צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #425
צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
סע דא מענטשן וואס האבן און טראכטן אנדערט ווי די אנגענומענע מיינונגען און נישט יעדער ערלויבט זיך עס ארויסצוזאגן הויעך ווייל מע קען דאך אים באשייגעצן און פארשעמען, האלט ער עס שטיל ביי זיך און טראכט אז ער וועט שוין אזוי אויסלעבן און האלטן זיינע קלערומגען ביי זיך אין מח.
איך מיין דא נישט כפירה. איך רעד פון פארשידענע אנגענומענע דאגמעס וואס מע פארקויפט פאר די עולם אז דאס איז אידישקייט און וואס רוב מענטשן ווייסן ביי זיך אז סע מאכט נישט סענס און די קלוגערע ערלויבן זיך צו גייט א טריט ווייטער.
די שטערקערע צווישן דיע, און די מער טראציגערע האבן אמאל גאטס און לאזן זיך הערן זייער מיינונג הויעך אז אנדערע זאלן אויך קענען ארויסברענגען וואס סע ליגט זייי אויפן געוויסען, וערן זיי אפט פארשריגן אלז אנגעווייטיגטע מענטשן.
איז עס א זאך וואס מע דארף ווערן דערשראקן אדער איז עס א באווייז אז יענער האט נישט צו ענטפערן און אנשטאט צו מסביר זיין די נקודות , געט ער ווארף אפ מיט א פאר שטעכיגע ווערטער?
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
איך ווייס נישט צו מיין תגובה גייט ענטפערן דיין קושיא (און למען האמת איך בין נישט זיכער צו איך פארשטיי וואס דו פרעגסט) אבער די קעפל פון אשכול איז "אויפגעקלערט אנגעווייטאגט" און איך וויל רעדן פון דעם נושא.
קודם א ווארט איבער זיין אויפגעקלערט. וואס מיינט אויפגעקלערט? אין די יונה אשכול האט שמואל הלוי
געשריבן אז די פראבלעם פון די משכילים איז אז זיי זענען געווען אויפגעקלערט. איז דאס ריכטיג? נישט אינגאנצן. אין דעם צעטל וואס לאדנט אלע וויליאמסבורגע איינוואוינער צו די "חנוך אסיפה" ווי מען גייט רעדן וועג ן דעם שטערן, שטייט אז ביים אסיפה גייט מען "אויפקלערן" דעם עולם איבער די חומר הענין פון די נישט כשר'ע ליין מאטעריאל. צו מיינט די "אויפקלערן" השכלה? אודאי נישט. און קורצן, אויפקלערן מיינט האבן אלע פאקטן אין פארנט פון זיך און נישט זיך פארלאזן אויף אנדערע מענטשן'ס דעות צו פאסן החלטות. די פראבלעם פון די משכילים איז געווען אז זיי האבן אפגעלאכט פון מסורה, זיי האבן געהאלטן אז אויב האבן זיי אלע פאקטן פאר זיך דארף מען זיך נישט רעכענען מיט די מסורה און מיט דעת גדולי ישראל (למשל חינוך, זיי האבן געהאלטן אז מ'דארף לערנען חכמות חיצוניות, און זיי האבן געהאלטן אז מ'מעג לערנען ע"פ הלכה. די פראבלעם איז געווען אז די מסורה און די דעת גדולי הדור איז געווען נישט צו לערנען חכמות חיצוניות ואכמ"ל). היינט איז "אויפגעקלערט" געווארן אזא שפעט-ווארט פאר איינער וואס ערלויבט זיך צו טראכטן אליינס און אליין נאכפארשן די פאקטן. נישט אלץ איז אויפגעקלערט סינאנים מיט רשעות אדער מיט השכלה. אבער די מציאות איז אז איינער וועלכע האלט אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג איז ווערט אויטאמאטיש באטיטלט "אויפגעקלערט". דערפאר איז קלאר אז נישט אייביג קומט אויפגעקלערטקייט פון אויבער חכמה, ס'קומט פיל מאל פשוט פון האבן א געזונטער מוח אויף די פלייצעס. אבער נאכדעם וואס דער אומשילדיגער אויפגעקלערטער ווערט געבוליט (bulied) דורכן סיסטעם, און דורכן אלגעמיינעם גאס וועלכע האט ליב צו לויפן מיטן שטרוים און נישט פרובירן דורכטראכטן זאכן אליין, הייבט ער אן ווערן דערביטערט אויפן סיסטעם. ס'איז נישט ווייל ער איז דערביטערט ווערט ער אויפגעקלערט, ס'פונקט פארקערט.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
אבער די מציאות איז אז איינער וועלכע האלט אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג איז ווערט אויטאמאטיש באטיטלט "אויפגעקלערט".
איינער וועלכער איז זייער זייער פרום, ממש פארריקט פרום טאקע "ווייל ער האט זיך ערלויבט צו טראכטן אליינס און אליין נאכפארשן די פאקטן" און נאך זיינע פארשונגען איז ער געקומען צו די הלטה צו זיין גאר גאר פרום (פאר זיך), אזא איינעם וועסטו נישט אנרופן "אויפגעקלערט"...
איי האופ יו געט די פוינט.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
זר זהב אבער די מציאות איז אז איינער וועלכע האלט אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג איז ווערט אויטאמאטיש באטיטלט "אויפגעקלערט".

איך וועל אים נישט רופן אזוי ווייל היינט איז אויפגעקלערט געווארן א "קאוד" ווארט פאר איינער וואס ווערט מער ליבעראל ווי דער שטייגער.
אבער איי דאנט געט די פוינט. וואס ווילסטו דערמיט זאגן? אז ס'שלעכט צו זיין אויפגעקלערט ווייל ס'מער ליבעראל? וועסטו אויך דעריבער מסכים זיין אז ס'שלעכט צו זיין איבער-פארפרומט?
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
איך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן. אסאך פון דעי "פארשערס" שאפן אסאך אידיש נחת פאר זייערע עלטערן.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
זר זהבאיך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן.
נאר?
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
גוט געזאגט ערעב יידל. איך האב אפשר נישט אויסגעשטעלט די אשכול, איך האב נאר געוואלט ארומרעדן פון די נושא פון אויפגעקלערטקייט.
איך ווער אינגאנצן נישט דערשראקן ווען מע פארט אריין מיט אזעלעכע ווערטער ווייל סע מיינט אז האסט נישט וואס צו זאגן.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
נאר א קאוד פאר איינער וואס פירט זיך אנדערש פון זיינע עלטערן, ווייל ער האלט זיינע עלטערן זענען צו פאנאטיש.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
זר זהבאיך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן. אסאך פון דעי "פארשערס" שאפן אסאך אידיש נחת פאר זייערע עלטערן.
הייסט אז די "אויפגעקלערטע שאפן נישט נחת פאר זייערע עלטערן? מאן יימר? איך זע נישט ס'זאל דוקא זיין אזוי.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
איך רעד נישט פון עקסטרעם פעלער, כעל זאגן איין משל. א יונגערמאן וואס קומט פון א שטוב און ווי אויך האט ער חתונה געהאט צו א שטוב וואס מישט זיך נישט פסח, ער אבער נייגט אפ דערפון, ער האלט זיך אויפגעקלערט, זיין טאטע און שווער זענען פאנאטיש.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
געפילטע פישזר זהבאיך וויל זאגן אז "אויפגעקלערט" איז נישט קאוד פאר איינער וואס פארשט נאך פאר זיך אליין וויאזוי זיך צו פירן. אסאך פון דעי "פארשערס" שאפן אסאך אידיש נחת פאר זייערע עלטערן.
הייסט אז די "אויפגעקלערטע שאפן נישט נחת פאר זייערע עלטערן? מאן יימר? איך זע נישט ס'זאל דוקא זיין אזוי.
קלאר אז נישט. א טאטע מאמע ווילן זייער שטארק (צי זיי זענען גערעכט צי נישט) אז די קינדער זאלן זיך פירן אזויווי זיי האבן אים/איר ערצויגן! (אדער בעסער!)
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
די יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
נולד מאוחרדי יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.
דער חינוך שרייבט אז איינמאל אברהם אבינו האט זיך שוין דערגרינטעוועט צום אמת, קענען מיר צוריקגיין צום תמימות פונעם מסורה.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
יידלנולד מאוחרדי יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.
דער חינוך שרייבט אז איינמאל אברהם אבינו האט זיך שוין דערגרינטעוועט צום אמת, קענען מיר צוריקגיין צום תמימות פונעם מסורה.
אמת אז אין די פרטים וואס אברהם האט זיך דערגרינטוועט האבן מיר נישט וואס צו מחדש זיין,
סאיז דא גענוג נושאים וואס מיר האבן נישט קיין מסורה פין אברהם .
אין מיר דארפן זיך לערנען פין עם צו טראכטן 'ארויס פין די באקס' אין פארשטיין אז די פרייז דערפאר קען זיין א קאלעך אויבן.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
זר זהב אבער די מציאות איז אז איינער וועלכע האלט אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג איז ווערט אויטאמאטיש באטיטלט "אויפגעקלערט".
איינער וועלכער איז זייער זייער פרום, ממש פארריקט פרום טאקע "ווייל ער האט זיך ערלויבט צו טראכטן אליינס און אליין נאכפארשן די פאקטן" און נאך זיינע פארשונגען איז ער געקומען צו די הלטה צו זיין גאר גאר פרום (פאר זיך), אזא איינעם וועסטו נישט אנרופן "אויפגעקלערט"...
איי האופ יו געט די פוינט.
נישט ריכטיג. איך קוק, ציב"ש, ארויף אויף א דוגמא ווי נטורי קרתא אדער בני יואל וואו איך קען עטליכע פון מיינע קרובים וואס זענען געווען "אויפגעקלערט" און געקומען צו די החלטה למשל אז דער ברך משה זצ"ל איז א פראבלעם און ער האט זיך נישט דערשראקן פון א סיסטעם אדער פון טעראר
דיסקלעימער: איך בין - עכ"פ אפיציעל - אן ארוני.... איך ברענג נאר ארויס די נקודה
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
לשיטתי איז די דיפערענס ציווישן א אנגעווייטאגטער און א אויפגעקלערטער נאר אז א אויפגעקלערטער איז א קלאזעטעד אנגעווייטאגטער, איין מאל מ'הייבט אן רעדן ברבים וואס מ'האלט אינעווייניג ווערט מען געלעיבעלט אלס אנגעווייטאגטער.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
נולד מאוחרדי יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.
וואס זענען דעמאלס די איבריגע עובדי עבודה זרה געווען שילדיג?
זיי האבן דאך געמיינט לשיטתם זייער אפגאט פון מסורה
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
kligerנולד מאוחרדי יסוד פין אידשקייט איז אויפגעקלערטקייט.
אברהם אבינו האט אנדעקט דעם אמת נאר דורך זיין א אויבער חכם.
וואלט ער זיך מוסר נפש געווען פאר מסורה, וואלטן מיר זיך נאך געביקט צום זין.
וואס זענען דעמאלס די איבריגע עובדי עבודה זרה געווען שילדיג?
זיי האבן דאך געמיינט לשיטתם זייער אפגאט פון מסורה
שטייט טאקע אין ספרים אז אויף זיי איז נישט דא קיין טענות (ווי הגר"ח סאלאוויטשיק האט געזאגט "נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס"), נאר אויף די וואס יודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
יודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו
מוז דאך זיין עפעס גייסטיש צירודערט ניין?
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
kligerיודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו
מוז דאך זיין עפעס גייסטיש צירודערט ניין?
לאו דוקא. דור הפלגה האבן אויך געהאט עפעס א חשבון (כאטש ס'איז געווען א טעות'דיגער חשבון, אבל חשבון מיהא הוי).
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
אבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
kligerאבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא
וועם האט געפעלט אינפארמאציע? די דור הפלגה?
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
וואס למשל האט געמאכט אברהם אבינו איינזעהן מער ווי אנדערע
איז ער געווען אנדערש בטבע למשל אן אנדערע טיפערע וועג פון טראכטן?
וואס איז די קרעדיט?
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
יידלkligerאבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא
וועם האט געפעלט אינפארמאציע? די דור הפלגה?
יא עס געווען פארדרייטע אינפא
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
kligerוואס למשל האט געמאכט אברהם אבינו איינזעהן מער ווי אנדערע
איז ער געווען אנדערש בטבע למשל אן אנדערע טיפערע וועג פון טראכטן?
וואס איז די קרעדיט?
א טיעפע וועג פון טראכטן יא, אן אנדערע וועג פון טראכטן נישט. ער האט פשוט אנגעהויבן נאכגיין די אלע זאכן וואס מ'זאגט אים מיט זיין שכל. ווי דער רמב"ם (דוכט זיך) שרייבט, אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער פילאזאף. ער האט שוין אנגעהויבן טראכטן פון קליינוויז אן, ביז ביי די פערציג איז ער צוגעקומען צו א פעסטע מסקנא אז ס'איז דא איין איינציג באשעפער אויף די וועלט, וועלכער פירט די וועלט און ער איז דער וואס קאנטראלירט אלעס.
kligerיידלkligerאבער עס האט זיי געפעלט אינפא
וואס איז זייער שילד
יעדער נארמאלער מענטש טוישט זיך מיט אינפא
וועם האט געפעלט אינפארמאציע? די דור הפלגה?
יא עס געווען פארדרייטע אינפא
ניין, וואס עפעס. זיי האבן נישט געוואלט אריין-טראכטן (אזוי ווי לדוגמא די קריסטן היינט וועלכע רעדן זיך איין אז יאשקע איז אן אפגאט.)
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
וואס האט זיי געמאכט נישט וועלן טראכטן?
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
kligerוואס האט זיי געמאכט נישט וועלן טראכטן?
די זעלבע וואס מאכט פאר 90 פראצענט ילודי אישה נישט וועלן טראכטן... (יוסיף דעת יוסיף מכאוב, וד"ל).
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
נו איז דאך ווייטער דא א סיבה וואס זיי האבן געהאט און נח נישט
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
יידל, ביסט זיכער אז די קריסטן ווילן נישט טראכטן?
איך קען גאנץ קלוגע קריסטן...
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
געפילטע פישלשיטתי איז די דיפערענס ציווישן א אנגעווייטאגטער און א אויפגעקלערטער נאר אז א אויפגעקלערטער איז א קלאזעטעד אנגעווייטאגטער, איין מאל מ'הייבט אן רעדן ברבים וואס מ'האלט אינעווייניג ווערט מען געלעיבעלט אלס אנגעווייטאגטער.
געפילטע פיש ידידי, דערפאר האט גאט באשאפן א קאווע שטיבל! דא קענסטו זיין אויפגעקלערט, אין קלאזעט אנגעווייטאגט, און אין מקוה א תמימות'דיגע מסורה'ניק!
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
דבילהגעפילטע פישלשיטתי איז די דיפערענס ציווישן א אנגעווייטאגטער און א אויפגעקלערטער נאר אז א אויפגעקלערטער איז א קלאזעטעד אנגעווייטאגטער, איין מאל מ'הייבט אן רעדן ברבים וואס מ'האלט אינעווייניג ווערט מען געלעיבעלט אלס אנגעווייטאגטער.
געפילטע פיש ידידי, דערפאר האט גאט באשאפן א קאווע שטיבל! דא קענסטו זיין אויפגעקלערט, אין קלאזעט אנגעווייטאגט, און אין מקוה א תמימות'דיגע מסורה'ניק!
הלוואי וואלט עס געהעריג געווען אזוי, ס'איז כאטש א שטאפל אויפן וועג.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
דבילהגעפילטע פיש ידידי, דערפאר האט גאט באשאפן א קאווע שטיבל! דא קענסטו זיין אויפגעקלערט, אין קלאזעט אנגעווייטאגט, און אין מקוה א תמימות'דיגע מסורה'ניק!
נישט געזארגט, דאכט זיך אז כ'האב נאכנישט געזאגט עפעס אין ווירטואלן קאווע שטיבל וואס איך וואלט נישט אדער האב נישט געזאגט אינ'ם ממשות'דיגן קאווע שטיבל, איך פראביר מקיים צו זיין דעם ולא יתבייש מפני המלעיגים עליו.
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
quote="יידל"]
kligerוואס למשל האט געמאכט אברהם אבינו איינזעהן מער ווי אנדערע
איז ער געווען אנדערש בטבע למשל אן אנדערע טיפערע וועג פון טראכטן?
וואס איז די קרעדיט?
א טיעפע וועג פון טראכטן יא, אן אנדערע וועג פון טראכטן נישט. ער האט פשוט אנגעהויבן נאכגיין די אלע זאכן וואס מ'זאגט אים מיט זיין שכל. ווי דער רמב"ם (דוכט זיך) שרייבט, אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער פילאזאף. ער האט שוין אנגעהויבן טראכטן פון קליינוויז אן, ביז ביי די פערציג איז ער צוגעקומען צו א פעסטע מסקנא אז ס'איז דא איין איינציג באשעפער אויף די וועלט, וועלכער פירט די וועלט און ער איז דער וואס קאנטראלירט אלעס.
[quote="kliger"][quote="יידל"]
וואס איז די קונץ און קרעדיט
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
יידלkligerיודעים את רבונם ומתכוונים למרוד בו
מוז דאך זיין עפעס גייסטיש צירודערט ניין?
לאו דוקא. דור הפלגה האבן אויך געהאט עפעס א חשבון (כאטש ס'איז געווען א טעות'דיגער חשבון, אבל חשבון מיהא הוי).
נישט לויט אלע שיטות
ס'איז דא א שיטה אז עס איז געווען יודעים רבונם ומתכוינים למרוד בם
Re: צונעמען: אויפגעקלערט, אנגעווייטאגט
יעצט באקומען א ריטוויט: די פראבלעם פון אן אויפגעקלערטן איז קיינמאל אז ער איז נישט גערעכט! ס'איז בלויז אז ער וואגט זיך צו זאגן זאכן פאר אנדערע באמערקן דאס אליין...