היינט איז געוועהן די געבורטס טאג פון קארל מארקס.. וועל איך אנהויבן מיט זיינס א מאמר...
"Unfettered capitalism is a revolutionary force that consumes greater and greater numbers of human lives until it finally consumes itself."
אויף ע"ט: אומבאצוימטע קאפיטאליזם איז א רעוואלוציאנער מאכט וואס נעמט איין מער און מער מענטשליכע לעבנס ביז עס נעמט זיך זעלבסט איין. ס'הייסט אז דאס דארשט פון יש לו מנה רוצה מאתיים גייט אזוי ווייט אז דער קאפיטאליסט איז גרייט חרוב צו מאכן די וועלט (מיט זיך אינאיינעם) אבי ער קען היינט מאכן א דאלער.
ריטייערד פעד טשערמאן עלען גרינספען האט נאך די בענק צוזאמפאל אין 2007 עדות געזאגט אין קאנגרעס אז ער האט נישט געחלום'ט אז א באנק זאל בידים טוהן אזעליכע זאכן (וואס האבן צוגעפירט צום קראך) קעגן זייערע אייגענע אינטערעסן. א שאד טאקע אז דער פעד טשערמאן האט קיינמאל נישט געליינט מארקס'ן (כאטש אויף צו וויסן וואס די קריטיקירער פון קאפיטאליזם האבן צו פארקויפן). דאס פאר זיך איז א לענגערן שמועס, עמער עס אבער לאזן אויף אן אנדערס מאל.. אלזא, צוריק צו די רבנים...
די רבנים היינט קען מען פארשטיין בגזירה שוה פון די באנקירער. למעשה איז א רביסטעווע א ביזנעס... (מ'קען דא רעדן אפן, יא?) ממילא קען מען פארשטיין פארוואס אפילו די קלוגערע פון די רבנים זאלן האבן אזא קורצן בליק זיך אליין בידים אוועק-צו-הארגענען אבי צו קענען מאכן נאך א דאלאר. פונקט ווי מארקס האט געזאגט אין 1840,"אומבאצוימטע קאפיטאליזם (ליין רבנות/רביסטעווע) איז א רעוואלוציאנער מאכט וואס נעמט איין מער און מער מענטשליכע לעבנס ביז עס נעמט זיך זעלבסט איין." אנשטאט איינזעהן אז דאס גאנצע טיטאניק זינקט, זענען זיי פארנומען זיכער מאכן אז די פאסאשזירן אהן ערשטן קלאס בילעטן זאל זיך נישט דרייען ביי די קארטן טישלעך.
צו די וואס וועלן טענה'ן פארקערט אז די דבנים האבן יא איינפלוס און כוח, (פארשטייט זיך אז געוויסע רבישע עלעמענטן וואס דרייען זיך דא וועלן פראבירן אזוי צו טענה'ן) לאמיר דורך טוהן די זאך.
די רביסטעווע ביזנעס איז געבויט אויף'ן יסוד אז דער חסיד גלייבט אז:
* דער רבי איז הייליג/ערליך/ער האט רוח הקודש/סייעתא דשמיא וואטעווער * דער רבי מיינט מיין זיין טובה/לשם שמים * דער רבי ווייסט וואס ער רעדט * אהן דעם רבי'ן בין איך א פארלוירענער
נו, זאגט איר מיר, וועליכע פון די פיר פונקטן ווערן ביים המון נישט שוואכער פון טאג צו טאג? טראכט אריין וויפיל שטערקער דער עולם האט געגלייבט די פיר פונקטן פאר 20 יאר צוריק. ליידער האט יעדער פערזענליכע פארווייטיגטע פרשיות צו פארציילן אויף דעם רב, יענעם בנש"ק,, יעדער ווייסט גוט פון די קאראפציע פון אויבן אראפ אין כמעט יעדן מוסד, קהילה, רביסטעווע,, יעדער קען צייגן זיינע אפענע וואונדן בגוף ונפש וואס ער האט געליטן ביי די הענט פון די קורצזיכטיגע רבנים, וואס נעמען איין מער און מער מענטשליכע לעבנס ביז ווי מיר האלטן היינט, זיי נעמען זיך זעלבסט איין.
איך כאפ נישט די צושטעל צו רבנים. אבער צוויי קליינע הערות צום ערשטע טייל.
1) גרינשפאן איז טאקע נישט געווען א געשליפענע באנקירער, ער האט נישט געכאפט אז די באנקירער האבן גוועט זייער אקטן און שריט אז די רעגירונג וועט זיי אויסבעילן, והכל על מקומו יבא בשלום. וכך הווה.
איך כאפ נישט די צושטעל צו רבנים. אבער צוויי קליינע הערות צום ערשטע טייל.
דער צושטעל ארבעט פיין. פונקט ווי די בענק האבן געקענט נעמען קאטאסטראפישע שריטן אפילו ווען ס'איז געוועהן קלאר אז דאס זייפן בלאז גייט מוזן פלאצן, אזוי אויך רבנים האבן זיך גענומען פארקויפן לופט אפילו יעדער זעהט דערין זייער פארשוועכונג און צוקומפטיגער אונטערגאנג (די יו. עס. טרעשזורי וועט זיי נישט אויסבעילן).
הוגה
1) גרינשפאן איז טאקע נישט געווען א געשליפענע באנקירער, ער האט נישט געכאפט אז די באנקירער האבן גוועט זייער אקטן און שריט אז די רעגירונג וועט זיי אויסבעילן, והכל על מקומו יבא בשלום. וכך הווה.
קאמוניזם אין רוסלאנד איז געפאלן משום כמה סיבות, טאקע וועגן דעם פרט וואס דו ברענגסט ארויס אבער נאך מער, די רוסן האבן איינגעפירט א סיסטעם וואו ס׳האט זיך געלוינט צו מסרן דעם שכן על לא דבר, ועוד דברים כאלה. ממילא האט דאס געשאפן געשפאנטע און אהנגעצויגענע באציאונגען צווישן די בירגער און ס׳האט חרוב געמאכט דעם סענס אוו קאמיוניטי (דער ווארט קאמיוניזם קומט פונעם שורש קאמיוניטי). למעשה האבן די קאמיוניסטן אין רוסלאנד פאראורזאכט פונקט דאס היפך פון קאמיוניטי. שטעלט אייך פאר ווען איר דארפט לעבן אין אזא סיסטעם גאט אין הימל שומו שמים!
דאס אז מענטשן האבן נישט קיין אינצענטיוו צו ארבייטן, דאס זעהט מען דא אויך. ווען נישט קאווע שטיבל און די וואטסעפפ גרופס וואלט דער עולם פון זינען אראפ שנעלער וואו מ׳קען זאגן שלום עליך פאפע רבי.
איך ווייס וואס ס'איז פארגעגאנגען אין רוסלאנד , איך באציה זיך צום עצם איידיע פון קאמוניזם צי ס'האט אפילו א טשענס צי סוקסידען קעגען קאפאטאליזם ווען יענע האבן א דרייו קראפט צו גיין מחיל אל חיל ווייל ער געניסט דערפון בשעת דער מארקסיסט האט נישט דעם אינסענטיוו. און אפשר קענסטו טאקע מסביר זיין די פענעמענאן פארוואס ביי די קאמוניסטשע מדינות איז עס ביי אלע געגאנגען ביינאזאם מיט אינטערדרוקן דעם אלגעמיינע ציבור??
איך ווייס וואס ס'איז פארגעגאנגען און רוסלאנד איך באצי זיך צום עצם איידיע פון קאמעניזום צי סהאט אפילו א טשענס צי סוקסידען קעגען קאפאטאליזום ווען יענע האבן א דרייו קראפט צי גיין מחיל אל חיל ווייל ער געניסט דערפון בשעת דער מארקסיסט האט נישט דעם אינסענטיוו. און אפשר קענסטי טאקע מסביר זיין די פענעמענאן פארוואס ביי די קאמעניסטשע מדינות איז עס ביי אלע געגאנגען ביינזאם מיט אינטערדריקן דעם אלגעמיינע ציבור??
יידישקייט איז נישט אפגעפרעגט ווייל כת ש״ץ איז דורכגעפאלען. ריכטיג קאמיוניזם מיינט אז יעדער אין די commune האט א גלייכע ווארט איבער די ווירשאפט פונעם קאמיוניטי. אין פראקטיק איז די סאוויעטישן סיסטעם געוועהן אסאך נענטער צו קאפיטאליזם ווי צו סאציאליזם.
איצט לאמיר דיר פרעגן א שאלה, וואס פאר א מין עקאנאמישן סיסטעם איז שמיטה (פאר׳ן פרוזבול), יובל, לקט, שכחה, פיאה, תרומות און מעשרות? אומבאצוימטע קאפיטאליזם איז עס זיכער נישט. קאפיטאליזם נעמט ארויס מענטשליכקייט און הארץ פונעם עקאנאמישן ווירטשאפט, און די אלע מצוות צייגט אונז אריינצולייגן הארץ, מענטשליכקייט, און קאמיוניטי אין אן אידיאלער יידישער געזעלשאפט.
זייער שיין אז דו געסט א "לייק" פאר שמיטה, יובל, לקט, שכחה און פיאה. און פאר די תורה בכלל. הקב"ה וועט דיר שיקן א טהענקיו קארד.
יעצט צום עצם הענין. איך (אני הקטן) בין מחולק מיט פראפעסאר וואלף, וועלכער איז אזוי גוט מסביר מארקסיזם. איך האב א טעאריע וועלכע איך וועל אנרופן "באלאגאל''יזם". איך קוק אן קאפיטאליזם ווי א שותפות. דער ארבייטער און דער פאבריקאנט זענען שותפים. דער ארבייטער קען נישט קויפן די אלע מאשינען און אהערשטעלן א פאבריק, וואו דער סורפלוס (איבערפלוס) ווערט פראדוצירט. דאס שטעלט צו די קארפארעישן. ממילא זענען זיי שותפים. דאס איז די עקאנאמישע טעאריע פון "באלאגאל''יזם" אין קורצן.
דו האסט דאס געזאגט? הייסט די גאנצע רבי'סטעווע איז נישט מער ווי א "שמור לי ואשמור לך" ביזנעס? און פאר דיין קינד זאגסטו נישט, אקעגן חז"ל פון אין אדם מוריש שקר לבניו??
כ'האב געוואוסט אז ס'איז א עולם השקר, אבער ביז א גבול!
און נאך מער. מילא דיין קינד ווילסטו איינרעדן... אבער ווען דו ווילסט זיך מזכיר זיין פאר אן אמת'ן ערליכן איד ערב די ימים נוראים כדי זוכה צו זיין צו א גוט געבענטשט יאר, גייסטו צו דעם שפילער מיט א קוויטל, און מ'שטייט אין די רייע שעות זיך צו "געזעגענען"... טאקע?
וואס פאלט אייך ביי איך מיין דער מודעל פון ר' מלכיאל קאטלער? (גראדע איז ער בכלל נישט קיין רבי אין קיין שום זין פון דער ווארט, די גדולים אין ארץ ישראל טאקע יא).
בכל אופן, איך שמעק שוין דא צופיל צימעס, לאז איך זיך ארויס פון דער דעבאטע דא.
א רבי איז א רבי ווייל זיין טאטע אדער פעטער איז געוועין א רבי, איך קלער אז די רבי איז פינקט אזוי אין צרות ווי די המון עם, די המון עם אויב ציווילצעך עים למשל א קיגל אדער א פיצע אדער סתם אזוי אן איבריגע רעיפטל פעינעץ, וואס טיט ער גייט צים נעינסטען געשעפט האנדעלט, מאכט א ברכה מיט כוונה, עסט אין געגאנגען, משא"כ א רבי אויב תאוועט ער אויף עפעס אן אכילה גסה איז ער אין געבראטענע צרות, קענט עץ זיך פארשטעלען וואס דער רבי טראכט ווען דער עולם קיקט עם אריין אין די פיש טעלער אין ער מיז טיילן שרייעם, אין א צייט וואס ער גליסט אויף נאך איין בייס אין שוין, אין ער מיזעך אנהאלטען מיט אייזערנע, איך האלט ווען קיינער קיקט נישט האקצעך דער רבי קאף אין די וואנט מיט ביטערע יללות או לאמי שילדתי, אפשר דאך איז דא א וועיג ארויס, בקיצר איך בין זיי גארנישט מקנה, איך מיין זיי זענען נאך אלעמען אינז מקנה אויף א שוידערליכען פארנעם.
דער בראך הייבט זיך אן ווען מ'נעמט א בשר ודם און מ'פארגעטערט איהם. אפילו זיין טאטע איז געווען אן עובד ה' און אן איש אמת. כל שכן ווען ער שטאמט נאך מגזע היחוס. און האט געהאט גרויסע זיידעס. אבער ווען מ'הייבט אן רודפ'ן יחידים אין נאמען פון רעבי'ן און אין נאמען פון חסידות, און דער רבי איז מקיים דעם "מדשתקו רבנן... דאס פירט צו א חורבן און יאוש אין די אייגענע רייען. דאס בויעט התנגדות. וביום פקודה רעכנט מען זיך אפ.