☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » פינקי, אן אריגינעל!

פינקי, אן אריגינעל!

159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3647
בלאט: 1 2 3 4

טשולענט » זונטאג מאי 5, 2013 9:59 pm

· #112171
טייערע ר' מארנצן זאפט
אן ארטיקל מיט לעב און האפט
דיין רייכע לשון יעדעם ס'פארגאפט
א נחת פארן ליינער ס'שאפט
מיט אזויפיל כוחות און קראפט

ברוין » זונטאג מאי 5, 2013 10:51 pm

· #112185
א וואונדער בארע ארטיקל. שוין לאנג נישט געליינט אזא זאפטיגע ארטיקל וואס זאל אזוי ריכטיג אפמאלן א מענטש. קענענדיג פינקי פון די נאנט גלייבט זיך אז ער וועט זיך שעמען מיט אזא ארטיקל זינט ער איז נישט די סארט איד וואס גלייכט נישט ווען מען איז אים מספיד ביים לעבן. כאטש ער טוט דאס טעגליך. אבער קרעדיט דארף מען געבן פארן שרייבער פארן אזוי שיין אריין קוועטשן אלעס אין איין שיינע ארטיקל

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 5, 2013 10:57 pm

· #112186
עפל סדר
מיין חבר זאגט מיר אז ער האט געגעבן פאר פינקי א קאפי פון די ארטיקל

פאר פינקי קומט זיך אן אריגינעל, נישט קיין קאפי.

guest » דינסטאג מאי 7, 2013 9:21 am

· #112597
!Thanks for the article

מאראנצןזאפט
מרדכי'ס אלוקים צבקות שוב נא, איז פינקיס.

No, its R' Hillel Palay's

מאראנצןזאפט
און יעצט א פערזענליכע טובה: טייערער ר' פינקי, מיר האבן שוין א שעידס אוו גרין, ס'איז שוין די העכסטע צייט פאר א שעידס אוו פינק.
האסט נישט קיין אנונג וויפיל אידן קוקן ארויס דערויף און וואלטן זיך מחי' געווען דערמיט. האסט מורא ס'וועט נישט גיין? דאונט ווארי, איך זאג דיר צו איך וועל מאכן א קאפי!.

I asked lately Pinky about this idea, so he tells me he's very busy, doesn't have time for this

אבי גערעדט » דינסטאג מאי 7, 2013 9:30 am

· #112600
איך עפן כסדר די אשכול, אבער נישט צו ליינען די אפדעיטס נאר צו זעהן וויפיל לייקס דער ארטיקל האט שןין, זייענדיג בטח אז ווי מער לייקס ער וועט באקומען, אלס מער זאפטיגע סחורה וועט נאכפאלגן., עס אף נאו האלט עס ביי 52! wow

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 7, 2013 12:54 pm

· #112693
guest
!Thanks for the article

מאראנצןזאפט
מרדכי'ס אלוקים צבקות שוב נא, איז פינקיס.

No, its R' Hillel Palay's

יתכן, אבער ער האט קלאר א ניגון אויף יענער לולי תורתך קאסעטע וועלכע איז שוין ארויסגעקומען מיט יארן צוריק.

גנדי » דינסטאג מאי 7, 2013 12:58 pm

· #112695
עס איז דא אן הערליכע נישט אויפגעכאפטע ניגון פון פינקי

ONE OF MY FAVORITES

פדותך לעמך בקרוב תגלה...

אברהם פריד(מאן) זינגט דאס

איציק » פרייטאג מאי 10, 2013 10:29 am

· #113795
[ציטאט אראפגענומען]


1. אמאל געהערט פון א קלוגער איד וועלכער האט פארגעהאלטן פינקי היתכן ער מאכט טרויעריג אין די צייט וואס מען דארף פרייליך מאכן דעם חתן כלה, אזוי ווי די פריערדיגע ספרים האבן שוין געהאקט קעגן די בדחנים וואס מאכן דעם עולם וויינען. אפנים אז ס'איז נישט קיין נייע ערשיינונג.
האט אים פינקי געענטפערט בזה הלשון (איך פארא-פראזיר): מיין ליבער איד, פארוואס זאלט איר נישט פארשטיין? ביי די אונגארישע אידן איז די גרעסטע שמחה דאס אז מ'קען זיך גוט אויסוויינען!

2. פינקי איז געשעצט נישט בלויז צוליב זיינע טאלאנטן, נאר אויך צוליב זיין ווארעם אידיש הארץ און מעשה חסד - אזוי ווי אני הקטן האב זיך אליין איבערגעצייגט.

שעפטל » פרייטאג מאי 10, 2013 11:57 am

· #113838
מאראנצן, געוואלדיג!!!!!!

טשולענט
על כל פנים, איך הער שוין פינקי'ן יארן אריינגערעכנט די חתונות פון די אקערמאן'ס, דייטש, וואלדמאן, סאלאמאן, א יוד וואס האט אלעס אונטער איין דאך, א שטימע, קאמפאזיציע, הארמאניע, הארץ, נשמה, השתפכות הנפש, אזש עס רירט די הארץ סטרונעס מלגב ומלבר 

ס'טאקע דא וואס זאגן אז דייקא נאר ביי א חתונה וואס פעלט א טאטע אדער מאמע צו די באבע איז נעכטן אוועק איז ער אייזן...
דאס יא, זיין קרעכץ שניידט שטיקער, אויב ווילט איר אבער הערן זיין אמת'ן קרעכטץ דאן הערט די קבלת פנים פונעם קואטאר שפילער יענקי קטינא, ס'איז ס'ערשטע מאל וואס איך האב אים ממש געהערט וויינען.
ביי שאלאמאן איינעם איז ער אויך עפעס ספעציעל (כ'מיין ער איז זייער נאנט געווען מיט דעם בחור א יתום)

סאשי פיש » מאנטאג מאי 13, 2013 3:30 pm

· #114683
האט איינער געהערט די LEE AVE PHOTO SCAM
ווי איינער קאלט אן משוגע מאכען וועגען א טעיפ און פרעגט משה גאלדמאנ"ס נאמבער
מען זאגט אז עס איז פינקי און דער וואס הייבט אויף די פאון איז געווען א חתן וואס האט עם גענומען צו גראמען
ער האט עס אנגעצונדען ביי די חתונה און דער עולם האט זיך געהארגעט פאר געלעכטער

משולם שטיינפעלד » מאנטאג מאי 13, 2013 3:56 pm

· #114687
דער וואס הייבט אויף די פאון איז די געוועזענע בעל הבית פון לי עוועניו פאוטאו.

מען האט אויפגעשפילט ביי איינע פון זיינע געשוויסטערס חתונות

זר זהב » מאנטאג מאי 13, 2013 4:06 pm

· #114689
סאשי פיש
מען זאגט אז עס איז פינקי און דער וואס הייבט אויף די פאון איז געווען א חתן

הערצקע שטיין הייבט אויף דעם פאון. און ס'קוקט אויס אפגעשמועסט

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 5:17 pm

· #115320

מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 19, 2013 12:57 pm

· #115607
אינטערעסאנט אנצומערקן, ס'דא א נקודה וואס זייער אסאך ניגונים פון פינקי האבן אין קאממאן.
ער חזר'ט איבער די ערשטע ווארט (אדער די ערשטע עטליכע ווערטער) צוויי מאל.
רחם, ענני, שלום עליך רבי ומורי, קוה אל ה', ואהבתך, און נאך אסאך.
דוק ותשכח.

אביגדור » זונטאג מאי 19, 2013 1:14 pm

· #115616
👍

יידל » זונטאג מאי 19, 2013 1:58 pm

· #115627
עיין כאן <a class="postlink" href="http://kaveshtiebel.com/toplist.php">http://kaveshtiebel.com/toplist.php</a>

נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 2:32 pm

· #115644
פארוואס איז 60 100%? 100% פון וואס ?
וואס טוט זיך אויב נאך איינער וויל עם לייקן גייט עס ארויף צי 101%?

יידל » זונטאג מאי 19, 2013 2:45 pm

· #115648
וויבאלד ער האט די מערסטע האט ער 100% פון לייקס וואס ס'איז שייך צו האבן כעת.

kitov » מאנטאג מאי 20, 2013 9:22 am

· #115993
How much does he charge these days?

טשולענט » מאנטאג מאי 20, 2013 1:17 pm

· #116051
איך ווייס אז קומענדיגע וואך האט ער א חתונה אין מאנטריאל וואס ער רעכנט 5 אלפים.

kitov » מאנטאג מאי 20, 2013 3:07 pm

· #116092
?is 5000.00 his standard price or its more because its Montreal

נצור לשונך מרע » מאנטאג מאי 20, 2013 3:12 pm

· #116094
ביטע נישט פארדרייען דעם שמועס. דא רעדט מען פונעם מענטש און זיינע אייגענשאפטן, נישט פרייזן און ביזנעס.

סמעטענע » מיטוואך מאי 22, 2013 4:36 am

· #116702
דער ניגון "אלקים צבאות שוב נא" איז זיין ניגון? איך מיין אז ס'איז הלל פלאי'ס

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 8:02 am

· #116713
איר מיינט ריכטיג.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 8:54 pm

· #122595
"ווילאנג וועסטע נאך דיין קינד (עם ישראל) אויפ'ן וועג מוטשען

למקדשך טוב ולקודש kitchen"

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:03 pm

· #122601
יידל ביזט גערעכט ער זאגט משיח איז נישט געקומען.
אבער נעם אזא גראם פון ליפא:
שבת איי איי איי שבת ער שיינט א פייער אין נשמה אריין
אינדערוואכן וואכן פונעם שבת טוט נאך פארבלייבן די נשמה פלאם
יעצט אויף וועלכן שפראך גראמט אריין מיט פלאם?
וכהנה וכהנה.
שרייבנדיג מיין מאמר אין ספירה האב איך נישט געקענט נאכקוקן זאכן.
כ'האב אויסגעלאזט א נקודה:
פינקי האט אן אריגינעלקייט אז ער באנוצט זיך מיט סלענג און הומאר.
אבער אוי וויי אוי וויי ס'איז געווען א בראך אויף קאלאמבוס...
ויהי ערב ויהי בוקר, אויסגעלאזט א הויקער...
בקיצור, ער איז א חד בדרא, ויותר ממה שקריתי כתוב לפניכם.

סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:11 pm

· #122606
איר קענט עס הערען!!!
סאשי פיש
האט איינער געהערט די LEE AVE PHOTO SCAM
ווי איינער קאלט אן משוגע מאכען וועגען א טעיפ און פרעגט משה גאלדמאנ"ס נאמבער
מען זאגט אז עס איז פינקי און דער וואס הייבט אויף די פאון איז געווען א חתן וואס האט עם גענומען צו גראמען
ער האט עס אנגעצונדען ביי די חתונה און דער עולם האט זיך געהארגעט פאר געלעכטער

איך האב עס יעצט אהער געברענגט די עולם זאל עס קענען הערען
goo.gl/mlfoI פינקי וועבער הייסע נייעס

מאראנצןזאפט » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 6:06 pm

· #166171
פינקי איז אויך אן אריגינעל ווען עס קומט צו געבן Atitude.

שלא כהרגלו, האט זיך דער גרויסער ריזזזזזזזזזזזיגער פינקי געבראכן, און געגעבן אן אינטערוויו פאר דעם פיצעלן קינדישן קול מבשר, פשוט נישט קענענדיג אפזאגן זיין זיץ ארט צווישן די גרעסטע מלחינים פונעם לעצטן יאר הונדערט, וועמען וועלוול שמעלצער האט באוויזן צוזאמצושלעפן תחת קורת גג אחת, אין א סעריע העכסט אינטערעסאנטע אינטערוויוס לכבוד חנוכה.
אבער דער וועלוול באצאלט זיין פרייז, און דער צדיק גיט אים צו שפירן זיין עמפינדלכקייט צו אזעלכע מה בכך'דיגע שמועסן... פינקי קען זיך נישט איינהאלטן און אינמיטן גיט ער אזא צוקרעכטץ אוי רבי וועלוול רבי וועלוול, דו פרעגסט שוין צופיל קשיות, אפילו אויף יענער וועלט וועט מען נישט פרעגן אזויפיל קשיות.
ווען ער פרעגט אים וויאזוי איז געשאפן געווארן די לעכטעלע ניגון, גיט אים פינקי אזא פרעג: וויאזוי גייט נאר דער ניגון... און דער וועלוול נעמט זיך זינגען אז פינקי האלט זיך ביי די זייטן...
דער דאזיגער שרייבער פון די דאזיגע שורות האט פאר'ן שרייבן זיין אויבנגעברענגטן ארטיקל זיך נישט געפוילט, און זיך פארבינדן מיט פינקי קלארצושטעלן עטליכע דעטאלן. ביי די צווייטע שאלה אבער איז ער שוין מיד געווארן פון ענטפערן און האט מיך צוריקגעשיקט פון וואו איך בין געקומען.
האב איך אויך געקריגן צו טועם זיין פון 'פינקי עטיטוט'. אבער וויאזוי לויפט נאר די סעריע חתימות דא, לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער און שטילסטער.
לאנג לעבן זאל דער קעניג!

שטילע אינגערמאן » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 8:01 pm

· #166188
@מאראנצןזאפט זאגט נאר איר קוויטל'ט זיך אויך ביי פינקי?

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 8:23 pm

· #166189
סאשי פיש
סאשי פיש
האט איינער געהערט די LEE AVE PHOTO SCAM
ווי איינער קאלט אן משוגע מאכען וועגען א טעיפ און פרעגט משה גאלדמאנ"ס נאמבער
מען זאגט אז עס איז פינקי און דער וואס הייבט אויף די פאון איז געווען א חתן וואס האט עם גענומען צו גראמען
ער האט עס אנגעצונדען ביי די חתונה און דער עולם האט זיך געהארגעט פאר געלעכטער

איך האב עס יעצט אהער געברענגט די עולם זאל עס קענען הערען
goo.gl/mlfoI פינקי וועבער הייסע נייעס

יויש, מיין בויך טוט מיר וויי פון לאכן, דאס איז נישט א חתן, דער אויפהייבער איז דאך.... נו, איך מיין יעדער ווייסט

מ גפני » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 9:57 am

· #166239
ווי אזוי עפענט מען דעם FILE?

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:46 am

· #166251
rename it, and add extension to MP3

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 1:01 pm

· #166282
מ גפני
ווי אזוי עפענט מען דעם FILE?

ווען מען לייקט עס - עפענט זיך עס....

לך לך » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 4:57 pm

· #166369
מאראנצןזאפט
פינקי איז אויך אן אריגינעל ווען עס קומט צו געבן Atitude.

שלא כהרגלו, האט זיך דער גרויסער ריזזזזזזזזזזזיגער פינקי געבראכן, און געגעבן אן אינטערוויו פאר דעם פיצעלן קינדישן קול מבשר, פשוט נישט קענענדיג אפזאגן זיין זיץ ארט צווישן די גרעסטע מלחינים פונעם לעצטן יאר הונדערט, וועמען וועלוול שמעלצער האט באוויזן צוזאמצושלעפן תחת קורת גג אחת, אין א סעריע העכסט אינטערעסאנטע אינטערוויוס לכבוד חנוכה.
אבער דער וועלוול באצאלט זיין פרייז, און דער צדיק גיט אים צו שפירן זיין עמפינדלכקייט צו אזעלכע מה בכך'דיגע שמועסן... פינקי קען זיך נישט איינהאלטן און אינמיטן גיט ער אזא צוקרעכטץ אוי רבי וועלוול רבי וועלוול, דו פרעגסט שוין צופיל קשיות, אפילו אויף יענער וועלט וועט מען נישט פרעגן אזויפיל קשיות.
ווען ער פרעגט אים וויאזוי איז געשאפן געווארן די לעכטעלע ניגון, גיט אים פינקי אזא פרעג: וויאזוי גייט נאר דער ניגון... און דער וועלוול נעמט זיך זינגען אז פינקי האלט זיך ביי די זייטן...
דער דאזיגער שרייבער פון די דאזיגע שורות האט פאר'ן שרייבן זיין אויבנגעברענגטן ארטיקל זיך נישט געפוילט, און זיך פארבינדן מיט פינקי קלארצושטעלן עטליכע דעטאלן. ביי די צווייטע שאלה אבער איז ער שוין מיד געווארן פון ענטפערן און האט מיך צוריקגעשיקט פון וואו איך בין געקומען.
האב איך אויך געקריגן צו טועם זיין פון 'פינקי עטיטוט'. אבער וויאזוי לויפט נאר די סעריע חתימות דא, לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער און שטילסטער.
לאנג לעבן זאל דער קעניג!
אויך געטראכט בשעת'ן הערן די אינטרוויו, קיין איין מלחין גרעסערע און שענערע געבן נישט אזא ווילאמסבורגע-עדיטוט פארן אינטערוויוער

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 12:02 am

· #179152
פינקי וועט אי''ה אויפטרעטן ביי דעם בוני עולם דינער די וואך אין וויליאמסבורג, צוזאמען מיט זיין שלמה יעקב.
עס וועט זיין די דריטע מאל וואס פינקי פרעזענטירט פאר בוני עולם אבער דאס ערשטע מאל אין וויליאמסבורג.
ר' שלמה באכנער האט מיר אמאל געזאגט אז ווען פינקי וויל ווען וואלט ער אים גענומען יעדעס יאר! ווייל ער הערט צוריק פון זיינע אויפטריטן פאר חדשים לאנג.
דאס ערשטע מאל האט ער געזינגען איבער א סדר נאכט אן קינדער. די צווייטע מאל האט ער אראפגעלייגט אן ארבעט פון צוואנציג מינוט אנגעהויבן מיטן בארדיטשובערס ניגון. דאס רוב דערפון איז געווען וואונדערליך, אבער איין טייל, אויפן ניגון פון לאמיר מאכן א בייט, האט מען ארויסגעשניטן פון די רעקארדירונגען ווייל סהאט געפלאפט.
פינקי האט מיר אמאל געזאגט אז ער גרייט זיך גוט צו פאר אזעלכע אויפטריטן און ער גיט אכט אויף זיין שטימע יענע גאנצע וואך .

זאל עס זיין מיט הצלחה.

גיבור » זונטאג יאנואר 26, 2014 2:08 pm

· #179263
ביי די צווייטע מאל האט זיך עס אנגעהויבן מיט א קארילבאך ניגון נאכדעם איז ער אריבער צו לאמיר זיך איבערבעטן און נאכדעם צו ישימך וואס מיכאל זינגט אויף זיין ברכת הבנים טעיפ עס איז געווען צו וויינען,
עס איז געווען א מעשה וואס שלמה באכנער האט פארציילט א יאר פריער פון א קינד וואס אפגעפארן און אנטלאפן פון דערהיים די טאטע איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע און נאך יארן ווען די מאמע איז געווארן קראנק איז ער איר געקומען איבערבעטן האט זי עם געזאגט פאר אלעס קען איך דיר מוחל זיין אבער פאר דעם וואס איך בין געווען קינדערלאז די אלע יארן קען איך דיר קיינמאל פארגעבן און זי איז אוועק פון די וועלט מיט די ווערטער .
פינקי האט געמאכט דעמאלטס א מייסטערהאפטיגע ארבייט עס איז נישט געבליבן קיין טריקן אויג , ואני הקטן ווען איך הער דאס איבער פארלאז איך א טרער .
פינקי קיפ איט אפ ...........................................!

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 2:25 pm

· #179273
דער קארליבאך ניגון ווערט גערופן דער בארטישובער ניגון און אין סאטמאר זינגט מען עס יו"כ אויף אחת ואחת מיט א שנעלערן ריטעם.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט די ווערטער: פארטאגס פארוואלקנט פאררעגנט, געברענגט פון א ווייטער געגנט.
ס'איז טאקע געווען א נישט נארמאלע שיינע פראדוקציע, דער קארליבאך ניגון איז נאכנישט געווען דעמאלט אזוי עובר לסוחר און יעדע תנועה איז צעגאנגען אין אלע ביינער.
כ'מיין אז איין חלק דעמאלט האט ער געזינגען אויף שלמה גערטנערס בני בני בני בני בני בני אל תלך בדרך איתם, און פינקי האט אזאנס געגארגלט אז מהאט געקענט אויסגיין פאר מתיקות.
אלנפאלס, העמיר זען וואס ער וועט באווייזן פאר זיינע וויליאמסבורגער פענס די וואך.

נאדיר א לינק צום ערשטן פרעזענטאציע:
א סדר נאכט
קליק פון אויבן רעכטס ביי מוזיק וועט איר עס טרעפן.

פינקי איז דארט פלאם פייער!

פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 3:29 pm

· #179299
אוי ווי א טרערלע רינט רין נאר רין
א מאמע וויל נישט קענען איר איינציג קינד
מאמע די קענסט מיר יא
זאג אז די ווייסט ווער איך בין
(בוני עולם2009)
קען איינער מיר פליז עקספלעינען וואס מיינט רין נאר רין
און פינטקליך וועלעכע ווארט גראמט דא

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 3:33 pm

· #179301
עס 'רינט' טרערן
פינקי שמועסט מיט'ן טרערל און זאגט אים רין נאר רין.
מלשון קום נאר קום.
און עס גראמט מיט איך בין.
איי סגעוואלדיג.

פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 3:49 pm

· #179309
מאראנצןזאפט
עס 'רינט' טרערן
פינקי שמועסט מיט'ן טרערל און זאגט אים רין נאר רין.
מלשון קום נאר קום.
און עס גראמט מיט איך בין.
איי סגעוואלדיג.

אז די קענסט דאס אזוי שיין מסביר זיין אפשר קענסטו מיר שוין מגלה זיין צו סאיז דא נאך אזעלעכע וואס ריפן זיך אדער הייסן הארש'לע
און וואס איז דאס עפעס א עצה פון לייגען כאטש איין פרשה'לע תפילין גייט דאס נישט אריין אין די איסור פון לא תגרע???

פלעין יודיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:10 pm

· #179325
מאראנצען זאפט
איך בין טאקע ניי דא אבער נאכן דורעכליינען אלע קאמענטארען פון דיין זייט לגבי אינזערע באליבטע איינשלעפער ר' פנחס מרדכי וועבער
הייב איך אהן צו שפעקולירן אז נישט מער און נישט ווייניגער איר זענט דאס אליינס מר פינקי שליט''א קענט איר פעסטשטעלן מיינע שפיקלאציעס אדער בין איך סתם א בעל דמיון
ווייל מסתמא גייסטו מיר שוין אויסזאגען

ענטפער פון מאראנצען זאפט
פלעין יודיש איך ווער משוגא פון דיין שנעלע קאפ וויאזוי כאפסטו אויף זאכן אזוי שנעל
פליז זאג קיינעם נישט אויס דעם סיקרעט האלט עס ביי דיך ביסט OK

zurich » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:20 pm

· #179331
האלסט ער בארעדט זיך אליין! אדער טראכסטו אז ער קיקט אן זיין עריטוט אלטץ א מעלה...

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:14 pm

· #179348
פלעין יודיש
מאראנצען זאפט
איך בין טאקע ניי דא אבער נאכן דורעכליינען אלע קאמענטארען פון דיין זייט לגבי אינזערע באליבטע איינשלעפער ר' פנחס מרדכי וועבער
הייב איך אהן צו שפעקולירן אז נישט מער און נישט ווייניגער איר זענט דאס אליינס מר פינקי שליט''א קענט איר פעסטשטעלן מיינע שפיקלאציעס אדער בין איך סתם א בעל דמיון
ווייל מסתמא גייסטו מיר שוין אויסזאגען

ענטפער פון מאראנצען זאפט
פלעין יודיש איך ווער משוגא פון דיין שנעלע קאפ וויאזוי כאפסטו אויף זאכן אזוי שנעל
פליז זאג קיינעם נישט אויס דעם סיקרעט האלט עס ביי דיך ביסט OK



קוק דיך אום אביסל אין אונזער שטיבל וועסטו זען אז מהאט מיר שוין פארדעכטיגט אלס פארשידענע אנדערע פערזאנען, צוליב מיינע אנשי שם ארטיקלען.
עד היום האב איך ניקים וואס שווערן זיך אין אישי אז איך הייס יואל אשר ישעי' לאבין.
כ'האב פאר דיר א סורפרייז, דער קומענדיגער וועמען מ'גייט טענה'ן אז איך בין, איז נישט קיין אנדערע ווי זלמן ווידער פון קול מבשר אליין, סטעי טונד...

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:17 pm

· #179350
פלעין יודיש
מאראנצןזאפט
עס 'רינט' טרערן
פינקי שמועסט מיט'ן טרערל און זאגט אים רין נאר רין.
מלשון קום נאר קום.
און עס גראמט מיט איך בין.
איי סגעוואלדיג.

אז די קענסט דאס אזוי שיין מסביר זיין אפשר קענסטו מיר שוין מגלה זיין צו סאיז דא נאך אזעלעכע וואס ריפן זיך אדער הייסן הארש'לע
און וואס איז דאס עפעס א עצה פון לייגען כאטש איין פרשה'לע תפילין גייט דאס נישט אריין אין די איסור פון לא תגרע???



הארשל'ע כאפ איך נישט וואס דו פרעגסט. אויב האט מען א גוטע גראם איז דער כלל אז ממעג אביסל קוועטשן און פארטוישן דאס קלאנג פון א ווארט.
איין תפילין הייסט נישט קיין בל תגרע, ווייל תפילין של יד ושל ראש זענען צוויי מצות און ווען מהאט נאר איינס לייגט מען איינס, אבער ווי קומט עס דא אריין מעג איך וויסן?

מצטמק ויפה » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:59 am

· #179458
אוי פינקי אוי פינקי די שיינסט און די ברענסט,
אזויפיל טאלאנט פאר אונז אהערשטעלן די קענסט,
ווייל די ביסט דער איינציגסטער אמת הארץ וואס מיר פארמאגן,

וכו' וכו'

אוי פינקי, די ביסט געוואלדיג אזויפיל טאלאנט, אזויפיל הארץ, אזויפיל חידושים אין איין מענטש, דאס איז ממש הפלא ופלא. אבער א נקודה וואס מען האט נאך נישט ארויס געברענגט דא, איז, די חידושים וואס ער קומט אויף ביי יעדע גראמען, די מעשיות, די משלים, עס איז עפעס צום באווינדערן, אפגערעדט אז ער קען א געוואלד מיט מעשיות און משלים (וואס לכאורה מאכט ער אליין) , אבער פון קענען אסאך מעשיות האט מען גארנישט, די חידוש איז, ווי שיין ער שטעלט א יעדע זאך צו צום ענין, אזוי הערליך און שיין אז עס שטימט א מחי'.

אבער דאס וואס איך חידוש מיר די מערסטע איז, אז מ'קען כמעט נישט געפונען אז ער זאל איבער זאגן א איידיע, א מעשה, א משל, מער ווי איין מאל, איר כאפט וואס דאס מיינט? יעדע נאכט גראמען, שוין פאר צענדליגע יאר'ן, און אלס האבן פרישע סחורה און פרישע געדאנקען?, קען זיין איך מאך א טעות, אבער איך האב שוין געהערט פון איהם א געוואלד מיט חתונות, און איך געדענק נישט אז איך זאל האבן אמאל איבער געהערט א מעשה, משל וכדו,'
פינקי קיפ אפ יאר גוד ווארק!! די ביסט א master peace !

מאראנצןזאפט » מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:08 am

· #179459
חלום חלמתי

ממרום שלח אש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:05 pm

· #179498
עפעס וואלט געדארפט געשריבן ווערן איבער זיין טעכניק פון נוצן שטארבן צוצולייגן וואג און דראמא צו סיי וועלכע משל אדער נמשל.

די מאמע האט געזאגט שלהמהלע.... וכו... און די מאמע איז געשטארבן.

די בלינדע טאטע האט געזאגט מיין קינד דו זונגזט דאך מלא חן אזוי שיין, און די טאטע איז געשטארבן ערב יו"כי.

כקען אפשר צינדן א ליכטל פארן שטארבן?

כקען דוכנען פארן שטארבן?

ועוד רבות כאלה

דוק ותשכח,רובא דרובא פון זיינע מאנאלאגן ווערן געפירט אויפן קראנקן בעט פארן שטארבן, דערנאך געט יענער א שטארב אפ אלץ עקסלעמעישאן מארק.

לעומת זה ר' יום טוב ערליך וואס איז א אמתע זשעני געווען, האט געקענט ערצייגן דראמאטישע מאמענטן אן שטארבן.

טעפל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:24 pm

· #179507
דאס רעדט אבער גלייך צום הארץ.

ממרום שלח אש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:26 pm

· #179509
טעפל
דאס רעדט אבער גלייך צום הארץ.


צוקער רעדט גלייך צו דיינע טעיסט באדס, אבער א מייסטער שעף נוצט עס אין מאדעראציע.

פלעין יודיש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:29 pm

· #179566
מאראנצןזאפט
פלעין יודיש
מאראנצןזאפט
עס 'רינט' טרערן
פינקי שמועסט מיט'ן טרערל און זאגט אים רין נאר רין.
מלשון קום נאר קום.
און עס גראמט מיט איך בין.
איי סגעוואלדיג.

אז די קענסט דאס אזוי שיין מסביר זיין אפשר קענסטו מיר שוין מגלה זיין צו סאיז דא נאך אזעלעכע וואס ריפן זיך אדער הייסן הארש'לע
און וואס איז דאס עפעס א עצה פון לייגען כאטש איין פרשה'לע תפילין גייט דאס נישט אריין אין די איסור פון לא תגרע???



הארשל'ע כאפ איך נישט וואס דו פרעגסט. אויב האט מען א גוטע גראם איז דער כלל אז ממעג אביסל קוועטשן און פארטוישן דאס קלאנג פון א ווארט.
איין תפילין הייסט נישט קיין בל תגרע, ווייל תפילין של יד ושל ראש זענען צוויי מצות און ווען מהאט נאר איינס לייגט מען איינס, אבער ווי קומט עס דא אריין מעג איך וויסן?

מיין שאלה איז פארוואס דארף ער באשאפען נעמען און נאכדעם זיך מיטשענען מיט א גראם אויף דעם מה לו לצרה הזאת איך למשל וואלט געזאגט:
די האסט געלאכט מיט דיין חבר זבילין
די טאטע איז געשטאנען און געבעטן לייג כאטש איינמאל תפילין

און בנוגע די ענין פון בל תגרע, פינקי טענה'ט דארט אז די טאטע איז געשטאנען און געבעטן אז מרדכילע זאל כאטש לייגען איין פרשעלע דיין תשובה ווערט מיר נישט פארענטפערט
פליז עקספלעינען
בלאט: 1 2 3 4