☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מושב בית דין פאר ארויסגעווארפענע בחורים!!!

מושב בית דין פאר ארויסגעווארפענע בחורים!!!

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4265
בלאט: 1 2

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:06 am

· #134504
shem-tov
במחילת כבודך הרב לאליפאפ כ'בעט דיך איבער. איך מעג דיך פרעגן פארוואס די פילסט שלעכט. די ווילסט דיך אפשר מרחם זיין אויף מיר און אנהייבן א שמועס איבער איין בחורל כ'זאל דיר אנהייבן צו פראָווען מיין פוינט, אדער די ווילסט מיט מיר זיך נישט טענה'ן נאר באקוועמערהייט באשולדיגן די מנהלים וראשי ישיבות אבער די טאטעס, בחורים און סתם מענטשן זענען גענצליך אומשולדיג אויף זייערע מעשים וואס האט זיי געברענגט צו זייער מצב,

אויב וועט זיך קיינער נישט וועלן מיט מיר דורכשמועסן וועל איך אי"ה דא מפרסם זיין גאנצע 10 מעשיות וואס איז זיך לעצטענס פארלאפן. אלעס פון היימישע חברה וועמען מיר קענען אלע מער ווייניגער. אבער איך ווארן אייך (בלשון חבה) איר גייט אייך אלע טוישן אייער מיינד!!! איר וועט זיך נישט גלייבן וואס ס'גייט פאר דא אין דעם פעלד און די זענען נאר די ערשטע צען פון הונדערטער אזעלעכע מעשיות. והצד השוה שבהן דער תכלית פונעם בחור איז נישט אויפ'ן רעדאר פון קיינעם

דיסקלעימער: איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז דער מנהל און ראשי ישיבות זענען נישט שולדיג אדרבה קוקט ווי איך זאג אז ער וויל זיך פארגרינגערן. כ'זאג נאר אז דער עיקר שולד ליגט נישט אויף זיי נאר אויף אנדערע וואס האלטן נישט ביים טאן אדער ווילן גאר ס'זאל אזוי זיין,

צען קורצע היימישע געשיכטעס קאמינג אפ


בדידי הוי עובדא מיט דיין בארימטער ר''מ ומשתלט על ציבור האלפים ורבבות וואס האט מיט גאר א קורצע צייט צוריק זיך געשפילט מיט די לעבן פין א בחור'ל בא בימים פין עיר ואב''י וומ''ס וואס האט פאר זיך נאך צווי געשויסטער אין די רייע און בדרך הטבע קען ער נאך אפווארטען ביז די 25 פאר א שידוך און אלולי עטליכע עסקנים בעלי מסי''נ וואלט דער בחור איצט געווען א גאסען בחור וואס מושב'ט אויפען אינטערנעט און מען וועט האבען און עטליכע חדשים ארום נאך א מעגליכקייט פאר וועם צו מאכען א מעכטיגער מעמד צו ראטעווען פינעם אינטערנעט

דער בחור איז א יר''ש מרובים מעגליך אז מינדערוויכטיגע פארלעצונגען בנוגע די רול'ס פין יעשיבה איז ער נישט גענצליך געווען מסודר
''אבער מפקיר צו זיין א נפש אחת מישראל פארען תהום פינעם היינטיגען וועלט''?????
מי ביקש זאת מידכם אז איר קענט נישט פירען נאר א נאצישער סאדיסטישער מהלך געב אויף אינאף איז אינאף.
מען קען דעם זעלבן סיסטעם צוטיילען כמנהג העולם אויף קלענערע חתיכות וועט נישט דארפען ליגען אויף איין יחיד די דיני נפשות שאלות פין הינדערטער ציבראכענע בחורים און טויזענטער קרובי המשפחה הקרובים אל החלל

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:38 am

· #134514
שוין עטליכע מאל געשריבן איך רעד נאר פון אינגערע בחורים בי די אכצען. העכער די אכצן ווערט מען שוין פאר'משפט לויט זיין היסטאריע און צו דעם וועט גארנישט העלפן. סארי ס'ווערט אנגערופן קרעדיט ריפארט אדער דין וחשבן

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:41 am

· #134515
shem-tov
שוין עטליכע מאל געשריבן איך רעד נאר פון אינגערע בחורים בי די אכצען. העכער די אכצן ווערט מען שוין פאר'משפט לויט זיין היסטאריע און צו דעם וועט גארנישט העלפן. סארי ס'ווערט אנגערופן קרעדיט ריפארט אדער דין וחשבן אדער רשעות

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:45 am

· #134517
shem-tov
אומגלויבלעך. שם טוב קען נישט קיין איין עלטערע בחור וואס איז אויף די גאס. א מינוט צוריק האט יעדער געוויסט פון טויזענטער בחורים!!! טאקע אכשר דרא פון איין מינוט אויף די צווייטע.

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:48 am

· #134519
זיכער רשעות און דאס אז דער וואס האט געטאן מה שחפץ לבו געשטערט, געפייניגט, געחוצפה'ט און טוט די שוואכסטע שידוך פון זיין עידש דאס איז אויך רשעות. וואס. פונעם שדכן דער רשע וואס פארגינט ער אים נישט נאך א טשאנס

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:52 am

· #134521
דו ווארפסט צאם פופציג זאכען אין איין שורה איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט זיי בעסער מסביר!!

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:04 pm

· #134526
ליין אביסל שטייטער. איך ברענג ארויס סארקאסטיש אז ס'האט גארנישט מיט רשעות דער מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת. און איך קען יא אסאך עלטערע בחורים וואס האבן ניט קיין ישיבה און (כ'ציטער שוין צו זאגן) זיי זענען שולדיג ע"פ רוב

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:05 pm

· #134527
בין איך דער איינציגסטער וואס הייבט אן צו שפירן אז דא זיצן מער ווייניגער נאר עלטערע בחורים. איך פרעג נאר

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:29 pm

· #134533
דא האט איר קודם 3 פון 10 געשיכטעס וואס כ'האב צוגעזאגט. מיין ציל איז צו ווייזן קודם אז ס'איז דא עוועילעבעל אנע שעור הילף פון ישיבות און מענטשן וואס מיינען עס אמת'דיג, און אז אין יעדע איינציגע דראופ-אוט פאל איז דא מערערע צו באשולדיגן און דער מנהל אדער ראש ישיבה איז מעגליך דער לעצטער. מיין דריטער ציל איז אויך ס'זאל ווערן א מאוומענט אז צו לערנען אין שידוכים יארן אין א נאן-ברענד ישיבה זאל ווערן גאנבאר און יעדער זאל דערצו צוהעלפן. אמת'דיגע מעשות אבער פארשטייצעך אז די נעמן און פלעצער זענען פארדרייט געווארן

************

1) אלימלך א בנש"ק קומט פון א כאניאקישע משפחה, ביי די דרייצען איז ער געווען א לעבעדיגער געשמאקער בחור מיט א עכט באחנ'טע צורה. צו ג-ט און צו לייט. נישט דער גרויסער לערנער אבער גאנץ עווריטש. היינט איז ער זעכצן יאר אלט, דריידט זיךארום אין די בארא פארקער גאסן מיט א גרויסע טשופ און אן פאות, קאלירטע העמעד א געזונטער באם, אן א שפיר פון אידישקייט לצערותם פון זיינע עלטערן וואס שפירן אז זיי באגראבן זיך פאר בושה. און ער זוכט ארבעט. אלימלך'ס טאטע האט זיך צוקריגט מיט אלימלך'ס הנהלת ישיבה קטנה זייענדיג בלויז דרייצן יאר אלט, ער האט אים ארויסגענומען בערך סיון און אים געזאגט אז ער גייט זוכען א ישיבה, דערווייל זאל ער זיצן אינדערהיים. די עסקנים פרובירן עפעס אנצוטראגן קלענערע ישיבות מחוץ לעיר אבער דער עסקן ברויך גרויס געלט און די ישיבה בעט גאר אסאך און דער טאטע שרייט איך האב נישט מער פון הונדרעט פופציג טאלער א חודש, אזויפיל האב איך געצאלט אין באבוב און מער קומט נישט אין באטראכט. די עסקנים ווערן נעלם. נישטא קיין קעמפ קיין חברים און נישטא קיין נייע ישיבה. ס'קומט אלול און אלימלך הערט פון זיינס א חדר-חבר איבער א מעכטיגע חסידישע קליינע ישיבה וואס ער האט דארט געהאט א תכלית און ער האלט ס'איז מורא'דיג פאר אים. אלימלך דערציילט דאס פאר זיינע עלטערן, זיינע עלטערן זענען גאר צופרידן און פארבינדן זיך מיט די הנהלה און די שכר לימוד געפעלט זיי אויך און ס'הייסט אז אויף חשון קומט ער דארט אריין. ביני לביני זענען איינע פון די עסקנים געוואר געווארן דערפון און אים האט דאס נישט געשמעקט אז מען מאכט דאס ווערן אנגענומען און א ישיבה קטנה אזא מלאכה קטנה און דא בעט ער די שווערע טויזענטער. רופט ער אן די טאטע און הייבט אן א קאפ פארדרייען און דער טאטע זאגט אים טראג פון מיר אפ. איך האב גערעדט צו מיין זוהנס חבר'ס טאטע און ער איז שטארק צופרידן איך קען אים מער נישט האלטן אינדערהיים. פארלוירענערהייט, רופט דער עסקן די מאמע און זאגט איר זאלסט וואוסן דיין זוהן וועט ווערן דארטן א גוי גמור, איך בין שוין צוואנציג יאר א עסקן און דארט טויג זייער נישט ועוד ועוד און די מאמע קויפט עס אפ. דער עסקן רופט אויך אן דעם פרומען פעטער פון וויליאמסבורג און דער פעטער קאלט שוין די ישיבה אויסצופרעגען איבער דעם סדר הלמוד און הערט אז ס'איז שוואך אין שו"ע און אין סוגיא און ער גיבט אריין א פארציע פאר'ן ראש ישיבה פאר די חוצפה פון אפי' וועלן אנעמען זיין עילוי'שע נעפיו. אלול האט די ישיבה געמאכט א סיום דער בחור איז ארויסגעקומען זיך באטייליגן. אינמיטן די סיום רופט די מאמע אריין דעם ראש ישיבה אז מ'זאל שוין זאגן פאר די בחור אהיימצוגיין ווייל אויב נישט רופט זי פאליציי. דער ראש ישיבה גיט די מעסעדש פאר'ן בחור. דער פרומער פעטער רופט א שעה דערנאך ווייטער אינמיטן סיום און שרייט ער גייט מאכן א ויצעקו אין שטאט מען לאזט אריין א אינג בחור'ל צו א סיום אזוי פשוט. דער בחור איז געבליבן אן א ישיבה אויך חשון און בערך חנוכה צייט זייענדיג בלויז פערצען האט ער אנגעהויבן אזוי שרעקליך צו רעבעליען און אראפגעווארפן דעם לבוש פון איין טאג אויף די צווייטע. היינט איז ער איינע פון הונדערטער אויף די ב"פ גאסן. ווער איז דא שולדיג



**************


2) יענקל איז פון די סארט בחורים וואס ווייסט אלעס און קען אלעס. ער לערנט אין צעירים און איז גוט מיט יעדען איינעם. א הויעכער געבילדעטער בחור און א שכל הישר. מען קען זאגן ער איז עווריטש בחוץ. אבער היבש אויפגעקלערט בפנים. נישט קשה. אזעלעכע בחורים זענען דאך דא אין יעדע ישיבה. מ'נעמט יעדן אן אין ישיבה גדולה יענקל באקומט א לא נתקבל. די הנהלת הישיבה זאגט פאר יענק'לס טאטע - דירעקט און אומדירעקט - אנטשולדיגט דיינע בעסערע קינדער האסטו געשיקט ערגעץ אנדערש און בכלל באלאנגסטו דאך צום צד שכנגד און קיין געלט פארמאגסטו דאך אויך נישט, נא ס'איז נישטא פון וואס צו רעדן. יענקל אבער וויל דערפון נישט וויסן. ער באלאנגט דא אין סיסטעם זיינע אלע חברים גייען אריין אין ישיבה און ער וויל אויך. הייבט ער זיך אן צו דרייען דארט בחצר הישיבה און די הנהלה שיקט אים אוועק מיט גוט'ן און מיט בייזן. ער גיבט נישט אויף און האלט אן זיין קשר פון אינדרויסן מיט זיינע ידידים. ער האט א פיין קעפעל אבער ער איז צוקלאפט און צובראכן פארוואס קומט זיך מיר דאס עונש. ער האלט דאס נישט אויס און טוט כל השתדלות שבעולם מ'זאל אים אנעמן אבער דער ענטפער איז ניין. שוין ער גייט ארבעטן צו עפעס א פעקטארי בשכינות. ער מאכט שוין אפאר טאלער און ער הייבט אן צו שוויצן. קלוג איז ער דאך נא אז נישט א בלאט גמרא זאל זיין א דאלער. יענקל איז למעשה אריינגעפאלן מיט א היבשער נישט-גראדער בעל הבית צו וועם יענקל אלץ נארמאלער אינגערמאן וואלט נישט געוואלט ארבעטן. נאר אלץ צובראכענער בחור האט ער דאס אנגענומען. און נאך אפאר יאר דארט ארבעטן האט זיך אנגעהויבן צרות צרורות מיט ווייטאגליכע ארעסטן. יעקל איז אפגעזיצן יארן אין תפיסה ה"י. ווער איז דא שולדיג


***************

3) ברוך איז אויפגעוואקסן אין א טראדישענאל חסידישע שטוב אבער דער טאטע באלאנגט נישט עכט אין ערגעץ. ביי די פערצן שרייט ברוך ס'איז צו א שטרענגע ישיבה איך וויל אוועקפארן ערגעץ אנדערש. האט מען אים געשיקט אין א קליינע ישיבה אין מאנסי.וואס איז נישט אזוי שטרענג און מען לאזט למשל שפילן באל וכדו און נאך זאכן א חוץ לערנען, קומט ער אן קיין מאנסי, ברוך אבער קען זיך נישט צושטעלן, ער האקט איבער יעדן שעור ער שרייט אריין ער איז שרעקליך הייפער און חוצפה'וועט אוועק די מגי"ש. יעדע צוויי וואכן מאכט ער זיכער נעלם צו ווערן ביי לאנטש פאר א שעה צוויי און די הנהלה ווערט שרעקלעך אנגעצויגען, מען גיט אים א קנס, מען רופט די עלטערן, דער בחור שרייט ס'איז צו שטרענג די ישיבה איז אויך נישט פאר מיר. טאטי זוך מיר א נייע ישיבה איך מיז האבן א עם. פי. טרי. אויך ווייל איך ווער דא משוגע. פורים זאגט ער שוין אז ער גייט מער נישט צוריק. און בלייבט אינדערהיים. דער בחור ווערט געוואר איבער א לייכטע ישיבה וואס גיבט זיך ספעציעל אפ מיט העלפן עט-ריסק היימישע אינגע בחורים און דער טאטע שרייבט אים איין. ער קומט מיט א געוואלדיגע צופרידנקייט און ברענגט מיט א שפאגעל נייע איי-פאד. פארצווייפעלט זאגט אים דער ר"י אז ס'איז אים נישט ניחא און ער זאל עס באהאלטן קיינער זאל עס נישט זעהן. פיין אפגעמאכט. אזוי ארבעט מען שווער אריין אין דעם בחור מען מאכט אים רעספעקטירן אנדערע מען מענטעלט אים אויס. בלוט און שווייס ווערט אריינגעלייגט זיך נישט אויפצורעגן נאר הנדלן מיט יישוב הדעת על כל פרט ופרט. ער איז ב"ה צופרידן און ס'קוקט שוין אויס ווי ס'וועט דא עפעס ווערן. אינמיטן זמן האט זיך ברוך פארשאפט א טעלעפאון אזוי באהאלטערנערהייט. דער ראש ישיבה ווערט געוואר און שמועסט אפ מיט'ן טאטען אז מען וועט ווייטער האנדלען מיט שכל און אים נישט פייניגן דעריבער. דער ראש ישיבה האט זיך געמאכט ווי ער ווייסט נישט און מען האט געהאפט אז ער וועט האבן שכל ווי אזוי עס צו נוצן. ארויסווארפן דארטן איז נישט קיין אפשען אבער א פופצן יעריגער בחור מיט א טעלעפאן אפען און גראב איז דאך אויך נישט קיין אפשען. ס'קומט בין הזמנים ברוך האט זיך דערוואוסט פון פעיסבוק און שרייבט שוין דארטן שטותים והבלים און גייט דורך הונדערטער גדרים ופני ראש ישיבה חפו. פאר'ן התחלת הזמן איז דא אן אסיפה מיט ברוך און די עלטערן און מען בעט זיך ביי אים צו פארשליסן די פעיסבוק ווייל די גאנצע וועלט ברויך דאך זיכער נישט מיטהאלטן דיין מצב און מען וועט דיך לאזן האלטן דיין פאון אין געוויסע צייטן צווישן די עלטערן און די ישיבה. ברוך שרייט דאס קומט נישט און באטראכט ס'איז צו א שטרענגע ישיבה איך האלט נישט דא ביים לערנען נאך איין טאג. דער טאטע זאגט כ'מיז אים נאכגעבן און הייבט ווייטער אן צו זוכען. למעשה איז ער שוין אין קיין שום ערענסטע ישיבה קיינמאל נישט אנגעקומען און איז היינט א פורק עול און א צוקלאפטע נפש: ווער איז שולדיג

הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:45 pm

· #134537
shem-tov
בין איך דער איינציגסטער וואס הייבט אן צו שפירן אז דא זיצן מער ווייניגער נאר עלטערע בחורים. איך פרעג נאר


בין איך די איינציגסטע וואס וואונדערט זיך אויב שם טוב איז א ראש ישיבה? כ'מיין דיין אפעלדזשעטיק הסברים גרעניצן זיך מיט אבסורדיזם... עס זענען דא עטליכע ארגעניזאציעס וואס גיבן זיך אפ מיט פלאצירן בחורים אין ישיבות נאך דעם וואס זיי האבן זיך אליינס נישט געקענט פלאצירן. עזר לישיבות האט פאר צוויי יאר צוריק באהאנדלט 350 קעיסעס אין איין בין הזמנים. אבער אלעס איז אקעי? עס האט גארנישט מיט די ראשי ישיבה? קאם אן! זענען זיי שולדיג אין א יעדע פאל? מן הסתם נישט. אבער אויב ביסטו נישט קיין ראש ישיבה קען איך נישט פארשטיין דיין עקסטרעמע פראבע צו פארענטפערן מיט לעכערליכע תירוצים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:21 pm

· #134543
גראדע וואלט איך זייער געוואלט אז עטליכע ראשי ישבות זאלן קומען דא שרייבן און אויסשמועסן דעם ענין. עס וואלט געקענט זיין א תועלת.

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:41 pm

· #134553
יא, ווען עכטע ראשי ישיבות קומען, וואס ווייסן די מצב (אפילו זיי זענען שולדיג), וואלט מען נאך געהאלטן אויף א וועג. דא האנדלט זי מיט @shem-tov און אנדערע וואס פארשטייען נישטאמאל פון וואס מען רעדט.

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:51 pm

· #134556
shem-tov
ווער איז דא שולדיג?

דער וואס האט צוזאמגעשאסן א שטויס מיט מעשיות וואס הענגן פון אלע זייטן. דו מיינסט טאקע צו זאגן אז דאס זענען טיפישע מעשיות? בערך אזוי גייט די אמת'ע מעשה פון די אלע בחורים וואס זענען ארויסגעווארפן? אויב יא, האסטו נישט קיין מוסג וואס עס גייט פאר, און מאכט מיך טראכטן אז די אלע מעשיות זענען געמאכט פון בויך ארויס צו שטופן א בלינדע אגענדע. ווידעראום אויב דו פארשטייסט אז אפילו עס האט יא פאסירט איז דאס אבער נישט די געווענדליכע געשיכטע, דאן ווי קומט עס דא אריין?! סתם געשאסן אין די ווינד?




************

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:38 pm

· #134575
כ'בין פלעטערד אז מ'רופט מיך ראש ישיבה אבער ניין. ווי כ'האב אייך געזאגט בין איך בידידות מיט'ן ראש ישיבה וואס העלפט בחורים בנאמנות.
איך זיץ דא און איך שטוין ווי אזוי קיינער אין גם אחד וויל נישט רעדן בפרטיות איבער א געוויסע געשיכטע, אפי' נאכדעם ווי איך ברענג אייך פאסירונגען, נאר יעדער וויל רעדן בכלליות און באשולדיגן די ראנג חברה. קומסט מיט עזר לישיבות. לתלמיד. לבחורים זיי האבן געהאלפן טויזענטער בחורים. א שטייגער ווי מוסדות חסד לאברהם אדער ווי למען אחי. ווען האט דיר עס דער עסקן געזאגט ווען ער האט ארויסדערווישט א פופציגער פון דיר. איינער ווייסט פון א צובראכן נפש וועמן די חברה האבן מסדר געווען אויף די לאנג ראן. איך ווייס ווי זיי האבן געשטערט.

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:42 pm

· #134576
וועלכע עסקנים מיינסטו? בריל ענד קא.?

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:13 pm

· #134590
shem-tov
כ'בין פלעטערד אז מ'רופט מיך ראש ישיבה אבער ניין. ווי כ'האב אייך געזאגט בין איך בידידות מיט'ן ראש ישיבה וואס העלפט בחורים בנאמנות.
איך זיץ דא און איך שטוין ווי אזוי קיינער אין גם אחד וויל נישט רעדן בפרטיות איבער א געוויסע געשיכטע, אפי' נאכדעם ווי איך ברענג אייך פאסירונגען, נאר יעדער וויל רעדן בכלליות און באשולדיגן די ראנג חברה. קומסט מיט עזר לישיבות. לתלמיד. לבחורים זיי האבן געהאלפן טויזענטער בחורים. א שטייגער ווי מוסדות חסד לאברהם אדער ווי למען אחי. ווען האט דיר עס דער עסקן געזאגט ווען ער האט ארויסדערווישט א פופציגער פון דיר. איינער ווייסט פון א צובראכן נפש וועמן די חברה האבן מסדר געווען אויף די לאנג ראן. איך ווייס ווי זיי האבן געשטערט.


דיינע ווערטער קעגן די עסקנים במסי''נ מיט אויפגעטראכטע בלבולים קענען זיך פארמעסטן מיט נחום רז''ב'ס מעשיות אויף יעדן רב און מחנך
בושה תכסה פניהם פון די רמי''ם ומנהלים וואס בויען זייער יחידישע מוסדות פאר אייגענע אגענדעס מיטען חשבון פין באגראבען ערליכע וועלט בארימטע עסקנים.
קאמיש איז אז שם טוב ווייסט נישט פין די אוצרות גאלד וואס דיין חבר דער ר''מ שארט יעדן בין הזמנים פון מער ווי העלפט בחורים מיט כלומר'שטע תירוצים אז דאס איז סעקיוריטי וכדומה

shem-tov » דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:33 pm

· #134694
מורי ורבותי איך געב אויף מיט אייך. נאכ'ן זיך אזוי בעטן איבער א פרטיות'דיגע מעשה וואו מ'זעהט אז דער ראש ישיבה איז שולדיג און נישט דער בחור, דער טאטע אדער עפעס אנדערש. און קיינער האט זיך אויף מיר נישט מרחם געווען נאר יעדער באשולדיגט מיך גאר מיט ברייטע בלבולים. כאלו איך האב ח"ו גערעדט אויף חשובע עסקנים וואס ארבעטן אין דעם פעלד און שעפן דערפון זייער פרנסה. שפיר איך אז מ'רעדט דא נישט מיט קיין נארמאלע מענטשן וואס זוכען ריאליטי,

איר באשולדיגט מיך צו זיין וואו נחום. איך מיין אז די ענין פון ארויפשמירן אלעס אויפ'ן ראש ישיבה ענדעלט מער צו נחומ'ס סטראטעגיע פון ארויפצושמירן יעדען פראבלעם אויף טשעפענען די קינדער.

און פאר די באשולדיגסט מיך אין רעדן אויף ערליכע עסקנים וואס טוען מכלומר'שט אין העלפן בחורים קוק דיך אין שפיגעל וויפיל מ'רעדט דא צאם אויף יעדן מנהל וראש ישיבה - די איינציגסטע וואס ארבייטן טאקע שווער אין העלפן בחורים - על לא עוול בכפם. איך האב אייך דערציילט מעשות און כ'האב נאך צענדליגע, און איר אלע וואו איינע האט איינגענומען א שווייגענישט, קיינער ענטפערט נישט נאר יעדער שעלט.

און לאמיר נישט פארגעסן איך האלט דא פונקט ווי יעדער אז די סיסטעם טויג נישט מחמת כמה וכמה סיבות און מ'ברויך עס פיקסן. אונז זעמער נאר מחולק אין ווי אזוי מ'טעקעלט עס, סתם שרייען און זינגען אז יענער איז שולדיג איז נישט קיין מהלך און סתם אוועקמאכן יעדעם וואס האט נאר אמאל עפעס געטאן טויג נישט.

איך גיי עס זאגן נאכאיינמאל. הונדערטער בחורים גרויסע און קליינע געפינען זיך טאקע אויף די גאס. פארוואס. איינס ווייל ער וויל דארט זיין. צוויי. ווייל ער האט יארן געטרעטן אויף יעדן און זיך פארמאכט יעדן טירל. דריי. ווייל די עלטערן זענען געפערליכע אויבער חכמים. פיר. ווייל עפעס א קליינע ישיבה האט אים ארויסגעווארפן ווייל ער צאלט נישט די טויזענטער שכ"ל. פינעף. ווייל די עסקנים שלא לשם שמים האבן געשטערט ווייל זיי האבן נישט באקומען קיין מוצא. און זעקס. ווייל דער מנהל אדער ראש ישיבה האט געזאגט דיינו ער פארדארפט מיר מיין וויינגארטן.

א גיטע נאכט. וועקט אייך אויף

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:55 pm

· #134707
וואספארא פרטיות'דיגע מעשה דארפטו?

ראובן האט געבעטן מוהר"ר שמעון שליט"א, די ראש הישיבה, אריינצונעמען זיין זין לוי. לוי איז נישט קיין עלוי, נאר א נארמאלע בחור. וואס הייסט א נארמאלע בחור? ער דאווענט אלע תפילות, כאטש אדערע שאקלן זיך מער פון אים. ער קומט צו יעדע שיעור אין צייט אבער פאר'חלום'ט זיך דא און דארט. סוף זמן האט ער קוים בדיעבד אדורך סי בחינה, און די ראש הישיבה האט געזאגט פאר ר' ראובן'ען אז - לתועלת לוי'ען זאל ראובן זוכען א ישיבה וואס איז מער פאסיג פאר די בחור. יעצט ערב די הייליגע טעג קלאפט ראובן ביי הר"ר שמעון אין אפיס. ער האט זיך שוין עטליכע מאל באטייליגט ביי די ישיבה'ס מלוה מלכה'ס, און טראכט ביי זיך אז דער רבי שמעון וועט זיכער האבן א אוזן קשבת. נאכן זיצן אפאר מינוט מיטן פאטער האט רבי שמעון געזאגט צו ראובן אז ער וועט אים לאזן וויסן בקרוב. דער ראש הישיבה האט איינגעזעהן אז מיט דעם לוי וועט ער זיך דארפן אפגעבן, און קיין ברענד-נעים בחור וועט ער נישט אזוי שנעל זיין. די טאטע האט זיך טאקע שוין באשטייערט עטליכע מאל לטובת די ישיבה וואס - כפי יכלתו - הייסט שיין, אבער קיין סאך מער קען מען פון אים נישט ארויסמעלקן, דען ער איז א פשוט'ער ארבייטער. האט דער חשוב'ער ראש הישיבה געמאכט א באשלוס - אזא וואס ער האט שוין געמאכט צענדליגע מאל די בין הזמנים אליינס. ער רופט אן ר' ראובן'ען א טאג פאר ער"ח חשון און זאגט אים אז כעת קען ער אים נישט ארייננעמען ווייל ער האט פשוט א מאנגל אין פלאץ. די טאטע - וואס האט געמיינט אז מען מאכט אים ווארטן גאנץ חודש תשרי ווייל מען איז זיין טייערע לוי'ן מסדר על צד היותר טוב, און דא - ווען די ישיבה סעזאן איז פארטיג, שטעלט מען אים ארויס אויף די גאס?!

הארכע אויס, @shem-tov, דאס איז נישט א מעשה בכל יום, נאר אלפים מעשיות בכל ביני הזמנים.

דו יו קאפי?!

סאשי פיש » זונטאג יולי 21, 2013 1:03 pm

· #135003
shem-tov

איך האב אייך דערציילט מעשות און כ'האב נאך צענדליגע, און איר אלע וואו איינע האט איינגענומען א שווייגענישט, קיינער ענטפערט נישט נאר יעדער שעלט.
א גיטע נאכט. וועקט אייך אויף

@shem-tov ווי ביסטו??........

נאר,,פרייליך » זונטאג יולי 21, 2013 9:34 pm

· #135094
באקומען אין אישי פון א לאנגיעריגער עסקן לכל קדשי בני ישראל ובפרט אפצוראטעווען די צעירי הצאן וואס פאלען קרבנות פאר די יחידים המשתלטים על הישיבות
וז''ל: ס'ווינדערט מיר זייער וויאזוי אלע קהילות און חסידות'ן באקעמפן דעם טעכנעלאגישער שטן אזוי אומלאגיש און נישט צום נקודה במחכ''ת פין די עסקנים וואס פירען די מנהיגי ישראל אויף דעם דירעקשען.
לענ''ד וואלט פיל פאסיגער געווען
ווען די קרוב צו צוואנציג מיליאן דאלער וואס איז געספענדט געווארען די לעצטע צוויי יאר פאר די פראפאגאנדע אוןפארשידענע צוואנג'ס מיטלען צו אפהיטען דעם ציבור פינעם טעכנעלאגישען שטן
ווען בלויז די מעשר דערפין ווערט געספענדט פאר'ן אויפבוי און חינוך אין אונזערע הייליגע פירות די צאן קדשים זאלען האבען מער חיות און סיפוק פין וועלן מרצונם הטוב מואס זיין ברע און בוחר זיין בטוב
וואס דאס קען מען עררייכען דורכ'ן אריינלייגען גרויסע כוחות און געלטער צו אריינברענגען חשובע משפיעים און יראי ד' אין די ישיבות צו בויען די הייליגע יודישע נשמות זיך צו האלטען צום אידישען פייער

עכ''ל

shem-tov » דינסטאג יולי 23, 2013 12:37 am

· #135419
כ'באמערק אז דער עולם מישט אביסל אויס צווישן גוטע בחורים וואס ביי זיי איז דאס ווערן ארויסגעווארפן ממש ווי א לייף סענטענס, מיט שוואכערע בחורים וואס ווערן ארויסגעווארפן איז ווי מ'זאגט מיי פלעדשאר. ווי קען מען טשילען היינט נאכט... ואני הקטן רעד טאקע בעיקר פון שוואכע בחורים וויאזוי מען שטעלט זיי צוריק אין ישיבות אז זיי אליינס זאלן נישט זיין קיין צועקים לשעבר. פונקט האב איך אויך געזעהן א הארץ רייסענדע בריוול וואס א ראש ישיבה האט געשריבן צו א פופצן יעריגער תלמיד וואס האט פארלאזט די ישיבה און געגאנגען ארבעטן. כ'וועל טוישן די נעמען און עס אי"ה אויך ארויפשטעלן. אצינד האלט איך ווארט, און האט איר דא נאך צוויי אמת'דיגע געשיכטעס ווי אזוי בחורים קומען אן אויף די גאס.

shem-tov » דינסטאג יולי 23, 2013 12:38 am

· #135420
******************************

4) איציק איז דער בחור וועמען מיר רופען א נארמאלער בחור. גאנץ כאניאקיש געשטימט. שמעקט זי נישט אן מיט זייפן, האט ברייטע לאנגע פאות זיין טאטע איז א פרומער אינגערמאן, און איז היבש צופרידן פון זייןאיציקל. שאקלט זיך ביים דאווענען און ווען ער לערנט איז עס מלא טעם אויפ'ן קול, גאר א לעבעדיגער בחור, איציק וויל אויך אינדזשויען לייף. נישט אזא מין לעבען וואס איז א געפאר פאר זיין רוחניות. נאר פשוט ער איז אלעמאל גיט אויפגעלייגט נעמט זיך גארנישט צום הארצן. ווען דער מנהל אדער מגי"ש זאגט א שטרענגע דרשה וועט ער זיין דער ערשטער וואס וועט שטילערהייט שיסן וויצן און נאכמאכן וויאזוי ער רעדט. און דער עולם וועט ליגן אויף דער ערד פון לאכן. מען קען אים נישט סטראשענען ווייל מיט זיין סענס אף יומער וועט ער עס אוועקמאכן. לערנט כמעט נישט קיין אות אחת נאר פירט קופקעס און שמועסט אוועק. אבער ווען ס'קומט צו די בחינה גיט ער זיך אן עצה ווייל ער איז א שטיקל דריי קאפ און וועט האקן אין קאפ אריין דעם פארהערער ביז ער וועט שוין האבן גענוג פון אים און וועט גיין צום נעקסטן. איציק מאכט היבשע פראבלעמן אין ישיבה ווייל ער שטערט דאס ערענסקייט אבער אלע זענען גיט מיט אים פון די גאר גיטע ביז די שוואכע. איציק האט אבער א שטיקל חסרון אויך, אז ער איז אן אומצופרידענער אדער איז עס א חלק פון זיין אינטערטעימענט חוזק צו מאכן פון די ישיבה און ער האלט אין איין איבערקייען אז נעקסטע זמן איר ער דא פארטיג און ער גייט זיך צו א ערענסטע ישיבה גדולה. און אויף דעם חשבון האט ער נאך אפי' ווייניגער וואס מורא צו האבן פון די איינגעשטעלטע. ס'קומט סוף זמן זיינע עלטערן שיקן אן אפליקעישאן צום נייעם ישיבה גדולה. מ'פרעגט זיך נאך דא און דארט. און דער ענטפער איז לא נתקבל. פשוט, קיינער זוכט זיך נישט קיין אויבער חכמים וואס וועלן נישט האלטן דעם ארדענונג אין ישיבה. איציק וואסט פארנעמט נישט קיין דורכפאל, נעמט זיך צו דער ארבעט און שיקט שלוחים, מאכט שתדלנות אבער די גרויסע ישיבה לאזט זיך נישט. איציק ווערט מיטאמאל צובראכן און פארשטייט נישט וואס ס'גייט פאר איך בין דאך נאך אזוי נארמאל און געסעטעלט ווי האלב בחורים אין יענע ישיבה טא פארוואס מאכט מען מיר פראבלעמען. ס'קומט חשון די ישיבה גדולה וויל אים נישט אנעמען זאגט די טאטע, צוריק צום אלטע ישיבה. די הנהלת ה'אלטע ישיבה שמעקט דאס נישט אזוי אבער למעשה דער טאטע דער זיידע דער רב און דער נגיד גיבן א קאל ס' און ס'איז נישטא קיין עכטע סיבה צו זאגן ניין. איז מסודר און מען נעמט אים צוריק. קומט ער אריין כאבל וחפוי ראש, ער בלאזט, ער שעמט זיך, און גלייך נעמט ער זיך צו די ביינער פון יעדעם איינעם אין די ישיבה. ער ווערט אבער גאר שנעל צוריק היימיש און ער ערקלערט קריג קעגן צוויי מגי"ש וואס האבן- לויט אים - געזאגט שלעכטע אינפארמאציע צו די נייע ישיבה, און בכלל האט ער מער נישט קיין טראפ געדולד צו לערנען און דאווענען און ממש ער שלעפט אראפ די גאנצע ישיבה. ער שלאפט אדורך דאס דאווענען. ער קומט און גייט ווען ער וויל ער חוצפה'ט אין גרויסען. בקיצור ס'איז צרות. וויפיל מ'האט אים געווארנט אז ס'וועט נישט טויגען האט ער חוזק געמאכט וואס. וועסט מיך ארויסווארפן, איך וויל דאך סייווי ארויס פון דא און נעקסטע זמן האט מיר מיין שוואגערס חבר שוין צוגעזאגט אז ער גייט ארלעדיגן מיט די ישיבה גדולה. ווי א דינער אינמיטן העלן טאג האט באפאלן איציק'ן די ווערטער פון זיין ראש ישיבה אז ער זאל זיך פאקן פעק און גיין פון דא, און זיין טאטע זאל אים רופן. בקיצור ס'איז אינמיטן זמן און מ'זעהט א נארמאלער בחור זיך דרייען אויף די גאסן אנגעזעצט און אנגעשטויסען און שעלט זיין ישיבה. ווער איז דא שולדיג

******************************

shem-tov » דינסטאג יולי 23, 2013 12:39 am

· #135421
******************************

5) שמואלי איז דער וואס מען פלעגט אלץ אנרופן יענץ פויגעל אדער יענץ תכשיט, איינמאל ביי די דרייצן האט מען אים געכאפט מיט מעשה נערות, ובפחי נפש האט ער געקאלט דעם מנהל וויינען און בעטן אז ער גייט אלעס מודה זיין נאר ער זאל אים נישט שלאגן אדער ארויסווארפן אדער מבזה זיין. דער מנהל האט טאקע צוגעזאגט אויב וועט ער אלעס מודה זיין וועט ער נישט כאפן. נאכדעם וואס דער מנהל האט אויסגעפארשט שמואלי'ן און האט אלעס מודה געווען האט ער געשריגן אבער וואס געשעהט נאכדעם. ווען פילט מען די בעסטע. און שמואלי האט נעבעך נישט געוואוסט וואס דער וויל פון דיר. ער איז געווען בלויז פערצען יאר. האט ער אים איבערגעלייגט אין אפיס אויפן טיש און געשמיסען מכות רצח. און די איבעריגע מגי"ש זענען אויך אריינגעקומען צוצוהעלפן מיט די רציחה. און דערנאך געהאלטן א דרשה פאר יעדן איינעם אין ישיבה אז מ'זאל מיר אים נישט רעדן ווייל ער איז א משחית און א מנוול. די דרשה דערמאנט זיך שמואלי איז געווען דער סתימת הגולל אויף זיין גאנצע לעבן. ס'איז שוין געווען דערנאך מיט אלעמען. ס'איז געווארן עולם חשך בעדו. ובעיקר האט אים צוגעטרעטן אז די בחוריםזיינע יוגענט חברים האבןאים אנגעהויבן צו רודפן. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט מער רעדן. פלעגט גריסן און מ'האט אים איגנארט. עטליכע מאל האט אים א בחור צוזאמגעשלאגן ביז ער האט אנגעהויבן צו וויינען און די מגי"ש האבן זיך נישט וואוסענדיג געמאכט.
די שוידערליכע מעשה הייבט זיך הערשט דא אן. מען האט דערנאך גענומען שמואלי און אויסגעפארשט פאר צען מענטשן פון וועד הצניעות אין אפיס פונעם באקאנטן ראש הקהל און האט אלעס פארציילט און דערנאך האט מען אריינגערופן די מנהל און בפני כל הקהל אים נאכאמאל אנגעריסן. דערנאך האט מען אים געשיקט מטעם ההנהלה צו א יונגערמאן צו רעדן, נאר אזוי קען ער בלייבן אין ישיבה אבער דאס האט אפגעקאסט פאר זיין טאטן שווערע געלטער וואס ער האט נישט געהאט. דער יונגערמאן פלעגט אים ארויסנעמן מיט די קאר ערגעץ אינדרויסן פון שטעטל און רעדן בעניני קדושה די הארבקייט. און אזוי אינמיטן די שמועס הייבט ער אים אן צו מאלעסטן אויף שרעקלעכע אופנים. דא איז שמואלי שוין אינגאנצן צימישט געווארן. טאטע אין הימל וואס גייט דא פאר. מעג מען יא צו מעג מען נישט. אויף די מינוט איז דאס שוין געווען אסאך בעסער וואו די שלעק. ממילא אפילו ער האט געוואלט גיין דערציילן האט ער עס באגראבן אין זיין הארץ. ער האט זיך אליינס פארשטיינערט זיין הארץ. אויך האט ער געטראכט אז יעדער וועט זאגן אז ס'איז ליגענט נאר ער וויל מער נישט אהינגיין. ממילא זאל שוין זיין אזוי. דאס אלעס איז געקומען צו אן ענדע ווען זיין טאטע האט נישט געקענט באצאלן דעם ביל איז דער יונגערמאן געגאנגען צו די הנהלה און געזאגט אז שמואלי שטעלט זיך נישט צו און מאכט נישט קיין פראגרעס. און מ'האט אים ארויסגעווארפן. און ער האט זיך א לאנגע צייט געדרייט אויף די גאס. די שרעקליכע מעשה האט ב"ה א גוטער סוף ווייל שמואלי איז אנגעקומען צו מיין חשובער ראש ישיבה און האט אים ב"ה שיין אהערגעשטעלט אבער לאמיך אייך פרעגען. ווער איז דא שולדיג

**************************

נאר,,פרייליך » דינסטאג יולי 23, 2013 10:27 am

· #135461
הרב שם טוב דיינע מעשיות און משלים וועלן נישט אוועקנעמען קיין האר פינעם מציאות אז ליידער וואלגערן זיך בחורים הפקר כצאן לטבח אהנדעם וואס די רמי''ם זאלען האבען אביסעל מיטגעפיל צו זייער ביטער מצב
זיי ממשיך וויטער מיט דיינע מעשה'לך

נאר,,פרייליך » מיטוואך יולי 24, 2013 11:02 pm

· #136041
סאטמר: בי"ד התכנס והחליט להחזיר את הבחורים

לאחר שתלמידים סולקו מישיבת סאטמר בויליאמסבורג החליטו ראשי החצר להקים בי"ד מיוחד שיכריע בגורלם • בית הדין התכנס והחליט שעל הישיבה לקלוט אותם שוב בתנאים מיוחדים

שלמה גרינברג, בחדרי חרדים 01:52 25/07/2013
סאטמר, ישיבות, אדמו''ר, חסידות, ארה''ב האדמו"ר מסאטמר.
סוף טוב לסאגת לתלמידי הישיבה הגדולה של סאטמר, שהורחקו ממנה לאחר שחרגו ממנהלי הישיבה. בית דין מיוחד שהוקם לצורך הכרעה בנידון, קבע כי על הנהלת הישיבה להחזירם. 

הנה מעט רקע לפרשיה שמטלטלת את המשפחות והנהלת הישיבה בויליאמסבורג: בטרם התפצלו הישיבות של סאטמר תחת הנהגת האדמו"רים, היו הישיבות הללו קהילתיות. דהיינו, הקהילה חשב חובה להחזיק תחת כנפיה את כל התלמידים של החסידות, גם אם היו מביניהם, אי אלו שלא הצליחו להתאקלם, או שלא עמדו בדרישות הישיבות. 
כל האמור, היה בתוקף, כל עוד האדמו"ר בעל ה'ברך משה' מסאטמר זצ"ל, הנהיג את עדת החסידים. 
עם הסתלקותו, כאשר בניו האדמו"רים החלו להנהיג כל אחד את קהילתו, החלו בהנהלת הישיבות, כל אחת לעצמה, בעריכת סלקציות. בחור שלא הלך בתלם, מצא עצמו בחוץ, או שלא התקבל כלל. כך נוצר מצב, שתלמידים רבים נאלצו ללכת ללמוד בישיבות אחרות, או במקרה הפחות טוב, מצאו עצמם משוטטים ברחובות. לקראת ראשית הזמן הנוכחי, אייר תשע"ג, מצאו עצמם כעשרים תלמידים מורחקים משורות ישיבת סאטמר בויליאמסבורג, בעקבות חריגה מהוראות הישיבה. כך למשל, בחורים שנמצא ברשותם מכשיר סלולארי או שמשקפיהם החדשים הוגדרו כאופנתיים מדאי, קיבלו 'צו גירוש'. החל מהיום שבהם יצאו תלמידי הישיבה ל'קאנטרי', כדרכם בכל שנה בתקופת החופש, נוצר כעת השבר הגדול. מי שמבחין בתלמיד המשוטט בבית הכנסת בעיר, קולט על אתר, כי התלמיד איננו שוהה במסגרת ישיבתית, שכן כל בחור סטנדרטי, אמור לשהות כעת עם הישיבה באחת ממחנות הקיץ בהרי הקטסקיל. 
ההורים, לא יכלו לשאת את החרפה. הם ניסו לבוא בדברים עם ההנהלה כבר מאז חודש אייר, אך נתקלה בחומה בצורה של התנגדות. החטא ועונשו היה כבד מדאי עבורם. הפתרון שהוצע להורים, בדמות ישיבות קטנות יותר בכמותן, לא התקבלו על לב ההורים ולו מהסיבה הפשוטה, כי הללו מתוייגות כמסגרות לתלמידים חלשים. "אין הגיון", טענו ההורים בלהט, "שבנינו, שהתברכו בכשרונות מעולים, יזדקקו ללמוד בישיבות שאיכותן פחותה, רק מפני עוון קל שכזה. אין ספק, שאינו דומה לימוד בצל מאות בחורים כשרוניים ללימוד במסגרת חלשה, שתוצאותיו ידועות מראש ואינם מקנות סיכוי להתעלות משמעותית, ביחס לישיבה הגדולה- תרתי משמע.". 
מכיוון שהמשא והמתן בין ההורים והנהלת הישיבה הגדולה, הגיע למבוי סתום, הוחלט להקים בית דין מיוחד שיפסוק ויכריע. שלושה דיינים מרכיבים את בית הדין הזה. מדובר ברבנים הגאונים, רבי שלום גליק דומ"ץ קהילת טאהש, רבי דוד סופר דומ"ץ קהילת וויען, ורבי שמעון יואל ויינברגר דומ"ץ קהילת סקולען וחתנו של האדמו"ר מסקולען. 
שלוש ישיבות התקיימו בבית הדין. השתתפו בהם נציגי ההורים ונציגי הישיבות. כל צד, העלה את נימוקיו וטענותיו, כדרכו של דין תורה. הישיבה האחרונה והמכריעה, התקיימה אתמול, יום שלישי. בסיומה החליטו הדיינים כי טובת התלמידים עומדת מעל שיקוליה של הנהלת הישיבה. "לא מדובר בבחורים שמעשיהם מקולקלים והם מהווים אסון לסביבה. בסך הכל מדובר בתלמידים טובים, שחטאם לא מצדיק הרחקה לצמיתות ונגרם להם עוול ונזק רוחני בהרחקתם. אי לכך, על הישיבה להחזירם לאלתר לשורותיה, ללא כל דיחוי".

אנו מזמינים אתכם לקחת חלק בדיווח החדשותי. הייתם עדים לאירוע? שמעתם סיפור שעשוי לעניין? צילמתם תמונות מיוחדות? שילחו אלינו את הסקופ שלכם לכתובת info@bhol.co.il


ע''כ פונעם באריכט אצינד אין בחדרי איבער די פרשה פונעם מושב בי''ד

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:09 am

· #136183
דאס איז פיינע נייעס!
איך האף אז דאס איז א אנהויב אויף די ריכטיגע דירעקציע, און ישיבות וועלן אויפהערן צו טיילן "צו גירוש" דאקומענטן פאר בחורים וואס גייען נישט 100% אין שפאן - די שפאן וועלכע ווערט פרומער און הייליגער פון יאר צו יאר.

ישמעאל הכהן » מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:37 pm

· #140315
איך בין פינקט אריינגעפאלן אין ראכמיסטריווקע שול האט דארט פארגעלערענט פרק איינער זייער גוט ר' יוחנן צענווירטה. האט ער ארומגערעדט אויף והעמידו תלמידים הרבה ועשו סיג לתורה, האט ער געזאגט זייער שיינע פשטים און נאכגעזאגט פון אבות דר' נתן, נוסחה ב, פרק ד: "והעמידו תלמידים הרבה. בית שמאי אומרים אין שונין אלא לכשרים לבני אבות ולבני בני אבות, בית הלל אומרים לכל אדם. משלו למה הדבר דומה, לאשה שהיא מושבת תרנגולת על הביצים, מתוך הרבה היא מוציאה מעט ומתוך מעט אינה מוציאה כלום".

פירוש רבינו יונה למסכת אבות: "והעמידו תלמידים הרבה, כדעת בית הלל, כעניין ששנינו, בית שמאי אומרים, אין מלמדין אלא לתלמיד הגון וצנוע וכשר וירא שמים... ובית הלל אומרים מלמדין לכל אדם, מאה בשביל שיצאו מהם עשרה טובים, ועשרה כדי שיצאו שנים, ושנים לפי שאינכם יודעים איזה מהם יכשר, זה או זה, ואם שניהם כאחד טובים. ועיי"ש מעשה דהלל

האט ער אויסגעפירט אז ער ווייסט נישט פארוואס בזמננו אלה האט מען אנגענומען אין דע ישובה וועלט אזוי ווי בית שמאי......

I'm back » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:52 am

· #140354
טאמער מאך איך נישט קיין טעות, פאלט מען אריין אין סקולען.
אין ראכמיסטריווקא דרייט מען זיך...
(קרעדיט: הרב מ'יארמע שליט'א)
בלאט: 1 2