☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב 3000 לייקס

מזל טוב 3000 לייקס

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4196
בלאט: 1 2

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:46 pm

· #511337
דער גאלדענער אדלער
כ'נעם דיך ארויס פאר א אייזקריעם אדער א סטארבאקס..
נעע.. כ'האב שוין געמיינט אז די וועסט מיר אפפערן מער א אפפער קלעס זאך... סתם א אייזקריעם אדער א סטארבאקס...!?

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:53 pm

· #511343
בקטן החל... לאמיר זיך קודם טרעפן ביים אייזקריעם סטאר און פון דארט וועלן מיר מעלה זיין בקודש, אפשר צו פייערסייד, אדער צו אנאנדערע שיינעם רעסטוראנט, ספעציעל יעצט אז @צוזאמגעדרייט האט זיך אנגעטראגן צו משתתף זיין מיט די הוצאות.

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 1:57 pm

· #511345
דער גאלדענער אדלער
בקטן החל... לאמיר זיך קודם טרעפן ביים אייזקריעם סטאר
קאנטאקט מיר אין אישי...

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 4:11 pm

· #511376
עצי קים קיין מאנסי איך ערעינג' דיר א שיינע לייק-פארטי, מיט לפחות 4 לייוו ניקים, ביסט אין פאר די טשעלענדזש?

(איך האב נאך נישט אויסגעפיגרט וויאזוי מען גייט אריין שטיפען 3000 ליכט אין די קעיק.....)

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 5:09 pm

· #511389
עצי שטים
נעע.. כהאב שוין געמיינט אז די וועסט מיר אפפערן מער א אפפער קלעס זאך... סתם א אייזקריעם אדער א סטארבאקס...!?
וואס פארשטייסטו נישט, דאס וועט נאכקומען ביי די 5,000 לייקס...

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 7:39 pm

· #511401
קהל'ס נער
עצי קים קיין מאנסי איך ערעינג' דיר א שיינע לייק-פארטי, מיט לפחות 4 לייוו ניקים, ביסט אין פאר די טשעלענדזש?

(איך האב נאך נישט אויסגעפיגרט וויאזוי מען גייט אריין שטיפען 3000 ליכט אין די קעיק.....)
ס'דא brownie קעיק'ס וואס קענען האלטן אין זיך אסאך ליכט...

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 7:54 pm

· #511407
ענדערש בראוני ווי געלע ספאנדזש קעיק וואס דער שמש גיבט ביים ברית איידער מ'שניידט אראפ דעם ערלה פונעם רך הנימול??

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 8:05 pm

· #511408
נעה. כ'האב טראומא פון יענע קעיק....

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 8:11 pm

· #511411
פארמאגסט א גוטן זכרון! דו געדענקס נאך ווי דער מוהל מיט'ן גרויסן בארד איז געווען איבערגעבויגן איבער דיין פריש געבוירענעם אות ברית קודש מיט א שארפע מעסער און געמאכט דעם על המילה מיט איין אטעם?! פשיהא!

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 8:25 pm

· #511415
ענטפערן דא אדער אין אישי...?

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 10:38 pm

· #511432
וואלווי
ענטפערן דא אדער אין אישי...?
דא איז פיין! אדרבה וואו איז נאך בעסער וואו דא אינעם שטיבל אינעם חדר הקאפע אינעם הייליגן שטיבל!!
בלאט: 1 2