יאירנשמה יתירהצו זאגן אז גאט איז א שטיין איז ערגער ווי צו זאגן אז גאט איז א דמיון פון א שטיין?
וואס איך מיין דיך צו פרעגן איז, איז די פראבלעם פון הגשמה דאס אז עס איז פיזיש?
גראדע דאכט זיך אז ווען מען רעדט הגשמה מיינט מען דוקא די נקודה אז גאט האט געטליכע הענט און פיס ח"ו. מען רעדט נישט דוקא פון א פיזישע מין גשם.
קען זיין אז די תוכן פון מיין שאלה איז באמת - וויאזוי פארשטייטסטו דעם גאנצען נקודת הפראבלעם מיט הגשמה? דערנאך וועל איך קענען פארשטיין צו די חסידים רירן אהן דעם נקודה, צו נישט.
אין רמב"ם'ס צייטן האבן מענטשן געהאלטן אז גאט האט א גוף וואס איז געמאכט פון א מער איידעלע סובסטאנץ, און דאס רופט ער אן הגשמה. כאטש ס'איז געווען טייל וואס האבן אויך געהאלטן אז גאט קען אויך אריינגיין אין א גוף פון א מענטש. דאס איז אלעס נאר אויב דער סאבסטאנץ איז טאקע גשמיות'דיג, אפילו אויב ס'איז אן איידעלער גשם. אויב איך זאג אבער למשל אז אין מיין דמיון שטעל איך זיך פאר כאילו גאט וואלט אויסגעזען ווי מיין באבע כאטש איך ווייס אז ס'איז נישט ריכטיג, זע איך נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. פאקטיש האט אזוי געארבעט אלע חזיונות פון די נביאים, יחזקאל האט זיך פארגעשטעלט כאילו ער זעט א מענטש זיצן אויפ'ן כסא הכבוד און דאס איז גאט, כאטש ער האט געוואוסט אז ס'איז נאר א חזיון און ס'איז נישט אמת.אויב א מענטש האלט אז גאט האט די מדה פון רחמנות איז עס ווייניגער פראבלעם ווי צו האלטן אז ער האט א האנט? איז געבן פאר גאט א כאראקטער פון רחמנות אנדערש ווי געבן פאר גאט א כאראקטער פון האנט?
לויט'ן רמב"ם נישט. דערפאר זענען רוב היינטיגע אידן עובר אויף הגשמה לויט'ן רמב"ם. איז וואס מיינט אל רחום וחנון לויט'ן רמב"ם? איך ווייס נישט, און ער אליין האט לכאורה אויך נישט געוואוסט.
1- וואס מיינט דאס אן "איידעלע גשם"?
2- מצד הבנה, פארשטייסטו א חילוק פון א כאראקטער פון א האנט ביז א כאראקטער פון רחמנות? צו געבן פאר גאט אן אויסשטעל פון אן עמאציאן איז נישט קיין פראבלעם, אבער צו געבן פאר גאט אן אויסשטעל פון פיזיקע, איז דאס ארגסטע? איך פרעג דיר, נישט דעם רמב"ם.
3- איז דער רמב"ם דער איינציגסטער וואס האלט אזוי? איז בכלל דא ראשונים וואס האלטן נישט פון הגשמה און מיט דעם אלעם האלטן זיי יא אז גאט האט א כאראקטער פון, לדוגמא, רחמנות?
4- וויאזוי וואלסטו אפגעטייטשט דעם נקודת הפראבלעם מיט הגשמה?
5- לפי דבריך האלט דער מחבר פון ספר היד איז איעדער מענטש וואס האלט אז גאט האט א כאראקטער פון רחמנות, א מגשם און א כופר. קען אפשר לויט דעם פסול ווערן רוב עדי קידושין פון די גאנצע וועלט. האלט דען נישט רוב המון עם פון די אידישע וועלט, סיי ליטווישע און סיי חסידישע, אז דער אייבערשטער האט די מדה פון רחמנות? אפשר איז דאס א גוטע היתר לטהר ממזרים. קוק ווי גרויס די רחמנות פונעם אייבערשטען איז 😂