דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4169
דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול
מאנכע האבן שוין באמערקט אז דער זומער האט זיך איינגערוקט. און דער סיסטעם שלאגענדער עולם... קרעדיט
@קאווע טרינקער און אלע אנדערע פארן ארויס ווי וואוילע אינגעלעך צו די פארדזשאווערטע באנגעלויס. הם הלכו למאסקיטאס ואותנו עזבו לאנחות.
ס'ווערט א טויט שטילקייט דא אין קאפי צימער, אזש מ'קען הערן די באמבעל בינען זשומען. -- ווער ס'וויל זיך מחזק זיין, זאל אהערקומען דא און צוזאמען וועלן מיר זיך האלטן שטארק נישט געקלאפט צו ווערן פון די ליידיגע שטימונג.
מיט'ן באשעפערס הילף וועט כאטש אפשר איין אשכול לעבן אויף אלע באקן אין די זומער'דיגע וויקענדס.
ווער איז אינעווייניג?
כ'וואלט ווען געקומען, נאר כ'וויל נישט נישט אויפוועקן די טויטע....
זר איך בין מיט דיר, ווען די חברה קומען אריין מאנטאג 9 אזייגער אין אפיס זאלן זיי פלאצן פאר קנאה.
אפילו שבת נחמו פאר איך נישט אוועק, איך בין דא זיין וואס זאל זיין.
מיר גייען דא אפקאכן סומאכטוכעס און זאווארוכעס אז דער עולם זאל זיך בענקען.
מיין לעצטע מוש"ק תגיבה אויף די סדרה האט נישט געהאט קיין בעלנים, אדער ווייל איך וועפ אדער ווייל סיז זימער אדער א קאמבאנאציא
עס איז געוועין כבלעו כך מאלטעד
איך וועל נעמען ארלויב ביז נאך זימער ווען דער עולם וועט אהיים קימען פון הייברענאציא
וואס קלערט עץ
קומט אריין צו מיר נעכטן א אינגערמאן אין געשעפט און ווייזט מיר זיין ציצית וועלכער הענגט פון הונטער זיין צעפענט רעקל. ער דארף א נייע זאגט ער. איך קוק אים אן אזוי מיט וואונדער, וואס איז שלעכט דערמיט? ס'איז שניי ווייס, אפ' פון דער נייע סארט מאטריאל אויפגענייט. אבער נאך גוט איינקוקן האב איך תיכף באמערקט זיין פראבלעם. נעמליך, דאס ציצה דערשטיקט אים שיער ביים האלדז. קוים ער קען אויפמאכן א מויל צו מיר.
דע אינגערמאן א פעשליכער אביסל גיט מיר צו ערקלערן: היות פאריגע מאל האט ער זיך אפירגעזוכט א קורצן ציצית מיינענדיג דאס וועט אים מאכן אויסזען ווייניגער חאניאק, האט ער אבער צו זיין בראך מיאוס אפגעשניטן דאס ציצה איז אים מעלה גרה און דראהעט אים אויף אייביג שטיל צומאכן. ער מאכט א חשבון דאס ער ציהט איר אראפ אין דורכשניט א צוויי צענדליג מאל א טאג. נו, איז ער דאך טאקע רחמנות. מ'מוז אים אויסשטרעקן א האנט. פארשטייט זיך אז ער לאזט זיך באדינען ווי פסח אויפדערנאכט. ער ווייזט נאר מיטן פינגער און ס'קומט צופליעהן אלע סארטן ציצית. געב איך אים א 24 אנשטאט דעם 22. קאמאן ווייז איך אים, זעסטו אפ' דארטשיקער נוץ א 24, ווילסטו פעט פליישיגער זיך איינרעפן אין א קארג שטיקל סחורה'לע? אוואו גיבט דאס?
יעדנספאל. דער איינמאל דאס קעשענע האט זיך אים צעעפנט האט ער נישט געוואוסט פון קיין גרעניץ. ער וויל אנפרובירן אן דעם טלית קטן, זאג איך אים רעבע, טוט אויס דעם רעקל. "דריי דיך ארום זאגט ער מיר מיט א האלבן שמייכל אויף די ליפן. פארשטייסטו מיר אויך מיר א לץ אויף דער עלטער געווארן. ס'האט אים גענומען א מינוט צו כאפן פון וועלכע זייט דעם קאפ אריינצושטעקן, און אז דער V קומט פארנט. די פארנייעטע זייט פונעם כנף ברויך רועהן אויף זיין בייכל. ער באפארעט זיך ענדליך. ציהט ארויף ציט אראפ, און יא ס'איז אים געפאלן, די סחורה, מיט די קניפעס, די מוסטער און אין אלגעמיין דער קאמפאני. אה. אום גאט'ס ווילן. אזויפיל זאכן דארפן דאך קליקן, ממש ווי א שידוך. מ'קען מיינען, ער גייט א אתרוג אויסוועהלן דא.
כ'פרעג אים אזוי צו ער ברויך א בעסער קוואליטעט סחורה פאר א עטוואס טייערערן פרייז, אדער אביסל שוואכערע פאר א ביליגערע? נו זאגזשע אליין. האב איך נישט צוגעטראפן צו וואס ער גייט ענטפערן?! ער חזר'ט אן דעם בגד נאך איידער ס'האט צייט שמוציג צו ווערן. בעסער קוואליטעט, פעהלט אים אויס ווי א לאך אין קאפ. ער דערמאנט מיר די אנדערע פגעים וואס נודנען מיט אנדערע סארט פראגן, א שטייגער ווי: אבער זאג נאר דו, דער ציצה האלט זיך שטארק? אדער עס צערייסט זיך אזוי ווי דאס פאריגן וואס כ'האב געקויפט מיט א מיאנטעק, און א וואך דערנאך איז עס געגאנגען רייסן. זאג איך דעם אויבער חכם. קוק אהער, גארנישט איז נישט פארזיכערט, אז וועסט גיין מיט א נאגל און אדורכשטעכן דעם ציצה בין איך כמעט זיכער ער וועט זיך מיאוס צעלעכערן. פארט איז ער נישט פון משה'ס האלדזן שטאף פארבריצירט. נאך דא אסאך ארומצורעדן. דא עקא מוז מען עוקר זיין יעצט. ארבעט איז ארבעט איז ארבעט.
מקור: פעיסבוק
@פרישער איך האב טויזענטער תגובות אן בעלנים
בלייב דא
BREAKING NEWS
זר'ל האט געטראפן א דזשאב!!!
העי! כ'בין מוחה! ממילא מען בלייבט דא, נא, אלטס איז דא אפאר אויבער חכמים. אבער גיין עפענען א אפיציעלע אונטערהאלטונגס געהענגעל וואו מען וועט סומאטאכירן און זעווארכירן אין די שפעטע מוצאי שבת שעות, אין דער צייט וואס טויזענטער אידן זענען זיך מוסר נפש און פלאגן זיך אויף א שווער שטיקל וואלי?! נא וועי! צימערמאן ביזטא?
עט יין שרף. ווען זעה איך מיין ערשטן טשעק ?
וואס?! דיין ערשטע ציצית קאסטומער האט נישט באצאלט?
(אדער זיך דערשטיקט פארן צאלען...?)
אה חחח נישט געכאפט! סדאך נישט מיינס סיז פון פייסבוק
איך בין אין קאנטרי איך מעג דא שרייבען???
😮 אך שוין געמיינט, נו עניוועיס לאמיר דאנקען די רבש"ע אז די בלייבסט מיט אונז...!
סאשי פישאיך בין אין קאנטרי איך מעג דא שרייבען???
זיכער, אבער מיט דרך ארץ
זר זהבסאשי פישאיך בין אין קאנטרי איך מעג דא שרייבען???
זיכער, אבער מיט דרך ארץ
דרך ארץ איז נישט אין קאנטרי, ער איז דא מיט מיר.
א פרייליכן לעכטיגן געשמאקן שבת פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען פארבליבן אין שטאט, וואונטשט:
דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול
פרישערמיין לעצטע מוש"ק תגיבה אויף די סדרה האט נישט געהאט קיין בעלנים, אדער ווייל איך וועפ אדער ווייל סיז זימער אדער א קאמבאנאציא
עס איז געוועין כבלעו כך מאלטעד
איך וועל נעמען ארלויב ביז נאך זימער ווען דער עולם וועט אהיים קימען פון הייברענאציא
וואס קלערט עץ
ניייין... כ'בעיטעך פאארנישט אוועק 😞 😞 😞 😲 😲 😲 😕 😕 😕
א מחיה שטיל
וואס מיינט אקטיווע אשכולות?
ס'טויט דא
ס'זעהט אויס ווי די ליבעראלע האבן זיך אפגעטיילט און גע'עפענט א נייע פארום.. היסטוריה חזר'ט זיך איבער?
@אנאנים וואו ביסטו?
ידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.
כ'האב פארשטאנען דעם רמז, כ'האב אייך געלייקט.
איר קענט מיר צוריקלייקען אפילו אויב איר האלט אז כ'האב אייך נישט פארשטאנען.
איהו להוי וכו'.
איך בין אין שטאט!
איך האב פיינט די קאנטרי. אבער די שטאט איז ליידיג און דיפרעסינג...
אין מיין ליידיגע שול איז צו מיין שלעכטע מזל קיין איין שישקערער נישט געפארן אין קאנטרי...
טא לאמיר זיך כאטש טרעפן און גיין וועטשערען אינאיינעם..........
די מוצ"ש איז געווען מיין איך עפעס אן אויסנאם, ס'גאר געווען העפטיגער דא ווי א געווענליכער מוצ"ש!
די וואך מוצאי שבת איז עפעס אן אויסנאם שטיל אפילו בענזשמין פרענקלין האט נישט געגעבען זיין וועכענטליכע אנליז
נישט אזוי???
איך כאפ שוין ווי דער גאנצער עולם איז.....
סאשי פישאיך כאפ שוין ווי דער גאנצער עולם איז.....
L O L
כ'שעם מיך צו ווייזן דאס פנים, ס'איז דאנערשטאג שבת נחמו, ווער ס'האט הענט און פוס האט אפגעפיצט, נאך דערצו אז ס'איז הונדערט דעגרי, די שטאט פוסטעוועט ווי א מדבר, און איך? פשוט נישט מן המיושב! איך בין דא כאילו לא היה, נישט קיין ראלי, קוטשערס, פליישמאנס, עמבעסי, ווערמאנט, ניו העמפשור, גארנישט!
אן אויסגעשפילטער צוריקגעבליבענער, זעסט מיר שטיין פאר א צענטן, טו א מצוה קום אריין, כעדיר אוועקליייגן א שאלעשידעס בילקע.
איך בלייב דאהי...
שוין, יעצט קען איך נישט גיין אין גאס, ס'וועט זיין גילוי..
אפשר קענען ענק אהער ברענגען @זר זהב ער איז נישט צום געפונען לעצטענס איך מיין אז יעצט וואלטען אסאך מענטשען זיך געוואונטשען צו זיין אין שטאט מיט לעקטער ווי איידער אין די קאנטרי אן לעקטער
איך האף אז די קורצשלוס קומט נישט וועגען ענקער הקפדה און עיין הרע!!!
און איך האב געמיינט אז שבת חזון דארף זיין די דיפרעסינג שבת, אזא נחמה אויף אלע גוים.
בין איך דער איינציגסטער וואס הערט א ווידער קול פון די שטילקייט היינט??.................
מאראנצןזאפטידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.
לכבוד די זומער וועק איך אויף די אשכול,
און איך ברענג אראפ די פייערדיגע ווערטער פון
@מאראנצןזאפט זי״ע.
יעדעס מאל מברענגט ארויף אן אלטע אשכול און איך זע וויאזוי אלטע אשכולות אפילו נארישע, האבן אויסגעזען, ווערט מיין הארץ פארקלעמט פון צער.
וואס האב איך געזינדיגט אנצוקומען נאך די זיבן זאטע יארן. איי ייא יי, זכרנו את הדגה, געווען אמאל חברה, זכותם יגן ואנחה.
Crickets... Crickets
פארגעסן אין שטאט איז דאס אויך נישט דא...
סאשי פיש: הלוואי וואלט אזוי געוועין. הלואי וואלט דער היימישער עולם געגאנגען פאר עקסערסייז, און ווארק-אוטס. איך האב א קאנספיראטיווע טעאריע. אז די בעקישע און סוט סוחרים זענען פאראינטרעסירט אז דער היימישער עולם זאל נישט טון קיין שום עקסערסייז. ווייל אזוי קענען זיי פארקויפן ברייטערע סוטס און בעקישעס, מיט מער סחורה.
ערנסט גערעדט. אינז מיז מיר אנהייבן טון ווארקאוטס. א יעדער איינער לפי מדרגתו. און... איך גיי דא שרייבן א שטיק אפיקורסות, ר"ל מהאי דעתא. אז מ'זאל איינפירן ספארטס אין אלע היימישע ישיבות. ס'האט א סאך מעלות. (פון די חסרונות רעד איך דא נישט.). איינס פון די מעלות וואס איך האב איינגעזעען פון מיין אייגענע עקספיריענס אלס באס דרייווער. ווען די יונגלעך/בחורים האצקען זיך אויס אין משך פון טאג, זענען זיי א סאך רואיגער ווען זיי פארן אהיים מיט'ן באס. און, פארשטייצעך, די מעלות פאר'ן געזונט איז דאך א פשיטא... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😉 😮
סאשי פישמאראנצןזאפטידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.
לכבוד די זומער וועק איך אויף די אשכול,
און איך ברענג אראפ די פייערדיגע ווערטער פון
@מאראנצןזאפט זי״ע.
גנב
יויש טאטע, כברעך שוין פון די נארישע טאפיק, אהרן האט אהער געזאגט אהין געזאגט וואס דאמינירט דא דעם אויבן אן, ווער געט א פליעדיגע וויאזוי הייסט נאר וואס ער האט יא אדער נישט געזאגט אפשר קען מען שוין טוישן טאפיק דא.
סטויג נישט די מצב, כטראכט ערנסט ארויס צו נעמען א באנגעלוי.
און וואס מיינסטו גייט מען דארט רעדן, נישט פון די נארישע פאליטיק???
מ'גייט דארט רעדן די זעלבע זאכן, אבער עטליסט ס'וועט זיין איבער א גריל, אדער א מיטנאכט שווימן וואלי באל.
סאו לאמיר מאכן א 'גריל אן קאווע'. (שוורצע קאווע אדער בהמתנת חצי שעה)
לכבוד אשכול אויפוועקער
איך באגריס זייער דיין אויפוועקן אלטע אשכולות, פאר עטליכע סיבות,
קודם די אלטע אשכולות זענען געוועין מלא טעם, די חברה פינעם אמאל נישט אזוי לאנג ציריק, אפילו ביז אפילו איין יאר ציריק, זענען געוועין ריכטיגע חברה מיט וועימען מען האט געקענט מיט זיי צים טיש גיין, דעריבער יעדע עלטערע אשכול באזינדער ברעינגט מיר א נאסטאלדזיע צים אמאל.
היינט איז נאר דא נערישע אשכולות, ווי כוכב האט שוין ערוועינט, פאליטיק צימעס וואס האט איבער געגאסן און פארפלייצט דעים אויבן אן פון אקטיווע, עס ברעינגט מיר א איבל.
על כן קלער איך א פלאן, אז די זאלסט חוץ פון זיין א אשכולות אויפוועקער, זיי א ניק אויפוועקער, עס בעינקט זיך גאר שטארק צי זר זהב, איחוד פעלד, קאווע טרינקער, הוגה, ידען, לעיקוואד, אחד העם, פשוט קאמפלצירט, קיפערניקוס, לעמאן דזשאס, מאראנצען זאפט, ועוד וואס איך האב שוין אפילו פארגעסן, ווי זענען זיי, וועקט זיי אויף, שוין געניג הייברענירט. אפילו די וואס זענען דא, זענען מער נישט אויסן צי שרייבן, זיי האבן מחליט געוועין נאר צי מגיב זיין, און האלטן זייערע טאלאנטען פאר א אנדערע זמן, פארוואס זאל מען נישט הארן עפעס פון יאיר, יואב, אנאנים, עפעס שמעקעדיג, בן תמליון, וועקט אייך אויף, איידער עס איז צי שפעיט, לעצטענס געפין איך שוין אפילו איי וועלט אינטערעסאנטער, עס איז שוין באלט אויס וועלט.
איך וואלט געטעגט יעדען פשוט פאר ליידיגיין, יהא רעווא כאילו טעגני את הכל.
אויב ער איז מצליח צוריקצוברענגן איש עברי אהובי פארגעס איך מיין ביף מיט עם.
רויטע וואנצעסמ'גייט דארט רעדן די זעלבע זאכן, אבער עטליסט ס'וועט זיין איבער א גריל, אדער א מיטנאכט שווימן וואלי באל.
איך בין שוין מוחה נאך פאר דעס הוללות װערט ר״ל אפגעטוהן...
📎 20140706_151932.jpgפליקערלכבוד אשכול אויפוועקער
איך באגריס זייער דיין אויפוועקן אלטע אשכולות, פאר עטליכע סיבות,
קודם די אלטע אשכולות זענען געוועין מלא טעם, די חברה פינעם אמאל נישט אזוי לאנג ציריק, אפילו ביז אפילו איין יאר ציריק, זענען געוועין ריכטיגע חברה מיט וועימען מען האט געקענט מיט זיי צים טיש גיין, דעריבער יעדע עלטערע אשכול באזינדער ברעינגט מיר א נאסטאלדזיע צים אמאל.
היינט איז נאר דא נערישע אשכולות, ווי כוכב האט שוין ערוועינט, פאליטיק צימעס וואס האט איבער געגאסן און פארפלייצט דעים אויבן אן פון אקטיווע, עס ברעינגט מיר א איבל.
על כן קלער איך א פלאן, אז די זאלסט חוץ פון זיין א אשכולות אויפוועקער, זיי א ניק אויפוועקער, עס בעינקט זיך גאר שטארק צי זר זהב, איחוד פעלד, קאווע טרינקער, הוגה, ידען, לעיקוואד, אחד העם, פשוט קאמפלצירט, קיפערניקוס, לעמאן דזשאס, מאראנצען זאפט, ועוד וואס איך האב שוין אפילו פארגעסן, ווי זענען זיי, וועקט זיי אויף, שוין געניג הייברענירט. אפילו די וואס זענען דא, זענען מער נישט אויסן צי שרייבן, זיי האבן מחליט געוועין נאר צי מגיב זיין, און האלטן זייערע טאלאנטען פאר א אנדערע זמן, פארוואס זאל מען נישט הארן עפעס פון יאיר, יואב, אנאנים, עפעס שמעקעדיג, בן תמליון, וועקט אייך אויף, איידער עס איז צי שפעיט, לעצטענס געפין איך שוין אפילו איי וועלט אינטערעסאנטער, עס איז שוין באלט אויס וועלט.
איך וואלט געטעגט יעדען פשוט פאר ליידיגיין, יהא רעווא כאילו טעגני את הכל.
נו. און פארוואס ביסטו נישט מקיים דאס וואס ס'שטייט אין די גמרא אין מס' בבא מציעא."קריינא (נישט אוקריינא.) דאיגרתא, איהי ליהוי פרוונקא" איך קען עס איבערטייטשן אויף אידיש אדער אונגאריש, פאר וועים מ'דארף. כ'וויל שוין הערן עפעס א חידוש פון דיר. נישט נאר אז דו פליקסט מענטשן אין די אויערן... 😎 😂 🙄 😛 😳 😢 😉 😮
איי לי לו לי לו, איי לי לו לי לו
טויט איז נישט דאס ווארט
א בית החיים דער ארט
א שטילשוייגעניש
א שטימעניש
א נאדל פאלן הערן מ'קען
און ווי די פליגן זשומען
אויף די בערג און טאלן אנטלאפן
ביי די בארטנס און האפן
פור קארנערס, און מאנטעסעלא
נישטא צו וועמען צו זאגן העלא
😕