☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שבועות קווענקלענישן

שבועות קווענקלענישן

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3788

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 14, 2013 10:14 am

· #114947
שבועות קווענקלענישן
ס'קומט שבועות. פיינעלי. מ'ווארט שוין אויף איר ממחרת השבת. גאנצע זיבן וואכן (געציילט און באשטעטיגט דורך גאנץ כלל ישראל). און די כהנים זענען שוין גרייט אויפצוהייבן, מקריב זיין די שעפסעלעך לכבוד די שתי הלחם!

סאונדט פאני? מעבי. אבער אזוי שטייט אין מיין תורה. – פאר אונז וואס זענען 2000 אפגערוקט פון די צייטן ווען אידישקייט האט זיך ארום געדרייט ארום מושגים וואס זענען שוואך-באקאנט און ווערן קוים דערמאנט אין טאג-טעגליכן געשפרעכן (טייטש פון שותא), איז שווער צו פארשטיין און זיך אריין לייגן אין זייער הויזן (וואס אגב, האבן זיי – אויסער די כהנים – נישט געהאט). "טהרה" "סנהדרין" "נזיר" "קדשים" "נגעים" זענען אמאל געווען ווערטער וואס זענען גענוצט געווארן כסדר, א שטייגער ווי אין היינטיגע שמועסערייען: "צניעות" "ליזענסק" "ציונות" "משב"ק" "מסורה" "קוויטל". וואו אין רד"ק אויף תנ"ך ווערט דערמאנט אזעלעכע ווערטער?

למיישע, אונז פייערען דעם יום-טוב אלץ זמן מתן תורתינו. און די קשיא פון די מג"א פארענטפערט מען שוין. אלעס דרייט זיך ארום די בלומען וואס זענען א זכר צו דעם בארג סיני, אינעם פוסטען מדבר, וואס האט זיך באקליידעט לכבוד דעם מאורע, אבער א מאורע, מיט שיינע רויזן און גראז. היות בלומען איז נישט צום עסען, און מען מוז דאך צופרידען שטעלן דעם הכל-מודים-לכם, און סתם עסען צוויי ברויט, לזכר שתי הלחם, איז נישט אזוי אינטערסאנט, וואס טוט מען? א איד גיט זיך אן עצה: מילכיג! נישט אלץ א זכר צו די ניין טעג, עה, חלילה. נאר אלץ א זכר פאר... ווער ווייסט? איך נישט. אויף מילכיג'ס אליינס זענען שוין געזאגט געווארן שיינע קרעפל פשט'לעך (בד"וו, לכאורה איז פעשטעל מלשון "פשט". אויב אזוי, איז דאך עיון-צריך, וואס האט "פשט" מיט "פעשעטעל"? ס'איז דאך ערד און הימל?). אבער אויף די טשאקלאד און סטראבעריס וואס מ'עסט אין גרויסען, האב איך נאך נישט געטראפן קיין טעם וואס זאל זיך זעצען אויף מיין הארץ. כ'האב גראדע ליעב טשאקלאד (יוצא מן הכלל די dark-bitter-parve-splenda-kosher-for-passover וואס דאס וואונשטעך פאר אלע יושבי חושך) סאו וואס זענען שוין די קווענקלנישן?

ס'איז די "תיקון ליל שבועות".

אין מיין אמאליגע צייטען, פלעג איך מיט געשמאק אוועק תיקון'ען, א נחת געווען צוצוקוקען (מאנכע האבן אפילו געוויזען אויף מיר מיט זייער פינגער: ער וועט נאך זיין א זאך...) ס'געפארן א מחיה, ערשט ביי די תרי"ג מצות האב איך אנגעהויבן צו האבן ספיקות.. אזויפיל מצוות? אבער וואס טוט מען נישט פאר א טבילה וואס איז א תיקון פאר דאס וואס מ'האט גענומען דעם מאחורי פאר די צייט? און אזוי האט זיך די נאכט גע'ענדיגט, כ'מיין, די טאג אנגעהויבן, אויפגעשטאנען צום דאווענען, הלל, אקדמות מיט א ברען, און אזוי שפעט נאכמיטאג, ווען איך בין שוין געווען גוט הונגעריג (דאס מיינט "לכם"?) האט מען זיך געזעצט צו א מילכיגע קידוש (וואס איז געווען מחיוב מיט נטילת ידים און המוציא לויט אלע דעות. נו, אבער מיר זענען נישט קיין גרים, וואס האבן מיר די שלחן ערוך א שייכות?). ווען איך בין שוין געווען גוט זאט, האט מען זיך – נאך א האלבע שעה, שטייטצעך – געזעצט צום סעודת החג! – כ'מיין ס'נישט קיין נייעס דאס, איר מיינט איך בין אייערס א ברידער, ניין, אלע אידישע הייזער גייען מער-ווייניגער אין דעם זעלבען סיסטעם.
סאו וואס זענען שוין די קווענקלנישן? וואס איז שוין ווייטער?

איז אזוי, צוויי זאכן. אלף: אויב מעג איך בארגן אויף א וויילע פון שיטה-מקובצת דעם אויסדרוק "שבועות כאראקטערזירט חסידים". יא, ס'שטייט פון פריערדיגע אז מ'זאל זיין אויף, און לערנען א גאנצע נאכט, ס'גראדע דא א מקור אויף דעם, און דער טעם... מ'דארף א טעם אויף יא צו לערנען? אויף ניטול זיכט מען שווארצע טעמים, אבער אויף יא צו לערנען? בפרט אין די טאג מתן תורה, וואס דארף מען א טעם? ס'קען נאר ארויסקומען גוטס פון דעם. – איי וועט איר פרעגן, אבער דאך, פארוואס עפעס אויף זיין א גאנצע נאכט וכו'? איז אזוי, די חסידים הראשונים וואס אויף זיי פארציילט מען דאס אויפזיין שבועות ביינאכט, זיי – לויט מיין השגה – אויפגעווען לתורה ולעבודה נישט נאר איין נאכט פון יאר, ס'איז ביי זיי געווען אן אפטע ערשיינונג, ממילא ווען ס'איז דער נאכט פון מתן תורה, האבן זיי געפילט, מרצונם, אז ס'איז רצוי והגון צו פארברענגען די נאכט מיט תורה.

און אזויווי אלע שיינע הנהגות און ענינים, וואס האבן לאגיק אין איר ערשטען דור, און דערנאך – ווען ס'ווערט א נחלת הכלל – ווערט זי נאקט און נאריש. אזוי איז אויך געשעהן צום דעם שבועות נאכט. גאנצעטע סטאדאס קופקעס פאפיטעס-שפייערס דרייען זיך אין די גאסען, פארוואס? ווייל "מ'דארף" זיין אויף! און ווען ס'קומט א קלוגע איד, מיט איצטלא דרבנות צוויי טויזענט, און נעמט צוזאמען די שמועסערס און פארציילט זיי א שיינע מעשה און פון דארט פארט ער ווייטער צו עניני דרש ומוסר, מתובל בפרד"ס, איבער סיי וועלכע ענין ס'זאל נאר זיין, קרומט מען מיט די נאז! משנה! נו, מסורה! מ'דארף זאגן "תיקון"! ידו על התחתונה! מדחי אל דחי! און נאך אזעלכע נוסחאות פון כותלי מאה שערים.

פערד וואס דו ביסט, דו זעהסט נישט אז די חברה האלטן נישט ביים מקיים זיין די מצות-עשה פון זאגן דעם "תיקון"? שמועסן לשון הרע איז בעסער? וואס קען זיין בעסער פון הערן א שיינע לייכטע שיעור פון א ת"ח יודע ספר? – אבער דאס זענען (אונז) חסידים, מ'טראכט נישט. אזוי איז עס. שבועות (אין די לעצטע 200 יאר) זאגט מען תיקון. ותו לא מדי.

דאס איז נאמבער אלף. פארדעם אליינס וואלט איך נישט אוועקגעגעבן מיין טייערע צייט זיך אויסצוגעבען בכתב מיינע קווענקעלנישן, אבער נאמבער בית, דאס נעמט איך שוין ארויס פון די כלים. (איך וועל דאס זאגן בקיצור, ווייל באריכות וועט דאס הארץ מיינע נישט איבערטראגן.)

דאס איז דער תוכן פונעם "תיקון". יאר יערליך, צוברעכט מיר דעם תיקון אויף פיצפיצלעך. וואס מער איך מוש די בלעטער, בראשית, שמות, .. יהושע שופטים... אלץ מער שווארץ ווערט דער מצב. איך – א איד פון די סאמע סלתה ושמנה, פון די לעצטע פארבליבענע אידן אשר לא כרעו לבלאט – זעה מיך ווי א פרעמדער, א צוגעקומענער, אן אויסלענדער, ממש א שטיקל מיסט. איך דערקען נישט – אויסער יואב און הדד-בן-בדד – די מענטשען דארט. איך בין סאך מער באקאנט וואו אלע קינדער און אייניקלעך פונעם ברך-משה זענען משמש ברבנות (אפילו איך בין נישט פון זיין קהילה), ווי דאס לעבן און שאפן פון די קעניגען פון מיין אייגען פאלק! בין איך נישט קיין איד? פארוואס האב איך נישט קיין חברים מיט נעמען על שמם אונזערע קעניגען? דאס גאנצע נ"ך איז מיר אזוי פרעמד, אז איך שעם זיך פון מיר אליינס.

פארוואס דווקא די שוואכערע איד איז זוכה אין די חידון תנ"ך העולמי? נ"ך איז עפעס אנגעשטעקט מיט תלמיד-טועה'ס? שבתי צבי? ס'נישט געשריבן על טהרת הקודש? כ'מעג נישט וויסן היסטוריה פון מיין אייגען פאלק?

איך זעה מיך נישט דארט.

און מיט אזא צובראכענקייט, וואספארא שמחת יום טוב איז שוין דא צו ערווארטען.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 14, 2013 11:12 am

· #114974
פייף אן די וועלט, און זעץ דיר לערנען תנ"ך א גאנצע נאכט. אזוי וועסטו נאך האבן א מצוה פון שמחת יו"ט אין דער זייט אויכעט.
לאז מיר וויסן אויב איינער האט דיר מעורר געווען אז ס'איז נישט אין ארדענונג..

גוגל » דינסטאג מאי 14, 2013 11:16 am

· #114977
און ווער נישט דערשראקן ווען דו קומסט אן צו משניות, נאכדעם זעץ דיך לערנען משניות, צו אלעס קען מען צוקומען

יידל » דינסטאג מאי 14, 2013 12:06 pm

· #114990
קאווע טרינקער, שפתיים קישאק.

בדחן » דינסטאג מאי 14, 2013 12:41 pm

· #115002
קאווע טרינקער, זייער שיין און געשמאק אראפגעשריבען דיין פוינט,

מאטי » דינסטאג מאי 14, 2013 2:18 pm

· #115022
קאווע טרינקער גאוואלדיג ממש איך באלעק מיך די פינגער פון יעדע שורה..
איך זאג נישט קיין תיקון נאר די ערשטע פאר סדרה׳ס דערנאך לערן איך גמרא מיט תוס׳.. יעצט זיך מיר נישט ארום אין שול ס׳איז גילוי...

חזקיהו המלך » דינסטאג מאי 14, 2013 2:34 pm

· #115029
קודם פארוואס לערענסטע טאקע נישט נ"ך ?

ס'שטייט שארף פין ר' שמעון זעליכאווער קעגען די וואס לערנען נישט קיין נ"ך, יא ס'טאקע וויכטיג צי לערנען,

אין וועגען נעמען איז אזוי, די מלכי ישראל זענען קיינער פין זיי נישט געווען ערליך אנגעהויבען פין ירבעם בן נבט וואס האט געמאכט די עגלי זהב ביז זייער מלוכה האט זיך גענדיגט ווען סנחריב האט זיי פארטריבען אין גלות, ממילא איז פארשטענדליך פארוואס מען געבט נישט קיין נעמען נאך זיי,

ווידער די מלכי יהודה זענען יא געווען ערליכע חאטשיג ס'אויך געווען נישט ערליכע, איז דוד אין שלמה איז טאקע געניצטע נעמען, אין ווער רעדט נאך פין "חזקיהו המלך" דאס איז דאך מיין ניק,

עכ,פ מזעץ זיך לערנען נ"ך ס'איז א וויכטיגע חלק התורה, ס'זייער אינטערעסאנט מיט אסאך ידיעות, הצלחה

דעת תורה » דינסטאג מאי 14, 2013 4:43 pm

· #115064
די אויפגעקלערטע לערנען נישט קיין נ״ך ווייל סאטמאר רב האט געהאלטן דערפון.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 14, 2013 4:44 pm

· #115065
חזקיהו המלך
קודם פארוואס לערענסטע טאקע נישט נ"ך ?
ס'שטייט שארף פין ר' שמעון זעליכאווער קעגען די וואס לערנען נישט קיין נ"ך, יא ס'טאקע וויכטיג צי לערנען,

דאס איז דער פראלבעם, מ'זאל לערנען נ"ך ווייל ר' שמעון זעליכאווער האט געזאגט? מארגען קומט בדחן בשם ר' משה דער מיטעלער אז מ'זאל דוקא נישט לערנען!

איך וויל לערנען נ"ך, פשוט ווייל איך בין א איד, און ס'מיינס א זאך!
---
דעת תורה האקט...
אה.. ער האט שוין א מקור..

הוגה » דינסטאג מאי 14, 2013 4:59 pm

· #115068
קאווע, דאס איז א הערליכע ארטיקל. עמו אנוכי בצרה לגבי דאס תיקון זאגן. מיר האט עס אלץ געבאדערט און איך האט דאכצעך בחיי נאך קיינמאל אויסגעזאגט די גאנצע זאך. (פרעג נישט וואס איך טו יא.)

דיין קשיא לגבי נ"ך איז א שווערע קשיא, כ'האב שוין געהערט מערערע אומצופרידן-שטעלענדע ענטפערס. עס איז מעגליך אז די סיבה איז צוליב דעם וואס די התנהגות שטימט נישט אלעמאל מיט "אונזער מסורה". די מער ריכטיגע סיבה איז לכאורה אז מען לערנט עס נישט מיט די קינדער ווייל מען האט מורא אז עס וועט זיי ברענגען צו שווערע קושיות. די איינציגסטע גוטע ענטפער איז, "לאמיר זיך טאקע זעצן לערנען". עס איז געשמאק בגשמיות וברוחניות.

לגבי דיין מעשה מיט די פאפיטאס שפייערס. יונתן ראזענבלום האט געשריבן אן ענליכע מעשה דעם פארגאנגענע וואך אין די משפחה. עס האט מיר ממש מחיה געווען צו זעהן אז עס זענען נאך פאראן עכטע אוטענטישע אידן אין דער וועלט. די וואס עס באדערט זיי צוליב די מסורה זענען די זעלבע וואס האבן א פראבלעם מיט ניקולשבורגער רבי, און ווטס האלטן אז מען דארף אויסשניידן די אלע וואס זענען משנה פונעם "מסורה" פון כלל ישראל, הם ונשיהם, ובניהם, ובנותיהם עד סוף כל הדורות, און עס זאלן נאר איבערבלייבן דאס קליינע פח שמן, רבי זכוינעוואכע אידן שלא כרעו לבעל וואס וועלן מקבל זיין משיח.

זאלן זיי זיך האלטן מיט זייער משיח און מיר וועלן לערנען נ"ך אום שבועות ביינאכט רח"ל, און אזוי ארום וועלן מיר זיין מקושר באילנא דחיי די ק"ש ומלכינו בראשינו אמן.

הוגה » דינסטאג מאי 14, 2013 5:04 pm

· #115070
חזקיהו המלך

אין וועגען נעמען איז אזוי, די מלכי ישראל זענען קיינער פין זיי נישט געווען ערליך אנגעהויבען פין ירבעם בן נבט וואס האט געמאכט די עגלי זהב ביז זייער מלוכה האט זיך גענדיגט ווען סנחריב האט זיי פארטריבען אין גלות, ממילא איז פארשטענדליך פארוואס מען געבט נישט קיין נעמען נאך זיי,


דעמאלטס פארוואס גיבט מען יא נאך רביס? 😂 😂 😂

דעת תורה » דינסטאג מאי 14, 2013 5:07 pm

· #115072
הוגה דו ווייסט עכט נישט פארוואס מען האט אמאל מקפיד געווען נישט צו לערנען קיין נ״ך? אדער באציסטו זיך פארוואס מען לערנט נישט קיין נ״ך כיום מער אפט? איך מיין אז אסאך אידן וואס לערנען ת׳ לערנען נ״ך אויכעט. געווענליך א מענטש וויל ענדערש זיך אראפ זעצן לערנען א בלאט גמרא אדער א סעיף אין שולחן ערוך.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 14, 2013 5:14 pm

· #115074
הוגה
די איינציגסטע גוטע ענטפער איז, "לאמיר זיך טאקע זעצן לערנען". עס איז געשמאק בגשמיות וברוחניות.

לגבי דיין מעשה מיט די פאפיטאס שפייערס.

בשעת'ן שרייבן דעם אויסדרוק האב איך אינזינען געהאט א מעשה אמת שהיה. פאר עטליכע יאר צוריק, האבן זיך אפאר COOL אינגעלייט ארויסגעלאזט אויף א שפאציר, שבועות ביינאכט, ווייל "מ'דארף" אויפזיין. זייער שיפע בעקיטשע טאשען האבן זיי אנגעפילט מיט פאפיטאס... שוין, זיי לאזן זיך ארויס וואו נאר מ'וועט אנקומען... פאר some reason זענען זיי דורכגעגאנגען בית מדרשו פון ר' בנימין אייזענבערג, בטעות אריינגעבליקט, זיך אונטערגעהערט א פאר ווערטער פון זיין 4 שעה'עדיג שבועות-נאכט שיעור, און דארט זענען זיי געבליבען עד עלות השחר! וואס? נישט ביז עלות השחר נאר עד כי יבוא שילה. זיי זענען געווארן תלמידים מובהקים!

הוגה » דינסטאג מאי 14, 2013 5:29 pm

· #115081
דעת תורה
הוגה דו ווייסט עכט נישט פארוואס מען האט אמאל מקפיד געווען נישט צו לערנען קיין נ״ך? אדער באציסטו זיך פארוואס מען לערנט נישט קיין נ״ך כיום מער אפט? איך מיין אז אסאך אידן וואס לערנען ת׳ לערנען נ״ך אויכעט. געווענליך א מענטש וויל ענדערש זיך אראפ זעצן לערנען א בלאט גמרא אדער א סעיף אין שולחן ערוך.


ליין איבער, איך האב געהערט הסברים, אבער נישט קיין גוטע, פארשטייט זיך איך רעד נאר כהיום.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 14, 2013 7:31 pm

· #115122
קאווע טרינקער
הוגה
די איינציגסטע גוטע ענטפער איז, "לאמיר זיך טאקע זעצן לערנען". עס איז געשמאק בגשמיות וברוחניות.

לגבי דיין מעשה מיט די פאפיטאס שפייערס.

בשעת'ן שרייבן דעם אויסדרוק האב איך אינזינען געהאט א מעשה אמת שהיה. פאר עטליכע יאר צוריק, האבן זיך אפאר COOL אינגעלייט ארויסגעלאזט אויף א שפאציר, שבועות ביינאכט, ווייל "מ'דארף" אויפזיין. זייער שיפע בעקיטשע טאשען האבן זיי אנגעפילט מיט פאפיטאס... שוין, זיי לאזן זיך ארויס וואו נאר מ'וועט אנקומען... פאר some reason זענען זיי דורכגעגאנגען בית מדרשו פון ר' בנימין אייזענבערג, בטעות אריינגעבליקט, זיך אונטערגעהערט א פאר ווערטער פון זיין 4 שעה'עדיג שבועות-נאכט שיעור, און דארט זענען זיי געבליבען עד עלות השחר! וואס? נישט ביז עלות השחר נאר עד כי יבוא שילה. זיי זענען געווארן תלמידים מובהקים!

קאווע, יעצט האסטו דיך אריינגעלאזט אין מיין טערעטאריע 😃
ווארט מיט געדולד ס'קומט א גוטס.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 14, 2013 7:37 pm

· #115124
איך גיי מיך ארויס לאזן אויף א שפאציר היינט נאכט, לאמיר זעהן וואו כ'וועל אנקומען..

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 17, 2013 1:31 am

· #115178
כ'האב מורא ער האט זיך באגעגענט מיט טאמבל סאס'ס דענטיסט.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 1:53 am

· #115188
געפילטע פיש
כ'האב מורא ער האט זיך באגעגענט מיט טאמבל סאס'ס דענטיסט.

מיט טאמבעל סאס גופא איז אויך ווערט צו פארברענגען א נאכט..

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:26 pm

· #122355
קאווע טרינקער
יאר יערליך, צוברעכט מיר דעם תיקון אויף פיצפיצלעך. וואס מער איך מוש די בלעטער, בראשית, שמות, .. יהושע שופטים... אלץ מער שווארץ ווערט דער מצב. איך – א איד פון די סאמע סלתה ושמנה, פון די לעצטע פארבליבענע אידן אשר לא כרעו לבלאט – זעה מיך ווי א פרעמדער, א צוגעקומענער, אן אויסלענדער, ממש א שטיקל מיסט. איך דערקען נישט – אויסער יואב און הדד-בן-בדד – די מענטשען דארט. איך בין סאך מער באקאנט וואו אלע קינדער און אייניקלעך פונעם ברך-משה זענען משמש ברבנות (אפילו איך בין נישט פון זיין קהילה), ווי דאס לעבן און שאפן פון די קעניגען פון מיין אייגען פאלק! בין איך נישט קיין איד? פארוואס האב איך נישט קיין חברים מיט נעמען על שמם אונזערע קעניגען? דאס גאנצע נ"ך איז מיר אזוי פרעמד, אז איך שעם זיך פון מיר אליינס.

פארוואס דווקא די שוואכערע איד איז זוכה אין די חידון תנ"ך העולמי? נ"ך איז עפעס אנגעשטעקט מיט תלמיד-טועה'ס? שבתי צבי? ס'נישט געשריבן על טהרת הקודש? כ'מעג נישט וויסן היסטוריה פון מיין אייגען פאלק?


טראץ וואס ביסט נישט דער גרעסטער חסיד פון סאטמאר, וועל איך צוברענגען א שטיקל פון דעם "זקניך יאמרו לך" אין דער איד (אפאר וואכן צוריק), בשם הרב מסאטמאר:
📎 22.jpg

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:28 pm

· #122357
דער סעריע זקינך ויאמרו לך איז זייער טערעסאנט אינפארמאטיוו. לעצטענס איז געווען אן אינטערוויו מיט ר' זושא פאללמאן פון באבוב

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:33 pm

· #122415
שמעקעדיג, די לייק פאר די העתקה "אן קיין שום סיבה זייער פארנאכלעסיגט", אבער נישט אויף די יא/ניין סאטמאר חסיד.

זר, כ'האב אמאל געהאט א שמועס מיט רב פאללמאן, ער האט בייגעוואוינט רוח הקודש ביים סאטמארע רב, און נאך דברים נפלאים, ער האט געוואוינט בשכנות וכו'. אבער ער האט מיר נישט געקענט ענטפערען אויף מיין שאלה "איר האט איבערגעלאזט סאטמאר און געגאנגען צו באבוב?!"...
האלט אייך איין.

אביגדור » פרייטאג יוני 7, 2013 11:04 am

· #122772
האף תספה?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:16 am

· #201750
אשכולות אויפוועקער, אייכה???

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:38 am

· #201753
@שמעקעדיג מען גייט דיך געבן דעם טיטל. מען גייט עס צו שרייבען ביי דיין ביא אזוי ווי מען האט געטון ביי פישילע הערינג.
image.jpg image.jpg

אשכולות אויפוועקער » דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:22 am

· #201761
שמעקעדיג
אשכולות אויפוועקער, אייכה???

איך האב מיך מיינע כללים פון ווען איך ערוועק א אשכול
ווען נישט קען איך שוין יעצט אויפוועקן חנוכה אשכולות
זארגט אייך נישט @שמעקעדיג לאזט מיר טין די job אלס וועט זיין אין ארדענונג קיין איין אשכול וועט בל''נ נישט בלייבן שלאפן אזוי רוהיג.

און צי דיר @סאשי פיש ווער האט דיר רעכט געגעבן ציצינעמען טיטלען און עס דערלאנגען פאר אנדערע, מיטן ווערן חבר וותיק 2000 קען מען נאך נישט בעלעבאטעווען להעביר מאיש נחלתו...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:30 am

· #201764
וואס זאל איך טאן אז דער שבועות ברענט שוין אין מיר... מען ציילט ספירה טאג נאך טאג, די עקסייטמענט וואקסט, מען מאכט שוין הכנות אין קיטשען פאר די טשיז קעיק, ואני אנה אני בא? ווי קען איך זיך איינהאלטן? די תיקון ליל שבועות, די אהבה רבה ניגון, די אקדמות, מילכיגע סעודה.. אה!

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:52 am

· #277207
שמעקעדיג
אשכולות אויפוועקער, אייכה???

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 10, 2016 12:56 am

· #337537
ישמעאל הכהן
שמעקעדיג
אשכולות אויפוועקער, אייכה???

די יארן לויפן

ביליג » פרייטאג יוני 10, 2016 2:01 am

· #337540
Re: שבועות קווענקלענישן
איך האב עס שוין געליינט פאראיאר ... בכל יום יהיה בעינך כחדשים !

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 10, 2016 6:05 am

· #337541
Re: שבועות קווענקלענישן
הערליך שיין!
נאר מעורר צו זיין. דאס 'זאגען' תיקון איז כפשוטו נישט דער אריגינעלע מנהג. מ'האט נישט אזוי געשפילט מיט די תורה. מ'האט געלערנט תיקון. יעדער פסוק מיט איהר דרשות תושבע"פ און דערמיט געחזר'ט א חלק פון תורה. פארשטייט זיך דאס איז א כשרון פון אמאל, אונזערע קעפ דערהייבען נישט אזא לימוד, אבער וויבאלד רוב מענטשען ענדיגען סייווי נישט די גאנצע תיקון, אפשר קען מען כאטש זאגען תיקון מיט רש"י אז ס'זאל זיין מער א לימוד ווי א זאגאכץ..
פארשטייט זיך אז איך האב בחיי ניטאמאל פראבירט אנצוהויבען מיט תיקון, אבער נ"ך האב איך אביסל געלערנט און ס'איז טאקע א זאך.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 10, 2016 6:51 am

· #337544
שכוח פאר ארויפברענגן. די ארטיקל איז א פארצייטישע קאווע שטיבל פיעס אוו ארט.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 10, 2016 11:45 am

· #337574
וועו איך בין עלטער געווארן האב איך האב דאס אויך געוואלט טוהן אבער כ'האב מורא געהאט כ'וועל נישט אנקומען צו ענדיגן די תיקון. ווען איך האב יא איינמאל זיך א כאפ געטוהן צו א ספר און אנגעהויבן מעיין זיין, האב איך איינגעדרימלט. פרעג בעסער נישט. כ'האב דערנאך א גאנצע יאר זיכער געמאכט מ'לאזט מיך נישט קיינמאל איבער אליינס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 25, 2023 6:45 pm

· #526164
קאווע טרינקער
ישמעאל הכהן
שמעקעדיג
אשכולות אויפוועקער, אייכה???
די יארן לויפן
יא יא...