☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ישיבת מהר"ת, גראַדזשאַוויישאַן

ישיבת מהר"ת, גראַדזשאַוויישאַן

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3711

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 6:01 pm

· #112806
ישיבת מהר"ת, גראַדזשאַוויישאַן
אין די צייט וואס מוסדות בית רחל אוהל אלטא פיגא ד'סאטמאר, בארא פארק, פייערט זייער "ערשטע יערליכע" דינער לטובת די וויכטיגע מיידל שולע, ווערט מיט פרייד געפייערט ינאָגעראַל גראַדזשאַוויישאַן צערעמאָניע, פאר דריי תלמידות מצטיינות, וואס ווערן מוסמך לדין ולהורות כדת של תורה מסיני.

ישיבת מהר"ת געפונט זיך אינעם זעלבען בנין ווי ישיבת חובבי תורה

פאר מער דעטאלען, זמן און מקום, און א שטיקל ביאוגרפיה אויף די מצטיינות, זעה דא.
זהירות (בילדער פון תלמידי חכמות)
משרה (אמנו) עד שרה (שנירער) לא היתה כזה צרה.. זיי שטייגן איבער 70 פראצענט פון אונזערע לאקאלע רבנים וואס האבן ניטאמאל קיין סמיכה!

דבילה » דינסטאג מאי 7, 2013 6:09 pm

· #112811
שיין. וואו שרייב איך איין מיינע זיסע מיידלעך?

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 6:17 pm

· #112815
איך פארשטיי אז דו זוכסט א מוסד ווי מ'לייגט א דגוש אויף אויסצווואקסען פרומער ווי די באבע'ס, איז אזוי, מוסדות בית רחל, לעת כזאת זענען זיי סטאנצירט אין די מולטי-קולטור בילדינג, אויף 45/15 ווי באבוב השני, מיט סאטמאר השני זענען ביידע נהנה פון די בית יעקב מיידל שולע תנועה. - דאס אלעס מיט די תנאי פון נישט מטלטל זיין שבת גם במקום שיש עירוב כתקנת חז"ל. כידוע לכל עובר ושב.

אגב, אויב האט איינער די הזמנה וואס זיי האבן ארום געשיקט (בעסער ווי די פארשאלטע מוסדות וואס ניצן מיין טעלעפאון אן רשות - קיין פעני וועל 'ך נישט זיי געבען), די קארטל פון די מתנות און גורלות, זאל דאס ביטע אהערשטעלן, ס'דארף א מגיה 911.

אבער לאמיר נישט פארדרייען די שמועס, ארום די שמחת התורה.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 7, 2013 6:58 pm

· #112827
קודם פארוואס עפעס חובבי, עס פאסט זיך ענדערש חובבות.

נאכדעם, ווי זעסטו עפעס וועגן דעם בית יעקב בנין, איך זע עפעס אן אדרעס אין ריווערדעיל.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 7:25 pm

· #112830
שוין מתוקן די מיספארשטענדעניש.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 7, 2013 7:36 pm

· #112834
יישר כח

פרענטש וואנילע » דינסטאג מאי 7, 2013 7:38 pm

· #112835
אז די הינט בילען איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען..

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 7, 2013 8:07 pm

· #112842
לאמיר מאכן א גענעראל פארזאמלונג.
איך שטום פאר אבבי.
די גמ' זאגט דאך שוין טוב יותר המלבן שניים כו'.

משה געציל » דינסטאג מאי 7, 2013 11:00 pm

· #112872
נישט לאנג צוריק האב מיר געלערענט אינעם דף היומי איבער ברוריה די ווייב פון רבי מאיר'ן, אוי איז דאס געווען א פרוי!
ברוריה אשכחתיה לההוא תלמידא דהוה קא גריס בלחישה, בטשה ביה! אמרה ליה: לא כך כתוב וכו' (עירובין דף נ"ג: נ"ד.)

ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 7, 2013 11:54 pm

· #112883
משה געציל
נישט לאנג צוריק האב מיר געלערענט אינעם דף היומי איבער ברוריה די ווייב פון רבי מאיר'ן, אוי איז דאס געווען א פרוי!
ברוריה אשכחתיה לההוא תלמידא דהוה קא גריס בלחישה, בטשה ביה! אמרה ליה: לא כך כתוב וכו' (עירובין דף נ"ג: נ"ד.)

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3700">viewtopic.php?f=13&t=3700</a><!-- l -->

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 10:22 am

· #112985
פרענטש וואנילע
אז די הונט בילען איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען...

אריין אין "אויסגעדראשענע אשכול".

פרענטש וואנילע » מיטוואך מאי 8, 2013 10:26 am

· #112986
משה געציל
נישט לאנג צוריק האב מיר געלערענט אינעם דף היומי איבער ברוריה די ווייב פון רבי מאיר'ן, אוי איז דאס געווען א פרוי!
ברוריה אשכחתיה לההוא תלמידא דהוה קא גריס בלחישה, בטשה ביה! אמרה ליה: לא כך כתוב וכו' (עירובין דף נ"ג: נ"ד.)


אה, אין דף היומי שטייט עס אויך? איך האב געזעהן די זעלבע זאך אין גמרא..

פרענטש וואנילע » מיטוואך מאי 8, 2013 10:28 am

· #112988
קאווע טרינקער
פרענטש וואנילע
אז די הונט בילען איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען...

אריין אין "אויסגעדראשענע אשכול".


אזוי רעדסטו אויפ'ן געליבטען ראש הקהל זכרונו לברכה? דאס איז געוועזען איינע פון ר' סענדער'ס מערערע באנוצטע פראזען, טאקע אין אזעלכע אין ענדליכע אומשטענדען..

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 10:30 am

· #112989
ראש הקהל? וועלכע קהילה?
ווער איז ר' סענדער?

פרענטש וואנילע » מיטוואך מאי 8, 2013 10:33 am

· #112990
קאווע טרינקער
ראש הקהל? וועלכע קהילה?
ווער איז ר' סענדער?


אנטשולדיגט, פון אייער פתיחת האשכול האט אויסגעזעהן אז איר זענט פון די פארווייטאגטע געוועזענע סאטמארע, קוקט אויס איך האב זיך טועה געגעסען.. אין סאטמאר איז געוועזען א חשוב'ער ראש הקהל וואס האט געהייסען ר' סענדער דייטש ז"ל, א גוטער רעדנער און זאפטיגער שרייבער, פרעג דיך נאך ביי די סאטמארער חסידים זיי וועלען דיר קענען געבען מער אינפארמאציע.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 10:44 am

· #112991
ייש"כ איך וועל זיך נאכפרעגען.

סתם אזוי, איעצך, אז דא דרייען זיך אידן וואס זענען לאו דוקא אזוי באקאנט ווער סתם "ראש הקהל זכרונו לברכה" איז (בד"וו, אונזער ראשעקעל, לעבט און לאכט), אדער ווער סתם "ר' סענדער" איז (אפשר במקום מלכותך, אין צימעס איז דר'עולם יא באקאנט), ע"כ איז כדי צו רעדן אביסעל קלאר.

בד"וו, איר קענט סאטמארע וואס זענען נישט פארווייטאגט? איך נישט. אדער קרעצען זיי אויף ר' צבי מאיר זילבערבערג ווייל ער רעדט נישט קנאות אזויווי דר'רבי האט; אדער אויף ר' טודרוס זילבער ווייל ער רעדט יא קנאות, ד.ה. נאכגמאכט דעם רבי'ן; דערנאך בלוטיגען זיי אויף די "היינטיגע רבי'ס" ל"ע (וואס זיי אליינס האבן געקרוינט פון די סארט אין תש"מ); א.א.וו. וכל המרבה לבכות ולמחות הרי זה משובח ו"מקורב". פוי.

פרענטש וואנילע » מיטוואך מאי 8, 2013 10:54 am

· #112994
אנטשולדיגט, איך זעה אז איך זיך נישט טועה געוועזען, אכן, דו ביסט טאקע יא פון די געוועזענע און פארווייטאגטע, לאמיך דיר נישט צוגיסען זאלץ אויף די אפענע וואונדען, כ'על עס לאזען ביי דעם.

ביי די וועי, וואס איז דאס צימעס?

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 11:01 am

· #112995
/
📎 Capture.PNG

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 18, 2013 2:00 pm

· #125884
<a class="postlink" href="http://www.ustream.tv/channel/yeshivat-maharat-graduation">http://www.ustream.tv/channel/yeshivat- ... graduation</a>

שמעו וראו

איך אויך » דינסטאג יוני 18, 2013 9:01 pm

· #126071
די עקשאן הייבט זיך אן ביי 23:00 (שירת נשים).
לכאורה א שלמה'לה ניין?
ביי 52:40 איז דא נאך שירת נשים.

קינות גירושין » דינסטאג יוני 18, 2013 9:18 pm

· #126085
יא סאיז ר שלמה
משוגע צו ווערען
איין זאך נאר כוואלט ווען געוואלט זעהן די היתר צו זינגען מענער און פרויען צוזאמען (53:30)
אה סאיז מסתם נאר אזוי געזאגט א ברכה צוזאמען און אביסעל אינטער געברימט, פארוואס האב איך געדארפט געבוירען ווערן אין ראדני סטריט?

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 19, 2013 5:48 pm

· #126410
איך האב אנגעהויבן דעם אשכול:
קאווע טרינקער
אין די צייט וואס מוסדות בית רחל אוהל אלטא פיגא ד'סאטמאר, בארא פארק, פייערט זייער "ערשטע יערליכע" דינער לטובת די וויכטיגע מיידל שולע, ווערט מיט פרייד געפייערט ינאָגעראַל גראַדזשאַוויישאַן צערעמאָניע, פאר דריי תלמידות מצטיינות, וואס ווערן מוסמך לדין ולהורות כדת של תורה מסיני.

יעצט ליין איך דא:
בשעה שהחוויה היהודית בישראל מסתכמת בתחרות בין קללות רחוב מתוצרת הרב עובדיה יוסף לבין התחרדות של זרמים שהיו פעם דתיים-ממלכתיים, ובשעה שרבנים מכל הזרמים האורתודוקסיים מצטרפים להילולה של "קול באישה ערווה", בקהילה היהודית בארצות הברית הכיוון הפוך. - שלשום התקיים אירוע בניו יורק שהוא בבחינת פריצת דרך. משק כנפי ההיסטוריה, אמר הרב ג'פרי פוקס, ולא היה רחוק מהאמת. זה היה טקס הסיום של המחזור הראשון של ישיבת מהר"ת (מנהיגה הלכתית רוחנית תורנית), ישיבה לנשים

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 14, 2015 2:30 am

· #282433
<a class="postlink" href="http://www.yeshivatmaharat.org/graduation-2015">http://www.yeshivatmaharat.org/graduation-2015</a>
לינק פאר די וואס ווילן מיטהאלטן לעבעדיג דעם מארגענדיגען מעמד.

דענקער » זונטאג יוני 14, 2015 9:51 pm

· #282633
איך האב געהאט די כבוד צו אנטיילנעמען אין די געהויבענע מעמד לכבודה של תורה פאר מיינס א באקאנטע וואס האט גראדואירט.

אט איז א תפילה וואס איינע פון די מוסמכות האט מחבר געווען לכבוד איר ווערן מוסמך. מערקט די אהבת התורה און געטריישאפט צו הלכה'שע ווערדן וואס זי דריקט אויס.
📎 rps20150614_214931.jpg

געוואלדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 11:47 am

· #282737
דענקער
מערקט די אהבת התורה און געטריישאפט צו הלכה'שע ווערדן וואס זי דריקט אויס.


סארי, איך מערק נאר אן די אהבת הסמיכה און געטריישאפט צו כוחא דהיתרא עדיף.