☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט

אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2173
בלאט: 1 2

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:27 pm

· #74598
הירשל ציג
חאצקל
איך האב געהערט אין א טעיפ פון סיני מאלעוויצקי אז דער נאמען חוניאק שטאמט פון חוני בן שמעון הצדיק. דער חוניה האט אנגעטון פאר זיין עמאראצישער ברודער דער נייער כהן גדול א שפיצל און איינגערעדט אז ווייבערישע קליידער זענען די בגדי כהן גדול. אלס דעם אויס ריפט מען יעדער שלאך וואס גייט אימבאלימפערט אנגעטון א חוניאק על שם חוניה.

מילא פאסט זיך זייער דער ח' אין חאניאק.

אבער דער נושא פאסט זיך באמת נישט אריין דא אין דעם חסידישן אשכול.

Baloney. It's A Russian word

וויאזוי שרייבט מען דאס אין רוסיש?

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 3:50 am

· #74669
יתרו
נומער צוויי- במחילת כבוד תורתכם הרמה משה געציל הרב פרענקעל געפילטע פיש און קאווע טרינקער, וויט אלל דא ריספעקט פאר אזעלעכע לייבן ווי ענק, עס איז נישט שיין וואס איר טוט, נעמען זיך צוזאם אפאר חניוקישע יונגעלייט און מאכן זיך אן אייגענעם געהענגעל אפגעזונדערט פונם רוישיגען קאווע שטיבל, א פלאץ ווי איידעלע חסידישיע יונגעלייט וועלן קענען פארברענגען רוהיגערהייט, קומען אזעלכע פיר ליצים ווי ענק און פארהארגעטס עס, נאט נייס!

על כבודי מחלתי, אבל על כבוד תורתי?
נראה שלא הבנת את הווערטל של כבודי, איש וביתו באו, אם רואים איש שמבלה זמנו עם ביתו זו אשתו בשיחה יתירה, אומרים לו "ראו בן", בינה יתירה ניתנה באשה יותר מן האיש, וכי מה ראה הבורא ליתן בינה יתירה לחמת מלא צואה ופיה מלא דם? הרי אינן מחוייבות במצוות עשה שהזמן גרמא? אלא בכדי שיהיה להן הבינה להבין דבר מתוך דבר, שלא יצטרכו האנשים לדבר להן יתר על המדה, ויבינו דיבורים כעין "הער נאר" ו"זאג נאר", ויבינו כשיראו אדם הולך ברחוב שעליהן מוטל החוב לחצות הכביש ולעבור במקום ששים רבוא מכוניות בוקעין בו.
וזה המשך הפסוק, שמעון ולוי, מרמז על שמעון ולוי אחים כלי חמס מכרותיהם, שמעון = שמע בעניי, ולוי = הפעם ילוה אישי, שאין ללמוד פשוטו כמשמעו, שיאמרו שחלילה שלאה אמנו הצדיקת תרצה שישימע יעקב בעניה, ושילוה אליה חלילה, שאם לומדים כן, כלי חמס מכרותיהם.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 3:53 am

· #74670
איך אויך
געפילטע פיש
איש וביתו באו = ראו, בן!

לפי הגמ' אם זה בסדר הזה זה = בת.

זה רומז על דינה, שנתעברה לאה בבן זכר, ונתהפכה לנקבה ע"י תפלה, הרי לנו שאברך שמתפלל על בן זכר, יכול ע"י תפילתו להפקד בבן זכר על אף שהי' שם איש וביתו באו...

איך אויך » מיטוואך יאנואר 2, 2013 5:34 am

· #74677
אה טוב לדעת.

ענדע צדיק » מיטוואך יאנואר 2, 2013 8:50 am

· #74686
פון קאצק אדער לעכוויטש,
וכי ימוך אחיך אז דיין ברידער וועט זיך פאר'מוח'ן, ומטה ידו און מאכן מיט די הענט, והחזקת בו מעגסטו חוזק מאכן פון אים.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:10 am

· #74708
געפילטע פיש
יתרו
נומער צוויי- במחילת כבוד תורתכם הרמה משה געציל הרב פרענקעל געפילטע פיש און קאווע טרינקער, וויט אלל דא ריספעקט פאר אזעלעכע לייבן ווי ענק, עס איז נישט שיין וואס איר טוט, נעמען זיך צוזאם אפאר חניוקישע יונגעלייט און מאכן זיך אן אייגענעם געהענגעל אפגעזונדערט פונם רוישיגען קאווע שטיבל, א פלאץ ווי איידעלע חסידישיע יונגעלייט וועלן קענען פארברענגען רוהיגערהייט, קומען אזעלכע פיר ליצים ווי ענק און פארהארגעטס עס, נאט נייס!

על כבודי מחלתי, אבל על כבוד תורתי?
נראה שלא הבנת את הווערטל של כבודי, איש וביתו באו, אם רואים איש שמבלה זמנו עם ביתו זו אשתו בשיחה יתירה, אומרים לו "ראו בן", בינה יתירה ניתנה באשה יותר מן האיש, וכי מה ראה הבורא ליתן בינה יתירה לחמת מלא צואה ופיה מלא דם? הרי אינן מחוייבות במצוות עשה שהזמן גרמא? אלא בכדי שיהיה להן הבינה להבין דבר מתוך דבר, שלא יצטרכו האנשים לדבר להן יתר על המדה, ויבינו דיבורים כעין "הער נאר" ו"זאג נאר", ויבינו כשיראו אדם הולך ברחוב שעליהן מוטל החוב לחצות הכביש ולעבור במקום ששים רבוא מכוניות בוקעין בו.
וזה המשך הפסוק, שמעון ולוי, מרמז על שמעון ולוי אחים כלי חמס מכרותיהם, שמעון = שמע בעניי, ולוי = הפעם ילוה אישי, שאין ללמוד פשוטו כמשמעו, שיאמרו שחלילה שלאה אמנו הצדיקת תרצה שישימע יעקב בעניה, ושילוה אליה חלילה, שאם לומדים כן, כלי חמס מכרותיהם.


גם אני מצטרף במחאה על כבודי. יתרו טיייערע, דו רופסט אונז לייבן, והרי ההלכה היא בידוע שאין משיבין האר"י החי, וצ"ע.

בכל אופן, אזא שטיקעל געפילטע פיש האב איך שוין לאנג נישט געהאט, מיין קאפ שיסט פון אזא פלפול.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:38 pm

· #78122
פעם ישבו תלמידי ישיבת חכמי לובלין ונתווכחו ביניהם על פרטים של איזה שלשלת צדיקים, נכנס רבי שמעון זשלעכאווער ושאל את התלמידים במה המדובר, לאחר ששמע ר' שמעון על מה הויכוח התחיל לסדר בפניהם כל סדר הדורות של השלשלת הלז, האבות, הבנים, ובני בנים, שמותיהם ופרטי פרטיהם, נדהמו התלמידים מכח זכרונו הנפלא,
הפטיר רבי שמעון , נו אם לא יודעים שלשת של צדיקים שמותיהם ופרטיהם לא נורא,
אבל אם לא יודעים שמות של שלשלת אליפז, הרי לא יודעים פסוק חומש, זה נורא,

משה געציל » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:46 pm

· #78152
א שיינע מעשה אבער נישט פאר אונז חניוקיעס, פאר אונז איז וויכטיגער צו וויסן ביי וועם דער הייליגער קרעקוויטשירס זין פונעם צווייטן ווייב איז געווען געווען א איידעם בזויג שלישי, ווי צו וויסן ביי וועם אהרן הכהן איז געווען א איידעם.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:02 am

· #82103
אנשי קודש זאגט מען נאך פון קאצקער אז מ'דארף זיין מענטשליך הייליג - זיך נישט פירן ווי א בהמה
און די בריוון פון ר' יענקעלע שטייט דאס אביסל אנדערש, אנשי קודש אפילו מ'איז הייליג דארף מען זיין אבער זיין א מענטש!

קליינער » זונטאג פעברואר 3, 2013 2:34 pm

· #84299
איינע פון די אן-א-צאל גליונות וואס קומען ארויס וועכנטליך איז "אונזער שיין בלעטל", מלוקט ע"י ת"ת בת עין בצפת, דארט איז פאראן אן א צאל פאסיגע ווערטער. ווארשיינליך קען מען עס באקומען ערגעץ צווישן די גליונות וועבזייטלעך, ואשרי דער וואס וועט מזכה זיין דעם רבים און אהערשטעלן.

עטליכע ווערטער וואס איז מיר אריינגעקריצט געווארן ליינענדיג דעם גליון.

ויאמינו בה' ובמשה עבדו זאגט דער הייליגער תולדות, דער וואס וויל וויסן זיין דרגא אין אמונת ה', זאל זען לויט זיין אמונה אין די צדיקים, אויב זיין ויאמינו בה' איז אין דעם דרגא ווי במשה עבדו.

צא והלחם בעמלק מחר גיי אין מלחמה מיט דעם עמלק וואס איז דיר כסדר מפתה אפצושטופן אלעס אויף מחר.

ענדע צדיק » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:13 pm

· #85307
איש אביו ואמו תיראו, פון די זאכן וואס מ'איז פטור (פאטער) אדער מותר (מוטער) זאלט איר מורא האבן!
בבחינת קדש עצמך במותר לך, אל תהי' נבל ברשות התורה וכו'.

אוהב דעת » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 1:39 pm

· #85333
וואס איז די תאווה צו זיין חניקיש? קודם וואס זענען די גדרים אויף למעשה? מדארף שטינקען, די גלעזער דארף זיין פון א נישט שיינע סארט, די שיך בענדלעך אייביג אפען, פארשלעפט, די רעקל שמוצוג, איז זייער הויז אויך צופלויגען? איז דא אזא מין זאן פון חאניאקישע פרויען, אויב יא וואס זענען די סימנים, ווי אזוי קען איך זיי דערקענען אויף די גאס?
האבען די גווענליכע חאניאקישע אינגעלייט אזא מין פארביסענקייט אנטקעגען סתם המון עם? האם הוא כמושנאת ע״ה לת״ח ?
סהאט מיר איינער א חאניאקישער, אמאל געטרייט צו מסבירן די תאווה, קודם אלס הקדמה זאגט ער מיר, ער האט פונקט אזוי תאוות נשים ווי סתם אידען, בנוסף לזה האט ער די תאווה וואס ער געט זיך אויס, חאניאקישקייט, איך האב עס פשוט נישט געקענט פארשטיין, קיין איינער דא עקספלענען?
 

ענדע צדיק » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:16 am

· #86016
חניוקאיש מיט צופלויגן איז צוויי אנדערע זאכן,

א חניוק געווענליך גיבט זיך נישט נאך, איז נישט אזוי מקפיד אז די שיך זאל גלאנצן עד הסוף, די העמד געביגלט,
אויך איז ער נישט מקפיד צו גיין מיט די טייערסטע סוטס וואס איז די מערסטע אין סטייל היינט, די הוט מעג האבן א פלעק צוויי דריי,

עסקן בדברים » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:08 pm

· #90145
באשכול אחר (<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3030">viewtopic.php?f=19&t=3030</a><!-- l -->) הבאתי דברי הגמ' (חולין נז:)אמרו עליו על רבי שמעון בן חלפתא שעסקן בדברים היה... מאי עסקן בדברים א"ר משרשיא דכתיב (משלי ו, ו) לך אל נמלה עצל ראה דרכיה וחכם אשר אין לה קצין שוטר ומושל תכין בקיץ לחמה אמר איזיל איחזי אי ודאי הוא דלית להו מלכא אזל בתקופת תמוז... א"ל רב אחא בריה דרבא לרב אשי ודלמא מלכא הוה... אלא סמוך אהימנותא דשלמה. ועי"ש בתוס' ובמהרש"א בח"א שטרחו ליישב איך לא סמך ר' שמעון בן חלפתא אהימנותא דקרא. ואתמול ביום הפורים עלה בדעתי לפרש דר' שמעון בן חלפתא הבין (או דרש) כוונת הקרא לך אל נמלה עצל ראה דרכיה וחכם אשר אין לה קצין שוטר ומושל כפשוטו ממש, שהפסוק מיעץ לילך לראות דרכיה ולהתחכם בעצמו אשר אין לה קצין וגו' ושתכין בקיץ וגו' ולא בא רשב"ח אלא לקיים דברי שלמה. (ומהר"ץ חיות בפירושו דברי התוס' נזהר מפי' זה). (ואולי אפשר להוסיף דכן משמע קצת טפי ריהטת לשון הגמ', "מאי עסקן בדברים א"ר משרשיא דכתיב וכו'," דמשמע דמשום הקרא גופא נעשה עסקן בדברים, אף כי אי"ז מוכרח). ומיהו מלשון הגמ', "אמר איזיל איחזי אי ודאי הוא דלית להו מלכא" משמע קצת דלא כפירושי וגם דלא כפירושי התוס' ומהרש"א אלא דבא לראות אם האמת כן או לא. וכן מסוף לשון הגמ', "אלא סמוך אהימנותא דשלמה," משמע קצת דרשב"ח לא סמך. אך מ"מ רחוק בעיני להתעלם מזה שרשב"ח חקר דוקא על פסוק זה שלשונו מורה כ"כ לעשות כמו שעשה רשב"ח, ולומר שזה מקרה בעלמא.

הואיל ואתי לידן יענעם אשכול וויל איך דא טאקע איינלאדענען די חניוקישע יונעלייט זיך קומען דארט באטייליגן (<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3030">viewtopic.php?f=19&t=3030</a><!-- l -->) שמעו ותחי נפשכם

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:33 pm

· #91894
DotCom
שלח לך אנשים, טייטשט דער קאצקער 'שיקט אוועק דאס מענטשליכקייט'!...

אויף דעם פסוק שלח לך אנשים האט א צווייטער אייראפעישער רבי פון פאר די מלחמה געטייטשט שלח לך אנשים דו זאלסט שיקן משולחים ויתורו און ס'זאל עפעס בלייבן פאר דיר אויך. דאס ווארט איז באזירט אויף א מעשה שהי'. אז דער רבי האט ארויסגעשיקט א משולח צו זאמלען געלט פאר זיין ישיבה. און צום סוף איז גארנישט געבליבן. ס'איז אלץ אריין אין משולח'ס טאש.

איך אויך » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:44 pm

· #91905
א זיס ווארט,טענקס פאר שערינג איט וויט אוס.

א עקסטערן דאנק פארן דערהערן מיין בקשה בנוגע דעם קעפל.

ענדע צדיק » זונטאג מערץ 3, 2013 9:27 am

· #92030
אם ראשונים כמלאכים, אויב האלטן מיר די צדיקים ווי מלאכים, אנו כבני אדם, זענען מיר פארעכענט ווי מענטשען,
אם ראשונים כבני אדם, אויב האלטן מיר זיי ווי מענטשען, אנו כחמורים, זענען מיר אייזלען...

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 9:57 pm

· #92431
שיין... גאנץ ענליך צום געהעריגן פשט נאר מיט א אנדערע טוויסט.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 10:10 pm

· #92445
שמעקעדיג, דו ביסט נישט קיין חניוק, וועסט נישט פארשטיין.
מ'דארף אריינציען די שפייעכטץ ווען מ'זאגט חניוקישע תורולעך.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:13 am

· #92491
משה געציל
א שיינע מעשה אבער נישט פאר אונז חניוקיעס, פאר אונז איז וויכטיגער צו וויסן ביי וועם דער הייליגער קרעקוויטשירס זין פונעם צווייטן ווייב איז געווען געווען א איידעם בזויג שלישי, ווי צו וויסן ביי וועם אהרן הכהן איז געווען א איידעם.

און אז א יוד שטייט אין פאליש פון ביהמ"ד מיט איין פוס אויפ'ן באנק און איז ארומגענומען מיט א רעדל אנשי שלומינו אין א גרינעם מיטוואך (אדער זונטיג) און ער דינגט זיך וויאזוי דער ---- ---ק'ער רבי זאגט דעם "שקל אשא" (אין יוצר לפרשת שקלים), אנדערש ווי דער ------יער רבי. דאס איז נישט חניוק'יש?.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 3:13 pm

· #99854
דער ווארט האב איך געזעהן אין "ספר החיים", וואס האט מחבר געווען א ברודער צום הייליגן מהר"ל.

דער פסוק זאגט "צדיק אוכל לשובע נפשו ובטן רשעים תחסר" (משלי יג, כה). רעדט ער דארט איבער דעם תאוות האכילה. א צדיק עסט אפ אביסל, בלויז כדי ער זאל זיין זאט. איינמאל ער איז זאט, מאכט ער א נאך ברכה, און צוריק צו די עבודת הקודש. ווידעראום דער רשע, פרעסט וויפיל עס גייט, און ווען ער איז שוין אנגעשטאפט אזש דאס בויך פלאצט אים, און ער זעהט אנדערע געשמאקע מאכלים וועלכע ער האט נאך נישט עספיעט צו טועם זיין, האט ער צער דערפון, ער וואלט נאך געוואלט האבן פלאץ אין בויך דאס אריינצוריקן, ער וואלט גערן געוואלט "בארגן" א בויך פונעם חבר צו קענען אריינשטופן נאך עסן, טראץ וואס ער איז שוין זאט, ווייל ער וויל נאך תאוות, ער וויל אלעס, קומט אויס אז וויבאלד זיין בויך איז שוין אנגעפולט, און בארגן א בויך פונעם חבר איז דאך נישט שייך, גייט ער ארום מיט די הרגשה אז עס פעלט אים א בויך וואו אריינצושטופן דאס איבריגע עסן...

דאס איז פשט, צדיק אוכל לשובע נפשו, נאר צו די זעט, און ער איז צופרידן, אבער "ובטן רשעים תחסר", עס פעלט אים כסדר א בויך...

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 11:03 am

· #132109
א שיין ווארט פון אלשיך הק'.

אז יאמרו בגוים הגדיל ה' לעשות עם אלה, הגדיל ה' לעשות עמנו היינו שמחים. נו אודאי וואלטן זיי געווען פרייליך אויב זיי באקומען דאס, וואס איז דער חידוש, וואס איז פשט פון דעם אויסדרוק.

נאר דער ענין איז, אז נישט אלץ איז מען אזוי פרייליך ווען מען הערט א בשורה טובה פאר א צווייטן. למשל, אז מען קומט זאגן פאר א בלוטיגן ארעמאן "דו האסט געווינען 100 אלפים", קען מען זיך פארשטעלן זיין גרויסע שמחה, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון פון פרייד. אבער אז מען קומט צו א עושר אדיר וועלכער דרייט מיט מיליאנען יעדן טאג און אין זיין באנק קאנטע ווארעמט זיך הונדערטער מיליאנען, און מען זאגט אים אז ער האט געווינען דעם זעלבן סכום, 100 טויזענט, וועט ער זאגן "ביג דיעל", פאר מיר איז עס נישט מער ווי טשעינדזש, ס'איז בכלל נישט קיין גרויסע שמחה. און ממילא ווען ער הערט אז איינער האט געווינען 100 טויזענט דאלער איז ער יענעם בכלל נישט מקנא. ער דארף געווינען אזא 10 ביליאן דאלער כדי צו ווערן בשמחה און עקסייטעד! און אויב וועט איינער געווינען אזא סכום, הערשט דאן וועט ער יענעם מקנא זיין!

בשעת מיר זענען אין גלות און מיר אידן ליידן פון אלע זייטן, זענען מיר גלייך ווי דעם ארעמאן, וואס יעדעס ביסל גוטס וועט אונז משמח זיין ביזן טיפעניש פון הארץ, און אז מען וועט אונז קומען מבשר זיין אז מען וועט אונז מער נישט הרג'ענען אדער פיינט האבן וכדומה (למשל כשיטת אין בין העוה"ז לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד) וועט מען שוין זיין פרייליך, ווער רעדט נאך אויב זאגט מען אז מען וועט מער נישט ליידן פון ביטערע ארעמקייט, דאס איז דאך שוין געוואלדיג, וואס קען שוין זיין בעסער... אבער גיי זאג דאס א דורכשניטליכן גוי (א בעל פרנסה) וואס טינקט זיך אין תאוות עוה"ז, ער האט פון אלעם גוטן וואס ער חלומ'ט נאר אן קיין שום גדרים, די "גוטע בשורה" אז מען וועט אים מער נישט הרג'ענען און נישט פיינט האבן, ער וועט ענטפערן וואס דער עושר זאגט, "ביג דיעל" הזאת נעמי? דאס איז א גוטע בשורה?

עכ"פ מיר זענען ווי די ארימעלייט און די גויים ווי די עשירים. זאגט דוד המלך די בשורה, אז מיר וועלן באקומען אזויפיל גוטס, ווי למשל 10 ביליאן דאלער, עד כדי כך אז אפילו דער גוי, דער עושר, וואס האט פון אלעם גוטן וועט אויך פלאצן פאר קנאה! דאס מיינט אז די גוטס וועט זיין אבנארמאל, פיהל מער ווי א איד קען זיך פארשטעלן!

דאס זאגט דער פסוק, אז יאמרו בגויים, די גויים די עשירים וועלן זאגן, WOW, הגדיל ה' לעשות עם אלה, קוק וואס דער באשעפער האט געטאן צו די אידן, אזוינע גוטע זאכן, וואס "הגדיל ה' לעשות עמנו, היינו שמחים", אפילו מיר זאלן דאס באקומען וואלטן מיר געווען פרייליך!

קען מען אריינלערנען פשט אין שבת נחמו (זריזין מקדימין..), סתם א ישועה וואלט אויך געווען א נחמה, אבער עס קומט נישט סתם א נחמה, נאר א "נחמה בכפליים", ד.ה. אזא נחמה וואס אפילו די עשירים וועלן קוקן מיט וואונדער און קנאה.

לאמיר האפן מיר וועלן בקרוב זוכה זיין דערצו, און דערווייל לאמיר זיך מחזק זיין ברודערלעך אינאיינעם, און נישט פארפאסן די ישועה הקרובה לבא השתא בעגלא ובזמן קריב.

כספי » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:10 am

· #535293
בענדזשאמין פרענקלין
אשה חשובה אחת באה להצדיק בעל האוהב ישראל מאפטא להתייעץ עמו באיזה ענין. מיד כשדרכה רגלה על מפתן ביתו, צעק הצדיק בקולי קולות: זונה! לא מזמן רב עשית עבירה גדולה, ועתה באת לביתי, לכי מכאן,
ענתה האשה ואמרה:
הבורא יתברך הוא ארך אפים ואינו נפרע מרשעים מהר, ואינו מגלה אותם לשום בריה, כדי שלא יתביישו לעשות תשובה, והרב מאפטא יושב על כסאו ואינו יכול להתאפק שלא לגלות אשר כיסה הבורא...
חייך הרב ואמר, מימי לא נצחני אדם חוץ מאשה זו.
ביי א צווייטן צדיק איז אמאל געזעצן א איד ביים טיש מיט מחשבות זרות, האט ער זיך פארגעווארפן, נו, ביים צדיק'ס טיש מחשבות זרות?! ס'שטערט דעם צדיק, האט ער געטראכט מלא כל הארץ כבודו פארוואס פארן באשעפער האט ער נישט מורא? האט זיך דער צדיק אנגערופן דער באשעפער האט אבער נישט קיין גאל...

כספי » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:11 am

· #535294
ידען
בן תמליון
רחמיך רבים השם, אויף דיר רבונו של עולם איז א גרויס רחמנות, האט דער הייליקער רוזשינער זי"ע געטייטשט.
פארוואס איז ער א רחמנות?

סע פעלט איהם געלד?

כבוד?

ער דארף דע זאכן?

סע דא עפעס וואס ער קעניש טוהן?

וואס איז די רחמנות?
ער האט באשאפן אזא שיינעם וועלט כדי מ'זאל עם טרעפן, און קיינער זוכט עם נישט וכש"כ אז קיינער טרעפט עם נישט

כספי » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:11 am

· #535295
ענדע צדיק
פון קאצק אדער לעכוויטש,
וכי ימוך אחיך אז דיין ברידער וועט זיך פאר'מוח'ן, ומטה ידו און מאכן מיט די הענט, והחזקת בו מעגסטו חוזק מאכן פון אים.
שמעתי מר' מאיר'ל מפרעמישלאן זצ"ל
בלאט: 1 2