☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ליפא שמעלצער געבט ארויס א נייע סי.די. "דאס פינטעלע"

ליפא שמעלצער געבט ארויס א נייע סי.די. "דאס פינטעלע"

251 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4253
בלאט: 1 2 3 4 5 6

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:25 pm

· #165891
דער (פינטעל) איד
ניין , איך וואלט עס זייער געוואלט מבטל זיין. ווייל איך בין פון די סארט וואס ווילן באמת וויסן וואס א צווייטנ'ס מיינונג איז , נישט אינטערעסירט אין יענעמ'ס מיינונג ווען ס'איז פארוואלקענט אין א רצון צו האבן ווי מער לייקס. ווייל דאן האט ער נישט קיין מיינונג , ער האט בלויז א רצון צו זיין פאפולער.
ביטע ביטע טו מיר נישט לייקן!

פאר איינער וואס וויל נישט קיין לייקס ביזטו זייער אבסעסט דערמיט, נאדיר נאך איינס.

ודי למבין » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:29 pm

· #165893
איך בין א שטארקע מוזיק ליבהאבער און איך וויל פארדרייען די שמועס פאר א רגע.
איך האב א קושיא פאר ליפא: ליפא ליפא, ווי איז דיין מוזיק? ברענג ארויס וועלכע מעסידזש דו ווילסט מיט שיינע מוזיק. יא פינטעל נישט פינטעל, יא בארד נישט בארד באט למען השם, פליז!!! געב גוטע מוזיק!
איך פלעג הערן דיינע אלבוימס - אלע פון זיי - א גוזמא פון מאלן, געהערט און געהערט און נאכאמאל געהערט. אבער דיינע לעצטע צווי אלבוימס, אנטשולדיגט פאר די עקספרעשן באט "זיי סאקן", און איך רעד סטריקלי פון א מוזיקעל פוינט אף וויא.
וועלכע ניגון קענסטו אנווייזן קומט נאנט צו איינע פון די ניגונים אויף בדרך, קעניינעהארע און אפילו מעומקא דליפא (וועלכע איז שוין אויך געווען אויפן בארג אראפ). זעט אויס אז ביסט אזוי אבסעסד מיט די מעסעדזש אז דו פארגעסט פון די מוזיק פארט אף איט, אויב דאס איז די קעיס, פליז געב ארויס דרשות טעיפס א שטייגער ווי ר' חיים ד. ווייס און איך וועל זיי אפילו גערן קויפן.
די פינטעלע יוד אלבוים האט בערך 2.1 גוטע ניגונים פון 13! דאס איז א שרעק, ספעציעל ווען מ'נעמט אין באטראכט דיינע מוזיקאלישע כשרונות.
פון היינט און ווייטער בעט איך דער, געב ארויס וועלכע מעסידזש דו ווילסט, זאל עס זיין אז יעדער זאל גיין מיט צוויי פאר גלעזער אויף אמאל, זאל עס זיין אז די רבנים סאקן, אבער איך בעט דיר ס'זאל זיין מוזיק! נישט קיין האלבע טענער און פערטל קארטס. שכח

נ.ב. קום מיר נישט זאגן אז איך בין נישט גענוג אפען-מיינדעד מוזיקלי, ווייל איך בין גרייט זיך צו פארהערן מיט דיר איבער מוזיק-טעאריע און אלעס ארום סעקולארע מוזיק.

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:33 pm

· #165896
איך פארשטיי נישט בכלל די טענה....

"דו [ליפא] געבסט ארויס טעיפס האסטו אן אחריות אויך אויף דעם פערצן יעריג בחורל וואס דער סיסטעם ארבעט דערווייל ב״ה גוט אויף אים און ער האט א שאנס צו אויסוואקסן ״נארמאל״ אינעם סיסטעם. זיין מח איז פארמאכט און תמימותדיג. ווען ער צינדט פלוצלינג דיין טעיפ און הערט אנדערש ווי וואס מען לערנט מיט אים אין ישיבה, אנדערש ווי וואס דער ראשית חכמה שרייבט אז סאיז דא א ציפעדיגע גיהנום, שאקירט דאס דעם בחורל און האט אויף אים א שרעקעדיגע נעגאטיווע אפעקט."


איך פארשטיי נישט, די רבנים האבן שוין לאנג צוריק גע'אסר'ט ליפא. די מנהלים און מגידי שיעור האקן כסדר אויף ליפא און לאזן נישט די בחורים הערן זיינע ניגונים.

קיין שום פערצן יעריג בחורל (וואס האט געווענליך נישט קיין בארד) וואס דער סיסטעם ארבעט דערווייל ב״ה גוט אויף אים, און זיין מח איז פארמאכט און תמימותדיג וועט דאך נישט אנצונדען א גע'אסר'טע גוי'אישע ליפא טעיפ.

די פראבלעם האבן די רבנים און מנהלים לאנג צוריק געלעזט... וואס זארגסטו זיך אזוי פאר די בחור'לעך? מיט זייער ווייטע בליק און עקספיריענס אין חינוך האבן זיי שוין פאר דיר פאראויסגעזעהן די פראבלעם איז זיך געזארגט פאר די חינוך פון די בחורים...

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:35 pm

· #165897
געפילטע פיש
ווער האט זיך געקענט גלייבן אפאר יאר צוריק אז ליפא וועט ווערן אזוי ארויפגעקוקט ביים המון, אז זיין דעה וועט אויפשטורמען געמיטער, מענטשען וועלן זיך רעכענען דערמיט, ווען מ'רעכענט זיך ווען נישט דערמיט וואלט עם קיינער נישט געענטפערט. אבער דא איז געווארן א אויפוואכונג, יעדער וואס האט א קיבאורד וואס איז מחובר צו וואטסעפפ שרייבט אפ גאנצטע דרשות, מסביר זיין פארוואס זיין מעסעדזש איז נישט ריכטיג, אדער אויב ס'יא ריכטיג דארף עס נישט זיין אין א ניגון, אדער אז ער מעג עס נישט זאגן ווייל ער האט אמאל געגעבן אן עלי' פאר א מחלל שבת, אדער אז ער מאכט חוזק פונעם רשכבה"ג, וכו' וכו'. ס'געווארן א וועלט ווי מ'רעכענט זיך מיט זיין מיינונג. ליפא! קודוס, ביזט אריבער אלע ערווארטונגען! קיפ איט אפ!

שמעלצער איז זייער אראפגעקוקט. ער שטורעמט נאר אויף די אידן וואס האבן מורא אז די שוואכע בחורים און בכלל אנדערע נישט אזעלכע בעלי דעת וועלן זיך צוכאפן דארצו און ווערן פארדארבען. ווער האט געגלייבט אז ראטן וועלן זיין אזוי ארויפגעקוקט? ריזיגע קאמפעניס רעכענען זיך מיט זיי , מ'פארקויפט סם קעגן זיי און שטארקע ראטן כאפער , יעדער וואס האט א קיעבאורד שרייבט אפ ריוויואס וועלכע עצה איז דאס בעסטע פטור צו ווערן פון ראטן און מייז , ס'געווארן א וועלט וואס רעדט פון מייזן און ראטן! מייזעלע! קודוס, קיעפ איט אפ!

הוגה » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:39 pm

· #165899
בן תמליון
@הוגה ג"א מצטרף צו דברי ממרום. איר זענט נעבעך ווייטאקליך פארקראכן. פארשטינקענער בארד אזוי רעדט א בר דעת? עס איז דא א קליינער חילוק פון אייך ביז דעם וואס וועט שרייבן עקלדיקע שווארצע, ביידע האבן זערא כבוד האדם. הוגה חזור בך!


ווען איך האב געשריבן מיין תגובה האב איך מיט א פשטות אנגענומען אז איך רעד דא פאר אן עולם וואס פארשטייט אין קורצן און מ׳דארף נישט מאריך זיין בדיבורים. ס׳קען זיין אז איך האב מיר טועה געווען. וועל איך יעצט מסביר זיין. ווען איך האב געשריבן די ווערטער ״פארשטונקענע בארד״ האב איך נישט גערעדט וועגן די בארד אלס א שם דבר, נאר די בארד אלס א מענטש. דער מענטש וואס זיין גאנצע אידישקייט און מענטשליכקייט באשטייט פון זיין בארד, דער מענטש וואס פאראדירט זיין בארד איבער אלעמען כאילו דאס איז די תכלית האנושי, אט דער מענטש ווערט אנגערופן אין די קאנטעקסט פון דער מעשה/ניגון ״בארד״. און אט דער מענטש האב אאיך אנגערופן ״פארשטונקענע בארד״. איך האב געפיקטשערט אין מיין קאפ עפעס א נעכס וואס גייט ארום טיילן מוסר פאר א יעדעם, זוכט מתקן צו זיין די גאנצע וועלט, איז באזארגט פאר יענעמ׳ס אידישקייט, אין דער צייט וואס ער אליינס איז א פוסטער ליידיגער זאק מיט א בארד. אדער אפילו ער האט יא גוטע קוואליטעטן דאך האט ער גענוג אייגענע חסרונות וואס ער קען מתקן זיין איידער ער איז מתקן יענעם. אט אזא איינער האב איך געפיקטשערט אלץ א פארשטונקענע מענטש.

פארשטייט זיך אליינס אז איך וואלט קיינמאל נישט מזלזל געווען אין די עצם אידישע בארד וואס איז די יסודות פון אונזער אידישקייט, און אונזער גאנצע מסורה פון תורה מסיני איז געוואנדן דערויף. ספעציעל ווי ס׳שוין היינט באקאנט האב איך דאך אליינס א גאר לאנגע בארד.

סיריעסלי ספיקינג, דאס ווארט פארשטונקען איז נישט אין מיין טאג טעגליכע וואקאבולער, און איך האב בעצם חרטה פארן עס שרייבן, אבער יעצט קען איך עס נישט אויסמעקן צוליב דעם וואס עס וועט מאכן אומפארשטענדליך די צענעדליגע נאכפאלגענדע תגובות.

אגב, עס ווינדערט מיר פארוואס מען האט טענות אויף ליפא פארן מפרסם זיין די מעשה וואס קען אפשוואכן די געוואלדיגע סיסטעם אין די אויגן פון 14 יעריגע תמימות׳דיגע בחורים. פארוואס האט מען נישט טענות צום סאטמארער רב ז״ל די בעל העובדא? פארוואס האט מען נישט טענות צום מספר העובדא רבי ישראל דוד שלעזינגער? ובכלל האט דאך יאנקל גוט ארויסגעברעגט די נקודה, אז די מעשה און די מוסר השכל זענען אמת ויציב אפגעזעהן ווער עס הערט עס.



.

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:40 pm

· #165901
דער (פינטעל) איד
ניין , איך וואלט עס זייער געוואלט מבטל זיין. ווייל איך בין פון די סארט וואס ווילן באמת וויסן וואס א צווייטנ'ס מיינונג איז , נישט אינטערעסירט אין יענעמ'ס מיינונג ווען ס'איז פארוואלקענט אין א רצון צו האבן ווי מער לייקס. ווייל דאן האט ער נישט קיין מיינונג , ער האט בלויז א רצון צו זיין פאפולער.
ביטע ביטע טו מיר נישט לייקן!

פינטעל זעהט אויס צו זיין להשמיד קעגן לייקס, דארף מען דאך אבער אים לייקן ווי נישט ווי, איז לאמיר מאכן אזוי: פון היינט און ווייטער ווער סאיז איינשטימונג מיט פינטעל, לייקט אפטעמיסט.

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:41 pm

· #165902
מוזיק! מוזיק! ווי איז דיין ליפא?

ודי למבין » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:42 pm

· #165903
גנדי
מוזיק! מוזיק! ווי איז דיין ליפא?


.

עוזר » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:42 pm

· #165904
איך האב פארמעקט עטליכע תגובות שלא מן הענין און וואס אטאקירן פערזענליך אנדערע מעמבערס. ביטע זיך האלטן צום נושא האשכול.

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:46 pm

· #165905
<a class="postlink" href="http://www.lohud.com/article/20131202/LIFESTYLE01/312020004/5-Holiday-Concerts-Catch">http://www.lohud.com/article/20131202/L ... erts-Catch</a>

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:47 pm

· #165906
דער (פינטעל) איד
גנדי גנדי! באלד גייסטע האבן אסאך לייקס!

לייק, לייק, וואו איז דיין הודעה?

לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:48 pm

· #165907
סתם להערה בעלמא: א בארד איז טאקע א חיצוניות און אוודאי נישט דער עיקר אדער אפילו א הלכה, כל זמן שאין מתגלחים בתער. אבער דאך איז עס א זאך וואס האט ערנסטע מקורות עכ''פ ע''פ קבלה וחסידות. דערגעגן א שטריימל, איז א זאך וואס האט נישט קיין שום ערנסטע נארמאלע מקור אדער סיבה, און מען גיט אוועק אסאך מער געלט און כוח באופן מוגזם לגמרי אויף דעם. ווען ליפא וואלט געמאכט א ניגון אויף דעם וואלט ער לכאורה סיי פיל מער געצילט אין פינטל. און סיי ווייניגער אויפגערעגט די וואס נעמען ערנסט די קבלה אז א בארד איז הייליג.

איין מינוט.. א שטריימל גייט ער דאך נאך אליינס..

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:52 pm

· #165908
ודי למבין
פון היינט און ווייטער בעט איך דער, געב ארויס וועלכע מעסידזש דו ווילסט, זאל עס זיין אז יעדער זאל מחלל שבת זיין

גארנישט

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 4:56 pm

· #165910
שרעקליך!

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 5:13 pm

· #165913
א בארד איז נישט קיין דבר שני, ס'איז א עיקר, ווייל ס'איז מרומז אויף די הייליגע יג' מידות דיוקנא קדישא, און א יוד'ס בארד איז קדושה [א בארד פון א גוי איז דארט דא היפוך..]
דאך! די עיקר פינטל וואס מ'דארף וויסן, איז אז בארד ווי דיין יוד, און אז ס'דא יוד דעמאלט איז דא א פראגע ווי די בארד.
איך האב געקענט גוט ר' יוסף שלמה ביסטאן און עטליכע עיקרים אין חינוך האב איך מקבל געווען פון עהם 'אנדערש' ווי די עקסטרימע שוטים, און אדרבה די יסוד פון יידישקייט איז חסידות און ביי חסידות איז די לאנגע לאנגע בארד אן התבטלות צום צדיק, דאס גאנצע יידישקייט א שימל פייג!
אז ס'נשתכח דרך הבעל שם, פארשטייט מען נישט דעם ניגון פון דעם עירמאנטער רב שליט''א, וואס איז מקרב יודען וואס וואלטן קיינמאל נישט מקיים געווען וואס זיי זענען היינט מקיים א דאנק עהם.
דער הייליגער רבי זאל זיין געזונט האט אמאל געזאגט פאר א בחור פון דרויסן, ס'איז א געלעכטער צו זאגן אז א בעקיטשע איז חסידות, אויף א חסיד טוט מען אן א בעקיטשע. ודברי פי חכם חן

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 5:19 pm

· #165914
כ'האב נאכאמאל איבערגעהערט די צוויי ניגונים 'דאס פינטעלע' און אל תסתכל בקנקן, ממש שטארקע יסודות אין חסידות.
לאפוקי פונעם שיטה פון לאכן פון רבנים און גדולי הדור, נישט גלייבן אין א יוד באשר הוא שם, שרייען פוי און נאצי אויף א תינוק שנשבא, בדרך התורה איז א יוד אזוי לאנג יוד אז ער איז נישט פורק פון זיך די מרות פון חכמי ישראל.
דער לאנגער בארד ביזן ערד וואס פארגעטערט אלטע אידייעס מיטן אויספיר אז היינט איז נשתכח נישטא, אלע זענען ליגנערס גנבים בלאפערס, אט אט דער איז דער מחרחר און מחריב דעם כרם בית ישראל ועם השם, נישט ליפא וואס טוט טאג און נאכט אין קירוב און רוב פון זיינע פעולות שלא על מנת לקבל פרס.

מורינו הרב » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 5:58 pm

· #165916
ליפא! א שטריימל גייסטו יא און א בארד נישט?

איזה הגיון?

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 5:59 pm

· #165917
לעיקוואד
סתם להערה בעלמא: א בארד איז טאקע א חיצוניות און אוודאי נישט דער עיקר אדער אפילו א הלכה, כל זמן שאין מתגלחים בתער. אבער דאך איז עס א זאך וואס האט ערנסטע מקורות עכ''פ ע''פ קבלה וחסידות. דערגעגן א שטריימל, איז א זאך וואס האט נישט קיין שום ערנסטע נארמאלע מקור אדער סיבה, און מען גיט אוועק אסאך מער געלט און כוח באופן מוגזם לגמרי אויף דעם. ווען ליפא וואלט געמאכט א ניגון אויף דעם וואלט ער לכאורה סיי פיל מער געצילט אין פינטל. און סיי ווייניגער אויפגערעגט די וואס נעמען ערנסט די קבלה אז א בארד איז הייליג.

איין מינוט.. א שטריימל גייט ער דאך נאך אליינס..


שטריימעל! שטריימעל! ווי דיין חסיד?

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 6:48 pm

· #165918
או יאמר:
רב רב וואו דיין הוראה...

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 6:49 pm

· #165919
או יאמר:
שמעלצער שמעלצער ווי דיין שטיוול ?

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 6:51 pm

· #165922
ליפא, ייש"כ פאר די נייע סידי, האסט אויפגעלעבט קאווע שטיבל.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 6:52 pm

· #165923
איינער זאגט מיר אז דאס איז גוט. לייג איך עס איבער

דער (פינטעל) איד
געפילטע פיש
ווער האט זיך געקענט גלייבן אפאר יאר צוריק אז ליפא וועט ווערן אזוי ארויפגעקוקט ביים המון, אז זיין דעה וועט אויפשטורמען געמיטער, מענטשען וועלן זיך רעכענען דערמיט, ווען מ'רעכענט זיך ווען נישט דערמיט וואלט עם קיינער נישט געענטפערט. אבער דא איז געווארן א אויפוואכונג, יעדער וואס האט א קיבאורד וואס איז מחובר צו וואטסעפפ שרייבט אפ גאנצטע דרשות, מסביר זיין פארוואס זיין מעסעדזש איז נישט ריכטיג, אדער אויב ס'יא ריכטיג דארף עס נישט זיין אין א ניגון, אדער אז ער מעג עס נישט זאגן ווייל ער האט אמאל געגעבן אן עלי' פאר א מחלל שבת, אדער אז ער מאכט חוזק פונעם רשכבה"ג, וכו' וכו'. ס'געווארן א וועלט ווי מ'רעכענט זיך מיט זיין מיינונג. ליפא! קודוס, ביזט אריבער אלע ערווארטונגען! קיפ איט אפ!


ווער האט געגלייבט אז ראטן וועלן זיין אזוי ארויפגעקוקט? ריזיגע קאמפעניס רעכענען זיך מיט זיי , מ'פארקויפט סם קעגן זיי און שטארקע ראטן כאפער , יעדער וואס האט א קיעבאורד שרייבט אפ ריוויואס וועלכע עצה איז דאס בעסטע פטור צו ווערן פון ראטן און מייז , ס'געווארן א וועלט וואס רעדט פון מייזן און ראטן! מייזעלע! קודוס, קיעפ איט אפ!

zurich » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 6:58 pm

· #165925
ווילסט באקימען נאך לייקס וועיגן דעים לייגסטו עס איבער?
דאזסט דזאקינג

סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 7:40 pm

· #165937
רויטע וואנצעס
ליפא, ייש"כ פאר די נייע סידי, האסט אויפגעלעבט קאווע שטיבל.

און בעיקר די פארשלאפענע מוזיק פארום!!....
עס גייט באלד זיין די גרעסטע אשכול אין די מוזיק פארום!!

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 7:46 pm

· #165938

סאשי פיש » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 7:49 pm

· #165940
גוט מארגען, אלטע אלטע נייעס, און בכלל ווי קומט עס דא אריין??!!
לייג עס דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4424">viewtopic.php?f=34&t=4424</a><!-- l -->

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 7:57 pm

· #165941
ווןי ס'קומט דא אריין פרעגסטו. לאמיר זעהן. ליפא שמעלצער. מוזיק אשכול. ס'היינט חנוכה. זייער אינטערסאנט. ס'ווייזט ווער ליפא איז. ס'ברענג ארויס די ספיריט.

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 7:58 pm

· #165942
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?fbid=580559098663949&set=a.107285772657953.14804.100001295917341&type=1&theater">https://www.facebook.com/photo.php?fbid ... =1&theater</a>

פרישער » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 8:43 pm

· #165948
שכל שכל ווי דיין ליפא

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 9:01 pm

· #165956
פרישער
שכל שכל ווי דיין ליפא

פרידיש פרידיש ווי דיין פרישער

פרישער » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 9:09 pm

· #165959
היימישער ליטוואק
פרישער
שכל שכל ווי דיין ליפא

פרידיש פרידיש ווי דיין פרישער

ליטפאק ליטפאק, ווי דיין בהיימיש

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 9:16 pm

· #165963
😂 😂
(און איך לאך נישט אזוי לייכט...)

מלא וגדוש » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 9:24 pm

· #165965
ס'קומען אריין באריכטן אז מ'האט געטראפן דעם בארד'ס איד! רע-בנים פארלאנגען אז מ'זאל מבער זיין אלע סידי'ס פון אלע געשעפטן און בתי זונות ווייל מ'האט עם שוין אפגעפינען!

מלא וגדוש » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 9:26 pm

· #165966
א בילד פון פאליציי הויפטקאווארטיר, אנגעבליך בארד'ס איד

📎 boord.jpg

פרישער » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 9:59 pm

· #165971
אוי עוזר קען שוין קיין וויץ נישט נעמען

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 10:39 pm

· #165975
דאס פינטעלע בארד!

zurich » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 10:41 pm

· #165977
די פינטעלע יוד נוגין איז בעיסיקלי די זעלבע איידוע ווי די פרייע חברה אין ארץ ישראל זאגן: אני יהודי בלב!!

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 11:30 pm

· #165985
איינער קען פליס שרייבן דא די ליריקס פון די ניגן פינטעלע איד.

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:09 am

· #166015
אנאנים אנאנים! מאכסט מיר לאכן

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:18 am

· #166017
BMW !BMW! ווי איז דיין געלט?

שיינע ברילן! שיינע ברילן! ווי איז דיין שמחה?

געשעווטע בארד! געשעווטע בארד! ווי איז דיין IQ?

היתר היתר! ווי איז דיין שאפינג קארט?

פערפיום סרוחערער! פערפיום סרוחערער! ווי זענען דיינע עכטע חברים?

לאנגע שייטל! לאנגע שייטל! ווי איז דיין נחת?

פעסני קראך הוט! פענסי קראך הוט! ווי איז דיין צדקה?

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:20 am

· #166018
ס'וואלט זיך געמעגט שאפן אזא וועבזייטל "גמ"ח וואטסעפ" ווי מ'קען הערן די אלע דרינגענדע וואויסנאטלעך וואס ווערן אויסגעקלאפט אין די וואטסעפפ שולן - לטובת די אלע וועלכע האלטן זיך צו די הייליגע תקנות און פארמאגן נישט קיין סמארטפאן.

יואב » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 3:28 am

· #166030
דער אשכול איז געוויס דאס מערסט באורינג, קינדיש און קארני אשכול דא אין שטיבל. (לדעתי שטייצעך). אפשר דער ניקלשבורגער אשכול איז מער; אויך זיבן בלעטער, אבער כאטש א מכיר את מקומו און זיצט (מער נישט) אין צימעס. ממש א קינדערגארטן. דער עולם קומט פילייכט פארדייען די לאטקעס דא, אן קיין סאך זיך קימערן איבער אראפשלעפן די ניווא פון קאווע שטיבל.


אגב, אלס גרינער אינעם עולם הסמייליס, ווינדערט מיך אביסל פשט. פון די סארט כ'האב ארויף געשטעלט דריי, שטייט "נערוועז". אני הקטן קלער אז דאס רעפרעזענטירט ליבערשט די שרי צימיסים וועלעכע זיצן אויפן אויבן אן מיט שטייפע שטרענגע געזיכטער ווי ס'זאל קאסטן געלט צו רירן זייער פיאות פארקעמטע קעפלעך, און קלאפן מיט גאפל צו מיט הענט אויף די ברעקלעך גע'טובל'ט אין שיף טעלערלעך זויער איגערקע צו קאלסלאו.
אין אזא פאל וואלט "נערוועז" געברויכט זיין דאס לעצטע ווארט--איינס נאך הייליג--צו באצייכענען אזאנע סמייליס; ווארים די חברה האבן דאך די וועלט'ס צייט, און וואלטן געזיצן דארט עד יעבור הצימעסיסטן כבני מרון—און אפילו נאכדעם אויך.
אלזא וועט מען ברויכן ווארטן אונזער בעל עגלה—א הויך-ראניגע סמייליאלעדזשיסט מיט א יובל ערפארונג—זאל קומען אנטשיידן דעם מיסטעריעזן נערוועזיטעט געקליידעט במלבושי צמיעות.

גנדי » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 8:35 am

· #166041
אפטעמיסט
אנאנים אנאנים! מאכסט מיר לאכן


אנאנים! קוק אפאר בלעטער צוריק.

זה שכרי מכל עמלי אז מיינע ווערטער ווערן צושפרייט אויף די וואטס-עפפ קוועלער.

איך האב עס שוין אפילו געזעהן אויף פעיס-בוק (ער זאגט אפילו ער ווייסט נישט ווער די מחבר איז)

ווען איך וואלט נאר באקומען ראיאלטי געלט דערפאר וואלט געווען געשמאקער פון סתם א שפתותיו דובבות ברכה...

נאר,,פרייליך » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 10:25 am

· #166052
סאטמאר אטאקירט שמעלצער
רבי שמואל שלמה טעלער פון סאטמאר קרית יואל פארדאמט היינט אין א רעדע איבער חכמת היוונית וכת ההשכלה דעם נייער סידי פון שמעלצער און טוט פארדאמען די וואס זענען אים מייחס אלס אן אויפגעקלערטער צו א ק''ש ליינער ער טענה'ט אז דער שמעלצער האט פשוט ניש באקומען באלדיגע הילף ווען ער האט עס געברויכט בעיסיקלי באשולדיגט ער דעם רבי'ןס שוואגער אינעם פרי

הערט זיין רעדע אויף 212.444.9899

250

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 10:30 am

· #166053
יואב
אונזער בעל עגלה—א הויך-ראניגע סמייליאלעדזשיסט מיט א יובל ערפארונג


👍 😃 👍 😛 👍 😂 👍

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 10:30 am

· #166054
[ציטאט אראפגענומען]

זייער הנאה געהאט 👍
טענקיו!

נאר,,פרייליך » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 10:47 am

· #166055
גנדי
אפטעמיסט
אנאנים אנאנים! מאכסט מיר לאכן


אנאנים! קוק אפאר בלעטער צוריק.

זה שכרי מכל עמלי אז מיינע ווערטער ווערן צושפרייט אויף די וואטס-עפפ קוועלער.

איך האב עס שוין אפילו געזעהן אויף פעיס-בוק (ער זאגט אפילו ער ווייסט נישט ווער די מחבר איז)

ווען איך וואלט נאר באקומען ראיאלטי געלט דערפאר וואלט געווען געשמאקער פון סתם א שפתותיו דובבות ברכה...


דאס איז אויסגעשטיגען פון די געלונגענע שרייבערליך אין ק''ש אז זייער גאנצער עמל לוינט פאר אביסעל עטענעשאן פון עטליכע פעיסבוק און וואטס-עפפ קוועלער
און ניטאמאל האבען זיי דאס מינדעסטע זיך צו רימען דערמיט


אוי קאווע שטיבעל! קאווע שטיבעל! וואו איז דיין אינטעלעגענץ?
גנדי! גנדי! ווי זענען דיינע לייקס?

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 11:34 am

· #166062
באנדע ליימענע גולמים ! בארד ארויף בארד אראפ. די איינציגסטע חטא וואס די אזויגערופענע כלל טוערס האבן אויף אים דערווייל געטראפן איז ער זינגט און זיי שמעקט עפעס נישט די סטייל. א איך הער וויש דיך אפ די נאז און גיי ווייטער. ניין ער שרייט פארפירט בלאזט שימפט רעגט זיך זאג צדיקל איינער האט דיר געפרעגט ? דער מענטש האט א מוראדיגן טאלאנט פון מאכן גראמען & ניגונים אויפן פלאץ און איך האב עס שוין אליין צופעליג בייגעוואוינט. ער האט געמאכט א ניגון נישט דא קיין מילך קען ער דען טאקע נישט טרעפן קיין מילך אין די גאנצע שטאט ? געזונגען הענג אפ די פאון האט ער דען אויפגעהאנגען דעם פאון ? נאר וואס דען ראה מעשה ונזכר הלכה געווען א מעשה מיט די מילך, אה גוט מ'קען ארויסברענגען א שטארקע נקודה געזעהן די טעכנעלאגיע משוגעת לאז מיר זונגען מ'קען מאכן געלט דערויף יעצט זיך אפ געשוירן די בארד ווי רוב רובם כלל ישראל קיין חילוק פארוואס. האט זיך אנגעפאנגען, האסט געהערט ? ליפא האט אפגעשוירן זיין בארד האסט געהערט ליפא איז געווארן א שגץ האסט געהערט ? ער איז אראפ פון זינען, האט ער גענומען א הייליג ווארט & געמאכט דערפון א ניגון פשוט ארויסצוברענגען אז ס'איז נישט אלעס און די וועלט ענדיגט זיך נישט דא ! איי ווער איז ער ? שושו וואס די ביזט ווען ער האט עס אראפ גענומען ביזטאך געווען ביזי 2 טעג און א ציה יעצט שרייסטו ער רעפרעזענט נישט כלל ישראל טאקע נישט אבער זונגען ביזטו איינשטומיג אז ער מעג ? די רעפערעזענטס יא כלל ישראל ? די האסט דורך געלערנט הלכות בערד לשון הרע וכ' פאר די ווילדעוועסט אזוי ? זיי נישט משוגע און פארמאך דאס שיין פיסקל דיינעם. נעם ארויס די אמת שבו און פארטיג. יא ס'איז דא מענטשן מיט לאנגע בערד וואס זענען קיין אידן ליפא אנעם בארד טוט נאך אזויפיל גוטס ווי דיר מיטן לאנגן. ליפא זינגט נגינים וואס זענען מקרב לאבינו שבשמים און די שיסט סטעיטמענטס וואס זענען מרחק אידן ממקורם הראשון. ווערטס מיר אלע געזונט און נעם נישט דעם טיטל חסיד שוטה פאר דיין שטאלץ. בעטס דעם באשעפער ענק אריינצושיינען דעם אמת'ן אהבת ישראל & די שנאת חנם זאל פון ענק אוועקלויפן ! אמן ואמן א גוטן טאג.
ק/פ

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:31 pm

· #166066
סאשי סאשי! ניקס ארויף ניקס אראפ. די איינציגסטע חטא וואס מיר ניקס האבן געטוען איז געשריבן געוויסע זאכן, און עס שמעקט דיר עפעס נישט אונזער צוגאנג און סטייל. איך הער, וויש דיך אפ די נאז און גיי ווייטער. ניין דו שרייסט פארפירסט בלאזט שימפסט רעגסט זיך. זאג צדיקל איינער האט דיר געפרעגט ? מיר ניקס האבן א מוראדיגן טאלאנט פון שרייבן דברי חכמה אויפן פלאץ און איך האב עס שוין אליין צופעליג בייגעוואוינט. איינער האט געשריבן עפעס וואס געפעלט דיר נישט, סאו וואט? אונז רעפרעזענטירן נישט קאווע שטיבל, טאקע נישט אבער שרייבן ביזטו איינשטומיג אז מיר מעגן ? דו רעפערעזענטס יא דעם שטיבל ? דו האסט דורך געליינט די תקנות השטיבל פאר דו ווילדעוועסט אזוי ? זיי נישט משוגע און פארמאך דאס שיין פיסקל דיינעם. נעם ארויס די אמת שבו און פארטיג. ווער מיר געזונט און נעם נישט דעם טיטל סאשי פאר קיין שטאלץ. בעט דעם באשעפער ער זאל דיר אריינצושיינען דעם אמת'ן אהבת ישראל און די שנאת חנם זאל פון דיר אוועקלויפן ! אמן ואמן א גוטן טאג.
ק/פ

------

מאנכע האבן מיר אויפמערקזאם געמאכט אז איך האב מעגליך באטראפן @סאשי פיש און מען האט מיר אפירגעהאלטן היתכן איך רייס אראפ אזא חשובע מעמבער, הגדול ממני בחכמה ובמנין. וויל איך דא קלארשטעלן אזוי: איך האב געשריבען מיינע שורות אלס הומור און ח"ו נישט אינזין געהאט צו וויי טוען עמיצער (פארקערט, איך האלט גאר ווי אים למחצה ולשליש אזוי כהאב געשריבן אין מיינע פאעזיעס). סאשי איז א כרכא דכולא ביה און ער ברויך נישט מיין הסכמה און איך בעט אים איבער ברבים און נעם זיך פאר צו מער אכטונג געבן וויאזוי איך שרייב.

א שוויצער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:42 pm

· #166069
סאשי פיש
"ליפא אנעם בארד טוט נאך אזויפיל גוטס ווי דיר מיטן לאנגן." ליפא זינגט נגינים וואס זענען מקרב לאבינו שבשמים און די שיסט סטעיטמענטס וואס זענען מרחק אידן ממקורם הראשון.
ק/פ


ס'איז א לעצטערע סטייל געווארען ווען די טרעפסט א יוד ווי אימער נישט מיר נישט דיר מ'טרעפט אין אים עפעס ''גוטס'' ער טוט גוט'ס א לב טוב און זהו דער איז שוין הייליגער פון הייליג זאג נאר האסט פארגעסן א מאמר חז"ל חסד לאומים חטאת צו נאך פילע פירושים אין חסד,
ס'דא אינאף פינעם מקור הטומאה וואס קליידען זיך אהן אינעם הייליגען חסד מלבוש, און אטאקירען יענעם הלמאי די באקלאגסט זיך אויף מיר פון די גרעסטע אישי החסד וכו' וכו'
בלאט: 1 2 3 4 5 6