מעמד אדיר "לשמור ולעשות" אלף קרח אין וומס"ג קעגן אינטערנעט
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3872
מעמד אדיר "לשמור ולעשות" אלף קרח אין וומס"ג קעגן אינטערנעט
נו שוין ווידער עפעס א מעמד. ניין איך בינישט געווארן קיהל חלילה, סארי אלע קילעה ניקים. אבער דאך די אלע כינוסים יעדן ראשון ושישי הייבט אן צו טראגן דין אויף מיר.
און יעצט רעדט מען פון אן גרויסן אסיפה ויקרא שמו "לשמור ולעשות" אום אלף פרשת קרח (נישט פארמישן מיט אלף שמות) דער ציהל מיטן פראטעסט איז "צו נעמען דאס אויפקלערן די דענזשער פונעם נעט צום נעקסטן העכערן שטאפל". ס׳וועט פארקומען אין ווילי אינעם גרויסן לאט "יוניאן לאט" יוניאן קארנער וואלאבאוט בראשות אדמור מסאטמאר ווימסב״ג.
אויף אן אנפראגע צו איינע פון די עסקנים צי מקען ערווארטן נאך אן אסיפה "ולקיים את" נאכן זומער? האט ער נישט געוואלט קאמענטירן, נאר אונז פארזיכערט אז דער ראש העסקנים האט א גרויסן סידור אפען, און ווילאנג ס׳וועט זיין נעמען וועט זיין כינוסים...
א ווארטזאגער פאר על גאור, דער ערפינדער פונעם פראטעסטירטן, מודה געווען פארן שרייבער פון די שורות אז די אלע פראטעסטען נעמט א טאלל פון זיין באסס, אבער ער איז קאנפידענט אז דער נעט איז דא צו בלייבן אן א פילטיר צי מיט.
ליצנית אינדערמיט, די אינפארמאציע איז אמת און כשרייב נאר וואס איך פיהל אז ס׳שוין טו מאטש, איך מאך נישט קאלט. און אפשר פיהל איך נישט גוט. אז סקומט סיי ווי פאר זאל עס זיין מיט הצלחה.
פאסט טאקע פאר פרשת קרח.
מי ומי ההולכים?
אין איין וועג אויך צו רעדן איבער די אנדערע גרויסע חטאות הדור, דעם שרעקליכען חילול שבת וואס מאנכע דערוואגען זיך צו טראגען ע"י עירוב,
אין דעם אנדערע דעם אבי אבות הטומאה דער נגע הצרעת "ציונות", אזוי ווי הרב אפרים וואקסמאן האט געטוהן אין זיין רעדע ביים 'כינוס כלל ישראל'.
זר זהבצי מקען ערווארטן נאך אן אסיפה "ולקיים את" נאכן זומער?
...האט אונז פארזיכערט אז דער ראש העסקנים האט א גרויסן סידור אפען, און ווילאנג ס׳וועט זיין נעמען וועט זיין כינוסים...
😂 😂 😂
דולה הער אויף, דאס איז א טריקענע נייעס און לאס ארויס וויכוחים.
זעט אויס ווי א זאלישע זאך,ס'איז אויף דער ערשטער זייט פון דער איד.
זעט אויס ווי מקרויזט אויס איחוד הקהילות, זייער נאמען ווערט נישט דערמאנט און ס'ווערט אונטערגעשריבן דורך וועד משמרת דוויליאמסבורג.
ווי אויך האט עס נישט די מצויין - דארט זיווג, נאר ווערט געפירט דורך א וויליאמסבורגער פראפאגאנידסט.
שוין לאנג געוואלט וויסן, הייסט עס מציון על שם אויסגעצייכנט דעמאלט קען ער נישט שרייבן זין אייגענעם נאמען אפילו, משא"כ בנקרא על שם כי מציון תצא תורה וצ"ע.
ווען פאלט אויס אלף קורח היי יאר?
ראי' לדבר מצינו
פאראיאר האט בני יואל געמאכט זייער פריוואטע כינוס א' קורח
שמעקעדיגזר זהבצי מקען ערווארטן נאך אן אסיפה "ולקיים את" נאכן זומער?
...האט אונז פארזיכערט אז דער ראש העסקנים האט א גרויסן סידור אפען, און ווילאנג ס׳וועט זיין נעמען וועט זיין כינוסים...
😂 😂 😂
זר אשפג!!!!!!!!!!!!!
😂 😂 😂 😂 😂 😂
סקוקט אויס ווי internet is the new zionism.
פארוואס רופט מען דאס א וויליאמסבורגע אסיפה, און נישט א סאטמארע אסיפה, אזוי ווי די פאריעריגע מעמד תקנה לדורות בביהמ"ד ראדני?
ווער ספאנסערט דעם כינוס מהיכן ירק חי
smartשמעקעדיגזר זהבצי מקען ערווארטן נאך אן אסיפה "ולקיים את" נאכן זומער?
...האט אונז פארזיכערט אז דער ראש העסקנים האט א גרויסן סידור אפען, און ווילאנג ס׳וועט זיין נעמען וועט זיין כינוסים...
😂 😂 😂
זר אשפג!!!!!!!!!!!!!
😂 😂 😂 😂 😂 😂
דערמאנט מיר א מעשה:
א יישוב'ניק איז געקומען צום רבי'ן און געוויינט אז אן עפידעמיע האט אויסגעבראכן ביים אים אויפן פארם און די הינער פגר'ן אין די מאסן. דער רבי קוקט אים אן מיט פארווייטאגטע אויגן און גיט אים אהין א קמיע. צוויי וואכן גייען פארביי און די הינער לאכן זיך אויס ווי פרעה אין מצרים, מכות דבר בוזשעוועט אן קיין צייכן פון אפשטעל. דער דארפסמאן לויפט נאכאמאל צום רבי'ן, וועלכע גיט אים אהין אן אנדערע סגולה: זאג אויס גאנץ ויקהל פקודי שנים מקרא ואחד תרגום פון א כשר'ע ספר תורה. נאך צוויי וואכן גייען פארביי און די הינער גייען אן מיטן מיתת נשיקה טאג טעגליך. דער איד לויפט ווייטער צוריק צום רבי'ן, וולעכע גיט אים א פרישע סגולה: גיב די הינער צוטרינקן מקוה וואסער און וועלכע א מנין אידן האבן זיך גע'טובל'ט. ס'האט נישט געהאלפן גארנישט, די הינער לייגן זיך אוועק אין די רייע.
נאך צוויי חדשים מיט סגולות אהין און צוריק, און דער איד קומט נאכאלס בעטן א ישועה, פרעגט דער רבי'ן פונעם פארמער: "זאג נאר, איך האב נאך גאר אסך סגולות פאר דיר, די פראגע איז צו דו האסט נאך הינער?!"
****
ווי "זר זהב" זאגט, מיר האבן נאך אסך נעמען פאר אסיפות, די פראגע איז, איר האט נאך קעלבער?
לאל די מעשה איז מיר דואכגעלאפן אין געדאנק בשעת׳ן שרייבן דעם פאראגראף!!
מהר"ש הראשון זי"ע.
דער אשכול איז די מעין קאורס,
דא סערווירט מען די צימעסנישט כאפן ס'דא גענוג פאר יעדן
דער עולם דא אין שטיבל איז ביזי צו האקן אויף די אלע כינוסים יעדער אויף זיין וועג, איינער טענה'ט אז עס וועט סיי ווי גארנישט אויפטוהן, א צווייטער זאגט אז מען דארף אויפקומען מיט בעסערע לעזונגען און נישט שרייען בלויז לקיים את כל אשר יורוך, און אזוי ווייטער יעדער מיט זיינע טענות.
היינט אינדערפרי אין מקוה האב איך מיר געמאכט א חשבון הנפש אז ווי נישט ווי איז דאך דא אזויפיל אידן וואס וועלן יא גיין צו די כינוסים בהוראת הרבנים, און די עסקנים לשם שמים ארבעטן דאך אריין אזוי שטארק מיט גרויס איבערגעגעבנקייט, עס מוז זיין אז זיי האבן אויך עפעס צו זאגן, עס איז נישט יושר צו הערן נאר איין צד, מען דארף אויך הערן וואס זיי האבן צו זאגן.
ביים ארויסקומען פון מקוה ביניך געבליבן שטיין נאך א מינוט צוויי ביים סינק צו ליינען די צעטלעך וועגן די כינוסים, לאמיר זעהן וואס די עסקנים שטעלן ארויס זייער צד, אפשר איז יא דא עפעס דברים בגו. וכן הוה האב איך געזעהן זייערע טענות אויך, און העמיר זעהן וואס דער עולם זאגט דערצו.
זאגן זיי אזוי...
..דער מעמד גייט ווערן אפגעהאלטן ברחובות העיר אינעם מעכטיגן וכו'.
..עס גייט זיין אפגעטיילט אין ספעציעלע סעקשאנס צו קענען מכבד זיין יעדן בכבודו הראוי.
.. סעקשאן A וואס לויפט גלייך אונטערן אויבן אן איז ספעציעל צוגעשטעלט נאר פאר אנשים חשובים/זקנים/אישי ונכבדי הציבור.
..משמשי וגבאי האדמורי"ם ורבנים דארפן אריינרופן דעם ספעציעל אויפגעשטעלטן האט-ליין נומער, ווי זיי וועלן קענען באקומען די VIP קארטלעך פאר אויבן אן.
..עס זענען דא צוגעשטעלט 7,775 - 6,160 זיצן, אז עס זאל זיין גענוג פלאץ פאר יעדן.
..אן קיין איינטריט קארטל וועט מען נישט קענען אריינקומען בשום אופן.
למעשה קען מען זיי נישט אינגאנצן אוועק מאכן, עפעס גוטע פוינט'ס זאגן זיי. האט איינער עפעס צו ענטפערן?
מענין לענין, קוק דא.
אויב וועלן די רבנים אביסל מוותר זיין פון זיך. וועל איך מוותר זיין מיט מיין אינטערנעט...
זר זהבאויף אן אנפראגע צו איינע פון די עסקנים צי מקען ערווארטן נאך אן אסיפה "ולקיים את" נאכן זומער? האט ער נישט געוואלט קאמענטירן, נאר אונז פארזיכערט אז דער ראש העסקנים האט א גרויסן סידור אפען, און ווילאנג ס'וועט זיין נעמען וועט זיין כינוסים...
דער עסקן האט צוריקגעצויגען נאכן זיך טרעפן אין א דילעמא.
ער זאגט אז די נעקסטע יאר-צוויי וועט מען זיך אנייצע געבן, "ולקיים את" איז פיין, "כל דברי תלמוד תורתך" איז נאך אויך אקעי, הגם נישט אינגאנצן אמת; אבער צו מאכן א מסיבה "באהבה" שמעקט נישט איידל, און דאס קען מען נישט טון אין וויליאמסבורג. יעצט זענען זיי סטאק.
זינטאג גייען זיך צוזאם קומען טויזענטער יודען זעהן מיט די אייגענע אויגען אז "נישט" די אינטערנעט האט אפגעפירט די יוגענט נאר די רבנים און רבי'ס וואס ס'גאנצע יודישקייט איז ביי זיי א קינדער שפיל!
די גרעסטע רחמנות זענען נאך די תמימות'דיקע וואילע אידן וואס לויפן קויפן א טיקעט, וועלן זיצן פיר שעה אונטערן זון און פאלגן אלעס וואס מען הייסט. מען נעמט זיי אויף א רייד. (אגב זעה איך איינער אויף איי וועלט שרייבט, פארדעם איז עס אויף טעילאר ווי די ריידס זענען). ווי פלעגט ר' סענדער דייטש ע"ה זאגן: שטעל אויס באסעס אויף בעדפארד עוו. קענסטו זיי אלע טראגן קיין אוישוויטץ. ועל זה קא צווח וואדריזשער רב שליטא: לאזט אייך נישט רייטן אויף אייער תמימות.
בן תמליון פארדעם איז עס אויף טעילאר ווי די ריידס זענען
😛 😛 👍 👍 👍
בן תמליוןדי גרעסטע רחמנות זענען נאך די תמימות'דיקע וואילע אידן וואס לויפן קויפן א טיקעט, וועלן זיצן פיר שעה אונטערן זון און פאלגן אלעס וואס מען הייסט. מען נעמט זיי אויף א רייד. (אגב זעה איך איינער אויף איי וועלט שרייבט, פארדעם איז עס אויף טעילאר ווי די ריידס זענען). ווי פלעגט ר' סענדער דייטש ע"ה זאגן: שטעל אויס באסעס אויף בעדפארד עוו. קענסטו זיי אלע טראגן קיין אוישוויטץ. ועל זה קא צווח וואדריזשער רב שליטא: לאזט אייך נישט רייטן אויף אייער תמימות.
👍 👍 👍 👍
צוריק ארויפגעברענגט,
ביטע אויב מעגליך איבערגעבן טריקענע באריכט, פון די 2 אסיפות
א דאנק,
מען זאגט פאר גרויסע רעגענס.. כ'האף אז די זאלוינים האבן גענומען שירעמעס און די אהרונים מעיל'ס.
דאס וועט זיין די בעסטע גשמי ברכה, אויב לאזט זיך אראפ א שלאקס רעגן
יעצט באקומען א לעבעדיגע באריכט אז ביי די יוניאן לאט, צוליב דער אומגעראכטענער ציבור עצום, זענען זיי שוין אויסגעלאפן פון די קאטאן-קענדי, ס'קומט אבער נאך א שיפמענט, דער עולם זאל זיין געדילדיג, פאפ-קארן איז נאך יא דא דערווייל,
די זייגער איז יעצט כמעט 6:30 ביי חומותיך דארף מען שוין צו האלטן ערגעץ טיף אינמיטן זיי האבן גערופען אויף לערך 4:00. ביי לשמור דארף מען יעצט דאווענען מנחה זיי האבן גערופן אויף 6:30.
עני אפדעיט? בילדער? טוויטס? שיק.
קאם טו דע ריידס 18טה עוועניו.
ביי חומותיך איז שוין א האלבער שטח פיל, מהאט נאכנישט אנגעהויבן די דרשות.
די אויבן אהן איז אויף בעדפארד, ביי לי איז דא א טענט פאר אפראווד לינק.
בילדער ביטע
איך קען אויפן מאמענט נישט נעמען קיין גוטע בילדער.
אויף די ערשטע בליק זעט אויס אז ביי לשמור איז אנגעגרייט מער זיצען, אויב עס איז איינעם נוגע.
חומותיך איז גאנץ פול. רעדט ר' מיכל ניימאן. איך זעה היפש פאפא'נע און סקווערע אא"וו.
די לופט אין די גאס איז ווי ביי א באל געים אדער לכה"פ א פראטעסט אויף סעקאנד עוו. אין מאנהעטן.
יעצט געהערט, אז רז"ל האט געהאלטן א שיינע דרשה בענין "לשמור ולעשות", א דאפעלט לשון לכאורה.... ואחרי שהאריך, קם ממקומו ואמר:
והעיקר שכחתי, מ'איז זיך צוזאמגעקומען דא וועגען די אינטערנעט... וכו'...
ס'אמת?
בן תמליוןדי לופט אין די גאס איז ווי ביי א באל געים אדער לכה"פ א פראטעסט אויף סעקאנד עוו. אין מאנהעטן.
נעה... אביסל איבערגעטריבן. זעט אויס ווי א פשוט'ער ביינאזמאנים טאג, העכסטענס ווי ערב סוכות.
לשמור ולעשות מנחה'ט נאך און עס האלט זיך אינמיטן אנפילן. אז מען גיבט זיך נישט א שאקל קען מען בלייבן שטיין ביים דריטן אינינג, עס שמעקט פון רעגן.
א מודעה קומט פון בית אדמו"ר מסקולען, אז דער רבי שטעלט זיך שחרית (ברית מילה, און א מיטונג מיט מחנכים פון חסד לאברהם), און תיכף ומיד ממש נאכדעם לאזט ער זיך ארויס מיט אן עסקארט קיין וויליאמסבורג.
קאווי ביסט קלוגער פון דעם.
אמת.
וואס איז די סך הכל פון ביידע ? איז דא למעשהדיגע תקנות/טעראר? עפעס נייע פילטער אדער סתם דרשות?
צוויי פון מיינע וויליאמסבורגע חבירים האבן יעצט געטשעקט זייער ווייפיי אין די בולדונג אלעס איז די זעלבע.
אוי! ווייפיי הארגעט מענטשן!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/120243">viewtopic.php?p=120243#p120243</a><!-- l -->