יענע מעשה רח"ל
איז וויכטיג זיך גיין בודק זיין פון צייט צו צייט אויב מען האט חס ושלום יענע מעשה רח"ל?
די תגובה איז שוין פארנימען זעי לינק
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/130">viewtopic.php?f=10&t=130</a><!-- l -->
פרישער... 😂 😂 😂
דאס זאלסטו פרעגן דיין דאקטאר, אבער עס איז בעיקר רעקאמענדירט פאר העכער די 50, בפרט פאר די וועלכע האבן עס אין די משפחה זאלן מאכן א קאלאנאסקאפי (וואס מען טשעקט די קישקעס)
וועלכע מעשה?
אה, דו רעדסט פון קענסער.
פליז, רבותי, הערטס אויף מיט די קינדערישקייט פון נישט רופען קענסער ביים נאמען, עס איז נישט גוט נישט בגשמיות און נישט ברוחניות, נישט בנפש און נישט ברוח.
בעניני נפש ורוח ווייסטו מסתמא בעסער פון מיר, אבער בגשמיות ורוחניות?
כמדומני אז ר' אהרן מרגלית האט מעורר געווען אין זיין ספר "אתהלך" אז דער הרחקה פון מגלה זיין דער נאמען שאפט אן אומאנגענעמקייט ביי די וואס ליידען נעבאך פון דעם כאילו עפעס אזוי שרעקליך גייט פאר מיט זיי מטאר אפילו נישט זאגען דער נאמען. דאס איז מצד בין אדם לחבירו ובריאות הנפש.
ברוחניות ממש איז דאס א פראסטע אמונה טפלה און א משונהדיגער קינדערישקייט אז מטראכט אויב מוועט נישט זגען דער ווארט וועט מאן סאמהאו וייניגער אנגעכאפט ווערן פון דעם, עס איז נישט געזונט ברוחניות ווען א געזעהלשאפט פירט זיך מיט אזוינע אינפאנטילישע הנהגות. עס איז ווי אן עלטערע מענטש זאל גיין שלאפען מיט א טעדי ביער.
דער משל דיינע צום סוף איז עפעס וואונדערבאר.
די זהירות איז געבויעט לכאורה אויפ'ן אל תפתח פה לשטן.
וואסארא שייכות האט אל תפתח פה לשטן (וואס פאדערט אן עיון בפני עצמו) מיט נישט נוצען א געוויסע ווארט?
איך ווייס נישט, אבער פון דארט קומט עס, קען זיין ס'איז עקסטרעם.
אותו האיש האט געהאט יענע מעשה?
יעדער רופט דאס ביים נאמען ס'הייסט יענע מעשה...(אין יודיש) ס'דא וואס ווילן עס נישט רופן ביים נאמען און זיי רופן דאס קענסער
בערך מאכט עס אזויפיהל סענס ווי נישט ארויסזאגן "רעגן", "וואסער", "מים אחרונים" און דאס גלייכן במשך יום טוב סוכות. כאילו דאס וואס דו טראטשאק זאגסט דא בעלמא הדין [מ'רעדט נישט פון תפילה ולימוד] ביי דיך אויפן ריקליינער האט עפעס אזא מין השפעה בעולמות העליונים, אז אזוי ווי דו זאגסט עס נאר ארויס מאכט דער מלאך גבריאל א בעקווארדס טאמבעל סאוס און שיקט שוין ארויס א שווארצע וואלקן פיל מיט רעגן. איין קליין מענטשעלע מיט אזעלכע גרויסע השלכות צו זיינע מעשים...
דעמאלטס וואספארא ווערט האט שוין מיין דאווענען אין עפעס א שטויביג שמוציג בעיסמענט?
ביי דאווענען ווענדט זיך נישט וואו מ'דאוונט. נאר וויאזוי. מיט וואספארא כוונות און ערנסטקייט. אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.