...היינט נאכט אי"ה
118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3962
בארא פארקעריא יא דריידל גערעכט, אבער זיי ווילן זיך אהער שטעלען אלץ א פרומע חסידות, טאמער וועסטו זעהן פון די נאנט ווי זייי פיהרן זיך.
ער הייסט די בחורים אנטוען שווארצע זאקן, מיידלעך רעדן אידיש, נישט רעדן ביים דאוונען וגו'
ער וויל פון ביידע וועלטן
נישט רעדן ביים דאווענען און הייסן רעדן אידיש איז ערליכקייט נישט פרום. שווארצע זאקן פאר בחורים איז בפשטות כדי אריינצוברענגן מער פארטייאישקייט.
טיטאניקבארא פארקערטרייב נישט איבער. קיינער האט נישט גערעדט וועגען וואטשען שמוציגע ווידיאוס וגו'
אבער אזא פרעסעריי וואס איך האב געהערט וואס איז דארט געווען, אין די גאנצע ארויס פארן קיין נוא זערסי צו א גויאשע זאל איז פאויעריש אין מיינע אויגן.
כאילו ס'איז נישט דא קיין אידישע אדער אפי גוישע גרויסע זאלן אין נו יארק.
כ'בין נישט באקאנט אבער כ'מיין אז ס'איז נישט דא נאך א חסידות וואס טוט אזאנעס.
אבער די אמת איז עטץ זענטץ אייביג אנדריש, נו מה נשתנה?
ביסט שטארק הינגעריג? איך אויך!
אבער א ערוואקסענע מענטש האקט נישט אבי אין די וועלט אריין בלויז ווייל די הינגער קיטשעט עם און די קנאה ברענט
מיר הינגערט אויך און איך בין זיי אויך מקנה, אבער אנשטאט האקען אויף א שיינע זאך לויף איך היינט אין רעסטוראנט פאר א רייכער סאפער צי ווייזען אלע 48טערס אז איך קען אויך!!!!!
😂
כי לכך נוצרת
בארא פארקערהיינט נאכט קומט פאר א פוירישע פארטי פאר באבוב 48. די פארטי איז אין נוא זערסי אין איינטריט קאסט לכה"פ $1,500.
די פרעסעריי וואס קומט דארט פאר איז אין לשער, די איינציגסטע חסידות ווואס נעמט ארויס די מענער פאר א night out
די פארטי קומט פאהר אין <a class="postlink" href="http://www.therockleigh.net">http://www.therockleigh.net</a>
בארא פארקער,
אין א קורצער איבערבליק אויף דיינע תגובות צייגט אז די ביסט א פייערדיגע שונא פון באבוב 45 און האסט דיך געפענט דא א ניק פון זיי חוזק צו מאכן דא ברבים, אפשר בעיני די ניקס דא געלונגט דיך עס, אבער סיי ווער עס קען אביסל באבוב 45 באמערקט גאנץ שנעל אז דאס איז א פאלשער שפיל.
דער שפראך אין באבוב 45 לויפט נישט ארום באבוב 48 א גאנצען טאג, ווי דיינע תגובות פרובירן אנצושטעלן, און מען איז דארט גאנץ פיין ריעליסטיש, קיינער רעדט זיך נישט איין אז באבוב 48 האט נאר 400 חסידים (פארקערט גראדע איז יא אזוי), ווי די שרייבסט אין אן אנדערע אשכול,
אין א באבוב'ער פון 45 זוכט נישט צו קומען עדווערטייזן א נייעם בנין וואס באבוב 48 קויפט, ער לאזט פאר זיי אליינס צו מאכן די ארבייט.
אצינד
לאז דיך נישט פון מיר, שפיל ווייטער דעם שפיל, אז די ביסט א באבוב'ער פון 45, און ברענג אלע נייעס פון באבוב 48 בבחינת הפוך על הפוך,
היינט נאכט אין ארה"ק קומט פאר די חתונה פאר בן המשפיע הרה"צ ר' מוטה פראנק שליט"א (ברסלב) אין די זאלן פון ארמונות חן אין בני ברק, ביים חתונה וועלן זיך באטייליגן בערי וועבער, יואלי לעבאוויטש, נחמן דרייער, לוי פאלקאוויטש, שימי ענגעל און נאך..
יעצט ביינאכט קומט פאר א הערליכע רייכע שבע ברכות אין קאנטינענטל פון הרב מענצער. ריזיגע בריסקמאן בענד, מערערע זינגערס פלאס א קינדער קווייער.
פוי.
קאווע טרינקערפוי.
זיי מסביר?
זאגט מיר איינער אז פינקי האט דארט מלביש געווען דעם ניגון ואפילו בהסתרה אויף סאשי פיש. ער האט געזינגן הארציג ואפילו בהסתרה דהיינו כאטש דער סאשי פיש איז ארומגענומען מיט לעטטערס און אוויקאדו און מען זעט נישט די פיש און ער איז בהסתרה, בוודאי בוודאי הוא נמצא שם. און נאכדעם האט ער ווייטער געזינגן האציג גם בדברים הקשים העומדים וכו' אפילו די פיש איז רוי און באזאלצען ער איז שווער צו קייען וכו' א קיצור ס'איז געווען מוראדיג טאלנטפול און מוראדיג פאני און מוראדיג מגושם בבת אחת.
יתרוזאגט מיר איינער אז פינקי האט דארט מלביש געווען דעם ניגון ואפילו בהסתרה אויף סאשי פיש. ער האט געזינגן הארציג ואפילו בהסתרה דהיינו כאטש דער סאשי פיש איז ארומגענומען מיט לעטטערס און אוויקאדו און מען זעט נישט די פיש און ער איז בהסתרה, בוודאי בוודאי הוא נמצא שם. און נאכדעם האט ער ווייטער געזינגן האציג גם בדברים הקשים העומדים וכו' אפילו די פיש איז רוי און באזאלצען ער איז שווער צו קייען וכו' א קיצור ס'איז געווען מוראדיג טאלנטפול און מוראדיג פאני און מוראדיג מגושם בבת אחת.
א לינקוואט ען איידיע....
נישט פארגעסן צו גיין תשליך די וואס האבן עס נישט ערלעדיגט ר"ה. ווער סווייסט פון א גוטער פלאץ אין ווילי, מאנסי, מאנרא וואס מקען צופארן מיט די קאר זאל ביטע מיטיילן. ותשליך במצולות ים כל חטאתם.
quick to do list: tashlich, korbunes, kapoores, apologize, tshuvah what else...
איך בין געווען זינטאג ביי אייקיע אין ברוקלין האב איך דארט געזאגט. ס'זייער שיין דארט, אויך איז דא גענוג פארקינג. ס'הענגט סיינס אז פארקינג איז נאר פאר קאסטומערס, איז ראטזאם מיטצונעמען דאס ווייב, זאל זי גיין שאפינג אביסול וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.
לתועלת הענין, ביטע האלטן פנימי פאר חברי ה שטיבל, אדערווייס וועט ווערן דארט אן אנלויפעניש און זיי וועלן דאס סטאפן.
דריידלאיך בין געווען זינטאג ביי אייקיע אין ברוקלין האב איך דארט געזאגט. ס'זייער שיין דארט, אויך איז דא גענוג פארקינג. ס'הענגט סיינס אז פארקינג איז נאר פאר קאסטומערס, איז ראטזאם מיטצונעמען דאס ווייב, זאל זי גיין שאפינג אביסול וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.
לתועלת הענין, ביטע האלטן פנימי פאר חברי ה שטיבל, אדערווייס וועט ווערן דארט אן אנלויפעניש און זיי וועלן דאס סטאפן.
זעהט אויס אז דו ביסט נישט אין שטאט זומער. אײקיע איז פיל מיט מיניװענס יעדן זונטאג כ״י בע״ה און די עולם נעמט די װאסער טעקסי צו
מאנהעטען און גרויסן. בחנם פארשטײט זיך.
.
אקעי אקעי. דיין קאמפיוטער האט א עקא?
משוגע!!! ס׳דרײט זיך פאר פינף מינוט דער ריפרעש קנעפל אויבן און ער רוקט זיך נישט. ענדליך נאך דרוקן צען מאל קומט עס
ארויף פיר מאל!
היינט איז די יארצייט פון ר' סענדער טויבער.
נישט אויפטוישן מיט ר' סענדי, חבר פון מענדי.
קרעדיט מיכאל שניצלער.
היינט נאכט וועלן מיר אלע גערייניגט ווערן פאר גאט ב״ה, און געהייליגט ווערן! עיצומו של יום מכפר.
אוי האט מיין קליין צדיק׳ל געוויינט צו מיר פאריאר ערב יום הק׳ ״טאטי ניין! ווער נישט א מלאך!״...
רוקט מען צוריק דעם זייגער
די שבת פאלט אויס די יארצייט פון רבינו הקדוש שלמה׳לע בן רבי נחמן קארליבאך זצוקללה״ה זיעועכי״א.
זינגט זיינס א ניגון די שבת.
גיבטס א האג פאר א צווייטע איד און א קיש פאר א צווייטע אידענע לעילוי נשמתו...
היינט ביי מעריב הייבט מען אן זאגן
ותן טל ומטר לברכה
Today is 12-13-14
It's the last sequential date we'll see in our lives
היינט נאכט איז די rccs אוקשען , זיי האבן אינטערטעינמענט ביז אין די פארטאגס שטונדען
היינט נאכט חנוכה
ייש"כ פארן דערמאנען
גיימיר אין מקוה מאכן ש"י טבילות, אנגרייטן די קנויטלעך, און זיך איינ'חזר'ן על הנסים אויסנווייניג.
ישמעאל הכהןהיינט נאכט חנוכה
קענסט שוין אנגרייטן א דרעפט פון די זעלבע תגובה פאר די נעקסטע פאר טעג
איך הער מענטשן רעדן פון ניטל דא און דארט. כהאב שוין געזעהן א פיקטשער ווי די לויבאוויטשער בחורים מיט די הוטן שפילן שאך אבער ווען איז למעשה ניטל ביי אונז. אוי שעור פארגעסן, איך בין א סאטמארע.
היינט נאכט איז ליל שישי
📎 Screenshot_2015-02-12-14-57-21-1.png
וואס איז דאס? ווער איז דאס?
גייט זיין שבת
ישמעאל הכהןגייט זיין שבת
איך האב כמעט פארגעסן. שכויעך פאר די רעמיינדער.
ואס איז דאס? ווער איז דאס?
א גר דארף מען ליב האבען
א היימישע יונגערמאן זאל זיך דערשטיקען
אינדזער מענטאלעטי
פאר תושבי וויליאמסבורג, אדער פאר תושבי ווער-עווער מיט א סעקאנד-דרייווער, איז דא היינט א פרייע וויין-טעיסטינג ביי Wine Cave. שילה וויין-מאכער איז דארט, פסאגאט און אנדערע וויין רעפרעזענטאטיוון געפינען זיך על אתר. טושלענט און קוגל איז אויך דא. ווער ס'ברויך א צובייס בין כוס לכוס איז דא מושי'ס פלאץ עטליכע טריט אוועק. אכלו רעים שתו ושכרו דודים!
ליל י"א, קען מען שוין ליינען די מגילה אין שיכון סקווירא, קרית יואל, מאונט קיסקא, קרית קאשוי און קרית פאפא.
אין קרית יואל איז די חומה אויפגעבראכן
מזל טוב, היינט נאכט אי״ה טוט הגה״צ ברוך אברהם צבי הורוויץ שליט״א ראש ישיבת עת חיים ד׳באבוב חתן כ״ק אדמו״ר מבאבוב זצוק״ל א שידוך מיט זיין אינגעסטען טאכטער מיט הרב יעקב יצחק וואקסמאן בן הרה״ג נפתלי וואקסמאן שליט״א (לאנדאן) מגי״ש בישיבת באבוב לאנדאן, בן הרה״ח סנדר וואקסמאן שליט״א
איז מוצ"ש פרשת ויקהל, פרשת פקודי, מוצ"ש מברכים החודש, מוצ"ש חזק, מוצ"ש פרה און אויך מוצאי שבת קודש
היינט נאכט איז די ערשטע נאכט פסח. נישט פארגעסן די פיר כוסות און מצה מיט אפיקומן, מרור און הלל און פטר'ן די מרור ביי כרפס
ישמעאל הכהןהיינט נאכט איז די ערשטע נאכט פסח. נישט פארגעסן די פיר כוסות און מצה מיט אפיקומן, מרור און הלל און פטר'ן די מרור ביי כרפס
שיעור פארגעסן! נאך א מזל האסט מיך דערמאנט....
That's what im here for
היינט ביי מנחה כאפטס אריין די לעצטע ותן טל ומטר פון תשע"ה
שמעקעדיגהיינט ביי מנחה כאפטס אריין די לעצטע ותן טל ומטר פון תשע"ה
Oops דו קענסט שוין נישט ציילן מיט א ברכה
Re: ...היינט נאכט אי"ה
גייט מען פלאנען די מארגענדיגע חאלעמויד טריפ.
Re: ...היינט נאכט אי"ה
גייט מען ליינען א לאנגע קרישמע.
נאו מאר בעיבי קרישמע.
Re: ...היינט נאכט אי"ה
ביז היינט נאכט קען מען נאך הערן מוזיק פאר די ספירה.
Re: ...היינט נאכט אי"ה
נישט פארגעסן צו מאכן עירוב תבשילין
Re: ...היינט נאכט אי"ה
קען מען עסן...
ברויט
בעיגעלס
פיצא
פאלאפל
קאקאש קעיק
סעווען לעיער קעיק
קרים קעיק
סענדוויטש אייז קריעם
סענדוויטש קוקיס
בלעק ענד ווייט קוקיס( געבאקן נאך פסח תשע"ה )
טונא סענדוויטש
האני נאט טשעריאוס.....