☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן

קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3007
בלאט: 1 2 3

קינות גירושין » מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:42 am

· #89114
קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן
קינות גירושין......

די רעזולטאטן פון סיסטעמאטישער ליבשאפט


ימי הבחרות


מיין זיידע און באבע האבן זיך געטראפן אין א באר,
און איך מיט א טמא'נע קדושה דארף מאכן החלטות.

מ'האט מיר צוזאם געשטעלט,
אין ווייניגער פון כדי שיעור חימוץ געכאפט א בליק.

מיינע עלטערן מיט זייער תמימות געמאכט פאר מיר החלטות,
און פאר מיינע נאטירליכע געפילן נישט געגעבן קיין פתח,
מ'האט נישט געגעבן צייט פאר די צוויי פייגלעך צו זען אויב זיי האבן בכלל א שפראך.

די יסודות פון ליבשאפט איז אוועקגעשטעלט דורך טייטלבוים און שעהר,
און אז ביי זיווג דארף מען אינזין האבן העכערע זאכן.

א פרוי האב איך גענומען,
ווען איך האב נאכנישט געוואוסט פשוט פשט אינעם פסוק "שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה".

די שדכנות סיסטעם: מצאינו השומרים הססבים בעיר את שאהבה נפשי ראיתם?
און ס'איז נישט מקיום געווארן די שעברתי מהם עד שמצאתי.

על משכבי בלילות בקשתי, את שאהבה נפשי ולא מצאתי...
ווייל ביי דער געזעלשאפט וואו ס'איז פארהייליגט דעם השבעתי אתכם בנות ירושלים,
האט מען מיך אויך באווארענט מיט דעם "אם תעירו ואם תעוררי את האהבה עד שתחפץ".

די רבי'ס דרייען זיך ארום מיט די שישים גיבורים סביב לה מלומדי מלחמה,
און נאכדעם קומען זיי נעמען רבי געלט ווען ס'איז דער יום חתונתו ויום שמחת לבו.

ימי נשואין


א בן תורה וויל א יעדער האבן,
אבער צו קליידונג, וועלכער ס'איז די בעסטע ברענד פארשטייען זיי גוט.

אלס אינגערמאן ווען ס'איז נאך נישטא קיין לחם לאכול,
האב איך זיך שוין אנגע'חוב'עט פאר די אידן אין ארגענטינע און תימן.
און איך בין שוין געווען איבער גליקליך,
ווייל איך פארשטיי די וויכטיקייט פונעם פסוק "עורי צפון ובאי תימן".

יעקב האט געארבעט פאר לבן 7 יאר און באקומען רחל,
איך האב געארבעט פאר דאס ווייבעלע און באקומען דאס פארקערטע.

כאטש מאטעריאל מאכט נישט צופרידן א מענטש,
ווייל דו האסט געבעטן - האב איך דיר געגעבן,
תורי זהב מיט נקודת הכסף, דו האסט געהאט פון אלעם בעסטן,
קורות בתינו ארזים, רהיטנו ברותים.

שלשה שאינם רואין פני גיהנום איז ביי מיר מקוים געווארן.

דער עסקן גיט עצות - האב נאך קינדער ס'וועט ברענגען מזל און ברכה,
אביסל חכמת החיים האט ער נישט געקענט געבן,
ווייל ביי אים אינדערהיים איז די אביוז אויפן העכסטן פארנעם

ווייניג זענען די מענטשן צו וועם איך קען מיין הארץ אויסגיסן,
ווייל די פאר אומזיסט - איז א מענטש'ס כבוד גארנישט ווערט,
און די אחריות'דיגע - זענען גאר טייער.

אונזערע פרויען: פוץ אויף די גאס און שמוץ אין שטוב.
די פרויען אין גאס גייען באשמירט, מור ואהלות און כל ראשי בשמים.
דאס עקל פונעם שיינקייט: הערליך אויפן פנים און גרויל פון דאס הארץ.

דאס גט


די שוועסטערס האבען זיך אריינגעמישט איר נישט פארגינען,
אז זי ווערט געפירט אויף א גאלדענע טאץ, יעצט זאלט איר באצאלן שאירה וכסותה.

דער שוואגער: מיט וואספארא רעכט האסטו איר גע'עצה'ט אז זי זאל זיך מיט מיר נישט פאראיינצוגן?
זינט ווען ביסטו מיר א מבין?
ביי דיר ליבשאפט מיינט נאר פרעסן שלום בית קוגל,
און דו פארשטייסט אז דא איז א מלחמת אש קודש?

נאנטע משפחה מיטגלידער זאגן זיי ווילן מיך העלפן,
ווען אין תוך זענען זיי די גרמה בנזקין.

זיך פאר איר גע'הרג'עט צו געווינען ליבשאפט,
און יעצט לאזט זי נישט מיינע קינדער רעדן צו מיר.

א ים מיט רשעות מיר אויסגעטיילט ווען ס'איז נאר געווען שייך,
און היינט זינגסטו אין די גאסן אז א שלעכטער מאן איז ער געווען, דער חי'.

ותזנח משלום נפשי, נשיתי טובה


טעראפיסט: דו נבלה ברשות המלכות, מיט דיין כח ביסטו מסייע ידי עוברי עבירה,
שרייבסט רעפארטס אז מיין מיידל וויל נישט צו מיך קומען,
ווען דו באקומסט באצאלט צו מאכן דעם והשיב לב בנים על אבותם.
ובכן בכה בכא רב והרב

מיט דיין חכמה האסטו מיר כיטרעדיג מרמז געווען,
אויב געסטו נישט נאך אויף דיינע באזוכן-רעכטן וועט קומען אויף דיר ימי סוהר.
ותרד עיני דמעה ואילילה ואנודה...

מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...

גוטע יועצים האבן געזאגט: געב נישט קיין "צוועלעווער" ווילאנג דו ביזט נישט פארזיכערט מיט'ן עתיד,
איך האב גע'טענה'ט אז זי קען אזא רשעות נישט טון,
פון ליבשאפט צו איר היפך, שוין אפאר מאל געהאט די פאליציאנטן ביי מיין טיר.

איך קען נישט קישן און ליבן מיין בת יחידה,
וויל איך האב מורא פון פארלירן "קאסטעדי" און דארפן שמאכטן יארן אין תפיסה.

מיין אדוואקאט זאגט מיר יעדן טאג טו די ריכטיגע שריט גיי אין געריכט,
איך האלט זיך צוריק ווייל איך וויל נישט טרעפן מיינע קינדער אין הויז פון די משוגעים.

מיט אירע העצישע רייד, כה אם תאכלנה נשים פרים, עוללי טפוחים...

מיין בן-יחיד: איך פלעג זיך מיט דיר יעדן טאג משתשע זיין דורך די תורה ,
און היינט קומסטו מיר זאגען גוט שבת איינמאל אין צוויי וואכן.
און דו זאגסט נאר איבער די סם וואס דיין מאמע האט אריינגעלייגט אין דיין אומשולדיג מח.

דו ביסט אינגאנצן אפאר גאסן אוועק פון מיר,
און דו לערנסט מיט א פריוואטן מלמד, ח"ו מיט דיין טאטן נישט האבן א קשר.

וויי פאר א זון וואס איז פארטריבן פון זיין טאטן,
בקירוב מקום ובריחוק הלב.

מיין בת-יחידה: נעכטן פלעגסטו מיר אזוי ליבליך איבערזאגן די פרשה,
און היינט ווייסטו נעבעך שוין ווי "פאני" דיין טאטע איז, און צוביסלעך טוישסטו דיין משפחה נאמען.

על זה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו...

אלע מתנות און צירונג וואס איך קויף דיר ווערט מיסטעריש פארלוירן,
דו קומסט מיר אייביג זאגן וואס פארא גוטער שטיף טאטע דו טוסט פארמאגן.
מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...


פיינע מענטשן ווילן נישט עובר זיין אויפן לפני עיור לא תיתן מכשול,
זענען מקיים דעם וכולן בלשון הרע.

שלעכט איז דער סיסטעם, ביטער זענען אירע מענטשן.

דו רשע: אין ביהמ"ד גיסטו מיר חיזוק,
אין מקווה בארעדסטו מיר מיט דער גרעסטער אכזריות,
דו מאכסט טיי-פארטיס פאר יתומים, און דו רעדסט מיר אפ שידוכים אין גרויסן,
גם איש שלומי אשר בטחתי בו, הגדיל עלי עקב...

מיט אייערע רייד גע'הרג'עט מענטשן,
מיין אינגל ווייסט שוין צו זאגן אז זיין טאטע איז א משוגענער.

דוד, דו האסט שוין מיינע צרות פאראויס געזען,
ירמי', דו האסט שוין אויף זיי געקלאגט.
הייתי שחוק לכל עמי, נגינתם כל היום...

איר האט מיר אוועקגענומען יעדע געלעגנהייט,
גן נעול אחותי כלה, גן נעול מעין חתום...

יעדער גט, א מחלוקה א פרשה, נישטא קיין נארמאלקייט און א סדר,
אין א געזעלשאפט וואס טוט זיך מיט צעפעזעלירן
בלה בשרי, ועורי שיבר עצמותי...

דיינים ווערן פון די פרוישע טרערן איבערגענומען,
און מיט'ן מדרש פון "כל המרחם על גרשתו" טוען זיי פסקים ארויסגעבן.

תשוקה אהבה


מיינע גוטע פריינט איר האט נישט די ווערטער מיך צו טרייסטן,
איך פארשטיי, ווייל וויאזוי צו רעדן האט מען אייך קיינמאל נישט געלערנט,
אבער מיין הארץ פילט עס.
אי״ה ביום שמחת לבי וועלן מיר טאנצן מיט אמאליגע כוחות,

חדש ימינו כקדם

מיינע פריינט איר זעט מיין צער אז איך קען נישט טרעפן מיין זיווג,
אנה הלך דודך היפה בנשים, אנה פנה דודך ונבקשנו עמך...

די נסיונות ברענען,שלעכטע חברים עצה׳ן, געב זיך נאך,
ששים המה מלכות, ושמונים המה מלכות, ושמונים המה פלגשים, ועלמות אין מספר.
אבער איך לאז מיין שכל גובר זיין, ווייל איך וויל אנקומען צו דעם,
אחת היא יונתי תמתי.

און יעצט איז נאך ליידער עיני נגרה ולא תדמה, מאין הפגון.

איך האב פארלוירען מיין אפציע פון קענען געווינען מיין באליבטע,
ווייל זי טרונקט די נייעס פון די שמוציגע מקוה וואסער.

דו דוד האסט סוכ"ס געווינען א פרוי וואס דיין הארץ האט געגליסט.

צו מיין ליבע: אל תראינו שאני שחרחרת, ששזפני השמש.

תשובה נחמה לימוד


סקומט מיר, ווייל אין מיין יוגנט האב איך אויף אנדערע גערעדט נישט גוט,
כי פשעי אני אדע, וחטתי נגדי תמיד.

איך בין אבער יא דאנקבאר אז איך בין געזונט,
און אז מיינע הערליכע קינדער זענען געזונט און קלוג,
און אז איר האט א שטארקע מאמע וואס קען ענק מחנך זיין.

ס'איז נישט דא קיין שלעכטס, וואס סאיז נישט דא אין דעם קיין גוטס.
ווען ס'וואלט נישט געווען קיין שלעכטס,
וואלטן מענטשן נישט געוואוסט ווי גוט ס'איז דאס גוטס.

וואלסט קיינמאל נישט געקלערט וואס יענער טראכט פון דיר,
ווען דו זאלסט וויסן ווי ווייניג יענער קלערט פון דיר.

מ'דארף זיך לערנען פונעם וועטער,
מ'האלט אים אין איין קריטיקירן און ער טוט ווייטער דאס זייניגע.

איך האב זיך אויך געלערנט: דו מעגסט און דארפסט זיין צווישן מענטשן,
דארפסט אבער נישט זיין איינע פון זיי.
יתן בעפר פיהו, אולי יש תקוה.

מיין גאט: יישר כוח פאר די נפשות'דיגע יסורים וואס דו געסט מיר פון ליבשאפט,
איך ווער מיט דעם אין דיר באהאפטן, א פאטש פון א פריינט איז זיס.

מיינע פיינט: יישר כח! איך האב יעצט געטראפן מיין רבי,
איך בין יעצט שטערקער פון אייך.
מיינע מעשים ווערן נישט געמאכט פון די גאס פרעשור,
נאר פון וואס מיין געטליכער שכל זעט פאר ריכטיג.

מיין חשיבות אין מיינע אויגן וואס מיינע מחנכים האבן געוואלט אוועקרויבן,
איז געוואקסן פי כמה, און מיין קאנפידענץ - כאשר יענו כן יפרוץ.

איך בין דער שטערקסטער,
ווייל איך שלאג זיך נישט מיט קיינעם.

איך בין א גיבור אן עושר א חכם, רפואה מתוך המכה.

איך קען זיך טאקע נישט אפגעבן מיט מיינע קינדער וואס זענען פארטריבן פון מיר,
האב איך יעצט צייט זיך צו שארפן מיינע טאלאנטן.

תשמיענו ששון ושמחה, תגלנה עצמות דכית...

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:08 am

· #89134
אינטערעסאנט, כ'האב נישט געזעהן דער ניק קינות גירושין אין די ליסטע פון די וואס האב אריינגעגעבן צום פארמעסט, קען זיין אז רוצה בעילום שמו האט געטוישט זיין ניק צו קינות גירושין..
הכלל, מען מאכט נישט קיין קינות אויף א גוטע זאך, קינות קלאגט מען אויף א שלעכטע זאך, ממילא זעהט אויס ווי איך האב שוין געשריבן ביי די אנאליזן אז מיין מוסר השכל פון די קינה איז אז עס לוינט זיך בכלל נישט די 12 שורות, עכ"פ נישט פאר מען איז מיליאן % זיכער אז עס איז נישטא קיין אלטערנאטיווע.

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:10 am

· #89136
קינות גירושין, וואס פאר א שווארצע רוח קען ליגען אונזער אזא נאמען,
קינות מלשון קונן, גירושין, אוי געוואלד!

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:14 am

· #89141
[ציטאט אראפגענומען]


ווי אזוי האט יענער געזאגט?
Take my advice, I am not using it

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:58 pm

· #89387
קינות גירושין
דא בין איך....

פרעגט רש"י הק' "מה ענין שמיטה אצל הר סיני"? וואו קומט קינות צו גירושין. אויך דער מדרש שוחר טוב פרעגט: מאי קינות. מזמור מיבעי?

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:33 am

· #89462
berlbalaguleh
קינות גירושין
דא בין איך....

פרעגט רש"י הק' "מה ענין שמיטה אצל הר סיני"? וואו קומט קינות צו גירושין. אויך דער מדרש שוחר טוב פרעגט: מאי קינות. מזמור מיבעי?

דא הייבט זיך אהן די סומאכטע קודם כל אפילו מזבח מוריד עליו דמעות, יעצט אמאל איז ההכרח לא יגונה..בקיצור אויף דעם איז דער כיוס כלל..אנטשולדיגס קינות גירושין דא..
איז לא דיך הערען..

ידען » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:07 am

· #89472
עפעס פעהלט דא?

מען טאר נישט אויסמעקען אויב מע האט שוין געלייגט א תגובה

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:39 pm

· #89556
קומט זיך א צובראכענע אינגערמאן, נאכען אפשרייבען זיינע צרות יגון ואנחה אין א שטיקל פאעזיע פארום. ס'איז אים נישט געגאנגען אזוי לייכט ביז ער האט מסכים געווען ארויסצוקומען אין די פאבליק. מאכט זיך א ניק, ווערט אנגענומען. והנה, מ'באפאלט אים מיט טענות און מענות! נעבאך.
ווילאנג ס'גייט דיר גוט
פארגיס נישט יענעמס בלוט
(קרעדיט: מיכאל שניצלער, טרעק 5).
לאמיר ווייסען א פנים-קבלת פאר אזא צובראכען איד וואס איז מלא כשרון אין מוח.

א גוטן ר' קינן, וואס מאכט איר, פארציילט וואס איר טוט, וואס מ'קען אייך העלפען.
וואס קענט איר מיט אונז מיטטיילען כדי מיר זאלן נישט זיין קיין צועק לשעבר.
וואספארא אינזיכטען זעהסטו א מקום וואס ברויך א תיקון?
רעד,
ביסט וועלקאם.

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:47 pm

· #89558
קאווע ממך ילמדו וכן יעשו!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:56 pm

· #89562
איך וואלט אים מכבד געווען מיט א קאווע און ראגעלע, אבער ס'איז א פאסט טאג.

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:11 pm

· #89567
שכוח חברה איך בין פשט מורעדיג פארנומען אין מיינע געשעפטן ,אזוי סבלייבט מיר קוים איבער צייט צו טראכטען צו איך וועל קענען זען מיינע קינדער די פורים ( זיי זענען נישט אין אויסלאנד , א פאר בלאקס אוועק פון ווי איך וואוין)
איך האב גער אסאך צו רעדן,
שכוח פאר יעדעם פארן ארויסווייזען ענקערע געפילען סהעלפט מיר אסאך wow קאווע די ביזט געוואלדיג עקסטער שכוח פאר דיר
,איך בין נישט סענסיטעוו יעדער זאל ביטע רעדן דא וואס ער טראכט איך וועל טרייען צו העלפען און ענטפערן וואס ענק ווילן אלס וויסען פוןמיר אלס א אינסיידער,איך וואלט נישט געזאגט אז מזאל זיך צוהערן צו הרב ברעסלאבער און אסאך אנדערע וואס זאגען אז סלוינט נישט א גט ווייל קוק ווי יענער לייד נעבעך, ווייל איך גלייב נישט פון אוועק לויפען פון א פראבלעם מדארף וויסען וויאזוי צו האנדלען דערמיט
איך גלייב אז מיט אונזערע די דיבוק חברים דא וועט קומען א טויש וואס ספעלט זיך אויס אין אונזער קאמיונעטע
ממי שכח פארן ציריק ציען פון דיין אומזיסטע חשד

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:24 pm

· #89573
איך זעה אז אסאך זענען געווארען בארירט פון די פאקט אז זיי זעהן וואס עס מאכט אויס וואס מבארעדט,אזוי ווי איך האב שוין געשריבען איך בין גארנישט אנדערשט פון יעדעם איך enjoy א לשון הרע פונקט ווי יעדע בשר ודם , באט איך קען יעצט זאגען עטץ האטץ נישט קיין השגה וואס דאס רייסט , ענד אטליסט איך בין געווארען א אנדערע מענטש , איך מעסט יעדע ווארט 100 מאל פאר סקומט ארויס פון מיין מויל

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:24 pm

· #89574
ברסלבער
אינטערעסאנט, כ'האב נישט געזעהן דער ניק קינות גירושין אין די ליסטע פון די וואס האב אריינגעגעבן צום פארמעסט, קען זיין אז רוצה בעילום שמו האט געטוישט זיין ניק צו קינות גירושין..
הכלל, מען מאכט נישט קיין קינות אויף א גוטע זאך, קינות קלאגט מען אויף א שלעכטע זאך, ממילא זעהט אויס ווי איך האב שוין געשריבן ביי די אנאליזן אז מיין מוסר השכל פון די קינה איז אז עס לוינט זיך בכלל נישט די 12 שורות, עכ"פ נישט פאר מען איז מיליאן % זיכער אז עס איז נישטא קיין אלטערנאטיווע.

אודאי, זיך גט'ן איז בכלל נישט קיין בא'טעמ'ט עסק, אבער אפטמאל איז דאס דער שליסל צום גליק, אדער פשוט צו ענדיגן די ליידן. גיין ארבעטן איז אויך נישט אייביג גרינג, און איז אסאך מאל ביטער שווער, אבער דאס מיינט נישט אז די תוצאה איז נישט א גוטער.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:27 pm

· #89575
שוין, קינות גירושין שלום עליכם זייער שיין געשריבען דיין פאעיזע שטיקל האט מיר ממש בארירט (איך בין אהיים געקומען יענעם טאג און איבער געזאגט מיין ווייב די גאנצע שטיקל זי האט כמעט מיטגעוויינט..) יעצט מאך דיך באקוועם דא נעם מיין "טעפל" און גיס די אהן פון "קאווע טרינקער" א פיינע קאווע, אבער געדענק דו שרייבסט גוט און אונז ווילען הערען אבער דו מעגסט אויך שרייבען אנדערע ענינים לאו דוקא פון גיטין..

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:32 pm

· #89577
ווי הייב מער אן רעדן? וואס איז די וויכטיגסטע, די שידוכים סיסטעם? וויאזוי צו גיין פאר העלפ? וואס משפחה מיטגעלידער זאלען טון ווען זיי זעהן איינע פון די משפחה האט פראבלעמס ? וויאזוי צו האנדלען מיט די טערעפיסט וואס ארבעט אנטקעגען דיר ( טא בי אנערסט , לענ״ד איז אויף דעם נישט דא א מהלך)די פראבלעם פון זיוויג שני ?יא קארט נישט קארט ,וויפל זענען ווערט די רבנים ווען סקומט צו דע זאכען
Omg ווי הייבט מען אן??? איך האב פלען נישט קיין כוח 

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:06 pm

· #89592
איך וואלט אנגעהויבען מיט די חלק וואס איז מיר יעצט נוגע , און פאר ענק אויך ״וויאזוי צו רעדו צו איינעם וואס איז גגט״
איך האב עס מזכר געווען אין מיין קינה, איך זע עס ביי מיר און אויך אנדערע אינגעלייט וואס זענען גגט זאגען מיר די זעלבע דער עולם ווייסט נישט וויאזוי reacten צו איינער וואס איז גגט,
איך בין נישט גלערנט אויף די זאכען כוואלט ווען יא גערעדט דא וואס איך פיל , און אפשר קען ארויסקומען א תועלת 

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:10 pm

· #89596
איך רעדט און רעדט , און עטץ טרייטץ אן די קאסטומס אויף די קינדער, אין לאכטץ פון מיר, א.ק. איך וועל דארפען טרעפן עפעס בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט
א פרייליכע פורים!!!! 

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:19 pm

· #89601
קינות גירושין
איך רעדט און רעדט , און עטץ טרייטץ אן די קאסטומס אויף די קינדער, אין לאכטץ פון מיר, א.ק. איך וועל דארפען טרעפן עפעס בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט
א פרייליכע פורים!!!! 

איינער לאכט??? אונז זוצען און וויינען האבען דיך אונזין ביי קלי קלי למה עזבתני און דו זאגסט איינער לאכט????

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:30 pm

· #89604
קינות גירושין
איך וואלט אנגעהויבען מיט די חלק וואס איז מיר יעצט נוגע , און פאר ענק אויך ״וויאזוי צו רעדו צו איינעם וואס איז גגט״
איך האב עס מזכר געווען אין מיין קינה, איך זע עס ביי מיר און אויך אנדערע אינגעלייט וואס זענען גגט זאגען מיר די זעלבע דער עולם ווייסט נישט וויאזוי reacten צו איינער וואס איז גגט,
איך בין נישט גלערנט אויף די זאכען כוואלט ווען יא גערעדט דא וואס איך פיל , און אפשר קען ארויסקומען א תועלת 

אדרבה, פון דדי עלאקווענט וועג ווי אזוי דו שילדערסט דיינע מיטמאכענישן זעט אויס אז דו האסט יא א גוטע פעדער. אפשר גיבסטו אונז אפאר עצות פון דיין אייגענער ערפארונג ווי אזוי צו רעדן צו איינער אין דיין מצב?

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:02 pm

· #89619
הונדערט פראצענט, מר. קינות. אז דו האסט עקספיריענס לאז אונז הערן!
אפשר (זיכער!) וועסטו שפירן בעסער אז לכה"פ אויף דיין בארד (האסט איינס?) האבן זיך אסאך מענטשן געלערנט את המעשה אשר יעשון, ווי אזוי זיך צו ריכטיג באנעמען מיט א גרוש/גרושה.
אין א נאנטע משפחה מיינע איז אויך פארגעקומען א ענליכע מצב, איך ווייס ליידער ווי אומבא'טעמ'ט דאס איז, און אויך אז נישט קיין חילוק וואס די "גאנצע גאס" ווייסט, קען מען קיינמאל נישט וויסן דעם אמת'ן אמת... נישט אלעס קען מען (און מעג מען) מגלה זיין.

אדרבה, מיר ווילן הערן! מיר לעכצן נאך יעדן ווארט! און אויב איז פאראן סיי וועלכע חיזוק מיר קענען דיר געבן, לאז אונז וויסן!

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:14 pm

· #89623
אקעי לעמיל, i'll take ur word
שמעקעדיג דו מיט דיין צינגל מאכסט רעדן דעם סינגעל... לאל, יא, איך האב א בארד (חוץ טאמער מיין Ex האט דיר געזאגט אז איך האב זיך אפגעגאלט...)

יאיר טייערער, איך וויס נישט עכט וואס צו זאגן, איך מיין אז דער בעסטע וועג איז געהעריג צו רעדן מיט איינעם וואס איז גע'גט, מיט דעם וואס דו ביזט נישט אפן וועגן דעם, ווייזטו אז דו האלסט אז ער איז א רחמנות, און כאטש באמת איז ער א רחמנות וועגן די מצב וואס ער איז אין, און כאטשיג אז די ווילסט עם נישט נישט געבן דעם געפיל, דאס איז אבער די געפיל וואס יענער באקומט.
און יענער וויל אבער נישט פילן ווי די שטאטס רחמנות, סא אז דו רעדטס וועגן די ענין קענסטו זאגן למשל "איך שטעל מיך פאר ס'איז אסאך ווייטאג, הלואי וואלט איך עפעס געקענט טון דיר צו העלפן".

יעצט, וויכטיג איז, אז אויב יענער הייבט אן צו רעדן פרטים, למשל צרות וואס די Ex מאכט אן, נישט צו געבן עצות, וואס ס'קען נאך אריינדרייען טיפער אין די פראבלעם, בעסער געזאגט, בכלל נישט געבן קיין עצות, ווייל אין רוב פעלער ווייסן נישט אינגעלייט וואס צו עצה'נען און פאר נאך סיבות ברענגט עס נאר שלעכטס, סא קענסט פלעין זאגן: I wish it wouldn't happen to u ......

איך וועל זאגן נאך מער (אפשר פארפאר איך פונעם ענין) איך האב קיינמאל נישט קיין פלעזשאר ווען איינער רעדט שלעכטס צו מיר אנטקעגן מיין Ex. קודם, ווייל ווי נישט ווי האב איך געלעבט מיט איר א לאנגע צייט, און ווער וויל האבן די הרגשה אז מ'האט געלעבט מיט א שלעכטע זאך אזוי לאנג (חוץ אז דו ווילסט זאגן אז איך face נישט reality), ועוד, בין איך דען געווען אזא שלעכטע בחור אז מ'האט מיר אנגעטראגען אזא שלעכטע שידוך ווי איר...???

גדולים וטובים מאכען דעם טעות און מיינען אז זיי טוען א טובה ווען מען בארעדט. פאר מיר איז עס נאך א שטאך, כאמרתי לעיל, ס'קען זיין אז אנדערע פילן נישט אזוי, כווייס נישט.
 

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:33 pm

· #89626
גאר וויכטיגע נקודות, קינות. (no rhyme intended 🙂 ) א גרויסן דאנק פאר'ן שעירן די וויכטיגע ענינים מיט אונז און מאכן עוועיר דערפון. איך מיין אז דאס איז אויך נוגע ביי יעדע צרה וואס מען האט, א מיטגעמאכטער מענטש איז נישט קיין בעיבי, ער וויל שפירן אויפ'ן גאס פונקט ווי יעדער נארמאלער מענטש, מען מוז נישט דוקא רעדן איבער די צרה, און מען מוז נישט דוקא געבן חיזוק אייביג. ער וויל אויך הערן א נייעסל, לאכן אויף דעם לעצטן וויץ, אדער שעירן א טיפער געדאנק. אין די מעלות איז אמאל געווען אן ארטיקל פון א פרוי וואס האט געליטן אויף דעפרעסיע, און ווען זי האט זיך ענדליך גענומען די קוראזש ארויסצוגיין אויף א חתונה, האבן די גוטהארציגע וויליאמסבורגער פרויען איר טאטאל איגנארירט, אדער איר געפרעגט בעיבישע קשיות (אז זי איז דעפרעסט מסתם האט זי פארלוירן איר שכל, ניין?).
אויף דיין לעצטע פוינט קען איך צולייגן דעם מאמר חז"ל, גיורא עד עשרה דרא לא תבזי ארמאה באפיה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:46 pm

· #89634
קינות גירושין
שמעקעדיג דו מיט דיין צינגעל מאכסט רעדן דעם סינגעל ,לאל, יא, איך האב א בארד (חוץ טאמער מיין Ex האט דיר געזאגט אז איך האב זיך אפגעגאלט...)


גראדע האט מיר טאקע דיין EX פארציילט אז דו האסט נישט קיין בארד. איך האב איר כמעט געגלייבט.
אבער נאכדעם האט זי מיר אויך פארציילט אז דו קענסט נישט שרייבן פאעזיע. און דאן האב איך דיר געזעהן אינעם פארמעסט, וואו איך בין משוגע געווארן פון דיין הארצרייסענדן פיוט!
מיינסט איך גלייב איר נאך יעצט א ווארט? כך עונשו של בדאי וכו',

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:54 pm

· #89640
קינות'ל

איך האף אז דיין ווייב ליינט קאווע שטיבל!! און זי דערזעהט וואס זי האט פארלארן, איך מיין נישט בלינדע חיזוק, דו דארפסט עס נישט, זי דארף עס!

לאמיר נאר אריינרעדן א ווארט צווישן די לייבן ברסלבער און שמעקעדיג!!

דאס איז זיכער אז א צוועלף'ער (יידל '?) איז א געפערליכע שרעקליכע זאך,...יא דער מזבח וויינט, ג'ט וויינט, דער מאן, די ווייב, די קינדערלעך יעדער קייכט און וויינט און אזוי ווייטער.... נארוואס, קודם כל איז קינות מעורר אויף די אופן השידוכים און חתונה וואס איז א פראגע פאר זיך צו דאס טוישן וועט טוישן די גיטין ראטע. והשנית וביותר און דאס איז די עיקר וואס קריכט ארויס אויפ'ן אויבערפלאך דורך קינות'ל דידן איז, נאכ'ן גט, שוין מען האט שוין מסכים געוועהן אז דאס איז די אויסנאמ'ספאל פון וואס די פסוק אין פרשת כי תצא רעדט, און מען האט פארשריבן דעם גט מען האט דאס איבערגעגעבן, געווינטשן מזל טוב און זיך אפילו איבערגעבעטן!!! פארוואס און פארווען דארף מען און איז א מצוה אויסצוטיילן דעם גרוש ציפקע צרות צרורות און פארוואנדלען מענטשן מיט פלייש און בלוט און צרות יגון ואנחה!

פארוואס דארף דער יונגערמאן פארלירן זיינע קינדער-איך רעד נישט דא אז דער יונגערמאן איז א שייגאץ (שפרונג נישט-סא באזונדערע שמועס.)

פארוואס דארף'ן די קינדער זיין צושפליטערט און צופליקט צווישן צוויי מענטשן וואס האבן זיי פונקט אזוי ליב!

פארוואס דארף מען זיך בארעדן אין שטאט, און אזוי ארום שטערן דעם צווייטן פון אנגיין מיט'ן לעבן.

און אזוי ווייטער, זיכער איז יעדע אינדיווידואלע פאל א באזונדערע, און האט זיך אייגענע ראמאפאקאציעס און תולדות ופירי פירותיהן אבער א שטארקע אויפוואכונג אין דעם ענין שאדט קיינמאל נשט!

אלזא, קינות'ל יישר כח, און דערצייל אונז, קלער אונז אויף וואס טוט זיך ביי דיר...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:55 pm

· #89642
ר' קינן, דו ביסט מיר שולדיג 100 לייקס......

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:04 pm

· #89648
לעמאן דזשוס
פארוואס דארף'ן די קינדער זיין צושפליטערט און צופליקט צווישן צוויי מענטשן וואס האבן זיי פונקט אזוי ליב!

וואסערע עצה האסטו אויף דעם? ווי גוט און שיין מען זאל עס אויסשטעלן, זענען די טאטע מאמע למעשה צוטיילט און די קינדער ווייסן אז זיי זענען נישט שוה בשוה, און דאס קלאפט אויס אויף א שרעקליכע פארנעם אויף זייערע נשמות, זיי ווערן צוריסן און צופליקט און משוגע פון דעם.
און דערפאר וויין איך מיט מיטן מזבח יעדע מאל וואס איך הער פון א גט ובפרט מיט קינדער, זיי זענען נעבעך די גרעסטע רחמנות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:06 pm

· #89652
שמעקעדיג
קינות גירושין
שמעקעדיג דו מיט דיין צינגעל מאכסט רעדן דעם סינגעל ,לאל, יא, איך האב א בארד (חוץ טאמער מיין Ex האט דיר געזאגט אז איך האב זיך אפגעגאלט...)


גראדע האט מיר טאקע דיין EX פארציילט אז דו האסט נישט קיין בארד. איך האב איר כמעט געגלייבט.
אבער נאכדעם האט זי מיר אויך פארציילט אז דו קענסט נישט שרייבן פאעזיע. און דאן האב איך דיר געזעהן אינעם פארמעסט, וואו איך בין משוגע געווארן פון דיין הארצרייסענדן פיוט!
מיינסט איך גלייב איר נאך יעצט א ווארט? כך עונשו של בדאי וכו',

איך וויל נאר מוסיף זיין (נישט חלילה בבחינת, כל המוסיף גורע) אז ידידינו ר' שמעקעדיג האט חוץ פון א גוט'ן פיסק, א גוטע פעדער, און אויך א גוטע אימעדזשינעישן. וד"ל.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:10 pm

· #89655
berlbalaguleh
שמעקעדיג
קינות גירושין
שמעקעדיג דו מיט דיין צינגעל מאכסט רעדן דעם סינגעל ,לאל, יא, איך האב א בארד (חוץ טאמער מיין Ex האט דיר געזאגט אז איך האב זיך אפגעגאלט...)


גראדע האט מיר טאקע דיין EX פארציילט אז דו האסט נישט קיין בארד. איך האב איר כמעט געגלייבט.
אבער נאכדעם האט זי מיר אויך פארציילט אז דו קענסט נישט שרייבן פאעזיע. און דאן האב איך דיר געזעהן אינעם פארמעסט, וואו איך בין משוגע געווארן פון דיין הארצרייסענדן פיוט!
מיינסט איך גלייב איר נאך יעצט א ווארט? כך עונשו של בדאי וכו',

איך וויל נאר מוסיף זיין (נישט חלילה בבחינת, כל המוסיף גורע) אז ידידינו ר' שמעקעדיג האט חוץ פון א גוט'ן פיסק, א גוטע פעדער, און אויך א גוטע אימעדזשינעישן. וד"ל.

מחוצף. שמעקעדיג איז פון די חותמים!

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 7:02 pm

· #89694
לעמאן זי איז שוין נישט מיין וויב זהו, זי איז מיין עקס Ex , can we agree on that ?
והשנית די טראכסט אז זי ליינט דעם שטיבעל?דערמאנסט מיר יעצט א מעשה איינמאל פאר פסח האב איך אהיים געברענגט צעטלעך וואס איך האב ארויגעפרינט צו ליינען סאיס געווען פון שאץ מאץ ״א טאטע ביים סדר טיש״ נעקסטע טאג איז זי געלאפען צום מערידזש קאנסלער אז איך ליין פאר די קינדער טרפנה זאכען פון די אינטערנט....איך מיין וואס אין די העל האב איך געדארפט זאגען???
ועוד לעמאן זאגסטזייער גוט אז קיין שום טאטע טאר נישט פארלירען וויזיטעשן רייטס און אפי סאיז גאפראווד אז ער איז child malester קען מען פארלאנגען superized visitation , די קינדער מוזען זעהן זייער טאטע, און כש״כ ווען ער באגייט סתם עבירות בין אדם לקונו איז נישטא קיין שום רעכט עם צו באשטראפען דערפאר,כאמרת סאיז א שמועס פאר זיך.
איך האב געהערט פון איינער וואס טוט פאר kids at risk זאגט ער אז ״״95% פראבלימאטישע קינדער קומען נישט פון שטיבער ווי די עלטערן זענען גגט, נאר ענדערשט פון שטובער ווי די עלטערן פארטראגען זיך נישט אדער פון שטובער ווי מהאט זיך געשלאגען נאך די גט.

ברעסלובר די קינדער פון א שטוב וואס די עלטערן רייסען זיך צוזאמען זענען מער צוריסען ווי די פון גגטע עלטערן , לענ״ד איז די צער וואס די קינדער גייען אדורך אז דווקא פון די ׳סטיגמע׳ וואס די גזעלשאפט לייגט ארויף אויף די עלטערן, מער ווי די עצם פאקט אז די עלטערן לעבן נישט צוזאמען


די ריעל פראבלעם איז דאס וואס די קאמיונעטי בארעדט, סאיז א פלענע קילער, אפשר דארף איינער צוזאם נעמען אלע הלכות אויף לשן הרע און ארויס געבן דערפון א ליקוט (איך האב געהערט אז איינער פון ראדין האט שוין אמאל אזוי געטון נע ער איז געווען א ליטווישער זיי זענען נעבעך דיפרעסטע,אונז חסידים וואס גייען איו מקוה זענען סאך הייליגער (די שוטה ווען די קראצט דיין פוס אין מקוה און די בארעדסט יענעם ברענגסטו טומאה אויף די וועלט אין די אלע ניקלעך וואס די טיילסט ביים דאווענען וועט דיר גארנישט העלפען )עניוועס איך מיין אז איך דארף שוין גיין אויספאסטען לאמער זען צו איינער פון מיינע שכינים האבען אונטער געלייגט עפעס פרישע קעיק.... )  

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 8:48 pm

· #89712
קאווע טרינקער
berlbalaguleh
שמעקעדיג
קינות גירושין
שמעקעדיג דו מיט דיין צינגעל מאכסט רעדן דעם סינגעל ,לאל, יא, איך האב א בארד (חוץ טאמער מיין Ex האט דיר געזאגט אז איך האב זיך אפגעגאלט...)


גראדע האט מיר טאקע דיין EX פארציילט אז דו האסט נישט קיין בארד. איך האב איר כמעט געגלייבט.
אבער נאכדעם האט זי מיר אויך פארציילט אז דו קענסט נישט שרייבן פאעזיע. און דאן האב איך דיר געזעהן אינעם פארמעסט, וואו איך בין משוגע געווארן פון דיין הארצרייסענדן פיוט!
מיינסט איך גלייב איר נאך יעצט א ווארט? כך עונשו של בדאי וכו',

איך וויל נאר מוסיף זיין (נישט חלילה בבחינת, כל המוסיף גורע) אז ידידינו ר' שמעקעדיג האט חוץ פון א גוט'ן פיסק, א גוטע פעדער, און אויך א גוטע אימעדזשינעישן. וד"ל.

מחוצף. שמעקעדיג איז פון די חותמים!

פון די חותמים, וואו, אויפ'ן געט? ס'הייסט ער לערנט ווי ר' מאיר, אז עדי חתימה כרתי. נישט ווי ר' אלעזר, אז עדי מסירה כרתי.

קינות גירושין » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:19 pm

· #89736
דאס האט איינער געשריבען פאר גרושים,זייער שיין


ויהי בימי  אחשורש הוא המולך עד כוש
ער איז זעכער געוון א אלטער בחור מיינסט אז ניש
ענדליך א שידוך ושתי די רשעות עס קאכט'איר
א גאוהדיגע קלאפטע אלץ אויל מרודכס א טאכטער
אבער נישט לאנג אפילו
שוין ביים ערשטען קאפיטל אין די מגילה
ממוכן מישט זיך און ושתי איז בינג באנג
ווי זינגט דארט מגילת אסתר מיט געזאנג
ממוכן מיט זיין צינגעל
האט מיך געמאכט פאר א סינגעל
אבער תיכף באקימען א כלה
א בעלת חן בכל מידה ומעלה
א צדיקת א גיטע א הדסה
פורים ליינט מען אזא הייליגע מעשה
ליגט אין דעם פאר אונז אלע
ישמע קול חתן וקול כלה
מיר זענען נישט ערגער פון אחשורש דער נאר
אויב האט ער געטרפן א צווייטע אזוי וואונדרבאר
דאנט ווארי  מיר וועלען אויך
טרעפן א ריכטיגע וואס מען ברויך

בזכות די ימי הפורים האלה לא בטלין
גערויסע אורות יתגלו און יעדעמס צער היילען
וועלען מיר זוכה זיין צו א באלדיגע ישועה
בית  חדש בתפארתה  בנויה

 האטץ מיר א פרייליכן פורים!!!!

טעפל » פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:42 am

· #89816
קינות גירושין
דאס האט איינער געשריבען פאר גרושים,זייער שיין


ויהי בימי  אחשורש הוא המולך עד כוש
ער איז זעכער געוון א אלטער בחור מיינסט אז ניש
ענדליך א שידוך ושתי די רשעות עס קאכט'איר
א גאוהדיגע קלאפטע אלץ אויל מרודכס א טאכטער
אבער נישט לאנג אפילו
שוין ביים ערשטען קאפיטל אין די מגילה
ממוכן מישט זיך און ושתי איז בינג באנג
ווי זינגט דארט מגילת אסתר מיט געזאנג
ממוכן מיט זיין צינגעל
האט מיך געמאכט פאר א סינגעל
אבער תיכף באקימען א כלה
א בעלת חן בכל מידה ומעלה
א צדיקת א גיטע א הדסה
פורים ליינט מען אזא הייליגע מעשה
ליגט אין דעם פאר אונז אלע
ישמע קול חתן וקול כלה
מיר זענען נישט ערגער פון אחשורש דער נאר
אויב האט ער געטרפן א צווייטע אזוי וואונדרבאר
דאנט ווארי  מיר וועלען אויך
טרעפן א ריכטיגע וואס מען ברויך

בזכות די ימי הפורים האלה לא בטלין
גערויסע אורות יתגלו און יעדעמס צער היילען
וועלען מיר זוכה זיין צו א באלדיגע ישועה
בית  חדש בתפארתה  בנויה

 האטץ מיר א פרייליכן פורים!!!!

זאלסט טאקע האבען א גאר פרייליכען פורים און זאלסט שטענדיג קענען זיין פריילעך און זאלסט אויפגעראכטען ווערען מיט אלעס וואס דו דארפס..פורים איז די צייט כל הפושט יד נותנים לו..מה שאלתך וינתן לך, במהרה.

מאטי » מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:50 am

· #90059
קאווע טרינקער
berlbalaguleh
שמעקעדיג
קינות גירושין
שמעקעדיג דו מיט דיין צינגעל מאכסט רעדן דעם סינגעל ,לאל, יא, איך האב א בארד (חוץ טאמער מיין Ex האט דיר געזאגט אז איך האב זיך אפגעגאלט...)


גראדע האט מיר טאקע דיין EX פארציילט אז דו האסט נישט קיין בארד. איך האב איר כמעט געגלייבט.
אבער נאכדעם האט זי מיר אויך פארציילט אז דו קענסט נישט שרייבן פאעזיע. און דאן האב איך דיר געזעהן אינעם פארמעסט, וואו איך בין משוגע געווארן פון דיין הארצרייסענדן פיוט!
מיינסט איך גלייב איר נאך יעצט א ווארט? כך עונשו של בדאי וכו',

איך וויל נאר מוסיף זיין (נישט חלילה בבחינת, כל המוסיף גורע) אז ידידינו ר' שמעקעדיג האט חוץ פון א גוט'ן פיסק, א גוטע פעדער, און אויך א גוטע אימעדזשינעישן. וד"ל.

מחוצף. שמעקעדיג איז פון די חותמים!

קאווע איז עימיצער פון דיינע סעקרעטארן א גרושה? ווי זאגט יענער,סאיז א קליינער וועלט ...

קינות גירושין » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:11 pm

· #105876
איך האב געוויינט ווען איך האב יעצט געהערט דעם ניגון
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=obXBJWKN-OE">http://www.youtube.com/watch?v=obXBJWKN-OE</a>

קינות גירושין » מיטוואך מאי 1, 2013 3:38 pm

· #110789
צו מיין עקלדיגע שלעכטע עקס פרוי: דו רשע'נטע וואס דו ביזט, דו טיילסט מיר צרות ווען דו קענסט, וואס דארף איך וויינען א גאנצע נאכט? איך פיר זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש צו דיר, איך מאך דיך גארנישט קיין פראבלעמס און דו צאפסט מיין בלוט, גיי אין גיהנם דו חי', איך פריי זיך אז קיינער פון דיינע שוועסטערס און נעפיוס און ניסעס קענען נישט קיין חתן כלה ווערן, זאלען זיי אלע פארעלטערט ווערן, און דו זאלסט זיך וואלגערען אין בעט מיט דיינע מחלה וואס דו האסט דארט מיט דיינע קישקעס.... ווייל איך פייט נישט קאסטעדי מיינט דאס אז דו ביזט באלבאס אויף די קינדער? דו קענסט איינטיילען ווען איך זאל יא רעדן מיט זיי און ווען נישט?

נעכטען נאכדעם וואס איך בין צוריק געקומען פון א"י און נישט גערעדט מיט די די קינדער פאר 2 וואכן, האב איך געוואלט רעדן אויפן טעלעפאן מיט מיין מיידל, האסטו מיך געלאזט רעדן אינגאנצען 30 סעקונדעס און נאכדעם זאגסטו איר אז זי דארף שוין גיין אין וואנע... דו גרויליגקייט וואס דו ביזט, און יעצט בעט איך .............. איך וויל נישט שרייבען דעס אין פאבליק, איך וויל נאך נישט אז די וועלט זאל וויסען פון די מעשים רעים, אוי וועט נאך קומען א צייט וואס די קינדער וועלן כאפען וואס דו טוסט מיט זיי און צו זיי, זיי וועלן נישט וועלן רעדן מיט דיר, דו וועסט נישט קענען קומען צו זייער חתונה, אזוי וועסטו זיך ראלען אין דיין אייגען געמאכטע גיהנם...

שכח פאר מיינע חברים פאר אויסהערן מיין ווייטאג, און אנטשולדיגט פאר די עקספלוישען
I just cant take this pain anymore

פארשטייט אז ס'איז נישט נאר די איין מעשה, ס'איז אחד מני אלף,
She goes on and on and on with no stop

לעמיל » מיטוואך מאי 1, 2013 3:46 pm

· #110792
outch
דעיס טוט וויי צו ליינען

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 3:56 pm

· #110799
אוי וויי, אוי ווי... ס'ציפט, אזא גוטע חבר ליידט פון רשעות.
וואס קען איך טוהן?
איך פיל זיך שלעכט פון סתם ליינען און גארנישט טוהן.
איך גלייב אז קינות'ל איז נאר מגלה טפח, אבער די יסורים איז טפחיים וכפליים.

איך קען נישט טראכטן וואס צו שרייבן, לאמיר בעטען משה געציל, אדער לעמען, זיי זענען שולט אפילו ווען די מויל און מוח ווערן שטים.

דו מאכסט מיך וויינען.

קינות גירושין » מיטוואך מאי 1, 2013 4:01 pm

· #110801
איך בעט קיינער זאל נישט קאפיען מיין פריערדיגע תגובה, אפשר דארף איך נישט שעלטען אבער at this point i would just kill her
כהאף אז די fbi דרייט זיך נישט דא

בעל הבית » מיטוואך מאי 1, 2013 5:09 pm

· #110826
נעבך נעבך!! איך בין גרייט דיר צו העלפן מיט וואס איך קען , עס זעיט מיר אויס אז זי גייט מיט א שפיצל ,דרעק וואס זי איז,

סתם רודפן אזא גלונגענע האנדסאם יונגערמאן,

מיר זענען אלע מיט דיר חזק חזק ואמץ!!!!!

קינות גירושין » מיטוואך מאי 1, 2013 6:15 pm

· #110862
גראדע גייט זי נישט מיט א שפיצעל, ליין איבער מיין קינה: אינדערויסען פיץ אינדווענדיג שמוץ

איך אויך » מיטוואך מאי 1, 2013 6:32 pm

· #110871
אויש עס ציפט, ווי קען מען לייקן אזא ווייטוגליכע תגובה? פון די אנדערע זייט ווי קען מען עס אדורכלאזן אן א לייק אפילו אויפן ספק אז עס וועט עטוואס באלמיזירן זיין אומגעהויערע ווייטוג אין זיין הארץ-אנגעפילט- מיט-צער?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 6:59 pm

· #110880
מיר זענען זיך משתתף בצערתף! די צער איז זייער שווער, און אויסער מיטוויינען זענען מיר אומבאהאלפן.
הרופא לשבורי לב זאל זיך מרחם זיין, ואלקים יבקש את הנרדף, און ס'זאל שוין מקויים ווערן "שמחינו כימות עניתנו" בקרוב ממש.

ברעט מענינג » מיטוואך מאי 1, 2013 8:11 pm

· #110899
דער אייבירשטער זאל שוין רחמנית האבען אויף אלע יודישע קינדער

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 10:15 pm

· #110964
בעל הבית
נעבך נעבך!! איך בין גרייט דיר צו העלפן מיט וואס איך קען , עס זעיט מיר אויס אז זי גייט מיט א שפיצל ,דרעק וואס זי איז,

וואס איז פשט פון די ווערטער?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 10:16 pm

· #110965
קינות טייערע, לייען אפ דיין אייגענע חתימה, 10 מאל הויך אויפן קול!

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 11:58 pm

· #111038
ס'זייער שווער צו טרייסטן איינעם וואס מ'ווייסט נישט און מ'פארשטייט נישט וואס א מענטש אין אזא מצב גייט דורך, איך גיי מיך נישט איינרעדן אז איך קען זיך משטתף זיין בצערך אחד מני אלף, נאר גאט ב"ה זעט דיין צער, און מיר קענען נאר האפן צום אומר לעולמו די, זאל שוין שנעל זיין יאמר לצרותינו די, ביז הרב קנות'ל וועט צוקומען צום יבלו שפתותיכם מלומר די, איר זאלט שוין אויפגעראכטן ווערן, במהרה דידן.

בדחן » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:01 am

· #111077
קינות, ווען איך האב געזען דיין הודעה האב איך מיר אפגעשטעלט און א זייט געזאגט צוויי קאפיטליך תהילים, און געבעטן א תפילה קצרה אויף מאמע לשון אז השי״ת זאל דיר דערלייכטען בקרוב ממש.

משה געציל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:49 am

· #111089
אוי דאס הארץ צוגייט!
איז דען דא ווערטער בכלל? איז דען דא עפעס א טרייסט געדאנק צו טרייסטן א טאטע וואס בענקט צו זיינע קינדער? איז דען דא עפעס וואס קען העלפן פארלינדערן דאס צער?
הלוואי וואלט מיין ווערטער ביך געהאט עפעס וואס זאל קענען אביסל בארוהיגן דיין צער און פלאג! איך וואונטש דיר מעומקא דליבא אז עס זאל זיין שמחינו כימות עניתנו! פונקט ווי דיין צער איז א קלימאקסער אזוי אויך זאל דיין שמחה וואס וועט האפענטליך זיין בקרוב זיין א קלימאקסער!

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:12 am

· #111097
קינות׳ל קינות׳ל איך האב געהאלטן אינמיטן עסן א ביין אין סטעיק בשעתן ליינען דיין תגובה און איך זאג דיר צו מיטן גאנצן הארץ איך האב נישט געקענט ווייטער עסן! איך האב עס איבער געלאזט פארשעמט אויפן טיש! ווי קען איך עסן? איך יערב לי אוכלים ומשקים כשאחד מחבורתנו שרוי בצער ועגמת נפש יותר מחללה דעלמא. אבער זיי וויסן קינות׳ל יא דו בענקסט א וועלט צו דיינע קינדערליך! זי טוט דיר אפ רשעות.
אבער! איין זאך זאלסטו געדענקן און חזר׳ן
You did the right thing
דו ביסט מער נישט מיט איר אונטער איין דאך דו האסט אפגעגאפלט באצייטענס! אבער דו ווייסט טייערער קינות׳ל , דו ווייסט וויפיל אידן וואוינען נאך צוזאמען מיט אזאליכע רשע׳נטעס און זיי האבן נישט די גאטס צו מאכן א מאוו!! זיי זעען טאקע זייערע קינדער יעדן טאג אבער זיי מאכן מיט דאס גיהנום אויף די וועלט 24 7 365 !! זיי דיך מחזק! טראכט פון דיר קינות׳ל ! דיין futur איז אפן פאר דיר האסט א וועלט אין פארנט פון דיר !! טו צי דער זאך! לאז דיך נישט פארפירן! ווייטאג נישט אויף די שלעכטע וועלט וואס איז נישט בידך צו טוישן!. די האסט הימלישע כוחות והא ראיה דו האלסט דארט ווי דו האלטסט יעצט! נעם דיך צוזאמען עינדזשוי לייף טא די אטמאוסט.

דיין פריינד מאטי 107 פון קאווע שטיבל.

שרייבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:09 am

· #111134
בעל הבית
נעבך נעבך!! איך בין גרייט דיר צו העלפן מיט וואס איך קען , עס זעיט מיר אויס אז זי גייט מיט א שפיצל ,דרעק וואס זי איז,

סתם רודפן אזא גלונגענע האנדסאם יונגערמאן,

מיר זענען אלע מיט דיר חזק חזק ואמץ!!!!!

ניין, אין מיינע אויגן גייט די פרוי מיט א לאנגע צולאזטע שייטל, און פרובירט צו געפעלן פאר די גאנצע גאס, מיט אנגעשמירט בלויע אויגן און רויטע ליפן, זי איז די נייס לעידי וואס האלט אפן פאר יעדן די טיר, און אין איר פנימיות איז דא א פארפוילטע עפל, טפוי!!!!!!!!!!!!!!


קינות, מיר וויינען מיט מיט דיר, א מעין דמעין ווייסן מיר די צער, מיר האבן אין די משפחה א שטיקל אזא קעיס

און פאר די פרוי זאג איך, געדענק! א אידישע טרער גייט קיינמאל נישט פארלוירן, יא גערעכט נישט גערעכט, אלקים יבקש את הנרדף, וואטש יור סטעפ
בלאט: 1 2 3