☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול

דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4169
בלאט: 1 2

יין שרף » זונטאג יולי 13, 2014 2:34 am

· #211505
מאראנצןזאפט
ידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:56 am

· #218246
וויק ענד אין קראפט, רבותי די אשכולות שלאאאאאאפן.

petergrifin » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:04 pm

· #285093
Re: דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול
דער עולם יאגט אפ. איך פאר דורך די גאסן און מען זעהט איבעראל אויס געביגעלטע אינגעלייט מיט א רוהגקייט שלעפען פעק און זעק די קינדער זענען אווער עקסייטעד. מען האלט שוין צוויי שעה שפעטער און דער הנ"ל טיילט שוין אט אט נאסע פעטש. שרי נעם מושי ארויף אויבן מען פארט נישט פאר איעדער גייט אין בעסכיסע!!

שוין לאנטש ברעיק איז אווער צוריק צום ארבייט. פארטס אלע לחיים ולשלום ענד סטעי דער.

גנדי » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:43 pm

· #285107
איך שפאציר זיך דורך די גאסען. איך זעה ווי די עולם פאקט און שלעפט.

איך שמייכל צו מיר. ב"ה איך דארף נישט שלעפן ווייל איך גיי נישט אין קאנטרי.

גיי איך אריין אין די גדר פון "לאכען פון יענעמס צרות"?

גראף » זונטאג יוני 30, 2019 11:58 pm

· #432476
Re: דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול
.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

גראף » מוצ"ש אוגוסט 8, 2020 11:07 pm

· #456098
Re: דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול
It's depressing.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 14, 2023 2:03 am

· #531445
ס'איז גארנישט אזוי שששש שטיל אין מאנסי. די שטאט ווירבלט און לעבט (ב"ה) אויף ביידע באקן...!

ווען איך האב געוואוינט אין בארא פארק האביך געהאט די איינציגע ריוח פון א זומער וויקענד אז איך האב געהאט פלאץ צו פארקן מיין קאר בהרחבה אויך די 53'סטע גאס.. אפילו אין שכינות פון סאטמאר ביהמ"ד.

אלע צוזאמען » פרייטאג יולי 14, 2023 6:15 pm

· #531503
ס'א מחיה, וויליאמסבורג קוקט אויס ווי א מדבר שממה, קענסט אראפפארן 'ליע עוועניו' אין איין צי, פלאס נישט זעהן קיין מענטש פאר די אויגן.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 14, 2023 6:38 pm

· #531504
אלע צוזאמען
ס'א מחיה, וויליאמסבורג קוקט אויס ווי א מדבר שממה, קענסט אראפפארן 'ליע עוועניו' אין איין צי, פלאס נישט זעהן קיין מענטש פאר די אויגן.
די גוים זענען אויך געפארן אין קאנטרי??
בלאט: 1 2