☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די פאליטישע דעבאטע

די פאליטישע דעבאטע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #390

קיטשי » דינסטאג אפריל 17, 2012 11:28 am

· #4955
די פאליטישע דעבאטע
איך עפן דעם אשכול צו דעבאטירן די אישוס אויף וואס די קאנסערוואטיוון און ליבעראלן קריגן זיך

קיטשי » דינסטאג אפריל 17, 2012 11:33 am

· #4956
איך האף דער עולם דא ווייסט וואס די אישוס זענען

אךשמח » דינסטאג אפריל 17, 2012 11:50 am

· #4967
Re: די פאליטישע דעבאטע
אקעי. עס מוז נעמען אן עק צו די נארישע נישט זאגנדע אשכולות דא.

אפגערעדט פון דעם אז אזא סארט אשכול עקזיסטירט שוין דא און מיט א קליינער זוך וואלט מען עס געטראפן, איז אבער דער וועג פון עפענען אן אשכול א פשוטער קאפ פארדרייעניש, און מוז ווי אמשנעלסטן אפגעטון ווערן פון דעם פורום.

עס זענען דא פאראן אידן וואס קומען אהער ווייל זיי ווילן ליינען עפעס אינטערעסאנט, און אזא אשכול ברענגט אראפ דעם מקום.

איך זאג נאר מיין מיינונג, אבער עס דארף ווערן איינע פון די תקנות הפורום אז ווען מען עפנט אזא סארט אשכול, זאל מען נאך איין ווארענונג אינגאנצן אויסגעשפארט ווערן!

איך זאג נישט קבלו דעתי אבער מיר רעגט דאס געפערליך אויף.

קיטשי » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:02 pm

· #4975
Sorry i never saw it

אךשמח » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:21 pm

· #4982
Re: די פאליטישע דעבאטע
מיין טענה איז נישט אז האסט יא אדער נישט געזען דעם אשכול. עס קען זיך מאכן ביי יעדן אז מען פארזעט עפעס, אבער אזא סארט אשכול פון ארויפווארפן א ווארט צוויי אדער פרעגן א פראגע אן צולייגן עפעס בענין הנושא איז נישט אויסגעהאלטן אין מיינע אויגן.

שוין דא אן אשכול ווי מען קען אנפרעגן קורצע פראגעס.

יידל » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:23 pm

· #4983
Re:
קיטשי
Sorry i never saw it

did you look for it?

הער אויס ר' קיטשי. ווען איר וואלט זיך דא איינגעשריבן כאחד החבירים, גלייב איך נישט אז יאנקל און אךשמח וואלטן זיך אזוי גערעגט. איר האט זיך אבער דא ארום געדרייט מיט אזא "איך קום פון מארס, איך גיי שוין צוריק" חתימה, געשריבן צוויי הודעות פון 5-10 ווערטער, און דאן געעפנט און אשכול אן קיין שום תוכן, נאר מיט אזא פארלאנג: רבותי, איך וויל אייך זען זיך טענה'ן איבער נושא פלוני! נו, יאללה געגאנגען! הייבטס ענט אן זיך טענה'ן!

אודאי רעגט עס אויף אנדערע! what did you expect?

זר זהב » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:29 pm

· #4986
Re: די פאליטישע דעבאטע
דערווייל איז דער אשכול גאנץ אינטערטענינג.... גארנישט אזוי בארררינג....

יידל » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:30 pm

· #4987
Re: די פאליטישע דעבאטע
זר זהב
דערווייל איז דער אשכול גאנץ אינטערטענינג.... גארנישט אזוי בארררינג....

מ'דארף אפשר טוישן ס'קעפל צו "אשכול דעבאטע" אדער "נייע באניצער דעבאטע"...

אךשמח » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:40 pm

· #4995
Re: די פאליטישע דעבאטע
דאכט זיך אז 'לאדיך אפ' האט מיר אמאל געבעטן צו מאכן אן אשכול איבער דעם אויסשטעל פון קעפלעך... אויך א טעמע וואס פאדערט מען זאל דערפון ארומרעדן.

אט האב איך געזען אן אשכול אין אייוועלט מיטן נאמען אייפאון און היות איך האב אזא פאון, האב איך עס געעפנט און געט א קוק וואס איך האב דארט געטראפן.

מען בעט פון די חשובע שרייבער בלויז איינזעעניש מיט א צווייטן, און איידער מען מאכט אן אשכול וואס קען זיין גאר אינטערעסאנט און באלערנד, זאל מען טראכטן ווי אזוי אויסצושטעלן דעם אשכול, און געבן א מינוט און טראכטן וואס דער קעפל קען זיין אז ס'זאל געבן א גענוגנדן בליק אריין אינעם אשכול.

טענקס פאר ליסענינג.

זר זהב » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:46 pm

· #4996
Re: די פאליטישע דעבאטע
אבער מ'טאר נישט לע"ד גיין צום אנדערן עקסטרעם, נעמען זאכן טו סיריעס. נישט פארגעסן סיז בלויז א בלאג וואו מ'טשוכעט זיך אויס, אונז זעמער נישט דער "ניו יארק טיימס" וועב זייטל..... אפשר דארף מען עפענען אן אפטיילונג וואו יעדער קען עפענען און צאמרעדן וואס ער וויל הודו מיט קיש און זאל ער שפירן גוט צו זעהן זיין ווערק אפגעשריבען. ?