ליפא שמעלצער געבט ארויס א נייע סי.די. "דאס פינטעלע" 251 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4253
ודי למבין אבער איך מיין אז ער האלט אויפ'ן וועג אראפ - פון א מוזיקאלישע סטענדפוינט.
און פון א תורה/ערליכקייט סטענדפוינט וואו האלט ער?
דאס מאל האט ער געניצט זייער שוואכע גרעפיקס, אזוי אויך מאדנע אלטע פאנטס.
דער (פינטעל) איד ודי למבין אבער איך מיין אז ער האלט אויפ'ן וועג אראפ - פון א מוזיקאלישע סטענדפוינט.
און פון א תורה/ערליכקייט סטענדפוינט וואו האלט ער?
Why do I care? ס'נישט מיין ביזנעס און ער איז נישט מיין מורה דרך נישט אין תורה און נישט אין ערליכקייט. ער פלעגט זיין א מענטש וועם איך פלעג זייער הנאה האבן פון זיין מוזיק און עס באדערט מיך אז פון די שטאנדפונקט גייט ער מטה מטה
ליפא מיט די דיסטראבעטר פון זיין נייע סידי
מיט זמירות קווייער
נאך איינער האט א פילינג אז די ניגון אוהב שלום האט מען געגנבעט פון שוועקי'ס טשיינע קלאזעט?
דער דיסטריביוטער איז MRM זיינס א מתפלל אין ליפא שול
איך בין מיט דיר וואן האנדרעט פראצענט. ליפא, ווי עס שיינט, איז מטפס ויורד און באהעפט זיך צו די אוי. טי. די. גרופע, איז זיי מכבד און מחזק און ווערט ליידער א טייל פון זיי. ער דארף פארשטיין אז ער וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף זיינע מעשים, און נישט דווקא אויף יענע וועלט. לאמיך ענק פארציילן א מעשה: חוה"מ סוכות בין איך געגאנגען קויפן א טיקעט פאר זיין קאנצערט אין איינע פון די געשעפטן אין ב"פ, האט מיר דער פארקויפער געפרעגט אויב איך קען באשטיין צו ענטפערן פאר וועם איך גיי צום קאנצערט, ליפא אדער חיים ישראל, ווען איך האב גענטפערט אז כגיי פארן לעצטען האט ער מיר געזאגט אז זאך וואס כוואלט קיינמאל נישט גע'חלום'ט, ער האט מיר געזאגט אז פון יעדעם פרעגט ער די פראגע און ... יא, מער ווי ניינציג (!) פראצענט וואס גייען, גייען נישט פאר ליפא. היס טיים איז אויווער.
אגב מיך שטערט, אז ליפא האלט פון זיך אלס דער גאל ישראל, ממילא מיזן מיר זיך זארגן און א צייט וואס עס איז גאנץ קלאר, אז מיר זענען נישט יורד לסוף דעתו, ער אליין איז מודה אז מיר פארשטייען אים נישט, ווייל ער רעדט זייער טיף, וויל איך אים זאגן אז מיר האלטן אויך אזוי, מיר האלטן אז ליפא איז א מבקש, ער זיכט און נישטערט, און איז נאך דערווייל נישט אנגעקימען, ער גליטשט א בארג, אבער ער האלט נאך לכאורה אנהייב בארג, ער קויעלרט זיך ווי א שניי זאוועריכע, וואס ווי ווייטער עס פאלט אלס גרעסער ווערט עס, אלס שווערער איז עס אפצישטעלן, על כן ווילן מיר שטיין צי די זייט, און חושד זיין יעדעס ווארט, אז עפעס א באהאלטענע מעסעדזש ליגט דערין, און מיר ברויכן זיך פארכטען אז אינזערע קינדער קענען יא פארשטיין זיין שפרייך, ווען ער זינגט וועין אמר רעבעקיבע, אדער שבת הייליגער שבת, אפילו ער וואלט עס געזינגען ווי ער לייגט אראפ דעים הלל, החרשתי, אבער ווען ער נעמט וואשן מוחות מיט זיינע ליריקס וואס זענען קראנקלעך, ברויכן מיר אים חושד זיין אויפן ארגסטן, אפילו ער האט תירוצים אויפ יעדעס ווארט, מיזן מיר אן נעמען אז ער מיינט ס'ארגסטע, סארי זיין רעפ שיעט איז נישט גיט, מיר קענען אים נישט געיבן צי בעיבי זיצען אינזערע קינדערס מוחות, ער האט נישט קיין קרעדיט
עם איי מיסינג סאמטינג? וואס איז ליפא'ס חטא? לויט וואספארא פאלשע געוויכט וואס די בארד האט געקריגען, זאג ער נאך גאנץ וויניג.
נולד, ווי איך פארשטיי ליגט די השקפה פראבלעמען ביי דעם ניגון דאס פינטעלע. הער עס אויס און זאג דיין מיינונג
ליפא איז געווען אמאל, וואס עני אנדערע לעבעדיגע אביסל cool חסידישע זינגער איז היינט. מ'האט עם געפייניגט, גע'רודפט, צוקייט און אויסגעשפיגן. האט ער געמאכט אן החלטה, פ. יו. מיט'ן פרומע עולם, די קילע עולם האט מיך ליב, איך וועל קעטערן צו זיי. די חניאקע רבנים/עולם שרייט יעצט זעהסט קוק וואס פארא שגץ ער איז, און זענען מלא חמה. זאלן זיי עסן די ש** וואס זיי האבן געבאקן.
כ'זע נישט וואס איז ראנג
ליפא ליפא איך מיז זיך צושטעלן צו די וואס אטאקירן דיך , הגם איך בין דיר א ידיד און א שטארקער פען. די רעדסט פון ארויסנעמן א סטעיטמענט אוט אף קאנטעקס. די ווארט וואס די וואגסט דיך נאכצוזאגן פון דעם קדוש וטהור סאטמאר רב זי"ע האסטו דאך אזוי ארויסגענומען און איבערגעדרייט זיינע ווערטער. ער האט דאך דאס געזאגט פאר עמיצער וואס זיינע עלטערן זענען געגאנגען מיט א בארד. וויי געוואלד וואס שלעפסטו אריין מיין רבין אין דיינע טינופות. נעם דיר דיין אייגן רבין ז"ל. אל תגעו במשיחי. און דערנאך טשעפעסטו מיט יונגע בחורים. יא די מאכסט זיי קאלט צו דעם גאר האקעלען ענין פון גיין מיט א בארד. איך טו אין חינוך און איך ווייס אז א בחור וואס לאז דעם בארד גאנץ ביז די 20 וועט שוין מער ווייניגער בלייבן מסודר. ליפא דיין טעות איז אייביג געווען אז די האסט דיר נישט אויסגעקליבן א דרך. מיר זענען אלע אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם. ווילסט נישט זיין קיין סקווירער איי קענט בלעים יא. אונז האמיר דא און שטיבל א לעבעדיגע עדות, מיר פארשטייען די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן אזוי אויסזעהן. אבער זיך דיך א נייע וועג, ווער א סאטמארער. ווער א ליבאויטשער אדער אפילו א מאדערן ארטעדאקס יוד. אבער ווער שוין עפעס. אגב האסטו געמאכט דעם זעלבן טעות ביי דיין שול. ואכמ"ל
איך מוז זאגען אז עס איז א הערליכע טעיפ נאכנישט געווען אזאנס פון ליפא. ביי אלע טעיפ'ס האט מען זיך באלד צוריקגעצויגען פון עטליכע ניגונים, מען האט זיך איינגרעדט אז נאך אפאר מאל הערן וועט עס ווערן בעסער, אבער אויף די יעצטיגע טעיפ זענען אלע ניגונים צום טעם שוין ביים ערשטען מאל. (איך גיי נישט אריין און די אינהאלט פון ווערטער פון די בארד ניגון, לכאורה וואלט ווען געדארפט אויך ארויסברענגען די מעלות פון זיין ניכר "במלבוש" אז מען איז א איד). ממש איך גיי ניסלעך פאר עטליכע שטייטע ניגונים, זיי ענדלען און די ניגון "יגדל" פון די פריערדיגע סידי.
איך האב עס אויך געהערט עס איז זייער זייער א שיינע סידי,
די סידי פארמאגט 13 ניגונים, 3 יודישע, 2 ענגלישע 8 פסוקים - לשון קודש,
די מוזיק איז זייער שיין און רייך!! און פיל מיט חידושים ווי עס איז זיין סדר!!!!
זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי,
אזוי וויי
@גוטע פינטעלך האט אויך געשריבען מען קען גיין גאגא פאר אפאר ניגונים!!!
אין איין ווארט א הערליכע געשמאקע אינהאלטריייכע סידי!!!
פארוואס קען מען עס נישט קויפן אויף אייטאונס?
קענסט עס קויפן דא <a class="postlink" href="http://mrmmusic.net/lipa-schmeltzer-the-hidden-spark/">http://mrmmusic.net/lipa-schmeltzer-the-hidden-spark/</a>
לאליפאפ נאך איינער האט א פילינג אז די ניגון אוהב שלום האט מען געגנבעט פון שוועקי'ס טשיינע קלאזעט?
די ניגון איז מיר געליגן אין קאפ אז איך קען עס פון ערגעץ, יעצט זעה איך אז עס ליגט שוין אנליין זייט דריי יאר צירוק.
VIDEO
VIDEO
<a class="postlink" href="http://goo.gl/pCbXX2">http://goo.gl/pCbXX2</a>
למעשה פרעגט ליפא א שווערע ציפעדיגע שאלה וואס טוט שטארק וויי. ער פרעגט "בארד בארד וואו איז דיין איד"!!! דער פארשטונקענע "בארד" ווערט נעבעך רויט און ער האט נישט וואס צו ענטפערן. ער ווייסט גאנץ גוט אז אונטער זיין לאנגע נישט-אויסגעקעמטע פרומע "בארד" ליגט נישט קיין משהו איד. ער ווייסט אז דאס פארדארבנקייט סרח'ט ארויס פון זיין "בארד". נו, וואס זאל ער ענטפערן? וואס קען ער ענטפערן? ליפא פרעגט דאך גוט! תופס אומנת אבותיו בידיו און ער פארדרייט די שמועס. ער הייבט אן צו ווארפן סטעיטמענט איבער א פערצן יעריגע בחור, און אז ליפא איז געגאנגן צו ווייט. האלאו, ר' בארד, פארדריי נישט די שמועס! מיר וועלן רעדן וועגן די פערצן יעריגע בחור און וועגן ליפא נעקסטע וואך. יעצט ענטפער אויף די סימפעל שאלה וואס ליפא פרעגט "דיר". "בארד בארד וואו איז דיין איד?" .
קיין גרויסער פרומער בין איך נישט (הגם איך האב א שיין בערדל), און ווי שוין געשריבען פריער בין איך אלס געוועהן א פען פון ליפא און כבין אפילו געגאנגען צו זיין קאנצערט דעם פארגאנגענע חוה"מ. מיין פראבלעם מיט אים איז נאר אז ער האט זיך אנגעהויבן צושארן צו דעם קליקע פון מומרים להכעיס, מהרסי השם ומחריבי ישראל. איינמאל איז עס געוועהן מיטן מכבד זיין א מחלל שבת בפרהסיה רח"ל מיט אן עליה, א צווייטע מאל ביים מזלזל זיין ביום טוב שני של גליות און איצטער האט ער געמאכט א ניגון זיי צו ווייטער געבן שטאף. ניין, איך האלט נישט אז א בארד איז אידישקייט. אויסדריקלעך נישט. אבער זינגען אזא ניגון מיט אזא שפאס איז סך הכל נאך א 'טעפ אן דע בעק' פאר די שנה ופירש'ניקעס.
ענטפער אבער אויף די שאלה: בארד בארד וואו איז דיין איד? פארדריי נישט די שמועס.
הוגה למעשה פרעגט ליפא א שווערע ציפעדיגע שאלה וואס טוט שטארק וויי. ער פרעגט "בארד בארד וואו איז דיין איד"!!! דער פארשטונקענע "בארד" ווערט נעבעך רויט און ער האט נישט וואס צו ענטפערן. ער ווייסט גאנץ גוט אז אונטער זיין לאנגע נישט-אויסגעקעמטע פרומע "בארד" ליגט נישט קיין משהו איד. ער ווייסט אז דאס פארדארבנקייט סרח'ט ארויס פון זיין "בארד". נו, וואס זאל ער ענטפערן? וואס קען ער ענטפערן? ליפא פרעגט דאך גוט! תופס אומנת אבותיו בידיו און ער פארדרייט די שמועס. ער הייבט אן צו ווארפן סטעיטמענט איבער א פערצן יעריגע בחור, און אז ליפא איז געגאנגן צו ווייט. האלאו, ר' בארד, פארדריי נישט די שמועס! מיר וועלן רעדן וועגן די פערצן יעריגע בחור און וועגן ליפא נעקסטע וואך. יעצט ענטפער אויף די סימפעל שאלה וואס ליפא פרעגט "דיר". "בארד בארד וואו איז דיין איד?" .
הוגה, פאסט נישט!
האלסט עכט אז יעדע איד מיט א בארד סרוחעט פארדאבענקייט?
האלסט באמת אז יעדע חסיד איז עפעס מחויב צו פארענטפערן ליפאס שאלות? אין אנדערע ווערטער, דו האלסט אז ליפא איז מער ברנש און האט א מאראל הייגראונד איבער עני עוועריזש חסיד?
אני הגבר ראה עני, איך שטיי אין א זייט און באבאכט שוין עטליכע חדשים ווי די שיכור'סט פון די קאווע ווי א קינד אין א קענדי סטאר, גאו איזי אן דיס סטאף.
הוגה, ססצייט פאר חשבון הנפש, מאך ארדענונג אין דיינע געדאנקן.
הוגה דארף א לייק. נעם דיר נישט צום הארצן אזוי , קיינער שרייבט שוין נישטא וואס ער מיינט באמת , ס'איז אלעס "לייק דריווען" נעבעך
ח"ו! איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז א יעדע איד מיט א בארד סרח'ט. פארדריי נישט מיינע ווערטער. נאר די בארד "אן" דעם איד סרח'ט. דאס האב איך געזאגט. נ. ב. יישר כח פאר די התעוררות לחשבון הנפש. ס'פילט גוט אז דו זארגסט דיך פאר מיר.
סאשי פיש איך האב עס אויך געהערט עס איז זייער זייער א שיינע סידי,
די סידי פארמאגט 13 ניגונים, 3 יודישע, 2 ענגלישע 8 פסוקים - לשון קודש,
די מוזיק איז זייער שיין און רייך!! און פיל מיט חידושים ווי עס איז זיין סדר!!!!
זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי,
אזוי וויי
@גוטע פינטעלך האט אויך געשריבען מען קען גיין גאגא פאר אפאר ניגונים!!!
אין איין ווארט א הערליכע געשמאקע אינהאלטריייכע סידי!!!
[ציטאט אראפגענומען]
דער שרייבער פון ארטיקעל האט געהעריג געגאנבעט מיין הודעה און עס אריינגעלייגט אין זיין ארטיקעל אן שרייבען אז עס קומט פון קאווע שטיבעל!!!
הוגה ענטפער אבער אויף די שאלה: בארד בארד וואו איז דיין איד? פארדריי נישט די שמועס.
קיין מלאך בין איך נישט, קען איך נישט וויסען אויף זיכער. באט איף איים געסינג רייט האט
@הוגה די לענגסטע בארד פון אונז אלע...
זיין קול איז אויך זייער גוט אויף די סידי , נישט אמת! אויף די פאריגע איז עס געווען סאך בעסער, ניגונים האט ער דא יא בעסערע כנלע"ד
לאמיר האפן אז ס'וועט זיך פארקויפן גאר גאר ווייניג , וועט ער זיך שפירן קרח מכאן ומכאן. און וועט זען אז לא זו הדרך
פון תיבה פרטי: איך זעה מען פרעגט וואס איז שלעכט אז מען שניידט אפ די בארד, לויט די הלכה מעג מען דאך.איך וויל עפעס ארויסברענגען און ווער עס וועט גוט אריינטראכטן וועט זען אז ס'איז זייער אמת. עס שטייט אין די ספרים הקדושים אז ס'דא 5 דרגא'ס אין די וועלט: 1 דומם - א קלאץ, 2 צומח - וואקסעדיג ווי גראז, 3 חי - א לעבעדיגע זאך ווי א בהמה, 4 מדבר א רעדעדיגער דאס הייסט א מענטש, 5 ישראל - א איד וואס איז העכער ווי אלע ווען איינער פון די 5 וויל גיין אראפ א דרגא איז די מציאות אז ער וועט פאלן נאך אראפציהר! טראכט אריין. ווען א גראז וועט אויפהערן וואקסן וועט ער ווערד זיין סאך ווייניגער ווי א שטיין א דומם. ווען א בהמה (וואס איז א חי) וועט אויפהערן אטעמען וועט ער נישט ווערן א צומח נאר ער וועט ווערן סאך ווייניגער ווי א גראז ער וועט זיין די ערגסטע פארשטינקענע דומם, און די זעלבע ווען א מדבר (א גוי) וועט וועלן ווערן א בהמה וועט ער שטארבן אינגאנצן. אזוי אויך ווען א ישראל (א איד) וויל ווערן א גוי חלילה, ווערט ער אסאך ערגער ווי סתם א גוי! דאס מיינט די פסוק "ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר". לענינינו. די זאך גייט ווייטער אויך. יעדער איד האט זיך זיין מסורה וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן. א חסידי'שע איד איז אויפגעוואקסן מיט די מסורה אז מען רירט נישט צו די בארד, ווייל אזוי האבן די פריערדיגע צדיקים געזאגט. ווען א ליטווישער איד שניידט זיך די בארד, איז עס כשר וישר ווייל דאס איז זיין מסורה, אבער ווען א חסידישער אינגערמאן באשליסט צו שניידן די בארד, איז לגמרי נישט פשט "ער איז געווארן א ליטאי", "ער איז פונקט אזא הלכה'דיגע איד ווי זיי". ניין! עס איז קלאר אז איינער וואס גייט אראפ פון "זיין דרגא" וואו ער איז געבוירן געווארן, איז דאס ווייל ער איז געפאלן אסאך נידריגער, און ער איז גארנישט קיין "הלכה איד". דאס שניידן די בארד איז א צייכן אז ער איז עובר אויף "הלכה'דיגע" איסורים אויך! 100 פראצענט. און אונזער בעל דין איז א סעמפל. איך פארשטיי אז די ליינער דארט וועלן עס נישט צו גרינג מקבל זיין, אבער ווער עס וועט אריינטראכטן גוט וועט זעהן אז דאס איז זייער זייער אמת.
לכבוד חנוכה. וואס טייטש וזדים ביד עוסקי תורתיך. וואס טייטשט קראים. ביתותים. משכילים. אפיקורסים. ערב רב. ועוד. די זענען די וואס זאגן אז סאיז נישטא קיין גיהינם און די וואס זאגן אז בערד סרח'נען. זאלסטו וויסן אז א ערליכע בארד איז "זאובער" ווי דער דייטש האט געשריגן פארן רבין זי"ע ביים באקוקען זיין הייליגן דיוקנא קדישא. א בארד היט בחורים צו גיין אין קלאבס און יונגעלייט פון זינדיגן. ועוד. אמת א בארד דארף זיין ריין און סאיז כנגד השו"ע צו גיין שמוציג. אגב איך מיין סאיז א ליטווישע זאך צו האבן א פארקניפטע בארד ווי רב שטיינעמאן. ווי זענען היינט די אלע אויבער חכמים אנגעקומען. ליפא דיין נייע סי די איז הערליך שיין ווער נישט געפאלן. בלייב אבער א יוד פארוואס זאלן די פרומע זיך פאטשען אין בויך אז מען גיט אין קאלעדש ווערט מען פארדארבן. לייען אביסל מעשיות פונעם הייליגן אר"י הקדוש און דער בעש"ט און פונעם רבי ז"ל ווי זיי פלעגן אנכאפן זייערע הייליגע בערד הוגה איך שטעל דיך אויף די חזקה אז די האסט נישט ליב קיין שום בארד אפי אזא וואס סשמעקט פון העד און שאלדער. די האסט דאך נישט ליב קיין כ"א כסלו סעודה אויך נישט. א חוץ אויב מען וועט עס א נאמען געבן האלאקאסט מעמאריעל דעי. איי וואס דען איז עס אויב נישט דאס. די שאלה בארד ווי איז דיין יוד מאכט מיך גראדע וויינען. זאלסט וויסן אז רובא דרובא יודן פלעגן אמאל גיין מיט בערד נאר מען האט עס פון זיי מיט די געוואלד אראפגעריסן. יא אראפגעפליקט. רח"ל מען מאכט נישט קיין שפאס פון אזא הייליגע זאך. סקוקט מיר אויס ווי די רעדסט צום אראפגעשניטענעם בארד דארט און דייטשלאנד וואס וויינט נעבעך. און יוד ווי איז דיין בארד איז די זעלבע זאך. פינטעל זאגט א מחי אז אלעס איז דא לייקס דריוון. גיי ווייס פארוואס אבער אזוי קוקט עס אויס. א פריילעכען חנוכה לאמיר נישט פארגעסן צו פארברענגן מיט די טייערע קינדערלען אפי סקומט נישט אן גרינג אבער זיי דארפן אונז דאס וויכטיגסטע לאמיר נישט באוויינען אונזערע יארן
גוי, גוי, ווער דארף דיין בארד?
אז די הונט בילד איז א סימן די שטיין איז געלונגען..
יעדער איז מודה אז די בארד איז די טפל און די איד איז די עיקר. די בארד איז חיצוניות וואס מען האפט אז עס וועט ברענגן פנימיות . ליפא דערמאנט אונז פשוט אז מען זאל נישט פארגעסן אז דער עיקר פון די בארד איז צוצוברענגען צו דער איד . מה כל הרעש? מיר האט זיין ניגון געגעבן א שאקל אויף! איך געב אוועק א יעדן אינדערפרי מער צייט צו בא'ארבעטן מיין בארד און גראבע קנאבעל - מער צייט וואס איך געב אוועק פארן טלית, תפילין און שחרית. ער האט אונז פשוט דערמאנט מיר זאלן נישט פארגעסן פון אונזער ציל מיט די בארד . די בארד איז נישט קיין מטרה דאס איז אן אמצעי . בלייבטס נישט שטעקן אין די איבערטואכץ צימער אויסקעמן די בארד און אנטוהן די שטריימעל און זיך טענהן צו די בארד איז שיין און וויכטיג, נאר קומט ארויס אין זאל און טאנצט מיט די חתן...
די קריטיקער שטערט נישט אז ער רעדט וועגן דעם בארד, זיי שטערט אז ער נעמט סאטמאר רב אויפן צימבל. נו זאלן זיי בילן.. ס'הערט זיך זייער קריטיק ווי זיסע געזאנג..
דרך אגב, צו אלע וואס שרייען מסורה! מסורה! וויפיל פון אונזערע זיידעס זענען בכלל געגאנגען בערד? וויפיל חסידישע אידן האבן נישט געשניטען א חלק פון די בארד פאר 30 און 40 יאר צוריק? די גאנצע הייליגקייט פון די בארד איז געווארען שטארק, ווען די מוסדות האבן געמאכט פראבלעמען צו אננעמען די קינדער...
גנדי דרך אגב, צו אלע וואס שרייען מסורה! מסורה! וויפיל פון אונזערע זיידעס זענען בכלל געגאנגען בערד? וויפיל חסידישע אידן האבן נישט געשניטען א חלק פון די בארד פאר 30 און 40 יאר צוריק? די גאנצע הייליגקייט פון די בארד איז געווארען שטארק, ווען די מוסדות האבן געמאכט פראבלעמען צו אננעמען די קינדער...
זאת, ועוד.. ווער ס'האט אינטערנעט איז גארנישט כשר מיטן בארד, ס'נישט מער ווי א מאסק
בארד! בארד! ווי דיין איד? שישקערער! שישקערער! ווי דיין דאווענען? פאשקעוויל! פאשקעוויל! ווי דיין חתימה? איסור! איסור! ווי דיין כוחא דהתירא? קול קורא! קול קורא! ווי איז געווען דיין אסיפה? גאלדענע בעקיטשע! גאלדענע בעקיטשע! ווי איז דיין עבודה? שווארצע ברילן! שווארצע ברילן! ווי קוקן דיינע אויגן? לאנגע גאטשע! לאנגע גאטשע! ווי דיין קדושה? גרויסע קאפעל! גרויסע קאפעל! ווי דיין יראת שמים? ברייטע היט! ברייטע היט! ווי דיין הוראה? שיפע טאש! שיפע טאש! ווי דיין צדקה? פעפעטע הויזן! פעפעטע הויזן! ווי דיין שבת קודש? שפיצעל! שפיצעל! ווי דיין איידעלקייט?
@הוגה ג"א מצטרף צו דברי ממרום. איר זענט נעבעך ווייטאקליך פארקראכן.
פארשטינקענער בארד אזוי רעדט א בר דעת? עס איז דא א קליינער חילוק פון אייך ביז דעם וואס וועט שרייבן עקלדיקע שווארצע, ביידע האבן זערא כבוד האדם. הוגה חזור בך!
גנדי גנדי! באלד גייסטע האבן אסאך לייקס!
איך פארדיי אלעס ביז די טשעפעסט דעים שפיצל, וואס ווילסטי פון די פרויען, זיי זענען על פי רוב איידל, און זיי זענען נישט וואס ווילן גיין דערמיט, עס איז נאר אזא בעל כורחך אתה גיי
ווען וועסט אריינעמען דעם כלל אז קיינער פון זיי מיינט שוין נישט וואס זיי שרייבן אזויווי כ'האב אויבן געשריבן וועסטע אלעס קענען פארדייען
מנשה לוסטיג די קריטיקער שטערט נישט אז ער רעדט וועגן דעם בארד, זיי שטערט אז ער נעמט סאטמאר רב אויפן צימבל. נו זאלן זיי בילן.. ס'הערט זיך זייער קריטיק ווי זיסע געזאנג..
אז ער טרויעט זיך צו ארויסזאגן דיין העיליגן רבי'ס בלויזע נאמען אויף זיינע ליפן מיט דעם ביסטו מסכים?!? די טוסט דיך נאר טרייסטן ווייל ער זאגט אויך ר' יואל
מנשה לוסטיג די קריטיקער שטערט נישט אז ער רעדט וועגן דעם בארד, זיי שטערט אז ער נעמט סאטמאר רב אויפן צימבל. נו זאלן זיי בילן.. ס'הערט זיך זייער קריטיק ווי זיסע געזאנג..
סתם אגב, מ'רעדט דא פון סאטמאר רב וואס האט דורכגעמאכט די מלחמה מיט א בארד - א זאך פארוואס מ'האט אים ווען געקענט כאפן און דערשיסן, אדער צום ווייניגסטנס ארויספליקן די גאנצע מעשה מיט א צווענגל... סא ס'מישט אינגאנצן נישט ארום אין סאטמאר רב'ס בארד טריישאפט דעפארטמענט דעם גאנצן איד בארד בארד איד סיפור.. אפשר די יוסף שלמה חלק איז אביסל אפענדינג.. אבער כזעה אז
@מנשה לוסטיג שלינגט עס יא אראפ!
(דיסקלעימער: כ'בין נישט קיין סאטמארע, ניידער אן עליי)
לאליפאפ אפשר די יוסף שלמה חלק איז אביסל אפענדינג.. אבער כזעה אז
@מנשה לוסטיג שלינגט עס יא אראפ!
(דיסקלעימער: כ'בין נישט קיין סאטמארע, ניידער אן עליי)
מנשה שלינגט און איז מחפה אויף ליפא'ן בלויז ווייל זיי האבן געבארדעט צוזאמען אין חדר (עי' אין מנשה'ס אשכול)
דער (פינטעל) איד גנדי גנדי! באלד גייסטע האבן אסאך לייקס!
פינטעלע! פינטעלע! ווי דיין איד?
גנדי! גנדי! (האמיתי)
ווי דיין הויזן?
יישר כח פארן מזרז זיין די עולם צו לייקן...
אבער די גרעסטע הנאה וואס איך האב, ווען מען גנבט דאס און עס קומט צוריק צו מיר דורך וואטס-עפפ...
מיר האבן בקבלה פון אונזערע רביס. א מימרא וואס ווערט צו שפרייט ביי כלל ישראל איז א סימן אז דאס איז געווען תורה לשמה, און עס האט די סייעתא דשמיא צו ווערן נתקבל ביי כלל ישראל... אמן כן יהי רצון...
דער (פינטעל) איד גנדי גנדי! באלד גייסטע האבן אסאך לייקס!
מיסטער פינטל, איך זע ביזט זייער אבסעסט מיט לייקס, דארפסט נישט מער ווי בעטן און מ'וועט דיר געבן וויפיל דו ווילסט. בעט אבער שיין, אקעי?
ניין , איך וואלט עס זייער געוואלט מבטל זיין. ווייל איך בין פון די סארט וואס ווילן באמת וויסן וואס א צווייטנ'ס מיינונג איז , נישט אינטערעסירט אין יענעמ'ס מיינונג ווען ס'איז פארוואלקענט אין א רצון צו האבן ווי מער לייקס. ווייל דאן האט ער נישט קיין מיינונג , ער האט בלויז א רצון צו זיין פאפולער. ביטע ביטע טו מיר נישט לייקן!
ווער האט זיך געקענט גלייבן אפאר יאר צוריק אז ליפא וועט ווערן אזוי ארויפגעקוקט ביים המון, אז זיין דעה וועט אויפשטורמען געמיטער, מענטשען וועלן זיך רעכענען דערמיט, ווען מ'רעכענט זיך ווען נישט דערמיט וואלט עם קיינער נישט געענטפערט. אבער דא איז געווארן א אויפוואכונג, יעדער וואס האט א קיבאורד וואס איז מחובר צו וואטסעפפ שרייבט אפ גאנצטע דרשות, מסביר זיין פארוואס זיין מעסעדזש איז נישט ריכטיג, אדער אויב ס'יא ריכטיג דארף עס נישט זיין אין א ניגון, אדער אז ער מעג עס נישט זאגן ווייל ער האט אמאל געגעבן אן עלי' פאר א מחלל שבת, אדער אז ער מאכט חוזק פונעם רשכבה"ג, וכו' וכו'. ס'געווארן א וועלט ווי מ'רעכענט זיך מיט זיין מיינונג. ליפא! קודוס, ביזט אריבער אלע ערווארטונגען! קיפ איט אפ!