יפה דיברת, הרב בדחן. די פראבלעם פלעגט זיין אן אלגעמיינע געזעלשאפטליכע פראבלעם. ס'שטאמט פון עגא וואס איז משחד עיני חכמים. אבער די ציוויליזירטע וועלט האט אין די לעצטע דרייסיג יאר געמאכט אסך פארשריט, סיי צוליב די מציאות פון הויכע ראטע פון גיטין, וואס האט געמאכט די מצב א "וועי אף לייף," און סיי צוליב די פארשריט אין פסיכילאגיע אין פארשטיין די הארבע אפעקטס אויף קינדער. טיטשערס, סקול דיסטריקס און די געריכט סיסטעם אין די דרויסענדיגע וועלט זענען זייער באוויסטזיניג פון די אלע שטודיעס און זענען זייער גרייט צו באהאנדלן קינדער און מחנך זיין עלטערן איבער די טובה פון די קינדער.
מיר זענען נאך צוריקגעבליבן אין דעם הינזיכט. רוב ציבור פארשטייט נישט די עומק הדברים, די וואונדן וואס א גט קען איבערלאזן אויף קינדער אויב האט מען נישט דאס ריכטיגע צוגאנג, און ווער רעדט נאך אויב קינדער זענען אויסגעשטעלט צו אפי' מילדע און אומדירעקטע שטרייטן צווישן זייער צוויי באליבטסטע און נאנטסטע פערזאנען אין זייער לעבן. ווער רעדט נאך אויב די שטרייטן ווערן מלובש אין זשיהאד, א מלחמה פאר גאט ברוך הוא'ס וועגן, דאן פיגורירט בכלל נישט אין חשבון דאס קינדער'ס פסיכילאגישע קורץ און לאנג טערמיניגע געזונטהייט. די מצב איז אבער פארט בעסער היינטצוטאגס, אפי' ביי אונז. די פאקט אז די גאווערענמענט גיט געלט פאר פראפעסיאנאלע טערעפיסטן, האט עטוואס פארבעסערט דעם מצב. ווי נישט ווי, הגם די קיצונים פארפירן פון צייט צו צייט, רייסט זיך אריין די פירצה פון מאדערענע שטודיע-באזירטע פסיכילאגיע. און ס'איז צום האפן אז צוביסלעך וועט ווערן אן עולם התיקון.
לגבי דעם עצם ענין, כ'קען נישט יעצט מאריך זיין, אבער די שפיץ פון מאדערענע ריסורטש איז אזוי: ס'איז א פאקט אז הויכע פראצענט פון קינדער פון צושיידטע שטובער ליידן פון קורץ און לאנג טערמיניגע אפעקטס. כ'האב אמאל געזעהן א שטודיע אויף חרידישע געזעלשאפט אז גאר א הויכע פראצענט פון "טינס עט ריסק" האבן די ווארצלן אין צוריסענע שטובער.
אבער די סטאטיסטיקס ווייזן נאך עפעס וואס איז אפשר נישט אזוי באקאנט: די אפעקסט זענען לאו דוקא אפעקסט פון דאס עצם זיך צושיידן. דאס זענען אפעקטס פון די קינדער זיין אויסגעשטעלט צו שטרייטן. נאר וויבאלד, נאטורליך, דארט ווי ס'איז דא א גט (רויעך) איז דא קריגערייען (פייער), פארבינדט מען די חרבנות וואס דאס לאזט איבער אויף די קינדער מיט די זעהבארע רויעך.
אין אנדערע ווערטער, א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב ווי ס'איז דא שטארקע אנגייענדיגע דיפערענצן צווישן די עלטערן, ווער רעדט נאך ווי ס'איז דא ממש קאלטע אדער הייסע שלאכטן, וועט ליידן פון די אויבענדערמאנטע אפעקטן. א קינד שפירט די אלע זאכן אינסטינקטיוולי און ס'גראבט זיך אריין צו סאמען יסוד פון זיין זעלבסזיכערהייט און מנוחה און שאדט פאר זיין דעוועלעפמענט. משא"כ א קינד וואס וואקסט אויף מיט עלטערן וואס לעבן אין צוויי הייזער און פארטראגן זיך פון דערווייטענס (דאס הייסט מ'רעספעקטירט אין די אויגן פון די קינדער די אנדערע צד, מ'צוקלאפט נישט דאס קינד'ס נאטירליכע און דארשטיגע געפיל צו זעהן זיין מאמע און זיין טאטע רעספעקטירט) איז נישט אויסגעשטעלט צו די אויבענדערמאנטע סטאטיסטיקס אויף אזא פארנעם. כללו של דבר, נישט א גט הרג'ט דאס קינד, נאר די קאמף, שטיל אדער הויעך, ארום דעם. און הוא הדין איז מיט שטובער ווי ס'איז נישט דא א גט.
כ'האב מקצר געווען, אבער ס'איז דא פיל גיטע ביכער וואס שיינען א ליכט אויף די קאמפלעצירטע אישו. איינס וואס קימט יעצט אין געדאנק איז:
Helping Children Cope with Divorceדער אייבישטער זאל העלפן אז פאר די טובה פון די קינדער זאל מען אנהייבן זיך באניצען מיט די מתנה פון אויבן: פסיכילאגישע געפינסן און דאס מערסטע פארגעשריטענע פארשטאנד איבער די קאמפליצירטע נושא פון קינדער דעוועלעפמענט און די אפעקטן פון טראומא - און זיך באניצן דערמיט אפי' ווען ס'איז נישט באקוועם פארן עגא. וויסענשאפט בכלל, און סאציאלע וויסענשאפט בפרט, איז אן אנייענדיגע פארשונג פראיעקט, און קיינער זאגט נישט אז מיר פארשטייען אלעס און האבן די שליסל צו לייזן אלע פראבלעמען. אבער פארט שטייען מיר בעסער היינט פון סיי ווען אין דעם עבר אין פארשטיין געוויסע געזעלשאפטליכע פלאגענישען. ס'איז אן עון פלילי דאס צו איגנארירן צוליב אראגאנץ.