☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ר' איד! זענט איר שוין גרייט צו פאסטן?

ר' איד! זענט איר שוין גרייט צו פאסטן?

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4246

יואב » מיטוואך יולי 10, 2013 1:59 am

· #132074
ר' איד! זענט איר שוין גרייט צו פאסטן?
מ'גרייט זיך אויף א הונגער סטרייק. מ'רעדט דא פון אנ"ש וועלכע פאסטן א היפש ביסל מאל דורכאויס דעם יאר, א קרעכציג 'שוב מחרון אפך' איז מ'שטיינס שגור בפיהם ווי ס'זאל ווען אריינקומען דער נומער צוויי אונטער אשרי, ווי אויך פארמאגן זיי חזקה אויף אוועקטרייבן קינדער וועלכע קריכן נעבן די קעיק המיוחד פאר 'טאטעס' בלבד. טראץ די אלע תעניתים טרעפט מען זיי פארט זיך דרייען מיט א אומפארשטענדליכער אנגעצויגנקייט בעפאר, אינמיטן און נאך יעדעס איינציגסטער תענית – ווי דער כיטרער פוקס זאל ווען זיי האבן אריינגענארט אין זאק במרמה אין דער צייט וואס דער פאסטן והמסתעף איז פאר זיי אזוי פרעמד ווי ס'קען נאר זיין.

כל רמש הרומש על הגעהירן למיניהו שלאגט פאר זיינע בדוק ומנוסה'דיגע סגולות און פארשפרעכט אז דאס, און טאקע נאר דאס, וועט פארלייכטערן די תענית אזש ווי דאס פעדער מיללער גיבט אן אלס דאס וואג פון זייערע שטריימלעך. ווער רעדט נאך אויב עמיצער איז נופך משלו, ס'איז ישמע נבון ויוסיף לקח, אך, די תענית לויפט געשמירט ווי די רעדער פונעם בעל עגלה נאכן בארדיטשובער'ס לימוד זכות.

איין פיקח מיט אנגעבליכע ערפארונג אינעם דאזיגן מקצוע ווארענט קעגן זיס, א צווייטער שטערן זעעער פרעדיגט קעגן זאלציגס, א דריטער — א לאנגיעריגער עצות-שיקער צו היימישע אויסגאבן — איז איבערצייגט אין מעלוינע, א פערטער מיט דעת זקנים איז ווילד איבער טרויבן, א פינפטער, אן אלצווייסער שווערט זיך איבער אנלימעטעט וואסער, "דעטס דע אונלי טינק טהעט וויל קיעפ יו ראוילינג"; א זעקסטער, א יודע סגולה, ער איז פולי פארקויפט פאר ווייטאמינען און א זיבעטער, א בייזער קאנספעראטער, ער איז פארגלייבט אין נעטשראל. "אלל איט טעיקס איז דזשאסט אויסמישן פאקיסטאנער גרויער בינען האניג אין שווארצע ארגעניק ערלה עפלעך געוואקסן מיטן קאפ צו דער לבנה, טובל'סט דאס אין גרינער חרוסת שעבר עליה הפסח, ענד איי קען גאראנטי יו וועסט טאנצן ווי א צעפראסקעט עגלה ערופה כאילו לא היה".

און דאנען שטייט א קילער אינגערמאן געקליידעט אין אן ארגענעזאצישן דזשעקעט אנגעשטרייפט דערויף א טוץ רעפלעקטארישע סימבאלן און האלט געשפאנט א פארגאבט קרעמל מיט פארזארגטע אידן; לפי זייער הענגעדיג פארכט צו דער תענית שיינט ווי זיי זענען נאך וואויל אונטער'ן רושם פון סענדי. 'איי העוו נאו פראבלעם וואט-סאו-עווער מיט דער גאנצער תענית. איטס דזשאסט דע קאפי איך מוז האבן אינדערפרי, ענד איים אלל סעט טא גאו'.

כל נדרי נאכט, דער געגארטער מאמענט ווען אלע תורת-אמך בדוק ומנוסה'דיגע עצות און טיפס זענען אויפאמאל פארזאמעלט תחת קורת גג אחד, דאן איז שייך צו כאפן א טיילוואזן בליק איבער די געווינטשענע רעזולטאטן. פארשוואנגערטע בייכער אנגעשטאפט מיט מעלוינע, וואסער, קלי צום, גידין הצום, צומת הגידין, קאפי, פשתן, סופאזעטוריס, טאבלעטן, טרויבן, קטניות, געבראקטס, מאשין מצות, שליסל חלות, קרעפלעך, געשלאגענע בארשט, געשטייסלטע זתים, שאור, צלי אש, מבושל נא, איינגעמאכטע שיבולת נרד, אויסגעמאכטע חלבנה, א פישיגער סעודה און א פישלאזער סעודה, אלץ איז אין סמעדריש, וכל אחד לפי דרגה דיליה טוט צוענדיגען זיינע לעצט מינוטיגע הכנות צום כל נדרי. דער מיט תפילת זכה, א צווייטער איז איצט טיף פארמישט אין א העפטיג מחילה-יאגד, א דריטער פארזיכערט זיך קאמפאני עד כי יפנה היום און דער וועטראן ווינטשער ווינטשט נאך יעצט.

עס הערשט א געפערליכן אנשטויס אינעם געגנווארג פון די בית כסא'ס אזש ס'איז פשוט שווער צו קאנצעטרירן דאס אפגיסן זאל נישט פארכאפן מער פון דער בלויזער האלבער האנט. צאללאזע טליתים, עולים ויורדים, זענען פארזאמעלט אין דעם קליינעם שטח ווי דאס בערגל שיך אינעם האליקאוסט מוזיאום און כאפן זיך נאכאנאנד אריין אין קנעפלעך פון בחורים ווי ס'זאל ווען זיין פון פאראויס פראגראמירט. מחנות ווייס-געקליידעטע מענער שטייען געשטראנדעט אין טראפיק ווי פליגער נאך א שטורעם — אלע מיט זעלבן איינעם ציל. גרייט פאר א יעדן פרייז וויל יעדער אראפלאדענען די מ' סאה מי סגולה וואס ער האט נישט לאנג צוריק אריינגעזויפט מיט א זעלטן הפקירות כפי הוראת החרטומים. דער בלאדאר מיט'ן בויך צוזאמען דראען פשוט צו גיין דזשיהאד אין יעדער ליאדער מינוט.

דער שוואכער עולם רייבט זיך אויף דער ערד מיט אויסגעוועלגערטע פאפאטשן מאכטלאז ווי שמשון הגיבור הארט נאכן ווערן ארונטערגעגאלט. מ'פאסט שוין נאך אלעם פאר לענגערע מינוטן – א שעה צו אפילו צוויי. טראץ דעם וואס בדרך כלל דרייען אט די חברה זיך ארום ביתר עז, איז יעצט פארט פארהאן א פארשטענדליכן אויסנאם. "רבונו של עולם! וואו נעמט מען כח" גייט א קרעכץ פונעם הארץ וועלכס פארשווערט דאס שי סגולות גע'טובל'ט אטעם.

שלא יאמרו אז איך בין אביסל סוביאקטיוו פארלאנגט זיך אנצומערקן א אנדער פאקטאר וואס טוט ביישטייערן צום אנגעשטויסענעם ביסקיסע געדרענג. הגם דאס מערהייט גייט טאקע אריין אל הקודש פנימה בלי שום נגיעות, נאר בלויז מיט דעם איינעם ציל אויף צו אפלאדענען די מים שאין להם סוף, זענען פארט אבער פארהאן סוחרים וועלכע זענען דא ווי מ'זאגט פאר ביזנעס צוועקן. אז מ'האט שוין יא געמאכט דעם לאנגן וועג אהער, נו, זאל מען שוין בענעפיטירן אויך.

ס'הייסט מ'שטייט שוין מילא מיט בלויז א טריט אוועק פון דעם טישו ארסענאל, איז דאך ממש אן עבירה אז מ'וועט מיט זאפאסן טישוס זיך נישט באוואפענען. והלא מה אני מקיים דעם "וחמושים עלו בני ישראל'. און ווען דען אויב נישט אין הייליגסטער נאכט פון יאר איז די פאסיגע צייט אויף אויסשטאפירן זיך מיט טישוס. קודם כל ברויך מען א שיין מספר טישוס מתורת א דורכשניטליכן שבת. און אז מ'איז אסאך לענגער אין שול מערט זיך אויטאמאטיש די צאל, ווענדט זיך אין די שעות. יום כיפור ווידער וועלן דאך אלע מודה זיין אז ס'פארלאנגט זיך א באזונדער צאל טישוס פשוט כדי צו נאכיאגן דעם דימענד. מ'טוט תשובה, פילע על חטא'ס און אידן לאזן זיך אויסבעטן אן קיין גבולים. דא קומט אבער חכמה אריין אינעם בילד. ס'פאדערט זיך א באדייטענד צאל טישוס פאר אן אייגענארטיגן צוועק אנבאלאנגט דעם הייליגסטן טאג פון יאר בלבד. נישט יעדער קען זאגן בפה מלא עשיתי מה שגזרת עלי, יא, כ'האב די טראדיציאנאלע לימענע געפאנצערט מיט בשמים שפיזלעך א שמעק געטאן, און איר געדרייט ארום מיינע נאז לעכער מלגב ומלבר כאטש א מנין מאל. די דורות פאלן, די געברויכן פארמערן זיך, און פארפאלן, מ'דארף עטוואס נאכגעבן. נו, לא אלמן ישראל, מ'נעמט גאנצע זעק מיט טישוס, מ'זאגט דערויף אפטראפן כלערליי זיסע, ביטערע און שארפע געווירצן, מ'ציט אריין א שנירל לופט ברוח אף שיקענדיג דערביי אויפוואכונג סיגנאלן ארום דעם פאר'תענית'ט-קערפער, און אלע ברעכן אויס ווי אין א כאאר "אהההה! א מחיה! איי ס'גוט צו זיין א איד".

דעת תורה » מיטוואך יולי 10, 2013 2:14 am

· #132075
כ'האב נישט געוויסט אז די ביכ"ס טרעפיק כל נדרי נאכט איז א אינטערנאציאנאלער פראבלעם, איך האב געמיינט נאר אין מיין שול.

יואב » מיטוואך יולי 10, 2013 2:23 am

· #132076
דעת תורה
כ'האב נישט געוויסט אז די ביכ"ס טרעפיק כל נדרי נאכט איז א אינטערנאציאנאלער פראבלעם, איך האב געמיינט נאר אין מיין שול.

קען גאר זיין מיר דאווענען אין איין שוהל, און ס'איז געווען דיין טלית וואס האט זיך פארהאנקעט אין מיין זוהן'ס קנעפל, און זיך אריינגעדרייט דערין מיט א ווילדקייט ווי דער בערמיודא טרייענגל.
אויב ס'איז געווען דו, דאן וויל איך דיר זאגן. שריי נישט אויף דאס פארויטעלטן קינד, נא נו נאה נעה עהעה. נניח ער פארשטייט יא דעם שפת הבהמי, איז דאס דיין שולד פונקט ווי זיינס, אדער נאך מער. בעת זיין קנעפל ליגט פארנייט אויפן רעקל מיט א מוסר השכל'דיגן התנהגות, טאנצט דיין טלית אין די לופטן אן קאנטראל, ווי ס'זאל ווען זיין צו געטשעפעט זיגזאגע פליגלעך דערויף.
אבער ניין, אלס חסיד פון שווערע צענדליגע רבי'ס, (זעה נאר ווי איך פארטיידיג זיי אין צימעס) האב איך שוין זוכה געווען מיטצוהאלטן די הייליגע עבודה אין פילע בתי מדרשים. און יא, איינס קוקט טאקע אויס ווי היטרא לופטפעלד, א צווייטע ווי דער לופטפעלד אין הייטי. עס ווענדט זיך וויפיל קאפצאלן מ'שמייסט אריין אינעם בית מדרש. מ'שטיינס געזאגט, אז מ'זויפט זיך אן מיט וואסער ווי א קעמל מיט אן אראפגעצויגענם מויל שלאס, ראשט מען דאס אפצולאדענען סיי וואו.

סאשי פיש » מיטוואך יולי 10, 2013 11:57 am

· #132120
@יואב דו ביסט גוטע נייעס 👍 👍

איין זאך יום כיפור איז נישט די נעקסטע פאסט (חוץ אויב משיח גייט שוין דא זיין) דארפסט באשרייבען תשעה באב מען זיצט אין שול האלב לעכטיג האלב טינקל ...מען ליינט אייכה און אזוי ווייטער........

יואב » מיטוואך יולי 10, 2013 7:35 pm

· #132411
סאשי פיש
@יואב דו ביסט גוטע נייעס 👍 👍

איין זאך יום כיפור איז נישט די נעקסטע פאסט (חוץ אויב משיח גייט שוין דא זיין) דארפסט באשרייבען תשעה באב מען זיצט אין שול האלב לעכטיג האלב טינקל ...מען ליינט אייכה און אזוי ווייטער........


געשריבן האב איך דאס טאקע דערפאר ווייל שבעה עשר בתמוז איז זיך אקורשט פארלאפן, און תשעה באב איז ארונד דע קארנער. דאס האט מיר דערמאנט די משוגעת'ן עס שפילט זיך אפ ארום א תענית. למעשה האב איך געשריבן איבער יום כיפור פאר צוויי סיבות. איינס, משיח קומט שוין אט אט, און בעת אלע תעניתים וועלן בטל ווערן, וועט יום כיפור פשטות בלייבן. צווייטנס, ווי דערמאנט אינעם ארטיקל, איז כל נדרי נאכט די צייט ווען כמעט יעדער וואס פאסט קומט אין שוהל, אזש ס'איז דא עבריינים, און אויך ווער ס'איז מתיר צו דאווענען מיט זיי. ווערסאס ת''ב וואס עה הע העם.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 8:35 pm

· #132425
מען גייט נישט פאסטן יוכ"פ נאך משיח.
עס וועט נישט זיין אויף וואס צו תשובה טוהן.

אבגד » מיטוואך יולי 10, 2013 8:39 pm

· #132427
די תורה וועט נישט בטל ווערן, אין די תורה שטייט אז יוהכ״פ דארף מען פאסטן...
עניוועי פאסטן יוהכ״פ האט נישט מיט תשובה טוהן אויף די עבירות, ס׳איז געבינדען, אבער פאסטן דארף מען אהן דעם אויך...

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 8:44 pm

· #132429
עס ליגט מיר אזוי אין קאפ, כ'געדענק נישט וואו כ'האב עס געזעהן, אין דברי יואל איז ער אסאך מאל מאריך אז הגם די תורה וועט נישט בטל ווערן, ווערט אבער זיכער זיין טשענדזשעס, און וואס איז מיט די חז"ל אם כל המועדים יהיו בטלים ימי הפורים לא יבטל, ס'איז דאך אלעס מדאורייתא, ער זאגט אז עס וועט זיין אנדערע צירופי אותיות זאכן וואס מיר פארשטייען נישט.

עכ"פ אפילו מען וועט פאסטן וועט עס נישט זיין שווער.

יואב » מיטוואך יולי 10, 2013 8:46 pm

· #132430
שמעקי, דאס אז אלע אנדערע תעניתים וועלן בטל ווערן, שטייט קלאר. אבער כלפי יום כיפור, זאגסטו א פיינע סברה וואס כ'האב אגב אויך געקלערט. דו נעמסט דאס פון ערגעץ אדער דו שטעלסט זיך פאר? די רמב"ם פסק'נט ווי שמואל אז אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכויות בלבד ", מאכט שטארק סענס אז מעמער האבן אויף וואס תשובה צו טוהן. הפנים, איך גלייב מ'וועט סיי ווי שמעקן די אלע טראפן, און אז מ'וועט שאשקענען וואסער אפגעזעהן בעפאר א תענית אדער נישט, לאזט זיך גלייבן מ'וועט דארפן צו קומען צו בית כסא'ס.

אבגד » מיטוואך יולי 10, 2013 8:57 pm

· #132436
דאס איז קלאר אז קיין איין ווארט פון די תורה וועט נישט ווייניגער ווערן, און תשובה טוהן ווייס איך נישט ווייל עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה׳, אפשר בדקות א שטייגער ווי עס איז געווען צדיקים וואס זענען געגאנגען אויפהייבען די עבירות פון זייער רבי׳ן וואס איז געווען ביי זיי מצוות, דאס קען זיין מען וועט זיין אויף אזא הויכע מדרגה אז אויף א מצוה וואס מ׳וועט טוהן נישט מיט די גרעסטע ברען, וועט פאררעכענט ווערן פאר א עבירה, און אויף דעם וועט מען דארפן תשובה טוהן, איך ווייס נישט...
אבער בנוגע וואס דו זאגסט אם כל המועדים וכו׳, זאגן שוין די ספרים אז די ימים טובים פון ימות המשיח וועט זיין אזוי גרויס אז די היינטיגע מועדים וועלן בטל ווערן, ד.ה. מ׳וועט עס נישט דערקענען, אזוי ווי בטל בששים, עס איז דא נאר עס ווערט בטל, אזוי ווי א נר בפני האבוקה, אבער נישט ח״ו אז די תורה וועט זיך טוישן, אבער קען זיין אז ס׳איז דא אזא ווארט אז עס וועט זיין אנדערע צירופים, איך ווייס נישט, קיינמאל געהערט, קען זיין...
אבער דאס שטייט קלאר אז פאסטן יוהכ״פ האט נישט מיט תשובה טוהן, נאר דער מענטש איז דעמאלטס אויף א העכערע מדרגה (אפילו מאיז דאס נישט מרגיש, אבער אונז זענען מיר מאמין) אזוי ס׳שטייט אז א איד איז ווי א מלאך, איינע פון די טעמים פארוואס מען טוט אהן א קיטל...

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 10, 2013 10:09 pm

· #132461
שמעקעדיג, פורים קען נישט בטל ווערן, וקל וחומר הוא פון יום הקדוש.
מה דאך יום "כ"פורים ווערט נישט בטל, אוודאי " פורים " אליינס!

קינות גירושין » מיטוואך יולי 10, 2013 10:17 pm

· #132463
שמעקי די דערמאנסט מיך פון הרב מארק שפירא, וואס פרעגט אפ אלע אני מאמין׳ס אין זאגט טאקע אז דעס וואס דער רמבם זאגט שזאת התורה לא תהיה מחלפת איז נישט אמת ווייל מזעהט אז פארשידענע זאכען גייען יא בטל ווערן
עניווע איך בין גוט צומישט

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 10, 2013 11:01 pm

· #132481
שמעקעדיג
עס ליגט מיר אזוי אין קאפ, כ'געדענק נישט וואו כ'האב עס געזעהן, אין דברי יואל איז ער אסאך מאל מאריך אז הגם די תורה וועט נישט בטל ווערן, ווערט אבער זיכער זיין טשענדזשעס, און וואס איז מיט די חז"ל אם כל המועדים יהיו בטלים ימי הפורים לא יבטל, ס'איז דאך אלעס מדאורייתא, ער זאגט אז עס וועט זיין אנדערע צירופי אותיות זאכן וואס מיר פארשטייען נישט.

עכ"פ אפילו מען וועט פאסטן וועט עס נישט זיין שווער.

לאמיר שוין זאגן אז פאסטן יו"כ וועט יא בטל ווערן, אבער די מצוה פון עסן ערב יו"כ וועט זיכער בלייבן. ממילא וועט די בעסקיסע פארקער פון די איבערפלוס פון מעלאנע געמישט מיט 9 שלינגען (נוסח אחר 12) וואסער בלגימה אחת, מיט טרויבן און שאר ירקות, וועט פארבלייבן מיז משיח'ס טאג... עההה, כ'מיין ביז.. ביז.. וואס וועט מען זאגן נאך משיח קומט ווען מ'וויל זאגן א זאך וועט בלייבן אויף אייביג? ביז'ן אלף השישי? ביז וואס? עניוועי, דאס וועט פארבלייבן אויף נצחיות.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:02 am

· #132517
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר ווען די בית המקדש איז געשטאנען האט מען אויך געפאסט יום כיפור קוק אריין אין מסכת יומא סא פארוואס ווען משיח גייט קומען זאל מען אויפהערען צו פאסטען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:03 am

· #132521
פארוואס זאגסטו אזוי? דער גאנצער ענין פון עסן דעם ניינטן איז כאילו מתענה ט' וי', אבער אויב פאסט מען נישט דארף מען נישט די גאנצע ענין.

איך מיין אז דער עולם אנערקענט נאך נישט ווי גוט ס'וועט זיין ווען משיח גייט קומען.
לייענט דא מיין חניוקישער ווערטל.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:09 am

· #132525
ווילסט מיר זאגן אז משיח גייט אונז צונעמען א יום אכילה ושתי'? קען נישט זיין, מ'וועט עם נאך ארויסזארקענען נאר פארן טראכטן דערפון.

יואב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:14 am

· #132528
מ'דארף קלאר מאכן איבער וואס מ'שלאגט זיך דא בכלל. אונזער דעבאטע איז נישט צו מ'וועט פאסטן צו נישט. שמעקעדיג, אדער הוזח; סאשי, קאווע, אדער געפילטע. ס'קלאפט נישט קיין שום נפקה מינה צו מ'גייט יא פאסטן אדער נישט. ערב יום כיפור וועט מען זיכער עסן, צו אלס מצווה כגעפילטע, צו סתם ווייל מ'איז הונגעריג כשמעקעדיג. געווירצליכע טראפן צו שמעקן וועט מסתם זיין סאך מער, מ'וועט קענען בעהטן דער וואס מאכט די קטורת זאל אראפשרייבן די רעצעפט פון אלע סממנים. צו מ'וועט דארפן טישוס דערפאר, וא"ת אז יא, וועט מען דארפן נעמען טישוס פון בית כסא? דאס ווייס איך נישט. די שאלה איז "גייט מען זיך צוזאמנעמען אור ליום י' תשרי אין בית מדרש? פאסטענדיג, אדער הונגעריג, מיט א מצווה, אדער אן זיך פיינונגען. אויב יא, איז ווייטער נישט דא קיין שאלה, מפטירין כדאתמול. אויב מ'וועט נישט קומען אין שוהל, וועט יעדער זיך באנוצן מיטן בית כסא אינדערהיים. טליתים וועלן זיך נישט הייבן, קנעפלעך וועלן נישט פארהאנקעט ווערן, און שלום על ישראל. יעצט קען מען שמעקן וואס מ'וויל, מ'קען עסן סאשי פיש, מ'קען עסן געפילטע פיש, מ'קען טרינקן קאווע, אז מ'וויל קען מען לערנען די ערשטע פיר אלף בית, און אויב מאכט מען א סיום קען מען עסן פליישיגס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:31 am

· #132533
יואב
קען מען שמעקן וואס מ'וויל, מ'קען עסן סאשי פיש, מ'קען עסן געפילטע פיש, מ'קען טרינקן קאווע, אז מ'וויל קען מען לערנען די ערשטע פיר אלף בית, און אויב מאכט מען א סיום קען מען עסן פליישיגס.

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:34 am

· #132534
@יואב נאך בעסער וואלט געווען ווען דו טעגט ווען יעדעם איינעם

הוגה » דאנערשטאג יולי 11, 2013 7:36 am

· #132558
@יואב, דיין גאנצע מבוכה איז לכאורה א פוסטע אמעראציס. אין ביהמ''ק איז נישט דא קיין ביסקיסעס. ממילא פאלט צאם דיין גאנצע בנין...

יואב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 7:58 am

· #132560
מר.@הוגה, אויב ס'וועט נישט זיין קיין בית כסא'ס אינעם בית המקדש השלישי, וועט מען זיך אפלאדענען דארטן וואו מ'האט גענידערט דעם וואסער לעוועל אין צייטן פון די בית ראשון, און שני. דארטן האט מען אפילו לשיטת שמעקעדיג געפאסט,(הגם קאווע'לע ביים ערשטן בית איז נאך נישט געווען קיין פורים, נאר כפורים) און ס'שטייט נישט ס'איז געווען א נס אז מ'האט געקענט אימפארטן וואסער אן קיין גבול, און פארשפארן דעם עקספארט ליניע. איך גלייב אבער אז די עם נבון וחכם האט דאן בעסער אין אלגעמיין אפגעהיטן דעם טיטול, מ'האט געטרינקן מיט א מאס.

צווייטענס, פון וואנען ווייסטו אז כל נדרי נאכט וועט מען זיין אין בית המקדש? אפשר נאר צום עבודה וועט מען זיך אנרוקן דארטן?
העלא? קוק מיר נישט אן ווי קאץ, 'הוגה' בעצמך!

שוין, הוגה האקט-- אבער אין קאפ אריין.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:33 am

· #132565
געבענטש זאל זיין דער דער רוצה בעילום שמו וואס האט פאראכטען יואב'ס קאמפיוטער.

boxcover » דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:27 am

· #132568
יואב
אויב ס'וועט נישט זיין קיין בית כסא'ס אינעם בית המקדש השלישי...

דאן וועט זיין עומדים צפופים ומשתחווים (בענדאווער בלע״ז) רווחים.

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:42 am

· #132571
הוגה
@יואב, דיין גאנצע מבוכה איז לכאורה א פוסטע אמעראציס. אין ביהמ''ק איז נישט דא קיין ביסקיסעס. ממילא פאלט צאם דיין גאנצע בנין...


ובית הכסא של כבוד היה שם, וזהו כבודו, מצאו נעול וכו' (משנה במס' תמיד).

שמעקעדיג » זונטאג יולי 14, 2013 4:22 pm

· #133432
רעמיינדער! ווער עס איז נאכנישט גרייט צו פאסטן זאל אנהייבן טרינקען וואסער און עסן וואסערמעלאנע מיט קלי צום, מיט די אלע סגולות וואס יואב האט אויבן אויסגערעכנט...
געדענקט עס קומט ביטער-הייסע און נאסע טעג, עס איז נישט קיין קינדער שפיל.

יואב » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:04 am

· #149658
שוין גארנישט קיין וויץ. דער אנגעצויגענער ערב יום כיפור רוח מנשב לקראת מחנינו מיט דעם מכת ארבה קראפט.

די כפרות ביזנעס קען מען זאגן האט שוין מער ווייניגער ערהאלטן די 'פיפטין מיניטס אף פעים'. זיי האבן שוין סוקסעספול פארשמירט די צייטונגען, נשים וטפיהם האבן שוין אפגעשלאגן, און די מענער האבן שוין הפנים די טיקעטס.

יעצט קומט די רייע אויף די בעלי סגולה ממינים שונים שלא ראי זה כראי זה, אבער הצד השוה שבהם זיי טוהן ווי משחד זיין דעם תענית ס'זאל לאזן די חברה פאסטן ווי מענטשן.

אדווערטייזערס פאר דעם צוועק האבן שוין אפגעמאכט זייערע געלטער, און די בעלי בתים זעלבס קוקן בלויז ווי זייערע נכסים ברייטערן זיך אויס ווי א גוטן טאג אויפן סטאק מארקעט. כאטש מיט אן אומקלארער שאצונג וויפיל די סכומים וועלן גרייכן ווי נאר כלל ישראל טוהט זיך אן די פאפאטשן.

די איראניע שטייגט נאר ווען מ'זעהט וואספארא חברה יאגן אלץ נאך די סגולות. מ'רעדט נישט נאר מבנות ישראל וועלעכע סווינגן צווישן די נערה און בוגרות גרעניצן, אדער בחורים'לעך דער ייצר טוב איז נאך ביי זיי אינעם שנה ראשונה אדער גאר נאך בעפאר דאס אויסוועלן א תפילין בארטל.
חברה ס'פאסטן שוין ווייסעך וויפיל יאר, און דרייען זיך ארום אנגעצויגן ווי די שווערע אומרוהן אין סיריע זאל ווען אפעקטירן דעם תענית.

ומכאן הקריאה יוצאת. מ'בעהט געשעפט אייגנטומער זאלן געבן א זכות קדימה פאר די וועלעכע קומען קויפן לימנע מיט בשמים. ס'איז פשוט נישט קיין יושר מזכי הרבים זאלן ברויכן שטיין אין די לאנגע ליניעס, אונטער די געשטראנדע וועגענער פון אומבאלומפערטע קונדן וועלעכע גנב'ן זיך אריין אינעם עקספרעס ליניע.

אויך איז ראטזאם מ'זאל מיטברענגן טישוס פון אינדערהיים, און איבערלאזן די ענגע בית כסא פארקינג פאר דאונלאוד'ס אונלי. ס'אחוץ פון דעם וואס קאמערציאלע טישוס זענען געווענדליך נישט מן המובחר.

מ'דארף נישט יעדעס יאר עקסטער איבערזאגן, אבער האלטס די כנפי הטליתים אין קאנטראל. קנעפלעך פון נישט קיטל טראגענדע ברויכן זיך נישט אריינכאפן דארטן, און ווארטן מיט סבלנות ווי לאנג איר פראבירט דאס אויסגראדן, און הערשט דאן זעהן צו ס'איז צום סוף אפגעשריבן געווארן לחיים או למוות. מ'קען זיין ערענסט און נישט צולאזן דאס טלית בארדענען אויפן פריי. שפארט עגמת נפש פאר אייך, און פאר יענעם.

מיר שטייען שוין ביים שוועל פון יום הקדוש תשע"ד, ועדיין בן דוד לא בא. מילא דער דעבאטע אויבן צו מ'וועט ברויכן דאן פאסטן יום הקדוש וועט געוויס ליידער זיין אומרעלעוואנט פאר היי יאר.

זאל שוין השי"ת העלפן ס'זאל זיין שנה שתדבר בה עמים תחתינו, תדרוש גאולה לגלותינו, און מיר זאלן שוין זוכה זיין מיטצוהאלטן דעם עבודת הכהן גדול "לייוו".

טוהט'ס יא סגולות, טוהט'ס נישט סגולות. בין כך ובין כך האטס א גמר חתימה טובה.
א פרייליכן כ-פורים, און א שמחת תמיד!

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:47 am

· #150002
זיך יעצט איינגעהאנדלט קלי צום! סופאזעטוריס קען איך נעמען מארגן, און לאמיר לויפן קויפן טאביק!

אליצפן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 2:21 pm

· #150037
איינער קען זאגן פון פערזענליכע ערפארונג צו קלי צום העלפט עפעס? עס לוינט זיך צו ספענדן די 15 דאללאר וואס זיי בעטן פארדעם?

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:02 pm

· #150049
אליצפן
איינער קען זאגן פון פערזענליכע ערפארונג צו קלי צום העלפט עפעס? עס לוינט זיך צו ספענדן די 15 דאללאר וואס זיי בעטן פארדעם?


פאסטן איז אזוי ווי ערוועלן א פראסעקיוטער.
מענטשן זאגן דער טאמפסאן איז א רשע, דאס און יענץ. ברויך מען צו וויסן אז א פראסעקיוטער איז נישט דא צו טיילן וואוטשערס און געבן דירות. ס'גלייבטס זיך אפילו נישט ער זאל קומען טיילן עסן ביי המשביע וכדומה אין א פארזוך צו ווייזן זיין געטריישאפט. זיין פליכט איז אנצוזעצן דאס לעבן פון מענטשן. כ'זאג נישט, מ'מוז האבן אזא מענטש, אנדערש וואלט מען קיין לאנד נישט געקענט פירן.

מ'מוז זיך אבער אריין נעמען אין קאפ אז סך הכל ערוועלט מען א באגי-מען. מ'ערווארט נישט קיין גוטס. (חוץ דער פאקט אז ער וועט אפקערן די פארברעכער פונעם פריי). די שאלה איז נאר צו ער וועט זיך אומגיין מיט ישרות, שכל, און געפיהל; אדער זיין א קאראפטירטער, הארץ-לאזער, און אומיושר'דיגער.

א תענית בדרך כלל סאקט! ס'איז דא גרינגע פאסטער, און ס'איז דא שווערע. ס'זאל זיך קיינער איינרעדן אז מ'גייט זיך שפורן ווי אבירי בשן נאך א פרעס אקציע ביי עפעס א דינער השנתי פאר א יובל העשור.

א דורכשניטליכער מענטש פאסט אמאל בעסער, און אמאל ערגער. אוודאי קען העלפן די אלע זאכן, איך ווייס אבער נישט צו מ'קען דירעקט אנצייגן אויף עפעס אז דאס האט געמאכט די תענית ראקן.

מיין טאטע טענה'ט אז ס'העלפט שטארק, מיין ווייב זאגט אויך אזוי. איך האב פאריאר גענומען, און געהאט קאפ ווייטאג מוצאי יום הקדוש ווי יאר יערליך. מעגליך ס'האט געהאלפן ס'זאל זיין גרינגער, אזוי ווי א גוטע פראסעקיוטער. נו, זאל יעדער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. מסתם דארף איך יעצט ענדיגן אז "שאטן וועט דאס זיכער נישט".

איך וואלט דיר געזאגט קויף! זאל זיין.
איך גיי מסתם נעמען, ווייל מיין ווייב האט במילא געקויפט. כ'וועל דיר קענען אפדעיטן מוצאי וויאזוי ס'געווען.

פאר די אלע וואס האבן טענות אז די משל האט גארנישט מיט די נמשל, וועל איך זאגן אז איך בין מער ווייניגער אויף זייער זייט. אין ערגסטן פאל האב איך געשריבן צוויי באזונדערע נקודות, איינס מער פאלש פונעם צווייטן.

ליתר שאת קען מען זיך פארבינדן צו מין חשובער ידיד@moti107, ער איז גוט אין די משלים ביזנעס. אולי קען ער דאס אויסגראדן, אדער גאר קאמפאזירן א פרישע.

zurich » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:27 am

· #150087
יואב איך ווער צודרייט פון דיינע משלים ס'קלאפט עפעס ווינדערבאר..
😛

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:23 pm

· #151566
איך ווייס אז מען האלט שוין ב״ה נאכען פאסטען אבער באלד פארגעס איך שוין שרייב איך עס אראפ אז עס זאל בלייבען לזכרון,
איך בין אריין פאר יום כיפור צו א ווייטימען/העלט סטאר פרעגען צו ער האט קלי צום, זאגט ער מיר אז ער האלט אז די ווייטימען B12 איז די עיקר ווייל עס איז קעגען דיהיידירעשין ד״מ אז עס האלט די וואסער אינעם קערפער, און איך זאל דאס נעמען און ער האט נישט קיין קלי צום.

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 13, 2014 9:32 pm

· #211579
איינגעשלעפט

outspoken » זונטאג יולי 13, 2014 9:42 pm

· #211580
start drinking water now and scale back on Coffee

כוכב » זונטאג יולי 13, 2014 9:42 pm

· #211581
יואב 👍

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:54 am

· #225919
עלות 5:37 (ברוקלין)
נאך דרײ טעג פון סעודת װער דארף זיך צוגרײטן?

יואב » מיטוואך יולי 22, 2015 8:04 pm

· #291109
ארויפגעברענגט צום צווייטן יארצייט.

י.ל.פרץ » מיטוואך יולי 29, 2015 5:21 pm

· #292642
יואב
סאשי פיש
@יואב דו ביסט גוטע נייעס 👍 👍

איין זאך יום כיפור איז נישט די נעקסטע פאסט (חוץ אויב משיח גייט שוין דא זיין) דארפסט באשרייבען תשעה באב מען זיצט אין שול האלב לעכטיג האלב טינקל ...מען ליינט אייכה און אזוי ווייטער........


געשריבן האב איך דאס טאקע דערפאר ווייל שבעה עשר בתמוז איז זיך אקורשט פארלאפן, און תשעה באב איז ארונד דע קארנער. דאס האט מיר דערמאנט די משוגעת'ן עס שפילט זיך אפ ארום א תענית. למעשה האב איך געשריבן איבער יום כיפור פאר צוויי סיבות. איינס, משיח קומט שוין אט אט, און בעת אלע תעניתים וועלן בטל ווערן, וועט יום כיפור פשטות בלייבן.

לכאורה, ווען משיח וועט קומען וועלן מיר דאך נישט האבן קיין יצר הרע. אויף וואס וועט מען תשובה טאן יו״כ?

petergrifin » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 12:26 am

· #300936
עלות = 5:25

יואב » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 3:42 pm

· #352268
נו, זענט איר שוין גרייט?

שמערל » מיטוואך יולי 29, 2020 9:52 pm

· #455519
שוין גרייט