☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שאלות ותשובות על הלכות שבת

שאלות ותשובות על הלכות שבת

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4145

האלאנד » מאנטאג יוני 24, 2013 9:47 pm

· #127548
שאלות ותשובות על הלכות שבת
איך האב נאך קיינעם נישט געזען צוברענגען די שאלה. אויב מען מעג אריינלייגן אין א פרידשידער ביר וואס די ווערטער פונעם ביר באטעל ווערט בלוי ווען סווערט קאלט ???

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 24, 2013 10:54 pm

· #127572
מיינסט אלץ כתיבה?
לויט דעם וואלט מען נישט געמעקט ארויסנעמען פון פרידזש אויך נישט, אלץ מחיקה.
נו, הלכה כרבי שמעון דדבר שאין מתכוון מותר, ואפילו בפסיק רישיה, איז דאך לא איכפת ליה.
בפרט אז ביר טרינקט מען דאך במקום מצוה.

ובזה באתי על החותם
ישתו ענווים וישתכרו
קאווע טרינקער

משה געציל » מאנטאג יוני 24, 2013 11:08 pm

· #127580
מיינסט אוודאי פסיק רישא דלא "ניחא" ליה, ווייל פסיק רישא דלא "איכפת" ליה איז ר"ש יא מחייב. און איך מיין אז עס נישט קיין לא ניחא ליה בכלל דא. אבער די שאלה איז צו א כתב וואס איז בכלל נישט מתקיים, און מען שרייבט נישט בידים עס איז נאר א פועל יוצא, צו עס איז בכלל אסור מדרבנן.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 24, 2013 11:11 pm

· #127585
ס'יא ניחא, ער האט עפעס דערפון.
לא איכפת איז דא מיינעך שיטת הערוך וואס איז מתיר.

משה געציל » מאנטאג יוני 24, 2013 11:14 pm

· #127586
קאווע טרינקער
ס'יא ניחא, ער האט עפעס דערפון.
לא איכפת איז דא מיינעך שיטת הערוך וואס איז מתיר.

כתבתי; "איך מיין אז עס נישט קיין לא ניחא ליה בכלל דא" שטיי מיר אייניג?
אגב, כפי זכרוני איז דער ערוך פון די מתירים ביי פסיק רישא דלא ניחא ליה, נישט ביי פ"ר דלא איכפת ליה.

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 24, 2013 11:29 pm

· #127590
אין מסורת משה דף צ"ד האט ער א גאנצע שמועס בנוגע א טעפעראטור מעסטער וואס די אותיות לייכטן אויף דורך היץ.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:53 pm

· #128640
.

יין שרף » מאנטאג יולי 1, 2013 12:13 am

· #129550
שאלתי כלפני עשר שנים וזכרתי כיום אתמול שמותר..