☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דברי מינות ביי חסידישע ווערטלעך?

דברי מינות ביי חסידישע ווערטלעך?

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3953
בלאט: 1 2

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 2, 2013 7:57 pm

· #120537
דברי מינות ביי חסידישע ווערטלעך?
ביים ליינען געוויסע ווערטער וואס מען זאגט נאך פין חסידישע צדיקים, בין איך שאקירט געווארען אז ס'קוקט אויס ווי דברי מינות ממש, אזוי ווי אמונת ישו ימ"ש, כ'האב זיך נישט געגלייבט אז מען קען אזאלכע זאכען נאכזאגען פין צדיקים ואין פוצה פה.....

כ'האב מיר געישוב'ט צי כ'זאל עפענען דעם אשכול, אבער כ'האב באשלאסען אז במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, אין כ'וועל שרייבען,

יעצט כ'ווייס נישט צי די צדיקם האבען עס טאקע געזאגט, כ'וואלט זיי דן געווען לכף זכות אז זיי האבען עס נישט געזאגט, נאר לאורך הימים איז אריינגעפאלען טעותים,

קודם ברויך מען צי וויסען אז פין די יסודת הדת פין תורת משה איז אז מען געבט נישט קיין געטליכקייט פאר א בשר ודם, דאס מיינט, אז מען זאגט נישט אז דער אין דער איז דער באשעפער וואס האט זיך מתלבש געווען אין א מענטש, אין דאס איז אמונת ישו ימ"ש, וואס זיי גלייבען אז יאשקעלע איז געווען געטליכקייט נתלבש אין א גוף עפ"ל וואס דאס איז אמונת השיתוף, וואס דאס איז עבודה זרא,

אבער ביי אונז אידען גלייבען מיר אין אמונת היחוד, אז דער באשעפער הוא יחיד ואין יחידות כמוהו והוא לבדו אלקינו,
אין מיר געבען נישט קיין געטליכקייט פאר קיין שום מענטש אין פאר קיין שום נברא, אין מיר דינען נאר דעם איינציגען באשעפער וואס איז אינו גוף ולא ישיגהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל,

אין יעצט צים ענין:

ס'ווערט געברענגט א ווארט בשם ר' אהרן מטשערנאביל: אז צדיק איז אלקות אין אלקות איז צדיק, יעצט כ'ווייס נישט צי ער האט עס געזאגט, אין טאמער יא וואס ער האט געמיינט מיט דעם, אבער ווען מען זאגט עס איבער, זעהט עס אויס ווי איינער זאגט איך בין גאט, איז אזוי צי אזוי , די וועג וויזוי מען קען עס פארשטיין איז מינות אויפען העכסטען שטאפעל,

נאכדעם איז דאס א ווארט וואס ווערט געברענגט בשם צדיקים אויף ר"ר מענדעלע פין רימינוב, אז דער באשעפער האט גענומען דעם שם הויה אין עס אנגעטוהן א קאלפיק מיט א בעקעשע, אין דאס איז געווען דער ר"ר מענדעלע, קוקט ממש אויס ווי מינות, מען וואלט זיך געדארפט רייסען קריעה ווען מען הערט אזאלכע ווערטער, אין עולם גולם זאגט עס נאך איבער,

אין פאר ווער ס'איז מסופק וויל איך קלאר מאכען, אז דער ר"ר מענדעלע פין רימינוב איז געבוירען פין א טיפת זרע אזוי ווי אלע מענטשען, אין ער האט געדינט דעם באשעפער בקדושה וטהרה אין איז געווארען א הייליגער איד, דעטס איט,

עניוועי כ'וויל מודיע זיין פאר די אלע חסידים אין צדיקים אין ראשי ישיבה אין אזוי ווייטער, ביז היינט איז נישט געווען קיין קאווע שטיבעל האט מען פארקויפט לאקשען מיט כפירה פאר חסידים, היינט איז דא א קאווע שטיבעל אין טאמער אינער וועט אנהייבען פארקויפען כפירה וועט מען דא מקיים זיין די ליצנותא דע"ז,

ע"ז צריך לשרש אחריה,

אביגדור » זונטאג יוני 2, 2013 8:07 pm

· #120545
הוה זהיר בגחלתן שלא תיכוה.

משל ונמשל, וידוע ליודעים.

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 2, 2013 8:13 pm

· #120550
אונז האמער א תורה, אין דעם דבר השם דארף מען זאגען אן קיין מורא,

אפשער איז יאשקע אויף א משל ונמשל, א נייע מין כפירה תירוץ,

די ביסט דאך א חסיד פין די צאנזער גזע, צאנזער רב איז געווען פין די גרעסטע לוחמים קעגען פארגעטערען רביס,

היימישער ליטוואק » זונטאג יוני 2, 2013 8:22 pm

· #120552
די עוע"ז זאגן אויך פארשידענע "טיפע" עמקותדיגע פשטים אין זייערע געצנדינעריי.
יישר כח חזקיהו המלך.

"וַיְהִי בִּשְׁנַת שָׁלֹשׁ לְהוֹשֵׁעַ בֶּן אֵלָה מֶלֶךְ יִשְׂרָאֵל מָלַךְ חִזְקִיָּה בֶן אָחָז מֶלֶךְ יְהוּדָה... וַיַּעַשׂ הַיָּשָׁר בְּעֵינֵי יְקֹוָק כְּכֹל אֲשֶׁר עָשָׂה דָּוִד אָבִיו... הוּא הֵסִיר אֶת הַבָּמוֹת וְשִׁבַּר אֶת הַמַּצֵּבֹת וְכָרַת אֶת הָאֲשֵׁרָה וְכִתַּת נְחַשׁ הַנְּחֹשֶׁת אֲשֶׁר עָשָׂה מֹשֶׁה כִּי עַד הַיָּמִים הָהֵמָּה הָיוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מְקַטְּרִים לוֹ וַיִּקְרָא לוֹ נְחֻשְׁתָּן... בַּיקֹוָק אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל בָּטָח וְאַחֲרָיו לֹא הָיָה כָּמֹהוּ בְּכֹל מַלְכֵי יְהוּדָה וַאֲשֶׁר הָיוּ לְפָנָיו... וַיִּדְבַּק בַּיקֹוָק לֹא סָר מֵאַחֲרָיו וַיִּשְׁמֹר מִצְוֹתָיו אֲשֶׁר צִוָּה יְקֹוָק אֶת מֹשֶׁה... וְהָיָה יְקֹוָק עִמּוֹ בְּכֹל אֲשֶׁר יֵצֵא יַשְׂכִּיל..."

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 2, 2013 8:22 pm

· #120553
שינאווער רב האט געזאגט די הפלגה אויפ'ן הייליגן רימאנווער.
וקטנותו של חזקיהו המלך גרם לו צו רעדן מיט א חציפות כנגד הני שני מאורות הגדולים אנשטאט זיין הארץ זאל אויפגעפייערט ווערן בקדושת הצדיקים פון אזא ווארט

אביגדור » זונטאג יוני 2, 2013 8:26 pm

· #120557
א אידישע נשמה איז א חלק אלקי מלמעלה. דער רבי מענדעלע האט נישט פוגם געוועהן, איז ער געבליבן א שטיק שם הוי"ה איינגעוויקלט אין א בעקיטשע. ופשוט הוא.

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 2, 2013 8:32 pm

· #120562
מאראנצןזאפט
שינאווער רב האט געזאגט די הפלגה אויפ'ן הייליגן רימאנווער.
וקטנותו של חזקיהו המלך גרם לו צו רעדן מיט א חציפות כנגד הני שני מאורות הגדולים אנשטאט זיין הארץ זאל אויפגעפייערט ווערן בקדושת הצדיקים פון אזא ווארט

כ'האב נישט גערעדט קעגען קיינעם ספעציפיש, כ'האב גערעדט קעגען די דאזיגע ווערטער, וואס ס'קען זיין אז צדיקים האבען עס קיינמאל נישט געזאגט נאר ס'האט זיך אריינגעחאפט דורעך חסידים שוטים,

סארי, שינאווער רב איז געווען זייער א הייליגער איד, אין כ'בין נישט מחויב צי גלייבען אז ער האט עס געזאגט, אבער טאמער האט ער עס געזאגט, איז די משמעות פין דעם א זאך וואס איז קעגען תורת משה, אין די תורה איז פאר אלעס, אין כ'בין נישט מחויב על פי תורה צי גלייבען אין שינאווער רב אין אין אפילו נישט אין בעל שם טוב זצוק"ל,

די תורה טוישט זיך נישט מיט קיין איין אות אפילו ווען אלע צדיקים ציזאמען זאגען אז יא, סאו דעטס איט,

איך בין א איד, אין כ'בין כ'גלייב אין תורת משה, אין דעטס איט,

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 8:34 pm

· #120564
אדוני המלך ווער נישט ווילד, אלוקית איז א טיטול.

אביגדור » זונטאג יוני 2, 2013 8:37 pm

· #120566
אזא בחינה.

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 2, 2013 8:40 pm

· #120569
קאווע טרינקער
אדוני המלך ווער נישט ווילד, אלוקית איז א טיטול.

סאו זיי מסביר וואס מיינט מען צי זאגען ווען מען זאגט נאך אזא ווארט, אויב מען טראכט בכלל,

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 10:40 pm

· #120599
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/93616">viewtopic.php?p=93616#p93616</a><!-- l -->

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 2, 2013 11:25 pm

· #120613
חזקיהו, מען דארף קענען די שפראך.

'אלוקות' און 'אלוה' איז לא קרב זה אל זה, למשל אצילות איז אלוקות ממש, ומבואר בזוהר ובכתבי ר"י אז עס זענען דא נשמות דאצילות.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 2, 2013 11:32 pm

· #120615
פאר מנעמט זיך זאגן תיריצים וואס די אלע ווערטער האבן געמיינט. זייטס אייך מצייר די רייד זענען געזאגט געווארן דורך רמד אדער (להבדיל) שבתי צבי. און יעצט לאמיר הערן איז עס כפירה צי נישט.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 2, 2013 11:52 pm

· #120619
אדוני המלך

כ'האב הנאה פין דיין דרייסטקייט, ביסט גערעכט אז לויט דיין הבנה איז עס כפירה, די שאלה איז אויב דער וואס האט עס געזאגט האט עס געמיינט מיט דיין הבנה אדער נישט.

וואס זאגסטו אויף דעם זוהר.

(2) זוהר חלק ב דף לח/א
וכתיב (שמות לד כג) יראה כל זכורך את פני האדון יהו"ה, מאן פני האדון יהו"ה, דא רבי שמעון בר י

הוגה » מאנטאג יוני 3, 2013 12:03 am

· #120623
קעניג טייערע, עס זענען דא אסאך מימרות און מעשיות וואס מען זאגט נאך פון רבי'ס, רבנים, צדיקים וכו' וואס לא היו ולא נאמרו און אויב יא איז עס סתם שיחות חולין און ווערטלעך. אבער פונקט די צוויי ווערטער וואס דו האסט אנגעכאפט שטומען פיין און וואויל. איך וועל נישט אריינגיין אין אריכות פון די שם הוי' און די לבושין, ווי אויך אין צדיק מיט אלוקית. איין זאך קען איך דיר זאגן, קאווע שטיבל איז הויה ברוך היא, און חזקיהו המלך איז אויך. אויב פארשטייסטו נישט, זעץ דיך לערנען ביז דו פארשטייסט. אין כאן לא כפירה, ולא ליצנות, אבל יש כאן מדע וחכמה.

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 3, 2013 12:05 am

· #120626
הוגה נאט נייס. אז די וויסט פליעז זיי מסביר עפעס אביסעל.

היימישער ליטוואק » מאנטאג יוני 3, 2013 12:16 am

· #120630
@הוגה, אויב ביסטו גרעכט (אע"פ וואס לדעתי איז ע"ז נישט קיין לייכטע זאך, און איז נישט שייך צו זאגן תירוצים אזאלכע), דאן פארוואס האט מען דאס געזאגט אויף דעם רבין ר' מנחם מענדל פון רימונאבער ז"ל נישט אויף חצקל בעל העגלה?

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 3, 2013 12:21 am

· #120633
איעדעס מענטש האט א חלק אלקי אין אים, און ווען איינער איז א ר"ר מענדעלע, האט מען געקענט זעהן אז ער איז א שטיק אלקות.

איז נישט דער ר"ת פין אר"י אלקי ר' יצחק?

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 12:41 am

· #120636
איחוד פעלד
אדוני המלך

כ'האב הנאה פין דיין דרייסטקייט, ביסט גערעכט אז לויט דיין הבנה איז עס כפירה, די שאלה איז אויב דער וואס האט עס געזאגט האט עס געמיינט מיט דיין הבנה אדער נישט.

וואס זאגסטו אויף דעם זוהר.

(2) זוהר חלק ב דף לח/א
וכתיב (שמות לד כג) יראה כל זכורך את פני האדון יהו"ה, מאן פני האדון יהו"ה, דא רבי שמעון בר י

אין זוהר איז פארהאן נאך א שפאר ביסל אזעלכע מאמרים, ווי צום ביישפיל אז הויה און אלקים פון גאט האבן זיך ארומגעקריגט אויב מען זאל באשאפן דעם מענטש אדער נישט, אדער למשל אז מען דאוונט נישט צום אין סוף וואס איז עילת כל העילות נאר צום אלקים וואס איז די עשר ספירות (עי' בהקדמת הזוהר) אדער די זיווגים וואס געשעען אויבן, אדער וואס ווערט געברענגט אין רמ"ע מפאנו אז משה איז דער מאן פון גאט ברוך הוא בסוד נקבה תסובב גבר.
איך שרייב עס נאר ווייל איך געדענק אז אין אן אנדער אשכול האט חזקיהו ארומגעקאכט איבער די קדושת הזוהר, וואלט איך געוואלט וויסן וואס ער וואלט געטון מיט אזוינע מאמרים. די ליצנות ווערט נאך גרעסער ווען אלע בעלי מקובלים האבן בערך די זעלבע סטייל פון הגשמה און שתי רשויות, נאר יעדער זאגט עס מיט אן אנדער קנייטש און באשולדיגט דעם צווייטן אז יענעמ'ס איז ממש דברי כפירה, אבער אויב דו גלייבסט נישט אין זיין ווערסיע פון עשר ספירות (וואס איז פארשטייט זיך, נאר די פאלשע הגשמה, נישט די אמת'ע) דאן ביסטו אויך א כופר באלקי ישראל. אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.

הוגה » מאנטאג יוני 3, 2013 12:47 am

· #120640
נולד מאוחר
הוגה נאט נייס. אז די וויסט פליעז זיי מסביר עפעס אביסעל.

ביסט גערעכט מיט דיין טענה. אבער ווי אזוי קען מען עקספעקטן מסביר צו זיין עניינים - וואס מענטשן הארעווען א גאנץ לעבן צו פארשטיין - אין איין תגובה'לע. ספעציעל ווען אני הקטן פארשטיי אויך נאר כטפה מן הים.

די צוויי ווערטלעך וואס חזקיהו דערמאנט זענען טיפיקעל חסידישע ווערטלעך, מיוסד אויף תורת הקבלה (וחסידות). קום צו מיין בית מדרש און לאמיר קובע זיין א שיעור בחסידות און מ'עמיר צוזאמען אדורך אקערן די ענינים צוזאמען. איין זאך קען איך זאגן, דער וואס קען נישט כאטש אביסל פון די דאזיגע יסודות איז מיר א גרויסע רחמנות. די וועלט הייבט אן צו באקומען עפעס א לעבעדיגע צורה, און דאס לעבן הייבט אן צו באקומען עפעס א תכלית ווען מען פארשטייט אביסל אין די ענינים.

פטור בלי כלום א''א, וועל איך איבערלאזן אפאר פראזען ואידך זיל גמור.
וואס איז פשט אז צדיק גוזר, און א צדיק קען מבטל זיין א גזירה?
נתאווה לעשות דירה בתחתונים.
די השתלשלות עד שאמר לעולמו די.
די שמות, הויה, אדני אלוקים וכו'.
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין.
עצמותו.
ואתה מחיה את כולם.

ווען מען ליגט אין די ענינים איז די שפראך גאר אנדערש. קענסט נאך היינט טרעפן אידן וואס כעין די אמאליגע צדיקים רעדן זיי דער שפראך ווייל נאר דער שפראך מאכט סענס פאר זיי.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 7:26 am

· #120676
@ איחוד @ יאיר
כמדומה אז טאקע די מימרא, אל פני האדון ה' זו רשב"י, נוצט דער יעב"ץ, אדער אנדערע, אלץ א ראיה מוכרחת אז ידי זרים שלטו...

חזקיהו המלך » מאנטאג יוני 3, 2013 9:29 am

· #120697
כ'ווייס אז מען קען זאגען פשטים אין די אלע זאכען, אבער דער בחור'ל וואס מען פארקויפט די אלע זאכען ווייסט דאס נישט, ער קויפט עס לויט ווי ער פארשטייט עס, קומט אויס אז ס'קומט ארויס פין דעם מינות, מען וואלט די אלע זאכען געברויכט גונז זיין אין נאר גרויסע בעלי מקובלים זאלען עס ליינען,

ואין לנו אלא דברי בן עמרם, ואין מקרא יוצא מידי פשוטו, אין ולא תתורו אחרי לבבכם זו מינות, ושאני מינות דמשכי, אין מען וואלט געדארפט מאכען א גדר לפנים מגדר לפנים מגדר,

שמערל » מאנטאג יוני 3, 2013 3:30 pm

· #120795
ענליכע טענות קען מען האבן אויפ'ן ספר הזוהר, אז ס'איז מגשם כביכול, זכר ונקיבה, אבא ואימא, איברים וכו'. למעשה האבן (כמעט) אלע אחרונים עס אנגענומען.
מיין שיטה אויף ביידע איז, אז ווילאנג די בעלי המימרא מאכן קלאר אז זיי מיינען נישט קיין הגשמה, אדער עבודה זרה ח"ו, מיט פארשידענע תירוצים פארוואס סאיז נישט אזוי, ווי אלע בעלי מקובלים זענען מגלה דעת איינמאל און נאכאמאל, איז הגם מקען זיך דינגען אויף זיי, קען מען נישט האבו קיין טענות אויף זיי ווייל אין פאקט גלייבט ער ווייטער אין תורת משה און איז אין גארנישט משנה, משא"כ די כת ש"ץ וואס האבן משנה געווען אין מצוות מעשיות זענען טאקע געווארן ארויסגעווארפן פין כלל ישראל.
לענינו די חסידים וואס האבן געהאט א מורא'דיגע אמונה אין זייערע רבי'ס און געגלייבט אז זיי זענען עצם אלקות, אויב וואלסטע זיי געפרעגט איז דיין רבי דער באשעפער? וואלטן זיי געענטפערט ח"ו, נאר מיין רבי האט זיך אזוי אויסגעארבעט זיין גוף אז ער איז כלו רוחני, און א נשמה איז דאך א חלק אלוקה איז דער רבי א שטיק אלוקית. איז אפילו איינער וועט נישט מסכים זיין צו זיי, קען ער נישט האבן קיין טענות, כל זמן זיי זענען נישט משנה אין די מצוות התורה. און אפי' דער דברי חיים איז נאר ארויס קעגן די ריזשינער חסידים וויל זיי האבן פארענטפערט מעשים אשר לא יעשו, פינעם ברודער און די משפחה, אז עס מיינט העכערע זאכן.
פירות הנושרים לענינו, קומט אויס אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט די ליבאוויטשער וואס גלייבן אז זייער רבי איז משיח, אדער גאר אלוקות אליין, אפי' לויט די וואס טענהן אז ער איז גאר געווען א שגץ, וויל למעשה האבן זיי נישט משנה געווען אין קיין שום מצוות מעשיות. שלא כדברי מרן הרב לייזער ש"ך זצלל"ה

איינגעמיירעט » מאנטאג יוני 3, 2013 6:04 pm

· #120838
לאמיר דא צולייגען מיין בויך תורא
די עיקר נקודת המכריע און דעם אויסגעדראשענע האקעלע סוגיא.
ווען מען דרוקט זיך אויס אזעלכע עקסטרעמע לשונות קען עס מיינען איינס פון דיע צוויי
א) דער צדיק איז בטל ומובטל צום חי החיים ער איז בטל צו די חוקי חיים וואס די אויבערשטער האט אונז געגעבן (תורה ומצוות)זיין גאנצע לעבן און שאיפה איז געווידמעט אויף ״לעשות רצונך בלבב שלם ״ אזא מענטש ווערט געטליך ווייל ער איז דבוק און זיין מקור און זיין חלק אלקי ממש, קומט אויס אונז מאך מיר נישט געטליך א נפרד, אונז זאג מיר אז די צדיק שטרעבן און תשוקה איז להתדבק ולחזור אל מקור שרשה, און כפי ערך הביטול שלו איז ער דבוק און די חיי החיים,
ב) דער צדיק איז א מורא׳דיגע געטליכע מענטש ער האט געטליכע פאיער אונז דאווענען צו עם און לערנען צו עם,וואו מער מווערט פארקוקט און אבסעסד אויף די מענטשעס כשלעצמודיגע גרויסקייט און נישט קוקענדיג אויף די ביטול פון די צדיק צום אויבערשטען און זיינע כוחות זענען נאר מצד הביטול שלו,דעמאלס טרעיט מען א טריט נענטער צו שיתוף און קריסטיאניטי.

מזעעט קלאר אז די בראשית יארען פון חסידות איז א רעבי געווען איינער וואס האט געלערענט וויאזוי די ארומיגע זאלען אוכט קענען זיך מקרב זיין צום חיי החיים און אוכט קענען בטל ווערען.
שפעטערע יארען האט זיך אנגעפאנגען ווי מאיז stuck געווארען אויף די רבי און מאיז געווען פארנומען מיט די רעביס גדלות און זיך אפגעשטעלט ביים רעבין און נישט מיטגעגאנגען מיט דעם רעבין צו די מקור
והדברים עמוקים ודקים מאד מאד ס׳איז ראשו בשמים און מוצב ארצה

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:31 am

· #121086
נישט צו מאכען א טעות, איך האלט א דער קעניג איז שטיקעל גערעכט מיט זיינע טענות, נאר דער שטיקעל גערעכט איז אזוי גערעכט אז דער קעניג אליין איז נעבעך אסיר ברהטים, און ווייסט נישט וואס עס קרענקט אים, און ווען ער וועט עס קלאר פארשטיין וועט ער טוישען זיין מיינונג לגבי אסאך זאכען.

ממילא ר' קעניג געדענק מען האט דיך געווארענט.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 12:38 am

· #121094
שמערל
ענליכע טענות קען מען האבן אויפ'ן ספר הזוהר, אז ס'איז מגשם כביכול, זכר ונקיבה, אבא ואימא, איברים וכו'. למעשה האבן (כמעט) אלע אחרונים עס אנגענומען.
מיין שיטה אויף ביידע איז, אז ווילאנג די בעלי המימרא מאכן קלאר אז זיי מיינען נישט קיין הגשמה, אדער עבודה זרה ח"ו, מיט פארשידענע תירוצים פארוואס סאיז נישט אזוי, ווי אלע בעלי מקובלים זענען מגלה דעת איינמאל און נאכאמאל, איז הגם מקען זיך דינגען אויף זיי, קען מען נישט האבו קיין טענות אויף זיי ווייל אין פאקט גלייבט ער ווייטער אין תורת משה און איז אין גארנישט משנה, משא"כ די כת ש"ץ וואס האבן משנה געווען אין מצוות מעשיות זענען טאקע געווארן ארויסגעווארפן פין כלל ישראל.
לענינו די חסידים וואס האבן געהאט א מורא'דיגע אמונה אין זייערע רבי'ס און געגלייבט אז זיי זענען עצם אלקות, אויב וואלסטע זיי געפרעגט איז דיין רבי דער באשעפער? וואלטן זיי געענטפערט ח"ו, נאר מיין רבי האט זיך אזוי אויסגעארבעט זיין גוף אז ער איז כלו רוחני, און א נשמה איז דאך א חלק אלוקה איז דער רבי א שטיק אלוקית. איז אפילו איינער וועט נישט מסכים זיין צו זיי, קען ער נישט האבן קיין טענות, כל זמן זיי זענען נישט משנה אין די מצוות התורה. און אפי' דער דברי חיים איז נאר ארויס קעגן די ריזשינער חסידים וויל זיי האבן פארענטפערט מעשים אשר לא יעשו, פינעם ברודער און די משפחה, אז עס מיינט העכערע זאכן.
פירות הנושרים לענינו, קומט אויס אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט די ליבאוויטשער וואס גלייבן אז זייער רבי איז משיח, אדער גאר אלוקות אליין, אפי' לויט די וואס טענהן אז ער איז גאר געווען א שגץ, וויל למעשה האבן זיי נישט משנה געווען אין קיין שום מצוות מעשיות. שלא כדברי מרן הרב לייזער ש"ך זצלל"ה

איך כאפ נישט ווי עס קומט דא אריין מצוות מעשיות. הגשמה און שתי רשויות האט נישט מיט קיין מצוות, אדער איז עס הגשמה, אדער נישט. אויב איז דאס אליין אז זיי עקש'ענען זיך אז ס'איז באמת יא איינס גענוג עס זאל זיין כשר, צו וועסטו אויך כשר'ן קריסטנטום וואס עקשנ'ט זיך אז גאט איז סיי איינס און סיי דריי?

לעיקוואד » דינסטאג יוני 4, 2013 1:00 am

· #121119
יאיר, כבר שכחת?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/120878">viewtopic.php?f=42&t=3812&p=120878#p120878</a><!-- l -->

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 1:08 am

· #121125
לעיקוואד
יאיר, כבר שכחת?
<a class="postlink" href="/post/120878">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 78#p120878</a>

אויב איז זיין כונה אז מצוות מעשיות איז דער עיקר און ס'איז נישט קיין חילוק וואס מ'גלייבט, וואס דארף ער צוקומען צו די סברא אז למעשה וען מ'דרוקט זיי צו צו די וואנט האבן די חסידים נישט געגלייבט אז זייער רבי איז גאט אליין?

לעיקוואד » דינסטאג יוני 4, 2013 1:11 am

· #121129
ער מיינט לכאורה צו זאגען אז פון דעם וואס בפועל זענען זיי מקיים מצוות מעשיות און גיין נישט אוועק פון פשטות התורה, איז מוכרח אז למעשה גייען זיי נישט ארויס פון גדר אויך בעניני אמונה, נאר פאררדען זיך אמאל אביסעלע שארף.

לגופו של ענין איז דא זייער אסאך צו רעדן אבער איך האלט באמת אז סמאכט נישט אזוי אויס די סארט איידעלע ענינים פון אמונה און אלוקות.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 1:18 am

· #121135
מאראנצןזאפט
שינאווער רב האט געזאגט די הפלגה אויפ'ן הייליגן רימאנווער.
וקטנותו של חזקיהו המלך גרם לו צו רעדן מיט א חציפות כנגד הני שני מאורות הגדולים אנשטאט זיין הארץ זאל אויפגעפייערט ווערן בקדושת הצדיקים פון אזא ווארט

חזקיהו המלך
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגטץ

אביגדור » דינסטאג יוני 4, 2013 1:21 am

· #121139
ומודה ועוזב ירוחם.

חזקיהו המלך » דינסטאג יוני 4, 2013 9:10 am

· #121202
נארישקייטען, כ'האב נישט גערעדט קעגען קיינעם, כ'האב סך הכל געזאגט א געוויסע חסידישע ווערטער קען זיך גרעניצען מיט מינות, אדער קען ארויסקומען פין דעם מינות,

פארקערט, מען קען זאגען אז די וואס גלייבען אז צדיקים האבען אזאנס געזאגט זיי זענען לכאורה די צואה רותחות קאנדידאטען,

שמערל » דינסטאג יוני 4, 2013 12:53 pm

· #121265
יאיר: איה"נ איך האלט אז אויב וואלטן די נוצרים ווייטער געהאלטן כל מצוות התורה, וואלטן זיי וועגן דעם אליין נאכנישט געהאט קיין דין מין, א שטיקל ראיה לדברי איז אז אין חז"ל ווערט ארויסגעברענגט די עוולה פין ישו אז ער איז געווען א מלעיג על דברי חכמים, און נישט קיין עצם כפירה.
למעשה ווערן זיי יא אנגערופן מינים אין חז"ל, אבער צוליב א צווייטע סיבה, ווייל זיי האבן געלייקענט אינעם סמכות פין חז"ל.
דער אמת איז אבער נאך טיפער, דער גאנצער טעם פארוואס די תלמידי ישו האבן אים געדארפט מאכן פאר א גאט, איז טאקע נאר ווייל זיי האבן מבטל געווען די מצוות התורה, און זיי האבן געדארפט האבן א בארעכטיגונג דערצו פין גאט ב"ה אליין.

חזקיהו המלך » דינסטאג יוני 4, 2013 1:03 pm

· #121269
ווען איינער נעמט עני דבר גשם אין זאגט אז ס'דא אין דעם אלקות אין דינט עס איז עס עבודת אלילים, אפילו ער זאגט אז ס'דא נאר איין גאט אין גאט רוהט נאר אויף דעם דבר גשם, ס'איז עבודת אלילים ביהרג ואל יעבור,

יעצט ווען חלילה געוויסע הענגען אן אלקות אין א מענטש, נישט קיין חילוק ווי הייליג ער זאל נאר זיין, אין דערפאר שאקעלט ער זיך אריין אין עים, איז עס ע"ז, אנגעהויבען פין יאשקע אין געענדיגט ביי מענדעלע האגער,

וזאת התורה לא תהא מחלפת,

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 1:51 pm

· #121282
דער אמת איז אז יעדע זאך אין דער וועלט איז אלקות, עס שטייט אין אלע ספרים, דער כח פון יעדע פיצעלע זאך איז אלקות און ה' גיט אריין יעדע רגע חיות פאר די זאך צו בלייבן וואס עס איז.
נאר ביי א צדיק זעהט זיך עס מער ארויס ווי (להבדיל א"א הבדלות) אויף צואת השור.

שמערל » דינסטאג יוני 4, 2013 2:04 pm

· #121291
שוב עיינתי, האב איך מיר דערמאנט אז דאס איז גאר א מחלוקת פינעם רמב"ם און ראב"ד. דהנה דער רמב"ם אין ה' תשובה ווי ער רעכנט אויס די י"ג עקרים זאגט אין פרק ג' הלכה ז' חמשה הן הנקראים מינים כו' והאומר שיש שם רבון אחד אבל שהוא גוף ובעל תמונה.
איז דא דארט אויפן פלאץ דער באוויסטער ראב"ד וואס זאגט א"א ולמה קרא לזה מין וכמה גדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה לפי מה שראו במקראות ויותר ממה שראו בדברי האגדות המשבשות את הדעות ע"כ.
זע מיר דאך אז דער ראב"ד האלט קלאר אז אפ' אין א זאך וואס איז לכל הדעות קעגן די עיקרי התורה, וויבאלד יענער איז זיך טועה פין פסוקים אדער פין מדרשים, און ער לייגט אריין זיינע אמונות טפילות אין די תורה, הייסט ער נאכאלטס נישט קיין מין, וכדברינו. משא"כ דער רמב"ם וואס איז זיך לכאורה מחולק.
למעשה דער חזו"א אין יו"ד ה' עבו"ז סימן ס"ב סעיף כ"א ברענגט ער דעם ראב"ד און זאגט וז"ל. נראה דהיינו דוקא מי שלא עיין בדבר או שדעתו קצרה, אבל המבין שאין יתכן כל המסור לנו באמונתינו מאמיתת הבורא ב"ה, לבעל גוף, ובכ"ז מיחס שמים וארץ, לנבראים מבעל תמונה, מודה הראב"ד שזה מין, שהרי הוא כופר בעיקר, ואפשר שהרמב"ם ז"ל מודה, שמי שלא עיין ולבבו שלם בכל המסור מאמתת הבורא, שהוא ית' קדמון, ובורא הכל, ואין מצוי זולתו, ובכל זה חשב בתמונה, שהוא כישראל כשר וטוב, ואינו אלא מן התועים וכמו שסיים הראב"ד ז"ל בלשונו. ע"כ
וכעי"ז זאגן נאך מפרשים (עי' בספר המפתח אויפן רמב"ם) אז דער ראב"ד רעדט ווען איינער איז א שוגג, און דער רמב"ם רעדט ביי א מזיד ולא פליגי.
היוצא מזה, חסידים וואס האלטן אז זייער רבי איז אלקות, זענען נישט ערגער פין די גדולים וטובים וואס האבן אפען מגשם געווען כביכול, און זיי זענען נישט קיין מינים.

שמערל » דינסטאג יוני 4, 2013 2:12 pm

· #121294
חזקיהו המלך
ווען איינער נעמט עני דבר גשם אין זאגט אז ס'דא אין דעם אלקות אין דינט עס איז עס עבודת אלילים, אפילו ער זאגט אז ס'דא נאר איין גאט אין גאט רוהט נאר אויף דעם דבר גשם, ס'איז עבודת אלילים ביהרג ואל יעבור,

יעצט ווען חלילה געוויסע הענגען אן אלקות אין א מענטש, נישט קיין חילוק ווי הייליג ער זאל נאר זיין, אין דערפאר שאקעלט ער זיך אריין אין עים, איז עס ע"ז, אנגעהויבען פין יאשקע אין געענדיגט ביי מענדעלע האגער,

וזאת התורה לא תהא מחלפת,

"דינען" עבו"ז איז שוין אנדערש ווי גלייבן. איינמאל א מענטש טוט במעשה איינע פין די ה' עבודות פאר עבו"ז, איז ער חייב, נישט קיין חילוק וואס זיינע מאטיוון זענען.
די האסט אנגעהויבו מיט א מעשה פין ר' מענדעלע וואס איז נישט קיין "עבודה", און אפ' זיך "שאקלן" פאר איינעם, וואס איז אפשר אביסל הארבער, איז עס נאכאלטס נישט פין די ה' עבודות, און עס איז נישט גענוג ארויפצישטעמפלען אויף אן עדה אידן, עובדי עבודה זרה.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 2:22 pm

· #121300
הוגה

ביסט מדמה צו הגשמה וואס לויט דער ראב"ד איז גארנישט ראנג, כלומר אין דער גמרא שטייט נישט קעגן הגשמה, דער רמב"ם איז דער גרויסער בעל השיטה קעגן הגשמה, ממילא זענען דיינע ווערטער נישט מדוייק, ודו"ק.

קעניג,

ביסט גערעכט ווען איינער האלט אז עפעס אנדרעש האט א חלק אלקי, און ער דינט עס, איז עס עבודה זרה.

צוויי שאלות, וואס געשעהט ווען איינער האלט אז דער רבי ר' מענדעלע איז א שם הויה אבער ער דינט עס נישט, איז עס אויך עבודה זרה?

והשנית, לדבריך, וויאזוי זאגען די מקובלים אז מען איז מתפלל צו זעיראנפין, צו דער חלק אלקי שבתוכו, עס איז דאך עבודה זרה.

הינט, עס איז דא אתירוץ. פראביר צו טראכטען גוט פאר די שרייבסט.

חזקיהו המלך » דינסטאג יוני 4, 2013 3:00 pm

· #121320
איחוד,

מיין פוינט איז נישט צי מען קען עס פארענפערען מיט פשעטליך,
מיין פוינט איז אז פאר די בחורים וואס מען פארקויפט עס, זיי פארשטייען נישט די אלע חילוקים, ממילא קען עס גרינג ווערען געהעריגע מינות,

חאטשיג כ'בין נישט מודה צי די דקות'דיגע פשעטליך, אין ס'איז טיפער, אין כ'האב נישט קיין נערווען צי אריינגיין אין דעם יעצט, מחוסר געדולד,

אבער מיין פוינט איז אז אזאלכע ווערטער דארף מען גונז זיין אלץ חשש דאתא לידי מינות, אין ס'איז מער ווי א חשש,

דער המון פארשטייט נישט די אלע חילוקים, זיי ברויכען זיך האלטען ביים קלארען פשט, אנע קונצען,
בני עלי' קענען עס לערנען ביינאכט אין בוידעם אין בעטען דעם באשעפער אז זיי זאלען קלאר פארשטיין אין נישט אנקומען צי קיצוץ בנטיעות,

randy_couture » דינסטאג יוני 4, 2013 3:14 pm

· #121329
חזקיהו המלך
אבער טאמער האט ער עס געזאגט, איז די משמעות פין דעם א זאך וואס איז קעגען תורת משה, אין די תורה איז פאר אלעס, אין כ'בין נישט מחויב על פי תורה צי גלייבען אין שינאווער רב אין אין אפילו נישט אין בעל שם טוב זצוק"ל,

די תורה טוישט זיך נישט מיט קיין איין אות אפילו ווען אלע צדיקים ציזאמען זאגען אז יא, סאו דעטס איט,

איך בין א איד, אין כ'בין כ'גלייב אין תורת משה, אין דעטס איט,

who told you that the turah even exists? who is that that told you what it means? where does your believes ends which year ? just think about it

חזקיהו המלך » דינסטאג יוני 4, 2013 5:54 pm

· #121380
randy_couture

who told you that the turah even exists? who is that that told you what it means? where does your believes ends which year ? just think about it

איך גלייב אין תורת משה, ביי מיר איז קלאר אז דאס איז די אמת,
טאמער די ווילסט מאכען א שמועס דערוועגען, איז דער אשכול נישט דאס פלאץ,

דא רעדט מען צי אזעלכע ווערטער וואס מען האט אויבען געברענגט, צי עס קען באיזה אופן זיך סותר זיין מיט די ריכטיגע אמונה לויט תורת משה וואס מיר האבען מקבל געוועזען אויפען בארג סיני פין גאט ברוך הוא אליינס,

אנכי ולא יהיה מפי הגבורה שמענו,

נשמה יתירה » דינסטאג יוני 4, 2013 7:10 pm

· #121410
חזקיהו המלך,
דו האלטסט אז די גאנצע מושג פון "אין עוד מלבדו" וואס ווערט פארטייטשט ע"פ חסידות אז עס איז נישטא גארנישט ממש חוץ פון דעם אייבערשטער, איז עבודה זרה?
מיינט נישט 'אין עוד מלבדו' לויט חסידות אז אלעס איז ער ממש. דו מיינסט אז דאס איז א בוים און נישט אלקות, זאגט חסידות אז דאס איז אויך אלקות, ניין?
די שיטה פון צמצום שלא כפשוטו זאגט אז דאס וואס דער אר"י הקדוש שרייבט אז עס איז געווען א צמצום אין אלקות, מיינט נישט כפשוטו. עס מיינט נישט אז עס איז באמת דא א פלאץ וואס איז נישט ער ח"ו. עס מיינט נאר אז עס קוקט אויס ווי א צמצום אבער עכט איז אלעס ווייטער ער. דו און דו און נאכאמאל דו.
קען זיין אז דו האסט א פראבלעם מיט גאנץ תורת החסידות, און דו האלטסט אז פון דעם בעשה"ק והלאה זענען זיי אלע נכשל געווארן אין עבודה זרה. ביטע געב מיר קלארקייט דערין.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 7:32 pm

· #121426
נשמה יתירה

1) ווען איינער זאגט אז רבי מענדעלע איז אלקות מיינט דאס דאך אז דוקא ער, און נישט א צווייטער, איז גאט אליין. דאס איז נישט ווי זאגן אז גאט איז אין די גאנצע בריאה (און שנעל צולייגן אז די גדרים פון די בריאה איז טאקע א דמיון ממילא ביסטו אויטאמאטיש נישט עובר אויף הגשמה) נאר ווי זאגן אז דער האלץ אדער דער שטיין איז גאט אליין.
2) אויב איינער גלייבט אין חסידות אז גאט איז איבעראל, אבער ער גלייבט נישט אז די גדרים פון די בריאה איז א דמיון (אזוי ווי רוב חסידישע אידן היינט) איז ער עובר אויף הגשמה?

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 7:36 pm

· #121430
שמערל
שוב עיינתי, האב איך מיר דערמאנט אז דאס איז גאר א מחלוקת פינעם רמב"ם און ראב"ד. דהנה דער רמב"ם אין ה' תשובה ווי ער רעכנט אויס די י"ג עקרים זאגט אין פרק ג' הלכה ז' חמשה הן הנקראים מינים כו' והאומר שיש שם רבון אחד אבל שהוא גוף ובעל תמונה.
איז דא דארט אויפן פלאץ דער באוויסטער ראב"ד וואס זאגט א"א ולמה קרא לזה מין וכמה גדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה לפי מה שראו במקראות ויותר ממה שראו בדברי האגדות המשבשות את הדעות ע"כ.
זע מיר דאך אז דער ראב"ד האלט קלאר אז אפ' אין א זאך וואס איז לכל הדעות קעגן די עיקרי התורה, וויבאלד יענער איז זיך טועה פין פסוקים אדער פין מדרשים, און ער לייגט אריין זיינע אמונות טפילות אין די תורה, הייסט ער נאכאלטס נישט קיין מין, וכדברינו. משא"כ דער רמב"ם וואס איז זיך לכאורה מחולק.
למעשה דער חזו"א אין יו"ד ה' עבו"ז סימן ס"ב סעיף כ"א ברענגט ער דעם ראב"ד און זאגט וז"ל. נראה דהיינו דוקא מי שלא עיין בדבר או שדעתו קצרה, אבל המבין שאין יתכן כל המסור לנו באמונתינו מאמיתת הבורא ב"ה, לבעל גוף, ובכ"ז מיחס שמים וארץ, לנבראים מבעל תמונה, מודה הראב"ד שזה מין, שהרי הוא כופר בעיקר, ואפשר שהרמב"ם ז"ל מודה, שמי שלא עיין ולבבו שלם בכל המסור מאמתת הבורא, שהוא ית' קדמון, ובורא הכל, ואין מצוי זולתו, ובכל זה חשב בתמונה, שהוא כישראל כשר וטוב, ואינו אלא מן התועים וכמו שסיים הראב"ד ז"ל בלשונו. ע"כ
וכעי"ז זאגן נאך מפרשים (עי' בספר המפתח אויפן רמב"ם) אז דער ראב"ד רעדט ווען איינער איז א שוגג, און דער רמב"ם רעדט ביי א מזיד ולא פליגי.
היוצא מזה, חסידים וואס האלטן אז זייער רבי איז אלקות, זענען נישט ערגער פין די גדולים וטובים וואס האבן אפען מגשם געווען כביכול, און זיי זענען נישט קיין מינים.

א דאנק פאר די וויכטיגע הערה. להבהרת הענין, די שיטה פון רמב"ם איז קלאר מבואר אין מורה נבוכים אז אפילו אויב מען איז א שוגג גמור בהגשמה האט מען נישט קיין חלק לעולם הבא.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 7:38 pm

· #121432
שמערל
חזקיהו המלך
ווען איינער נעמט עני דבר גשם אין זאגט אז ס'דא אין דעם אלקות אין דינט עס איז עס עבודת אלילים, אפילו ער זאגט אז ס'דא נאר איין גאט אין גאט רוהט נאר אויף דעם דבר גשם, ס'איז עבודת אלילים ביהרג ואל יעבור,

יעצט ווען חלילה געוויסע הענגען אן אלקות אין א מענטש, נישט קיין חילוק ווי הייליג ער זאל נאר זיין, אין דערפאר שאקעלט ער זיך אריין אין עים, איז עס ע"ז, אנגעהויבען פין יאשקע אין געענדיגט ביי מענדעלע האגער,

וזאת התורה לא תהא מחלפת,

"דינען" עבו"ז איז שוין אנדערש ווי גלייבן. איינמאל א מענטש טוט במעשה איינע פין די ה' עבודות פאר עבו"ז, איז ער חייב, נישט קיין חילוק וואס זיינע מאטיוון זענען.
די האסט אנגעהויבו מיט א מעשה פין ר' מענדעלע וואס איז נישט קיין "עבודה", און אפ' זיך "שאקלן" פאר איינעם, וואס איז אפשר אביסל הארבער, איז עס נאכאלטס נישט פין די ה' עבודות, און עס איז נישט גענוג ארויפצישטעמפלען אויף אן עדה אידן, עובדי עבודה זרה.

אויב איינער דאוונט צו גאט, און ער גלייבט אז גאט איז באהאלטן אין רבי מענדעלע, צו הייסט דאס אז ער דאוונט צו אן עבודה זרה?

נשמה יתירה » דינסטאג יוני 4, 2013 7:43 pm

· #121437
יאיר
נשמה יתירה
חזקיהו המלך,
דו האלטסט אז די גאנצע מושג פון "אין עוד מלבדו" וואס ווערט פארטייטשט ע"פ חסידות אז עס איז נישטא גארנישט ממש חוץ פון דעם אייבערשטער, איז עבודה זרה?
מיינט נישט 'אין עוד מלבדו' לויט חסידות אז אלעס איז ער ממש. דו מיינסט אז דאס איז א בוים און נישט אלקות, זאגט חסידות אז דאס איז אויך אלקות, ניין?
די שיטה פון צמצום שלא כפשוטו זאגט אז דאס וואס דער אר"י הקדוש שרייבט אז עס איז געווען א צמצום אין אלקות, מיינט נישט כפשוטו. עס מיינט נישט אז עס איז באמת דא א פלאץ וואס איז נישט ער ח"ו. עס מיינט נאר אז עס קוקט אויס ווי א צמצום אבער עכט איז אלעס ווייטער ער. דו און דו און נאכאמאל דו.
קען זיין אז דו האסט א פראבלעם מיט גאנץ תורת החסידות, און דו האלטסט אז פון דעם בעשה"ק והלאה זענען זיי אלע נכשל געווארן אין עבודה זרה. ביטע געב מיר קלארקייט דערין.

1) ווען איינער זאגט אז רבי מענדעלע איז אלקות מיינט דאס דאך אז דוקא ער, און נישט א צווייטער, איז גאט אליין. דאס איז נישט ווי זאגן אז גאט איז אין די גאנצע בריאה (און שנעל צולייגן אז די גדרים פון די בריאה איז טאקע א דמיון ממילא ביסטו אויטאמאטיש נישט עובר אויף הגשמה) נאר ווי זאגן אז דער האלץ אדער דער שטיין איז גאט אליין.
2) אויב איינער גלייבט אין חסידות אז גאט איז איבעראל, אבער ער גלייבט נישט אז די גדרים פון די בריאה איז א דמיון (אזוי ווי רוב חסידישע אידן היינט) איז ער עובר אויף הגשמה?

וויאזוי פארשטייסטו די פראבלעם פון הגשמה לפי תורה החסידות אז עס איז טאקע באמת אלעס ער?

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 7:46 pm

· #121440
דו זאגסט דאך אז גשמיות (צמצום) איז א דמיון, ווי אזוי איז שייך הגשמה?

נשמה יתירה » דינסטאג יוני 4, 2013 7:56 pm

· #121450
צו זאגן אז גאט איז א שטיין איז ערגער ווי צו זאגן אז גאט איז א דמיון פון א שטיין?
וואס איך מיין דיך צו פרעגן איז, איז די פראבלעם פון הגשמה דאס אז עס איז פיזיש?
גראדע דאכט זיך אז ווען מען רעדט הגשמה מיינט מען דוקא די נקודה אז גאט האט געטליכע הענט און פיס ח"ו. מען רעדט נישט דוקא פון א פיזישע מין גשם.
קען זיין אז די תוכן פון מיין שאלה איז באמת - וויאזוי פארשטייטסטו דעם גאנצען נקודת הפראבלעם מיט הגשמה? דערנאך וועל איך קענען פארשטיין צו די חסידים רירן אהן דעם נקודה, צו נישט.

אויב א מענטש האלט אז גאט האט די מדה פון רחמנות איז עס ווייניגער פראבלעם ווי צו האלטן אז ער האט א האנט? איז געבן פאר גאט א כאראקטער פון רחמנות אנדערש ווי געבן פאר גאט א כאראקטער פון האנט?

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 8:21 pm

· #121469

אין רמב"ם'ס צייטן האבן מענטשן געהאלטן אז גאט האט א גוף וואס איז געמאכט פון א מער איידעלע סובסטאנץ, און דאס רופט ער אן הגשמה. כאטש ס'איז געווען טייל וואס האבן אויך געהאלטן אז גאט קען אויך אריינגיין אין א גוף פון א מענטש. דאס איז אלעס נאר אויב דער סאבסטאנץ איז טאקע גשמיות'דיג, אפילו אויב ס'איז אן איידעלער גשם. אויב איך זאג אבער למשל אז אין מיין דמיון שטעל איך זיך פאר כאילו גאט וואלט אויסגעזען ווי מיין באבע כאטש איך ווייס אז ס'איז נישט ריכטיג, זע איך נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. פאקטיש האט אזוי געארבעט אלע חזיונות פון די נביאים, יחזקאל האט זיך פארגעשטעלט כאילו ער זעט א מענטש זיצן אויפ'ן כסא הכבוד און דאס איז גאט, כאטש ער האט געוואוסט אז ס'איז נאר א חזיון און ס'איז נישט אמת.
אויב א מענטש האלט אז גאט האט די מדה פון רחמנות איז עס ווייניגער פראבלעם ווי צו האלטן אז ער האט א האנט? איז געבן פאר גאט א כאראקטער פון רחמנות אנדערש ווי געבן פאר גאט א כאראקטער פון האנט?

לויט'ן רמב"ם נישט. דערפאר זענען רוב היינטיגע אידן עובר אויף הגשמה לויט'ן רמב"ם. איז וואס מיינט אל רחום וחנון לויט'ן רמב"ם? איך ווייס נישט, און ער אליין האט לכאורה אויך נישט געוואוסט.

שמערל » דינסטאג יוני 4, 2013 8:35 pm

· #121473
יאיר
אויב איז זיין כונה אז מצוות מעשיות איז דער עיקר און ס'איז נישט קיין חילוק וואס מ'גלייבט, וואס דארף ער צוקומען צו די סברא אז למעשה וען מ'דרוקט זיי צו צו די וואנט האבן די חסידים נישט געגלייבט אז זייער רבי איז גאט אליין?

ווייל אוודאי איז לכל הדעות דא עקרי אמונה אין וואס יעדער איז מסכים אז מען דארף גליייבן, אזוי ווי דער חזון איש וואס איך האב געברענגט זאגט "שמי שלא עיין ולבבו שלם בכל המסור מאמתת הבורא, שהוא ית' קדמון, ובורא הכל, ואין מצוי זולתו," נעמט ער זיך אויס געוויסע תנאים לכה"פ אין וואס מען מיז גלייבן, במילא וואס וועל איך זאגן אויף איינעם וואס גלייבט אין צוויי רבי'ס, אז ער גלייבט אין שתי רשייות?

יאיר
1) ווען איינער זאגט אז רבי מענדעלע איז אלקות מיינט דאס דאך אז דוקא ער, און נישט א צווייטער, איז גאט אליין. דאס איז נישט ווי זאגן אז גאט איז אין די גאנצע בריאה (און שנעל צולייגן אז די גדרים פון די בריאה איז טאקע א דמיון ממילא ביסטו אויטאמאטיש נישט עובר אויף הגשמה) נאר ווי זאגן אז דער האלץ אדער דער שטיין איז גאט אליין.

עס איז זייער שווער צו זאגן וואס אזא איינער מיינט, און עס קען זיין אז ער אליין ווייסט נישט וואס ער מיינט, (כאפ אמאל א שמועס מיט א משיחיסט וועסטו פארשטיין וואס איך מיין) הכל פנים מיין שיטה איז אז ווילאנג ער וועט טענהן אז ער איז א איד פונקט ווי אלע אידן און גלייבט פונקט ווי די אין די דרייצן אני מאמינ'ס, איי וועסטו אים פרעגן די זאגסט אז דיין רבי איז אלוקות והאיך יתקיימו שניהם, וועט ער ענטפערן כל מיני תירוצים משונות, איז אפילו אויב די וועסט האלטן אז ער רעדט נישט צום דבר, איז ער נאכאלטס נישט קיין מין.
איך האף אז עס איז גענוג גיט ארויס געברענגט.

יאיר
אויב איינער דאוונט צו גאט, און ער גלייבט אז גאט איז באהאלטן אין רבי מענדעלע, צו הייסט דאס אז ער דאוונט צו אן עבודה זרה?

פארוואס פרעגסטו נישט פארקערט, אויב ער דאוונט צום רבין גופא, ווייל ער גלייבט אז גאט איז באהאלטן אינעם רבין?

יאיר
א דאנק פאר די וויכטיגע הערה. להבהרת הענין, די שיטה פון רמב"ם איז קלאר מבואר אין מורה נבוכים אז אפילו אויב מען איז א שוגג גמור בהגשמה האט מען נישט קיין חלק לעולם הבא.

א מראה מקום ביטע?
בלאט: 1 2