☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3972
בלאט: 1 2 3

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 10:30 pm

· #120943
מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??
פון צייט צו צייט ,נישט אפט, אין די פאליטישע וועלט נעמען די פאולסטערס אן אנקעטע מיט וועם פון די 2 קאנדידטאן וואלטן וויילער ענדערש ארויס פאר א מיעל, דאס דארף אונז זאגן ווער פון די 2 זענען מער באליבט, מיט וועם דער עווערעדזש דזשאו שפירט זיך מער באקוועם, יענער קאנדידאט איז לכאורה מער דאון טו ערטה און מער באגלייבט אא''וו.

ביי בלומבערג דורכאויס אלע וואלן געדענקיך ווי ער האט אייביג פארלוירן צו זיין קעגנער. אויך דענקעך אז בוש האט שטארק געווינען אזא אנקעטע קעגן קערי.

באזירט אויף דעם... וועלעך פארשטעלן דא אזא פראגע: מיט וועלכע ניק וואלסטו ארויס פאר א סעודה, פארברענגען און שמועסן? -- נאר איין ניק וועהלן. און אויך פארוואס יענע ניק.

א דאנק.

די רעזאלטס מיינט גארנישט, סיז בלויז פאר פארוויילונג ציהל.

Gallup-Kave poll.jpg

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 10:33 pm

· #120945
מיט מיין אנדערע ניק.

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 10:34 pm

· #120947
זר זהב
און אויך פארוואס יענע ניק.

יידל » מאנטאג יוני 3, 2013 10:34 pm

· #120948
מיט יאיר'ס אנדערע ניק. ווייל איך וויל וויסן וואס עס איז.

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 3, 2013 10:37 pm

· #120950
איך וועל מותר זיין אפילו אויף די יאיר ניק. איך ווייס דאס נאכנישט.

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 10:43 pm

· #120958
איך וואלט ארויס מיט בערעלע בעל עגלה. איינס, ער האט א באגאדזש מיט יוניק טערעסאנטע נישט פון פריער געהערטע מעשה'לך און אנעקדאטן וואס דיידזעסט זיך גאר גרינג אין מח. אבער אבאוו אלל האביך א פיעלינג אז ער וואלט באצאלט מיין בילל

אגב א ניק מיט וועם כ'וואלט נישט ארויס (און ווער ס'וויל קען דאס אויך שרייבן) איז קופערניקס. ער וואלט ביים פארשפייז געזאגט אז ער גייט נאר א מינוט ארויס אין ביסקיס און ער וואלט קיינמאל נישט צוריקגעקומען..

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 11:14 pm

· #120999
איך וויל דיר נאכאמאל לייקן פאר דיין צווייטע פאראגראף, ס'גייט אבער נישט.

איך וואלט ארויסגעגאנגען מיט קאווע טרונקערס אוואטאר...

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 11:17 pm

· #121002
און מיין ליק איז אויך פאר'ן 2'טן פאראגראף...

משה געציל » מאנטאג יוני 3, 2013 11:24 pm

· #121011
געפילטע פיש

איך וואלט ארויסגעגאנגען מיט קאווע טרונקערס אוואטאר...


זר זהב
און אויך פארוואס יענע ניק.

מיין ערשטע פיארעטעט ביים וועלן איז צו דער ניק האט שוין געשריבן לכה"פ פופציג הודעות אין צימעס, דאס ווייזט אויף א פרינציפ מענטש וואס לאזט זיך נישט סתם אזוי טרעטען פון יעדן שמויגער.

אביגדור » מאנטאג יוני 3, 2013 11:30 pm

· #121015
ולך תהיה צדקה.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 11:35 pm

· #121021
איך וואלט געגאנגען מיט יידל, - נאר צו הערן, נישט אים צו פארקויפן מיינע שטותים - אבער כ'גלייב נישט אז ער איז א גוף וואס עסט. ער איז קלוגער פון דעם.
קופערניקס איז א סכנה ארויסצוגיין עסן, ער וועט מיך מאכן לאכן און ער וועט מקדים זיין מיין קנה צו מיין ושט.
זר זהב, וואלט איך געוואלט גראדע, אבער ס'נישט דא קיין "הכשר" וואס איז גוט פאר ביידע פון אונז.
משה געציל, מיין חלום, אבער ער איז קיינמאל נישטא פאר 11 ביינאכט, ווען די רעסטעראנטען זענען שוין פארמאכט.
טאמבל סאס רעדט צו לאנג, לעצטענסט.
איש צדיק תמים גלייב איך נישט ער עסט אין די פרעמד.

אבער וואס דארף איך זוכן פרעמדע, ווען די אוצר איז ביי מיר...

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 11:38 pm

· #121024
קאווע טרינקער
קיינמאל נישטא פאר 11 ביינאכט, ווען די רעסטעראנטען זענען שוין פארמאכט.

וואוינסט אויך אין ציריך?..

לעיקוואד » מאנטאג יוני 3, 2013 11:39 pm

· #121027
איך גיי מיט יעדער איינער, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס איז דאס די קריגעריי דא? כולם אהובים כולם ברורים אלע זענען געלאדענט.

newkave » מאנטאג יוני 3, 2013 11:41 pm

· #121029
איך וואלט געגאנגען מיט 'יאסעלע וואסערטרעגער'...

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 11:44 pm

· #121032
לעיקוואד
איך גיי מיט יעדער איינער, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס איז דאס די קריגעריי דא? כולם אהובים כולם ברורים אלע זענען געלאדענט.

נו געגאנגען, וואו טרעפמיר זיך? אבער פארגעס נישט ס'מוז זיין דער סאמער בעסטער הכשר, כ'בין א הארד קאור שווארץ זאקיגער בני יואלער

אביגדור » מאנטאג יוני 3, 2013 11:46 pm

· #121035
.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 12:49 am

· #121105
א זיסער אשכול.
איך וואלט געפרעגט, מיט וועלכע 3 - אדער 5 - וואלסטו ארויסגעגאנגען?

די סיבה איז אויך וויכטיג, ווייל כאטש איך האב אסאך רעספעקט פאר רוב ניקס דא, אבער נישט אלע זענען מיין קאפ אויף טיי.

איך וואלט געגאנגען מיט איחוד פעלד, און רעקארדירט דעם שמועס...

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 12:53 am

· #121109
איך וואלט געגאנגען מיט געפילטע פיש און טשאלנט.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 12:57 am

· #121116
געפילטע איז אויך אויפן אויבן אן פון מיין ליסטע.

אביגדור » דינסטאג יוני 4, 2013 1:01 am

· #121120
.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 1:11 am

· #121128
כ'האב געהאט א ספק דערוועגן, אבער איך וויל נישט טראכטן אז ער מיינט נישט דעם ניק און ער האט א חוצפה צו פארדרייען דעם אשכול. 😮 😲

אה... דו ביסט טאקע אויך אויף מיין ליסטע.

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 2:05 am

· #121150
איך וואלט געוואלט:

האבן א שיעור מיט לעיקוואד

גיין אין ספא מיט שמעקעדיג.

גיין צו רעבישע טישן אדער געשמועסט ביים ליינען מיט זר זהב.

גיין צו א מאווי מיט טאמבל סאוס.

גיין צו א סייענס מיוזועם מיט די באגלייטונג פון יידל יאיר יאנקל.

לערנען חסידות מיט ונבנתה.

לערנען טעכנאלאגיע מיט קאמפיוטערס מיט געפילטע פיש.

זיצן אין קאווע שטיבל מיט קאווע טרינקער.

בארגן א קאר פון טעפל.

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 2:08 am

· #121152
אה גוט מאטטי! זאל יעדער שרייבן וואס ער וואלט געטון מיט וועלכע ניק... מוז נישט זיין דייקא א וועטשערע

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 2:18 am

· #121154
איך וואלט געגאנגען אויף דיעטע מיט יחזקיהו המלך

צו א באטע מיט שמקעדיג

צו א סדר נאכט מיט ידען

צו אן אנטי סאטמארע ראלי מיט איך אויך/יאיר און קאווע טרינקער

א מידות לעקציע פון משה געציל

קויפן שטיוול מיט מנשה ליסטיג

געפילטע פיש צו מיין זייט אגאנצן טאג

מיין קינד אויף בערל באלעגאלעס באס

שרייבן קאך לעפיל'ס קוויטל צו מהרז''ל

טעיסטן וויין מיט יואב

און טון מעשים אשר לא יעשו מיט איחוד

אביגדור » דינסטאג יוני 4, 2013 2:38 am

· #121159
שלשה שאכלו וכו'.

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 2:40 am

· #121161
אופס, פארגעסן פונעם בעסטן!

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 2:41 am

· #121162
וואלט איך גענומען פאר א טוען ( אויב דער נתבע איז א חסיד רמד)

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 2:43 am

· #121163
moti107
גיין אין ספא מיט שמעקעדיג.

וואס עפעס???
מיט א ווירטואלע עלעפאנט?

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 3:35 am

· #121174
שמעקעדיג
moti107
גיין אין ספא מיט שמעקעדיג.

וואס עפעס???
מיט א ווירטואלע עלעפאנט?

😂 דאס האב איך געשריבן איידער איך בין אנגעקומען אין מאחורי 😮

קינות גירושין » דינסטאג יוני 4, 2013 4:44 am

· #121181
מיט די אלע פעין וואס איך האב יעצט
וואלט איך אפי נישט ארויס געגאנגען מיט קאווע׳ס ווייב
איך האב פארלוירען מיין טראסט אין די הואמען רעיס
( העי רעבעצין טרינקער איך בין נישט פאר ריעל, אז איר ווילט קענט איר מיך אישי׳ן נישט, אין פאבליק פליז, סאיז נישט אזוי חאסידשלעך)

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 4, 2013 7:15 am

· #121185
Sorry Mr.Kinos
I don't communicate in private with others, Btw, what kinos do you present, the one on Taylor
Or the one on union square
?

קינות גירושין » דינסטאג יוני 4, 2013 7:42 am

· #121187
אה א גוטען מרת טרינקער וואס מאכט איר עפעס? איך ווינטש אייך דאס בעסטע
איך בין געווען דעמאלטס און מעדיסאן סקווער גארדען
אפשר וואלט איך געקענט טעסקטן מיט אייך, איך מיין איר וואלט מיר געקענט העלפען איר זעהט מיר אויס צו זיין זייערא קלוגע און פיינע פרוי, איך קען נוצען אייער הילף אין אסאך וועגען, אמאל דארף איך אינפארמציא אויף א ווייבעל , אמאל האב איך א געפעכט מיט מיין עקס איז גוט אז אין רעד מיך דורך מיט א פרוי וואס קען איר אביסעל בעסער פארשטיין, אמאל צו חינוך ווען ספעלט אויס, און סתם עצות
איך בין גרייט אייך צו צאלען 200 א שעה פאר טערעפי כאטש איך האלט אז איר זענט ווערט סאך מער פון דעם
איך טראסט נישט קיין רבנים זיי זענען אלע שקצים, אייך וואלט איך יא געטראסט
קען מען רעדן? 
אויך, אפשר עפענט איר א אשכול אין אחורי צו העלפען די איגעלייט דא, אייער מאן איז א. ק. דערמיט?

ידען » דינסטאג יוני 4, 2013 8:15 am

· #121193
לעיקוואד
איך גיי מיט יעדער איינער, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס איז דאס די קריגעריי דא? כולם אהובים כולם ברורים אלע זענען געלאדענט.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 8:25 am

· #121197
יישר כח פאר די איינלאדנוגען, אבער איך בין loner און איך גיי אלץ ארויס אליין.......

סארי....


😢

newkave » דינסטאג יוני 4, 2013 11:09 am

· #121224
זר זהב וואלט געדארפט ארויסגיין מיט די אלע ענגליש שרייבנדע ניקס

איך אויך » דינסטאג יוני 4, 2013 12:47 pm

· #121258
זרל, ביסט חושד איך בין יאיר'ס אנדערע ניקל?

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 12:48 pm

· #121261
ניין

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 11, 2013 9:01 pm

· #124114
איך וויל כאפן א שפאציר מיטן אלטן מאטי 107 (ביז 120) (אגב, ווען ווערסטו 108?) און הערן זיינע ווערטלעך,
איך וואלט געגאנגען צו ביגעלאייזענס ספרים געשעפט אבער נאר אינאיינעם מיט קאווע טרינקער, און געספענדעט דארט לכה"פ 24 שעה.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 11, 2013 9:03 pm

· #124118
שמעקעדיג

איך וואלט געגאנגען צו ביגעלאייזענס ספרים געשעפט אבער נאר אינאיינעם מיט קאווע טרינקער, און געספענדעט דארט לכה"פ 24 שעה.

נעה, אין "טובי'ס" איז דא בעסער'ס....

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 11, 2013 9:04 pm

· #124119
מיט דיין יעצטיגע אוואטאר וואלט איך געגאנגען אין ביוטי סאלאן

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 11, 2013 9:14 pm

· #124124
און איך וואלט פארברענגט מיט טאמבל סוס אפילו נאר מאחורי הגדר אויב חכמינו וואלטן ערלויבט.
וואס קען מען טון דער זעק עפראן איז א פרי עץ הדר.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 11, 2013 10:02 pm

· #124144
לעצטענס האב איך א קראש אויף נולד מאוחר.

מאטי » מיטוואך יוני 12, 2013 1:20 am

· #124234
שמעקעדיג
איך וויל כאפן א שפאציר מיטן אלטן מאטי 107 (ביז 120) (אגב, ווען ווערסטו 108?) און הערן זיינע ווערטלעך,
איך וואלט געגאנגען צו ביגעלאייזענס ספרים געשעפט אבער נאר אינאיינעם מיט קאווע טרינקער, און געספענדעט דארט לכה"פ 24 שעה.


107 איז פשט ווי מען זאגט ״פראנץ יוזעף דער 18׳טער״ מאטי דער 107טער, וואס זאל איך טון ס׳דא צופיל מאטי׳ס.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יוני 12, 2013 1:47 am

· #124243
בין איך דער מערסטער אומבאליבסטער ניק דא אין ק"ש?
ראסיזם!!!
וואס בין איך שולדיג אז מיין טאטע שטאמט פון די ליטא?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 12, 2013 1:53 am

· #124248
חס ושלום. אומבאליבט? נאר יעדער האט זיך זיין קאפ אויף טיי. און נישט יעדער שריייבט ארויס אפען ווער זיינס איז.
אבער אלס בקשת מחילה, בין איך גרייט ארויסצוגיין מיט דיר אויף א וועטשערע, בתנאי אז מען רעדט פון אלס און איבער אלעמען, אבער מען טענה'ט נישט איבער ציונות.....

אנאנים, דו ווייסטאך אז מיר גייען צוזאמען... האסט עס דאך געמענשאנט אין די גרופ פון ממרום... א נאכט נאך ליטוואק גייען מיר!

זר זהב » מיטוואך יוני 12, 2013 2:00 am

· #124252
[ציטאט אראפגענומען]

מאטי » מיטוואך יוני 12, 2013 2:09 am

· #124253
האסט עס דאך געמענשאנט אין די גרופ פון ממרום
מה זה? איז דא א מאחורי בתוך מאחורי וואס פרעגט מען דארטן צו ווערן אנגענומען ?

newkave » מיטוואך יוני 12, 2013 1:05 pm

· #124348
מיט נטורא קרתא עסקן.

קינות גירושין » מיטוואך יוני 12, 2013 1:48 pm

· #124361
פאר די אלע וואס אישי׳ן מיך אז זיי ווילען פארברענגען מיט מיר דעם זומער
סארי אזוי ווי איך האב שוין געשריבען ערגעץ אנדערשט
איך גיי ארויס נאר מיט פרויען כבין מקפיד סזאל זיין א אידישע
כבין באקד אפ פאר די נעקסטע שטיק צייט

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 12, 2013 4:55 pm

· #124415
איך בין לעצטענס ארויס וועטשערען מיט איינע פון די ניקס דא. איך ווייס נישט צי ער וויל עס פארציילן אין פאבליק. מ'האמיר פארברענגט א שיינע פאר שעה.
#געשמאק געווען.
בלאט: 1 2 3