ווער קען שפרעכן?
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3730
ווער קען שפרעכן?
אקדמות – איידער איך הייב אן
מילין – צו רעדן
ושריות - און איך באגער
שותא – צו שפרעכן
יעדער פון אונז געדענקט גוט דעם ניגון פון אויסענווייניג, דאס איז דער הייליגער פיוט פון רבי מאיר ש"ץ, וואס ווערט געזאגט דורך אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם אום יום טוב שבועות.
איז די מעשה אזוי, עס איז געקומען א איד א מלמד, און ער האט געקלערט אז פארוואס זאלן די טייערע קינדערלעך נישט וויסן די באדייט פון דעם פיוט, האט ער זיך געזעצט איבערטייטשן דעם פיוט אויף אידיש, ער האט פרובירט צו ניצן די גרינגסטע ווערטער אז די קינדער זאלן עס קלאר פארשטיין, און וויסן די חשיבות פון די אידישע פאלק איבער די גוים, וכך הוה די קינדער האבן זיך מחי' געווען און עס איבערגעזינגן מיט די טייטש מיט גרויס געשמאק.
עס זענען אריבערגעלאפן דורות, און מען האט ווייטער איבערגעגעבן דעם ניגון מיט די טייטש מדור דור, און עס ווייטער געזינגען, אבער דא עקא אז אינצווישן האט זיך די אידישע שפראך אביסעלע געטוישט, און די טייטש וואס דער מלמד האט געמאכט מיטן בלויזן ציהל צו גרינגער מאכן אז די קינדער זאלן עס בעסער פארשטיין, איז שוין היינט גענצליך אומבאקאנט פאר די קינדער, אבער מען זינגט עס נאך ווייטער מיטן זעלבן שטאלץ, און וואגן זאל זיך איינער עס צו אויסלערנען פאר די קינדער מיט די הייניטיגע טייטש, רחמנא ליצלן, מען גייט דאך אוועק פון די הייליגע מסורה.
האט מיר געזאגט א מלמד וואס האט יא געהאט חשק אז זיינע קינדער זאלן טאקע פארשטיין די טייטש פון אקדמות, און ער האט עס יא געוואלט זאגן מיט די היינטיגע טייטש, איז ער דאס געגאנגען איבערשמועסן מיטן מנהל, שטייצעך אז דער מנהל האט געזאגט חס מלהזכיר, אזוי האט מען אייביג געלערנט און מען טאר נישט משנה זיין, האט דער מלמד גענומען די דרייסקייט און געפרעגט דעם מנהל, ווען א אינגערמאן קומט צו אייך און זאגט בזה הלשון, "איך באגער צו שפרעכן מיטן מנהל אז איך וואלט באגערט צו ווערן א שטעלפאטרעטער אדער א לערער פאר די קינדער, זאל דער מנהל נעמען א שרייב-פעדער און מיר צייכענען אז איך קען קומען", וואס וואלט דער חשובער מנהל געענטפערט פאר אזא מענטש? איר וואלט דאך אים געשיקט לופטערן? נו אויב אזוי פארוואס זענען די קינדער נישט אזוי חשוב אז מען זאל נישט טארן רעדן צו זיי מיט א נארמאלע שפראך?
די דאזיגע נושא איז ביי מיר פארהוילן מיט א פארהוילעניש, אפשר קען איינער טוהן דאס גענאדע און זיין באוויליגט צו נעמען דאס שרייב-פעדער און צייכענען אן ענטפער אז מען זאל קענען פארשטיין דאס דאזיגע אין איילעניש אן קיין פארזוימונג, איך וואלט זייער באגערט דאס צו וויסן צו זעטיגן מיין זעהל און דאס קענען איבערשפרעכן אויך פאר אנדערע.
דאנקע שיין.
עס איז נישט קיין געפערליכער חיסרון, פשטות איז עס א מעלה אז די קינדער לערנען זיך אויס אביסל די אידישע שפראך.
אזוי ווי שנים מקרא ואחד תרגום, עפעס אזוי, י
אין אז איינער באווילגט שוין צו נעמען דעם שרייב פעדער און ענטפערן אויף דעם, ביטע צולייגן א הסבר צו דעם וואס געוויסע מוסדות לאזן נישט די קינדער ברענגן ניי געדריקטע חמשים וויבאלד עס איז געטוישט די לשון הרש"י אין פרשת חיי שרה פון בת ק' כבת כ' צו בת מאה כבת עשרים, און נאך אזעלכע שונויים וואס מ'האט נישט געזעהן ביז היינט. ניש קיין וויץ
די גאנצע מהלך פון "טייטש" איז צע"ג. אין א נארמאלער פלאץ ווי מלערנט עפעס, אז מוויל לערנען א ספר אויף א שפראך וואס מקען נישט, לערנט מען קודם אויס די שפראך, עכ"פ אויף גענוג אז מזאל קענען אנהייבען ליינען, און אזוי לערנט מען. אין היימישע מוסדות, גייט דאס צו מיט די מאדנעסטע מהלך פון פראבירען איינצוחזר'ן יעדער ווארט עקסטער און מעמארייזען די טייטש, באופן וואס סקען זיין אז מלערנט יארען חומש און גמרא, און מקען נאכאלץ נישט בכלל געהעריג קיין לשון הקודש כ"ש נישט קיין אראמיש.
דער תמיהה דאפעלט זיך ווען מנעמט אין באטראכט ברסלבער'ס הערה אז אסאך מאל איז דאס מעמארייזד צויי ווערטער וואס ביידע פארשטייט מען נישט. טאקע זייער שיין אפשר מזאל קענען יידיש, אבער זאל מען פארדעם מאכען א עקסטערע קלעס צו לערנען יודיש, וואס איז דער חומש שולדיג?
כבוד הרב ברסלבער, אז מיין יומגעל וועט אהיים קימען די אקדמות געטייטשט לויט די אידיש ווי מען רעדט היינט, וועט מיר עס זייער באדערן,
איך בין בכלל נישט קיין פרומער אז איך זאל מדייק זיין אזעלכע זאכען, אבער איך האלט אז אקדמות באלאנגט אויף די אויפן ווי אזוי מען האט עס געלערענט ביז היינט, עס דארף נישט קיין הסבר, מעגליך עס איז ריין געפיל, אבער געפיל איז אויך עפעס, אזוי האט מען געלערענט ביז היינט דאס איז שיין און אזוי זאל מען ווייטער לערנענן.
ענן כבד, דו דארפסט פארשטיין אז די אלע תורות וואס די רבי'ס זאגן - אדער ווערט שוין געברענגט אין די פריערדיגע ספה"ק - אז מען קען מתחלף זיין א כ' מיט א ק' וועט צופאלן ווערן אויב וועט מען עס נישט אזוי אויסלערנען בגירסא דינקותא.
בדחןכבוד הרב ברסלבער, אז מיין יומגעל וועט אהיים קימען די אקדמות געטייטשט לויט די אידיש ווי מען רעדט היינט, וועט מיר עס זייער באדערן,
איך בין בכלל נישט קיין פרומער אז איך זאל מדייק זיין אזעלכע זאכען, אבער איך האלט אז אקדמות באלאנגט אויף די אויפן ווי אזוי מען האט עס געלערענט ביז היינט, עס דארף נישט קיין הסבר, מעגליך עס איז ריין געפיל, אבער געפיל איז אויך עפעס, אזוי האט מען געלערענט ביז היינט דאס איז שיין און אזוי זאל מען ווייטער לערנענן.
איך ווייס אז עס וועט דיר באדערן, און דאס איז טאקע מיין קשיא, פון ווי קומט דער מאדנער געפיל? דער טייטש האט סך הכל געמאכט א פשוטער מלמד לויט די אידיש וואס מען האט גערעדט אין זיין דור, און פארוואס זאל א מלמד היינט נישט מעגן טוישן צו די היינטיגע אידיש?
יא יא שמעקעדיג, און די זעלבע איז מיט די טעותים וואס זענען פארראכטן געווארן, אז די מלמדים זענען שגור בפי מיט דע טעותים איז פשוט גרינגער אז מ'זאל עס לאזן ביי דעם
גראדע האב איך זייער ליב די סארט שפראך, איך און מיין אינגעל קענען אמאל זיך אריין לאזען אין אזא געשפרעך און מרעדט די וועג וואס די תורה רעדט כלשון בני אדם, אלעס געדאפעלט , אוי איז דאס פאן, סדא אויף וואס צו לאכען
בדחן- דארפסט נישט ריספאנדען,
ברסלב'ער און לעיקוואד, די טענות פון ביידע פון ענק באדערט מיר שוין א לאנגע צייט. אין פראגרעסיוו מוסדות האט מען דאס שוין מתקן געווען. משא"כ די מוסדות וואס האלטן זיך צו די
מסורה מיט מסירת נפש ווילן זיך בשו"א נישט טוישן. איך האב נאך דערווייל נישט געהערט א צופרידן-שטעלנדע הסבר פארוואס.
אגב, אין די ליטווישע מוסדות (ספעציעל אין לעיקוואד) האבן זיי די זעלבע טענה. דארט האבן זיי א
מסורהצו לערנען חומש מיט אידיש טייטש טראץ דעם וואס די קינדער קענען נישט געהעריג קיין אידיש. שוין יארן וואס די עלטערן בעטן זיך אז מען זאל איין מאל פאר אלעמאל טוישן די סיסטעם כדי אז אלע קינדער זאלן קענען חומש.
באט הו קעירס וועגן די ליטווישע, זיי זענען דאך גוים. 😃
זעה דא.
ענן כבדאין אז איינער באווילגט שוין צו נעמען דעם שרייב פעדער און ענטפערן אויף דעם, ביטע צולייגן א הסבר צו דעם וואס געוויסע מוסדות לאזן נישט די קינדער ברענגן ניי געדריקטע חמשים וויבאלד עס איז געטוישט די לשון הרש"י אין פרשת חיי שרה פון בת ק' כבת כ' צו בת מאה כבת עשרים, און נאך אזעלכע שונויים וואס מ'האט נישט געזעהן ביז היינט. ניש קיין וויץ
ממוז נישט, אבער מקען עס אויך אנקוקן מיט אנדערע ברילן.
א מלמד האט מיר אמאל געזאגט, אז ער האט פארגעלערנט א רש"י, אין צווישן אלע סארט חומשים וואס זיינע תלמידים האבן געהאט אין קלאס, איז געווען 4 באזונדערע גירסאות אין יענע איין רש"י.
ביי עלטערע קינדער, האט יענער מלמד געזאגט, איז עס נישט געפערליך, אבער ביי קליינע קינדער וואס הייבן אקארשט אן צו לערנען רש"י, קען אזא חילוקי גרסאות, פון ק' צו מאה, מאכן א גאנצע צעמישעניש.
דאס האט געברענגט דערצו אז ער מוז פאדערן פון אלע קינדער צו ברענגן אייניגע חומשים.
וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב איהם פארשטאנען און גערעכט געגעבן.
קינות גירושיןגראדע האב איך זייער ליב די סארט שפראך, איך און מיין אינגעל קענען אמאל זיך אריין לאזען אין די שפראך
בדחן- דארפסט נישט ריספאנדען,
אבער מיזט נישט אין יעדע אשכול שרייבען אז האסט אישוס, מען האט דיר אינזין מען זאגט תהילים מען פראבירט די בעסט, קיעפ איט אפ.
בדחן, מענטשליכקייט איז נישט מיטגעקומען אין דער קנאות פעקעדזש וואס דו האסט זיך איינגעקויפט? שיק עס שוין צוריק צום געשעפט און זאג זיי אז עס פעלט דער יסוד היסודות.
בדחן פאלוי מי, זאג נאך מיר:
אקדמות פאר איך הייב אן
מילין. מיינע ווערטער
ושריות אין איך וויל
שותא רעדן
איז דאס אזוי שווער געווען ?
בד״וו.. מה נשתנה פארוואס איז פארענפערט געווארן ..אדער צפון מ׳נעמט א פידל באהאלטן פאר אפיקומן ווארט שוין לאנג אויף א תיקון.
לעיקוואדבדחן, מענטשליכקייט איז נישט מיטגעקומען אין דער קנאות פעקעדזש וואס דו האסט זיך איינגעקויפט? שיק עס שוין צוריק צום געשעפט און זאג זיי אז עס פעלט דער יסוד היסודות.
גארנישט מיט קנאות, און יעדע אשכול מאכט דער קינות זיכער מיר נאכצולויפן מיט זיינע זיסע סטעטמעינט אז איך מוז נישט מגיב זיין,
עס איז דא ווען איך האב געדולד דערצו, און עס איז דא ווען איך וויל זיך לאזען הערן אז ער זאל אראפקריכען פון מיר, דאס האט גארנישט מיט קנאות אדער מיט מיין מיינוג וואס איך שרייב, עס איז אז ער זאל פארשטיין נישט יעדע אשכול איז פלאטץ פאר בדחן בעשיניג.
moti107בדחן פאלוי מי, זאג נאך מיר:
אקדמות פאר איך הייב אן
מילין. מיינע ווערטער
ושריות אין איך וויל
שותא רעדן
איז דאס אזוי שווער געווען ?
בד״וו.. מה נשתנה פארוואס איז פארענפערט געווארן ..אדער צפון מ׳נעמט א פידל באהאלטן פאר אפיקומן ווארט שוין לאנג אויף א תיקון.
זיכער זאגט זיך עס געשמאקער, אבער מיין געפיל זאגט אז די אנדערע אפטייטש איז שענער.
ברסלבער, זייער א גוטע טענה, און אויב ווילט איר פאריכטן די יעניגע אידיש וועלעכע הרב בדחן פארמאגט א געפיל צו, דאן ביטע לייג צו דאס פאלגענדע בינטל ווערטער צו די ליסטע.
אשה - א פייער אפפער.
סולת - פיין מעהל.
ויפתח ה' את רחמה - (מיינע מלמדים האבן דאס אויך נישט געטייטשט).
עקרב - אן עגדיס.
מות יומת - געטייט זאל ער געטייטעט ווערן.
באחו - אין די וויזע.
נחלה- אן ארבטייל.
כפתור - א קנאפ.
ויגש- גינעהנט.
מכדי - א מעהר.
איך פלעג נישט אויסהערן, איך גלייב דער עולם קען דא מוסיף זיין גאנצטע תגובות מיט ווערטער.
און צו אייך הרב בדחן, קוקן מיר ארויס איר זאלט איבערדריקן דעם הייליג באוויסטע בית יהודה חומש , און דאס פארשפרייטן אין אלע חדרים ארום דער גארער וועלט.
יואב, עס איז נאר ביי אקדמות אדער ביי די פסח סמנים וכדומה ווי מיינע געפילן זאגען אז די אלטע ווערטער טייטש זאל מען נישט משנה זיין,
אבער די חימוש גיב איך דיר גערעכט אז מען זאל יא טייטשען לויט ווי אזוי מען רעדט היינט צו טאגס.
כ'הער.
אן עגאיזם פון א טאטע אז צוליב זיינע תאוות איז ער גרייט צו מאכן זיין זון מעמארייזן שורות אויף שורות פון אומפארשטענדליכע אראמישע און אידישע ווערטער, בלויז ווייל דער טאטע האט א "געפיל" דערצו. נאכדערצו ווען דאס קינד ווערט פארגעהאלטן פון מלמד אויב קען ער נישט גענוג גוט. צו האט רשעות אויך נישט קיין שיעור?
נא.. זאל זיין אזוי יידל, איך ארבייט גענוג שווער אריינצוברענגן דאס יו״ט אין שטוב, אזויפיל זאלן מיר מיינע קינדער טיען און געבן די גיטע געפיל.... 🙄 🙄
יואב, די ליסטע איז נאך גאר לאנג, אבער אין חומש איז מען טאקע היינט מער משנה צו די היינטיגע טייטש ווי ביי אקדמות, קען זיין עס האט צו טוהן מיט די ניגון, ווען מען טוישט די טייטש זינגט זיך עס נישט אזוי גוט מיטן ניגון, והיינו טעמא דסימני הסדר.
אגב, "אשה - א פייער אפפער" האט מיר איינער געזאגט אז די אמת'ע טייטש איז "אשה - צום פייער" כל תיבה שצריכה למ"ד בתחילתה הטיל לה הכתוב ה"א בסופה, אז דער קרבן גייט צום פייער.
כלפי אשה עמער דארפן הערן וואס מר. שמעקעדיג האט צו זאגן. ער ווי עס שיינט איז דער מומחה אין דעם האקעלע נושא.
דער אשה חתימה קלעבט צו שמעקעדיג ממש ווי א פייער אפפער געמישט מיט פיין מעהל געגאסן אויפן קנאפ פונעם עקדיס וועלעכע גייט געטייט ווערן ווען ער וועט נענען אינעם וויזע פון זיין ארבטייל.
זינט איך דריי זיך דא שלעפט זיך שוין דער הינקעדיגע חתימה נאך אים, כ'בין זיכער ס'צאנקערט שוין.
מיין רבי האט געטייטשט סולת - זעמל מעל, זעהט אויס אז דיין רבי איז שוין געווען פון די אויפגעקלערטע..
אונטער אזעליכע פאראדאקסן לייגט מען די דעטאלן פונעם מעשה פונעם רייכען פרוי ביים חרבן הבית אונטער א שארפן פראגע צייכן.
וויאזוי ס'זאל נאר זיין, קוקט אויס יענע רייכע פרוי האט געהאט שכל ווייניגער ווי א כזית.
זי האט דאך געזעהן אז ס'גייט אויס מיט יעדן באזונדערן געצווינגענע קאמפראמיס זי גייט איין, טא פארוואס האט זי אים נישט געקענט הייסן כאפן דאס לעצט פארבליבענע -פיין-זעמל-ווייסע-שווארצע-קלאבן-געמישטע-טייערע-ביליגע-געזיפטע- מעהל ???
שוין, עמער נישט פארקריכן.
דער פשוטע סברה איז, מ'וויל פשוט דעמאנאסטרירן די באקוועמקייט, און רייכקייט, די יעניגע פארן חרבן האבן געלעבט, אזש זיי זענען ווי פון די לבנה געפלויגן אין מציאות אריין.
הוגהבאט הו קעירס וועגן די ליטווישע, זיי זענען דאך גוים. 😃
👍
Boys, the traditional translation is simply iincorrect. Milin are words, not 'to speak' and shoroyus is 'the beginning', a synonym with akdomus, and nothing to do with will. This is not merely an issue of quaint teitcth; this is a matter of wrong teitch.
ושריות איז נישט א לשון פון שרי/מותר? דהיינו איך נעם זיך א היתר צו רעדן.
That would be 'sharino', and is not how classic commentators translate it. Remember there are three similar Aramaic roots for beginning, unknotting, and meal.
הערשי, איז דאס דוקא אין די ערשטע צוויי שורות און פון דארט און ווייטער איז די טייטש יא גוט, אדער די גאנצע מעשה איז באלומפערטע טייטש?
יואבוויאזוי ס'זאל נאר זיין, קוקט אויס יענע רייכע פרוי האט געהאט שכל ווייניגער ווי א כזית.
זי האט דאך געזעהן אז ס'גייט אויס מיט יעדן באזונדערן געצווינגענע קאמפראמיס זי גייט איין, טא פארוואס האט זי אים נישט געקענט הייסן כאפן דאס לעצט פארבליבענע -פיין-זעמל-ווייסע-שווארצע-קלאבן-געמישטע-טייערע-ביליגע-געזיפטע- מעהל ???
שוין, עמער נישט פארקריכן.
דער פשוטע סברה איז, מ'וויל פשוט דעמאנאסטרירן די באקוועמקייט, און רייכקייט, די יעניגע פארן חרבן האבן געלעבט, אזש זיי זענען ווי פון די לבנה געפלויגן אין מציאות אריין.
מ'פרעיגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה. חוץ דעים. איר גבאי איז אויכעט געווען א מענטש אן שכל. ער האט דאך געהאט דעם קרעדיט קארד אין די האנט. האט ער געקענט קויפן סיי וואס פאר א קוואליטי מעהל ס'איז נאך געווען צו באקומען.
הערשיBoys, the traditional translation is simply iincorrect. Milin are words, not 'to speak'
וואס איז טייטש 'ומליל ה' עם משה למימר'?
מליל און מילין איז נישט די זעלבע.
מיין דעת (?) בעל הבית וואלט געזאגט אז ס'קומט פון די זעלבע מקור, מל, ואילין מיליא, און דיזן ווערטער, ומללו מלה מתיקא כדובשא, און זיי רעדן ווערטער זיס ווי האניג.
געפילטע פישהערשיBoys, the traditional translation is simply iincorrect. Milin are words, not 'to speak'
וואס איז טייטש 'ומליל ה' עם משה למימר'?
But when you speak, do you bark like a dog?! No. You speak words!!!
הערשיThat would be 'sharino', and is not how classic commentators translate it. Remember there are three similar Aramaic roots for beginning, unknotting, and meal.
With all due respect. May I ask. Why do you broadcast in English, rather than in the preferred language, Yiddish?
געפילטע פישהערשיBoys, the traditional translation is simply iincorrect. Milin are words, not 'to speak'
וואס איז טייטש 'ומליל ה' עם משה למימר'?
לא זכיתי להבין, וואס איז די קשיא? קיינמאל געהערט א שם און פעל זאלן האבן די זעלבע שורש? מליל טייטש "ער האט גערעדט" און מילין טייטש ווערטער, ווי מילה בסלע שתיקה בתרין. הוא מותיב והוא מפריק, ואלין מליא, "און די דאזיגע ווערטער."
berlbalagulehגעפילטע פישהערשיBoys, the traditional translation is simply iincorrect. Milin are words, not 'to speak'
וואס איז טייטש 'ומליל ה' עם משה למימר'?
But when you speak, do you bark like a dog?! No. You speak words!!!
פיין און וואויל, אבער די משמעות איז אנדערש. פארשטיי, "אקדמות" איז א רשות לקריאת עשרת הדברות. מער פונקטליך, א רשות צום תרגום לעשרת הדברות, פארפאסט געווארן צו זאגן דורכן מתורגמן לפני קריאת תרגום לחמישי. און דאס איז פשט "ארי תציתון למילוי דנפקון בהדרתא" ד.ה. די עשרת הדברות שניתנו בקולת וברקים. יידל האט געפרעגט אויב דאס גאנצע פיוט איז גרייזיג געטייטש. איך געדענקט נישט פונקטליך ווי די מלמדים האבן געטייטשט דאס גאנצע אדער אויב אלע האבן געטייטשט איינשטימיג. איך געדענק אבער יא אז כאטש איינער האט געזעצט "אויב איר ווערט צוהערן מיינע רייד", כלומר די פיוט גופא. נארישקייטן. מילוי טייטשט זיינע רייד.
עכ"פ, די ערשטע אלפביתא, טוט כאראקטעריזירן דאס פיוט אלס א רשות. מילא, דאס איז ווי א שער בלאט, אקדמות מילין, א פארווארט צו די דיברות, מילין איז דער ארמית פון דיברות, ושריות שותא, הינו הך.
berlbalagulehהערשיThat would be 'sharino', and is not how classic commentators translate it. Remember there are three similar Aramaic roots for beginning, unknotting, and meal.
With all due respect. May I ask. Why do you broadcast in English, rather than in the preferred language, Yiddish?
היות איך האב נישט די כלי אין שטוב כהוראת הגה"צ שליט"א, אין ביי די ארבייט פרוביר איך נישט עובר צו זיין אויף לא תגזול און שרייבן אויף די בעה"ב צייט, קען איך באזוכן אין שטיבל זונטאג עפטער פייף אדער אויפן סמארטפאון. נו, דער סמארטפאון לאזט זיך עפעס נישט קלאפן באותיות שנבראו בהן שמים וארץ. ומהאי טעמא, רעאגיר איך טאקע זעלטן.
הערשיberlbalagulehהערשיThat would be 'sharino', and is not how classic commentators translate it. Remember there are three similar Aramaic roots for beginning, unknotting, and meal.
With all due respect. May I ask. Why do you broadcast in English, rather than in the preferred language, Yiddish?
היות איך האב נישט די כלי אין שטוב כהוראת הגה"צ שליט"א, אין ביי די ארבייט פרוביר איך נישט עובר צו זיין אויף לא תגזול און שרייבן אויף די בעה"ב צייט, קען איך באזוכן אין שטיבל זונטאג עפטער פייף אדער אויפן סמארטפאון. נו, דער סמארטפאון לאזט זיך עפעס נישט קלאפן באותיות שנבראו בהן שמים וארץ. ומהאי טעמא, רעאגיר איך טאקע זעלטן.
דו שרייב נאר, בפרט מיט א גוטער ענליש ווי דו האסט. מיר אינטערעסירט גאנץ ווייניג אין וועלכע שפראך ס'איז געשריבן, כל זמן דער שרייבער קען גוט דעם שפראך.
ברסלבעראקדמות – איידער איך הייב אן
מילין – צו רעדן
ושריות - און איך באגער
שותא – צו שפרעכן
תרתי לגריעותא, סיי אלטמאדיש, און סיי גרייזיג (ווי מיין רעבע האט געטייטש ווייס איך נישט, ווייל איך פלעג מיר נוהג זיין אין יענע יארן נישט צו איינהערן].
שריות איז נישט טייטש "וועלן", נאר "אנהייב"; אנהייב די רייד, עס האט דאס זעלבע באדייט ווי "אקדמות מילין", וכפל הענין במלות שונות.
ברסלבעראקדמות – איידער איך הייב אן
מילין – צו רעדן
ושריות - און איך באגער
שותא – צו שפרעכן
אויפגעוועקט
אז מ'וועט נישט וויסען פון 'לאקערען' צו זאגען, ט'ווי וועט מען קענען אויסהערען דער באקאנטע שמועס פון אהרן קדוש ה' דער געוועזענער קרית יואל'ער רב? 😃
אביסל ערנסטער גערעדט, דער פראבלעם אין לעיקוואוד איז אסאך גרעסער, ווי דערמאנט שוין. א דריטער דור פון קינדער וואקסט אונטער וואס קענען נישט רעדען קיין ווארט אידיש נארמאל, אבער מ'האלט אן דער 'מסורה' פון לערנען חומש אויף אידיש. אפאר מוסדות לאזען זיך נישט, אבער זיי זענען אין געוויסע אנדערע זינען, שוואכערער מוסדות. איין מוסד האט מפרסם געווען אז זיי האלטען אן די אור-אלטע מסורה פון לערנען חומש אין די שפראך וואס דאס קינד קען!
פערזענליך האב איך צוויי קינדער אין חדר. דער עלטסטע האט א גוטען קאפ, אבער ער געוואוינט זיך נישט צו לייכט צו נייער מצבים. ממילא איז איהם שווער צו לערנען א שפראך. מיין נאטור איז נישט אזוי, אבער אזוי איז זיינס. ער בעט זיך ביי מיר איך זאל מיט איהם רעדען אידיש אין שטוב כדי ער זאל זיך אויסלערנען, אבער איך האלט נישט דערביי. ס'איז נישט געזונט צו לעבען אין א שפראך וואס איז נישט דיין ערשטע. איך האב שוין געזען אפאר מענטשען וואס זייער מענטשהייט האט געליטען דערפון. מיין צווייטע זוהן האב איך געשיקט אין א פלעיגראו"פ וואס די לערערין האט גענוצט אסאך אידיש ווערטער. ער איז יעצט אין כתה א' אבער ער פארשטייט טאקע בעסער. דיין נאטור איז אנדעריש אויך, דעריבער קען איך נשיט קיין ראיה ברענגען. מיין דריטער גייט יעצט אין חדר פון יענער פלעיגראו"פ, 'עלען מיר זען וואס וועט זיין. קיין ברירה האב איך סייאווי נישט, ובפרט אז מיין ווייב קען כמעט נישט קיין ווארט אידיש.
דעת תורהעס איז נישט קיין געפערליכער חיסרון, פשטות איז עס א מעלה אז די קינדער לערנען זיך אויס אביסל די אידישע שפראך.
דער פראבלעם איז, אז דאס איז נישט אידיש. אפשר דויטש מיט אונגאריש אויסגעמישט
יואב
ויפתח ה' את רחמה - (מיינע מלמדים האבן דאס אויך נישט געטייטשט).
מיין רבי האט געטייטשט רחמה - איהר גידערים