☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מאנסי איז די נייע וומסב"ג.

מאנסי איז די נייע וומסב"ג.

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3935
בלאט: 1 2

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 3, 2015 9:40 am

· #280127
שרעקליך וויאזוי מאנסי זעהט אויס לעצטענס

בן עזאי » מיטוואך יוני 3, 2015 11:53 am

· #280184
עד דעי צוריק אין אפיס נאך קענסער אפעראציע
דער נייע ראש הגעגענט עד דעי האטצעך גענימען איבער די ביינער פון היימישע אידען מען האט שוין נעבעך אסאך געכאפט מיט נישט אנגענעמע געשעפטען ווי דעי קעיר צענטערען און סזעט נישט אויס ווי ער גייט סטאפען עניטיים סאאן און אידעלעך לעבען דא מיט אנגסט וואס נאך דער בייזער צורר וועט זיך אנטרעפען אויף אונז,


ראקלענד קאונטי - ראקלענד קאונטי עקזעקיוטיוו עד דעי איז צוריק אין אפיס נאכן דורכגיין א קענסער אפעראציע.
"איך דענק אז עס איז אריבער פיין" האט דעי געזאגט פאר רעפארטער. "אויסער זיך שפירן אביסל שוואך איז אלעס גאנץ בסדר".
דעי, 63 יאר אלט, איז דיאגנאזירט געווארן מיט קענסער פאריגע אלול. ער האט באשלאסן אריבערצוגיין אן אפעראציע, נאכן דורכגיין נאך א טעסט אין חשון.
דעיס פאטער איז אוועק פון פראסטעט קענסער אין עלטער פון 59 יאר. ער האט אנגעפירט אן אויפקלערונג צווישן די ציבור זיך צו טעסטן מיט PSA, וואס טוט פריה אנטדעקן די מחלה.
מאנסי איינוואוינער זענען מתפלל פאר עד בן ימחשמ לרפוא"ש בקרוב.

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 3, 2015 12:09 pm

· #280188
מיינט דאס אז ער קען נאך האבען אזא סוף ווי ראמאפא טאון סופערווייזער הערב ריזמאן? וואס איז געווען א גרויסע רשע (ליידער מזרע ישראל) אין איין שיינעם טאג האט ער זיך אפגעפעקעלט אין דעמאלטס איז קריסטאפער סט לאורענס אריינגעקומען

Kool man » מיטוואך יוני 3, 2015 1:03 pm

· #280195
בן עזאי
הדד בן בדד
יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.


לדעתי איז דאס קיין טענה נישט. דו וואלסט לכאורה נישט געווען בעסער. קיינער צווינגט קיינעם נישט צו פארקויפן זיין לאט פאר א בויער. נאר וואס דען? ער באקומט געלט לוינט זיך אים צו פארקויפן און מופן ערגעץ אנדערש. מען קען נאך היינט מופן קיין עירמאנט, טשענסטנאט רידש און סאוט מאנסי ווי עס קוקט נאך אויס ווי מאנסי פון אמאל. נאר די זעלבע ווי איבערראל, וויל יעדער וואוינען וואס מער אין דעם טשולנט, אין דעם צענטער, קוקט עס אזוי אויס.

אדרבה, מופט ארויס אין קאנטרי וועט איר נישט האבן דעם פראבלעם.


כ'קען אן עלטערער איד אין מאנסי וואס זוכט צו פארקויפן זיין הויז אין צענטער פון מאנסי ווי מ'קען בויען היבש אפאר דירות, אבער ער איז גרייט עס צו פארקויפן בלויז צו א משפחה וואס וויל דארט וואוינען. נישט פאר א דעוועלאפער וואס וועט עס אראפווארפן, אפילו ער קען דערפאר באקומען אסאך מער געלט.
נו, צדיק אחד בסדום...
איצט איז מיין שאלה צו איך מעג עס גיין אפקויפן פון אים, און פליפן צו א דעוועלאפער פאר א שיינע אפותיקי.
אויב יא זיך איך א שותף, ווייל מיר פערזענליך וועט עס נישט ארבייטן. ווייל יעדער ווייסט איך בין אין די ליין. (ניין, ס'נישט קיין חשש גילוי, ס'דא מער ריעל עסטעיט שפעקולאנטן אין מאנסי, ווי באס דרייווערס.)


בן עזאי, כ'מיין זאלסט זיך פארבינדען מיט בן זומא, ער איז נישט באקאנט אלץ דעוועלאופער. 😎

בן עזאי » מיטוואך יוני 3, 2015 3:00 pm

· #280229
יענער פויגעל
מיינט דאס אז ער קען נאך האבען אזא סוף ווי ראמאפא טאון סופערווייזער הערב ריזמאן? וואס איז געווען א גרויסע רשע (ליידער מזרע ישראל) אין איין שיינעם טאג האט ער זיך אפגעפעקעלט אין דעמאלטס איז קריסטאפער סט לאורענס אריינגעקומען

דו זאגסט הויעך וואס אלע טראכטן...

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:01 pm

· #302360
Re: מאנסי איז די נייע וומסב"ג.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/302359">viewtopic.php?p=302359#p302359</a><!-- l -->

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:06 pm

· #302364
Re: מאנסי איז די נייע וומסב"ג.
📎 uploadfromtaptalk1443200761458.JPG

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:59 pm

· #330415
דאס האט געהאנגען

.
📎 Monsey Warning.jpg
בלאט: 1 2