☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ביקשו רחמים האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי

ביקשו רחמים האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3761

מבני משה » זונטאג מאי 12, 2013 7:12 pm

· #114392
ביקשו רחמים האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי
השתדלו והרבו תחינה

אויף האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי שליט"א

הרה"ק מרן רבי יחיאל מיכל בן חוה לאויוש"ט

וואס גייט אריבער יעצט אין דיע מינוטן א שווערע אפעראציע,

והן א-ל כביר לא ימאס תפילת רבים

וישלח לו רפואה שלימה מהרה בתושח"י

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 7:28 pm

· #114399
נתניה?

מבני משה » זונטאג מאי 12, 2013 7:35 pm

· #114403
יא יא

מבני משה » זונטאג מאי 12, 2013 7:36 pm

· #114404
הנקרא בפי כל ר' מעכעלי פון נתניה

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 7:56 pm

· #114415
איך זוך שוין די "בני משה" 2000 יאר, אז דו ביסט שוין דא, פארצייל עפעס...
הייב אן טאקע מיט דיין רבי'ן שליט"א
טייל מיט אונז מה שעיניך ראו ולא זר.
און די מצב פונעם רבי'ן לעת עתה.
מאכט אייך באקוועם.

מבני משה » זונטאג מאי 12, 2013 8:16 pm

· #114426
עס איז פארהאן צייטן וואס איז ליידער נישט צו פארציילן, און צו טיילן, עבדות און מעשיות, די שברי לוחות, איז נעבעך אין אזא מצב עס לאזט זיך גאר נישט באשרייבן און ארויס ברענגען די שווערעקייט פון דאס פאל,
אבער ווי דער הייליגער רבי זאל דערלעבן משיח'ן האט אינז אלעמאל געלערנט אז מען דערף האפן צו בורא כל עולמים און אלעס וועט זיין גוט,
דער רבי האט אן אויס דריק וואס מען פלעגט זאגן אין זידיטשוב, "א רפואה פון הימל", זאל טאקע אזוי זיין במהרה.

פארשטייט זיך אז איך האב נישט געזעין דעם רבי'ן אין די מצב, ווייל מלך ביפיו תחזנה עיניכם און נישט פארקערט.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 8:18 pm

· #114428
שוין, מיר וועלען ווארטן ביז הכל על מקומו יבא בשלום

דער רבי האט אן אויס דריק וואס מען פלעגט זאגן אין זידיטשוב, "א רפואה פון הימל", זאל טאקע אזוי זיין במהרה.

רפואה שלמה מן השמים, איז אן אויסדריק פון סידור.

מבני משה » זונטאג מאי 12, 2013 8:22 pm

· #114433
סידור איז נישט אן אויס דריק, סידור איז א תפילה,
אויב איר ווייסט נישט וואס אן אויסדריק איז וועל איך אייך פארציילן:
אן אויס דריק מיינט אואארט אדער מער וואס מענטשן ניצן, די גאנצע וועלט ווינשט א רפואה שלימה אבער אין זידיטשוב פלעגט מען ווינטשן א רפואה פון הימל.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 8:23 pm

· #114434
ייש"כ פארן אויסקלארן.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2013 8:35 pm

· #114436
א פראגע צו מבני משה
האסט אפשר לעצטנס זיך געטראפן מיט ר' מאיר ש"ץ, דער בעל אקדמות. ווען דו וועסט זיך אי"ה צוריקקערן צו די אנדערע זייט סמבטיון זאלסטו איהם איבערגעבן א גרוס וויאזוי זיינע ברידערס לעבן אין גלות. מ'פארט מיט די שיינע נייע לעליעסטע קארס און אונז פארגעס מיר אז אונז זעמיר אין גלות.

מבני משה » זונטאג מאי 12, 2013 8:52 pm

· #114442
זאלט איר וויסן אז מען קען נישט דן זיין דעם דור פון אייער זייט סמבטיון, ווייל מיר האבן נישט די אלע שווערעקייטן דא אויף די זייט סמבטיון, איך בין זיכער אז ווען גאנץ כלל ישראל וואלט געלעבט אויף א פלאץ ווי אונזער זייט סמבטיון, וואלט'ן זיי אנדערש אויס געזען.

"דער גרעסטער דוגמא און אונטערשיידט איז דאס דורך וואס מיר שרייבן זיך"

מורינו הרב » זונטאג מאי 12, 2013 8:58 pm

· #114447
איך מיין אז ר' מיכל'ע לעבט נאך אויף די אנדערע זייט סמבטיון.

מבני משה » זונטאג מאי 12, 2013 9:11 pm

· #114453
די חכמה פון א צדיק אמת איז נישט צו לעבן אויף א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין ניסיונות, נאר פארקערט עבודת השם איז צו לעבן אויף אייער זייט סמבטיון, און זיך מתגבר זיין אויף אלע מכשולות.
און דאס איז דער רבי שליט"א

מורינו הרב » זונטאג מאי 12, 2013 9:20 pm

· #114458
מבני משה
די חכמה פון א צדיק אמת איז נישט צו לעבן אויף א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין ניסיונות, נאר פארקערט עבודת השם איז צו לעבן אויף אייער זייט סמבטיון, און זיך מתגבר זיין אויף אלע מכשולות.
און דאס איז דער רבי שליט"א


דער רבי שליט"א פארשטייט צו א גוט שטיקל אינטערנעט? - ער פארשטייט צו א ראיה אסורה?

elter-zeide » זונטאג מאי 12, 2013 10:42 pm

· #114475
דער רבי שליט"א פארשטייט צו א גוט שטיקל אינטערנעט? - ער פארשטייט צו א ראיה אסורה? י[/quote

אוי פארשטייט ער, איך געדענק מיט 25 /30 יאר צריק איז ער געווען שטארק פארנימען וועגען טעלעוויזען, ער איז ארים געפארען איבער דע גאנצע וועלט אין שטארק פארפירט וועגען טעלעוויזין, געדריקט ליפלעטס אין פלאקאדען אין איוסגעטיילט איבעראל ווי אידין וווינען, קען זיין ער האט דאס געזען אויפן פליגער ווען ער איז ארים געפארען, אזוי האט ער געוויסט וואס טעלעוויזען מיינט, אויך ווען ער איז אריין אין פארשידענע שטיבער נאך געלט האט ער דאס געזען, א רפואה שלימה פון הימל, י

איחוד פעלד » זונטאג מאי 12, 2013 11:05 pm

· #114481
אמאהל האב איך געזעהן א טעיפ וואס מען פארקויפט ביי די שטענדערס פין "ובלכתך בדרך" אין די קעפעל איז געוועהן פין ר' מיכל'ע, און די ענין איז געוועהן "מי שחוטא בחטא הידוע, ענשו שמגולגל בעוף טמא ששמא ראה", און נעבען דעם שטייט אז דער דרשה האט ער געגעבען אין א ליטווישע ישיבה ערגעץ. והמ"י. כבוד אלקים הסתר דבר.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 11:15 pm

· #114484
חברה!!! שקצים ארויס.
איך פיר מיך דא אזא שיינע שמועס מיט א נייע באשעפעניש, וואס אין די ערשטע הודעה זיינע האט ער שוין געוואוסט ווי אזוי צו קאלירען און גרויס מאכן...
מיר שמועסן אזוי געמיטלעך, איבער די בני משה, זידישטוב, נתניה און נאך.
והנה, א באנדע לצים רוקען זיך אן...
גייטס ארויס פון מיין אשכול....!

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 2:25 pm

· #115638
קאווע טרינקער א גרויסן יישר כח פארן פאר טרייבן די אום געריפענע פארשוינען

זיי זענען צוגיווינט אז א רבי מיינט א יוד וואס פעלט עם גאר נישט זיצט אויף א גרויס לעדערנע בענקל, האט וואס ער וויל, וואס ער זאגט ווערט געטון, דארף קיינמאל נישט גיין צו פיס, אדער זיך מיטשען ביים פליען איבער די וועלט, און אוב חלילה יא ברענגט זיי דאס גרויס כבוד, ביזנעס קלאס, א בגלייטונג בין פליגער, און אזוי גלייכן,

אזוי אז ווען אונז רעדן פון א רבי'ן וואס לעבט און פירט זיך פונקט ווי די אלע תלמידי בעש"ט הק' אן קיין מותרות נאר מיט מיה אין פלאג, איז זיך מקריב פארן באשעפער א גאנץ לעבן, קוקט זיי דאס אויס ווערטל אין א שפיל ליידער,

א פאקרימטע וועלט איך מיין אז סאטמער רב איז גערעכט געווען אז "נשתכחה תורת הבעל שם טוב הק'" נישט אז די תורה פון בעש"ט איז חלילה פארגעסן נאר די דרך האדמור"ת וואס דער בעש"ט האט אוועק געשטעלט איז ליידער פארקרימט געווארן

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 2:28 pm

· #115639
איז פאראן א אפדעיט אויף דעם רבי'נס מצב?

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 2:31 pm

· #115643
ב"ה ביים רבי'ן איז דא א שינוי לטובה
ער איז נאך נישט ארויס מכלל סכנה אבער מיט גרויס רחמי שמים האט מען אביסל געראטוועט

מען דארף נאך א גרויס'ע ישועה

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 2:35 pm

· #115646
יישר כח. ביטע האלט אונז אינפארמירט.

איך האב מיך א שטיק צייט געדרייט לעבן דעם רבי'ן, ער איז דער זיסטער רבי אויפן כדור העולם וואס כ'האב געטראפן..
כ'האב גאר שטארק געגליכן זיינע תפלות, תורות, טישן, און וואס נישט...

זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב ויתחדש כנשר נעוריו.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:12 pm

· #134650
מבני משה, מוזט זיך אריינסיינען מיט דעם ניק און געבן אפדעיטס.
איך ווארט צו הערן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:41 pm

· #134676
איך האב מזכיר געווען ביים הימלערד'ן רבי'ן און ביים מילקשעיק'ן רבי'ן, ביידע האבן צוגעזאגט אז ס'גייט זיין גוט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:12 pm

· #134689
מבני משה
זאלט איר וויסן אז מען קען נישט דן זיין דעם דור פון אייער זייט סמבטיון, ווייל מיר האבן נישט די אלע שווערעקייטן דא אויף די זייט סמבטיון, איך בין זיכער אז ווען גאנץ כלל ישראל וואלט געלעבט אויף א פלאץ ווי אונזער זייט סמבטיון, וואלט'ן זיי אנדערש אויס געזען.

"דער גרעסטער דוגמא און אונטערשיידט איז דאס דורך וואס מיר שרייבן זיך"

וואס, דער (טרייפענער) : אינטערנעט איז שוין אנגעקומען אהין אויך?! ❓ ❗

לעמיל » דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:46 pm

· #247754
ברוך דיין האמת
@מבני משה א אופדעיט אויף די לוויה ביטע

מבני משה » מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:55 am

· #247844
אינפארמציע איבער די לוי'
ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלוקים

מיט גרויס ווייטונג מיז'ן מיר אן נעמען דעם גזר דין

ברוך דיין האמת

די לוי' איז ארויס פון בית מדרשו אין מאנסי
דערנאך איז דאס געגאנגען קיין סאטמער
פון דארט איז עס ארויס געפארן בדרכה האחרונה קיין ארץ ישראל
הספדים איז געזאגט געווארן דארעך חשובה רבנים הגאונים שליט"א

אין ארץ ישראל וועט די לוי' ארויס גיין מיטוואך נאכט פון בית מדרשו אין שטאט נתניא
פון דארט וועט דאס ממשיך זיין צום בית העלמין ותיקים דארט אין שטאט
ער וועט באערדיגט ווערן אין דעם חלקה וואס ער האט זיך אליין געקויפט יארן צוריק

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם