☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט איר

די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט איר

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #407
בלאט: 1 2

גוטער ברודער » מיטוואך אפריל 18, 2012 3:46 am

· #5164
די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט איר
בס"ד

אזוי ווי איך בין ניי דא, און איך ווייס נישט צו דא איז דער ריכטיגער ארט פאר דעם, בעט איך די ממונים, אויב איז דאס נישט אויפן ריכטיגן ארט, ביטע לייגט עס אריבער וואו עס געהערט.

איך בין געבעטן געווארן צו אינפארמירן דעם היימישן ציבור איבער דעם, פיר איך דעריבער אויס דעם פליכט.

האלוקים עשה את האדם ישר. דער רבונו של עולם האט באשאפען דעם מענטש גלייך. וואס הייסט גלייך? גלייך הייסט, אז דער באשעפער האט אזוי באשאפען דעם מענטש, אז אויב וועט ער דורכשווימען דעם לעבן, און האבן דעם פערפעקט פאר עלטערן, די פערפעקט געשוויסטער, חברים, משפחה, שכנים און באקאנטע, דאן וועט ער זיך אנטוויקלען אין א געזונטער מענטש.

לאמיר נעמען א משל. יעדעס קינד ווערט געבוירן נישט קענענדיג גארנישט. ער קען נישט רעדן, גיין, עסן אליינס, זיך באדינען, זיך אויפשטעלן, אראפזעצן, בעטן פאר עפעס. בקיצור, חוץ וויינען און עסן ווען מען לייגט אים אין מויל (און ארויסגיין) קען ער גארנישט. צוביסלעך ווערט דאס קינד אנטוויקלט, און ער לערנט זיך אויס מער און מער זאכן וואס צו טוען.

צו ערשט לערנט ער זיך אויס שמייכלען און לאכן, דערנאך קומט זיך איבערדרייען, קריכן, זיך אויפשטעלן, זיצן, גיין, רעדן אא"וו. געווענליך, רוב קינדער אנטוויקלען זיך געהעריג אן קיינע באזונדערע פראבלעמען, איינער אביסל פריער, א צווייטער אביסל שפעטער, אבער יעדער קומט אן.

מאכט זיך אבער אמאל א קינד ביי וועמען עס גייט נישט אזוי גלאטיג. ער בלייבט עפעס שטעקן אינמיטן פון דעם אנטוויקלונגס פראצעדור און ער גייט נישט ווייטער. צו איז עס מיטן רעדן, צו מיטן אויפשטיין, גיין, קריכן וכדו'. וואס טוען די עלטערן? מען נעמט אים צו א טעראפיסט, און יענער באטראכט דעם פראבלעם און קומט אויף מיט א לייזונג, פונקטליך וואס פאר א סארט טעראפי מען דארף דעם קינד צושטעלן, און אזוי, ווען מען טוט אט דעם טעראפי מיט דעם קינד, וועט דאס בדרך כלל העלפן און דאס קינד וועט זיך בעז"ה מיטכאפן מיט אלע אנדערע מענטשן.

*

אט דאס זעלבע שפילט זיך אויך אפ אין דעם גייסטישן טייל פון דעם מענטשנס לעבן. אבער דארט איז עס שוין פיל מער קאמפליצירט. ווייל וויבאלד עס איז דאך אין דיעותיהם שוות, יעדעס קינד איז אנדערש געבויעט אין זיין גייסטליכן לעבן, זיין מוח ארבעט אנדערש, און וואס וועט איינעם בויען וועט דעם אנדערן דוקא צוברעכן, און עס איז זייער שווער יורד צו זיין לסוף דעתו, אן ווערן אן פסיכאלאג מומחה, דעריבער איז כמעט אוממעגליך נישט צו שעדיגן דעם גייסטישן אנטוויקלונג פון דעם קינד.

און אויב איז דאס געזאגט געווארן לגבי ערוואקסענע, און זאגאר אפילו די אייגענע עלטערן פון דעם קינד, איז דאך על אחת כמה וכמה ווען דאס קינד הייבט אן גיין אין חדר אדער סקול, און קליינע קינדער זענען נישט געבענטשט מיט דיפלאמאטיע, אדער מיט עקסטערע סענסיטיווע געפיהלן צו אנדערע, און זיי זאגן בדרך כלל וואס ליגט זיי אויפן צינג, און די זאכן טיען גאר אפט זייער וויי, און זיי שעדיגן דעם קינד זה בכה וזה בכה.

וכשם שאין דיעותיהן שוות, כך אין פראבלעמיהן שוות. גאר אפט קען מען זעהן צוויי ברודער - צומאל אפילו צווילינג - וועלכע וואקסן אויף אין דעם זעלבן שטוב, און גייען דורך מער ווייניגער דעם זעלבן ערציהוגס פראצעדור, און האבן אויסצושטיין די זעלבע פראבלעמען פון די זעלבע עלטערן און געשוויסטער און משפחה, און דאך וועט ביי איינעם דאס אויסקלאפן אויף איין וועג, און ביים צווייטן אויף פונקט א פארקערטן וועג, אדער אויף אן אנדער וועג כרחוק מזרח ממערב ווי ביים ברודער. דאס אלעס ווייזט אונז נאר אז מענטשן זענען זייער קאמפליצירטע באשעפענישן, זייער מוח לערנט אפ מציאות'ן אויף מיליאנען אנדערע אופנים, און עס טוט פראצעסירן אינפארמאציע גאר אנדערש ביי איינעם ווי ביים צווייטן, און דאס זעהט זיך אן אין די פראבלעמען וועלכע זיי אנטוויקלען און מיט וועלכע זיי דארפן זיך ספראווען.

רוב גייסטישע פראבלעמען היינט זענען א רעזולטאט פון דעם אויפברענגוג פון דעם קינד, פון זיין צוזאמענלעבן מיט זיינע עלטערן, משפחה, חברים און באקאנטע. און רוב פון די פראבלעמען קען מען העלפן דורך גיין צו טעראפי, און מיט א שטארקן ווילן, קען מען זיך שטארקן אויף די פראבלעמען און זיי איבערקומען, און זאגאר צומאל ארויסקומען גאר געשטארקט פון דעם גאנצן פראצעדור.

(איך וויל דא קלאר מאכן אז איך בין נישט דא אויף א מיסיע אראפצורייסן עלטערן, חינוך אדער סיי וואס. איך רעד פון א מציאות וואס איז קיים, און דאס איז טייל פון דער וועלט, אויב איר ווילט קענט איר דאס אנרופן רצון ה'. אבער וויאזוי מען זאל עס אנרופן איז עס טייל פון דער מציאות פון דער וועלט, און עס איז זיכער אונזער פליכט צו ארבעטן אויף זיך און זיך שטארקן איבער די דאזיגע פראבלעמען)

איך וויל זיך אבער אפשטעלן דא אויף איין ספעציפישער פראבלעם פון וועלכן מען רעדט ווייניג, און מען פארשטייט אים נאך ווייניגער, און דעריבער זענען די וועלכע ליידן פון דעם אויסגעשטעלט צו גאר שווערע יסורים. יסורי הנפש און יסורי הגוף, אויף א שטייגער וואס א געווענליכער מענטש קען דאס בשום אופן נישט פארשטיין. מען ליידט אזעלכע ביטערע יסורים אז מען איז גרייט צו גיין פון דער וועלט אבי נישט צו ליידן פון דעם.

*

דער באשעפער האט אזוי באשאפן דעם מענטש - ווי אויבן דערמאנט - אז ער ווערט געבוירן קליין, אומוויסנד און אומבאהאלפן. און ווי דער מענטשן עלטערט זיך, אנטוויקלט ער זיך מער און מער. דאס איז אמת סיי אין פיזישן זין, בנוגע דעם קערפער פון דעם מענטש, און אויך בנוגע זיין נפשיות'דיגע אנטוויקלונג.

יעדער מענטש, ווען ער קומט אן אין די צענערלינג יארן, דאן הייבט אן דער גוף אריינצוגיין אין א נייע פאזע, געוויסע חלקים פון דעם קערפער אנטוויקלען זיך דאן און דער מענטש גייט אדורך פיזישע טוישונגען. חז"ל אנערקענען דאס, און צייכענען דאס אן גאר אלס א סימן גדלות. ווען א מענטש דערגרייכט דעם פאזע, דאן איז ער א גדול, דאס מיינט אז ער איז מחוייב במצוות און ער קען מוציא זיין אנדערע אידן ידי חובתם אין געוויסע פונקציעס פון אידישקייט, וואס דאס מיינט אז דאן ווערט ער מער פארשטאנדיג.

צוזאמען מיט דעם קומט אויך א גייסטישע אנטוויקלונג. און ווי געזאגט גייט דאס נישט ביי יעדעם איינעם אייניג. עס זענען דא וועלכע נעמען די נייע שינויים גרינג, אנדערע נעמען עס אן שווערער און אנדערע גאר שווער. עס איז א באוואוסטע אנגענומענע פענאמען אין די גאנצע וועלט אז די צענערלינג יארן זענען גאר שווערע, און אין גרויסן טייל טאקע צוליב דעם.

איינס פון די זאכן וועלכע דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין די טבע העולם, ווי עס ווערט באשריבן דורך דעם באשעפער אליינס אין חומש בראשית, איז דער צוגאנג אין דעם באשאף פון אדם און חוה. ווי דער רבונו של עולם האט געברענגט אדם'ן צו אלע באשעפענישן, און אדם האט באגריפן אז אים פעלט א פאר און ער האט געבעטן ביים באשעפער דערויף. דער באשעפער האט אים טאקע אויסגעהערט און האט געברענגט צו אים חוה.

דער הייליגער באשעפער האט ברוב חכמתו אזוי באשאפען דעם מענטש, אז דייקא חוה זאל זיין א פאר פאר אדם. ער זאל ציען צו איר און זי צו אים, און דוקא אזוי וועט איינער קענען ערפילן דאס וואס דעם צווייטן פעלט, בגשמיות וברוחניות. אט דאס איז דער טבע העולם, דאס איז דער נאטורליכער וועג וויאזוי דער בריה וואס רופט זיך אדם, אדער אנוש, פונקציאנירט. און דאס איז א ברכה פאר די וועלט, אזוי האט די וועלט זיך געבויעט במשך אלע יארן.

נישט נאר איז דאס דער דרך הטבע און דער בעסטער און געוואונטשנסטער וועג פאר מענטשן אין זייער לעבן. נאר דער באשעפער האט זאגאר אונז אנגעבאטן אין זיין תורה אז עס איז גאר א מצווה פאר יעדן מענטש צו פארלאזן די שטוב פון זיינע עלטערן און זיך באהעפטן מיט זיין פרוי. גלייכצייטיג האט די תורה פארבאטן דאס באהעפטן זיך מיט אנדערע מינים. צו עס רעדט זיך בעלי חיים, אדער אפילו פון מענטשן פון דעם זעלבן מין. דאס האט די תורה שטרענג פארבאטן. אויסער וואס דאס איז נישט געוואונטשן, עס ברענגט נישט קיין שום ברכה, עס העלפט נישט דעם מענטשן זיך בויען אין קיין שום וועג (ווען עס ווערט געטון אויף אן אופן וואס איז מיוחד פאר מאן און פרוי), איז דאס פארבאטן דורך דעם באשעפער פון דער וועלט און עס ברענגט א קללה און חורבן אויף די וועלט.

אבער דא מאכט זיך א פראבלעם, ביי רוב מענטשן טאקע גייט עס נאטורליך אזוי, אז ווען זיי קומען צום ריכטיגן עלטער און צום ריכטיגן צייט אין לעבן, באהעפטן זיי זיך מיט זייער פרוי און זיי בויען צוזאמען זייער לעבן אן קיין פראבלעמען. עס גייט פליסיג, נאטורליך און זיי האבן נישט קיין עקסטערע פראבלעמען מיט דעם. מען איז מקיים וואס מען דארף און מען ברענגט קינדער אויף די וועלט און מען לעבט זיך צוזאמען מיט א נאנטשאפט און א ווארימקייט, מיט אהבה ואחוה ושלום וריעות, מען איז משרה די שכינה אין שטוב און מען ברענגט אראפ א שפע פון ברכה אויף די וועלט.

עס זענען אבער דא געוויסע מענטשן, ביי וועמען עס גייט גאר נישט אזוי גלאטיג. פון דעם מציאות אז דער רבונו של עולם האט פארבאטן דאס באהעפטן זיך מיט אנדערע מינים ווי מיט די ממשיכים פון חוה, איז משמע פון דעם אז עס זענען דא אזעלכע פאר וועמען דוקא דאס ציעט זיי, און דוקא דעם סארט חיבור זוכן זיי, לויט זיי ברענגט נאר דאס די געוואונטשענע רואיגקייט וועלכע זיי דארפן האבן. הייסט דאס אז דער רבונו של עולם האט דאס פארשטאנען, ער האט דאס געוואוסט, און דאך האט ער דאס פארבאטן.

האט זיך ליידער געמאכט אזא מצב אין די היינטיגע גוי'אישע וועלט, (ביי וועמען די גאנצע תורה איז דאך סייווי אן אפגעפרעגטע זאך) אז עס האבן זיך פארמירט גאנצע גרופעס צו נארמאליזירן אט דעם ערשיינוג און אט דעם אויפפירונג. די גרופעס האבן אסאך געלד און שפענדן אויף דעם ענדלאזע סכומים, און זייער ציהל איז קלאר אויסצולערנען פאר "די גאנצע וועלט" אז דאס איז נארמאל, מען דארף זיך נישט שעמען, פארקערט, אויב עס ציעט דיך מיינט דאס אז דו ביסט אזוי געבוירן, און דו קענסט זיך נישט העלפן, דו מוזט זיך נאכגעבן דיינע תאוות, אפילו אויב עס איז נישט אין צוזאמענהאנג מיט דיינע רעליגיעזע אנשויאונגען.

זיי פרעדיגן נאכאנאנד אויף יעדן מעגליכן אופן, אז דאס קען בשום אופן נישט געטוישט ווערן, דאס איז עפעס מיט וואס מען ווערט געבוירן, און נאר ווען מען וועט זיך אויפהערן אליינס פייניגן דערפאר און דאס אננעמען אלס מציאות און זיך נאכגעבן אלעס וואס עס גלוסט זיך, נאר דאן וועט מען ווערן אויפגעראכטן.
עס איז נישט מיין ציהל בכלל דורך דעם ארטיקל זיי אפצופרעגן אדער אויפווייזן די פאלשקייט און שקר פון דעם מהלך און שיטה, אויך בין איך נישט דא אויסן צו פארציילן די נידריגקייט און געמיינקייט פון די אנפירערס פון די באוועגונג. דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

דא וויל איך פשוט זיך ווענדן צו היימישע אידן, חסיד'ישע ערליכע אידן, וועלכע פלאגן זיך מיט דעם פראבלעם, אויף איין אופן אדער אויף אן אנדערן. דער מציאות אז אייער מוח ציעט נישט צום אנדערן מין נאר צו אייער אייגענעם, מיינט נישט אז איר זענט אזוי געבוירן. דער באשעפער באשאפט נישט א מענטש מיט א טבע אויף וועלכען ער אליינס האט אים פארבאטן צו לעבן אויף דעם אופן. אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.

וויסן זאלט איר אז דאס איז א רעזולטאט פון פראבלעמען אין וועלכע איר האט זיך אנגעשטויסן אינעם עבר, און עס קען זיין פילע אנדערע סארט פראבלעמען, און פאר סיבות וועלכע נאר דער באשעפער פארשטייט האט זיך אנטוויקלט אין אייך אט דער פראבלעם. דער רבונו של עולם האט אייך אויסגעקליבן אדורך צוגיין און ביישטיין אט דעם ביטער שווערן נסיון.

און דער נסיון ווערט נאר שווערער ווען די רעדע איז פון א היימישן איד, מאנשי שלומינו, ווייל ליידער פארשטייען זייער ווייניג ביי אונז דעם פראבלעם. אנשטאט דעם איז דא א טוץ פון שאנד ווערטער מיט וועלכע מען באצייכנט אזעלכע מענטשן (וואס איך וועל יעצט אינגאנצן נישט אריינגיין אין דעם) און דער פאקט אז מען האט נישט צו וועמען צו רעדן, דאס מאכט עס נאר ערגער און ערגער, שווערער און שווערער.

דו זיצט איינזאם ביי זיך, במסתרים תבכה נפשך, דו וויינסט צום באשעפער, טאטע זיסער, איך וויל זיין ערליך, וויאזוי גיב איך זיך אן עצה. דו ווערסט מער און מער צובראכן, ביז דו קומסט אן צו א מצב פון טוב מותי מחיי. דו ווילסט מער נישט לעבן. אויב לעבן מיט אזעלכע יסורים, דאן איז בעסער מער נישט צו לעבן.

דאס טוט טייל מאל צושטערן דעם שלום בית, אבער נישט נאר מיט די ווייב נאר מיט זיך אליינס, דער מענטש ווערט אזוי צושטערט אז ער קען פשוט מער נישט אנגיין מיטן לעבן.
איך קען אזוי אנגיין נאך און נאך, אבער פאר ווער עס ליידט פון דעם, פאר אים דארף איך גארנישט מסביר זיין ווייטער, ער ווייסט פונקטליך פון וואס איך רעד, און נאך בעסער פון מיר. און פאר אט די מענטשן שרייב איך מיינע דאזיגע שורות.

*

עס איז דא א ארגאניזאציע, א אידישע ארגאניזאציע, מיטן נאמען "יונה" JONAH בלע"ז, עס איז געגרינדעט געווארן דורך מאדערנע אידן וועלכע פארשטייען דעם פראבלעם און ווילן העלפן אנדערע, און עס ווערט געפירט דורך זיי און א גרופע בייהעלפערס וועלכע פארשטייען און קענען דעם פעלד. זיי קענען און זענען גרייט אייך צו העלפן און זיי האבן שוין געהאלפן אומצאליגע אידישע קינדער זיך ארויסזעהן פון די דאזיגע שרעקליכע קאשמארן.

איינמאל א יאר מאכט די גרופע א שבת, אדער ווי עס רופט זיך אין אמעריקא א שבתון, און אט דער שבת איז דער ענטפער צו אייער געוויין. יא, דער באשעפער האט אויסגעהערט אייערע געשרייען, ער האט געזעהן אייערע טרערן, און ער האט געשיקט זיינע שליחים אייך העלפן, און אט איז די הילף דא.

דעם נעקסטן שבת קודש פרשת תזריע מצורע ולמספרם אפריל דעם 27סטן, וועט ווערן אפגעהאלטן דער דאזיגער איינמאל א יאר שבת - פון פרייטאג נאכמיטאג ביז זונטאג נאכמיטאג - און דאס איז אייער געלעגענהייט זיך צו שטארקן און איינמאל פאר אלעמאל אנהייבן גיין אויף א וועג וואס וועט אייך בעז"ה פירן צו פרייהייט. חירות מן היצר הרע (נישט אז איך וויל אייך איינרעדן אז מען ווערט אינגאנצן פריי פון דעם יצר הרע, אבער אייער לעבן וועט מער נישט זיין דאס זעלבע ווי פריער). איר וועט זיך טרעפן מיט אנדערע מענטשן וועלכע טיילן אייער גורל, אידן וועלכע פארשטייען אייך אסאך בעסער ווי איר פארשטייט זיך אליינס, און זיי וועלן אייך באגלייטן אויף טריט און שריט ביז איר וועט ארויסקריכן פון דעם ביטערן גיהנם אויף די וועלט, אין וועלכען איר לעבט אצינד.

געדענק ליבער ברודער, אין דבר העומד בפני הרצון. דו האסט מחשבות און געפיהלן וועלכע זענען נישט באמת דו, דו ווילסט דאס נישט, אבער קענסט זיך נישט העלפן. יעצט קענסטו. אבער נאר אויב דו ווילסט. אויב ווילסטו באמת, און דו ביסט גרייט זיך אריינצואווארפן אין דעם מיט א החלטה גמורה, דאן הייב שוין אויף דעם טעלעפאן און רוף אן דעם ארגאניזאציע און שרייב זיך שוין איין פאר דעם שבת.

איר דארפט נישט מורא האבן פאר גארנישט, דאס איז הונדערט פראצענט קאנפידענשאל, און אלעס ווערט אפגעהיטן אין געהיים מיט א מילטערישן שטרענגקייט. אלעס וואס איר שטייט צו פארלירן איז אייער ביז יעצטיגער איינזאמקייט, אייערע שלאפלאזע נעכט און לוסטלאזע טעג, אייער ליידיגע און קאלטע באציאונג מיט אייער פרוי און אייערע געוויסנסביסן איבער אייערע מחשבות און מעשים.

געדענקט, דארט אויבן וועט מען קיינעם נישט פרעגן צו ער האט געהאט א פראבלעם, נאר גיכער וואס ער האט געטאן דערוועגן. וועקט אייך אויף און טוט עפעס. איר וועט זיך אליינס דאנקבאר זיין. איך ווייס עס איז שווער, אבער עס איז שווערער עס נישט צו טאן.

ווי עס שרייבט צו אייך,
אייער גוטער ברודער

נ.ב כאטש די ספעציאליטעט פון יונה (מער פון אנדערע ארגאניזאציעס און מומחים) איז פאר מענטשן וועלכע עס ציעט זיי צום זעלבן מין, העלפן זיי אבער מיט אנדערע פראבלעמען אויך וועלכע האבן צוטוהן מיט דעם ענין פון שמירת אות ברית קודש. אויב איר האט ספיקות צו זיי קענען אייך בייהילפיג זיין מיט אייער ספעציפישע פראבלעם און צו דער שבת איז פאר אייך, דאן הייבט אויף א טעלעפאן צו מר. ארטור גאלדבערג, דער גרינדער און אנפירער פון דעם ארגאניזאציע און רעדט צו אים דירעקט.

דער וועב זייטל פון די ארגאניזאציע איז <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.jonahweb.org">www.jonahweb.org</a><!-- w -->

דער וועבזייטל דירעקט פארן שבת איז <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.jonahshabbaton.com">www.jonahshabbaton.com</a><!-- w -->

זייער טעלעפאן נומער איז 201-433-3444

דער פריוואטער קאנפידעשאל סעל נומער פון ארטור גאלדבערג איז 917-929-0087

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:59 am

· #5187
שיין געשריבען.
די וואס דארף הילף זאלן אוודאי דאס באקומען.
פון די אנדערע זייט אז מ'גייט פאבליק, דהיינו מ'רעדט צו סאך דערפון, איז - לדעתי - אויך נישט גוט, ווייל דאס גרויליקייט דערפון ווערט אפגעקילט, און ס'קען דורכלויפן א מחשבה פון אפשר בין איך אויך אזוי?

בכלל זענען די מאדערנע סאך מער פארגעשריטן מיט הילף פאר אלע ענינים.
פון אונזער זייט זענען סך הכל דא אירגונים ווי רב טוב, קאר-סיט גמ"ח וכדומה.

אךשמח » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:24 pm

· #5200
קאווע טרינקער
בכלל זענען די מאדערנע סאך מער פארגעשריטן מיט הילף פאר אלע ענינים.
פון אונזער זייט זענען סך הכל דא אירגונים ווי רב טוב, קאר-סיט גמ"ח וכדומה.

וואס איז מיט אר סי סי עס, עי טיים, בוני עולם?

אויך מאדערנע ארגאניזאציעס?

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:00 pm

· #5215
זייער שיין און איידל ארויסגעברענגט גוטע ברודער. איך האף אז דאס איז נאר די אנהייב פון פעולות פון דעם סארט בקרב הציבור החסידי. לענ"ד זענען אין אונזער קאמיוניטי פארהאן האמאסעקסואלען פונט ווי אין יעדע קאמיוניטי, נאר היות עס איז נישט דא קיין awareness קען דער באטרעפנעדער מיינען אז ער איז חלילה נישט נארמאל אדער קען ער זיך נעמען צו מאלעסטערן און ס'קען ארויסקומען חרבנות. ממילא וויל איך באגריסן גוטע ברודער און יונה פאר זייער אקטיוויטעטן בקרב מחנינו.

זר זהב » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:04 pm

· #5217
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט ווייל דארט הרג'ט מען זיי אויס....

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:42 pm

· #5230
אךשמח
קאווע טרינקער
בכלל זענען די מאדערנע סאך מער פארגעשריטן מיט הילף פאר אלע ענינים.
פון אונזער זייט זענען סך הכל דא אירגונים ווי רב טוב, קאר-סיט גמ"ח וכדומה.

וואס איז מיט אר סי סי עס, עי טיים, בוני עולם?

אויך מאדערנע ארגאניזאציעס?

יא, יא, גוטע ארגאניזאציעס מיוסד געווארן דורך יחידים. יחידים איז איבעראל דא גוטע.
אלע אנדערע רוחניות'דיגע אירגונים זענען נאך-געמאכט די מאדערנע. ס'קומט פון דארט. ס'איז גוט, אבער מיר דערמאנען זעך אסאך מאהל אסאך שפעהט.
והבן כי קצרתי.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:44 pm

· #5232
[ציטאט אראפגענומען]

מה ענין מחלה במציאות לבין דעה העלולה להשתנות בכל רגע.
והמבין יבין.

קול גדול » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:34 pm

· #5253
למעשה זען מיר אז האמאסעקסואלוטעט איז א נאטורליכע זאך וואס מ'טרעפט אסאך אינעם טבע, ביי אסאך חיות טרעפט מען אז ס'געפינט זיך צווישן זיי האמאסעקסואלישע באציאונגן.

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:40 pm

· #5255
קול גדול
למעשה זען מיר אז האמאסעקסואלוטעט איז א נאטורליכע זאך וואס מ'טרעפט אסאך אינעם טבע, ביי אסאך חיות טרעפט מען אז ס'געפינט זיך צווישן זיי האמאסעקסואלישע באציאונגן.

חיות זענען נישט מצווה בפו"ר.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 18, 2012 5:30 pm

· #5292
שלו' עליכם גוטער ברודער און א דאנק פאר דיין אינפארמאציע.

כאטש ב"ה איך פעזענליך לייד נישט דערויף, ווייס איך פון אנדערע וועלכע גייען אדורך שבעה מדורי גיהנם.

דער פראבלעם מיט אונז פאררוקטע חסידים אז אלעס ווערט אראפגעקוקט, די גאנצע תורה איז נישט די פון בארג סיני, נאר פון געפילן. כ'קען געבן צענדליגער ביישפילן.

א טעראפיסט האט מיר פארציילט אז עס איז פאראן א DVD וואס אינטערוויוט אסאך פון די גדולי הרבנים בדורינו איבער דעם פראבלעם, וואס זיי האלטן מען קען טון למעשה. קיינער ווייסט נישט ווייל די תורה לאזט דאך נישט. אבער ער זאגט מיר, אז איינער קוקט איינמאל דעם ווידיאו, וועט ער מער נישט רעדן קיין שלעכט ווארט אנטקעגן די "קראנקע" אידן. די הארץ וועט צוגיין פאר רחמנות!!

גוגל-הדור » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:56 pm

· #5308
יונה איז פייגעלע בלע"ז...
די פראבלעם מיט דער ארגאניזאציע איז גאר גרויס, און איך קום נישט געבן דא קריטיק פון רעכטס, נאר גאר פארקערט, פון לינקס.
דער ארגאניזאציע איז מיוסד אויף דעם געדאנק אז מ'קען די מענטשן טוישן. די דענקענדע געמיינדע איז כהיום בכלל נישט מסכים דערצו, גאר פארקערט. זיי האלטן אז די מענטשן וואס פרובירן זיך צו טוישן זענען בדר"כ נישט מצליח זיך צו טוישן און זיי קומען גאר ארויס צו'מזיק'ט פון די גרויזאמע פרואוו. בשעת איינער פון די גרויסע פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די מענטשן האבן אויב זיי לעבן אין א רעליגעיזע אדער סיי וועלכע נישט-אקצעפדירנדע געזעלשאפט איז בעיקר הא גופא, אז זייערע סעקסואלע אידענטיטעט ווערט געלייקענט אדער נישט אקצעפטירט ביי דעם געזעלשאפט וואס זיי געפינען זיך דערין.
די געווענליכע אידישע שטעלע איז בכלל נישט צו רעדן פון די נושא. לדעתי איז דאס נישט ווייל ס'איז דא א שיטה דערויף, נאר בשעה וואס דער פראבלעם איז טאקע א גרויסע האבן מיר נישט א פראקטישע רעזאלאציע דערויף בתוך די גדרי התורה פון אן ארטאדאקסישן קוק-ווינקל. רעדן פון דער פראבלעם וועט נאר געבן מער אנערקענונג פאר די ליידענדע מענטשן וואס וועלן זיך פאראייניגן אין גרופעס און מכריח זיין אזעלכע שינויים אין זייער באהאנדלונג וואס איז נישט מעגליך פון אן ארטאקסישן קוק-ווינקל. די אומבאקוועמליכקייט מיט די מציאות צווינגט דאס צו פארבלייבן פון די ענינים שהשתיקה יפה להם.
פון די אנדערע זייט איז דער ארגאניזאציע א חלק פון א גרעסערע באוועגונג אין די ארטאקסישע קבוצות זיך צו באנעמען מיט גרעסערע סייענטיפישע שאלות פון א אידישן שטאנדפונקט. פארצייטישע רבנים זענען נישט געווען פארנומען מיט שאלות פון עוואלאציע אדער איין אפשטאם. בשעת וואס זיי האבן אונז נישט ארויס געהאלפן מיט די סתירות וואס זענען פארהאן ציווישן תורה ומדע, האבן זיי אונז אויך נישט פארדרייט די קאפ מיט לייכטזיניקע תירוצים. היינטצייטיגע רבנים האבן תירוצים אויף אלע גרויסע קשיות, און בשעת וואס די קשיות האבן אמאל געקענט שווער מאכן דאס לעבן פאר א מאמין, האבן די תירוצים פארזיכערט אזא טויט אז משיח 'עט זיך אויך מוטשען דאס מחיה מתים צו זיין.

זר זהב » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:27 pm

· #5313
סוי וואס איז די סאלושען לשיטתך?

משה געציל » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:51 pm

· #5316
קאווע טרינקער
[ציטאט אראפגענומען]

מה ענין מחלה במציאות לבין דעה העלולה להשתנות בכל רגע.
והמבין יבין.

זאג נאר, אפשר זאלען די לעבענס וויכטיגע ארגענעזאציעס וואו, חוש, פתח תקוה, ועוד, אויך נישט שנארען אין פאבליק?

John Doe » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:01 am

· #5369
גוגל-הדור
יונהאיז פייגעלע בלע"ז...
די פראבלעם מיט דער ארגאניזאציע איז גאר גרויס, און איך קום נישט געבן דא קריטיק פון רעכטס, נאר גאר פארקערט, פון לינקס.
דער ארגאניזאציע איז מיוסד אויף דעם געדאנק אז מ'קען די מענטשן טוישן. די דענקענדע געמיינדע איז כהיום בכלל נישט מסכים דערצו, גאר פארקערט. זיי האלטן אז די מענטשן וואס פרובירן זיך צו טוישן זענען בדר"כ נישט מצליח זיך צו טוישן און זיי קומען גאר ארויס צו'מזיק'ט פון די גרויזאמע פרואוו. בשעת איינער פון די גרויסע פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די מענטשן האבן אויב זיי לעבן אין א רעליגעיזע אדער סיי וועלכע נישט-אקצעפדירנדע געזעלשאפט איז בעיקר הא גופא, אז זייערע סעקסואלע אידענטיטעט ווערט געלייקענט אדער נישט אקצעפטירט ביי דעם געזעלשאפט וואס זיי געפינען זיך דערין.
די געווענליכע אידישע שטעלע איז בכלל נישט צו רעדן פון די נושא. לדעתי איז דאס נישט ווייל ס'איז דא א שיטה דערויף, נאר בשעה וואס דער פראבלעם איז טאקע א גרויסע האבן מיר נישט א פראקטישע רעזאלאציע דערויף בתוך די גדרי התורה פון אן ארטאדאקסישן קוק-ווינקל. רעדן פון דער פראבלעם וועט נאר געבן מער אנערקענונג פאר די ליידענדע מענטשן וואס וועלן זיך פאראייניגן אין גרופעס און מכריח זיין אזעלכע שינויים אין זייער באהאנדלונג וואס איז נישט מעגליך פון אן ארטאקסישן קוק-ווינקל. די אומבאקוועמליכקייט מיט די מציאות צווינגט דאס צו פארבלייבן פון די ענינים שהשתיקה יפה להם.
פון די אנדערע זייט איז דער ארגאניזאציע א חלק פון א גרעסערע באוועגונג אין די ארטאקסישע קבוצות זיך צו באנעמען מיט גרעסערע סייענטיפישע שאלות פון א אידישן שטאנדפונקט. פארצייטישע רבנים זענען נישט געווען פארנומען מיט שאלות פון עוואלאציע אדער איין אפשטאם. בשעת וואס זיי האבן אונז נישט ארויס געהאלפן מיט די סתירות וואס זענען פארהאן ציווישן תורה ומדע, האבן זיי אונז אויך נישט פארדרייט די קאפ מיט לייכטזיניקע תירוצים. היינטצייטיגע רבנים האבן תירוצים אויף אלע גרויסע קשיות, און בשעת וואס די קשיות האבן אמאל געקענט שווער מאכן דאס לעבן פאר א מאמין, האבן די תירוצים פארזיכערט אזא טויט אז משיח 'עט זיך אויך מוטשען דאס מחיה מתים צו זיין.

לינקתן של גוגל הדור צריכין לימוד.

יא, ס׳איז באמת א שווערע פרשה. גיי זאג א מענטש ער זאל לעבן ווי א מלאך!? אסאך האומאוסעקצועלע יידן פארן טאקע אפ ווייל אין יהדות טרעפן זיי זיך נישט דאס פלאץ. אנדערע טוהן וואס זיי טוהן און האפן אז גאט איז א פאטער און וועט פארשטיין.

דבילה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:42 am

· #5373
זר זהב
סוי וואס איז די סאלושען לשיטתך?

גוגל הדור שרייבט דאך אז ס'איז בפירוש נישט דא א סאלושען און דערפאר זאלן זיי עכ"פ שווייגן ענדערש ווי מאכן דער פראבלעם גרעסער.

געצל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:00 am

· #5375
שמעקעדיג
שלו' עליכם גוטער ברודער און א דאנק פאר דיין אינפארמאציע.

כאטש ב"ה איך פעזענליך לייד נישט דערויף, ווייס איך פון אנדערע וועלכע גייען אדורך שבעה מדורי גיהנם.

דער פראבלעם מיט אונז פאררוקטע חסידים אז אלעס ווערט אראפגעקוקט, די גאנצע תורה איז נישט די פון בארג סיני, נאר פון געפילן. כ'קען געבן צענדליגער ביישפילן.

א טעראפיסט האט מיר פארציילט אז עס איז פאראן א DVD וואס אינטערוויוט אסאך פון די גדולי הרבנים בדורינו איבער דעם פראבלעם, וואס זיי האלטן מען קען טון למעשה. קיינער ווייסט נישט ווייל די תורה לאזט דאך נישט. אבער ער זאגט מיר, אז איינער קוקט איינמאל דעם ווידיאו, וועט ער מער נישט רעדן קיין שלעכט ווארט אנטקעגן די "קראנקע" אידן. די הארץ וועט צוגיין פאר רחמנות!!

איך האב געזען דעם פילם אמאל און ס'רייסט טאקע ביים הארץ.

ווער עס וויל זען דעם גאנצן פילם זאל דא אהערקליקן, אבער איך ווארף אראפ פון מיר דעם גאנצן אחריות אויב ס'וועט דיר געפעלן צו זיין א יונה'לע........

געצל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:07 am

· #5376
גוגל הדור, האסטו אפשר שייכות צו אונזער באליבטער און שטענדיגער גוטער פריינט מגגולי ארץ און פון די גאוני הדורות מורינו ר' גוגל?

דיינע מאמרים זענען דאך אזוי מייסטערהאפטיג צונויפגעפלאכטן מיט אזא שטארקע לינקירטע שריפט, און איין שטיקל פון דיר איז ווי פופצן ארטיקלען איינגעדרייט.

גיי מיר עס באלד דורכאקערן.

גוטער ברודער » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:50 am

· #5385
א גוטן אווענט טייערע ברודער, איך בין דא אריינגעקומען פאר א פאר מינוט צו זעהן אויב איינער האט עפעס געשריבן, און איך דערזעה זיך מיט א גאנצן טוץ רעאקציעס. אבער גלייכצייטיג האב איך מורא באקומען אז איך בין נישט אין ריכטיגן ארט. איך האב געמיינט אז דאס איז א פלאץ פאר היימישע אידן, און דעריבער האב איך דא געלייגט מיינע ווערטער, אבער פון געוויסע רעאקציעס פון די לייענער, בפרט פון דעם רעקאציע פון גוגל הדור. אפשר פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס ער שרייבט, אבער אויב יא, גרעניצט דאס זיך מיט כפירה און איך גלייב נישט אז דאס האט א היימישער איד געשריבן, עס קוקט מיר ליבערשט אויס ווי געוויסע רעשטלעך פון די אלטע אידישיסטן האבן זיך דא באקוועם געמאכט, און דאס האט איינער פון זיי געשריבן. עס טוט מיר זייער לייד. איך האף איך מאך א טעות, אבער אויב נישט, ווייס איך נישט אויב איך וועל קענען ממשיך זיין צו שרייבן דא.

דערווייל וועל איך פרובירן צו ענטעפרן די וואס האבן געשריבן.

יאנקל
יישר כוח פארן ברענגען דעם שטיקל פון חקירה. ר' שמואל קאמינעצקי איז טאקע א גרויסער שטיצער פון דעם ארגאניזאציע און האט שוין אסאך מענטשן געשיקט צו זיי נעמען הילף.

קאווע טרינקער
דאס גרויליגקייט דערפון איז אז עס איז קעגן דער רצון ה'. עס איז פונקט אזוי גרויליג ווי די אנדערע עבירות פון ניאוף, ווי אשת איש וכדו'.

דער פראבלעם איז נאר אז אין פאקטישן לעבן שאדט עס מער. מענטשן וועלכע ליידן פון דעם קענען זיך שווער צוזאמען לעבן מיט א פרוי און פירן א ערליכן אידישן, פרייליכן, צופרידענעם און פראדוקטיווער לעבן. און עס שטערט זיי אויף טריט און שריט, ער קען נישט גיין אין ביהמ"ד, אין גאס, אויפן באס אדער סייווי. רעדן פון דעם ענין וועט קיינמאל נישט אפשוואכן דעם אפשיי וואס ערליכע אידן האבן פון מעשים און מחשבות וועלכע זענען קעגן דעם רצון ה'. עס וועט נאר ברענגען אז מענטשן וועלכע לעבן אין גיהנם און ווייסן נישט אז עס איז בכלל פארהאן הילף, וועלן האבן ווי עס צו גיין זוכן און באקומען.

און פאר איינעם וואס ליידט פון דעם דער האט נישט קיינע ספיקות, ער טראגט נישט איבער דעם קומענדיגן אטעם וואס ער וועט געבן, ער שפירט ווי ער וויל שוין גיין פון די וועלט. איינער וועלכער איז מסופק אויב ער האט דאס בכלל, האט מעגליך אנדערע פראבלעמען, און מעגליך אז ער האט א פראצענט פון דעם, אבער נישט דער פראבלעם באמת.

און יא, ליידער איז דאס אמת אז ווען עס קומט צו דעם פעלד פון עמאציאנעלע הילף זענען די מאדערן ארטאדאקסן מער אפן דערוועגן און דעריבער איז דארט דא מער הילף אוועילעבל פאר די וואס דארפן עס. זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זיך מיטכאפן מיט זיי.

יידל
שקויעח פאר די דברי חיזוק. דו ביסט גערעכט, און די חרבנות זעען זיך ליידער זייער שטארק אן, און דעריבער איז שטארק ראטזאם פאר ווער עס דארף די הילף זאל נישט ווארטן נאר תיכף אנרופן יונה און זיך איינשרייבן פאר דעם שבת.

קאווע טרינקער, דו האסט געשריבן: "מה ענין מחלה במציאות לבין דעה העלולה להשתנות בכל רגע."
איך בין נישט אינגאנצן זיכער וואס דו מיינסט, אבער דא רעדט זיך נישט פון סתם א דעה, עס רעדט זיך פון א עמאציאנעלע מחלה, א שטייגער ווי או סי די, אבער אויף פיל א שטערקערן פארנעם. עס איז אזא געפיהל, א נטיה וועלכע שפירט זיך ביי איר באזיצער אזוי נאטורליך אז עס קען זיך כמעט גלייבן אז ער איז אזוי געבוירן און ער קען זיך נישט העלפן. עס שפירט זיך ווי מען קען דאס נישט טוישן. און דעריבער טאקע איז דאס אזוי שווער, און דערפאר טאקע ארבעט יונה אזוי שווער צוצושטעלן די הילף פאר די וואס ווילן עס, און אויך צו פארשפרייטן דעם מעסידש איבער דעם.

קול גדול
דאס איז נישט אמת. פינטל. איך וויל דא אויסדרוקליך נישט אריינגיין אין וויכוחים איבער דעם ענין, די פילע ערליכע אידן וועלכע האבן זיך פאקטיש געטוישט זענען עדות אויף דעם אז דאס איז נישט קיין נאטורליכע זאך, און איך גיי זיך נישט טענה'ן איבער דעם. ווער עס וויל זעהן אן אויספירליכן באריכט און באשרייבונג איבער דעם ענין, קענט איר זיך איינהאדלען דער בוך וואס ארטור גאלדבערג האט ארויסגעגעבן איבער דעם ענין. דאס איז דער אויספירליכסטער און גרונטליכסטער ארבעט וועלכע איז געטוהן געווארן איבער דעם ענין, פון א תורה'דיגער שטאנדפונקט, און אויך פון א דאקטוירישן שטאנדפונקט. דער בוך קען מען באקומען אויף זייער וועב זייטל אדער ביי עמעזאן. עס הייסט לייט אין די קלאזעט.

גוגל הדור
ווי געשריבן ביים אנהייב, איך שפיר זיך זייער אומבאקוועם מיט דיר, דו קוקסט מיר נישט אויס ווי א היימישער איד, אדרבה, אויב מאך איך א טעות קלער מיר ביטע אויף. אבער איין ווארט וויל איך יא זאגן. וואס די דענקענדע געמיינדע האט צו זאגן איבער סיי וועלן ענין, אינטערעסירט מיך נישט צופיל, מיך אינטערעסירט בעיקר וואס די תורה הק' האט צו זאגן אויף דעם. און די תורה וואלט דאס קיינמאל נישט גע'אסר'ט ווען דאס וואלט געווען א נטורליכע זאך וואס מען קען נישט טוישן.

און צו דעם זענען דא פילע דאקטוירים און מענטל העלט פראפעסיאנאלן וועלכע האלטן דוקא יא אז מען קען דאס טוישן. און דער מציאות זאגט אויך אזוי, פילע מענטשן האבן זיך פאקטיש געטוישט און זענען נישט ארויסגעקומען צו'מזיק'ט, פון קיין שום גרויזאמע פרואוו. דאס איז א מיאוס'ע פראפאגאנדע פון די "דענקענדע געמיינדע" וועלכע וויל דוקא אריינברענגען און נארמאליזירן די סארט אויפפירונג אויף די גאנצע וועלט און זאגאר ביי היימישע אידן אויך.

משה געציל
דער ענין איז דא נישט שנארן (כאטש זיי וואלטן נייטיג געקענט נוצן אפאר טאללער) דער רעדע איז דא פון מודיע זיין פאר מענטשן וועגן דעם, בכדי זיי זאלן קענען גיין זיך העלפן.

דשאן
קיינער דארף נישט לעבן ווי א מלאך. ער דארף לעבן ווי א איד, און א איד זוכט הילף זיך מתגבר צו זיין אויף זיינע נסיונות, און דאס איז וואס מען דארף טוען, און פאר דעם טאקע דארפן די מענטשן זיך איינשרייבן צו דעם שבת וואס א מינוט פריער.

געציל
דאס איז א באוואסטער פילם וועלכע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די "דענקענדע געמיינדע" (כלשונו פון גוגל הדור) מיטן דירעקטן ציהל אריינצוברענגען און נארמאליזירן די סארט הנהגה ביי ערליכע אידן, און זיי איבערצייגן אז מען קען גארנישט טוהן דערוועגן. עס איז אבער שקר, מען קען יא טוהן, אין דבר העומד בפני הרצון. אויב וויל מען זיך העלפן דאן קען מען. עס איז נישט גרינג, עס פאדערט גאר אסאך שווערע ארבעט. אבער לפום צערא אגרא.

געצל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:07 am

· #5389
גוטער ברודער, איך האף אז דא איז נישט קיין מקום וואס איז ווי דו זאגסט, ווייל א כפירה פלאץ איז נישט געמאכט פאר מיר. און איך בין נאכנישט אנגעקומען צו דורכארבעטן אלעס וואס גוגל הדור האט אריינגעריסן אין זיין תגובה (נאר די פייגעלעך זינגעריי האב איך אויסגעהערט און געווארן מיד דערפון...) איך אלס נייער דא, זע איך אז מען קען שרייבן פון פארשידענע זאכן וואס וואלט נישט געהאט א פלאץ ערגעץ אנדערשוואו. למשל דיין אשכול דא וואלט זיך נישט איבעראל געקענט אריינגליטשען...

בנוגע דעם פילם, האב איך נישט געזען ווער עס האט עס ארויסגעגעבן, אבער דער בחור'ל (אינגערמאן?) דארט איז באמת א רחמנות און די ערליכע אידן צו וועם ער איז זיך געגאנגען שואל עצה זיין, האבן אים נישט געקענט העלפן. אדרבה, זאג דו, איז דער בחור אדער די פרויען, די לעסביענ'ס אויפן פילם, נישט געבוירן מיט א נאטור אנדערש ווי די געווענליכע סדר העולם?

לאדיך אפ » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:58 am

· #5415
איך האב נישט אזוי בעיון דורכגעליינט דעם אשכול, איך וויל נאר ארויסברענגען איין פוינט בנוגע וואס גוטער ברודער האט מורא אז ער איז נישט אינעם ריכטיגן פלאץ צוליב גוגל-הדור'ס "כפירה". ווי איך פארשטיי (און די גבאים זענען מכובד מיך אויסצובעסערן) איז קאווע שטיבל דירעקט נישט קיין מקום וואס פארנעמט כפירה. עס איז דא אויף א יעדן תגובה אזא קנעפל וואס מ'דרוקט אויב מ'וויל באריכטן א תגובה, און די גבאים נעמען קעיר דערפון. איך פארשטיי אז גוגל-הדור'ס תגובה איז "אויפגעקלערט". אבער די גבאים קענען עס נישט מעקן ווייל זייער הענד זענען געבינדן ווייל זיי האבן זיך פארפליכטעט נישט צו מעקן ווילאנג עס איז נישט אויסדרוקלעך קיין סתירה מיט יהדות. גוטער ברודער האט געזאגט אז ס'איז כפירה ווייל דער באשעפער וואלט נישט גע'אסר'ט עפעס מיט וואס מ'ווערט געבוירן. (אגב, כ'מיין אז נישט דאס איז די ווארט - צו מען ווערט געבוירן דערמיט צו מ'באקומט עס שפעטער. די ווארט איז צו 'קען זיך טוישן צו נישט). אבער גוטער ברודער האט נישט געברענגט קיין מקור וואס זאגט אז איינער וואס זאגט פארקערט איז א כופר. כ'פארשטיי אז אזא מיינונג איז אויפגעקלערט, אבער אויפגעקלערט איז נישט סינאנאמאס מיט כפירה. איך בין זיכער אז אויב וועט גוטער ברודער צו צייגן און ווייזן אז "קוק, דא און דא שטייט אז מ'טאר נישט זאגן ווי גוגל-הדור זאגט, וועלן די גבאים גראד פארמעקן גוגל'ס תגובה (אדער ווארפן אין מיסטקאסטן).

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:16 am

· #5420
וואס איז געווען די פראבלעם פון די משכילים? "אויפגעקלערט"...

קול גדול » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:59 pm

· #5486
גוטער ברודער

קול גדול
דאס איז נישט אמת. פינטל. איך וויל דא אויסדרוקליך נישט אריינגיין אין וויכוחים איבער דעם ענין, די פילע ערליכע אידן וועלכע האבן זיך פאקטיש געטוישט זענען עדות אויף דעם אז דאס איז נישט קיין נאטורליכע זאך, און איך גיי זיך נישט טענה'ן איבער דעם. ווער עס וויל זעהן אן אויספירליכן באריכט און באשרייבונג איבער דעם ענין, קענט איר זיך איינהאדלען דער בוך וואס ארטור גאלדבערג האט ארויסגעגעבן איבער דעם ענין. דאס איז דער אויספירליכסטער און גרונטליכסטער ארבעט וועלכע איז געטוהן געווארן איבער דעם ענין, פון א תורה'דיגער שטאנדפונקט, און אויך פון א דאקטוירישן שטאנדפונקט. דער בוך קען מען באקומען אויף זייער וועב זייטל אדער ביי עמעזאן. עס הייסט לייט אין די קלאזעט.

גייסט זיך חולק זיין מיט בפירושע דאקומענטירטע באווייזן און אבזערוואציעס? en.wikipedia.org/wiki/Homosexual_behavior_in_animals

איינער » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 8:27 pm

· #5684
גוטער ברודער
א גוטן אווענט טייערע ברודער, איך בין דא אריינגעקומען פאר א פאר מינוט צו זעהן אויב איינער האט עפעס געשריבן, און איך דערזעה זיך מיט א גאנצן טוץ רעאקציעס. אבער גלייכצייטיג האב איך מורא באקומען אז איך בין נישט אין ריכטיגן ארט. איך האב געמיינט אז דאס איז א פלאץ פאר היימישע אידן, און דעריבער האב איך דא געלייגט מיינע ווערטער, אבער פון געוויסע רעאקציעס פון די לייענער, בפרט פון דעם רעקאציע פון גוגל הדור. אפשר פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס ער שרייבט, אבער אויב יא, גרעניצט דאס זיך מיט כפירה און איך גלייב נישט אז דאס האט א היימישער איד געשריבן, עס קוקט מיר ליבערשט אויס ווי געוויסע רעשטלעך פון די אלטע אידישיסטן האבן זיך דא באקוועם געמאכט, און דאס האט איינער פון זיי געשריבן. עס טוט מיר זייער לייד. איך האף איך מאך א טעות, אבער אויב נישט, ווייס איך נישט אויב איך וועל קענען ממשיך זיין צו שרייבן דא.

סארי דא זענען די נייע אידישסטן! ביטע נישט ניצן די כפירה קארד פאר איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר.

גוטער ברודער
גוגל הדור
ווי געשריבן ביים אנהייב, איך שפיר זיך זייער אומבאקוועם מיט דיר, דו קוקסט מיר נישט אויס ווי א היימישער איד, אדרבה, אויב מאך איך א טעות קלער מיר ביטע אויף. אבער איין ווארט וויל איך יא זאגן. וואס די דענקענדע געמיינדע האט צו זאגן איבער סיי וועלן ענין, אינטערעסירט מיך נישט צופיל, מיך אינטערעסירט בעיקר וואס די תורה הק' האט צו זאגן אויף דעם. און די תורה וואלט דאס קיינמאל נישט גע'אסר'ט ווען דאס וואלט געווען א נטורליכע זאך וואס מען קען נישט טוישן.

די ווילסט זאגן אז אלס וואס די תורה אסר'ט איז נישט דא א ווילן עס צו טון, נישט אין מיין תורה.
די תורה נעמט נישט קיין מיינוג אין דעם ענין מער ווי צו זאגן אז דאס איז אסור, אויב מען וויל עכט העלפן דארפן מען זיין אפן צו הערן וואס די אמת איז, די וועג פון זאגן אז "וואס די דענקענדע געמיינדע האט צו זאגן איבער סיי וועלן ענין, אינטערעסירט מיך נישט צופיל" איז די טיפיקל גיין אין וואנט מענטאלטי.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:10 pm

· #5737
פארא גוטע ברודער............
קיפ אפ

גוטער ברודער » פרייטאג אפריל 20, 2012 12:43 pm

· #6028
איך בעט דער עולם זאל זיך בארואיגן, ווייל איך קען זיך נאך דערשרעקן. איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעם מיט אויפגעקלערטקייט, אבער איך ציטיר דא ווערטער פון גוגל הדור:

פון די אנדערע זייט איז דער ארגאניזאציע א חלק פון א גרעסערע באוועגונג אין די ארטאקסישע קבוצות זיך צו באנעמען מיט גרעסערע סייענטיפישע שאלות פון א אידישן שטאנדפונקט. פארצייטישע רבנים זענען נישט געווען פארנומען מיט שאלות פון עוואלאציע אדער איין אפשטאם. בשעת וואס זיי האבן אונז נישט ארויס געהאלפן מיט די סתירות וואס זענען פארהאן ציווישן תורה ומדע, האבן זיי אונז אויך נישט פארדרייט די קאפ מיט לייכטזיניקע תירוצים. היינטצייטיגע רבנים האבן תירוצים אויף אלע גרויסע קשיות, און בשעת וואס די קשיות האבן אמאל געקענט שווער מאכן דאס לעבן פאר א מאמין, האבן די תירוצים פארזיכערט אזא טויט אז משיח 'עט זיך אויך מוטשען דאס מחיה מתים צו זיין.

די ווערטער, וועלכע גוגל הדור האט געשריבן, איז "לדעתי" מער פון אויפגעקלערטקייט. איך האב ב"ה נישט קיין שום פראבלעם מיט אויפגעקלערטקייט, און גראדע וואס איך האב געשריבן האב איך געשריבן אז מעגליך איך בין זיך טועה, און איך האב נישט גענוצט קיין שום כפירה "קארד" ווייל יענער האלט נישט ווי מיר. איך האב געבעטן אז אויב איך בין זיך טועה, ווייזט מיר ווי.

מיין פראבלעם איז נישט ווייל אויב זאגט מען אז די תורה אסר'ט עפעס מיט וואס מען ווערט געבוירן איז מען א כופר, מיין פראבלעם זענען די אויבנדערמאנטע ווערטער. אדרבה זייט מעיין דערינען, און אויב איך בין זיך טועה, בעט איך שוין מחילה.

נאכאמאל, לויט מיין ארימע מיינונג איז די אויבנדערמאנטע ווערטער מער ווי אויפגעקלערטקייט. ביז אהין איז אפשר (איינגערעדטע) אויפגעקלערטקייט, אבער דאס איז שוין מער פון דעם.

און אצינד צום לעצטן מאל.

דער ציהל פון מיין שרייבן דא איז נישט צו פירן קיין פאלעמיקס. איך האב דא געשריבן פאר איין סיבה. ווייל איך ווייס אז עס זענען דא ערליכע אידן וועלכע פלאגן זיך מיט דעם ביטערן צרה, און זיי האבן ליידער נישט צו וועמען צו רעדן. האב איך געוואלט און געהאפט אז די אידן זאלן האבן סייעתא דשמיא און ליינען דא וואס איך האב געשריבן, און דאדורך וועלן זיי קענען באקומען די הילף וועלכע זיי זוכן אזוי שטארק.

יעצט וויבאלד עס איז געווארן דא שמועס פון דעם, גיי איך בלי"נ יעצט דאס לעצטע מאל שרייבן איבער דעם אפאר ווערטער.

יעדער ווייסט אז עס איז כהיום דא א מעכטיגע פאליטישע באוועגונג אויף צו נארמאליזירן די סארט אויפפירונג וועלכע מיר באהאנדלען דא. און נאר צוליב זיי איז דאס געווארן די אנגענומענע מיינונג ביי די "דענקענדע געמיינדע" אז מען קען דאס נישט טוישן. די באוועגונג קומט נישט דוקא פון די "דענקענדע געמיינדע" נאר פון הפקר יונגען, וועלכע טייל פון זיי ווייסן נישט אז מען קען זיך העלפן, און טייל זענען נישט אינטערעסירט, און טייל האלטן פשוט נישט ביים ארבעטן גענוג שווער אויף דאס צו טוישן. עס איז זיי גרינגער צו שרייען די ביסט א ביגאט און נאך אנדערע דערנידערנדע לשונות און מיט דעם זיך אליינס כשר'ן. די "דענקענדע געמיינדע" פאלגט נאך וואס דער פאליטישער באוועגונג וויל.

(ווען נעמבל"ע וואלט געהאט גענוג מעמבערס און נאכפאלגערס, וואלט פעדאפיליע אויך געווארן א נארמאלע זאך ביי די "דענקענדע געמיינדע")

זאגן אז עס אינטערעסירט מיך נישט וואס די "דענקענדע געמיינדע" האלט מיינט נישט געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט אריין, ווייל יעדער איינער ווייסט אז ביי סיי וועלכן נושא קען זיך די "דענקענדע געמיינדע" טוישן זייער מיינוג פון צופרי ביז ביינאכט צוליב פאליטישע דרוק. פונקט ווי זיי האבן געטוהן טאקע ביי אט דער נושא. דער "קאנדישאן" איז געווארן קלאסיפיצירט אלס א עמאציאנעלע מחלה דורך די "דענקענדע געמיינדע" ביז זיי האבן עס מיט עטליכע יארן צוריק געטוישט אונטער גאר שטארקע דרוק, און זייט דעמאלס איז דא א גרויסע ריס ביי די "דענקענדע געמיינדע" איבער דעם נושא, צווישן די "דענקענדע" מיט אן אינטערעסע און די "דענקענדע" אן דעם דאזיגן אינטערעסע (אדער "דענקענדע" מיט א פארקערטע אינטערעסע).

מר. גאלדבערג, וועלכער האט געגרינדעט און פירט אן די יונה ארגאניזאציע איז גאר גאר ווייט פון צו זיין א נאאיווער אדער א פאנאטישער איד וועלכער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין. ער איז א געלערנטער, שטודירטער און אויפגעקלערטער מענטש, מיט גאר א רייכער קאריערע אונטער זיך. און ער קומט דוקא פון יענער זייט טייך, ער האט אמאל געהאלטן אזוי ווי ר' גוגל'ען מיט זיין "דענקענדע געמיינדע" און האט אנגענומען מיט בלינדע אויגן אלס וואס זיי זאגן, און ער האט זיך איבערצייגט אז דאס איז שקר און ער האט געלעבט אין א טעות. און דרך אגב, איז ער אינגאנצן נישט קיין חלק פון קיין שום גרעסערע באוועגונג. ער איז א מענטש וועלכער ארבעט כהיום פאר זיך אלייס אויף די איינע זאך וועלכע טוט אים זייער וויי און ער וויל העלפן אידישע קינדער מיט דעם.

און אינטערעסאנט איז נאר אזוי. כהיום האלט מען ביי אזא מצב: די היימישע רבנים, רוב רובם פון זיי, אויב גייסטו זיך אויסרעדן פאר זיי אויף אזא פראבלעם, וועסטו באקומען אזא סארט תשובה: "נע, טראכט נישט פון דעם, לייג זיך אריין אין לערנען וועלן די מחשבות אוועק גיין". אדער "דו דארפסט חתונה האבן", און דאס איז שוין אין א גוטן פאל, ביי טייל גאר נאאיווע נאראנים קען מען נאך הערן אזא תשובה ווי "איך ווייס, איך האב אמאל געהערט אז געוויסע מענטשן ווערן אזוי געבוירן. אבער, טראכט נישט, רעד נישט בלא בלא בלא". אדער "איך פארשטיי נישט צו די זאכן, איך וויל מיך נישט צורירן צו קיין נבלה, רעד נישט צו מיר וועגן דעם". וכדומה, אזעלכע און ענליכע נארישע ענטפערס.
זיי האבן נישט קיין השגה בין ימינם לשמאלם.

פון די אנדערע זייט זענען דוקא די אויפגעקלערטע, די מאדערן ארטאדאקסישע רבנים פון וויי יו און אנדערע אמעריקאנער קהילות און קרייזן, די וועלכע שטייען פיל נענטער צו די "דענקענדע געמיינדע", וועלכע שרייען אז ניין, דו ביסט נישט אזוי געבוירן, מען קען זיך העלפן אויף דעם, אדרבה, ביסט א נארמאלער מענטש, עס פעלט דיר גארנישט, דו דארפסט נאר הילף. און זיי שיקן טאקע זייערע מענטשן נעמען די הילף. און דערפאר טאקע זענען כמעטן אלע קליענטן פון יונה דוקא פון דעם מאדערנעם, און אפילו גאר גאר מאדערנעם קרייז.

קול גדול, איך האף אז דו האסט נישט געמיינט ערנסט ווען דו האסט געברענגט א לינק פון וויקיפידיע. פונקט פון וויקיפידיע? דו וועסט איר נישט טרעפן ציטירן אין קיין איין רעספעקטירטן סייענטיפישער ריסוירטש באריכט. יעדער קען שרייבן דארט וואס ער וויל, און עס איז נישט דא קיין שום סייענטיפישער באורד וואס קוקט איבער וואס דארט איז געשריבן. און אין דעם לינק וואס דו האסט געברענגט ווערן גאר ציטירט באוואוסטע אקטיוויסטן פון יענעם לאגער. פאר א שטיקל וויקיפידיע וואס דו ברענגסט מיר קען איך דיר ברענגען מסקנות פון מעסטערס און דשאנסאן, ערנסטע סייענטיסטן וועלכע זענען אנגענומען אין די "דענקענדע געמיינדע".

א ווארט פאר איינער. אסאך זאכן וועלכע די תורה אסר'ט ווילן מענטשן טון. אבער דא רעדט מען אז די תורה אסר'ט א געוויסע זאך, און דערנאך גייט דער אוסר (דער באשעפער) און באשאפט א מענטש וועלכער קען כמעט נישט עומד זיין אין דעם, (דאס איז כמעט ווי אסר'ן א מענטש צו עסן. סארי, מיין תורה טוט נישט אזאנס) און צו דעם, גיבט אים דער תורה א מצוה וועלכע ער קען פשוט נישט מקיים זיין. אין הקב"ה בא בטרוניה עם בריותיו מיינט נישט אז דער באשעפער אסר'ט נישט געוויסע תאוות. אבער דא רעדט מען פון א געוויסע מענטשליכע געברויך, וואס ווי מיר זעען, האט די תורה נישט נאר געגעבן פאר דעם מענטש א מקום זיך אויסצוגעבן, נאר עס גאר געמאכט פאר א מצוה, און דא קומסטו מיר זאגן אז דער באשפער האט באשאפען אזא מענטש וועלכער איז בטבע פונקט פארקערט פון דעם. איי דאונט ביי איט, און קיינער זאל נישט.

טייערער ברודער, אויב דו פלאגסט זיך מיט דעם פראבלעם, הער נישט אויס וואס די אלע זאגן, זיי האבן נישט קיין השגה אין דיין פלאג. זיי וויסן אז דו קענסט ארויסקרוכן פון דעם. עס איז נישט גרינג, עס איז דוקא זייער שווער, עס נעמט אסאך ארבעט און גאר א פעסטע החלטה. אבער פילע האבן עס באוויזן, און דו קענסט אויך. דו קענסט האבן א גליקליך און צופרידן לעבן.

צום שלוס. אויב איינער האט אן אינטערעסנע אדורך צו טאהן דעם נושא (אויף אויפצוטאהן. אויף נישט אויפצוטאהן זאל ער זיך פארנעמען מיט בעסערע זאכן) זאל ער זיך פארבונדן מיט די אויבנדערמאנטע ארגאניזאציע, אלע זייער קאנטאקט אינפארמאציע האב איך געברענגט ביי מיין ערשטן ארטיקל, און זיי וועלן אים אנווייזן אלעס וואס איז דא. אויב האט ער קשיות וועלן זיי עס פארענטפערן. זיי זענען נישט חסיד'ישע אידן וועלכע ענטפערן "מען טאר נישט טראכטן אזוי". זיי זענען אינטעליגענטע מענטשן וועלכע געהערן צו די "דענקענדע געמיינדע" און טיען דורך א זאך בכובד ראש, ביז זיי האבן עס גרונטליך ארויס.

און נאך איין מאל. די פילע ערליכע אידן - כמעט אויסשליסליך פונעם מאדערנעם קרייז - וועלכע האבן זיך געהאלפן און זיך פאקטיש געטוישט, רעדן פאר זיך אליינס. און פאר איינעם וועלכער ליידט פון דעם איז זייער נישט שיין און אויך נישט היללפבאר ווען מען קלאפט אים אראפ און מען זאגט אים אז ער קען זיך נישט העלפן. דו האלטס ער קען נישט, איך בין מכבד דיין מיינונג, אבער גיב אים כאטש א טשאנס. (עפעס וואס די "דענקענדע געמיינדע" וועלכע גוגל ציטירט, טוט דוקא נישט. זיי רייסן אראפ גאר מיאוס יעדען איינעם וואס גלייבט אז מען קען זיך טוישן. זיי פאדערן טאלעראנץ, אבער נאר צו גלייבן ווי זיי און טוהן ווי זיי, אויב איינער האלט אנדערש, דארט זוכן זיי שוין גארנישט קיין טאלערנאץ, דארט וועלן זיי טוהן וואס זיי קענען נאר יענם עוקר מן השורש צו זיין).

אידישער ברודער, כאפ אריין, עס איז געבליבן איין וואך, נעקסטע וואך גיין זיין דער שבת און ווער עס דארף די הילף קען עס יעצט אריינכאפן.

א גוטן שבת.

הדד בן בדד » פרייטאג אפריל 20, 2012 1:26 pm

· #6042
יישר כח גוטער ברודער, זאלסט קענען אויפטאהן אסאך גוטע זאכן.

עס זעהט טאקע אויס אז די אידן מוטשענען זיך געפערליך, זאל דער אויבערשטער זיי העלפן, זאלן זיי טאקע גיין און באקומען זייער הילף.

שמואל שלום שלמה » פרייטאג אפריל 20, 2012 4:11 pm

· #6090
פארוואס האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיינעם מיט דעם פראבלעם? און פארוואס במשך טויזענטע יאר איז דער פראבלעם בכלל נישט געווען אין עקזיסטענץ איז עס יעצט פלוצלינג געשען?

קול דודי » זונטאג אפריל 22, 2012 3:23 am

· #6445
טייערער גוטער ברידער,

דאס וואס דו זאגסט אז מען קען זיך "היילן" פון אט די פראבלעם איז מופרך מעיקרא. ווער ס׳וויל קען נאכקוקן די אומפאפהענגיגע שטודיעס וואס אסאך האבן דורך געפירט וואס ווייזן קליפ און קלאר אז רובא דרובא מענטשן קענען בשום אופן נישט טוישן זייער טבע און דעם ענין. אפילו די וואס טעהנ׳ען אז זיי האבן יא געטוישט זייער טבע זענען על פי רוב שפעטער מודה אז ס׳איז געווען א חלום אזוי זיך איינרעדן. גיי לערן וועסטו זען.

איז אויב אזוי איז א שרעקליכע עבירה איינצורעדן מענטשן אז דאס קומט פון עפעס וואס האט פאסירט ווען זיי זענען געווען יונג (א זאך וואס איז פשוט א ליגנט) און אז מיטן זיך מצער זיין בכל מיני אופנים וועלן זיי ווערן געהיילט. פון ווי נעמט מען די היתר אזוי שטארק און טראגיש מצער זיין מענטשן באזירט אויף פאלשע חלומות?

און איך האף אז די מיינסט עס נישט ערענסט מיט דעם וואס די זאגסט אז די קענסט נישט גלייבן און אזא באשעפער וואס באשאפט אזוי מענטשן, ווייל אויב אזוי האב איך מורא אז דו ביזט מנסך יין לכל הדעות. ווייל האמת עד לעצמו אז רוב מענטשן ווערן געבוירן מיט זייער טבע אין דעם ענין וואס קען נישט געטוישט ווערן. מיר ווייסן אז אמת חותמו של הקב״ה: אדער לייקנסטו אינעם חותם, אדער אינעם בעל החותם חלילה וחס, ווי די אליין זאגסט. אוך נעם אן אז דאס איז געווען רותחא דאוירייתא אין די האסט טאקע נישט דאס ערענסט געמיינט.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 22, 2012 5:57 pm

· #6598
סאיז דא א מוראדיגע פילם אויף די נושא, אסאך האבן מוריד געווען דימעות בשעת זיי האבן עס געזען
<a class="postlink" href="http://www.prayersforbobby.com/">http://www.prayersforbobby.com/</a> מען קען עס ערגעטס וואטשען אןליין. איך געדענקט נישט ווי.
איך וואלט עס נישט רעקאמנעד פאר באטראפענע ס'קען זיין זייער ווייטאגלעך.

Maxwell » זונטאג אפריל 22, 2012 10:36 pm

· #6709
I have only read the first post in this thread, and I must congratulate Guter Bruder for his courageous act of appealing to the charedi community. I am not familiar with the scientific aspect of changing an individual’s sexual orientation, but it is certainly a step in the right direction that the problem is acknowledged, and that help is being offered.

זר זהב » מאנטאג אפריל 23, 2012 4:22 am

· #6738
דא אידא אן אינטערוויאו מיט איינעם וואס האט זיך יא געטוישט!

? J.N.: Today, would you say today you have no homosexual attractions

G.O. No, I wouldn't say that. But the feelings are so different. The way I would like to explain it is, in the early days, it was like I wore this sweatshirt that had a great big "H" on the front. That was who I was: the shirt said, "Homosexual." Now it's kind of like, it's a little business card tucked in my shirt pocket that is somewhat frayed and dog-eared. Once in awhile I find myself sticking my hand in there and pulling out that old card, and it bothers me a little bit, but life goes on beyond that. It's an occasional irritation, but no longer an obsession. My life is very good today.

<a class="postlink" href="http://narth.com/docs/opp.html">http://narth.com/docs/opp.html</a>

יידל » מאנטאג אפריל 23, 2012 10:15 am

· #6751

אגב, כמעט אלעס וואס ער זאגט אויף האמא זיווג, קען מען אויך זאגן אויף די זיווג בין זכר לנקיבה.

אבער, איך האב פארשטאנען אז די שמועס איז עפעס אנדערש. איך האב געמיינט אז מ'קען טוישן פון האבן נאר א נטיה צו זכרים צו האבן נאר א נטיה צו נקיבות אדער עכ"פ אן אייניגע נטיה צו ביידע. פון דא איז משמע אז ער איז געבליבן מיט זיין אלטע נטיה צו זכרים, און האט כעמט אדער בכלל נישט קיין נטיה צו נקיבות. די טעראפי האט אים נאר געהאלפן צו קאנטראלירן זיין סעקסואלע געפילן כלפי א זכר. (פאר א איד א שומר תורה ומצוות איז אפילו דאס א געוואלדיגער זאך, אבער ס'איז קלאר אז אזא זאל איז א האקעלע זאך, ווייל מיט איין נישט ריכטיגע קלייניקייט קען די טעראפי האבן חלילה א פארקערט עפפעקט. ווי דער מענטש זאגט אינמיטן:
There was no ... attraction (to his wife - Y.) until close to the time we were to be married. I started thinking, I'm going to be married soon, so I started thinking about my fiancee more in that way. If I could have counseled myself back at age 25, I would have given myself a little more help and direction, but in the end, I would still have encouraged the marriage. I've taken the position that we are all really heterosexuals, so I do encourage men to get married if I believe they will honor their commitment. I don't want them to endanger or disappoint a woman. But if the man takes the commitment seriously and will honor it above any passing temptations, that is a different matter. I myself am somewhat of a disciplined person, so that helped.

אן אנדערער וועלכער איז נישט אזוי דיסציפלינרט, קען יא דורכפאלן, און דערנאך קען ער זיך טרעפן מיט ערנסטע שלום בית פראבלעמען.

ידען » מאנטאג אפריל 23, 2012 11:01 am

· #6773
שמואל שלום שלמה
פארוואס האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיינעם מיט דעם פראבלעם? און פארוואס במשך טויזענטע יאר איז דער פראבלעם בכלל נישט געווען אין עקזיסטענץ איז עס יעצט פלוצלינג געשען?

בכלל נישט קיין נייע זאך.

מסתם האסט דו נאכנישט אלעס געהערט.

Google קען דיר העלפן...

זר זהב » מאנטאג אפריל 23, 2012 11:27 am

· #6782
יידל
זר זהב
דא אידא אן אינטערוויאו מיט איינעם וואס האט זיך יא געטוישט!

<a class="postlink" href="http://narth.com/docs/opp.html">http://narth.com/docs/opp.html</a>

אגב, כמעט אלעס וואס ער זאגט אויף האמא זיווג, קען מען אויך זאגן אויף די זיווג בין זכר לנקיבה.

100% גערעכט, אויך געקלערט די זעלבע.

יואליש » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:28 pm

· #6793
דער אייבישטער באשאפט נישט א מענטש אויף אן אופן וואס מאכט אים א געזעלשאפטליכער דורכפאל ע"פ תורה נאך פון די לידה?

ואס טוט זיך מיט א אינגל בעבי וואס איז געבוירן געווארן אויף פען סטריט אונעם אולטרא-ארטאדאקס חסידישן וויליאמסבורג, געהאט א ברית ווי דער רבי איז געווען סנדק, געלעקט האניג ביים מלמד וואס זיין פאטער האט נאך געלעקט, אויפגעוואקסן אין ת"ת מיט הונדערטער קינדער תחת דגלו פונעם אדמו"ר הקוה"ט שליט"א, מ'האט אים געלערענט דעם והבדיל לנו מן התועים, ער איז געוואקסן אן עילו אזש דער ראש הקהל האט אים געוואלט פאר אן איידעם. און קורצן, ער איז א שטיק וויליאמסבורג. און פלוצלינג ווערט ער געוואר אז ער איז א ממזר. א ממזר ת"ח, מחיוב במצות, אבער נאכאלס, לא יבוא ממזר בקהל ה' גם דור עשירי. עד סוף כל הדורות איז ער אויסגעשפיגן פון ווליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנראו. ער קען עוקר זיין קיין נעברעסקא און טרעפן א גיורת אדער א שפחה צו חתונה האבן און אראפברענגן נאך א דור פון אויסגעשפיגענע ממזרים. גוד לוק וויט דעיט! און חז"ל זאגן אויף די לידה, עולם כמנהגו נוהג, גאט ערלויבט די טבע זיך אויסשפילן אויף איר וועג.

בהדי כבשי דרחמנא למה לך? מי הקדימני ואשלם...מי עשה לי מעקה עד שלא נתתי לו גג? און דאס מיז מען קענען זאגן פארקערט: גאט גיט נישט קיין גג איז ניטא קיין מעקה. אז איינער ווערט ל"ע באשאפן אן הענט, וועט מען זאגן אז ס'קען נישט זיין אז ער האט נישט קיין הענט ווייל די תורה זאגט וקשרתם לאות על ידיך? טומטום ואנדרוגינוס האט ווער באשאפן? האבן חז"ל געזאגט אז זיי מיזן זיך פירן בהכרח ווי אן איש אדער אישה?

מה לי פיזישע טומטום ומה לי פסיכילאגישע טומטום?

(הגם מ'קען זאגן אז א טומטום איז מען נישט חייב על משכב זכר מכח "ספק", אבער די תורה אנערקענט נישט קיין וודאי.... ויש ליישב)

(פארשטייט זיך איך פסק'ען נישט להלכה. איך שמועס מיט מיטן פלוס פונעם שמועס, א שטייגער ווי מקוה גייער אדער, טאקע, קאווע טרינקער. והשם הטוב יכפר בעדנו.)

העלא » מאנטאג אפריל 23, 2012 11:23 pm

· #6956
יואליש, אין הנידון דומה לראי', דער אייבערשטער האט יעדע מענטש באשאפן מיט א בחירה, א זאך וואס א מענטש האט נישט קיין בחירה איז ער פטור,

אויב איז משכב זכר איינס פון די 15 עריות מיינט דאס אז יעדע מענטש (נארמאלערהייט) האט א בחירה,

לשיטתך, אויב איינער איז א גרוש אדער האט א אשה רעה, וואס ער קען זיך נישט נאגגעבן די תאוה, האט ער נישט די בחירה? אתמהה

דבילה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:20 am

· #6968
גוטער ברודער
איך בעט דער עולם זאל זיך בארואיגן, ווייל איך קען זיך נאך דערשרעקן. איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעם מיט אויפגעקלערטקייט, אבער איך ציטיר דא ווערטער פון גוגל הדור:

פון די אנדערע זייט איז דער ארגאניזאציע א חלק פון א גרעסערע באוועגונג אין די ארטאקסישע קבוצות זיך צו באנעמען מיט גרעסערע סייענטיפישע שאלות פון א אידישן שטאנדפונקט. פארצייטישע רבנים זענען נישט געווען פארנומען מיט שאלות פון עוואלאציע אדער איין אפשטאם. בשעת וואס זיי האבן אונז נישט ארויס געהאלפן מיט די סתירות וואס זענען פארהאן ציווישן תורה ומדע, האבן זיי אונז אויך נישט פארדרייט די קאפ מיט לייכטזיניקע תירוצים. היינטצייטיגע רבנים האבן תירוצים אויף אלע גרויסע קשיות, און בשעת וואס די קשיות האבן אמאל געקענט שווער מאכן דאס לעבן פאר א מאמין, האבן די תירוצים פארזיכערט אזא טויט אז משיח 'עט זיך אויך מוטשען דאס מחיה מתים צו זיין.

די ווערטער, וועלכע גוגל הדור האט געשריבן, איז "לדעתי" מער פון אויפגעקלערטקייט. איך האב ב"ה נישט קיין שום פראבלעם מיט אויפגעקלערטקייט, און גראדע וואס איך האב געשריבן האב איך געשריבן אז מעגליך איך בין זיך טועה, און איך האב נישט גענוצט קיין שום כפירה "קארד" ווייל יענער האלט נישט ווי מיר. איך האב געבעטן אז אויב איך בין זיך טועה, ווייזט מיר ווי.

מיין פראבלעם איז נישט ווייל אויב זאגט מען אז די תורה אסר'ט עפעס מיט וואס מען ווערט געבוירן איז מען א כופר, מיין פראבלעם זענען די אויבנדערמאנטע ווערטער. אדרבה זייט מעיין דערינען, און אויב איך בין זיך טועה, בעט איך שוין מחילה.

נאכאמאל, לויט מיין ארימע מיינונג איז די אויבנדערמאנטע ווערטער מער ווי אויפגעקלערטקייט. ביז אהין איז אפשר (איינגערעדטע) אויפגעקלערטקייט, אבער דאס איז שוין מער פון דעם.

'ך זע אז ר' גוגל קומט זיך נישט אליין באשיצן דא, איז לאמיך אלזא שרייבן וויאזוי 'ך ליין עם. ער זעט דוקא אויס צו זיין גאר א שטארקע מאמין אבער מיט א שטארקע הערכה פאר די "דענקענדע געמיינדע" אויך. האבנדיק דער צוויי אנדערע זייטן איז ער כסדר פארוואגלט מיט פראבלעמען וואס די צוויי אנדערע "קוק-ווינקלען" שאפן איינער פאר'ן צווייטן. למעשה זענען היינט דא אסאך פון די קירוב ארגאניזאציעס וואס פארנעמען זיך מיט א שטארקן זלזול צו די שיטות פון די "דענקענדע געמיינדע" (און מתוך דבריך איז משמע אז דו ביסט אויך נישט א מעריך פון דער יעניגע) און פאר דער איינער ווי ר' גוגל איז דער מהלך פון תירוצים מער ווייטאגליך ווי די קשיות וואס ער האט. אויב זעסטו נאך אלץ כפירה אין דברי ר' גוגל ווייס איך נישט וואס מער דו צו זאגן, און איך וואלט געזאגט פארקערט. אויב איז דיין הארץ גענוק איידל צו קענען הערן דאס וויי געשריי פונעם האמאסעקסואלן מענטש דארפסטו קענען הערן דעם ווייטאג פון א וויסנדע מאמין, וואס לא די ער האט ערנסטע ספיקות איבער וואס זיך צו שטארקן דארף ער נאך פארנעמען דיינע זלזולים אין זיין עצם קשיא.

יואליש » דינסטאג אפריל 24, 2012 9:25 am

· #7010
העלא
יואליש, אין הנידון דומה לראי', דער אייבערשטער האט יעדע מענטש באשאפן מיט א בחירה, א זאך וואס א מענטש האט נישט קיין בחירה איז ער פטור,

אויב איז משכב זכר איינס פון די 15 עריות מיינט דאס אז יעדע מענטש (נארמאלערהייט) האט א בחירה,

ע"ז אנו דנין. איז דא א בחירה פאר די דאזיגע מענטשן צו נישט.

אבער מיין נקודה לכתחילה איז געוען אז מ'טרעפט יא אופנים ווי א מענטש ווערט אריינגעווארפן דורך די תורה אין קאשמארישע מצבים כאטש ער האט נישט געהאט קיין בחירה (ממזר; טומטום).

באזיכער » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:53 pm

· #7325
לכבוד גוטע ברודער!!!

איך וואלט געוואלט פארשטיין, גיין פאר שבת מיינט אז מען דארף דערציילן פאר די ווייב וועגן די פראבלעם,
איז ווער איז גרייט אויף דעם???

גוגל-הדור » זונטאג מאי 20, 2012 10:01 pm

· #13745
גוגל-הדור
יונהאיז פייגעלע בלע"ז...
די פראבלעם מיט דער ארגאניזאציע איז גאר גרויס, און איך קום נישט געבן דא קריטיק פון רעכטס, נאר גאר פארקערט, פון לינקס.
דער ארגאניזאציע איז מיוסד אויף דעם געדאנק אז מ'קען די מענטשן טוישן. די דענקענדע געמיינדע איז כהיום בכלל נישט מסכים דערצו, גאר פארקערט. זיי האלטן אז די מענטשן וואס פרובירן זיך צו טוישן זענען בדר"כ נישט מצליח זיך צו טוישן און זיי קומען גאר ארויס צו'מזיק'ט פון די גרויזאמע פרואוו. בשעת איינער פון די גרויסע פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די מענטשן האבן אויב זיי לעבן אין א רעליגעיזע אדער סיי וועלכע נישט-אקצעפדירנדע געזעלשאפט איז בעיקר הא גופא, אז זייערע סעקסואלע אידענטיטעט ווערט געלייקענט אדער נישט אקצעפטירט ביי דעם געזעלשאפט וואס זיי געפינען זיך דערין.

דאס פון אן אנאנימער ניק וואס וויל דעם דעה מפרסם זיין אבער נישט זיך אידענטפיצירן דערמיט!

villager » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 11:29 am

· #49211
יואליש
העלא
יואליש, אין הנידון דומה לראי', דער אייבערשטער האט יעדע מענטש באשאפן מיט א בחירה, א זאך וואס א מענטש האט נישט קיין בחירה איז ער פטור,

אויב איז משכב זכר איינס פון די 15 עריות מיינט דאס אז יעדע מענטש (נארמאלערהייט) האט א בחירה,

ע"ז אנו דנין. איז דא א בחירה פאר די דאזיגע מענטשן צו נישט.

אבער מיין נקודה לכתחילה איז געוען אז מ'טרעפט יא אופנים ווי א מענטש ווערט אריינגעווארפן דורך די תורה אין קאשמארישע מצבים כאטש ער האט נישט געהאט קיין בחירה (ממזר; טומטום).

איך קלער אפשר אזוי, אז קען זיין דער מענטש האט נישט יעצט קיין בחירה אבער אמאל האט ער געהאט, אין ספרים שטייט (בכלליות) אז עבירה גוררת עבירה, היום אומר לו עשה כך... עד שאומר לו לך עבוד ע"ז, אז צום סוף האט שוין נישט דער מענטש א יושר'דיג בחירה, און ווי ס'איז באקאנט אז אזוי איז אויך ביי א דראג עדיקט, ער האט שוין נישט קיין בחירה איינמאל ער נוצט עס, אבער ער האט אמאל געהאט, און כדי ארויסצוגיין דערפון מוז ער אדורכגיין טעראפי, ס'איז נאר איך קלער, מעגליך אז ס'איז יא א קרענק...

אגב, צו זיין א ממזר איז נישט א עבירה און ברענגט נישט קיין עבירות און עס נעמט נישט אוועק די בחירה, אויך טומטום קומט נישט אריין דא ווייל ער איז פטור פון וואס ער איז פטור, און אויב מיינסטו קאשמאריש סתם ולאו דוקא צו רצון השם, איז די גאנצע לעבן קאשמאריש, ווען איך האב ווען א בחירה וואלט איך עס קיינמאל געטהון...

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:22 pm

· #62686
איך ענטפער א משהו אויף וואס איך האב זיך א משהו געשריבען מיט יידל <a class="postlink" href="/post/62681">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 681#p62681</a>
איך וייס נישט וויפיל כח איך האב אויף צונעמען דער גאנצער נושא, וועל איך נאר צוצייכענען א מבוססדיגע מאמר וואס איך האב געזעהן וואס רירט אן געוויסע יסודות וואס איז שייך צו דער נושא <a class="postlink" href="http://machshevesemunah.blogspot.com/2012/08/blog-post.html">http://machshevesemunah.blogspot.com/20 ... -post.html</a>

דער עיקר נקודה וואס איך פארשטיי נישט אין יידל'ס טענה, איז וויאזוי קענסטו גלייבען אין א גאט אדער א תורה וואס הייסט דיר קלאר טוהן א זאך וואס ער וועט קלאר נישט קענען עומד זיין, לענ"ד איז דא ממש א אבסורד און סהאט נישט קיין פנים צו גלייבען אין אזא זאך. נישט בחנם עקשנן זיך רוב חרדישע רבנים אז מען קען דאס יא טוישען וכו'. וייל אויב נעמט מען אן אז נישט איז ממש נישט מעגליך צו פארשטיין אז דער אייבישטער זאל פאדערן אזא זאך. [למעשה א נעליכע קשיא האב איך שוין געפרעגט אינעם זרע לבטלה אשכול אבער עדיין אינו דומה לגמרי]
[מיין פתרון דערפאר איז מחלק זיין צווישען רצון ה' און מצוות התורה, ויש מקורות רבים לדבר, נאר איך האב נישט כרגע נערוון צו עפענען דער נושא]

יידל » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:31 pm

· #62689
לעיקוואד, ווען כ'האב געשריבן אז ער וועט נישט קענען עומד זיין דערין האב איך צוגעלייגט "למחצה לשליש ולרביע" מיינענדיג דערמיט אז אויב וועט ער נישט דורכפאלן עכ"פ מיט מש"ז, וועט ער עכ"פ דורכפאלן מיט זרע לבטלה.
דיין חילוק צווישן רצון ה' און מצוות ה' איז א חילוק אבער נישט קיין מחלק, ווי מיין מג"ש פלעגט זאגן.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:15 pm

· #62707
איך פארשטיי די טענה אז עס איז נישט קיין מחלק, איך האלט אז עס דארף יא זיין א מחלק אבער כאמור האב איך נישט קיין כח זיך אויסצודונגען אויף דעם דא.
אויב מיינסטו סך הכל אז ער מוז נכשל ווערן איז ז"ל איז דאס דאך קרוב צו יעדער סינגעל אין דער וועלט. די טענה דא איז אבער שטערקער וייל ער קען בכלל נישט חתונה האבען און ממילא איז מיין עיקר שאלה נאכאלץ שווער. אפשר א טראפ גרינגער, נישט קיין סאך.

diff » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:11 am

· #62904
What are your mekorot on זרע לבטלה, the shalshuodes tora?

אמר רב יהודה אמר רב מעשה באדם אחד שנתן עיניו באשה אחת והעלה לבו טינא, ובאו ושאלו לרופאים ואמרו אין לו תקנה עד שתבעל, אמרו חכמים ימות ואל תבעל לו, תעמוד לפניו ערומה, ימות ואל תעמוד לפניו ערומה, תספר עמו מאחורי הגדר, ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר. פליגי בה ר' יעקב בר אידי ור' שמואל בר נחמני, חד אמר אשת איש היתה, וחד אמר פנויה היתה... משום פגם משפחה, רב אחא בריה דרב איקא אמר כדי שלא יהו בנות ישראל פרוצות בעריות... (שם עה א)

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:35 am

· #62905
diff
What are your mekorot on זרע לבטלה, the shalshuodes tora?

אמר רב יהודה אמר רב מעשה באדם אחד שנתן עיניו באשה אחת והעלה לבו טינא, ובאו ושאלו לרופאים ואמרו אין לו תקנה עד שתבעל, אמרו חכמים ימות ואל תבעל לו, תעמוד לפניו ערומה, ימות ואל תעמוד לפניו ערומה, תספר עמו מאחורי הגדר, ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר. פליגי בה ר' יעקב בר אידי ור' שמואל בר נחמני, חד אמר אשת איש היתה, וחד אמר פנויה היתה... משום פגם משפחה, רב אחא בריה דרב איקא אמר כדי שלא יהו בנות ישראל פרוצות בעריות... (שם עה א)

וואס ווילסטו מיט דער שטיקל גמרא?

diff » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:15 am

· #62910
in reply to this
וויאזוי קענסטו גלייבען אין א גאט אדער א תורה וואס הייסט דיר קלאר טוהן א זאך וואס ער וועט קלאר נישט קענען עומד זיין

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:17 am

· #62911
diff
וויאזוי קענסטו גלייבען אין א גאט אדער א תורה וואס הייסט דיר קלאר טוהן א זאך וואס ער וועט קלאר נישט קענען עומד זיין

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט, אז עס זענען דא זאכען וואס זענען ייהרג ואל יעבור וואס קומט עס דא אריין? עס איז מעגליך צו זיך מוסר נפש זיין און דער אייבישטער האט רעכט דאס צו בעטן. עס איז נישט מעגליך צו לעבן אויך א געוויסע אופן פאר געוויסע מענטשען לפי די טענה. אז דו קלערס ער דארף זיך טאקע אליינס הרגנן ברוך שכיוונת להרב הנ"ל.

diff » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:27 am

· #62914
אמרו חכמים ימות ואל תבעל לו means he should live in deathly pain until -

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:43 am

· #62919
diff
אמרו חכמים ימות ואל תבעל לו means he should live in deathly pain until -

מי גילה לך פשט כזה? אין זה ההלכה. הפשט הוא שימות מחולי ואין נאו מוסרים לו בת ישראל. ואם היה הוא מפתה אותה מעצמו הרי על זה לא מדובר שם כלל ובוודאי יש מקום לומר דהוי אונס.
בלאט: 1 2