☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מאנסי איז די נייע וומסב"ג.

מאנסי איז די נייע וומסב"ג.

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3935
בלאט: 1 2

לייבעלע » מיטוואך מאי 29, 2013 7:35 pm

· #119425
מאנסי איז די נייע וומסב"ג.
א שרעק וואס טוט זיך לעצטענס אפ אין מאנסי,
דער ווילאמסבורגע עולם האט לעצטענס ערפינדען אמעריקע אין מאנסי און זיך גענומען אהערציען אין די מאסען. און אפילו די היגע איינואונער מאכען חתונה דאס געזינדעל און די פארלאנג וואקסט וואו אויף הייווען, און מען בויעט דירות אינגרויסען, אויף א לאט וואס איז געשטאנען לאנגע יארען א הייזקעלע מיט אסאך גראז ווערט אויפגעבויעט ריזיגע 4 שטאקיגע פראזשעקט הייזער. קוים בלייבט איבער פלאץ פאר פארקינג און עפעס גראז, די גאסן זענען פול.די טרעפיק ווערט ארגער מיום ליום. די סקול באסעס ווערען אויכעט מער און מער. אבער די בויערס בויען אן קיין חשבונות,

מאנסי האט אינגאנצען פארלוירען איר אלטע באחנט'ע צורה. עס ווערט ענדליך צו ווילעמסבורג. פול מיט חסידישע יודן מיט אדיסיס. נישטא קיין פלאץ אין די שולן קוים אין מקוה. ובכן גייען אויך די פרייזען פאר דירות ארויף יעדע פאר חדשים, נעבעך אויף מאנסי,
און אסאך פארשטייען נישט פארוואס די קעגענער זענען אזוי ברוגז

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 29, 2013 7:43 pm

· #119429
גם אני הקטן מצטרף.
איך קען נישט מוחל זיין פאר די וועלכע בארויבן מיר פון מיינע קינדער'ישע נאסטוליגישע זכרונות.

שלשלת » מיטוואך מאי 29, 2013 7:52 pm

· #119433
אויף וועם האסטו טענות...
אויף די בויערס וואס זוכן צו מאכן א דאלער?
אויף די וויליאמסבורג אידן וואס ווילן נהנה זיין פון די פארבליבענע מאנסי שיינקייט, אדער זוכן דירות פאר ביליגער ווי אין די סיטי?
אויף די מוסדות וואס נעמן אן די קינדער, און אויטאמאטיש מוזן זיי צושטעלן מער באסעס אויף די ראוד?
אויף די מקוה אידן? צו גאר אויף די ליסינג קאמפאניס וואס ליסען זיי די אדעסיס?

יידל » מיטוואך מאי 29, 2013 7:55 pm

· #119434
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 8:01 pm

· #119436
כאגעמיינט אז קלינטאן הילל איז די נייע ווילמסבורג

דעת תורה » מיטוואך מאי 29, 2013 8:55 pm

· #119445
יידל (וועמען׳ס געזיכט האסטו ארויפגעלייגט?) ״די לעצטע״ גייען ארויס יעדן איינציגן טאג וואס סאיז דא ערגעץ וואו א שטים בודקע אפן, און שטימען אין די שווערע טויזנטער מיט איין ציל: צו ערמעגליכן די בויערס ווייטער אנצוגיין מיט זייערע עוולות קעגן דעם מאנסיער ציבור.

יידל » מיטוואך מאי 29, 2013 9:00 pm

· #119446
ועל זה דוה לבנו, הה"ד מהרסייך ומחרבייך ממעייך יצאו.

wassup » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:31 am

· #119515
יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.

Shut up whats your issue there are ppl who live in willi in they cant afford it so they wanna move out to monsey where ots cheaper so why shouldn they build more houses ...in if you got a problem with that just get the hell out of monsey just go furter up to the catskills

הדד בן בדד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 am

· #119519
שלשלת
אויף וועם האסטו טענות...
אויף די בויערס וואס זוכן צו מאכן א דאלער?
אויף די וויליאמסבורג אידן וואס ווילן נהנה זיין פון די פארבליבענע מאנסי שיינקייט, אדער זוכן דירות פאר ביליגער ווי אין די סיטי?
אויף די מוסדות וואס נעמן אן די קינדער, און אויטאמאטיש מוזן זיי צושטעלן מער באסעס אויף די ראוד?
אויף די מקוה אידן? צו גאר אויף די ליסינג קאמפאניס וואס ליסען זיי די אדעסיס?

וואס? איך ווייס פון אידן וועלכע האבן נישט געמופט נאר ווייל זיי האבן נישט געקענט פלאצירן די קינדער אין מוסדות

הדד בן בדד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:44 am

· #119520
יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.

לדעתי איז דאס קיין טענה נישט. דו וואלסט לכאורה נישט געווען בעסער. קיינער צווינגט קיינעם נישט צו פארקויפן זיין לאט פאר א בויער. נאר וואס דען? ער באקומט געלט לוינט זיך אים צו פארקויפן און מופן ערגעץ אנדערש. מען קען נאך היינט מופן קיין עירמאנט, טשענסטנאט רידש און סאוט מאנסי ווי עס קוקט נאך אויס ווי מאנסי פון אמאל. נאר די זעלבע ווי איבערראל, וויל יעדער וואוינען וואס מער אין דעם טשולנט, אין דעם צענטער, קוקט עס אזוי אויס.

אדרבה, מופט ארויס אין קאנטרי וועט איר נישט האבן דעם פראבלעם.

ר' שמחה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:26 am

· #119534
wassup
יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.

Shut up whats your issue there are ppl who live in willi in they cant afford it so they wanna move out to monsey where ots cheaper so why shouldn they build more houses ...in if you got a problem with that just get the hell out of monsey just go furter up to the catskills

Don't curse.

ר' שמחה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:35 am

· #119535
די אינפאסטראקטור פון מאנסי איז נישט צוגעשטעלט צו דערהייבן דאס וואס מען בויעט דארט די לעצטערע יארן.

שוין נישט רעדן פון דעם אז די צוגעקומענע איינוואוינער פון ברוקלין פארשטייען נישט פלוצלינג פארוואס זיי שפארן זיך נישט די קאנטרי געלט,
וואס דאס איז געווען אריין גערעכענט אין דעם חשבון פון ווי זיי גייען צאלן זייער מארטגעדזש, אבער דא טענהט ווייטער די ב"ב, אז די קינדערלעך האבן זיך נישט ווי צו שפילן,
זיכער אז מען מופט אריין אין די נייע דעוועלאפמענטס, וואס קיין מאנסיער איינוואוינער כמעט וואס קויפן נישט דארט,
ווייל פאר די פרייז פון די נייע דירה קען ער עטליכע גאסן ארויפצו קויפן א אייגענע א הויז מיט א לאט ארום.

מען קאן נאך אסאך שרייבן איבער די נושא.

בעריש » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:42 am

· #119577
פארשטיי איך נישט די טענות, ווען סט לארענס האט געטוישט די זאנינג יארן צירוק על אפם וחמתם פון די נישט אידישע שכנים ארום האבן אלע געפייערט א נצחון, פלוצים איז מען מלא טענות
אזוי גייט עס און די יו עס געגענטער טוישען זיך כסדר.
און גראדע און מאנסי איז נאך דא גענוג און נאך רורל אידישע געגנטער און די גלילות פאר ווער סוויל אביסל מער פרייוועסי און די פרייזן דארט זענען ביליגער ווי אינמיטן די שמעלץ טאפ פון מאנסי.

יואב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:13 am

· #119588
שוין, הערעך אז מ'דארף האבן נייע דירות, כ'האב שוין שלום געמאכט מיט די מצב אז דער אמאל בא'חנ'טער מאנסי פארלירט איר אייגענארטיגקייט.
נאך אלעם, פארוואס זאל מאנסי זיין אנדערש ווי אלע חסידישע געגנטער ארום דער וועלט.
און די 11211 משוגעת פון וואוינען אין א געטא צאמגעדריקט ווי סארדינס, עלעך שוין אויך אראפשלינגען.
אבער אביסל מענטשליכקייט.
מילא די ציהסט ארויף הייזער אויף העריק, דיקעטאר, אדער ווינער דרייוו און אין פילע אנדערע שנעל וואקסענדע גאסן וואו מ'ציהט צוויי מאל א וואך ארויף א בילדינג, און די ווילסט גאנץ מאנסי סאל אויסקוקן ווי פילעס טעררעס אדער אדאר קארט, החרשתי.

דאס בויען הייזער אויף 306 צום ביישפיל, איז א אומדערהערטן חוצפה.
עס איז דא דארטן בלויז איין לעין פאר א יעדע זייט, און מאטאריסטן וואס ווילן נעמען דעם לאנגן רוט פון מעין סטריט ארויף, ווערן יעדן טאג ווען די באסעס לייגן אראפ די קינדער געהאלטן פאר'משכונט פאר שעות.

ענן כבד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:34 am

· #119601
מיט די שמאלע סיידוואקס וואס איז בכלל נישט געאייגענט פאר אזא גרויסע אנלויפעניש ווי אויף די גאסן וואס יואב האט דערמאנט, גייט מען אסאך אויף די ראוידס אין צומאל איז עס שרעקליך מסוכן.
כ'האלט מ'זאל זיך אריבער ציען אביסל ארויפציאיר קיין פאמאוינע נעבן וואסער

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:21 pm

· #119673
לייבעלע
א שרעק וואס טוט זיך לעצטענס אפ אין מאנסי,
דער ווילאמסבורגע עולם האט לעצטנס ערפינדען אמעריקע אין מאנסי, און זיך גענומען אהערציען אין די מאסען, און אפילו די היגע איינואונער מאכען חתונה דאס געזינדעל און די פארלאנג וואקסט וואו אויף הייווען, און מען בויעט דירות אינגרויסען, אויף א לאט וואס איז געשטאנען לאנגע יארען א הייזקעלע מיט אסאך גראז ווערט אויפגעבויעט ריזיגע 4 שטאקיגע פראזשעקט הייזער, קוים בלייבט איבער פלאץ פאר פארקינג און עפעס גראז, די גאסן זענען פול, די טרעפיק ווערט ארגער מיום ליום, די סקול באסעס ווערן אויכעט מער און מער, אבער די בויערס בויען אן קיין חשבונות,

מאנסי האט אינגאנצען פארלוירן איר אלטע באחנט'ע צורה, עס ווערט ענדליך צו ווילעמסבורג, פול מיט חסידישע יודן מיט אדיסיס, נישטא קיין פלאץ אין די שולן קוים אין מקוה, ובכן גייען אויך די פרייזען פאר דירות ארויף יעדע פאר חדשים, נעבעך אויף מאנסי,
און אסאך פארשטייען נישט פארוואס די קעגענער זענען אזוי ברוגז,

דו זאגסט זייער שטארק ענליך צו דאס וואס "פרעזערוו ראמאפאו" זאגט. נאר זיי זענען אמת'דיג אנטיסעמיטן. אבער דער מציאות איז אז די מענטשן וועלכע האבן ליב א סאך גרז און אפענע פלעצער קענען זיך שוין פאקן די פעק. ווייל דער מצב גייט נאך ווערן א סאך שווערער פון זייער קוק ווינקל.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:34 pm

· #119679
כ'פארשטיי דיין ווייטוג, אבער דער זעלבע טענה האבען בארא פארק'ער אידען געהאט אין די מיטל ל' יארן.
דער גרעסטע צרה איז געווארען ווען בארא פארק דורך די עסקנים געטוישט דער זוינונג, דער זעלבע פראבלעם קען ווערן אין מאנסי, ווי מ'וועט קענען אנהייבען בויען מער צאם געשטיפט, דער לאקאלע געווארנמענט אויב ברעכן זיי זיך צום וויטש פון די עסקנים וועט דאס טאקע ווערן ווי ווילימסבורג.

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:42 pm

· #119704
זר זהב
כאגעמיינט אז קלינטאן הילל איז די נייע ווילמסבורג

קלינטאן איז, און מאנסי וויל.

(מאנסי איז נאך זייער ווייט פונעם וויליאמסבורגער אלט און נייער חן)

יידל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:04 pm

· #119729
הדד בן בדד
יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.

לדעתי איז דאס קיין טענה נישט. דו וואלסט לכאורה נישט געווען בעסער. קיינער צווינגט קיינעם נישט צו פארקויפן זיין לאט פאר א בויער. נאר וואס דען? ער באקומט געלט לוינט זיך אים צו פארקויפן און מופן ערגעץ אנדערש. מען קען נאך היינט מופן קיין עירמאנט, טשענסטנאט רידש און סאוט מאנסי ווי עס קוקט נאך אויס ווי מאנסי פון אמאל. נאר די זעלבע ווי איבערראל, וויל יעדער וואוינען וואס מער אין דעם טשולנט, אין דעם צענטער, קוקט עס אזוי אויס.

אדרבה, מופט ארויס אין קאנטרי וועט איר נישט האבן דעם פראבלעם.

מיין טענה איז נישט אויף די וואס פארקויפן זייערע הייזער. מיין טענה איז אויף די דעוועלאפערס. ווען איינער פרובירט זיך לעגאל אקעגנצושטעלן דאס בויען 40 דירות אויף א לאט ווי ס'בעפאר געשטאנען בלויז 4 שרייט מען אים נאך אין שול אלס מסור. איי וואס איז מיט היזק ראיה? הו קעירס.
דאס אז איך וואלט אויך אזוי געטון איז נישט קיין תירוץ.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:42 pm

· #119820
יצמחפרקני
זר זהב
כאגעמיינט אז קלינטאן הילל איז די נייע ווילמסבורג

קלינטאן איז, און מאנסי וויל.

(מאנסי איז נאך זייער ווייט פונעם וויליאמסבורגער אלט און נייער חן)

טאקע, אין מאנסי איז נאך דערווייל געלונגען צו מאכן איין כינוס פאר די גאנצע שטאט.

לייבעלע » פרייטאג מאי 31, 2013 1:13 pm

· #119981
סיז אסאך ערגער ווי אפאר ווילען עס אראפלייגען. לעצטענס בויען די דעוואלאפערס נישט נאר גרויסע הייזער, נאר גאנצע קאמפלעקסאן פון צענדליגעע הייזער צונאזאם, א שטיייגער ווי פרעסטידש דירות, וואס מען וואוינט דארט ווי די הערינגס צושטיפט און איינער אין צווייטענס נאז, נישטא א טראפעלע פרייוועסי, און אויכעט האט מען אנגעהויבן מאכן קלענערע שטיבער, אנשטאט וואס אמאל האט מען געוואוסט אז יעדע הויז אין מאנסי האט א שיינע סייז דייניג רום און בעדרום , איז היינט וועט קוים אריינפיטן די פורנישטער, אסאך מאל דאס אויך נישט, די צימצים ווערט ערגער, עס ווערט צעביסעלעך א צימצים ווי ווילאמסבורג,
די פארקינג לאטס זענען פול און די סקול באסעס מאכן טרעפיק אויף אלע גאסען, און אויף יעדע גאס איז דא קאנסטראקשען פאר נאך הייזער וואס דאס אליין שטערט דעם פארקער, עס ווערט ממש ווי א סיטי,
איך האב יא אביסעל טענות אויף די דעוואלאפערס וואס בויען, זיי ווערען רייך און גראב אויף יענעמס חשבון, און פונקט ווי אין ווילי טוען זיי ווואס זיי ווילען אויפען חשבון פון די איינוואוינער און טענענטס זענען זיי אין מאנסי גארנישט בעסער , עס איז א הארץ וויטאג צוצוקיקן ווי שיינע זיסע הייזקעלעך ווערן איינגעווארפען פארשווינדען און ריזיגע באמבעס וואקסען ארויף דארט, עס טוט זיך א געהאקעריי פון אלע זייטן, צעמענט טראקס און פארקעי טראקס קימען און גייען, איך ווייס נישט פונקטלעך וועמען צו בלעימען דא , אבער אלץ מאנסי איינואוינער שוין אזויפיל יאר טוט עס זייער וויי, עס טוט וויי פאר אלע אלטע תושבים, עפעס איז נישט ריכטיג,
ווער ווייסט וואס איז נעקסט, אז מען לויפט דא אויך אויס פון פלאץ וועט מען אנהייב בויען 8 שטאקיקע בנינים?
וואס טראכטען די אלע דעוועלאפערס, זיי ווייסען נישט אז זיי ציהען איבער דעס שטריקעל? איינמאל גייט דאך דער הויעך געשעצטער סופערווייסער סט. לארענס פארלירן, ער לעבט דאך נישט אייביג, ווי מער מען רייצט זיך מיט די אלטע תושבים וואס זענען געקימען וואונען אין א שטילע סובארב, אלץ מער ועט די נקמה זיין שטארקער און די ניצחון פייעריגער, און מען וועט קלאגן איכה ישבה בדדד עיר רבתי בעם, מען וועט שרייען א באנדע שונאי ישראל צוררי יהודום בלא בלא בלא, פארשטייען די נישט די דעוואלאפערס אז בור כרה ויחפריהו ??

קרעקער » פרייטאג מאי 31, 2013 3:20 pm

· #120019
דאס איז דער וועג
אזוי האט אונז דער רבי געלערענט ביים בויען קרית יואל

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 31, 2013 3:22 pm

· #120020
קרעקער - סאמטיימס יו אר קרעקינג מי אפ...

לייבעלע » פרייטאג מאי 31, 2013 7:30 pm

· #120077
עס איז דא נאך א עניין וואס איז כדאי צי אויסשמיעסען, די חסידים וואס זענען אנגעקימען אויף א אופן פון האחד בא לגור האבען אוועקגענומען נישט נאר די ארגינעלע חן פון מאנסי, נאר אויכעט די אנגענעימע אטמעספער און מענטעליטי. און לאמיך זיך עקספלעינען
מאנסי איז אלץ געווען א שטילע סובארב. אינגאנצן אנדערש פון די רוישיגע ברוקלין, עס איז געווען א שיינע שטילע רואיגע געגענט. ווי איבעראל אין אפסטעיט. בדמיון צי א קאנטרי,
איין דוגמה איז די אחדות וואס האט אלס געהערשט אין מאנסי, יארען צוריק פלעגן אפילו מאנכע פרויען גריסען די מענער גוט שאבעס, מיט א פשטות, און אודאי אזוי איין מאן פארן צווייטן, כמעט וואסיז נישט געווען אזא מציאות אז מען גריסט זיך נישט, א ספאדיק צו א קראך היטל און אלעס אינצווישען, כולנו בני איש א' אנחנו, עס איז געווען דעלישעס, און היינט איז בכלל נישט אזוי, די ברוגז'דיגע געזיכטער פון שטאט האבן אריבערגעפליכטעט קיין מאנסי, סאטמער האט שוין 2 באזינדערע שוהלן און פלאנען צו עפענען עקסטרע מוסדות, און מחלוקת איז אנגעקומען אין מאנסי,
נאך א דוגמה איז די live and let live שיטה, אמאל אין מאנסי האסטו געקענט אנטאהן א שיך אויפען קאפ ואין פוצה פה, קיינער האט נישט אינטערעסיערט וואס די טוסט און ווי די גייסט, היינט מישט מען אריין די נאז אין יענעמ'ס ביזנעס, ס'איז איין גרויסע טשולענט טאפ,
📎 nose.jpg
נאכדעם קומט די חלק פון דרייווען, יעדער האט אמאל געדרייווט רואיג און געמיטלעך, און געפארקט אויף זיין רחבות'דיגען דרייוו וועי,מען האט געסטאפט ביי די סטאפ סיינס, אריינגעלאזט א צווייטן, אויסגעפאלגט די געזעצען, און היינט האבן די אומצציוויליזירטע חסידים איבערגענימען די ראודס, מען דרייווט ווי חיות אין וואלד, מען פליהט און מען מאכט שארט סטאפס, און מען פייפט יענעם אן מיטן הארן
📎 Feif.jpg
און פארקען איז גארנישט בעסער, די גרויסע הייזער ערלויבען נישט צופיל פארקינג, און אויב מיין חבר מאכט א וואכט נאכט אדער א טי אווענט און מען טיילט סעסעמי קוגעל מוז דעך יעדער אנטייל נעמען, און איינער פארקט אויפן סיידוואק, א צווייטער אויף די שיינע גראז, א דריטער שטיפט צעך אריין צווישען 2 קארס אזוי נאנט אז ווען ער עפנט זיין טיר מאכט ער זיכער אריינצוקנאקען אין יענעמ'ס קאר, און אויך אין שיהל איז אזוי, איינער פארקט שיעף און נעמט אויף 2 פארקינג ספעיסעס, אנדערע גייען האלב אויפן סיידוואק און האלב אויפן גראז, ספעשילי די הויכע SUV קנאקערס, און אנדערע פארנעמען גאר די דיסעביליטי פארקינגס, אפשר הער איך זיך ווי א סעלף העיטינג האסיד, אבער דאס איז ליידער דער ביטערע מציעות,
מעקען מאך אסאך מאריך זיין, וואסערע חורבן סיז געווארן פון די כלילת יופי מאנסי, אבער שבת קימט צי גיין, און שבת הוא מלזעוק,
סאו האטס מיר אלע א גוטן שאבעס, (מענער און פרויען ) 😛

ימי קדם » דינסטאג יוני 4, 2013 1:59 am

· #121149
berlbalaguleh
דו זאגסט זייער שטארק ענליך צו דאס וואס "פרעזערוו ראמאפאו" זאגט. נאר זיי זענען אמת'דיג אנטיסעמיטן. אבער דער מציאות איז אז די מענטשן וועלכע האבן ליב א סאך גראז און אפענע פלעצער קענען זיך שוין פאקן די פעק. ווייל דער מצב גייט נאך ווערן א סאך שווערער פון זייער קוק ווינקל.

איך (און נאך אסאך) בין ווייט פון איבערצייגט אין דיינע ווערטער, אין ערגסטען פאל "אנטי פארוואנדלן מאנסי אין וויליאמסבורג".

לייבעלע » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:39 pm

· #143021
בושה תכסה פנינו,,
שטייען מיר אויף היינט אינדערפרי און מיר שפאצירן אראפ מעיפעל עוועניו גייעדניג צו שחרית. און אך און ווייי. מיינע אויגען טוען שווינדלען. די גאסן זענען פול אנגעווארפען מיט פאטשקעווילען. לענגאויס גאנץ מעיפעל עוועניו פונעם היימשען ציביר. אזא שאנדע. אזא חרפה. עס שרייט פון די צעטליך שטערנבוך.
דאס איז מאמת מיין אשכול. מאנסי איז די נייע וומסב'ג. אזוי עקעלדיג. או לאותה בושה וכלימא.

אבי גערעדט » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:57 pm

· #143035
לייבעלע וויין נישט, מיר זענען אלע אין זעלבן פעקל, אלע היימישע געגנטער האבן באקומען דעם מתנה, (איך ווינדער זיך וואס די מטרה פון די צעטלאך איז, צו גייט ר"מ שטערנבוך אפילו וויסן דערפון?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:01 pm

· #143036
אויב אזוי איז באראפארק אויך די נייע וויליאמסבורג. א גרויל! אומציוויליזירטע בועלי אימהות, גייט אייך צוריק צו אייער צואה לאך און לאזט אונז צורוה.

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:47 pm

· #143088
דא קען מען זען די פאשקווילען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/143077">viewtopic.php?p=143077#p143077</a><!-- l -->

טעפל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:21 pm

· #143170
סאשי פיש
דא קען מען זען די פאשקווילען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/143077">viewtopic.php?p=143077#p143077</a><!-- l -->

פארוואס ברענגסטו אריין דעם וויליאמסבורג אינעם מאניסע אשכול???

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:24 pm

· #143171
עס איז מאנסי פאשקווילען נישט וויליאמסבורג

איש צדיק תמים » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:45 pm

· #143179
עס איז ממש א ווייטאג ווי ווייט מענטשען קענען זיך דירקייקלען

לבי במזרח » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:56 pm

· #143181
Lets call them by their name. ווער זענען די גרויליגע חברה, די זאלי׳ס? אדער אין מאנסי די בני חיים שיע׳ס? אדער גאר אנדערע גרופעס? אדער אפשר גאר אינדיבידואלע שטירן?

לייבעלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:50 am

· #143736
היינט אין די קול הציבור פין מאנסי טוהן די ועד אנשטולדיגען
📎 קול הציבור.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:05 pm

· #144230
לייבעלע
בושה תכסה פנינו,,
שטייען מיר אויף היינט אינדערפרי און מיר שפאצירן אראפ מעיפעל עוועניו גייעדניג צו שחרית. און אך און ווייי. מיינע אויגען טוען שווינדלען. די גאסן זענען פול אנגעווארפען מיט פאטשקעווילען. לענגאויס גאנץ מעיפעל עוועניו פונעם היימשען ציביר. אזא שאנדע. אזא חרפה. עס שרייט פון די צעטליך שטערנבוך.
דאס איז מאמת מיין אשכול. מאנסי איז די נייע וומסב'ג. אזוי עקעלדיג. או לאותה בושה וכלימא.

זיי נישט באזארגט. ס'איז דא פון די געמיינע סחורה אין בארא פארק אויך. דא זענען אלע גאסן באווארפן געווארן מיט די פאשקווילן. זיי ווילן ברענגען דעם טעראר פון וויליאמסבורג און מאה שערים אין אלע אנדערע אידישע געגנטער אויך.

סלינקי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:04 pm

· #144274
אוטאריטעטן זוכן די פאשקעווילן ווארפער'ס

<a class="postlink" href="http://hudsonvalley.news12.com/news/authorities-search-for-monsey-litterbug-scattering-fliers-in-hebrew-1.5933460#autoplay=true">http://hudsonvalley.news12.com/news/aut ... oplay=true</a>

לייבעלע » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 1:53 pm

· #147735
ריכטיג סלינקי. אויטאריטעיטן זוכן די ווארפער. ביילגעלייגט קענט איר זעין ווי דער עולם ברויזט, דאס איז געשטאנען אין די מאנסי קאמיוניטי צייטינג.
📎 PK3.jpg 📎 PK2.jpg 📎 PK1.jpg

לייבעלע » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 1:54 pm

· #147737
נאך
📎 Police2.jpg 📎 Police.jpg 📎 Letter to Editor.jpg

לייבעלע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:55 pm

· #149060
אזוי שרייבענדיג די שורות דא פארען ארים די הייזעריקע קארס איבער די אנגעלייגטע גאסען וואס שרייען שוין פין צופרי צו גיין וואוטען ביי די וואלען. די צייטונגען וואס מען האט ארוםגעשיקט פאר די פאבליק האט אזוי ווי איייביג האט שטארק אנגעשראקען דעם ציבור אז די קעגענער לאזען נישט בויען נייע דירות פאר אינזערע קינדערלעך און פארגרעסערטע משפחות קע'ה. אבער מיט אינזערע פריינט וועט מען קענען בויען נאך אבאנטש דירות. מען האט שוין באכאשעם געבויט דע נייע גראסערי עווערגרין. די טרעפיק דארטן איז זייער גרויס. וביותר בערבי ימים טובים. דער פארקער אויף די גאסען אינאיינעם מיט די סקול באסעס יעדן טאג שפירט זיך שוין כמעט ווי מאנהעטען. אבער מיר דארפן אריינוועהלען פריינט זיי זאלען באשטעטיגען נאך אסאך דירות.

'

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:11 am

· #149283

אלץ בעסער די גוטע פריינט פון אידן, אזוי ווי סט. לאורענס, מיט אלע זייערע חסרונות. ווי איידער די שונאי ישראל, למיניהם.

לייבעלע » מיטוואך אפריל 22, 2015 4:26 pm

· #268651
לייבעלע
אאבער מיט אינזערע פריינט וועט מען קענען בויען נאך אבאנטש דירות. מען האט שוין באכאשעם געבויט דע נייע גראסערי עווערגרין. די טרעפיק דארטן איז זייער גרויס. וביותר בערבי ימים טובים. דער פארקער אויף די גאסען אינאיינעם מיט די סקול באסעס יעדן טאג שפירט זיך שוין כמעט ווי מאנהעטען

די ווערטער האב איך געשריבען כמעט צואנציג חדשים צוריק, עס איז דערווייל גארניקס בעסער געווארען נאר אדרבא די טרעפיק ווערט שווערער נישט נאר ערב שבת אבער אפי' יעדען טאג, ראט 59 ביי די פלאץ לעבען עווערגרין איז א מעין גאס ווי אסאך מענטשען פארען אדורעך אויכעט נישט אידען און זיי קריצען מיט די ציין ווען זיי זיצען אין די טרעפיק, פין די עעווערגרין גראסערי איז ציגעקומען א ריזיגע שאפינג מאלל מיט אסאך מינע געשעפטען און נאך געשעפטען גייען זיך עפענען מיט דע צייט און די טרעפיק איז איום ונורה,

להוסיף חטא אל פשע האט מען לעצטענס ארויפגעלייגט גרויסע עדווערטיזינג טאוולען מיט בילבארדס קאלירטע מיט עלעקטאראנישע און אויכט סתם טאוולען וואס טיען אויסשטעכען די אויגען פונעם גוי, אקעגען עווערגרין איז געווען א ריזיגע סיין פאר איבער פון א חודש מיט א טייערע אויגען אויסשטעכעדיגע פיקטשער פון א פראכטפיל סדר טיש מיט אלע מינע גאלדנע און זילבערנע כלים, לקיים מה שנאמר למה תתראו און אלע גויים וואס פארען דורך זאלען זעהן ווי נעבעכדיג די פ.ס. געליטענע אידען לעבען נעבעך,

דער נייע ראש הגעגענט עד דעי האטצעך גענימען איבער די ביינער פון היימישע אידען מען האט שוין נעבעך אסאך געכאפט מיט נישט אנגענעמע געשעפטען ווי דעי קעיר צענטערען און סזעט נישט אויס ווי ער גייט סטאפען עניטיים סאאן און אידעלעך לעבען דא מיט אנגסט וואס נאך דער בייזער צורר וועט זיך אנטרעפען אויף אונז, דער בשעפער זאל היטען מיט זיין רעכטע האנט,
אבער די דוועלאפערס גייען ווייטער מיט זייערע דרכים ווי נישט זיי מיינט מען. עס ציען זיך ארויף ריזיגע הייזער איינע נאך די אנדערע, והכסף יענה את הכול

יעדער וועט מסתם געדעינקען עטליכע יאר צירוק איז געווען א גרויסע מערכה אין מאנסי אקעגען א נייע וואלמארט, <אויף די זעלבע פלאץ ווי עוועררגין האט זיך אויסגעצויגען און אנגעמאכט א טרעפיק>, בשעתו האבען די עסקנים אלאמירט און פארפירט עולמות אז א נייע גרויסע וואלמארט וועט גורם זיין טרעפיק און צונעמען אסאך פארקינג פון די קארס וואס פארקען טעגלעך ביי די פארק ענד רייד, און מען מיז עס אדורעכפייטען, און עס איז בע'ה געלינגען די מערכה איז אדורעך בשלו' און קיין וואלמארט איז נישטא עד היום והעיר מאנסי צהלה ושמחה ליהודים,

הערטס אבער טייער אידען, וואלאמרט טאקע נישט, אבער די פארקינג גייט אוועקימען פון דארט, מען פלאנירט אויפצושטעלען דארטען א ריזיגע דעוועלאפמענט פון ארום ~850 דירות!!!!!!!!! רייבט דיך דיינע אויגען? איך אויך, דער גאנצע פראפערטי איז כלל נישט צי גרויס נאר מען וועט ארויפציהען הויכע שטאקען, ס'טייטש מען מוז דאך צישטעלען פאר אינזערע טייערער קינדערלעך צי וואוינען, ניין??? מען שמיעסט אין די גאס אז נישט די מאנסיע דעוועלאפערס מאכען דאס, נאר גאר ווימס"ב'גע דושינסקי ראבינאוויטש וואס זענען טרויעריג באקאנט פאר די טייערע הייזער וואס זיי בויען און העכערען די מארקעט פרייזען און די וועליא פון די דירות צו גאר הויעכע ציפערען, זיי האבען די העזה צו קומען אין אינזער מאנסי און מאכען א חורבן, אויב וועלען זיי מצליח זיין וועלען זיי בלי ספק גיין וויייטער,
אבער חוץ פין די דירות טראכטס אריין וואסערע ריזיגע טרעפיק דאס גייט גורם זיין אויף דעם עריע,עס איז גלייך לעבען עווגרגרין ווי מען ליידט שוין יעצט פון די טרעפיק און נעקסט דאאר גייט מען אריינשטיפען 850 דירת, אין מאנסי דרייווט כמעט יעדער און ביי אסך משפחות אויכט די פרויען, קען זיך איינער מצייר זיין און אויסדמיונע'ן ווי שרעקליך די טרעפיק גייט זיין?"?? און מען לאסט עס צו?? קיינער איז נישט מוחה?????? וועלכער פערד האט געגעבען די הסכמה און אפראווט אזא מייסטער סטופיד פלאן???

איך בין נישטא צי אפט אויף קאווע שטיבעל אבער איז שוין מפורסם אז ווען מען וויל דער דבר השם זאל דערהערט ווערען צווישען שלומי אמונה ישראל איז נישט דא קיין אנדערע מקום נאר קאווע שטיבעל, ע"כ זאג איך ענק אידען עס קען זיין א בכי' לדורות מען מוז דאס סטאפען ווי אמשנעלטען פאר אלע קאסטען, מיר האבען גענוג טרעפיק, גענוג ציקראכעטע צילעכרטע ראודס, גענוג פארפלייצינגען, געניג שנאת ישראל, געניג געניג געניג, אינז דארפען א ברעיק, די אינפארסטוקטור פארנעמט עס נישט, ווער עס קען האבען א השפעה אויף סיי וועמען אז אזא שרעקלכער פראיקט זאל צישטאנד קימען זאל פליז טין כל מה שבכוחותיו כי בנפשינו הדבר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אונז טארען זיך נישט פאקויפען פאר געלט אזוי ווי דע רבי האט געלערענט,

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 22, 2015 4:44 pm

· #268659
איך קען מיך נישט אזוי אויס דארטן אבער ס'קען גאר זיין א ישועה. טראכט אריין, די וואס וואינען פארשפרייט ניצן כסדר די קאר. ווען מ'גייט אין גראסערי, שול, חבר, משפחה אא"וו מוז מען דאך נעמען די קאר. די איינוואינער אין די נייע דעוועלאפמענט וועלן אלעס האבן ביי די האנט, ווי עווערגרין און אנדערע געשעפטן, און כ'בין זיכער אז אפאר שולן וועלן זיך אויך עפענען דארט.

ארבעט שווער » מיטוואך אפריל 22, 2015 6:37 pm

· #268699
דאס אליינס אז די 2 בולדערס שטעקן אריין א פיס אין מאנסי מיינט אז בקרוב גייען די פרייזן ארויפשיסן נאכמער (טאמער ס'נישט גענוג הויעך יעצט)
זיי קומען מיט ריזיגע אפפערס ווי אימער זיי קומען אן און זיי פאנגען אייביג אן מיט א מיליאן דאלאר העכער ווי די ביד האט געהאלטן (וויפיל בעטסטו ? 8 מיליאן איך געב דיר 10 געב עס אהער) און טאמער גייען זיי מצליח זיין דארט ביי זייער ערשטע פראיעקט גייען זיי נאכדעם איינשלינגען די גרעסטע ביז איצטיגע בולדערס
איך געב מיין ווארט לייגט עס אוועק און נעמט עס ארויס 3 יאר ארום וועט איר זעהן מיין פאראויס געקוקטע בליק

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:10 pm

· #268738
'

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:21 am

· #268889
שטילע אינגערמאן
'

שמך נאה לך.

הבא ללמד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:27 am

· #268900
לאמיר שוין איין מאל פאר אלעמאל אויף הערן צי באשילדיגען יעדעם איינען און אינזערע פראבלעמען, ר' יצחק ראבינאוויטש איז גארנישט שילדיג אינעם דירות פרייזען און וויליאמסבורג, ער טיט וואס יעדע נארמאלע סוחר טיט, שילדיג זענען מיר דע קונים (וגם אני בתוכם , בעסער געזאגט מיין ווייב...)מיר האבען אפגעמאכט אז אינז וויל מיר נאר וואינען און וויליאמסבורג, איז געקימען דער סוחר ר' יצחק מאכענדיג א חשבון אז דע בהמות וועלען פאר יעדע פרייז קויפען כדי צי בלייבען דא און דע שטאט פארוואס זאל מיר נישט בעטען אביסעל טייערער, אז מיר וועלען בעטען נאך א פאר דאלער וועלן דאך דע בהימות וויייטער קויפען. אבער דאס וואלט יעדע נארמאלע מענטש מיט אביסעלע שכל און קאפ וואס קען רעכענען איינס מיט איינס געטיען דע זעלבע זאך, שטעלט ענק פאר אז ר' מרדכי גאטמאן בלייבט דער איינציגסטער מילך סוחר וואלט ער נישט געבעטען 10 דאלער א פלאש מילך (אפשר איז מילך אנדער ווייל עס ווערט רעגאליעטעט ביי דע גאוווערמענט), אזוי האט דער באשעפער באשעפען דע בריאה אז יעדע זאך ווערט געשאצט מיט סאפליי און דעמענד

דע זעלבע זאך גייט יעצט געשען אין מאנסי אויב דער עולם וועט דוקא וועלן וואינען אינעם שמאלטץ, גייען דע סוחרים עס אויס ניצען דע מאקסימאם און בעטען פרייזען אז עס זאל גיין א רועך, און זיי זענען הינדערט פראצענט גערעכט, אבער דער אינגערמאן וואס וועט אפמאכען איך גיי דארט ווי איך קען ערפארדען, צי עס הייסט טעשט נאט צי אירמאנט ער וועט נאר צאלען דע מארקעט פרייז, און אים וועט קיינער נישט קענען ארויף שלעפען דע פרייז

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:53 am

· #268908
Re: מאנסי איז די נייע וומסב"ג.
יעדער מענטש מעג טוהן ביי זיך אינדערהיים וואס ער וויל, עפ''י הלכה. היזק ראיה מיינט בויען א וואנט, נישט מער. טאמער מאנסי איינוואוינער שמעקט נישט וואס דעוועלאפער''ס טוהן, זאלען זיי מאכען א פאליטישע פארטיי און לויפען אויף דער טעמע. Let the best man win. קיינער איז נישט גערעכט אדער אומגערעכט, יעדער זוכט זיינס. און אגב, דער רווח פון נישט האבען א אידישע בלא''ק וואו''ט איז געוואלדיג. יעדער גוי וואס וועט וועלען לויפען וועט מוזען צוזאגען פאר דער גרופע אזוי און פאר א צווייטען עפעס אנדעריש. בעסער דער גוי זאל זוכען געפעלען דער איד ווי איידער דער איד זאל זוכען צו געפעלען דער גוי.

בן עזאי » מיטוואך יוני 3, 2015 8:12 am

· #280103
הדד בן בדד
יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.

לדעתי איז דאס קיין טענה נישט. דו וואלסט לכאורה נישט געווען בעסער. קיינער צווינגט קיינעם נישט צו פארקויפן זיין לאט פאר א בויער. נאר וואס דען? ער באקומט געלט לוינט זיך אים צו פארקויפן און מופן ערגעץ אנדערש. מען קען נאך היינט מופן קיין עירמאנט, טשענסטנאט רידש און סאוט מאנסי ווי עס קוקט נאך אויס ווי מאנסי פון אמאל. נאר די זעלבע ווי איבערראל, וויל יעדער וואוינען וואס מער אין דעם טשולנט, אין דעם צענטער, קוקט עס אזוי אויס.

אדרבה, מופט ארויס אין קאנטרי וועט איר נישט האבן דעם פראבלעם.

כ'קען אן עלטערער איד אין מאנסי וואס זוכט צו פארקויפן זיין הויז אין צענטער פון מאנסי ווי מ'קען בויען היבש אפאר דירות, אבער ער איז גרייט עס צו פארקויפן בלויז צו א משפחה וואס וויל דארט וואוינען. נישט פאר א דעוועלאפער וואס וועט עס אראפווארפן, אפילו ער קען דערפאר באקומען אסאך מער געלט.
נו, צדיק אחד בסדום...
איצט איז מיין שאלה צו איך מעג עס גיין אפקויפן פון אים, און פליפן צו א דעוועלאפער פאר א שיינע אפותיקי.
אויב יא זיך איך א שותף, ווייל מיר פערזענליך וועט עס נישט ארבייטן. ווייל יעדער ווייסט איך בין אין די ליין. (ניין, ס'נישט קיין חשש גילוי, ס'דא מער ריעל עסטעיט שפעקולאנטן אין מאנסי, ווי באס דרייווערס.)

בן עזאי » מיטוואך יוני 3, 2015 8:54 am

· #280111
הדד בן בדד
וואס? איך ווייס פון אידן וועלכע האבן נישט געמופט נאר ווייל זיי האבן נישט געקענט פלאצירן די קינדער אין מוסדות

ס'איז א פאקט אז אין פפא בהמ"ד אין וויליאמסבורג הענגט א צעטל פון די מוסדות אין מאנסי אז מ'זאל נישט מופן, ווייל ס'נישטא קיין פלאץ אין די מוסדות. און ס'וועט נישט העלפן די טענה אז מ'האט זיך שוין ארויסגעצויגן.
למעשה אז א פפא איד ציהט זיך יא קיין מאנסי, דארף ער דורכגיין א גאנצע פארהער ביי די הנהלה צו ער איז טאקע א ריכטיגער פפא'נער. דהיינו:
- אויב האט די פאטער אליין געלערנט אין פפא ישיבה.
- גייט צו די טישן פון רבי'ן, און פראוועט קוויטלעך בימי הדין.
- פאלגט אלע תקנת הקהלה.
- ועוד ועוד...

לדעתי פעהלט נישט אויס די גאנצע ליסט פון חקירות. ס'גענוג צו מאכן א פשוט'ן איי קיו טעסט צו זעהן אויב ער האט די ריכטיגע פפא איי קיו. (און ניין מיין פפא חבר, איך מיין נישט צו טשעפען - פארקערט - דוקא אויב האט ער א הויכע איי קיו איז ער א ריכטיגער פפא'נער, כידוע.)

ווי אויך זעהט מען יעדע שטיק צייט א מודעה אין דער איד פון מוסדות סאטמאר מאנסי, אז מ'זאל נישט מופן פון שטאט בעפאר מ'האט א מוסד.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יוני 3, 2015 9:14 am

· #280117
Re: מאנסי איז די נייע וומסב"ג.
בן עזאי
הדד בן בדד
יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.

לדעתי איז דאס קיין טענה נישט. דו וואלסט לכאורה נישט געווען בעסער. קיינער צווינגט קיינעם נישט צו פארקויפן זיין לאט פאר א בויער. נאר וואס דען? ער באקומט געלט לוינט זיך אים צו פארקויפן און מופן ערגעץ אנדערש. מען קען נאך היינט מופן קיין עירמאנט, טשענסטנאט רידש און סאוט מאנסי ווי עס קוקט נאך אויס ווי מאנסי פון אמאל. נאר די זעלבע ווי איבערראל, וויל יעדער וואוינען וואס מער אין דעם טשולנט, אין דעם צענטער, קוקט עס אזוי אויס.

אדרבה, מופט ארויס אין קאנטרי וועט איר נישט האבן דעם פראבלעם.

כ'קען אן עלטערער איד אין מאנסי וואס זוכט צו פארקויפן זיין הויז אין צענטער פון מאנסי ווי מ'קען בויען היבש אפאר דירות, אבער ער איז גרייט עס צו פארקויפן בלויז צו א משפחה וואס וויל דארט וואוינען. נישט פאר א דעוועלאפער וואס וועט עס אראפווארפן, אפילו ער קען דערפאר באקומען אסאך מער געלט.
נו, צדיק אחד בסדום...
איצט איז מיין שאלה צו איך מעג עס גיין אפקויפן פון אים, און פליפן צו א דעוועלאפער פאר א שיינע אפותיקי.
אויב יא זיך איך א שותף, ווייל מיר פערזענליך וועט עס נישט ארבייטן. ווייל יעדער ווייסט איך בין אין די ליין. (ניין, ס'נישט קיין חשש גילוי, ס'דא מער ריעל עסטעיט שפעקולאנטן אין מאנסי, ווי באס דרייווערס.)

@בן עזאי שיק אריין מער אינפוי [emoji3]
בלאט: 1 2