Re: אזוי האט זאראטוסטרא גערעדט/ פרידריך ניטשה- אויף אידיש
הוגהאיך זעה אז ניטש דערמאנט די זעלבע מושג שוין צוויי מאל. אין די צווייטע קאפיטל: ניין, ענטפערט זאראטוסטרא, איך גיב נישט קיין צדקה, איך בין נישט גענוג ארים דערפאר. און אין די ערשטע קאפיטל: ביז די קלוגע צווישן מענטשן וועלן ווידער אין זייער נארישקייטן זיך פרייען, און די ארימע וועלן צוריק צופרידען זיין אין זייער רייכטום. ונאמר: זעה די בעכער וועט ווידער ליידיג ווערן, און זאראטוסטרא וועט ווידער א מענטש ווערן.
פארוואס איז ער אזוי משבח דאס ארימקייט און נארישקייט?
איך האב פארשטאנען אדער דער זאראטוסטרא מאכט אוועק אין דער זלזול וואס די קלוגע האבן צו די נערנים לאמר איגנאראנץ איז א בליס - כאילו חכמה איז א אולטימעט וועליו. אדרבא, עמברעיס די ערדישקייט. עס פעלט זיי גארנישט; זיי זענען נישט ארים. און די ארימע ממש זענען גארנישט גרעסערע נצרכים ווי די רייכע.
פון דער גייסטליכער זקן לאכט ער אפ און זאגט, מאכסטיך עפעס אויסגעארבעט, אז דו טיילסט צדקה אפילו און דוקא ווייל דו ביסט ארים ווי ס'זאל ווען זיין א מעלה אנטקעגן די רייכע וואס געבן נישט אדער פארוועמען ס'איז נישט קיין מעלה דאס געבן. זאגט זאראטוסטרא, אפילו איך, וואס כהאב 'טאקע' גארנישט, איז צדקה קיין שום מעלה נישט ווייל דער ארימער וואס געט יא איז עס ווייל ער איז אזוי ארים דאס ער פארשטייט בכלל נישט וואס געלט איז. במילא איז עס ממה נפשך קיין מעלה נישט (מ'זאל עס רופן צדקה אין רעליגעיזן סענס). מאכט סענס?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk