LIVE STREAMING: George Zimmerman Trial <a class="postlink" href="http://www.wggb.com/2013/06/24/live-streaming-george-zimmerman-trial/">http://www.wggb.com/2013/06/24/live-str ... man-trial/</a>
מיין אנאליז איז אז ער וועט ארויס פריי, אין די עיקר סיבה ווייל דער פראסאקיושען וויל אזוי אויך. די גאנצע סיבה וואס מען קלאגט אין איז כדי שטיל צו מאכען די שווארצע, זייער קעיס איז אזוי שוואך, זאגען אז ער האט אים גהרג'ט סתם, ווען עס איז קלאר אז מארטין האט אים געשלאגען, ווייזט אז זיי אליין דארפען נישט א גילטי ווערדיקט.
טרעיוואן מארטין, א יונגאטש פון פלארידע, איז געשאסען געווארן צום טויט צוריקקערענדיג פון א סעווען-אלעווען געשעפט, דורך די נעיבארהוד וואוטש גרופע, א שטייגער ווי די אידישע חברת שומרים. די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אום ט״ז אדר א׳ באנאכט אין סענפארד, פלארידע, און דזשארדזש ציממערמאן איז אנגעקלאגט מיט 2׳טע דעגרי מערד ער קלאגע פאר זיין טויט.
הרב מרטין איז געווען א אומבאוואפענטע אפרו-אמריקני טינעידזשער (17 יאהר אלט), און הרב ציממערמאן איז אן 28-יעריגער ספאניש\אמעריקאנער וואס איז געשטעלט געווארן אלס קאארדינעטאר פאר די שמורה גרופע. די געגענט ווי דאס האט פאסירט, איז א געיטעד קאמיוניטי (מוקף בחומה), און מרטין איז דעמאלס דארט איינגעשטאנען.
ציממערמאן איז געפארן אין זיין אויטא, ווען ער האט באמערקט מארטין (נישט מאנשי שלומינו) אריינשפאצירן אין די קאמיוניטי. ציממערמאן האט גערופען די פאליציי אז מארטין קוקט אים אויס פארדעכטיגט, זאגענדיג דער חברה-מאן - זעהט אויס - זוכט זיך צרות, אדער איז ער אויף דראגס וכדומה. עס רעגענט, און דער שפאצירט דא און קוקט זיך ארום. ער קוקט אויף די הייזער.
לויט ווי די פאליציי באריכטעט, אין נישט דא קיין שום סימן אז מארטין האט געטוען עפעס שלעכטס, צו יענע צייט.
זייענדיג אויף די ליין מיט די פאליציי, איז ציממערמאן ארויס פון זיין אויטא. נאכן אראפלייגען די טעלעפאן, האבן ציממערמאן מיט מארטין געהאט א געפעך, וואס האט זיך געענדיגט מיט ציממערמאן שיסן מארטינ׳ן אין די טשעסט, פון דער נאונט.
ווען די פאליציי זענען אנגעקומען צו די סצענע, האט ציממערמאן דערציילט אז מארטין האט אים אטאקירט, און ער האט אים דערשאסען אין סעלף-דיפענס. ציממערמאן האט געבלוט פון זיין נאז און פון הינטערווייל זיין קאפ. נאך וואס ציממערמאן איז געווארן פארטיג מיט די EMT, האט די פאליציי אים אויסגעפרעגט פאר פינף שעה, און דערנאך אים פרייגעשפראכען, אננעמענדיג זיין ווערסיע.
נאך וואס די געשיכטע האט באקומען נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט, צוליב די מעגליכקייט אז ראסע האט דא געשפילט א ראלע, האט מען אויפגענומען א ספעציעלער פראסעקיוטער צו אינוועסטיגעטן די געשיכטע. דריי וואכען שפעטער, האט די פראסעקיוטער אים אפיציעל אנגעקלאגט. ציממערמאן האט זיך דערקלערט אומשולדיג.
דאס איז די גאנצע תוכן שמועס וואס ציממערמאן האט געהאט מיט די פאליציי
Dispatcher: Sanford Police Department. ... Zimmerman: Hey, we've had some break-ins in my neighborhood, and there's a real suspicious guy, uh, [near] Retreat View Circle. Um, the best address I can give you is 111 Retreat View Circle. This guy looks like he's up to no good, or he's on drugs or something. It's raining and he's just walking around, looking about. Dispatcher: Okay, and this guy is he white, black, or Hispanic? Zimmerman: He looks black. Dispatcher: Did you see what he was wearing? Zimmerman: Yeah. A dark hoodie, like a grey hoodie, and either jeans or sweatpants and white tennis shoes. He's [unintelligible], he was just staring... Dispatcher: Okay, he's just walking around the area... Zimmerman: ...looking at all the houses. Dispatcher: Okay... Zimmerman: Now he's just staring at me. Dispatcher: Okay. You said it's 1111 Retreat View? Or 111? Zimmerman: That's the clubhouse... Dispatcher: That's the clubhouse. Do you know what the—he's near the clubhouse right now? Zimmerman: Yeah, now he's coming towards me. Dispatcher: Okay. Zimmerman: He's got his hand in his waistband. And he's a black male. Dispatcher: How old would you say he looks? Zimmerman: He's got a button on his shirt. Late teens. Dispatcher: Late teens. Okay. Zimmerman: Something's wrong with him. Yup, he's coming to check me out. He's got something in his hands. I don't know what his deal is. Dispatcher: Just let me know if he does anything, okay? Zimmerman: How long until you get an officer over here? Dispatcher: Yeah, we've got someone on the way. Just let me know if this guy does anything else. Zimmerman: Okay. These assholes, they always get away. When you come to the clubhouse, you come straight in and make a left. Actually, you would go past the clubhouse. Dispatcher: So it's on the lefthand side from the clubhouse? Zimmerman: No, you go in straight through the entrance and then you make a left...uh, you go straight in, don't turn, and make a left. Shit, he's running. Dispatcher: He's running? Which way is he running? Zimmerman: Down towards the other entrance to the neighborhood. Dispatcher: Which entrance is that that he's heading towards? Zimmerman: The back entrance...fucking [disputed/unintelligible] Dispatcher: Are you following him? Zimmerman: Yeah. Dispatcher: Okay, we don't need you to do that. Zimmerman: Okay. Dispatcher: All right, sir, what is your name? Zimmerman: George...He ran. Dispatcher: All right, George, what's your last name? Zimmerman: Zimmerman. Dispatcher: And George, what's the phone number you're calling from? Zimmerman: [redacted] Dispatcher: All right, George, we do have them on the way. Do you want to meet with the officer when they get out there? Zimmerman:: Yeah. Dispatcher: Alright, where you going to meet with them at? Zimmerman: If they come in through the gate, tell them to go straight past the club house, and uh, straight past the club house and make a left, and then they go past the mailboxes, that's my truck...[unintelligible] Dispatcher: What address are you parked in front of? Zimmerman: I don't know. It's a cut through so I don't know the address. Dispatcher: Okay. Do you live in the area? Zimmerman: Yeah, I...[unintelligible] Dispatcher: What's your apartment number? Zimmerman: It's a home. It's 1950, Oh, crap. I don't want to give it all out. I don't know where this kid is. Dispatcher: Okay. Do you want to just meet with them right near the mailboxes then? Zimmerman: Yeah, that's fine. Dispatcher: All right, George. I'll let them know to meet you around there okay? Zimmerman: Actually, could you have them call me and I'll tell them where I'm at? Dispatcher: Okay, yeah. That's no problem. Zimmerman: Should I give you my number or you got it? Dispatcher: Yeah, I got it [redacted] Zimmerman: Yeah, you got it. Dispatcher: Okay. No problem. I'll let them know to call you when they're in the area. Zimmerman: Thanks. Dispatcher: You're welcome.
unintelligible מיינט אז מען קען נישט קלאר הערן די ווערטער, און disputed מיינט אז ס׳איז פארהאן חילוקי דיעות וואס די ווערטער זענען.
ביטע אנטשולדיגן, אבער איך האב נישט ארויסגענומען די פראפאניטי צוליב די טאן פון די נושא.
חכמה בגוים אל תאמין. עס טוט זיך אין קארט איבער די טעלעפאן געשפרעך איין מאמע שרייט אז עס איז קלאר איר זוהנ'ס שטימע ווידער די צווייטע טענה'ט אז עס איז גאר איר זוהן וואס ריפט פאר הילף. א אידידשע קאפ וואלט זיכער צישניטן די געשפרעך אין צוויי ווי שלמה המלך האט געטוהן מיט די קינד...
חכמה בגוים אל תאמין. עס טוט זיך אין קארט איבער די טעלעפאן געשפרעך איין מאמע שרייט אז עס איז קלאר איר זוהנ'ס שטימע ווידער די צווייטע טענה'ט אז עס איז גאר איר זוהן וואס ריפט פאר הילף. א אידידשע קאפ וואלט זיכער צישניטן די געשפרעך אין צוויי ווי שלמה המלך האט געטוהן מיט די קינד...
דעמאלטס ואלט מען זיכער נישט געקענט מברר זיין וועגן תרי קלי לא משתמעי שלמה המלך וואלט נישט געפסקנ'ט אזוי אין דאזיגע פאל
איך האלט אויך אז ער וועט אין די ענדע ארויסגיין פריי, אדער כמעט פריי. די מידיא גייט דא זייער שטארק אויפעסן די קאשע וואס זי האט פרובירט צו פארקאכן.
יעצט איז די מידיא נאר פארנומען צי עס וועלן יא זיין ראיאטן אדער נישט. ספעציעל די קאנסערוואטיווע מידיא [מיט איר אייגענע, אומבאהאלטענע, ראסיסטישע אגענדע].
דער פאקט אז די איינציגע סיבה פארוואס ס'זאלן זיין ראיאטן איז נאר דערפאר וואס די [ליבעראלע] מידיא האט פון די ערשטע מינוט באשלאסן אז צימערמאן איז שולדיג, דאס וועט מען אודאי נישט הערן אין די מידיא...
לעגאלע עקספערטן שטוינען וואס די חשבון איז דא געווען צו ברענגען א מערדער קלאגע קעגן דעם זימערמאנען, ווען יעדער איז מודה אז ס'געווען א פיזישע געשלעג, אויב איז געווען א פיזישע אנפאל אויף זימערמאן מוז מען אטאמאטיש געבן די בענעפיט פאר זימערמאן אז אפשר האט ער רעאגירט מיט די ריינע כוונה פון הבא להרגך, קענסט שרייען און קוויטשען, "סקיטלס" "הודיס", "17 יעריג קינד", "אומבאוואפענט", למאי נפק"מ? די אונטערשטע שורה איז אז דער שחור האט געהויבן ערשט הענט, צו פארדעם צו פאר יענס, אז מ'הייבט הענט איז הותרה הרצועה, איך האב עפעס א קאנספירעסי טעאריע אז די גאנצע פראצעס איז בלויז געווען א שפיל צו בארואיגן די געמוטער פון די שחורים, מ'האט ספעציעל גענומען ווייסע פראקורן צו ווייזן אז די ווייסע רעגירונג האט א געפיל צו זיי, די גאנצע קלאוזינג ארגומענט האב איך גוט אויסגעהערט, ס'האט עפעס נישט געהאט קיין שום לעגאלע תוכן אדער טענה, ס'אלס געווען די גאסן רעטאריק, "סקיטלס" "הודיס" "פראפייל" וכו' ער האט גערעט צו די שחורים אויפן גאס נישט די דשורי, אזוי ותעצר המגפה, די המון זאל איינרוען,
Watch "The Truth About George Zimmerman and Trayvon Martin" on YouTube - <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=bF-Ax5E8EJc&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=bF-Ax5E ... ata_player</a>
כ'האב נישט געלייענט באלדווין, אבער איך דערמאן מיך אן ארטיקל פון דעם שרייבער וויליאם סטייראן, וועלכער איז געווען א נאענטע פריינט זיינער, ווי ער באשרייבט באלדווין'ס שטילע אבער אומאיינגעהאלטענע כעס אויף דאס איינגעגעסענע ראסיזם אין אמעריקע:
The conversation would turn more abstract and political. I am surprised when I recall how certain of these people -- well-intentioned, tolerant, ''liberal,'' all the postures Jimmy so intuitively mistrusted -- would listen patiently while Jimmy spoke, visibly fretting then growing indignant at some pronouncement of his, some scathing apercu they considered too ludicrous for words, too extreme, and launch a polite counterattack. ''You can't mean anything like that!'' I can hear the words now. ''You mean -burn . . .'' And in the troubled silence, Jimmy's face would become a mask of imperturbable certitude. ''Baby,'' he would say softly and glare back with vast glowering eyes, ''yes baby. I mean burn. We will burn your cities down.''
ס'איז פון א 1987 נ.י. טיימס ארטיקל וואס איך האב ערשט געליינט אין "Havanas in Camelot" -- אגב אן אויסגעצייכנטע זאמלונג פון סטייראן'ס עסייען פון במשך די יארן. סטייראן אליין, ווי באקאנט, האט זיך אויך ברייט באנומען מיט די ענין פון ראסיזם אין זיינע ווערק.
(אפשר קומט דאס אין צווייג "ליטעראטור," אבער אז מ'רעדט דא פון ראסיזם איז עס לכאו' נוגע.)
איך האב עפעס א קאנספירעסי טעאריע אז די גאנצע פראצעס איז בלויז געווען א שפיל צו בארואיגן די געמוטער פון די שחורים, מ'האט ספעציעל גענומען ווייסע פראקורן צו ווייזן אז די ווייסע רעגירונג האט א געפיל צו זיי, די גאנצע קלאוזינג ארגומענט האב איך גוט אויסגעהערט, ס'האט עפעס נישט געהאט קיין שום לעגאלע תוכן אדער טענה, ס'אלס געווען די גאסן רעטאריק, "סקיטלס" "הודיס" "פראפייל" וכו' ער האט גערעט צו די שחורים אויפן גאס נישט די דשורי, אזוי ותעצר המגפה, די המון זאל איינרוען,
זיכער אזוי, יעדער פארשטייט דאס. די שאלה איז נאר צו עס האט געטוהן די דזשאב. די ענטפער איז אויף די גאסן פון לאס ענדזשעלעס.
די חוצפה פון די ליבעראלע מידיא און זייערע ליינער איז אויפרעגנד. יעדער געדענקט וויאזוי די גאנצע פרשה מיט זימערמאן, דער גאנצער טומל האט זיך אנגעהויבן מיט א זיוף וסילוף נורא, א פאלסיפיקאציע פון ערשטן קלאס מבית היוצר פון ען בי סי, בזדון ובכוונה. זיי האבן געפעלשט שטיקלעך פון א טעיפ וואס די משמעות האט געדארפט זיין אז זימערמאן האט גענוצט א ראסיסטישע אויסדרוק אויף טרעיוויאן. און זיי האבן אינגאנצן פארהוילן די פאקט אז זימערמאן איז געווארן פארוואונדעט, אדער אז עס איז בכלל געווען א שלעגעריי.
ביני לביני, האבן זיך די אמת'ע פאקטן גענומען ארויסשיילן. קודם כל, מען רעדט פון א היספאנישן, נישט קיין ווייסן. (אה, ווייסער-היספאנישער? דאן איז מר. אבאמא א ווייסער-שווארצער). די ראסיסטישע אויסדרוקן איז א טאטאלער זיוף. דער אינג איז קודם באפאלן זימערמאן און אים געהאקט ס'קאפ אין די קאנקריט. זימערמאן איז געווארן ערנסט צובלוטיגט פון אונטן און פון פארנט. יא, א מענטשליך לעבן איז נישט הפקר. און זימערמאן דארף ווען אויסשטיין א מענסלאטער פראצעס וואס זאל דעטערמיינען צי ס'איז געווען יכול להצילו באחד מאבריו.
אבער די חוצפה און אראגאנץ פון די מידיא איז מרפסין איגרא. האסט איבערגעדרייט א שטאט, אנגעהיצט א מצב על לא דבר. ביודעין ליגנט געזאגט און געפעלשעוועט. א נארמאלער ליגנער ווען מען כאפט אים מיטן ליגענט פאקט ער איין, און שעמט זיך אויפצוהייבן ס'פנים פאר בושה. און דא אנשטאט די פרשה זאל פארשוואונדן במקום אשר לא יזכרו ולא יפקדו ולא יעלו על לב לעולם, עס זאל קריגן די מינימאלסטע דעקונג אויב בכלל, האלטן זיי גאר אן זייער קרוסעיד קעגן זימערמאן במצח נחושה. עס קען דאך איינעם די בלוט פרעשור ארויפרוקן צו מסוכנ'דיגע גראדן.
נ.ב. איך בין געווענליך א דעמאקראט -ליבעראל, חוץ ווען עס גייט קעגן מיין שכל. פונקט ווי ביי מיין היימישע פארטיי, בין איך ב"ה נישט משועבד צו יעדער שטות וואס די פארטיי פירער זענען מחליט צו פיטערן עדת צאן מרעיתם.
אלעס זייער פיין, און איך בין מסכים אז מעגליך זימערמאן האט אווער ריעקטעד. די שאלה איז צי ווען די פונקטליכע פאקטן זענען קלאר אין פירסט פלעיס, וואלט עס בכלל געווארן א נאציאנאלער טומל? וואלטן די שווארצע געווארן אנגעהיצט וועגן א ספק אז אפשר האט זיך דער געשלעג אנגעהויבן מחמת ווייל זימערמאן האט חושד געווען מארטין נאר ווייל ער איז שווארץ? יתכן אז יא, אבער ס'איז שטארק מסתבר אז מיר וואלטן געהערט פון דעם קעיס פונקטליך אזויפיל ווי מען הערט פון ענליכע קעיסעס ווי די מידיא פארקאכט נישט די קאשע.