסקלעימער: איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז דער מנהל און ראשי ישיבות זענען נישט שולדיג אדרבה קוקט ווי איך זאג אז ער וויל זיך פארגרינגערן. כ'זאג נאר אז דער עיקר שולד ליגט נישט אויף זיי נאר אויף אנדערע וואס האלטן נישט ביים טאן אדער ווילן גאר ס'זאל אזוי זיין,

צען קורצע היימישע געשיכטעס קאמינג אפ

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:38 am

· #134423
איך ווארט! 🙄

גנדי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:41 am

· #134425
אבגד
איך האב געמיינט אז איך רעד דא צו א פארשטענדליכע מענטש, אבער אז איך זעה דיין מהלך אז די קאווע שטיבל שרייבערס, (קיינער איז נישט אוועקצומאכען) זיי זענען די רבנים פונעם דור, און די רבנים מיט די אויבענדערמאנטע נעמען זיי זענען די בעבי מיט בחורים מערדערס, אז דו ביזט אזא בהמה האב איך נישט געוויסט, און אויב אזוי איז די שמועס געשלאסן, זיי געזונט....


די הייסט אפשר @בדחן?
בלאט: 1 2