☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט איר

די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט איר

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #407
בלאט: 1 2

אוהב דעת » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:20 pm

· #64839
איך הער אפאר חברה וואס זענען געווען דארט גייען יעצט סאען די ארג ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין לייסענסט פערפעשענאלס...
עס גייט זיין מארגען אין די NYT front page

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:47 pm

· #65433
אוהב דעת
איך הער אפאר חברה וואס זענען געווען דארט גייען יעצט סאען די ארג ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין לייסענסט פערפעשענאלס...
עס גייט זיין מארגען אין די NYT front page

די באשולדיגונגען גייען סך ווייטער ווי בלויז נישט האבן לייסענס...

לאדיך אפ » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:19 am

· #65448
רח"ל וואס דארט גייט פאר. אויך מיר טעראפי....

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:50 am

· #65453
מדארף נישט אזוי שנעל גלייבען אלס וואס שטייט אין דער צייטונג המובא למעלה.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:51 am

· #65454
לעיקוואד
מדארף נישט אזוי שנעל גלייבען אלס וואס שטייט אין דער צייטונג המובא למעלה.

דהיינו? איך האב עס געהערט פון די אקיוזערס אליינס

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:05 am

· #65464
זר זהב
לעיקוואד
מדארף נישט אזוי שנעל גלייבען אלס וואס שטייט אין דער צייטונג המובא למעלה.

דהיינו? איך האב עס געהערט פון די אקיוזערס אליינס

וואס? אז מטוט זיי אויס וכו'? פון ווי קענסטו זיך מיט די חברה?
בכל אופן, איך שטעל מיך אויך פאר אז איינער האט דאס אריינגעלייגט אין צייטונג, און נישט זיי האבען עס אליינס אויסגעטראכט, און אויף דעם זאג איך אז ממוז עס נאכנישט גלייך גלייבן. נישט אלס וואס מענטשען זאגען און זענען מפרסם איז אמת אדער מדוייק.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:08 am

· #65468
זיי האבן גערעדט צו די ראדיא רעפארטערס האסט עס געקענט הערן אויף אלע ראדיא סטאנציעס.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:13 am

· #65473
שכויעח...
איז יעצט חזר איך איבער, נישט אלס וואס איינער פארציילט אויף די רעדיא איז אמת אדער מדוייק.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:18 am

· #65477
דאס האסטו נישט פריער געזאגט. ודו"ק

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:25 am

· #65479
כ'זעה נאך נישט פארוואס נישט צו גלייבען. זיי זאגען נישט עפעס אויסטערליש. דאס איז די מהלך המחשבה פין די מענטשען, אז מען קען טוישען איינעם און אז די געי מענטשען זענען נאר איינגערעדט אין דעם.

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:28 am

· #65480
לעיקוואד
diff
אמרו חכמים ימות ואל תבעל לו means he should live in deathly pain until -

מי גילה לך פשט כזה? אין זה ההלכה. הפשט הוא שימות מחולי ואין נאו מוסרים לו בת ישראל. ואם היה הוא מפתה אותה מעצמו הרי על זה לא מדובר שם כלל ובוודאי יש מקום לומר דהוי אונס.

אמר רב יהודה אמר רב: מעשה באדם אחד שנתן עיניו באשה אחת והעלה לבו טינא , ובאו ושאלו לרופאים, ואמרו: אין לו תקנה עד שתבעל.
אמרו חכמים: ימות ואל תבעל לו.
תעמוד לפניו ערומה -
ימות ואל תעמוד לפניו ערומה.
תספר עמו מאחורי הגדר -
ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר.
פליגי בה רבי יעקב בר אידי ורבי שמואל בר נחמני: חד אמר אשת איש היתה וחד אמר פנויה היתה. בשלמא למאן דאמר אשת איש היתה – שפיר, אלא למאן דאמר פנויה היתה - מאי כולי האי?
רב פפא אמר: משום פגם משפחה
רב אחא בריה דרב איקא אמר: כדי שלא יהו בנות ישראל פרוצות בעריות.
ולינסבה מינסב?
לא מייתבה דעתיה , כדרבי יצחק, דאמר רבי יצחק: מיום שחרב בית המקדש ניטלה טעם ביאה ניתנה לעוברי עבירה , שנאמר מים גנובים ימתקו ולחם סתרים ינעם.

בהלכה לא נפסק כחד דאמר פניוה היתה, וכמדומני שראיתי שזו היתה הוראת שעה.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:31 am

· #65483
איך רעד אויף די אויסטערלישע נקודות וואס שטייט אין דער לינק פון זר זהב. דאס אז זיי ארבעטן אויף די הנחה אז מקען דאס טוישען וכו', דאס זאגען זיי קלאר עס איז נישט קיין סוד, אוודאי איז דא אויף דעם וויכוחים גדולים און סשווער צו וויסען ווער סגערעכט צוליב די נגיעות מכל הצדדים, אבער עכ"פ לגבי די נקודה זאגט דאך די ארגינעזאציע קלאר אז זיי האלטן אזוי זיי נארען קיינער נישט אפ, און ווער סגייט דארט פארשטייט דאך אז מגייט אויף דעם הנחה. אז סגעלונגט נישט ווערט ער ברויגז אז סהאט נישט געקענט געלונגען, ער איז אבער געגאנגען דארט לכתחילה מיט די מחשבה אז עס קען יא געלונגען.

הדד בן בדד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:28 am

· #65491
לעיקוואד
איך רעד אויף די אויסטערלישע נקודות וואס שטייט אין דער לינק פון זר זהב. דאס אז זיי ארבעטן אויף די הנחה אז מקען דאס טוישען וכו', דאס זאגען זיי קלאר עס איז נישט קיין סוד, אוודאי איז דא אויף דעם וויכוחים גדולים און סשווער צו וויסען ווער סגערעכט צוליב די נגיעות מכל הצדדים, אבער עכ"פ לגבי די נקודה זאגט דאך די ארגינעזאציע קלאר אז זיי האלטן אזוי זיי נארען קיינער נישט אפ, און ווער סגייט דארט פארשטייט דאך אז מגייט אויף דעם הנחה. אז סגעלונגט נישט ווערט ער ברויגז אז סהאט נישט געקענט געלונגען, ער איז אבער געגאנגען דארט לכתחילה מיט די מחשבה אז עס קען יא געלונגען.


גוט געזאגט לעיקוואד. איך וויל נאר צולייגן איין ווארט, איך זעה נישט אין דעם גאנצן צייטונג ארטיקל איין ווארט וועגן דעם שבת איבער וואס דער אשכול איז געעפנט געווארן.

diff » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:17 pm

· #65616
געפילטע פיש
בהלכה לא נפסק כחד דאמר פניוה היתה, וכמדומני שראיתי שזו היתה הוראת שעה.

רמב"ם הלכות יסודי התורה ה הלכה ט
מי שנתן עיניו באשה וחלה ונטה למות ואמרו הרופאים אין לו רפואה עד שתבעל לו ימות ואל תבעל לו אפילו היתה פנויה ואפילו לדבר עמה מאחורי הגדר אין מורין לו בכך וימות ולא יורו לדבר עמה מאחורי הגדר שלא יהו בנות ישראל הפקר ויבואו בדברים אלו לפרוץ בעריות.

If you can misstate halacha, can we rely on your כמדומני.

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:17 pm

· #65694
אויב געדענק איך גוט ווערט עס נישט געפסק'נט אין שו"ע.

טשארייער » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 10:34 pm

· #66706
האב הנאה פון איינער פון אונזער היינטיקע גדולים, דעניס פרייגער: זע דא.

טשארייער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 6:31 pm

· #66927
[ציטאט אראפגענומען]


דער יסוד פון חתונה האבן מיט א פרוי אין יידישקייט איז צו אויפשטעלן א דור פון נארמאלע געזונטע קינדער, און דווקא דורך דעם ווערט א געזונטער געזעלשאפט (איך מיין אז פרייגער האט דאס נישט גענוג באטאנט). ס'איז ריכטיג אז בדרך ממילא קומען ארויס געוויסע בעניפיטס, סיי פאר די ספעציפישע פאר און סיי פאר דער אלגעמיינער געזעלשאפט (ווי פרייגער רעדט דאס דורך באריכות), אבער דאס איז נישט די עיקר סיבה, ווי ס'איז קלאר פון חומש בראשית. במילא, אפילו ווען צווי מענער וואלטן צוזאמען געקומען מיט א פארפליכטונג צווישן זיך, ווערט'ס נאך אלץ פארעכנט אלץ א תועבה. און נאכמער, אפי' וואלטן זיי באשלאסן אויסהאדעווען אדאפטירטע קינדער (אדער דורך ארטיפיש"ל אינסעמיניישא"ן), איז זעלבספארשטענדלעך די חורבן פאר דער גייסטישער אנטוויקלונג פון קינד ווען ער האט נישט קיין מאמע, איז צוריק ווערט דאס אודאי געוויס פארעכנט אלץ א תועבה.

diff » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 12:54 am

· #67068
1-800 heter
I already asked you to explain your heter, but It seems you dont understand it yourself. Also since when do conservatives need a heter.

איך שוין געבעטן איר צו דערקלערן דיין העטער, אָבער עס קוקט איר אַליין ניט פֿאַרשטיין עס. אויך זינט ווען טאָן קאָנסערוועטיוועס דאַרפֿן אַ העטער.

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:28 pm

· #68584
טשארייער
האב הנאה פון איינער פון אונזער היינטיקע גדולים, דעניס פרייגער: זע דא.

ער האט געוויסע שטארקע נקודות. למשל אז אפילו אויב האמאסעקסועליטעט איז אן איינגעבוירענע נאטור, זענען זיכער דא פיל האמאסעקסועלס וואס האבן לכתחילה נאר געהאט א שוואכע נטיה דערצו און האבן עס אויסגעברייטערט צוליב דעם וואס אין די מאדערנע וועלט איז מען עס מחזק. אדער וואס ער ברענגט ארויס אז עס איז נישט נאר האמאסעקסועליטעט אויפ'ן טיש, נאר די גאנצע מאראל פון פאמילע לעבן. אבער ער האט אויך פונדאמענטוליסטישע שטריכן, כדרכו. ווי למשל דאס אז די פראבלעם פון האמאסעקסועליטעט איז אז די תורה רופט עס אן תועבה, אדער אז די תורה לאזט טאקע קנעכטשאפט אבער זי איז עס נישט מחזק. ביידע זענען אפגעפרעגטע טענות ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט אויף אנדערע פלעצער דא. וואס איז אינטערעסאנט איז אז פרעיגער איז אפילו נישט קיין ארטאדאקסישער איד.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 8, 2014 7:19 pm

· #204858
<a class="postlink" href="http://www.lgbtqnation.com/2014/06/n-j-judge-conversion-therapy-practitioners-could-be-liable-for-damages/">http://www.lgbtqnation.com/2014/06/n-j- ... r-damages/</a>

גוגל-הדור » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:33 pm

· #266292
<a class="postlink" href="http://www.thejewishweek.com/news/new-york/safe-spaces-orthodox-gays-spreading-campus">http://www.thejewishweek.com/news/new-y ... ing-campus</a>

הקטן » דינסטאג מאי 5, 2015 3:34 pm

· #272708
ס'איז א psychodynamic מהלך וואס איז נישט גרינג מסביר צו זיין פאר א לע-מען
ער האט א בוך light in the closet

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 3, 2015 9:00 pm

· #280369
Re: די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט א
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/205216/2015/06/03/jersey-city-nj-orthodox-plaintiff-in-gay-conversion-suit-tells-of-therapy-methods/">http://www.vosizneias.com/205216/2015/0 ... y-methods/</a>
פיר מענטשען סואען אינטער די nj consumer fraud laws.
קען איך סאען יעדע חי רוטל ארגענעזאציע וואס איז מבטיח אלעס?

הקטן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 9:29 am

· #280479
די אנגלאגערס האבן נישט קיין טשענס.
איך קען אביסל זייער מהלך און טערעפי ס'גארנישט אנדערש וואו אסך אנדערע מעטאדען וואס ווערן געניצט all over
דו מלחמה אקעגן זיי איז ריין פאליטיק - און אזא קעס קען זיי ווינדיקעטען.

אויב געדענק איך גיט איז שוין אפאר יאר ציריק געווען א שטינק אין די מידיע - איז דאס נאך די זעלבע קעס? וואס האט זיך דעלמאטס אויסגעלאזט?

קול דודי » דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:27 pm

· #285177
און... די אנקלאגערס האבן געווינען.

<a class="postlink" href="http://mic.com/articles/121300/with-all-eyes-on-marriage-gays-just-won-another-enormous-legal-victory">http://mic.com/articles/121300/with-all ... al-victory</a>

הקטן » דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:25 pm

· #285188
איך בין זייער נייגעריג צי זען וואס דא judge האט געשריבן.
אויף וואס איז געבויט די קנס
איז דאס ווייל טייל פין די קאנסלערס זענען נישט לייסענס
איז דאס ווייל זיי האבן ציגעזאגט אז זיי קענען זיכער העלפן און זיי קענען דאס נישט אויפווייזען

The Ferguson verdict is a legal, precedent-setting declaration that homosexuality, whatever it is, isn't a "disorder," a "deathstyle," or the result of a "psychological
wound," as JONAH's would-be mental health professionals declared in their testimony. While a person's sexuality may change, the jury has declared, it cannot be changed.


וואו אזוי קען א jury דיקלערן וואס איז יא שייך צי העלפען, וואס איז יא א קראנקהייט.
דאס קיקט אויס וואו ווישפעל טינקאינג פין די שרייבער.

זייער וועב סייט jonahweb.org איז עלייף ענד קיקאינק

גייט JONAH's פאקען פעק אין אהיים גיין אדער גייען זיי איבער ארבעטן זייער ליטארעטאר?


דא איז דאס אביסעל בעסער געשריבן

The judge’s instructions to the jury Thursday morning outlining how they should consider the charges seemed to indicate the inevitability of the outcome. If the jury felt that JONAH presented homosexuality as a “mental illness, disease, disorder or something equivalent” or if they determined that JONAH indicated any kind of “success rate” for reparative therapy, it had to find the organization in violation of the Consumer Fraud Act
t.

זעה אויך וואס גאלדבערג האט געזאגט:


founder Arthur Goldberg admitted under oath to a “general success rate” which he described as “a third, a third, and a third” — a third saw substantial decreases in their same-sex attraction, a third went completely from gay to straight, and a third saw no change. In other words, JONAH’s sales pitch was a 67 percent success rate, a claim for which it had no foundation.



Arthur Goldberg admitted under oath ???
67 percent success rate איז נישט קיין קליינע נאמבער אין דאס זאגט קלאר אז דאס קען מען העלפען און אסך פעלער
אויב איז ער א שקרן זאל ער ווערן אנגעגלאגט אויף פערדשערי - נאר וואס? ער קען נישט ברענגען זיינע קלייענטען ליגעלי צי טעסטעפייען

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 26, 2015 3:55 am

· #285264
הקטן, דו האסט געמאכט איין טעות. דו האסט פארגעסן אז מען לעבט אין אמעריקא פון דעם איין און צוואנציגסטן יארהונדערט...

United Sdom Amora

הקטן » פרייטאג יוני 26, 2015 9:25 am

· #285271
וואס מיינסטו מיט מיין מאכן א טעות?
איך ווייס דען נישט אז ס'איז זייער נישט פאליטיקלי קארעקט צי וועלן פארעכטען סעם-סעקס-עטרעקשען?
אבער דאס זאל געווינען און קארט האט איך נישט געגלייבט.
די judge האט נישט איבערגעלאזט קיין ברירה פאר די דשאריס
קוק וואס ער זאגט:
If the jury felt that JONAH presented homosexuality as a “mental illness, disease, disorder or something equivalent”


דער judge האט אנגענימען אז ס'איז נישט mental illness, disease, disorder or something equivalent”

אפשר קען מיר דער judge דיפיינען קאלר וואס איז און וואס איז נישט קיין disorder אדער א something equivalent
די פאקט איז אז די מעדיקעל פילד און די סייקעטריק און סייקאלעדשי פילד האבן אלע געהאלטן אז דאס איז א disorder
די פאקט איז דאס איז ארויס פין די DSM אן קיין שום סייענס נאר אלס ריין פאליטיק
יא דיסארדער נישט דיסארדער איז נישט קיין מציאות דאס איז סך הכול הסכמת בני אדם.
אויב די חברה וואס ליידען פין OCD וועלן זיך צאמנעמען האבן זיי די מעגליכקייט פין זאגן OCD איז נישט קיין דיסארדער א יעדער לייד אביסל דערפין איינער מער און איינער ווייניגער - און אויס מיט דיסארדער.

וכן להפוך, אויב וועט איינער מיט קאנעקשען מחליט זיין אז ווערן און כעס איז א דיסארדער קען דאס אריין קימען אין די DSM 6 אלס CAD קאמפאלסיוו ענגער דיסארדער - און פין היינט און ווייטער קענסטו נישט דיסקרימענעטען אפ זאגן אן ארבעטער ווייל ער ווערט אין כעס

עס פאר עס איי רימעמבער זאט נישט די ארגענעזעשען אז סעם-סעקס-עטרעקשען איז א דיסארדער די judge האט געפרעגט וואס די דשארי פילט
דאס איז נאך נישט געניג, ווייל לאמער זאגן אז די דשארי פילט נישט אזוי
איז די judge מוסף

or if they determined that JONAH indicated any kind of “success rate” for reparative therapy, it had to find the organization in violation of the Consumer Fraud Act


הויעכער judge עס זענען דא איבער 300 modals of psychology רוב ריבם פין זיי זענען נישט סייענטיפיקלי אויפגעוויזען אז ס'ארבעט רוב זענען נישט מער וואו anecdotal evidence אדער ווייניגער - אפילה די וואס פאריפען זיך יא אז זיי האבן אינטער זיך empirical evidence איז אויך ווייט פין קלאר וואס ארבעט וואס איז די active ingredient
JONAH איז אזוי און violation of the Consumer Fraud Act וואו סעקאלעדשי עס עי group

נאר וואס? די דאדש האלט אז סעם-סעקס-עטרעקשען קען מען נישט טוישן - דאס איז א ריין פאליטישע מיינאנג און האט נישט קיין ברעקעל סייענס אינטער זיך

איי מיר זען מעשה בכל יום אז מענטשען טוישן זיך יא - זאגט דער judge, יא, מענטשען קענען זיך טוישן אבער סעקאלעדשי קען און דעם נישט העלפן!

הדד בן בדד » זונטאג יוני 28, 2015 3:25 am

· #285574
הקטן, איך בין מיט דיר 101 פראצענט. און אויף דעם האב איך געזאגט אז דו האסט געמאכט א טעות. ווייל מיר לעבן היינט אין י'ונייטעד ס'דום ע'מורה. און אין דעם לאנד, אויב איז דאס פאליטיש נישט אויסגעהאלטן וועט עס געוואונען אין קאורט. צו אזא מצב זענען מיר אנגעקומען. ס"ה ווייזט עס ווי טיף קארופטירט אונזער סאסייעטי איז.

דאס אלעס. שרייטס און זאגסט אלע וואס איר ווילט. מיר לעבן אין א שרקעליכען צייט. איך גלייב אז פון דעם האבן די תנאים און אמוראים מורא געהאט אז זיי זאלן דאס נישט זעהן.

נאר ווען עס וועט געשעהן עפעס אן אומגליק און א ראביי אדער להבדיל א גלח וועט זיך אויפשטעלן און זאגן אז דאס איז א שטראף פון ג-ט, אוי אוי, ווארט נאר ווארט וואס מען וועט דעמאלס צאמפארפירן...

גוגל-הדור » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 4:01 pm

· #315471
<a class="postlink" href="http://www.theatlantic.com/health/archive/2015/06/can-sexuality-be-changed/394490/">http://www.theatlantic.com/health/archi ... ed/394490/</a>

<a class="postlink" href="http://www.newsweek.com/life-and-death-jewish-exgay-therapy-organization-406898">http://www.newsweek.com/life-and-death- ... ion-406898</a>

דער גרויזאמער ארגאניזאציע פארמאכט די טויערן!

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:52 pm

· #315542
<a class="postlink" href="http://www.josephnicolosi.com/">http://www.josephnicolosi.com/</a>

פארשוויגען » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:32 pm

· #315647
הקטן
די אנגלאגערס האבן נישט קיין טשענס.
איך קען אביסל זייער מהלך און טערעפי ס'גארנישט אנדערש וואו אסך אנדערע מעטאדען וואס ווערן געניצט all over\

איר האט געליינט וואס די ארטיקלען פארציילען איבער זייער מהלך אין טעראפי?

הקטן » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:30 pm

· #315794
יא איך האב געליינט.
א גרויס חלק איז out of context

איך האב אויך דארך גליינט Arthur Goldbergs בוך
575 page מיט הסכמות פין עטליכע PHDs

דא האסטו אביסל דערוועגן
light-in-the-closet-

קוק אויך די לינק וואס איך האב געברענגט פין דר. ניקעלאסי, JONAHS מאדעל איז געווען געבויט אויך דר. ניקעלאסי מאדעל
איב האב געהערט זיינע דרשות שוין יארן ציריק - דאס איז געבויט אויף סייקא-דיינעמיק מיט cbt

זעה דא

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:06 pm

· #315799
איך פארשטיי נישט אזוי גוט, וואס איז מיר א נפקא מינא די טעאריעס אויב בפועל איז די "טעראפי" אזוינע שגיונות/מנובלות? אין וועלכע קאנטעקסט מאכט סענס די סארט זאכען?

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:12 pm

· #315801
<a class="postlink" href="http://www.northwesternlawreview.org/online/ferguson-v-jonah">http://www.northwesternlawreview.org/on ... on-v-jonah</a>

הקטן » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:18 pm

· #315814
זאג עפעס וואס די ארגאניזאציע זאגט אז דאס טוען זיי, וועלן מיר דאס קענען דארך טון
נישט אלעס וואס איינער מיט אן עגנדע קלאגט אן מיז זיין אמת.

זיי האבן פארלוירן ווייל די דזארי\דאדש האט געהאלטן אז "ססע" איז נישט קיין מחלה, נישט ווייל זיי האבן געטון שגיונות/מנובלות

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:03 pm

· #315837
עס איז נישט אמת די שגיונות וואס מען פארציילט?

כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 23, 2018 6:38 pm

· #400509
<a class="postlink" href="http://jewishweek.timesofisrael.com/jonah-continuing-conversion-therapy-legal-group-argues/">http://jewishweek.timesofisrael.com/jon ... up-argues/</a>

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 24, 2018 12:42 am

· #400523
Re: די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט א
לעיקוואד


דער עיקר נקודה וואס איך פארשטיי נישט אין יידל'ס טענה, איז וויאזוי קענסטו גלייבען אין א גאט אדער א תורה וואס הייסט דיר קלאר טוהן א זאך וואס ער וועט קלאר נישט קענען עומד זיין, לענ"ד איז דא ממש א אבסורד און סהאט נישט קיין פנים צו גלייבען אין אזא זאך. נישט בחנם עקשנן זיך רוב חרדישע רבנים אז מען קען דאס יא טוישען וכו'. וייל אויב נעמט מען אן אז נישט איז ממש נישט מעגליך צו פארשטיין אז דער אייבישטער זאל פאדערן אזא זאך. [למעשה א נעליכע קשיא האב איך שוין געפרעגט אינעם זרע לבטלה אשכול אבער עדיין אינו דומה לגמרי]


א ביישפיל צו אזא זאך האט שוין יואליש געברענגט עטליכע תגובות פריער פון א ממזר.

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:41 am

· #400526
Re: די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט א
גוגל-הדור

דאס פון אן אנאנימער ניק וואס וויל דעם דעה מפרסם זיין אבער נישט זיך אידענטפיצירן דערמיט!


איך ווייס נישט פונקטליך וואסערע דעה דער אנאנימער ניק האט געוואלט מפרסם זיין , אבער איך האב פון דעם ארטיקל ארויסגענומען אז עס איז זייער שווער זיך צו פארלאזן אויף די וויסנשאפטליכע געמיינדע'ס קאנצענזוס אבער דעם ענין.

קודם, שרייבן זיי אזוי דארטן,
"It was not always so. Up into the 1970s, the field’s diagnostic manual classified homosexuality as an illness, calling it a “sociopathic personality disturbance.” Many therapists offered treatment, including Freudian analysts who dominated the field at the time.

Advocates for gay people objected furiously, and in 1970, one year after the landmark Stonewall protests to stop police raids at a New York bar, a team of gay rights protesters heckled a meeting of behavioral therapists in New York to discuss the topic. The meeting broke up, but not before a young Columbia University professor sat down with the protesters to hear their case."

גאנץ קלארע ווערטער ארויסגעשריבן דוכט זיך, דער טויש איז נישט בעיקר געקומען דורך סייענטיפישע פארש ארבעט, נאר דורך "advocates for gay people" און דורך פראטעסטן דערקעגן.

אבער דאס קומט נאך נישט צו צום נעקסטן שטיקל, וויאזוי דאקטער שפיצערס פריינד האבן אים אנגעווארנט נישט ארויסצוגעבן א שטודיע וואס שטיצט 'conversation therapy.

“People at the time did say to me, ‘Bob, you’re messing with your career, don’t do it,’ ” Dr. Spitzer said. “But I just didn’t feel vulnerable.”


און פארגעסט נישט, דא רעדט מען פון א מענטש וואס האט, לויט דעם ארטיקל "single-handedly removed homosexuality from the manual of mental disorders. No one "could accuse him of bias אבער אעפ"כ האבן זיינע חברים געהאלטן אז אזא זאך קען חרוב מאכן זיין קאריערע.

א וואונדער אז עס איז נאכדעם דא א " וויסנשאפטליכע קאנצענזוס" איבער דעם נושא?

הקטן » מיטוואך אפריל 25, 2018 7:22 pm

· #400682
Few therapists thought of homosexuality as a disorder.

יא דיסארדער צי נישט דיסארדער איז א פאליטישער באמערקאנג און א פריוואטע שטעלאנג


ס'קען זיין א קאנסעסעס פין זייער אסך סייענטיסטען.
אבער קען מיר איינער מסביר זיי, וואו אזוי אזא סארט קאנסענסעס, קען זיין סייענטיפיש?

מיין אמת » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 1:41 am

· #486285
Re: די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט א
John Doe
גוגל-הדור
יונהאיז פייגעלע בלע"ז...
די פראבלעם מיט דער ארגאניזאציע איז גאר גרויס, און איך קום נישט געבן דא קריטיק פון רעכטס, נאר גאר פארקערט, פון לינקס.
דער ארגאניזאציע איז מיוסד אויף דעם געדאנק אז מ'קען די מענטשן טוישן. די דענקענדע געמיינדע איז כהיום בכלל נישט מסכים דערצו, גאר פארקערט. זיי האלטן אז די מענטשן וואס פרובירן זיך צו טוישן זענען בדר"כ נישט מצליח זיך צו טוישן און זיי קומען גאר ארויס צו'מזיק'ט פון די גרויזאמע פרואוו. בשעת איינער פון די גרויסע פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די מענטשן האבן אויב זיי לעבן אין א רעליגעיזע אדער סיי וועלכע נישט-אקצעפדירנדע געזעלשאפט איז בעיקר הא גופא, אז זייערע סעקסואלע אידענטיטעט ווערט געלייקענט אדער נישט אקצעפטירט ביי דעם געזעלשאפט וואס זיי געפינען זיך דערין.
די געווענליכע אידישע שטעלע איז בכלל נישט צו רעדן פון די נושא. לדעתי איז דאס נישט ווייל ס'איז דא א שיטה דערויף, נאר בשעה וואס דער פראבלעם איז טאקע א גרויסע האבן מיר נישט א פראקטישע רעזאלאציע דערויף בתוך די גדרי התורה פון אן ארטאדאקסישן קוק-ווינקל. רעדן פון דער פראבלעם וועט נאר געבן מער אנערקענונג פאר די ליידענדע מענטשן וואס וועלן זיך פאראייניגן אין גרופעס און מכריח זיין אזעלכע שינויים אין זייער באהאנדלונג וואס איז נישט מעגליך פון אן ארטאקסישן קוק-ווינקל. די אומבאקוועמליכקייט מיט די מציאות צווינגט דאס צו פארבלייבן פון די ענינים שהשתיקה יפה להם.
פון די אנדערע זייט איז דער ארגאניזאציע א חלק פון א גרעסערע באוועגונג אין די ארטאקסישע קבוצות זיך צו באנעמען מיט גרעסערע סייענטיפישע שאלות פון א אידישן שטאנדפונקט. פארצייטישע רבנים זענען נישט געווען פארנומען מיט שאלות פון עוואלאציע אדער איין אפשטאם. בשעת וואס זיי האבן אונז נישט ארויס געהאלפן מיט די סתירות וואס זענען פארהאן ציווישן תורה ומדע, האבן זיי אונז אויך נישט פארדרייט די קאפ מיט לייכטזיניקע תירוצים. היינטצייטיגע רבנים האבן תירוצים אויף אלע גרויסע קשיות, און בשעת וואס די קשיות האבן אמאל געקענט שווער מאכן דאס לעבן פאר א מאמין, האבן די תירוצים פארזיכערט אזא טויט אז משיח 'עט זיך אויך מוטשען דאס מחיה מתים צו זיין.


לינקתן של גוגל הדור צריכין לימוד.

יא, ס׳איז באמת א שווערע פרשה. גיי זאג א מענטש ער זאל לעבן ווי א מלאך!? אסאך האומאוסעקצועלע יידן פארן טאקע אפ ווייל אין יהדות טרעפן זיי זיך נישט דאס פלאץ. אנדערע טוהן וואס זיי טוהן און האפן אז גאט איז א פאטער און וועט פארשטיין.
ה' איז א פאטער, אין ער פארשטייט!!!

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

מיין אמת » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 1:41 am

· #486286
Re: די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט א
John Doe
גוגל-הדור
יונהאיז פייגעלע בלע"ז...
די פראבלעם מיט דער ארגאניזאציע איז גאר גרויס, און איך קום נישט געבן דא קריטיק פון רעכטס, נאר גאר פארקערט, פון לינקס.
דער ארגאניזאציע איז מיוסד אויף דעם געדאנק אז מ'קען די מענטשן טוישן. די דענקענדע געמיינדע איז כהיום בכלל נישט מסכים דערצו, גאר פארקערט. זיי האלטן אז די מענטשן וואס פרובירן זיך צו טוישן זענען בדר"כ נישט מצליח זיך צו טוישן און זיי קומען גאר ארויס צו'מזיק'ט פון די גרויזאמע פרואוו. בשעת איינער פון די גרויסע פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די מענטשן האבן אויב זיי לעבן אין א רעליגעיזע אדער סיי וועלכע נישט-אקצעפדירנדע געזעלשאפט איז בעיקר הא גופא, אז זייערע סעקסואלע אידענטיטעט ווערט געלייקענט אדער נישט אקצעפטירט ביי דעם געזעלשאפט וואס זיי געפינען זיך דערין.
די געווענליכע אידישע שטעלע איז בכלל נישט צו רעדן פון די נושא. לדעתי איז דאס נישט ווייל ס'איז דא א שיטה דערויף, נאר בשעה וואס דער פראבלעם איז טאקע א גרויסע האבן מיר נישט א פראקטישע רעזאלאציע דערויף בתוך די גדרי התורה פון אן ארטאדאקסישן קוק-ווינקל. רעדן פון דער פראבלעם וועט נאר געבן מער אנערקענונג פאר די ליידענדע מענטשן וואס וועלן זיך פאראייניגן אין גרופעס און מכריח זיין אזעלכע שינויים אין זייער באהאנדלונג וואס איז נישט מעגליך פון אן ארטאקסישן קוק-ווינקל. די אומבאקוועמליכקייט מיט די מציאות צווינגט דאס צו פארבלייבן פון די ענינים שהשתיקה יפה להם.
פון די אנדערע זייט איז דער ארגאניזאציע א חלק פון א גרעסערע באוועגונג אין די ארטאקסישע קבוצות זיך צו באנעמען מיט גרעסערע סייענטיפישע שאלות פון א אידישן שטאנדפונקט. פארצייטישע רבנים זענען נישט געווען פארנומען מיט שאלות פון עוואלאציע אדער איין אפשטאם. בשעת וואס זיי האבן אונז נישט ארויס געהאלפן מיט די סתירות וואס זענען פארהאן ציווישן תורה ומדע, האבן זיי אונז אויך נישט פארדרייט די קאפ מיט לייכטזיניקע תירוצים. היינטצייטיגע רבנים האבן תירוצים אויף אלע גרויסע קשיות, און בשעת וואס די קשיות האבן אמאל געקענט שווער מאכן דאס לעבן פאר א מאמין, האבן די תירוצים פארזיכערט אזא טויט אז משיח 'עט זיך אויך מוטשען דאס מחיה מתים צו זיין.


לינקתן של גוגל הדור צריכין לימוד.

יא, ס׳איז באמת א שווערע פרשה. גיי זאג א מענטש ער זאל לעבן ווי א מלאך!? אסאך האומאוסעקצועלע יידן פארן טאקע אפ ווייל אין יהדות טרעפן זיי זיך נישט דאס פלאץ. אנדערע טוהן וואס זיי טוהן און האפן אז גאט איז א פאטער און וועט פארשטיין.
ה' איז א פאטער, אין ער פארשטייט!!!

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

מיין אמת » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:18 am

· #486287
Re: די שבת פון די יונה ארגאניזאציע - הילף פאר ווער עס זוכט א
ס'איז דא א גמרא וואס דערמאנט "סתרי עריות" אין דורשים בשלשה'' ווייל נפשם של אדם מחמדתן, נראה מזה שיש אופנים שאינו ערווה הגם שבפשטות ערווה היא, ודוק.!

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

שמן למאור » זונטאג מאי 21, 2023 11:26 am

· #525452
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערסאנט ווי די ווידיאו ענדיגט זיך אז ס'זענען דא בערך 600,000 ארטאדאקסישע אידן אין אמעריקע, און בערך 60,000 להטבי"ם. זייער א גרויסע ציפער.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2023 2:07 pm

· #525484
שמן למאור: יא ס'איז א באוואוסטע סטאטיסטיק אז (בערך) 10% פן די באפעלקערונג זענען נוטה צו להטב"י'זם. דאס מיינט נישט אז אלע פן זיי זענען שוין ארויסגעקומען פון קלאזעט. אזוי ווי יאיר שרקי. וואס איז נאר לעצטנס ארויסגעקומען. און פארדעים האט ער געהאט אפענע טירן (און הערצער) אין אלע חסיד'ישע קרייזן. אפילו אין וויליאמסבורג און קר"י. הויפטזעכליך צוליעב זיינע געקרייזלטע פיאות און שווארצע יארמולקע _(להוציא כיפה סרוגה)...!
בלאט: 1 2