☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » TV וועגען חסידים וואס פארלאזען אידישקייט

TV וועגען חסידים וואס פארלאזען אידישקייט

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3742
בלאט: 1 2

איך אויך » זונטאג יוני 23, 2013 6:54 pm

· #127359
פוןדעסטוועגןדאך

מ. וו. האט ערענסטע פערסאנעל אישוס.

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע פסיכילאג דאס צו זעהן.

גוטע פינטעלך » זונטאג יוני 23, 2013 10:45 pm

· #127386
'תשעה קבין' פאר די נשים בלייבט אפילו מען לאזט אפ חסידים, די ביידע חשובע רבעצינ'ס רעדן פיקציע,

רעבצין מלכה ווייס זאגט: אז מען זאגט ביי אונז "אויב וועסטו גיין צו די גוים זיין וועלען דיך הארגענען", אמת? ניין.

רעבצין זאבעל זאגט מען ערווענט נישט 'גימנאזים', ווייל מען טוט נישט אין עקסערסייז, אמת?

אבער איך גוטע פינטעלך זאגט: יעדער זאגט ביי זיך און שטוב אנדערש, אינו דומה קר"י לוומס"ב, ואינו דומה ווומס"ב לב"פ, ואינו דומה ב"פ לקראון הייטס, ואינו דומה קראון הייטס לפלעטבוש. און אין די אלע מקומות אינו דומה דער דור הישן צו דער דור החדש.

בד"וו, ווייסט איינער פארוואס רבעצין ווייס האט זיך אפגעלאזט פון אליעזר ווייס, מ'האמיר האט געמיינט סגייט בלייבן ראמאיע און דושליע פארעווער.

[דזשוסט רעמבלינג נאך א שבת פון ארויספארען און קאנטרי].

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 24, 2013 1:13 am

· #127406
די גימנאזים פון מרס זאבעל איז נישט קיין שקר. די גוף איז א בדיעבד און אלטרע ארטעדאקסיע. וויפיל מענטשען מאכן אפיציעל גימנאזיעם?
אויף יעדע כלל וואס איינער וועט זאגן איבער אזא ברייטע ציבור וועט מען אלץ קענען זאגן סאיז שקר.
למשל 'חסידים גייען נישט און קיין רעסטעראנטס' סאיז אמת? יא. אבער נישט און גאנצען פראביר איינמאל ארויסגיין מיט דיין ווייב עסן קענסטו נישט טרעפן א פלאץ אן חסידים.

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג יוני 24, 2013 1:29 am

· #127408
איך געדענק אז אין די 'נס חנוכה' פון בנימן הערש בערקאוויטש שטייט אז די מתיוונים'ס עבירה איז געווען אז זיי זענען געגאנגען אין גימנאזיום און געשפילט ספארטס.

מיר איז אבער אינטערסאנט ווי זאבעל זאגט אז זי וויל זייער שטארק נישט וויי טאהן אירע עלטערן, בשעת וואס זי שטעלט זיך ארויס רעדן אויף טעלעוויזיע.
א חבר מיינער זאגט מיר אז ער האט איר געטראפן א שטיק צייט צוריק, און זי האט בשום אופן נישט געוואלט זאגן איר לעצטע נאמען, ווייל זי וויל נישט קאמפליצירען איר מצב מצד איר עלטערען.
Go figure.

גנדי » מאנטאג יוני 24, 2013 1:36 am

· #127410
פארוואס טאקע? די שענסטע און בעסטע רעליגיע ווי אידישקייט. די בעסטע אפטיילונג וואס איז געבויעט אויף פנימיות און די קרעכטץ פון א איד ווי חסידישקייט. אין די בעסטע שטאט אויף די וועלט ווי עס איז דא די מערסטע חסד - איז א קינד פון גע׳גט׳ע עלטערן די שוואכסטע שאנסן צו מצליח זיין. און פאלן דורך די שפאלטענעס?

זאג נישט פארן גוי אז אונזער תירוץ איז זיי קומען פון א צובראכענע משפחה. ווייל עס מאכט אונז אויס זעהן זייער שלעכט.

דאס איז נישט קיין תירוץ. עס איז א גרויסע קשיא אויף אונזער סיסטעם.

א יעדע איינצעלע נשמה וואס פאלט נעבעך אוועק. דארף מען זיך אליין בודק זיין שבע בדיקות. פארוואס איז דאס געשעהן? ווי אזוי האט מען געקענט ראטעווען דעם בחור אדער מיידעל. וואס קען מען נאך היינט פארבעסערן אז עס זאל נישט היינט אוועקפאלן נייע נשמות. נישט קיין חילוק ווער זייערע עלטערן זענען.

אויב יעדעס מאל עס וועט ארויס קומען א בוך. אדער אן אינטערוויא. וועט מען אנהייבען גיבן תירוצים. אנשטאט מאכן א בדיקת פנים. וועלן מיר חלילה בלייבען מיט א זאק מלא תירוצים. און ליידער אן אידן.

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג יוני 24, 2013 2:09 am

· #127414
ערשטענס, דאס נישט סטיגמעטייזען א one parent household איז א מאדערענע פענאמענאן. ביי א שטארק טראדיצינאלער סאסייעטי איז אייביג פופציג יאר אינטערשטעלוג. עס איז א פשוטע לאגיק אז נייע מאדערענע איידיעס געדויערט צייט זיך איינצועסן און אזא קולטור. דאס דארף יעדע רעכטדענקענדע מענטש פארשטיין.
אז מען וויל קען מען האבן טענות אויף דאס גאנצע זאך פין א שטארקע טריישאפט צו טראדישאן. מען קען אבער נישט האבן קיין טענות אויף די פרטים וואס וועלן בהכרח זיין אין אזא קולטור.

נאך א נקודה למחשבה,
די פאקט אז מיר האבן זייער ווייניג געגטע משפחות איז די עיקר גורם אז קינדער פון געגעטע עלטערן קענען פאלן צווישן די שפאלטענעס. אזא מציאות נעמט זיך פון דעם אומטוישבארער פאקט וואס רופט זיך מאטעמאטיק. אויב רוב חדר האבן צוויי עלטערן, איז בהכרח אז די וואס האבן נישט קיין צוויי עלטערען זענען די גאר קליינע מיעוט. די טבע איז אז צו זיין א underprivileged מיעוט איז נישט קיין פיקניק סיי ווי מען געפינט זיך. הונדערט פאכיג מער איז דאס געזאגט געווארן אין א קולטור וואס איר שטארקקייט איז די חסד וואס זי טוט פאר אירע אייגענע. אזא קולטור איז בהכרח שטארק באזארגט פאר יעדעמס וואוילזיין, וואס דאס נעמט זיך פון נישט לאזן קיינעם ארויספאלן off the grid. עס איז אלעס איין גרויסע העפפי פעמילי טשולענט, ווי יעדער זארגט זיך פאר יעדעם. עס עקזיסטירט נישט דאס פריוואטע און איינזאמע לעבן ווי דער חבר און סקול פאנגט נישט אן צו וויסן ווער דיינע עלעטרען זענען. אין אזא סאסייעטי איז דאס זיין אנדערש סאך א שווערער איבערלעבעניש.

ועוד והוא העיקר,
מען רעדט נישט פון מענטשען וואס די עלטערן האבן זיך סתם געגט. מען רעדט דארט ווי דאס קינד האט געדארפט לעבן מיט ספעציעלע שוועריקייטן. אין סאטמערע חדר און אין ישיבות פון א"י, לערנט מען אז דאס מין לעבן וואס דער טאטע זיינער האט בוחר געווען איז טריף פסול. איז דאך פשוט אז אזא קינד האט שטארקע קווענקלענישען אויב זאל ער גלייבן אין דאס גאנצע וואס מען לערנט אים. עס איז זייער שווער שלום צו מאכן אז זיין טאטע איז א גרויסע שגץ. אויב וויל ער בלייבן מיט געפילן פון ליבע צו זיין טאטע מיז ער שפירן בעוולהט פון דעם פלאץ ווי ער געפינט זיך.
דאס אלעס איז נישט תירוצים אויף סיי וואס. דאס איז אויך נישט קיין ענין פון זיי בארעדן אדער מגנה זיין. עס איז פשוט אביעקטיוו וויכטיג צו וויסן וואס פאר א בעגעדזש זיי ברענגן מיט זיך מיט. איך האב געזעהן א ווידיא פון די טאטע פון סעם כ"ץ, ער קוקט מיר אויס ווי אן אויסגעבויטער פארשטענדליכע מענטש. דאס טוישט אבער גארנישט פון וואס איך זאג דא.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 24, 2013 9:13 am

· #127424
לניק ביטע.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2013 12:55 pm

· #127456
הערה צו פונדעסטוועגןדאך
ס'איז דא א בילד פון אשר שמואל כ"ץ (סעם קעטץ) אלס חסיד'ישער בחור ווי ער שטייט און קוקט אריין אין א ספר. ביי איהם מוז זיין אז ס'איז געווען שטארקע דרויסנדיגע כוחות וועלכע האבן איהם באוואויגן צו טוישן זיין לעבנס שטייגער.

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג יוני 24, 2013 1:01 pm

· #127458
דא איז די קליפ.

די שיינקייט וואס איך זעה איז אז א מענטש וואס איז געבוירען און אויפגעצויגען געווארן אין בארא פארק אדער גאר וויליאמסבורג האט זיך גאר שיין מסדר געווען אן אנדערע לעבנסשטייגער. ער איז דוקא נישט ארויס פון אידישקייט, ער איז גאר א דענקער, אזש אז ער האט זיך גאר געדרייט ביי דוד הרטמן.
ער איז נישט קיין drop out, ער איז א drop up. יא, איך ווייס אז מען dropped נישט up, עס איז עטוואס א contradiction in terms, אבער דאס פונקטליך איז ער טאקע. כלומר, געוויסע וועלן זאגען אז ער איז אראפ פון וועג, אבער אנדערע זעהן גאר אז ער איז ארויף אויפן וועג.
אינטערסאנט אז ער רעדט וועגן דוד הרטמן, אבער עס ברענגט זיך ארויס זיין אייגענארטיגקייט פונקט אזוי.
למעשה דארף איך צולייגען אז חוץ פון דעם קליפ ווייס איך גאר וויינוג פון דעם מענטש. עס איז באמת אביסל נאריש אז איך זאל בכלל רעדן וועגן זיין פערזענליכקייט לכאן או לכאן.
וואס מען קען יא טוהן איז רעדן פון זיין אינטערוויא אויפ'ן קליפ.
ער ברענגט ארויס אז די אייגנארטיקייט פון דוד הרטמן איז אז ער האט צוזאמגעברענגט ביידע וועלטן דער מאדערענער און אויך דער ישיבישער. מיין שאלה אויף דעם איז צו איז עס באמת אזוי נישט מצוי? איז נישט דא גענוג מאדערענע תלמידי חכמים? אפשר אפי' דא אין שטיבל 🙂
די אינטערוויאער פרעגט אים איבער זיין לעצטע ביכל, ווי דוד שטעלט זיך אוועק אלץ קרטיקירער פון ארטאדקסי. ר' כ"ץ'ס תירוץ איז א masterpiece. די שפראך וואס ער ניצט איז אויך זיס. ער גייט טוהן א הרטמן אויף הרטמן, שיין. ער פארענטפערט הרטמן מיט דעם זעלבן נקודה וואס ער האט פריער ארויסגעברענגט אלץ הרטמן'ס עיקר פוינט. הרטמן האט נישט געגלייכט קיין פיינאליטי אין מחשבה. ער האט ליב געהאט דוקא דעם שקלא וטריא, דעם רצוא ושוב וואס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ. דעריבער זאגט כ"ץ אז דאס וואס הרטמן האט זיך אפגעשטעלט ביי דעם בוך פשוט מכח זיין שטארבן, מיינט נישט אז דארט בלייבט עס שטיין, עס מיינט נישט אז דארט איז ער געבליבן שטיין. עס איז אלעס א חלק פון דעם אהין און צוריק וואס בלייבט אלץ אפען.
איך האב נישט געהעריג דורכגעליינט דעם ביכל זיינער, נאר געבלעטערט אמאל. מען דארף וויסן צו ער רעדט נישט דארט בלשון של מסקנה, פיינאליטי. וויאזוי עס זאל נאר זיין האט ר' כ"ץ זייער שיין פארענטפערט, אדער כלשונו, גע salvaged.
דערנאך ווען ער איז מסביר וואס די הרטמן אינסטיטוט איז, קוקט עס מיר עפעס אויס זייער ענדליך צו שטיבל דא. ער זאגט אז מען קען רעדן פון שפינאזע מצד אחד, מיסטיזים מצד שני, און אלעס אינדערמיט.

מאן דאמר » מאנטאג יוני 24, 2013 5:03 pm

· #127493
berlbalaguleh
ס'איז דא א בילד פון אשר שמואל כ"ץ (סעם קעטץ) אלס חסיד'ישער בחור ווי ער שטייט און קוקט אריין אין א ספר. ביי איהם מוז זיין אז ס'איז געווען שטארקע דרויסנדיגע כוחות וועלכע האבן איהם באוואויגן צו טוישן זיין לעבנס שטייגער.

אשר שמואל איז געווען אן ערענסטער מתמיד און א שטארקע למדן, ער האט פארלאזט רעליגיע דורך עוסק זיין אין חקירה, גיי פארשטיי

לעיקוואד » מאנטאג יוני 24, 2013 6:46 pm

· #127516
מאן דאמר

אשר שמואל איז געווען אן ערענסטער מתמיד און א שטארקע למדן, ער האט פארלאזט רעליגיע דורך עוסק זיין אין חקירה, גיי פארשטיי

בהנחה אז די מעשה איז ווי דו פארצייילסט, וואס איז דא שווער צו פארשטיין?

לעיקוואד » מאנטאג יוני 24, 2013 6:48 pm

· #127517
@פונדעסטוועגן

דאס האט ר' יששכר נישט אויסגעזאגט, אז עס איז ייתכן אז די המשך השקו"ט פון הרטמן וואלט עם געברענגט אפילו ווייטער פון ארטאדאקסיע... וואס ער איז גראדע געווען גאנץ עקבי אין זיין התנגדות עכ"פ צו געוויסע חלקים דערפון.

יואליש » מאנטאג יוני 24, 2013 10:47 pm

· #127571
אלעס איז רעלאטיוו. מצד אחד איז מען דן צו מ'האט א רעכט צו טוישן א היט ממסורת אבות און פון די אנדערע זייט איז מען משבח ווען מ'לאנדעט מיט הארטמאן (און מ'באהאלט גיט דאס וואס מ'טאר נישט זאגן הויעך).

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג יוני 24, 2013 11:22 pm

· #127588
יואליש
אלעס איז רעלאטיוו. מצד אחד איז מען דן צו מ'האט א רעכט צו טוישן א היט ממסורת אבות און פון די אנדערע זייט איז מען משבח ווען מ'לאנדעט מיט הארטמאן (און מ'באהאלט גיט דאס וואס מ'טאר נישט זאגן הויעך).

אז צוויי אנדערע מענטשען האבן צוויי אנדערע מיינונגען איז עס רעלאטיוו?
ווי איך האב געשריבן אויבן.
כלומר, געוויסע וועלן זאגען אז ער איז אראפ פון וועג, אבער אנדערע זעהן גאר אז ער איז ארויף אויפן וועג

מר כדאית ליה, ומר כדאית ליה.

יואליש » מאנטאג יוני 24, 2013 11:32 pm

· #127593
דאס זאג איך, כמאמר החכם Heraclitus, די וועג ארויף איז די וועג אראפ.
בלאט: 1 2