☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עניווערסערי - וואס טוט מען?

עניווערסערי - וואס טוט מען?

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3803
בלאט: 1 2

שלשלת » פרייטאג מאי 17, 2013 3:59 pm

· #115300
עניווערסערי - וואס טוט מען?
שטייענדיג א וואך-צוויי פאר מיין עניווערסערי, האב איך געמאלדן פאר מיין ווייב אז איך פלאן צו נעמן א טאג OFF פון ארבייט, און מ'גיימער פארברענגן די טאג צוזאמען. די פראבלעם איז נאר, אז ספאלט מיר נישט איין עפעס א קנאקעדיגע געדאנק מיט וואס/ווי צו פארברענגן די טאג, אז עס זאל טאקע זיין א יום שבתון שאין לשכוח.

ווער עס האט א גוטע געדאנק, אדער אייגענע עקספיריענס, ביטע שרייבן דא (אדער אין אישי).

שוין איין מאל גענומען וואקאציע לכבוד דעם טאג, און פארברענגט אין א פארק און געגאנגן צו א מוזעאום. עס איז געווען גאנץ געשמאק, אבער יעצט זוך איך (אפשר) עפעס בעסערס.

אגב, ווייסט איינער צו א העליקאפטער רייד העכער ניו יארק סיטי איז אינטרעסאנט, אדער סתם ארויסגעווארפן געלט?

אביגדור » פרייטאג מאי 17, 2013 5:39 pm

· #115327
Loop Inn Motel אין ניו דזערסי.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 5:47 pm

· #115329
ס'איז אינטערסאנט אפילו ווען מ'גייט פאר קיינעם אין די וועלט נישט פארציילען אז מ'איז געווען דארט?

אביגדור » פרייטאג מאי 17, 2013 6:16 pm

· #115340
קוק נאך.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 6:19 pm

· #115342
בושה? נישט פון דעם האב איך גערעדט.
איך האב געפרעגט, צו איר וואלט געגאנגען אהין (אדער אנדערע סארט פארוויילעכצער) אפילו באופן וואס איר קענט - במציאות, למשל - דאס נישט טיילן מיט קיינעם?

אוי טאטי » פרייטאג מאי 17, 2013 6:51 pm

· #115350
וועלכע רום וואלט איר פרעפערד אלץ די ערשטע אפציע?

אביגדור » פרייטאג מאי 17, 2013 6:52 pm

· #115351
300

אוי טאטי » פרייטאג מאי 17, 2013 6:55 pm

· #115353
דאנקע שיין.

משולם שטיינפעלד » זונטאג מאי 19, 2013 12:59 am

· #115426
קען מען איבערלאזן די קינדער ביים שוויגער אן רויט ווערן ביים. זאגן ווי מען גייט?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 1:00 am

· #115428
זאג איר אז דו גייסט קיין לעיקוואד. האסטו געהערט!

שװאגער » זונטאג מאי 19, 2013 1:10 am

· #115433
גארטעל דיך אן מיט א עזות דקדושה און זאג איר הויך איך גײ טיען מצװת..

נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 1:52 am

· #115465
עניווערסערי איז נישט קיין גזירת הכתוב צי סעלברעיטן. מיין חבר פרעגט מיר איינמאל ווי גייעך פראוונען עניווערסערי? דער חבר רייסט זיך מיטן מי ימצא כסדר. כהאב עם געזאגט אויף דער ערד מיט אן איכה.

אברמי פון בארא פארק » זונטאג מאי 19, 2013 6:57 pm

· #115781
קענסט גיין אויף א FISHING טריפ פון 4 אדער 7 שעה. אמאזאן לאקאל האט אייביג זייער ביליגע פעקעדזעס.

היימישער » מאנטאג מאי 20, 2013 4:49 pm

· #116119
שלשלת לאז וויסען ווי די גייסט צום סוף
אגב ווען איך בין אוועק געפארען אן קיין קעמרא איז געווען אסאך רוהיגער, מען איז נישט געווען ביזי מיט בילדער א גאנצן טאג

גוגל » מאנטאג מאי 20, 2013 8:01 pm

· #116184
גלייך לעבן מענהעטן (פינף מינוט מיט א קאר) אין ניו דשערזי האסטו הערליכע אפער קלעס האטעלן פאר סאך ביליגער ווי מענהעטן (למשל די דאבעליו האטעל וכו.) ביסט גלייך לעבן די גאנצע מצב פלאס ביינאכט האסטו א הערליכע פאנאראמע פון מאנהעטן די וואסער.. האסט דארט כשר'ע רעסטאראנטס אויך (איך גלייב נישט איך דארף דיך געבן א לינק טשעק איט אויט)

MickyMouse » מאנטאג מאי 20, 2013 11:41 pm

· #116249
אויב עס איז א זאך פאר דיר, איך האב גענומען מיין ווייב פאר א טאג אין א ספא (spa).
עס האט אפגעקאסט זיבן מאות אבער זי האט עס געדענקט פאר א לאנגע צייט און זייער עפרישיעטעט.
עס זענען דא מערערע אין מאנהעטן אין ברוקלין און אין דזערסי. Pm me for details if u want.

עס זענען דא דינער קרוזעס (dinner cruises)וואס פארן ארום מאנהעטן און געבן כשר.
א tour צי די פרידאם טורם.
א שפאציר אויף די NYC highline. נעם מיט לאנטש.
ועוד ועוד.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2013 11:43 pm

· #116250
וואס טוט מען אין א ספא פאר $700???

MickyMouse » מאנטאג מאי 20, 2013 11:50 pm

· #116253
עס איז דא אסאך וואס צי טון און אלעס קאסט געלט. א פריוואטע דזשעקוזי, א קאפל מעסאאזש, פעישיל, מעני, פעדי, וועקסינג, וואטעווער יו וואנט
עס זענען אפילו דא וואס געבן לאנטש, זיי וועלן ארדערן כשר פון ווי די ווילסט, אויב עס איז נאנט.

מונטסורי » דינסטאג יוני 1, 2021 10:19 pm

· #474441
נו, עפעס ספעציפישע רעקאמענדאציעס איינער? כ׳זוך נישט דווקא עפעס פאר א גאנצען טאג, הגם דאס איז אויכעט עפעס, אפשר ביום מן הימים, אבער דערווייל זוך מיר בלויז ערגעץ וואו צו פאברענגען א ראמאנטישע אווענט.

@MickyMouse איז אפנים שטעקן געבליבען אין עפעס א ספא צו וואו און ער עפענט נישט זיינע אישי׳ס. פון איבערקוקן זיינע תגובות קוקט מיר אויס ווי דער האט געלעבט א חיים טובים 😉

מורינו ורבנו » דינסטאג יוני 1, 2021 11:37 pm

· #474447
איך קען אייך מייעץ זיין פון עקספיריענץ איין זאך; זוך נישט אזוי ווייט אפצופירן א צולאזטע מצב, ווי צו פארברענגען רואיג און פארטיפן די געפילן פון דיר צו איר.

איך בין געווען מסופק צי איך זאל שרייבן, אבער איך וועל נישט באהאלטן. איך בין א מנהיג ציבור וואס פארמאגט אונטער זיך אן אנהענגערשאפט, נישט קיין טויזנטע חסידים, אבער אן ערנסטע קהילה/חסידות. איך וועל נישט ארויסגעבן צופיל פרטים, איך זאג נישט צו דאס מיינט רבי, משפיע, רב, סתם דרשן, אבער אן אנהענגערשאפט איז דא ב"ה. איך גלייב אז אין קאווע שטיבל איז שוין געווען, אדער איז יעצט נאך דא אזעלכע אין מיין פאזיציע, נאר זיי באהאלטן זיך.

פון וויפיל איך האב מיטגעהאלטן און געטון, בין איך מייעץ יעדן איינעם, ווער נישט נאכגעשלעפט נאך דיינע יונגע ערנערגיעס, לייג מחשבה אינאיינעם מיט דיר און מאך זיכער איינצוקעשן דיינע פעולות, אז עס זאל דיר צונוצקומען שפעטער, און חלילה נישט פארקערט.

די וועג דאס צו טון, איז ענדערש אויף א שטילער רואיגער פארמאט, צו זיין אליין מיט זיך, ביידע אינאיינעם, זיך פארשטיין און זיך קענען לעומקי הנפש. דאס וועט אייך ברענגען אסאך ווייטער און טיפער אין לעבן, ווי איידער א מצב פון פארגעסן פון זיך און זיך צולאזן. זייט נישט ווי דער קינד וואס עסט זיך אן מיט נאשעריי, מיינענדיג אז יעצט אויפן מינוט האט ער די גאנצע גליק, אבער שפעטער קען ער באצאלן דעם פרייז דערויף. זייט ערוואקסן און נוצט שכל.

איך שרייב דאס, נאך וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך, איך האב שוין געזען ביידע וועגן און איך זעה די תוצאות. אמת, די ווילדע וועג איז אסאך געשמאקער און זיסער (אויפן מאמענט), און עס קען זיך דוכטן אז דאס ברענגט גאר שלום-בית און געוואונטשענע רעזולטאטן, אבער דאס איז נישט אזוי, ליידער. זייט משקיע אויף א אמת'ער וועג, און זעט די ריכטיגע פירות.

די עצה וועט אייך צונוצקומען ברוחניות און בגשמיות.

מונטסורי » מיטוואך יוני 2, 2021 1:41 am

· #474460
יישר כח אייך פאר די עצה טובה, כעת בין איך אינטערעסירט אין א א פריוואטע ספא אד״ג וואו א היימישע פארפאלק קען פארברענגען אביסל רואיגערהייט, איר ווייסט אפשר פון אזא פלאץ? אפשר קענט איר זיך נאכפרעגן ביי אייער אנהעגערשאפט

moneyminded » מיטוואך יוני 2, 2021 1:59 am

· #474462
מורינו ורבנו
איך קען אייך מייעץ זיין פון עקספיריענץ איין זאך; זוך נישט אזוי ווייט אפצופירן א צולאזטע מצב, ווי צו פארברענגען רואיג און פארטיפן די געפילן פון דיר צו איר.

איך בין געווען מסופק צי איך זאל שרייבן, אבער איך וועל נישט באהאלטן. איך בין א מנהיג ציבור וואס פארמאגט אונטער זיך אן אנהענגערשאפט, נישט קיין טויזנטע חסידים, אבער אן ערנסטע קהילה/חסידות. איך וועל נישט ארויסגעבן צופיל פרטים, איך זאג נישט צו דאס מיינט רבי, משפיע, רב, סתם דרשן, אבער אן אנהענגערשאפט איז דא ב"ה. איך גלייב אז אין קאווע שטיבל איז שוין געווען, אדער איז יעצט נאך דא אזעלכע אין מיין פאזיציע, נאר זיי באהאלטן זיך.

אז דו רעדסט שוין יא זיי אביסל מרחיב הדיבור וואס דו מיינסט, כאטשיג געב איין משל וואס יא און וואס נישט, וועגן איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט.

מונטסורי » מיטוואך יוני 2, 2021 8:50 am

· #474470
יוא אידן, פליז! א ספּאַ זוך איך, א ספּאַ פאר מיר ונוות ביתי, נישט קיינע שיעורים און הדרכות, ביטע זייער היידזשעקסט מיר נישט ס׳אשכול וואס כ׳האב ארויפגעשלעפט ברוב עמל ויגיעה פון די טיעפסטע קעלערן אינם שטיבל. בתקווה להבנה.

אויב האט איר עפעס אנדערע איידיעס פאר א רואיגע פריוואטע פארברענג אין די אווענט שעות ארויס פונדערהיים ביטע זייער טיילט מיט.

מונטסורי » מיטוואך יוני 2, 2021 11:40 am

· #474476
אפשר קען איינער פונם רב׳ס אנהענגערשאפט עפענען א באזונדערע אשכול. ס׳קוקט דאך אויס ווי אן ענין פון יותר ממה שהעגל רוצה לינוק הפרה רוצה להניק 😃

ואידך » דאנערשטאג יוני 3, 2021 7:58 am

· #474551
מורינו ורבנו
די וועג דאס צו טון, איז ענדערש אויף א שטילער רואיגער פארמאט, צו זיין אליין מיט זיך, ביידע אינאיינעם, זיך פארשטיין און זיך קענען לעומקי הנפש. דאס וועט אייך ברענגען אסאך ווייטער און טיפער אין לעבן, ווי איידער א מצב פון פארגעסן פון זיך און זיך צולאזן. זייט נישט ווי דער קינד וואס עסט זיך אן מיט נאשעריי, מיינענדיג אז יעצט אויפן מינוט האט ער די גאנצע גליק, אבער שפעטער קען ער באצאלן דעם פרייז דערויף. זייט ערוואקסן און נוצט שכל.

פארברענגען צוזאמען אין א spa אפגעזונדערט פון די וועלט גייט לכאורה ענדערש אריין אין כלל פון א "שטילער רואיגער פארמאט, צו זיין אליין מיט זיך, ביידע אינאיינעם" ווי אין "פארגעסן פון זיך און זיך צולאזן".
Just saying

yn.NY » דאנערשטאג יוני 3, 2021 11:02 am

· #474570
מונטסורי
אפשר קען איינער פונם רב׳ס אנהענגערשאפט עפענען א באזונדערע אשכול. ס׳קוקט דאך אויס ווי אן ענין פון יותר ממה שהעגל רוצה לינוק הפרה רוצה להניק 😃

אויב אזוי איז גוט!... אויב ס'איז אמת וואס מורינו ורבינו פארקויפט אז ער איז אן ערענסטע משפיע, האב איך זייער הנאה אז ער איז ארויפגעקומן אין שטיבל. די ערשטע מאל איך זעה אזא איינער וואס לאט זיך אראפ, און איז אינטערעסירט וואס די "המון עם" האט צו פארקויפן.
ירבו כמותו!! (רבנים וואס לעבן נישט בלויז אין זייער אייגען וועלטל)

הוגה » דאנערשטאג יוני 3, 2021 3:13 pm

· #474609
מונטסורי
יוא אידן, פליז! א ספּאַ זוך איך, א ספּאַ פאר מיר ונוות ביתי, נישט קיינע שיעורים און הדרכות, ביטע זייער היידזשעקסט מיר נישט ס׳אשכול וואס כ׳האב ארויפגעשלעפט ברוב עמל ויגיעה פון די טיעפסטע קעלערן אינם שטיבל. בתקווה להבנה.

אויב האט איר עפעס אנדערע איידיעס פאר א רואיגע פריוואטע פארברענג אין די אווענט שעות ארויס פונדערהיים ביטע זייער טיילט מיט.

<a class="postlink" href="https://www.thefountainspa.com/the-spa/">https://www.thefountainspa.com/the-spa/</a>

זיי האבן עטליכע לאקאציעס אבער איך רעד פון זייער לאקאציע אין ראמזי נו דזשערזי. עס איז א שטילע אבער פאבליק פלאץ, מען קען אבער דינגען א פריוואטע צימער פאר א קאפלס מאסאזש און אויך א דזשעקוזי קען מען דינגען פריוואט אויף די שעה. מיינע ידיעות זענען פון א שיינע פאר יאר צוריק, ממילא פארלאז דיך נישט נאר אויף מיינע ווערטער.

אויב זיכסטו נישט דווקא פריוואט, זענען דא אסאך מער (און ביליגערע) אפציעס.

.

מונטסורי » דאנערשטאג יוני 3, 2021 7:14 pm

· #474630
ש׳כח @הוגה, ש׳כח, העמיר עס אויסטשעקן. בזכות זה זאל דיר גאט בענטשען ממעון הברכות און הונדערט קנעכט מיט הונדערט דינסטען זאלן דיר שטיין צום באפעל אינם פריוואטען ספּאַ אין די בעיסמענט פון דיין הויז און דיינע קינדער זאלן אייננעמען די ביזנעסער פון זייערע פיינט.

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג יוני 3, 2021 7:32 pm

· #474633
מונטסורי
ש׳כח @הוגה, ש׳כח, העמיר עס אויסטשעקן. בזכות זה זאל דיר גאט בענטשען ממעון הברכות און הונדערט קנעכט מיט הונדערט דינסטען זאלן דיר שטיין צום באפעל אינם פריוואטען ספּאַ אין די בעיסמענט פון דיין הויז און דיינע קינדער זאלן אייננעמען די ביזנעסער פון זייערע פיינט.
לאז וויסן דעם ציבור דיין עקספיריענס.

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 3, 2021 8:11 pm

· #474634
מורינו ורבנו
איך קען אייך מייעץ זיין פון עקספיריענץ איין זאך; זוך נישט אזוי ווייט אפצופירן א צולאזטע מצב, ווי צו פארברענגען רואיג און פארטיפן די געפילן פון דיר צו איר.

איך בין געווען מסופק צי איך זאל שרייבן, אבער איך וועל נישט באהאלטן. איך בין א מנהיג ציבור וואס פארמאגט אונטער זיך אן אנהענגערשאפט, נישט קיין טויזנטע חסידים, אבער אן ערנסטע קהילה/חסידות. איך וועל נישט ארויסגעבן צופיל פרטים, איך זאג נישט צו דאס מיינט רבי, משפיע, רב, סתם דרשן, אבער אן אנהענגערשאפט איז דא ב"ה. איך גלייב אז אין קאווע שטיבל איז שוין געווען, אדער איז יעצט נאך דא אזעלכע אין מיין פאזיציע, נאר זיי באהאלטן זיך.

פון וויפיל איך האב מיטגעהאלטן און געטון, בין איך מייעץ יעדן איינעם, ווער נישט נאכגעשלעפט נאך דיינע יונגע ערנערגיעס, לייג מחשבה אינאיינעם מיט דיר און מאך זיכער איינצוקעשן דיינע פעולות, אז עס זאל דיר צונוצקומען שפעטער, און חלילה נישט פארקערט.

די וועג דאס צו טון, איז ענדערש אויף א שטילער רואיגער פארמאט, צו זיין אליין מיט זיך, ביידע אינאיינעם, זיך פארשטיין און זיך קענען לעומקי הנפש. דאס וועט אייך ברענגען אסאך ווייטער און טיפער אין לעבן, ווי איידער א מצב פון פארגעסן פון זיך און זיך צולאזן. זייט נישט ווי דער קינד וואס עסט זיך אן מיט נאשעריי, מיינענדיג אז יעצט אויפן מינוט האט ער די גאנצע גליק, אבער שפעטער קען ער באצאלן דעם פרייז דערויף. זייט ערוואקסן און נוצט שכל.

איך שרייב דאס, נאך וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך, איך האב שוין געזען ביידע וועגן און איך זעה די תוצאות. אמת, די ווילדע וועג איז אסאך געשמאקער און זיסער (אויפן מאמענט), און עס קען זיך דוכטן אז דאס ברענגט גאר שלום-בית און געוואונטשענע רעזולטאטן, אבער דאס איז נישט אזוי, ליידער. זייט משקיע אויף א אמת'ער וועג, און זעט די ריכטיגע פירות.

די עצה וועט אייך צונוצקומען ברוחניות און בגשמיות.

זעלטן צו טרעפן אזעלכע היימישע וווערטער דא!

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג יוני 3, 2021 8:37 pm

· #474637
אימיצער האט מיר געזאגט אז די פלאץ איז געאייגענט פאר וואס די זיכסט.

<a class="postlink" href="https://bodybybrooklyn.com">https://bodybybrooklyn.com</a>

מורינו ורבנו » מאנטאג יוני 7, 2021 2:46 pm

· #474948
מען האט פארלוירן היינט די געפיל צו אמת'ע ליבשאפט. ליידער.

דער הייליגער בעל-שם-טוב האט געלעבט מיט זיין ווייב שרה, אין א חורבה אינמיטן וואלד. זי איז געקומען פון א שיינע רבני'שע משפחה, וואו עס האט נישט געפעלט קיין געלט און גארנישט האט איר געפעלט. זי איז גרייט געווען צו וואוינען מיט דעם שמש-בייהעלפער, אינמיטן וואלד אין א פארקראכטע כאטקע (ארומגענומען מיט מסוכנ'דיגע גזלנים), בשעת ווען ער גראבט ארויס ליים אינדרויסן פון די כאטקע און זי פארקויפט דאס אויפן מארק.

אוודאי ליגט אין דעם אויך העכערע זאכן, אבער עס ליגט אויך אין דעם פשוט'ע זאכן, ליבשאפט. די כח פון ליבשאפט איז דאך אזא שטארקע כח וואס מען קען נישט אראפמאלן אויף פאפיר, עס דרינגט אריין אין הארץ טיף טיף, און פילט אן די גאנצע נשמה.

ווען איינער פארמאגט אמת'ע ליבשאפט, דארף ער גארנישט האבן... דארף נישט ארומלויפן אין רעסטאראנטן, דארף נישט קיין ספא, קאפל מאסאדזש, דארף נישט גארנישט. ווען א מענטש לעבט מיט א פרוי און ער האט מיט איר אמת'ע ליבשאפט, דאן קען זי גיין מיט פארלאטעטע קליידער, אן אלטע צוקראכטע הויז, און די נשמה איז פול, גליקליך און צופרידן וואס מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן. אזוי ווי דער בעל-שם-טוב מיט זיין ווייב שרה. עס האט זיך איר קיינמאל נישט געגלוסט צוריקצוגיין צו איר טאטע'ס און שוואגער'ס הויז קיין קיטוב, ס'איז איר געווען גוט אזוי.

פון די אנדערע זייט, ווען א מענטש לעבט מיט א פרוי, אן 'אמת'ע' ליבשאפט, מעג דאס זיין א הערליכע ווילא, איבערן וואסער, הערליכע קאר (צוויי), א פריוואטע סווימינג-פול מיט אלע סארט לוקסוס וואס איר קענט זיך נאר פארשטעלן, בשר ודגים וכל מעטעמים, און ס'וועט אים נישט גוט זיין, ער וועט נישט זיין צופרידן. ווער רעדט נאך ווען די שלום בית איז ווייט פון גוט, דעמאלס איז אים גארנישט ווערד די גאנצע רייכטום, אויב מוז ער מיט איר וואוינען בכפיפה אחת.

ליבשאפט איז א זאך וואס גראבט אזוי טיף און בארירט די טיפסטע סטרינעס אין הארץ, וואס מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן. איינער וואס האט דאס, איז ער גליקליך און צופרידן און דארף גארנישט מער האבן אויף די וועלט. אפילו ווען ער געפינט זיך אין זיין אייגענע הויז, מיט די גאנצע חורבן פון די קינדער ארום, איז אים שוין ווארעם אין הארצן, ער פארמאגט ליבשאפט, די גרעסטע תענוגים וואלט א מענטש אוועקגעגעבן פאר ליבשאפט.

א מדריך פון חתנים האט מיר אמאל דערציילט, אז ער האט געפרעגט א רבי, איינע פון די פריעדיגע רבי'ס וואס זענען געווען אנגענומען אין די גאנצע וועלט אלס אדם קדוש, האט ער אים געפרעגט, וואס ער זאל זאגן פאר די חתנים, וואס מיינט דאס דברי חיבה וואס מען דארף זאגן אין שטוב. האט דער צדיק געענטפערט אז ער זאל זאגן, "איך האב דיך אזוי ליב, מער פון די גאנצע וועלט, איך וואלט אלעס אין די וועלט אוועקגעגעבן פאר דיר". דאס האט געזאגט א צדיק וואס איז געווען אויסגעטון פון עולם-הזה און געלעגן כל כולו שקוע בתורה ובעבודה. ליבשאפט איז דירעקט נישט קיין סתירה מיט התנזרות פון עולם-הזה, אויב עפעס העלפט עס נאר אין רוחניות, אהבת-הבורא, אהבת-התורה, מען קען נעמען דעם ענין פון ליבשאפט אויך צו רוחניות און צו פיל העכערע ענינים. ליבשאפט איז דביקות, ליבשאפט איז שבת, ליבשאפט איז חינוך, און ווען מען האט דעם אמת'ן געפיל דערצו, קומט מען אן גאר הויך, כי ממנה ניקח לעבוד את ה'.

איך גיי נישט אריין אין די נושא צי יענער זאל גיין אין ספא, אדער וואס פונקטליך מען זאל טון אין עניווערסערי. איך רעד נישט יעצט וועלכע תענוגים מען מעג, וועלכע איז גוט וכו'... דאס איז נישט די נושא דא. די נושא איז וואס דו טוסט און פארוואס דו טוסט, ועמוק הוא. אין אנדערע ווערטער: איידער דו גייסט טון אזא אקט - נישט קיין חילוק וואס, טראכט אריין, גייט דאס מאכן מער "אמת'ע" ליבשאפט, אדער נישט. און נאר זיך נישט... ווייל דאס איז אן ענין וואס אסאך מענטשן וועלן זיך נארן, מען וועט זאגן אז דאס ברענגט אמת'ע ליבשאפט, בשעת דאס ברענגט בלויז דאס פארקערטע... דאס איז אן ענין פאר חכמים, ותן לחכם ויחכים עוד. א נאר וועסטו דאס נישט קענען מסביר זיין, ער וועט זיך נאר מער נארן דערין.

דא וויל איך צוקומען צו אונזער נושא, און איך זעה עס דא אסאך דערמאנט אין קאווע שטיבל. יונגעלייט טוען פארשידענע פעולות צוצוקומען צו א קלימאקס אין הנאה אין שטוב, מען ליינט פארשידענע ביכער, מען קויפט אונטערוועש אדער כלים וכו'... ס'פאסט נישט מפרט צו זיין, אבער די נקודה איז אז מען וויל צוקומען צו א קלימאקס. און איך זאג נישט אז דאס איז פאלש געטראכט. על פי האמת, ווענדט זיך עס אסאך ווער און וואס דער מצב איז, עס האט נישט קיין כלליות'דיגע ענטפער. אבער די ריכטיגע וועג איז, נישט משקיע צו זיין די מחשבה דווקא דערין, אזוי ווייט ווי אין אמת'ע אהבה.

איך האב געהאט ביי מיר א יונגערמאן, וואס איז געווען רח"ל שקוע אין די מ"ט שערי טומאה ליידער, איך האב געדארפט רעדן מיט אים א שמועס. בתוך הענינים האט ער מיר געזאגט פארשידענע נקודות, וואס האט מיר ממש געברענגט טרערן צו וויינען. צווישן אנדערע האט ער מיר געזאגט, אז ער וואלט קיינמאל נישט געצאלט קיין געלט פאר עבירות, ווייל דאס ווערט געטון פראקטיש, אן קיין שום הארץ און אן קיין אמת'ע אהבה. זי האט דיך נישט ליב, זי טוט עס נאר פאר די געלט, ס'איז פשוט נישט ווערד... נאך זאגט ער מיר, אז ווען ער זעט זיך פנים אל פנים מיט אן עבירה רח"ל, איז ביי אים נישט די עיקר די מעשה אליין, דאס איז בלויז א צוגאב. פאר אים איז גוט צו זיצן קעגן איבער און... זיך ליב האבן... שמועסן און שפירן אהבה פון איינעם צום צווייטן... דאס פילט אן אזוי שטארק די נשמה, אז עס איז אים איבער גענוג. די תוצאה איז שוין א צוגאב.

ווען ער איז ארויסגעגאנגען האב איך ממש געוויינט און געזאגט, וויי איז פאר דעם וואס קומט צו די נקודה פון אהבה דורך פסולע וועגן... און וואיל איז פאר דעם וואס קומט צו די נקודה דורך כשר'ע וועגן! - ער איז צוגעקומען צו די דרגה פון אהבה, אבער ליידער דורך פסול'ע וועגן.

...
בנוגע דער עצם שאלה, אויב וואלט מיר איינער געקומען פרעגן, צי ער זאל גיין מיט זיין ווייב אין א פריוואטע ספא, לכבוד די עניווערסערי? - ס'האט נישט קיין כלליות'דיגע ענטפער.

ס'ווענדט זיך שטארק ווער עס פרעגט עס, וואס זענען זיינע השגות און וויפיל קען ער צוקומען צו אמת'ע אהבה. ס'ווענדט זיך וואספארא סארט שטוב ער וויל אויפשטעלן און וואספארא שטוב ער קען בכלל אויפשטעלן לויט די אומשטענדן. ווענדט זיך אין זיין ווייב, זיי רוחניות און די רוחניות פון זיין ווייב. אין אנדערע ווערטער וואלט איך שוקל געווען, ווי אזוי קוקט אויס זייער עתיד און די עתיד פון זייער שטוב, וואס איז די פאטענשל וואס זייער שטוב קען צוקומען. איך וואלט געקוקט וויפיל אמת'ע אהבה דאס פארל קען פארמאגן לויט די תכונת הנפש פון ביידע. ס'איז אביסל א פארצווייגטער ענין.

ביי געוויסע פעלער איז דא אמאל וואס דאס קען נאר צוהעלפן און מאכן בעסער דעם שלום בית און די רוחניות אין זייער שטוב. אבער אויב דאס איז די נקודה, איז א גרויסע רחמנות אויף זיי, אז זיי קענען נישט טון בעסער. אמאל איז אבער דא, וואס דאס קען זיי ארויפברענגען אביסל העכער, אז זיי זאלן קענען עווענטואל צוקומען צו פעולות וואס ברענגען אמת'ע אהבה.

דאס איז זיכער, אז ביי א געזונטע קאפל איז דאס נישט קיין לכתחילה. פינטל. אבער ליידער איז דא היינט אסאך נישט געזונטע קאפלעך ליידער, און דאס איז שוין געווארן עטוואס די נארמע, ליידער. ס'דארף נישט אזוי זיין. ס'איז אפשר ווי א שטיקל מעדיצין פאר קראנקע. געזונטע קאפלעך איז נישט ראטזאם צו נעמען די מעדיצין, ווייל ס'קען זיי נאר שאדן מאכן.

דאס איז אלעס אויב דאס איז טאקע הונדערט פראצענט כשר. דאס הייסט די וועג ביז אהין איז ריין און ס'איז טאקע אינגאנצן נאר דו מיט זי. ווייל אויב נישט, אפילו מען האט הנאה בשעת מעשה, קען זי איין טאג זיך אויפוועקן און זיך א באטראכט געבן, העי וואס גייט דא פאר... און דאס איז אפילו אויב איר רוחניות איז שוואך. וכבר היה לעולמים ליידער, איך האלט מיט מעשיות. זי קען דא זיין מיט די גאנצע נשמה און אפילו פירן די ענינים, אבער נשים דעתן קלות וכו', ס'לוינט זיך נישט אנצוהויבן.

וואס איך וואלט יא געראטן פאר יעדן איינעם, פון דער גרעסטער צדיק ביז וכו'... זיי אליין מיט איר! - גיי ארויס צום וואסער, אונטער א שקיעה פאנאראמע, גייט ארויס אין וואלד, אונטערן שאטן פון נאטור. ניין, נעמט נישט מיט אייער פאון. זייט אליין מיט איר, אבער אליין. לייגט זיך אריין אין אירע געפילן, פארטיפט אייך אין איר, לערנט איר אפ, נישט אז דו זאלסט מאכן אז זי זאל דיך אפלערנען, מאך איר נישט דיין משרת. ס'זאל זיין נאר דו מיט איר און זי מיט דיר... ס'איז נישט קיין נפק"מ אויב ס'קומט דארט אריין (איך האב נישט די ווערטער...) אנדערע סארט ענינים וד"ל, נישט דאס איז די עיקר. זי דארף דיר אין קאפ, נישט דארט... און דו נעם איר אריין אין קאפ און נישט וכו'... שאדט נישט, אבער נישט דאס איז די עיקר, והארכתי במקום שאמרו לקצר. דאס וועט אייך בויען לעד ולעולמי עולמים. אזא שפאציר קען צוברענגען אז אפילו ווען איר זענט אין שטוב, אין אייער קוך, דיינינג-רום און וואו אימער, זאלט איר זיך שפירן אזוי געשמאק און בתענוג, דאס איז א קנין נצח.

ווער רעדט נאך אז איר גייט א וואקאציע, מאכט עס אויף אזא אופן. זוכט נישט צו "האקן א לעבן", דאס וועט אייך בכלל נישט בויען אויפן עתיד, בלויז אויפן מינוט איז דאס גוט, אדער ווען מען וועט זיך אמאל שפעטער דערמאנען, אבער דאס בויעט נישט דעם תמידיות'דיגן געשמאק און תענוג וואס איר קענט קונה זיין אין די זעלבע צייט. גייט מיט איר אויף א שטילע פלאץ. אויב קענט איר גיין אן קיין סעלפאן במשך די גאנצע צייט, מה טוב ומה נעים. זייט מיט איר און זי מיט דיר. דאס! וועט אייך בויען און מאכן א בעסערע לעבן אויף שטענדיג.

טעמו וראו כי טוב ה'. איש ואשה זכו שכינה שרוה ביניהם!

מונטסורי » מאנטאג יוני 7, 2021 2:57 pm

· #474950
אינגערמאנטשיקל
מונטסורי
ש׳כח @הוגה, ש׳כח, העמיר עס אויסטשעקן. בזכות זה זאל דיר גאט בענטשען ממעון הברכות און הונדערט קנעכט מיט הונדערט דינסטען זאלן דיר שטיין צום באפעל אינם פריוואטען ספּאַ אין די בעיסמענט פון דיין הויז און דיינע קינדער זאלן אייננעמען די ביזנעסער פון זייערע פיינט.
לאז וויסן דעם ציבור דיין עקספיריענס.

אוודאי, אי״ה בעתו ובזמנו!

יאסל ראקאווער
אימיצער האט מיר געזאגט אז די פלאץ איז געאייגענט פאר וואס די זיכסט.

<a class="postlink" href="https://bodybybrooklyn.com">https://bodybybrooklyn.com</a>

א גרויסן ש׳כח ר׳ @יאסל ראקאווער, אלע ברכות זאל חל זיין אויף אייך אויכעט!

אבשלום בן מעכה » מאנטאג יוני 7, 2021 3:00 pm

· #474952

יישר כח רבי. שוין לאנג נישט געליינט אזעלכע תוכנ'דיגע געשמאקע רייד.

קול דודי » מאנטאג יוני 7, 2021 4:35 pm

· #474959
אע״פ שאין לי עסק בנסתרות און איך בין נישט א גרויסע בעל דעות אין תכונת הנפש, שפיר איך געצווינגען צו ענטפערן אפאר ווערטער, ומדומה עלי כמי שכפאו שד.

מורינו ורבנו
מען האט פארלוירן היינט די געפיל צו אמת'ע ליבשאפט. ליידער.

ווען האט מען דאס פאלוירן? האט מען דאס אמאל געהאט? ווי אזוי איז דאס פארלוירן געגאנגען?

מורינו ורבנו
דער הייליגער בעל-שם-טוב האט געלעבט...

דער הייליגער בעל-שם-טוב האט געטון אסאך זאכן וואס איז זייער נישט געראטן פאר מענטשן וואס זענען נישט אויף די מדריגה. לעבן ״אינמיטן וואלד אין א פארקראכטע כאטקע (ארומגענומען מיט מסוכנ'דיגע גזלנים)״ איז נכלל אין דעם.

מורינו ורבנו
ווען איינער פארמאגט אמת'ע ליבשאפט, דארף ער גארנישט האבן...

נישט ריכטיג, והניסיון מוכיח. אמת טאקע אז אמת׳דיגע אהבה פארדעקט אסאך און אויב האט מען נישט דאס דעמאלטס איז אלעס ארום כמגדול הפורח באויר, אבער דאס מיינט נישט אז מ׳קען לעבן נאר אויף דעם, כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם. ס׳איז זייער וויכטיג אז מ׳זאל פארברענגען צוזאמען פון צייט צו צייט אין זאכן וואס ברענגט הנאה פאר ביידן, און נאטורליכע אהבת אמת וואקסט פון דעם, ווי בלומען פון וואסער.

מורינו ורבנו
צווישן אנדערע האט ער מיר געזאגט, אז ער וואלט קיינמאל נישט געצאלט קיין געלט פאר עבירות, ווייל דאס ווערט געטון פראקטיש, אן קיין שום הארץ און אן קיין אמת'ע אהבה

די זאגסט דאס ווי גלייך דאס איז נאך איינס פון די ״עמקות׳דיגע״ סודות וואס מ׳האט מגלה געווען לחכמים, אבער באמת ווייסט דאס יעדער בר בי רב דחד יומא. אויך די מענטשן וואס פארקויפן עבירות ווייסן דעם גרויסן סוד, און דערפאר פארקויפן טאקע אסאך אין די ביזנעס (פאלשע) אהבה למחצה לשליש ולרביע, כידוע ליודעי ח״ן ויופ״י. אבער ווי קומט דאס אהער? דאס איז וואס מ׳רופט אין ענגליש א non sequitur, דהיינו טענו בחיטין והודו לו בשעורין. צו איז דען איינער מסופק אז אהבה איז וויכטיג?

מורינו ורבנו
דאס איז זיכער, אז ביי א געזונטע קאפל איז דאס נישט קיין לכתחילה. פינטל.

פין ווי נעמט זיך אט דער זיכערקייט? גארנישט וואס די האסט געזאגט ביז אהער (אדער זאגסט ווייטער) פירט נישט צו דער מסקנה, און דאס איז דאך די נושה דא. אדרבה, אויב ביידע האבן טאקע דאס ליב דעמאלטס קען עס זיין גאר א גוטער זאך, כנ״ל.

מורינו ורבנו
זי קען דא זיין מיט די גאנצע נשמה און אפילו פירן די ענינים, אבער נשים דעתן קלות וכו', ס'לוינט זיך נישט אנצוהויבן.

Hard to know how to respond to this lovely mix of condescension and gratuitous sexism, so I will refrain.
וה׳ הטוב יכפר.

מורינו ורבנו
זיי אליין מיט איר!

שוין, איך בין מסכים. ואילו רק על זה באתה, אן די אלע דרשות, וואלט איך גארנישט געזאגט. והפסד מרובה, דער שאדן קומט פון צופיל רעדן.

מורינו ורבנו
גייט מיט איר אויף א שטילע פלאץ.

ווענדט זיך. וואס ברענגט הנאה פאר ביידן? והעיקר חסרת. פארברענגען צוזאמען לטובת הנאה איינס דעם אנדערן איז א יסוד גדול לאהבת אמת.

שארפןקאפ » מאנטאג יוני 7, 2021 4:54 pm

· #474960
@מורינו ורבינו, איך בייס זיך די ליפן.....................

מורינו ורבנו » מאנטאג יוני 7, 2021 8:31 pm

· #474986
קול דודי
אע״פ שאין לי עסק בנסתרות און איך בין נישט א גרויסע בעל דעות אין תכונת הנפש, שפיר איך געצווינגען צו ענטפערן אפאר ווערטער, ומדומה עלי כמי שכפאו שד.

מורינו ורבנו
מען האט פארלוירן היינט די געפיל צו אמת'ע ליבשאפט. ליידער.

ווען האט מען דאס פאלוירן? האט מען דאס אמאל געהאט? ווי אזוי איז דאס פארלוירן געגאנגען?

אידן האבן דאס אמאל געהאט, מען זעט בדברי חז"ל פילע אמת'ע אהבות בין איש לאשתו ובין אדם לחבירו. אמת, ביי חסידים האט מען ווייניגער געפילעוועט דערין, יתכן אז דארט איז דאס עטוואס פארלוירן געווארן. און מען מעג דאס טאקע צוריקברענגען, עס העלפט נאר אין עבודת-השם.

קול דודי

מורינו ורבנו
דער הייליגער בעל-שם-טוב האט געלעבט...

דער הייליגער בעל-שם-טוב האט געטון אסאך זאכן וואס איז זייער נישט געראטן פאר מענטשן וואס זענען נישט אויף די מדריגה. לעבן ״אינמיטן וואלד אין א פארקראכטע כאטקע (ארומגענומען מיט מסוכנ'דיגע גזלנים)״ איז נכלל אין דעם.

הער דעם געדאנק, נישט די ספעציפישע עובדא. אויב איר ווילט דווקא, קענט איר געפינען אפילו אין די גוי'אישע גאס דוגמאות לרוב, פון מענטשן וואס האבן אלעס איבערגעלאזט, בלויז פאר אמת'ע אהבה, און געפארן איבער ימים און לענדער, בלויז פאר אהבה. זיי האבן גארנישט געדארפט, בלויז ליבשאפט.

קול דודי

מורינו ורבנו
ווען איינער פארמאגט אמת'ע ליבשאפט, דארף ער גארנישט האבן...

נישט ריכטיג, והניסיון מוכיח. אמת טאקע אז אמת׳דיגע אהבה פארדעקט אסאך און אויב האט מען נישט דאס דעמאלטס איז אלעס ארום כמגדול הפורח באויר, אבער דאס מיינט נישט אז מ׳קען לעבן נאר אויף דעם, כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם. ס׳איז זייער וויכטיג אז מ׳זאל פארברענגען צוזאמען פון צייט צו צייט אין זאכן וואס ברענגט הנאה פאר ביידן, און נאטורליכע אהבת אמת וואקסט פון דעם, ווי בלומען פון וואסער.

איך שפיר נישט באקוועם, מגיב צו זיין דערויף. נישט ווייל איך בין יא אדער נישט מסכים דערמיט.

קול דודי

מורינו ורבנו
צווישן אנדערע האט ער מיר געזאגט, אז ער וואלט קיינמאל נישט געצאלט קיין געלט פאר עבירות, ווייל דאס ווערט געטון פראקטיש, אן קיין שום הארץ און אן קיין אמת'ע אהבה

די זאגסט דאס ווי גלייך דאס איז נאך איינס פון די ״עמקות׳דיגע״ סודות וואס מ׳האט מגלה געווען לחכמים, אבער באמת ווייסט דאס יעדער בר בי רב דחד יומא. אויך די מענטשן וואס פארקויפן עבירות ווייסן דעם גרויסן סוד, און דערפאר פארקויפן טאקע אסאך אין די ביזנעס (פאלשע) אהבה למחצה לשליש ולרביע, כידוע ליודעי ח״ן ויופ״י. אבער ווי קומט דאס אהער? דאס איז וואס מ׳רופט אין ענגליש א non sequitur, דהיינו טענו בחיטין והודו לו בשעורין. צו איז דען איינער מסופק אז אהבה איז וויכטיג?

וממילא?

קול דודי

מורינו ורבנו
דאס איז זיכער, אז ביי א געזונטע קאפל איז דאס נישט קיין לכתחילה. פינטל.

פין ווי נעמט זיך אט דער זיכערקייט? גארנישט וואס די האסט געזאגט ביז אהער (אדער זאגסט ווייטער) פירט נישט צו דער מסקנה, און דאס איז דאך די נושה דא. אדרבה, אויב ביידע האבן טאקע דאס ליב דעמאלטס קען עס זיין גאר א גוטער זאך, כנ״ל.

מורינו ורבנו
זי קען דא זיין מיט די גאנצע נשמה און אפילו פירן די ענינים, אבער נשים דעתן קלות וכו', ס'לוינט זיך נישט אנצוהויבן.

Hard to know how to respond to this lovely mix of condescension and gratuitous sexism, so I will refrain.
וה׳ הטוב יכפר.

קול דודי

מורינו ורבנו
זיי אליין מיט איר!

שוין, איך בין מסכים. ואילו רק על זה באתה, אן די אלע דרשות, וואלט איך גארנישט געזאגט. והפסד מרובה, דער שאדן קומט פון צופיל רעדן.

מורינו ורבנו
גייט מיט איר אויף א שטילע פלאץ.

ווענדט זיך. וואס ברענגט הנאה פאר ביידן? והעיקר חסרת. פארברענגען צוזאמען לטובת הנאה איינס דעם אנדערן איז א יסוד גדול לאהבת אמת.

מאיזה סיבה קוקט אויס אז איר האט גענומען א שטעלונג אז איר מוזט זיך שלאגן מיט מיר. ווען די זעלבע ווערטער ווערט געשריבן דורך א צווייטן, וואלט איר אויך אזוי געענטפערט? - וואס האב איך חוטא געווען?

מי אני » מאנטאג יוני 7, 2021 9:06 pm

· #474988
קול דודי
מורינו ורבנו
ווען איינער פארמאגט אמת'ע ליבשאפט, דארף ער גארנישט האבן...

נישט ריכטיג, והניסיון מוכיח. אמת טאקע אז אמת׳דיגע אהבה פארדעקט אסאך און אויב האט מען נישט דאס דעמאלטס איז אלעס ארום כמגדול הפורח באויר, אבער דאס מיינט נישט אז מ׳קען לעבן נאר אויף דעם, כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם. ס׳איז זייער וויכטיג אז מ׳זאל פארברענגען צוזאמען פון צייט צו צייט אין זאכן וואס ברענגט הנאה פאר ביידן, און נאטורליכע אהבת אמת וואקסט פון דעם, ווי בלומען פון וואסער.

דאס איז בפרט לויט ווי איך האב אראפגעברענגט דא פון דר. אלי פינקעל אז כהיום זוכט מען אינעם הייראט פונעם בן/בת זוג די העכערע שטאפלען פון מאסלאוו׳ס היארכיע; ליבשאפט גרידא איז נאר די שטאפל אינדערמיט און מען זוכט מער. די שטאפל פון אהבה, טענה׳ט ער, איז געווען די קאנסעפּשאן פון הייראט אין די וויקטאָריען עפאכע און דאן איז דאס געווען וואס איז געווען באגנוגענד. אגב, איינע פון זיינע הצעות דארטן זענען אז ס׳מעגליך בעסער נישט צו זיין ממש אליין מיט איר וד״ל...

קול דודי » מאנטאג יוני 7, 2021 10:23 pm

· #474994
מורינו ורבנו
ווען די זעלבע ווערטער ווערט געשריבן דורך א צווייטן, וואלט איר אויך אזוי געענטפערט?

אוודאי אזוי. וואס האב איך דען אקעגן דיר פערזענליך? ס׳איז די עצות און יסודות, הווה אמינא׳ס און מסקנות וואס עגבערט מיר, און וואס קענען אויך פארפירן אנדערע, וואס כ׳האב פרובירן צי פארעכטן עד כמה שידי מגעת, און ווייזן שיסוד התשובה איז זייער ווייט פון גוט און ריכטיג.

״שלאגן?״ חלילה וחס. כ׳האב געשריבן מיין קוק-ווינקל אויפ׳ן תגובה, והבוחר יבחר.

סעגאל » דינסטאג יוני 8, 2021 1:00 am

· #475029
עס זעט אויס ווי איינער האט אפגעמאכט אז ווען מען קוואוט @מורינו דארף מען אראפברענגען די גאנצע שטיקל. קיין חילוק ווי לאנג עס איז.
עס זעט אויס ווי איינער האט מורא ער גייט מעקען.

דענקער » דינסטאג יוני 8, 2021 1:54 pm

· #475063
די גאנצע שקלא וטריא פון @מורינו ורבנו איז נישט לאגיש. ווער זאגט אז די צוויי מהלכים וואס דו שטעלסט אוועק זענען mutually exclusive?
עת לאהוב ועת להנות, וירא שמים יוצא די שניהם.

מ'קען - און מ'דארף - אינוועסטירן אין די קשר און אהבה פון איינעם צום צווייטן, פיזיש און עמאציאנעל. אין די בחינה פון בינו לבינה וזר אל יתערב בשמחותיהם.
עס איז אבער אויך גארנישט שלעכט - נאר וויכטיג - צו הנאה האבן און מהנה זיין איינער דעם צווייטן, מיט די וואונדערליכע הנאות וואס באשיינט די בריאה פון דעם טוב ומטיב אשר ברא ליהנות בהם בני אדם. און דאנקען גאט כמבואר בספה"ק אגרא דפרקא.

מעגליך אז ביי בעלי מדריגה איז די נאטור אנדערש, אבער איך רעד פון פשוט'ע מענטשן כמוני וכמוך

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 8, 2021 2:28 pm

· #475066
דענקער
די גאנצע שקלא וטריא פון @מורינו ורבנו איז נישט לאגיש. ווער זאגט אז די צוויי מהלכים וואס דו שטעלסט אוועק זענען mutually exclusive?

אין ענגליש הייסט עס א false dichotomy
<a class="postlink" href="https://simple.m.wikipedia.org/wiki/False_dilemma">https://simple.m.wikipedia.org/wiki/False_dilemma</a>
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/False_dilemma">https://en.m.wikipedia.org/wiki/False_dilemma</a>

דענקער » דינסטאג יוני 8, 2021 3:33 pm

· #475071
מורינו ורבנו
(איך האב נישט די ווערטער...)

קענסט מיר שיקן אין אישי וועלכע איברים אדער אקטן דו רעדסט פון, איך וועל דיר טרעפן ווערטער דערפאר אין א ווערטערבוך.

מורינו ורבנו » מיטוואך יוני 9, 2021 3:58 pm

· #475196
איך האב נישט געוואלט שרייבן גלייך, נאר ענדערש דורכטראכטן מיט יישוב הדעת.

ס'איז דא א שטארקע טענה פונעם עולם, אז א נארמאלע מענטש האט א צורך פאר צולאזנקייט, דהיינו אז מזמן לזמן זאל ער ארויסגיין פונעם געווענליכן רוטין און זיך אביסל צולאזן אין די ענינים. צו זאגן מיט א בלעכענעם פנים אזא סטעימענט, אז רוב באזעצענע מענטשן, וואו ס'איז דא אמת'ע אהבה, פעלט קיינמאל נישט אויס אמאל זיך צו פארגעסן און האקן א לעבן אויף א געוויסע אופן, איז אפגעפרעגט. ס'איז א דראנג וואס איז א 'מוז' ביי יעדע נארמאלע מענטש.

איך האב עס אויך דורכגעשמועסט אין אישי מיט עטליכע פון די מיטגלידער דא. (דאס איז די שיינקייט פון די פלאץ אז איך קען דורכשמועסן זאכן, וואס געווענליך קען איך נישט דורכשמועסן מיט קיינעם. דאס איז וואס איך טענה, אז ס'איז דא א געפ צווישן די רבנים אינעם ציבור).

די שאלה איז דא צווייפאכיג:
ערשטנס, צי איז דאס בכלל ריכטיג (און לכאורה איז שווער דן צו זיין פון איין מענטש אויפן צווייטן).
צווייטנס: אויב איז דאס בלויז א נאטורליכע דראנג, אדער איז דאס פון די תנאים פון אהבה וואס הערשט צווישן א פארפאלק. דאס הייסט אז אפילו אויב עס וואלט נישט געווען אזא תאוה, וואלט מען דאס נאכאלס געדארפט טון, וויבאלד עס איז וויכטיג אינעם קשר.

כדי דן צו זיין אין דעם ענין, דארף מען באמת זיך אויסטון פון נגיעות, ווייל זייער אסאך מאל שטופט די פערזענליכע נגיעות פון דער מענטש, און טרייבט אים צו טראכטן אויף א געוויסע מהלך, בשעת עס איז נישט ריכטיג. און למען האמת, קיינער איז נישט ריין פון נגיעות אין דעם ענין.

(איינער האט מיר געשריבן אין אישי, אז באמת איז דאס א תאוה, אבער די תאוה איז צו גרויס אז מען זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף דעם, און דאס ווערט דעריבער א נאטורליכע דראנג, און דאס אפצוהאלטן איז אזוי ווי צו זאגן, אז ווער עס פאסט נישט משבת לשבת, איז א רחמנות און אראפגעקוקטע מענטש – אזוי ווי איך האב געשריבן אויף איינער וואס מוז נעבעך צוקומען צו גיין אין ספא.)

לאמיר קודם צוריקגיין א מינוט צו מיין לאנגע תגובה.
איך מיין אז בעיקרון הדברים, אין דעם ענין וואס איך האב געשריבן, אז דאס עיקר איז 'אמת'ע ליבשאפט', און דאס איז שטערקער ווי דער צולאזנקייט, אין דעם מיין איך אז קיינער איז נישט מחולק (אויב יא זאל מען זיך אנרופן).

דאס אז דער עולם האט פארלוירן דעם חוש צו אמת'ע ליבשאפט, און אסאך פארשטייען דאס נישט היינט, איז אויך יעדער מסכים. איינע פון מיינע קריטיקירער האבן אפילו גע'טענה'עט אז מען האט עס קיינמאל נישט געהאט.

דאס אז מען וואלט געדארפט מער עוסק זיין אין אמת'ע אהבה – המם... אסאך ערנסטע רבנים און חסידי'שע אידן, וועלן ערנסט מחולק זיין דערמיט. אבער איך מיין אז דא אין קאווע שטיבל איז דער רוח הדברים, אז מען וועט מסכים זיין מיט מיר, אויך אויף דעם ענין.

די קאווע שטיבל ליינער וועלן מודה זיין אין מיין רוח הדברים, וואס איך האב פראבירט ארויסצוברענגען, אז די מענטשן וואס לייגן דעם דגש בלויז אויף צו האצקען, און קוקן זיך בכלל נישט אום אויף דער ענין פון טיפע ליבשאפט, לעבן אין א פארדרוסליכן טעות. די קריטיק איז בלויז געווען אויפן פאקט, אז איך האב גענצליך אוועקגעמאכט דעם ענין פון צולאזנקייט, וואס לויט מאנכע איז דאס זייער וויכטיג, צי ווייל דאס איז א תנאי אין דאס לעבן פון א פארפאלק, צי ווייל דער דראנג איז אזוי גרויס, אז ס'איז נישט שייך דאס אוועקצומאכן.

די שאלה וואס בלייבט איבער איז, צי א צעלאזנקייט מזמן לזמן איז א וויכטיגע פאקטאר אין דאס לעבן פון א מענטש, פריוואט אדער בין איש לאשתו, אדער איז דאס נישט וויכטיג, און אפשר אפילו נאר מגרע פון דאס אמת'ע אהבה.

אין אנדערע ווערטער: מיר האבן דא צוויי ענינים, ליבשאפט מיט צולאזנקייט (רוף עס תאוה, רוף עס האצקען, אדער וועלכע סארט נאמען דו ווילסט, אבער די געדאנק איז די זעלבע – די מעשה, נישט אלעמאל).

צולאזנקייט (תאוה) אן אהבה – איז א נידעריגע זאך, הגם מענטשן וועלן זיך אריינלאזן דערין, מחוסר ברירה אדער מרוב תאוה – אמאל איז קיין צווייטע ברירה נישטא, אבער נידעריג בלייבט עס (לדעתי).

ליבשאפט אן צולאזנקייט – האט א מקום און מען געפינט דוגמאות דערויף לרוב.

דאס יא, אהבה קען ברענגען צולאזנקייט. צולאזנקייט ברענגט "נישט" אהבה. דאס מיינט, אז איינע פון די שטארקע וועגן ווי אזוי מ'קען אויסדרוקן אמת'ע ליבשאפט, איז דורך צולאזנקייט, און דאס קען אפילו פארשטערקערן אהבה. אבער צולאזנקייט אליין ברענגט נישט אהבה, און אהבה איז אויך נישט קיין וועג אויסצודרוקן צולאזנקייט, ס'איז פשוט נישט במציאות.

לאמיר קודם דן זיין אין די ערשטע חלק פון די שאלה, צי איז דאס טאקע אזא שטארקע מענטשליכע דראנג, אז ס'איז נישט שייך דאס אוועקצונעמען פון א מענטש, און דעריבער איז דאס פשוט ווי וואסער צום טרינקען און לופט צום אטעמען. אז דו נעמסט דאס צו, פייניגסטו דעם מענטש. איך גיי נישט אריין יעצט אין די צווייטע חלק פון די שאלה, צי איז דאס וויכטיג פאר דעם קשר בין איש לאשתו, און צו דאס איז וויכטיג פאר דער אהבה. מיר זענען דן יעצט בלויז אין דעם חלק, צי מען קען דאס פשוט נישט אוועקנעמען פון דעם מענטש.

די שאלה איז זייער שווער צו ענטפערן. סיי ווייל יעדע נפש איז אנדערש, און נאכמער, ווייל יעדער איינער מיינט אז יעדער איז די זעלבע ווי אים. ס'איז שווער צו עקסעפטן אז ס'זענען דא אנדערע מענטשן וואס שפירן אנדערש.

כלפי מה דברים אמורים? – קודם כל זענען דא מענטשן וואס ווערן געבוירן מיט קעלטערע נאטורן. זיי זענען א מועט, אבער זיי זענען דא. אויך ווערן מענטשן עלטער און קילער. נישט אריינגייענדיג אין דעם צווייטן העלפט שאלה, איז פאר די דאזיגע מענטשן בכלל נישט וויכטיג זיך צו צעלאזן.

דאס רוב יונגע מענטשן זענען אבער יא היציג. פארט זענען דא מענטשן וואס לייגן אריין זייער ענערגיע און היץ אין אנדערע זאכן, און זיי געפינען די סארט ענינים פאר מינדערוויכטיג. איך קען פערזענליך חסידי'שע יונגעלייט, וואס לייגן אריין זייער פייער אין עבודת-השם, זיי צולאזן זיך אויף דעם אופן. זיי שפירן דעם תענוג אין צמאה נפשי שבת ביינאכט, אדער אין בבואו מאדום ביי שלש-סעודות. איך ווייס אז ס'איז דא אנדערע וואס וועלן דאס נישט פארשטיין, אבער איך זאג אייך אז מען קען שפירן דאס זעלבע אין די נשמה, וואס דער אנדערער שפירט ווען ער צולאזט זיך אויף אנדערע אופנים. זיי האצקענען אויף דעם וועג, און דעריבער פעלט זיי נישט אויס צו האצקענען אויף די אנדערע וועג.

ווייטער זענען דא וואס לייגן זייער ענערגיע אין געלט. ליגן אין ביזנעס ראשם ורובם, זיי האצקענען אויך אויף דעם וועג, און שפירן די זעלבע תענוגים. ס'איז שווער מסביר צו זיין, ווייל יעדער מיינט אז יעדער איז די זעלבע ווי אים.

אלזא, צו זאגן אז דאס איז א דראנג וואס מען קען נישט אוועקנעמען, איז לאו-דוקא ריכטיג ביי יעדן איינעם. וואס מ'קען יא זאגן איז, אז ביי געוויסע מענטשן איז דאס א שטארקע דראנג וואס זיי מוזן האבן, און אויף זיי איז נעבעך א רחמנות, אז דאס איז זייער פייער און דראנג. אבער יא, זיי מוזן עס האבן. און דאס איז וואס איך האב געשריבן אין די תגובה.

די שאלה בלייבט דעריבער אויף די צווייטע העלפט: איז צולאזנקייט און האצקענען א וויכטיגע פאקטאר אין דאס צוזאמענלעבן? – דאס הייסט, אז ווען נישט די תאוה דארף מען דאס נאך אלס טון? – דארף אן עלטערע איד, אדער איינער וואס ווערט געבוירן קאלט, אבער פארמאגט א שטארקע אהבה צו זיין פרוי, זיך צולאזן מזמן לזמן? – גיין אין א ספא, קאפל מאסאדזש וכו' וכו'?

אויף דעם קען מען דעבאטירן. איך מיין (און איך שרייב עס מיט אומזיכערקייט), אז איינער וואס פירט אפ א העכערע לעבן, און שטרעבט אויפצושטעלן א שטוב מיט ערנסטע העכערע יסודות אין תורה וחסידות, איז דאס גענצליך איבעריג. נישט אסור, נאר איבעריג.

איר קענט מחולק זיין און דיסאגריען מיט וואס איך האב געשריבן, אבער בדרך כבוד ביטע.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יוני 9, 2021 4:41 pm

· #475201
ישר כח כבוד הרב פאר די וויכטיגע קלארע דיבורים.

איך גלייב אז ווער ס׳איז זוכה צו אמת׳ע אהבה, דער האט נישט אזא דראנג זיך צו צולאזן. שטימט?

דעריבער איז דער גאנצער שמועס דא פאר ווען ס׳איז נישטא דער שפיץ אהבה.
איז קודם וואלטעך זייער געוואלט הערן מער איבער אהבה, וואס דאס איז און וויאזוי מ׳איז זוכה צו דעם...

שארפןקאפ » מיטוואך יוני 9, 2021 5:44 pm

· #475208
Re: עניווערסערי - וואס טוט מען?
בְּתוֹךְ עַמִּי
ישר כח כבוד הרב פאר די וויכטיגע קלארע דיבורים.

איך גלייב אז ווער ס׳איז זוכה צו אמת׳ע אהבה, דער האט נישט אזא דראנג זיך צו צולאזן. שטימט?

ניין עס שטימט נישט!!!! צו זיך " צולאזן "ווי אזוי מען רופט עס האט צו טאן מיט יארגאנג אין מיט נאטאר אדער מיט די וועג אין ווי אזוי מען איז אויף געוואקסן

אין אויף אמתער ליבשאפט ביטע עפענט אן אנדערע עשכול אדער ברענג ארויף אן אלטער

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

ואידך » דאנערשטאג יוני 10, 2021 2:04 pm

· #475319
מורינו ורבנו

די שאלה וואס בלייבט איבער איז, צי א צעלאזנקייט מזמן לזמן איז א וויכטיגע פאקטאר אין דאס לעבן פון א מענטש, פריוואט אדער בין איש לאשתו, אדער איז דאס נישט וויכטיג, און אפשר אפילו נאר מגרע פון דאס אמת'ע אהבה.

איר נוצט אומריכטיגע טערמינאלאגיע.
די שאלה איז נישט צולאזנקייט vs אהבה, נאר physical attraction vs emotional attraction (love).
די זענען צוויי אספעקטן פונע'ם זעלבן ספעקטרום. עכטע emtional connection איז פארשטייט זיך אסאך א העכערע לעוועל ווי physical.
טאמער ס'איז ביי אייך א ספק צי א צעלאזנקייט מזמן לזמן איז א וויכטיגע פאקטאר, דאן גייט ס*** אריין אין די זעלבע ספק.
מורינו ורבנו

דאס יא, אהבה קען ברענגען צולאזנקייט. צולאזנקייט ברענגט "נישט" אהבה. דאס מיינט, אז איינע פון די שטארקע וועגן ווי אזוי מ'קען אויסדרוקן אמת'ע ליבשאפט, איז דורך צולאזנקייט, און דאס קען אפילו פארשטערקערן אהבה. אבער צולאזנקייט אליין ברענגט נישט אהבה, און אהבה איז אויך נישט קיין וועג אויסצודרוקן צולאזנקייט, ס'איז פשוט נישט במציאות.

נישט אמת. פארוואס זאל אמתע טיפע אהבה ברענגען צולאזנקייט. פון די צווייטע זייט, physical connection איז זייער א גוטע און געזונטע catalyst פאר טיעפערע און העכערע אהבה.

אודאי טאמער איינער פילט אז זיין לעוועל פון אהבה איז אין די הימל איז ער מכובד צו גיין וואוינען אין וואלד בשכנות פונעם בעש"ט און שרה און גראבן ליים.
היות רוב פון אונז זענען נישט דארט איז בכל אופן פארברענגען רואיג אין א spa ווייניגער אין די גדר פון צולאזנקייט ווי די מעשה אליין.

Correct me if I am wrong.

מי אני » דאנערשטאג יוני 10, 2021 2:40 pm

· #475323
אז מ׳רעדט פון עמאציאנאלע און פיזישע אהבה דאס איז וואס איך האב דא געשריבן איבער די פילאזאפישע הגדרות אין ״אהבה״, ול״חיבת״ הקודש וועל איך עס דא צוברענגען:
מי אני
אפלטון (בשם סאקרעטיס) האט כידוע געהאט א גאר פילאזאפישן קאנסעפציע פון ריכטיגע ״אהבה״ [וואס ווערט טאקע גערופן ע״ש פלעטאניק אהבה]. דאס איז אז ריכטיגע אהבה, עפ״י פילאזאפיע, איז ווען דער אוהב וויל דער אהוב און זיין/די נשמה זאל צוקומען צום ריכטיגן צורה (וואס לפי אפלטון האט ״צורה״ א שטערקערע רוחניות׳דיגע משמעות ווי אריסטו׳ס קאנסעפציע פון צורה כידוע) פון [דאס ריכטיגע עססענס פון] ״שיינקייט״. דאס ארבעט דורכ׳ן זיך נישט אונטערגעבן צו די קארנאלע תענוג/תאוה פון סעקס (וואס איז טאקע, ווי נישט, מקושר, און אין קעגנזאץ (ווייל עס איז תאוה וואס שליפו אראפ די אנדערע אהבה וואס איז שכלי וטוב (וידועים דברי המו״נ בח״ג פ״ח)), דערצו צום העכערען סארט אהבה; אהבה הייבט זיך אן מיט דעם (צום אהוב׳ס גוף), די בהמיות, אבער דארף פראגראסירן ארויף צום העכערען סארט אהבה).

עס קומט אויס מדבריו אז עס איז דא 7 מיני אהבות:

‏1). עראס - ראמאנטישע/סעקסואלע אהבה.

‏2). פיליע - חברותא וואס איז מיוסד אויף נאמנות וכדומה; וואס מ׳באקומט בחזרה דערפון.

‏3). סטארדזשי - די פאמיליאלע סארט אהבה (למשל, מאב לבנו) וואס איז (אין אלגעמיין) נישט מצפה לתשלום גמול.

‏4). אגאפּע - די סארט יוניווערסאלע אהבה וואס א מענטש קען האבן להקב״ה [אהבת ה׳] און/אדער להעולם.

‏5). לודוס - אהבה פון ״פאָן״.

‏6). פּראגמא - אהבה מכח הכרח וכבוד. (אין דעם קען אריינגיין אהבת ה׳ הבא מחמת יראה ואולי אפשר לקשרו, להבדיל, עם מה שכתב התניא פמ״ג ומ״ד לענין אהבה ויראה.)

‏7). פילאשיע - זעלבסט-ליבע. דאס קען מען אויסנוצן הן לטוב [סעלף-עסטים וכו׳] אדער פארקערט [נארסיסיזם וכו׳].

פארשטייט זיך אז ס׳דא אָווערלעפּ וכו׳ צווישן די סארטן אהבות און איינס איז פועל אויפ׳ן צווייטן.

‏ס׳איז מערקווידיג אנצומערקן אז אפלטון׳ס פארמולאציע פון אהבה איז געזאגט געווארן אינ׳ם קאנטעקסט בנוגע אהבה צום אייגענעם מין [זכר לזכר; האמאסעקשואל]; וואו עס איז נישט שייך סעקס אויף כדי להוליד. אין די ימי הביניים האט מען דאס דזשענערעלייזט אויך אויף אהבה בין הזכר לנקיבה. דר. ירמיה ריעד זאגט טאקע אז אפלטון׳ס פילאזאפישע אהבה קען אויך אנגיין בין איש לאשתו.

אגב, אפיקורוס האט געהאלטן אז אהבה איז איראציאנאל און מ׳דארף דאס עוקר זיין.

moody » דאנערשטאג יוני 10, 2021 3:42 pm

· #475327
חברה! איך בעט ענק! טרייבס נישט נישט ארויס דעם רבי'ן פון דא, ענדליך האמיר די אפערטונעטי צו שמוסען ווי נארמאלע מענטשן מיט איינער וואס פרעזענטירט ווי א נארמאלע מענטש די מהלך המחשבה וואס ווערט אזוי פול אראפגעריסן דא אין פארום.

א גרויסען יש"כ @מורינו ורבינו

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:15 pm

· #475366
די רבי זאל אונז (צ)ווייטער פירן, ביטע!
בלאט: 1 2