☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט

רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4132

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 21, 2013 1:34 pm

· #127062
רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט
ס'ברייט באקאנט דעם ניגון "רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט".
דא קענט איר הערן ירמי' דמן זינגט דאס אזוי הארציג
ס'איז דא אפילו אויף עברית
"רבונו של עולם, הבה נעשה עסקת חליפין...."
דער אידישע נוסח זאגט מען אז דער בארדיטשובער האט דאס געמאכט (די ניגון אויך?) די עברית האט לכאורה הברדיצ'ובי מחבר געווען. (כ'דערמאן זיך פון דא)

איך האב נישט נאכגעקוקט די מקור פון דעם, אבער איך וויל סתם פארשטיין:

וויאזוי קען מען מאכן אזא בייט?
מ'געבט פשעים חטאים אין אויסטויש פאר בני חיי ומזוני?

איך אויך » פרייטאג יוני 21, 2013 1:48 pm

· #127074
קאוועלע דו ביסט צופיל איבערגענומן פון מרים'ס טשעט, פאר דיין טובה גיי גיב עס ארויס פון דיין סיסטעם..

קינות גירושין » זונטאג יוני 23, 2013 1:23 am

· #127187
לענ״ד איז פשט פשוט, ווייל תשובה מאהבה ווערט דאך עס זכיות
סא, מיט דע ניגון טוט זיך דער אידעלע תשובה, מברענגט עס ארויס אויף א געשמאקע אופן

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 1:57 am

· #127196
עס איז פשוט, אונזער תפקיד איז דאך צו זינדיגען, כי כן דרכנו, יצר לב האדם וכו'. דער אייבישטער'ס תפקיד איז צוצושטעלן מחילה וסליחה + בני חיי ומזוני, איז בעט מען פשוט אז יעדער זאל פאלגען זיין תפקיד.

ומקרא מלא הוא, אז אויב איז אנדערש קען מען האבען טענות

(1) ספר איכה פרק ג
(מב) נַחְנוּ פָשַׁעְנוּ וּמָרִינוּ אַתָּה לֹא סָלָחְתָּ:
רש"י איכה פרק ג פסוק מב
(מב) נחנו פשענו ומרינו - זה דרכינו על ידי יצר הרע. אתה לא סלחת - ולך היתה נאה הסליחה כי כן דרכך.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 23, 2013 2:05 am

· #127198
פיין, אבער פארוואס נישט גלייך אויף גלייך?

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 2:08 am

· #127199
פון יעדער לויט זיין מעגליכקייט צו יעדער לויט זיין באדארפעניש.

קינות גירושין » זונטאג יוני 23, 2013 2:09 am

· #127200
כהאב דורך גבלעטערט יעצט גאנץ דברי יואל און שפע חיים כקען נישט טרעפן א תירץ אויף דיין קשיא
מוז מען גיין מיטן תיקו

פרישער » זונטאג יוני 23, 2013 2:36 am

· #127208
וואס טיט זיך מיטן בייט וואס מיר מאכען מיט דעים האן

מיר זאגען זה חליפתו, זה התרנגיל ילך למיתה ואנחנו נלך לחיים טובים אריכים ושלום

זעיט אויס מיט די האן גייען מיר יא גלייך אויף גלייך

אולי דעיס איז די קשיא פינעם האן פינעם בני אדם.