☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » זלמן שאכטער - שלומי

זלמן שאכטער - שלומי

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3781

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 9:21 pm

· #114781
זלמן שאכטער - שלומי
ר' זלמן שאכטער (שלומי) איז אן עלטערע איד וואס פירט היינט צוטאגס אן א קהלה אין באולדער קאלעראדאו. זלמן איז אויפגעוואקסן א חבד'סקער, ער איז געווען א רב און שליח צו קאלעדזש קעמפוסעס.

שפעטער איז ער אוועק פון חב"ד און איז אויפגעקומען מיט זיין אייגענע מאדערניזירטע דרך. זיין מהלך האט קענטליך שטארקע אינפלוענס פון די זעכציגער (היפי) יארן. ער איז זייער שטארק מיט די "אלל אינקלוסיוו" שיטה.

אויך האט זיין געפירעכץ אין אסאך הינזיכטן שטארקע ענליכקייטן צו פאר-איסט קולטורן. מעדיטעישאן וכדומה. ער אליינס איז אמאל געפארן זיך טרעפן מיט די דאליי לאמע.

זיינע תפלות און פארברענגן זענען פול מיט טשענטס און זינגען אביסל כעין קארליבאך.

זיינע ספרים זענען מלא חסידות און חסידישע מעשיות. בקיצור א שטארקע טשאלענט.

איך האב מיך אנגעטראפן אין זיינס א בוך a heart afire. עס איז געווען גאר אינטערעסאנט, חסידישע מעשיות מיט פירושים.

איך בין נייגעריג צו וויסן אויב איינער דא ווייסט מער איבער אים אדער זיין קהלה. סירטשן אויפן אינטערנעט קען איך אליינס, אבער עפעס ציט מיר צו וויסן מער איבער אים.
51N1Q5kkMuL._SX300_.jpg

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 13, 2013 10:15 pm

· #114798
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/6435">viewtopic.php?p=6435#p6435</a><!-- l -->

ודי למבין » מאנטאג מאי 13, 2013 10:33 pm

· #114807
איך האב אמאל געזען אן איינע פון זיינע ספרים (אדער פון איינע פון זיינע תלמידות) א נייע נוסח שמונה עשרה וואס ער האט מתקן געווען, ער איז אויפגעקומען מיט א'ן איידיע אז די באשעפער איז נישט קיין זכר און נישט קיין נקבה, איז די שמו"ע א תערובת פון זכר און נקבה למשל ברוכה את ה' חוננת הדעת, וכדומה, און אפאר שטיקלעך זענען בלשון זכר

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 10:36 pm

· #114810
ונבנתה העיר
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=6435#p6435

יישר כח.

איך זעה אז עס איז ממש נישטא וואס מחדש צו זיין דא אין שטיבל. איך מיין אז איך הער אויף צו עפענען נייע אשכולות.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 13, 2013 11:44 pm

· #114828
הוגה
ונבנתה העיר
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=6435#p6435

יישר כח.

איך זעה אז עס איז ממש נישטא וואס מחדש צו זיין דא אין שטיבל. איך מיין אז איך הער אויף צו עפענען נייע אשכולות.

פון ונבנתה וועט ארויסקומען א חורבן?
הוגה... דו גיי ווייטער...

הוגה » דאנערשטאג יולי 3, 2014 2:53 pm

· #209623
ווער טרויעט זיך צו שרייבן דברי הספד והערכה לרגל די פטירה פון דער אדם גדול?

לעיקוואד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 6:07 pm

· #209731
עס איז מיר אינטרעסאנט נאכצוברענגען וואס זיין תלמיד אוהד אזרחי פארציילט היינט אין ספר הפנים (בתגובה לתומר פרסיקו) :

זכיתי שרבי זלמן הסמיך אותי באופן פרטי, ונתן לי את הרשות להסמיך אנשים אחרי להמשך השושלת. והוא הבהיר לי שבשושלת שלנו יש לא רק לימוד יהודי וחסידי אלא גם את מה שהוא למד מהמורים שלו שהיו לא יהודיים. מיסטיקנים נוצריים, מורים סופיים ומורים בודהיסטיים. מבחינתו כל זה היה כלול בהסמכה שלו שהעביר אלי. הטקס שהוא עשה לי בחדרו מתחת לטלית שלו העביר בי צמרמורות אדירות בעמוד השדרה מעלה ומטה כמו מלאכים בסולם יעקב.
אינני יכול אלא להריע לו על חייו ועל מותו המודע, הבהיר, העניו והיפה. אשריך רבי זלמן אשריך. וגעגוע גדול בלבי.

ווי אויך איז כדאי צו ברענגען דא דער שמועס זיינע וואס איז נתפרסם געווארען א קנאפע פאר חדשים צוריק איבער זיין הכנה צו'ם שטארבען <a class="postlink" href="http://www.cpr.org/news/story/89-year-old-boulder-rabbi-says-dont-freak-out-about-dying">http://www.cpr.org/news/story/89-year-o ... bout-dying</a> ווי מען זעהט א גדלות און ריינקייט פון א מענטש וואס נעמט אן דאס טויט פנים בפנים און איז משלים מיט איר.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:27 pm

· #209771
ער קוקט שוין אויס דא א בן ארבעים לכה"פ, דאס ווייזט אז מיר האבן נאך האפענונג

לעיקוואד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:38 pm

· #209778
(קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דאס די משוגעת פון נעמען בילדער פון די אינטערנעט און ארויפשמירען אויף זיי די קאווע שטיבל וואטערמארק? מילא אריגענעלע בילדער אדער ארבעט פארשטיי איך, אבער סתם א בילד וואס יעדער איינער קען טרעפן מיט א פשוט'ער גוגל זוך? סתם צו פארשמירען?)
איז אז מ'רעדט שוין, נאט אייך נאך אפאר שיינע בילדער (פון דא )

75'סטע בירטדיי

בגדי לבן לכבוד ימים נוראים

מיט א קאץ

נאך א שלב

מיט די דאלאי לאמא

מיט ר' שלמה'ן

כוכב » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:47 pm

· #209784
ער איז געווען א שומר תורה ומצוות? (ארטאדאקסישע ווערסיע)
בכל אופן, העמיר אינזין האבן ביים צדקתך די וואך דעם קלאון היפסטער גורו ראביי וואס איז געשטארבן.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:50 pm

· #209786
ניין נישט ממש, ער האט מחדש געווען א נייע דרך אין חסידות.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 4, 2014 12:22 am

· #209836
כוכב
ער איז געווען א שומר תורה ומצוות? (ארטאדאקסישע ווערסיע)
בכל אופן, העמיר אינזין האבן ביים צדקתך די וואך דעם קלאון היפסטער גורו ראביי וואס איז געשטארבן.

איך בין מוחה מזלזל זיין פון א אדם גדול כזה פאסט נישט פאר אזא בר דעת ווי די.
מען מיז נישט האלטן פון זיין דרך מ'מיז אויך נישט חוזק מאכן פון א מענטש וואס האט געמיינט און געטון ריין טוב.
אידשקייט ביי עם האט געמיינט מער ווי ביי רוב כל העולם כלו רבנים. דארט איז אפשר יא דא זאלכע וואס קלאון איז פאסיג.

נהורא נפישא » מאנטאג יולי 7, 2014 12:29 am

· #210417

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 2:41 pm

· #210557
לעיקוואד
עס איז מיר אינטרעסאנט נאכצוברענגען וואס זיין תלמיד אוהד אזרחי פארציילט היינט אין ספר הפנים (בתגובה לתומר פרסיקו) :

זכיתי שרבי זלמן הסמיך אותי באופן פרטי, ונתן לי את הרשות להסמיך אנשים אחרי להמשך השושלת. והוא הבהיר לי שבשושלת שלנו יש לא רק לימוד יהודי וחסידי אלא גם את מה שהוא למד מהמורים שלו שהיו לא יהודיים. מיסטיקנים נוצריים, מורים סופיים ומורים בודהיסטיים. מבחינתו כל זה היה כלול בהסמכה שלו שהעביר אלי. הטקס שהוא עשה לי בחדרו מתחת לטלית שלו העביר בי צמרמורות אדירות בעמוד השדרה מעלה ומטה כמו מלאכים בסולם יעקב.
אינני יכול אלא להריע לו על חייו ועל מותו המודע, הבהיר, העניו והיפה. אשריך רבי זלמן אשריך. וגעגוע גדול בלבי.

ווי אויך איז כדאי צו ברענגען דא דער שמועס זיינע וואס איז נתפרסם געווארען א קנאפע פאר חדשים צוריק איבער זיין הכנה צו'ם שטארבען <a class="postlink" href="http://www.cpr.org/news/story/89-year-old-boulder-rabbi-says-dont-freak-out-about-dying">http://www.cpr.org/news/story/89-year-o ... bout-dying</a> ווי מען זעהט א גדלות און ריינקייט פון א מענטש וואס נעמט אן דאס טויט פנים בפנים און איז משלים מיט איר.

@לעיקוואד, וואס האט אנעמען טויט מיט ריינקייט, [נישט אז איך האלט אז רבינו שעכטער איז נישט געווען ריין, נאר ארדרבה] עס איז נישט מער ווי לאגישער פסיכולאגישער חשבון, פארוואס אנטלויפען און מורא האבען פון א זאך, וואס גייט סייווי קומען, אסאך פסיכולאגען האבען שוין געהאט דעם מיטל, אז דאס לעבן ווערט נאר שווערער ווען מען האט מורא אזז מען גייט איר פאלירען, סאיז נישט קיין מדרגה פון טהרהנ וכדו' עס איז א דרגה פון ראציאנאליזעם

לעיקוואד » מאנטאג יולי 7, 2014 3:14 pm

· #210567
היינו הך.

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 7, 2014 3:21 pm

· #210569
היינו לאו הך

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 6:37 pm

· #210611
לעיקוואד
היינו הך.

סלקא דעתך...
זאגסט מיר א לשון קודש'ער סטעיטמענט, מיינט נאך נישט גארנישט, אחוץ, אז ריין האסטו געמיינט במובן פילוספי און נישט עפעס א חרדי'שער, די סיבה פארוואס דער פרומער זאל נישט מורא האבען פון טויט, און פסיכאלאג/פילעזאף זאל נישט מורא האבען, איז גאר ווייט, ווייך די צווייט דערמאנטע איז אפילו השארת הנפש קומט נישט אריין און חשבון, אבער ביים ערשטען איז עפעס, ותשחק ליום אחרון'דיגער געדאנק, קענסט זיך קלאר מאכען אז די ווילסט

אוהב ספרים » דינסטאג יולי 8, 2014 1:36 am

· #210715
צוריקטע מענטשען
געווען א דראג עדיגקט און עובר געווען אויף כל החמורות
אויף שרייבט מען אדם גדול
זענט איר אויף דעם קאפ געפאלען

א מענטש וואס האט געזאגט אז ער וויל נישט תשובה טועהן לפני מותו ווייל דעמאלטס וועט דאס נישט זיין דער אמת'ער זלמן
למעשה האט ער געוואלט אז מען זאל איהם פארברענען, אבער למעשה האט ער חרטה געהאט אויף דעם און ער האט געהאט א געהעריגע טהרה דורך שלוחי חב"ד

ער האט חתונה געהאט 4 מאל 11 קינדער

smartinof » דינסטאג יולי 8, 2014 1:39 am

· #210716
אוהב ספרים

א מענטש וואס האט געזאגט אז ער וויל נישט תשובה טועהן לפני מותו ווייל דעמאלטס וועט דאס נישט זיין דער אמת'ער זלמן

wow! דאס איז דאך א הפלא'דיגע געדאנק, אמת און קלאר, איז ער דען נישט גערעכט, דאס איז חומר למחשבה, די סטעיטמעינט רירט אן יסודות'דיגע טיפע נקודות

איך אויך » דינסטאג יולי 8, 2014 2:12 am

· #210724
אוהב'ל ,פארשטייסט נישט עס איז סופער קיהל פאר די כופרים צו לייקן אזא ריפארמער צודרייטער פארדראגטער קלאון?

לעיקוואד » דינסטאג יולי 8, 2014 2:15 am

· #210725
איך ווייס נישט פונקט וואס איר פארשטייט במובן פון ריינקייט, עס איז אפשר נישט די מערסטע מדויק'דיגע ווארט, איך מיין צו זאען א קלארקייט און א גרייטקייט צו קוקען אויף זיך אן קיין נארישע מחיצות און תירוצים, איך ווייס נישט וואס דאס איז ריין במובן חרדי.

היינו הך מיין איך צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון "ראציאנאלע" אדער "פילאסאפישע" הכנה צו'ם טויט און "רעליגיעזע" הכנה אדער השלמה דערמיט. עס איז נישט עפעס א טעאריע פון סייענס אדער עפעס, יעדער איינער אין די וועלט ווייסט ראציאנליש אז ער גייט שטארבען און אז ער וועט נישט לעבן אייביג (חוץ דער ליבואוויטשער רבי..) און דאך זעירין אינין וואס זענען נישט freaked out פון דעם כלשון הרב און וואס קומען איבער די קינדערישע פחדים און געדאנקען איבער דעם. איינער וואס גרייט זיך אסאך און טוט תשובה ער זאל זוכה זיין בבית דין של מעלה קומט נאך גארנישט צו דעם, דאס איז ווייטער געזארגט פאר דיינע פחדים. נישט אז עס אי שלעכט תשובה צו טוהן אבער נישט פון דעם רעדט מען בכלל. איך מיין דא פשוט זיין קלאר און ריין אז קיינער איז נישט געקומען דא אויף אייביג און אז יעדער איינער האט זיך זיין tour of duty און עס ענדיגט זיך פשוט פריער אדער שפעטער, דאס רופט איך ריינקייט דאס האט נישט מיט פסיכאלאיגע אדער פילאסאפיע אדער רעליגיע דאס איז פשוט טוהר הנפש נישט ווערן איבערגענומען פון קינדערישע הרגשים און געדאנקען.

יואליש » דינסטאג יולי 8, 2014 3:45 am

· #210732
נהורא נפישא

אויך מיר א חסידיש'ע איד! מאכט א ''לחיים" אויף פאלאנד ספרינג וואסער!!!! מ'ברויך זיך קריעה רייסן!

יאיר » דינסטאג יולי 8, 2014 10:23 am

· #210760
לעיקוואד
איך ווייס נישט פונקט וואס איר פארשטייט במובן פון ריינקייט, עס איז אפשר נישט די מערסטע מדויק'דיגע ווארט, איך מיין צו זאען א קלארקייט און א גרייטקייט צו קוקען אויף זיך אן קיין נארישע מחיצות און תירוצים, איך ווייס נישט וואס דאס איז ריין במובן חרדי.

היינו הך מיין איך צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון "ראציאנאלע" אדער "פילאסאפישע" הכנה צו'ם טויט און "רעליגיעזע" הכנה אדער השלמה דערמיט. עס איז נישט עפעס א טעאריע פון סייענס אדער עפעס, יעדער איינער אין די וועלט ווייסט ראציאנליש אז ער גייט שטארבען און אז ער וועט נישט לעבן אייביג (חוץ דער ליבואוויטשער רבי..) און דאך זעירין אינין וואס זענען נישט freaked out פון דעם כלשון הרב און וואס קומען איבער די קינדערישע פחדים און געדאנקען איבער דעם. איינער וואס גרייט זיך אסאך און טוט תשובה ער זאל זוכה זיין בבית דין של מעלה קומט נאך גארנישט צו דעם, דאס איז ווייטער געזארגט פאר דיינע פחדים. נישט אז עס אי שלעכט תשובה צו טוהן אבער נישט פון דעם רעדט מען בכלל. איך מיין דא פשוט זיין קלאר און ריין אז קיינער איז נישט געקומען דא אויף אייביג און אז יעדער איינער האט זיך זיין tour of duty און עס ענדיגט זיך פשוט פריער אדער שפעטער, דאס רופט איך ריינקייט דאס האט נישט מיט פסיכאלאיגע אדער פילאסאפיע אדער רעליגיע דאס איז פשוט טוהר הנפש נישט ווערן איבערגענומען פון קינדערישע הרגשים און געדאנקען.

ווי האט נאר דער רבי ר' ברוכ'ל געזאגט במתק לשונו ובטוהר לבבו: 'A free man thinks of nothing less than of death, and his wisdom is a meditation not on death but on life'.

הוגה » דינסטאג יולי 8, 2014 12:22 pm

· #210785
יאיר

ווי האט נאר דער רבי ר' ברוכ'ל געזאגט במתק לשונו ובטוהר לבבו: 'A free man thinks of nothing less than of death, and his wisdom is a meditation not on death but on life'.

@יאיר, וועלכער רבי ברוכ'ל האט דאס געזאגט? וואו?

לעיקוואד » דינסטאג יולי 8, 2014 12:33 pm

· #210791
דער רבי ר' ברוכ'ל פון אמשטערדאם זכרו לברכה.

smartinof » דינסטאג יולי 8, 2014 1:03 pm

· #210798
לעיקוואד
איך ווייס נישט פונקט וואס איר פארשטייט במובן פון ריינקייט, עס איז אפשר נישט די מערסטע מדויק'דיגע ווארט, איך מיין צו זאען א קלארקייט און א גרייטקייט צו קוקען אויף זיך אן קיין נארישע מחיצות און תירוצים, איך ווייס נישט וואס דאס איז ריין במובן חרדי.

היינו הך מיין איך צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון "ראציאנאלע" אדער "פילאסאפישע" הכנה צו'ם טויט און "רעליגיעזע" הכנה אדער השלמה דערמיט. עס איז נישט עפעס א טעאריע פון סייענס אדער עפעס, יעדער איינער אין די וועלט ווייסט ראציאנליש אז ער גייט שטארבען און אז ער וועט נישט לעבן אייביג (חוץ דער ליבואוויטשער רבי..) און דאך זעירין אינין וואס זענען נישט freaked out פון דעם כלשון הרב און וואס קומען איבער די קינדערישע פחדים און געדאנקען איבער דעם. איינער וואס גרייט זיך אסאך און טוט תשובה ער זאל זוכה זיין בבית דין של מעלה קומט נאך גארנישט צו דעם, דאס איז ווייטער געזארגט פאר דיינע פחדים. נישט אז עס אי שלעכט תשובה צו טוהן אבער נישט פון דעם רעדט מען בכלל. איך מיין דא פשוט זיין קלאר און ריין אז קיינער איז נישט געקומען דא אויף אייביג און אז יעדער איינער האט זיך זיין tour of duty און עס ענדיגט זיך פשוט פריער אדער שפעטער, דאס רופט איך ריינקייט דאס האט נישט מיט פסיכאלאיגע אדער פילאסאפיע אדער רעליגיע דאס איז פשוט טוהר הנפש נישט ווערן איבערגענומען פון קינדערישע הרגשים און געדאנקען.

די ווייסט טאקע נישט וואס דער חרדישער טירעם פון ריין איז?? ריין במובן החרדי מיינט, איינער וואס נעמט זיך מיט א ברעט וואו ער גייט, ח"ו נישט נכשול ווערן זיצען דארט ווי אן אישה איז געזיצען...
טוהר הנפש מיין איך איז יא עפעס א תוצאה פון אינטלעקטואלע מעטאדען, פסיכאלאגיע אדער פילאסאפיע, כשהבאתי לעיל, ווייל דער חרדי וועט נישט מורא האבען טויט, אזא געדאנק ווי ותשחק ליום אחרון ער שפירט כאילו זיכער אז ער האט אויפגעטוהן, וכו' וכו, אבער דער צווייטער, וועט זיין פשוט א פילאסאפיש פסכילאגישער חשבון, וואס דאס גייט אים ברענגען צו א געווסע טוהר הנפש, פארשטיסט, דער חרדי וואס האט נישט מורא, האט ער בעצם יא מורא, איינער וואס שפירט נאך נישט שלימות האט וואס מורא צו האבען כאילו, משא"כ די אנדערע, זאגט א כלל וויזאוי א ריכטיגער מענטש, אויסגערייניגט פון קינדרישע פחדים, כלשונך, דארף קוקען אויף דעם

לעיקוואד » דינסטאג יולי 8, 2014 3:32 pm

· #210848
איך מיין אז אפילו א חרדי ווייסט זיך צו באנוצען מיט די ווארט ריינקייט אויף טוהר הנפש נישט נאר אין א סעקסואלע מיינונג...
זעהט מיר אויס אז מיר זענען מסכים.

smartinof » דינסטאג יולי 8, 2014 6:25 pm

· #210890
לעיקוואד
איך מיין אז אפילו א חרדי ווייסט זיך צו באנוצען מיט די ווארט ריינקייט אויף טוהר הנפש נישט נאר אין א סעקסואלע מיינונג...
זעהט מיר אויס אז מיר זענען מסכים.

האסט מיר געמאכט לאכען...
יא מיר זענען מודה בחדא, ופליג אחדא
מודה אז ריין קען מיינען טוהר הנפש אויך אבער איך דינג זיך אביסעל אויף דעם וואס די האסט דא געזאגט
לעיקוואד

היינו הך מיין איך צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון "ראציאנאלע" אדער "פילאסאפישע" הכנה צו'ם טויט און "רעליגיעזע" הכנה אדער השלמה דערמיט. עס איז נישט עפעס א טעאריע פון סייענס אדער עפעס, יעדער איינער אין די וועלט ווייסט ראציאנליש אז ער גייט שטארבען און אז ער וועט נישט לעבן אייביג (חוץ דער ליבואוויטשער רבי..) און דאך זעירין אינין וואס זענען נישט freaked out פון דעם כלשון הרב און וואס קומען איבער די קינדערישע פחדים און געדאנקען איבער דעם.
דאס רופט איך ריינקייט דאס האט נישט מיט פסיכאלאיגע אדער פילאסאפיע אדער רעליגיע דאס איז פשוט טוהר הנפש נישט ווערן איבערגענומען פון קינדערישע הרגשים און געדאנקען.

און איך האלט אז עס איז פארהאנען א חילוק וויזאוי און די סיבה פארוואס מען קוקט אויף טויט אויף א 'ריינער' וועג
smartinof

טוהר הנפש מיין איך איז יא עפעס א תוצאה פון אינטלעקטואלע מעטאדען, פסיכאלאגיע אדער פילאסאפיע, כשהבאתי לעיל, ווייל דער חרדי וועט נישט מורא האבען טויט, אזא געדאנק ווי ותשחק ליום אחרון ער שפירט כאילו זיכער אז ער האט אויפגעטוהן, וכו' וכו, אבער דער צווייטער, וועט זיין פשוט א פילאסאפיש פסכילאגישער חשבון, וואס דאס גייט אים ברענגען צו א געווסע טוהר הנפש, פארשטיסט, דער חרדי וואס האט נישט מורא, האט ער בעצם יא מורא, איינער וואס שפירט נאך נישט שלימות האט וואס מורא צו האבען כאילו, משא"כ די אנדערע, זאגט א כלל וויזאוי א ריכטיגער מענטש, אויסגערייניגט פון קינדרישע פחדים, כלשונך, דארף קוקען אויף דעם

בין איך גערעכט?

smartinof » דינסטאג יולי 8, 2014 6:29 pm

· #210891
א ספאדיק גאר מיט סטראקעס
📎 b.0.1210.50.2.9.jpg

smartinof » מיטוואך יולי 9, 2014 12:50 pm

· #211038

@לעיקוואד, כווארט נאך אויף אן אויסגעקלארעכטס מצדך

smartinof » מיטוואך יולי 9, 2014 1:07 pm

· #211041
smartinof
אוהב ספרים

א מענטש וואס האט געזאגט אז ער וויל נישט תשובה טועהן לפני מותו ווייל דעמאלטס וועט דאס נישט זיין דער אמת'ער זלמן

wow! דאס איז דאך א הפלא'דיגע געדאנק, אמת און קלאר, איז ער דען נישט גערעכט, דאס איז חומר למחשבה, די סטעיטמעינט רירט אן יסודות'דיגע טיפע נקודות

און א חלק פון די עמקות פון די סטעיטמעינט איז ווי מען זעהט ווי גוט ער האט ארויסגעהאט דער מושג פון תשובה, און וואס תשובה מאכט אויף א מענטשען, וואס פאר א רושם תשובה לאזט אויפ'ן גייסט, און תשובה האט נישט געמיינט ביי אים וויינען ביי מי יחיה ומי ימות, תשובה האט געהאט ביי אים עפעס א טיפערע משמעות, צו שטעלן זלמן ביחס לא-ל וכו' איך בין נישט מאריך ווייל מען דארף קודם מסביר זיין וויאזוי 'ריינע' מענטשען האבען פארשטאנען צו דער מושג פון תשובה, און אויב עס עקזעסטירט טאקע אזא זאך, ביחס לא-ל, און אויב עס איז נישט סתם עפעס א מענטשליכער מעטאד צו גיין פארווערטס, אבער בעצם ביחס לא-ל איז נישט פארהאנען אזא זאך וכו' ואין לי זמן להאריך כעת

לעיקוואד » מיטוואך יולי 9, 2014 6:51 pm

· #211133
לא הצלחתי להבין במה אתה חולק עלי סמארטינאפ.

smartinof » מיטוואך יולי 9, 2014 7:05 pm

· #211140
@לעיקוואד די האלטס אז עס איז דא חילוק ווען דער ריבניצער זאגט אז ער האט נישט מורא פון יענע, ווי ווען רבי זלמן זאגט אז ער האט נישט מורא? נו אויב אזוי איז דאך זיכער גוט

לעיקוואד » מיטוואך יולי 9, 2014 8:10 pm

· #211150
איך ווייס נישט וואס דער ריבניצער האט געזאגט און וואס ער האט געמיינט, קען זיין ער האט געמיינט די זעלבע און קען זיין אנדערש. דאס איז נישט חשוב. די חילוק וואס איך האב געזאגט האב איך קלאר געמאכט אויבן און איך ווייס נישט וואס איר פרעגט.

smartinof » מיטוואך יולי 9, 2014 11:31 pm

· #211157
בקיצור,
מיין דיעה איז, אז עס איז פארהאנען א חילוק ווען מען איז זיך משלים מיט'ן טויט מכח א ראציאנאלער/פסיכאלאגישער חשבון, ווי מען איז זיך משלים מיט'ן טויט מכח א רעליגיעזער חשבון,דער וואס איז זיך משלים מיטן טויט מכח א רעליגיעזער פרומען חשבון, איז עס נישט קיין טוהר הנפש, און עס איז נישט דייקא ווייל ער האט נישט דעם פחד פון טויט, און ער האט שוין מער נישט די קינדערישע פחדים, נאר ער האלט אז ער האט שוין פארענדיגט זיין תכלית כאילו, און ער שעמט זיך נישט אנצוקועמן אויבען וכו', און דער וואס איז נישט צוגעקומען צו דער מדריגה פון שלימות, זאל פחד'ן פון טויט מיט א פעסקייט, משא"כ דער וואס איז זיך משלים מכח א ראציאנעלער חשבון, איז עס נישט געבינדען מיט גארנישט, נאר א טרוקענער אובייעקטיווער קאנצעפט, וואס האסטו מורא פון א זאך וואס גייט סייווי קומען, סאיז קינדעריש, און נעריש, און נישט ראציאנאל אויסגעהאלטען, און סהאט גארנישט צו טוהן מיט א געווסיע שלימות, בשוני צו דעם רעליגיעזער וואס עס איז אנגעבינדען מיט שלימות האדם, סאמבאדי דיסעגרי?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:50 pm

· #235228
ודי למבין
איך האב אמאל געזען אן איינע פון זיינע ספרים (אדער פון איינע פון זיינע תלמידות) א נייע נוסח שמונה עשרה וואס ער האט מתקן געווען, ער איז אויפגעקומען מיט א'ן איידיע אז די באשעפער איז נישט קיין זכר און נישט קיין נקבה, איז די שמו"ע א תערובת פון זכר און נקבה למשל ברוכה את ה' חוננת הדעת, וכדומה, און אפאר שטיקלעך זענען בלשון זכר

איך האב וואס צו זאגן איבער דעם "מחבר" און זיין ווערק. אבער מ'טאר עס נישט זאגן אדער שרייבן. משום חירוף וגידוף...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:58 pm

· #235232
נולד מאוחר
כוכב
ער איז געווען א שומר תורה ומצוות? (ארטאדאקסישע ווערסיע)
בכל אופן, העמיר אינזין האבן ביים צדקתך די וואך דעם קלאון היפסטער גורו ראביי וואס איז געשטארבן.

איך בין מוחה מזלזל זיין פון א אדם גדול כזה פאסט נישט פאר אזא בר דעת ווי די.
מען מיז נישט האלטן פון זיין דרך מ'מיז אויך נישט חוזק מאכן פון א מענטש וואס האט געמיינט און געטון ריין טוב.
אידשקייט ביי עם האט געמיינט מער ווי ביי רוב כל העולם כלו רבנים. דארט איז אפשר יא דא זאלכע וואס קלאון איז פאסיג.

אינז האמיר אן אלטן כלל אז א באשעפעניש וואס זעהט אויס ווי א קאטשקע, שווימט ווי א קאטשקע און מאכט "קוואק-קוואק" ווי א קאטשקע, איז א קאטשקע....

סארי אז מיין 5000'סטע תגובה האט געדארפט זיין אזא תגובה. חבל...!

אויסלייזער » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:54 pm

· #259621
<a class="postlink" href="http://www.drisha.org/rebzalman.php">http://www.drisha.org/rebzalman.php</a>
מ'קען מיטהאלטן די מעמד לייוו
@הוגה

הוגה » מיטוואך מערץ 18, 2015 11:47 pm

· #259688
אויסלייזער
http://www.drisha.org/rebzalman.php
מ'קען מיטהאלטן די מעמד לייוו
@הוגה

א גרויסע יישר כח פארן מיך אינזינען האבן, אבער מ'קען זיין בגוף פעלט דאך נישט אויס קיין לייוו הוקאפ. עס איז דאך פארגעקומען ביי אונז אין שטאט.

עס איז געווען אן אקעי מעמד, די תלמידים האבן מיטגעטיילט איבער זיינע השקפות און זיין בליק, ובעיקר איבער זיינע experiences אין אמונה ויהדות. אבער וואטשען רבי זלמן אליין פאר צען מינוט אויף יוטוב וועט דיר געבן אסאך א בעסערע מושג אין רבי זלמן ווי צען שעה דרשות פון די תלמידים. מען קען נישט פארקויפן רבי זלמן, רבי זלמן דארף מען עקספיריענסען. עס איז פונקט ווי איך זאל דיר פרובירן מסביר צו זיין וויאזוי עס פילט צו ווערן היי פון גראז, איין puff וועט דיר בעסער דינען ווי 24 שעות פון מיינע הסברות.

רבי דוד אינגבער האט פארציילט אז רבי זלמן האט אמאל געזעהן ווי אפאר פון זיינע תלמידים טענה'ן זיך ארום אויב מען האט יא "יוצא" געווען דאווענען אדער נישט "יוצא" געווען. האט זיך רבי זלמן אנגערופן, דאווענען דארף מען נישט יוצא זיין, דאווענען דארף מען נכנס זיין.

איך בין נישט זיכער אויב איינער האט דאס שוין געפאוסט דא, רבי זלמן זאגט איבער בשם זיין חבד'סקע משפיע א חסידישע פשט אין יראת אלוהים.

גבאים, דער אשכול באלאנגט אין אנשי שם. יישר כח.

.