☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די וויכטיגסטע הודאה זייט קאווע שטיבל שטייט

די וויכטיגסטע הודאה זייט קאווע שטיבל שטייט

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3586

מאטי » פרייטאג אפריל 26, 2013 10:42 am

· #108977
די וויכטיגסטע הודאה זייט קאווע שטיבל שטייט
מיינע טייערע פריינד חברי השטיבל:
אקדמות איידער איך הייב אן מילין מיינע רייד (דאכט זיך דער וויכטיגסטער הודעה פון אלע מיינע פריערדיגע הודעות) וויל איך מאכן א שטיקל הקדמה והתנצלות.

גר ותושב אנכי בקאווע שטיבל.

איך האב נאכנישט געבראכן דא קיין גרויסע רעקארדס פון הודעות/לייקס אדער אנדערע אייקאניק אויפטוען ווי די אנדערע באקאנטע תושבים דא, הפנים איך שפיר נישט אז איך בין דער ריכטיגער אויסדערוועלטער ניק, מילד גערעדט, אויסצושמועסן אזא יסודית׳דיגער ענין וואס איז נוגע ממש פאר א יעדן איינעם דא אין שטיבל, מהניק וואס פארמאגט בלויז 10 הודעות ביז צום ניק מיטן סאמען העכסטער נומער.
דאך בין איך שוין דא גענוג א לאנגער תקופה צו פארשטיין די נימוסי המקום והניקים יעדער איינער בשמו יבורך.
איך קען שוין אביסל דער מהלך המחשבה פון די ניקים די גאר באקאנטע אקטיווע ניקים וואס ממש אלעס דרייט זיך ארום זיי ווי די רעגלמעסיגע וואס באזוכן דא פון צייט צו צייט, די קאנטראווערסיאלע, ווי די מעסיגע, די עקסטרעמע ווי די ליבעראלע. איז דעריבער וועל איך מיר יא צוטיילן אביסל פון די אכטער(נישט יענע אכטער) נאר דער שמינית שבשמינית זיך אנפעלצן מיט א שיעור חשוב פון קאנפידענס און חוצפה און יא ארויסזאגן מיין מיינונג.

כלפי מה דברים אמורים: שוין א שיינע שטיק צייט וואס איך שפיר ממש ווי ס'דא א ווירטואלער עלעפאנט דא אין שטיבל!. א שטוינענדע באקאנטע פאקט וואס כולי עלמא דער גאנצער ציבור דא וועט מודה זיין אז יא! דער אמת איז מיט מיר. ממש מ'באגעגנט זיך דערמיט יעדן איינציגן טאג אין די פרוזדורי וטרקליני הקאווע שטיבל  און אפילו אפאר מאל א טאג, און דאך!!! באקומט דאס נישט דעם דערווארטענדן מאס מערקווערדיגקייט וואס וואלט זיך געפאסט פאר אזא אינטעל עולם. 

איר זענט אפשר געווארן נייגעריג ? זייער פיין! ס'קומט זיך אייך!!
אקעי!! לאמיר אייך נישט אנצוען די שוין גענוג אנגעצויגענע נערוון, לאמיך אויסגיסן די באנדלעך שוין תיכף ומיד.

דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער אן אשכול מיוחד להכרת הטוב פאר ידידנו החביב והותיק מוכתר בכל מ"ח מעלות שהקאווע שטיבל מוצלח בו 
הרב הגאון במידות נעימות אונזער אלעמען באליבטן  our most dearest most beloved friend on our virtual  home כמר: 
    
                                                   שמעקעדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

לאמיר אביסל אויסשמועסן און מאכן א חשבון הנפש וואס דער מושג שמעקעדיג !! מיינט פאר אונז קאווע שטיבל באזיכער, מיט א הקדמה פונעם חובת הלבבות שער חשבון הנפש, אולי וועט איר קענען פארשטיין און אויך האבן א לימוד זכות פארן פארנאכלעסיגען אזא גרויסער הכרת הטוב וואס קומט זיך פאר אונזער שמעקעדיג.

דער חובת הלבבות ברענגט א משל פון צוויי עפיזאדן.
די ערשטע איז א קינד פון 12 יאהר אלט וואס האט זיך געדרייט אויף די גאסן היימלאז און א נאבעלער מאן נעמט אים אריין צו זיך אין שטוב און געט אים עסן/קליידונג/שלאפן, לערנט אים אויס א פאך און שטעלט אים אויף די פוס אנצוגיין ווייטער מיט זיין לעבן.

די צווייטע איז א בעבי פון א חודש אלט וואס איז פארווארפן געווארן ס'זאל נישט פאסירן, און דער זעלבער נאבעלער מאן נעמט אריין דאס פיצעלע און ווינדעלט דאס קינד פיטערט אים לערנט אים אויס גיין און אלע הצטרכות׳ן ביז ער ווערט גרויס און שטייט אויף די אייגענע פוס.

יעדער בר דעת פארשטייט אז מיטן צווייטער איז געטוהן געווארן אסאך א גרעסערער חסד ווי דער ערשטער, אבער דאך וועט דער ערשטער פיל מער דאנקבאר זיין ווי דער צווייטער. פארוואס? ווייל דער ערשטער געדענקט נאך וויאזוי ער האט אויסגעקוקט פאר מ׳האט זיך אויף אים מרחם געווען משא"כ דער צווייטער שפירט ווי ס׳קומט זיך אים ווייל ער איז צוגעוואוינט זייט ער געדענקט זיך צו באקומען אלעס אויף א זילבערנעם לעפל. און ער באגרייפט נישט וויאזוי ס׳וואלט אויסגעקוקט ווען נישט דער מענטש נעמט אים אריין.

אט דאס איז דער מושג פונעם באגריף שמעקעדיג!!

זיין אנוועזענהייט דא איז אזוי עושה רושם אויף אונז אלע אז מיר שפירן אז ס׳קומט אזוי! אונז כאפ מיר זיך נישט וואספארא אומשאצבארן אוצר מיר פארמאגן.

א יעדער פרישער ניק וואס בלאנדשעט אריין דא צום ערשטען מאהל (וגם אני בחלומי כ׳געדענק נאך וואו היינט) ווי נישט ווי מ׳קומט אריין אין  א נייער פלאץ מ׳ווייסט נישט וואס דאס איז דער קאנפידענס איז נאך רוי מ׳טראכט זאל איך זיין בלויז א ליינער אדער אפשר זיך דערוואגן מגיב זיין אויך, נע איך שרייב נישט !! ווער וועט מיר דען אויסהערן.
ענדליך מ׳בארגט זיך אויס קוראזש, מיט ציטערדיגע הענט , מ׳קלאפט אפ א תגובה , מ׳גייט פאראיייביגען אפאר ווערטער אין גאנץ א זאכליכער שטיבל יעצט ווארט מען אויף א ריאקציע. נא! זאגט אלע הויעך!!  ווער לאזט זיך אראפ צום נייעם ניק מיט אפאר וועלקימענדע ווארימע דברי ברכה מיט די גרעסטע מאס גוטסקייט און גענאדיגקייט

שמעקעדיג!!  און נאכאמאהל שמעקעדיג!!!!

איך געדענק נאך די ווארימקייט וואס האט זיך צוגאסן אין מיינע אברים ווען איך האב אלץ גרינער באקומען די ערשטע אנערקענונג דא אין שטיבעל, יא! שמעקעדיג איז דאס געווען ס׳האט אים געפאסט אזוי ווי ס׳פאסט אים אלעמאל זיינע נאבעלע מעשים דא אין שטיבל.

שמעקעדיג איז ווי דער יוסעלע רוזענבלאט אין עולם החזנות דא אין עולם הקאווע שטיבל,  און איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין.
ווער עס קען אביסל חזנות ווייסט אז יוסעלע איז דער מלך החזנים. פארוואס ? 
לאמיר זען. קווארטין איז געווען א שטיק הארץ משה קוסאוויטצקי האט געהאט די גרעסטע שטימע לייבעלע גלאנץ איז געווען דער גרעסטער און קולאטור משה גענטשוף איז געווען שטארק בעל תפילה׳איש אזוי איז דא פארשידענע אוועלט בארימטע חזנים  וואס האבן זיך אויסגעצייכענט מיט זייער ספעציפישע מעלה אין חזנות.
אבער יוסעלע! ער האט געהאט פון אלעם ער איז געווען סיי  הארץ סיי שטימע סיי קולאטור סיי בעל תפילה׳איש סיי א קאמפוזיטאר אלעס האט ער פארקערפערט אין זיך און  ווי אייסינג צום קוכן געווען א פריינטליכער צוגעלאזענער מענטש ס׳האט אים געפאסט צו רעדן מיט יעדן  און דאס האט אים געמאכט פאר מלך.

דא אין שטיבל האבן מיר פון אלע מינים 
מיר האבן פילוסופן פיזיקער סייענטיסטן טעאלאגן אידיאלאגן הומאריסטן פאעיזיסטן עקסטרעמיסטן ליבעראליסטן  זשורלאניסטן רעוואלאציאניסטן  בני תורה אויסגעקאכטע אין חסידות היסטאריע עקספערטן וכו.

לאמיר אויסרעכענען עטליכע נייערע וואס איז נאכנישט אזוי אויסגעשמועסט געווארן פריער.

מאראנצןזאפט: א מבהיל׳דיגער בעל דקדוק (עיין אשכול מצליח) האט ארויס זשורלאניזם אויפן שפיץ פינגער א פראקטישער טראכטער. האט קלאר ארויס מהלך המחשבה פון פירערס און קצינים.

יואב : א קריאוזער הומאריסט פארמאגט א הויכע אידיש. האט ארגינעלע איידיעס א רייכע שפראך וואס פארשעמט נישט דער גרעסטער אידישער שרייבער פון אונזערע ליין מאטעריאל אויף די פאליציעס

איציק : א שארפע דיבאטירער , לאזט זיך נישט נער׳ן , פארמאגט דער כח הטענה וואס ר׳ אלחנן וואסערמאן האט צוגעטיילט פארן מיגו.

גלעזעלע : אן אידאלאג רעוואלאציאניסט אן עקספערט צו מענטשליכע שוואכקייטן .

בדחן: זיין  דיטערמינאציע איז מבהיל׳דיג!  פארשטייט פיין אין עסק , וואלט געווען אן אייזערנע סעילסמאן (אפשר איז ער) דערשרעקט זיך נישט פאר קיין ניין! נאר מיט א בלעכענעם פנים קאנפראנטירט ער זיינע ווירטואלע אפאנענטן ווי א סאלדאט , ווי א געטרייע פאסטוך היט אויף זיינע שאף. אזוי היט ער אויף וואס ס׳איז ביי אים הייליג און טייער.

פון די מער באקאנטע איז דא  
יואליש : אינטעליגענט ער ווייסט א וועלט האט ארויס נאטור, פאליטיק ,יורדי דרך. בעל מחדש, הומאר.

קאווע טרינקער:  איך קען אים נאך עד היום נישט געהעריג אפלערנען . א שטארקער יודע ספר, מיסטעריעז  דהיינו זיין שרייבן איז מגלה טפח ומכסה טפחיים א סענס אף הומאר ספעציעל מיט לשון קודש׳ע אויסדריקן.

ברסלבער: האט ארויס השקפת החיים ווי קיינער דא , ווייסט וואס ער וויל האט שטודירט מחליט געווען און אנגעקומען ווי ער איז ווייל אזוי וויל ער האט א הפלא׳דיגער כח הסברה.

לעמון זשוס:  חוץ פאעזיע וואס דאס איז לכ״ע זיין שטערקסטע באזע געט א קוק וויאזוי ער קוקט אן א נושא ער איז א שטארקער טראכטער און האט נישט מורא צו ציען מסקנות.

מיר האבן א פיינקייט ווי טעפיל לעמיל  אן אריסטאקראט ווי ראשאקאל אן אוואנטוריסט ווי טאמבל סאוס א אינפארמאטער ווי שעפטיל,  א זר זהב ווי זר זהב (אנטשולדיגט זר כהאב נישט קיין בעסערע אויסדריק).
אן איפכא מסתברא׳ניק ווי היימישער ליטוואק א קאנטראווערסיאלער ווי איחוד פעלד א שכל הישר ווי שרגא א טאלאנפולער דענקער און שריפטשטעלער ווי ב פרענקלין.

מיר האבן קאלורפילע מינים ממינים שונים יעדער געט צו צום חן וואס פעלט זיך אויס  און דאס שאפט די פענאמינע הנקרא קאווע שטיבעל.

אבער שמעקעדיג!!! ער איז דאך א כל בו ער פארקערפערט אין זיך אלעס אלעס ער איז דער פיינער וואס איז מחזק אנדערע האט אויף יעדן א גוט ווארט , ס׳פאסט אים אלעס ער רעדט אריין אין תורה אין השקפה אין סייענס אין חינוך ער איז נישט דער קאנטראווערסיאלער אויך נישט דער פרומער גלייבט און א סיסטעם אבער לאכט פון יעצטיגן סיסטעם פארשטייט צום היינטיגען חינוך אבער אויפן אמאליגען שטייגער.

אויב איר האט באמערקט, אפילו ער האלט אז איינער האט זיך צו שארף אויסגעדריקט פון ביידע זייטן אינעם איילון ס׳פעלט זיך אויס א תגובה דערויף וועט ער דאס טון מיט שכל און מיט שיינעם מסביר זיין ווי יענער גרייזט אנדעם וואס יענער שפירט זיך געטראפן.

לאמיר אייך צייגען אביסעל היסטאריע :
דאס פון א זוך אין הודעות פון  שמעקעדיג 
זייט 148 
די הודעה איז אוועקגענומען געווארן דורך שמעקעדיג אום מיטוואך יוני 20, 2012 1:46
סיבה: אפשר קען עס וויי טון פאר שרייבערס דא

איר כאפט וואס דא טוט זיך?  ער האט געהאט א גוטס איך ווייס נישט אויב איינער פון אונז וואלט מוותר געווען דערויף סאיז מסתם דא פון מיר סך ערגערע תגובות אינעם שטיבל וואס פאלט מיר בכלל נישט ביי צו פארמעקן

 אבער נישט הרב שמעקעדיג!

אויב האט ער די מינדעסטע חשש אז ס׳וועט איינעם וויי טון איז אראפ דערמיט! 
דאס איז זיין גאנצע מהות פון שרייבן דא צו מהנה זיין אנדערע און אויב איר מיינט אז איך זאג אייך השערות, דאן נאדט אייך אנדערן זוך וואו ער אליין שרייבט מסיח לפי תומו פאר אן אנפרעגער.

זייט 145
פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו שרייבסט דא. און פארוואס נאך טויזענטער אנדערע מענטשן שרייבן אויף אנדערע פלעצער, כדי מהנה צו זיין אנדערע.

אזוי גאר ?? איך ווייס פון אסאך וואס שרייבן דייקא וויי צו טון אנדערע איך קען אסאך וואס שרייבן בלויז צו באקומען עטענשאן אנערקענונג לייקס קאמפלאמענטס און ביי שמעקעדיג! איז אנגענומען מיט א פשטות אז אלע טויזענטער זענען בלויז דא מהנה צו זיין אנדערע , איראניש אז ער איז גאר 
דער גרעסטער קאמפלאמאנטירער פאר אנדערע .

לאמיר אייך ווייזן וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף חתן דינן 
דורך מאן דאמר
א ישר כח אייך רב שמעקעדיג און רב טעפל פאר די ווארימע אויפנאמע, עס איז א שטארקע חיזוק, איך זעה אז איך ברויך לאזן דעם פעדער און די עפצים אויפן טיש.
מאן דאמר האט ווייניגער ווי 20 תגובות ווער באפאסט זיך מיט אים? ווער איז מחזק? טעפל דער אויסדערוועלטער אין פעלד פון חסד, און שמעקעדיג דער מלך דער כל בו אינקלאדונג טעפלס נאטור.

דורך פוןדעסטוועגןדאך
מיט זיין אייגענם שכל און פארשטאנד". "יש לכל יהודי המבקש האמת , דעת תורה" , כלומר, יעדער איד וואס מיינט עס ערנסט, א שטייגער ווי ר' שמעקעדיג, האט א דעת תורה" באמת יש לכל יהודי אמיתי אשר ידיו ולבו לא-ל אמונה, דעת תורה אמיתית, ולפי דעתו הישרה והאמיתית יעשה הטוב והישר בעיני ה'.

א שטייגער ווי?? שמעקעדיג!! פונדעסטוועגןדאך האט נישט געקענט טראכטן פון א צווייטען מיט א דעת תורה פאר רעפערענסן.

לעמיל האט געשריבן:
איך מיין אז שמעקעדיג פארדינט אליין א אשכול ביי 2000 לייקס, ווער איז זיך מנדב צו עפענען? געזוכט א נדבן פאר נאך 3 לייקס
אוי איז לעמיל גערעכט און נאך ווי ער איז!! און נישט נאר פאר זיינע 2000 לייקס נאר אויך פאר די צענדליגער הונדערטער אנדערע גוטע נקודות וואס ליגט אין דעם נאמען שמעקעדיג. לעמיל איז אבער געבליבן ביים וועלן.

געט א קוק וואס דער זאפטיגער שריפטשטעלער משה געציל איז מעיד.

דורך משה געציל 
שמעקעדיג, מיט אזעלכע שמעקעדיגע תגובות וואס דו שרייבסט איז אפילו דער פויבסט בארעכטיגט צו וויסן ווער דו ביסט... דאכט זיך אז איך האב נאכנישט געזען קיין איין קאנטערוועסיאלע תגובה פון דיר...

איר הערט וואס דא טוט זיך? מי יאמר זכיתי לבי? קיין איין קאנטראווערסיאלע תגובה! פון איבער פיר טויזענט תגובות! איך זיץ און שטוין, איר ווייסט בכלל וואס מיר פארמאגן דא?

והאחרון חביב ווען דער אבי ההומאר דער געשמאקער באליבטער קופערניקוס מאכט א מסיבה פארן נייער שנה הוירטואלי ווער איז נאטורליך דער ראש וראשון דער דבר המעמד! יא ! איר האט נאכאמאהל צוגעטראפן !!
מעמד אדיר
<a class="postlink" href="/post/85607">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f ... 607&hilit=</a>שמעקעדיג#p85607

יעצט צום שלוס :
לאמיר נישט זיין ווי דער קינד וואס מיינט אז אזוי קומט דאס, לאמיר נישט אננעמען אלס א געבן אז די אלע סערוויסעס וואס מיר באקומען פון אונזער באליבטן שמעקעדיג קומט פון זיך אליינס.
לאמיר אים ארויסווייזן אן הכרת הטוב ער איז למעשה סך הכל א וואלונטיר און פון וואס איך נעם ארויס פון זיינע תגובות איז ער א מטופל במשפחה ובנים.
ער איז באמת נישט מחויב צו טון גארנישט דא. אויב ער איז מחליט פון איין טאג אויפן צווייטן (אוי די פינגערס ציטערן מיר) צו פארשווינדען ווערן וועט סך הכל קופערניקוס מיט לעמאן זשוס אים גוט באוויינען אין א הודעה, פאלויט מיט 48 לייקס דערנאך.
לאמיר אלע אויסשרייען א מיליאן יישר כח׳ס צו שמעקעדיג we all love you forever and ever!!!!!

ווער ס׳קען זאל  מגיב זיין אייגענע עקספיריענסען וואס ער האט געהאט, ס׳זיכער דא לרוב.

און מיט דעם בין איך מסיים: איך וויל איבערגעבן א הערצליכן יישר כח פאר הרב שמעקעדיג פארן מיר מחזק זיין און סופאורטן מיום נקשו אצבעותי בחדר הקאווע.

יישר כח שמעקעדיג.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 26, 2013 11:17 am

· #108981
איך בין ווערטערלאז. מיינע אויגן זענען נאס.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 26, 2013 11:48 am

· #108988
מאטי, איך האב מיט איין אטעם אפגעליינט דיין וויכטיגע הודעה און איך האב ביים סוף שוין געהאט אזא סארט אויגן פול מיט נאסע פייכטקייט אזאנס וואס דזשארדזש בוש האט נעכטן געהאט אין דאללאס ביי זיין לייברערי עפענונג. איך וואלט עס נישט גערופן טרערן, טרערן איז ביי מיר עפעס וואס איך נוץ לעתים אבער נישט דא. איך וואלט עס גערופן א הרגש זאפט!! איך גלייך עס זייער די זאפט. און דו האסט מיר עס דערלאנגט. שקויעך.

שמעקעדיג, אילו פינו מלא שירה כ׳מאטי וואלטן מיר אלע אפגעשריבן אזא לאנגס לכבודך...אבער ן אבער מאטל האט עס געזאגט ווי קיינער קען נישט. מאטל ביזט אייזן און גיב אונז נאך פון דיין באהעלטעניש. דא און אין קופערניקוס לייק אשכול האסטו מיר באוויזן ווער דו ביזט באמת. קריך ארויס פון דיין ווינקל.

לגופו של ענין....קען ׳שמעקעדיג׳ מעיד זיין אז איך בין דא וועגן אים. נישט אז ס׳עפעס א מעלה, אפשר חסרון..אבער ער האט געהאלטן א פלייצע ווען ס׳געוועהן כלו הקינצין ביי פארשידענע געלעגנהייטן והדברים עתיקין ביי די אשכול וואס האט די מערסטע דפים דא...און אין נאך.

אויסער דעם וואס מען זעהט אין זיינע לייק צאהל און אין די עפענטליכקייט קען איך מעיד זיין אביסל פון וואס טוט זיך ביהיינד די סין, אונטער די קוליסן ווי יואב וואלט געזאגט. הרבה יותר ממה שקרא מאטי כתוב שם. אין איין ווארט ׳שמעקעדיג האט די שליסלען צו קאווע שטיבל׳

ער טראגט אן אחריות ווי א טאטע, א איבערגעגעבנקייט ווי א מאמע, א נאנטשאפט ווי א ברודער, א היימליכקייט ווי א שוועסטער, א געטריישאפט ווי א גוטע פריינד, א באליבטקייט ווי א גוטע שכן, א הארץ ווי. א הצלה מאן, א מח ווי א דאקטאר, א נערוו ווי א עיר טרעפיק קאנטראלירער, און א פונקטליכקייט ווי עיר קרעפט קעריער פילאט!

שמעקעדיג כה לחי.

מאטי יא מעיד מיי דעי!

זר זהב » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:09 pm

· #109028
שמעקעדיג, מזל טוב! איך וויל אויך זיך צושטעלן מעיד זיין אז ס'ראויים הדברים למי שאמרום, איך קען נישט נאך אזא נברה נישט אין ריעל לייף און נישט ווירטואל מיט אזאלעכע הערליכע מידות! שמעקעדיג איז דער מלך הטאלעראנץ! כ'ווייס נישט פון וואו ער האט דאס אויפגעפיקט. --
וואס איך ווייס איז אז ער האט שיטות און אפיניאנס וואס מעטשן בכלל נישט צו גאר אסאך שרייבערס דא.. אבער שמעקעדיג וועט זיך מיט קיינעם נישט אראפלאזן אין א פייט, ניטאמאל א הויעכע ווארט, קיינעם נישט טשעפן, יעדן יעדן ארויסהעלפן ווען נאר מעגליך. ס'נישטא וואס צוצולייגן צו מאטי'ס אמתע ווערטער, האביך נאר געוואלט רעדן פון עפעס אין וואס איך בין אביסעלע געשלאגן...

און א יש"כ מאטי פאר דיין הארציגע אהבת ישראל, און פאר דיינע ווערק דא בכלליות.

מאטי » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:29 pm

· #109035
איך זע דער באהאלטענער מגיה (יישר כח ווער דו ביסט נאר) האט געטוישט דעם ספעלינג פונעם קעפל פון ״הודאה״ צו ״הודעה״ הודאה איז מלשון ״דאנקען״ וואלט נישט שלעכט געווען אז ס׳בלייבט אזוי.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 26, 2013 3:42 pm

· #109078
נישטא וואס צוצולייגן, אין עליך שמעקעדיג, ווען נישט דו (מיט קופערניקוס אינאיינעם) שטילסט אפ א פייערדיגע וויכוח אין שטיבלינו, וואלט מען שוין מער ווי איין מאל איש את רעהו חיים בלעו. שכל ישרות און מדות גייט נישט אלעמאל צוזאמען, אבער ביי אונזער שמעקעדיג איז דא אלע ג' שולחנות.

און מאטי, איך האב אוועק געלייגט דיין נאמבער אין מיין ראלאדעקס, אז ביי מיין לויה אי"ה נאך די הונדערט און צוואנציג וועל איך דיר רופן מיר מספיד זיין, אזא דזשאב, איינס אין די וועלט. איך מיין אז כ'וועל נישט האבן קיין נערווען אויסצוהערן אייניקלעך און רבנים זיך אויסכליפן, אבער פאר אזא הספד לוינט זיך אלע שפעזן!

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 26, 2013 3:47 pm

· #109081
רבי מאטל (די אנדערע...) יישר כח, דו ביזט אונזער שליח ציבור.
מיין ערשטע אישי, נישט געוואוסט ס'דא אזא זאך בכלל, איינער שמעקעדיג שיקט מיר א מעסעדזש. וואס וויל ער? א לייק? גארנישט. געבן א קאמפלימענט: דו שרייבסט פיין! עכלה"ק.
געהאלטן אזוי שוין לאנג, נאך פון די פורים קונטרס וואס מיין קלאס האט ארויסגעגעבן אין כיתה ו', אבער ביז יענעם טאג האט 'קיינער' נישט גענומען די מי מסכים זיין... עד שבא אלופי ומיודעי ידידי עוז ורב חביבי מרן שמעקעדיג.
שמעקעדיג בלייבט א לעגענד לעולמי עד. מרדכי בן דוד איז די קינג אוו זשואיש מוזיק (ס'א בפירוש'ער זשי ענד בי). מייקל זשעקסאן איז די קינג אוו פאפ. און שמעקעדיג די קינג אוו קאווע שטיבל!

'אן אוואנטוריסט ווי טאמבל סאוס'! וויאזוי זאגט מען דארט, מאטוק! קולע אל השערה!

מאטי » פרייטאג אפריל 26, 2013 3:56 pm

· #109083
געפילטע פיש
נישטא וואס צוצולייגן, אין עליך שמעקעדיג, ווען נישט דו (מיט קופערניקוס אינאיינעם) שטילסט אפ א פייערדיגע וויכוח אין שטיבלינו, וואלט מען שוין מער ווי איין מאל איש את רעהו חיים בלעו. שכל ישרות און מדות גייט נישט אלעמאל צוזאמען, אבער ביי אונזער שמעקעדיג איז דא אלע ג' שולחנות.

און מאטי, איך האב אוועק געלייגט דיין נאמבער אין מיין ראלאדעקס, אז ביי מיין לויה אי"ה נאך די הונדערט און צוואנציג וועל איך דיר רופן מיר מספיד זיין, אזא דזשאב, איינס אין די וועלט. איך מיין אז כ'וועל נישט האבן קיין נערווען אויסצוהערן אייניקלעך און רבנים זיך אויסכליפן, אבער פאר אזא הספד לוינט זיך אלע שפעזן!

אזא קאמפיוטער דזעני ווי דיר האט נאך א פלאץ פאר א ראלאדעקס ביסט דאך שוין כמעט אזא סבלן ווי שמעקעדיג 😂

smart » פרייטאג אפריל 26, 2013 4:00 pm

· #109085
אין מערבין שמחה בשמחה (נאמען בנאמען...)

איך מיין מען קען מאכען אזא תגובה אויף ידידינו וידיד נפשינו ממיסדי קהלתינו וכותב בלי הפסק מיום הוסדה מכתר בכתר זהב הלא הוא הרב זר זהב שליט"א

אזוי איך קען נישט וואס וואס מאטי קען וואלט איך איך געמאכט קאפי פעיסט און די ברכות זאלען מקוים ווערן....

זר זהב » פרייטאג אפריל 26, 2013 4:46 pm

· #109094
ניין וועג, סמארט!! איך האב דיר זייער ליעב אז ביזט אזוי גוט צו מיר, אבער רוב שותי קאווע - אינקלודינג איך אליין - זענען נישט מסכים מיט דיינע רייד!!

😳 😳 😳 😳

אחד היה שמעקעדיג!

איחוד פעלד » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:34 pm

· #109104
דורך משה געציל שמעקעדיג, מיט אזעלכע שמעקעדיגע תגובות וואס דו שרייבסט איז אפילו דער פויבסט בארעכטיגט צו וויסן ווער דו ביסט... דאכט זיך אז איך האב נאכנישט געזען קיין איין קאנטערוועסיאלע תגובה פון דיר...


מיט אלע מעלות בין איך מסכים, חוץ דאס, דעס איז א חסרון לדעתי, והמ"י.

😢

משה געציל » זונטאג אפריל 28, 2013 12:34 am

· #109154
הערליך ר' מאטל! עס איז צום באוואונדערן די טאלאנט וואס וואלגערט זיך דא!
שמעקעדיג, דיין נאמען איז געווארן א מאדל דא אין שטיבל! בך יתברך לאמר; כשמעקעדיג ותגבותיו!

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 28, 2013 12:51 am

· #109158
שמעקי אסאך מאל שפיער איך 'איך דארף א ברעיק' שמעקי יא קיעפ מי גאינג.
א שמעק איז א זאך וואס איז איוויזיבל מזעט עס נישט אבער סהאט א שטארקע השפעה.

טעפל » זונטאג אפריל 28, 2013 3:52 am

· #109214
שמעקעדיג, כ'האב נישט קיין ווערטער, ר' מאטי האט מיר אלעעעעס צו גענומען, נאר איין שטארקע זאך קען איך צולייגען, איך פרעג נאר א שאלה געב א ריפרעש און......ר' שמעקעדיג האט שוין געענטפערט בטוב טעם ודעת מיט פונטקליכע ווערטער!! מיר אלע דאנקען איהם און בעטען זיך רק אל תעזבו אותנו, לאמיר ווייטער הנאה האבען פון דיר!
מאטי= א מייסטער ווערק!!

שעפטל » זונטאג אפריל 28, 2013 3:55 am

· #109216
ווען נישט איך האב ווען מורא וואלט איך אפילו געזאגט אז מאטי איז שמעקי.... נאר שמעקעדיג כאפט ניטאמאל ווי גוט ער איז סאו מאכט עס נישט קיין סענס, מוז מאטי דא אהערקומען און אים באשרייבן.
וואוילע ארבייט און גוט ארויסגעברענגט, מאטי!

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:24 pm

· #113447
כ'האב קיינמאל דעם אשכול באמערקט, אבער דא איז טאקע דאס פלאץ צו דאנקן שמעקעדיג ברבים פאר זיין געדולדיגע ראט ווען כ'האב געברויכט קויפן א קאמפיוטער. מיט א טאטע'ס ליבשאפט האט ער מסביר געווען די אלע טריפה'נע מושגים פון פראסעסערס און מעמארי והמסתעףףףףף וכל שמעקעדיגע שום וחניכה דאית לן.

טאקע א גאלדן הארץ!

מאטי » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:09 pm

· #113629
יואלישל ס׳טייטש? נישט געוואוסט פון דעם אשכול ?
קוק מיט וואספארא שבחים כ׳האב דיך באקרוינט
יואליש : אינטעליגענט "ער ווייסט א וועלט" האט ארויס נאטור, פאליטיק ,יורדי דרך. בעל מחדש, הומאר
you got to back me up here

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:11 pm

· #113678
זר זהב
ניין וועג, סמארט!! איך האב דיר זייער ליעב אז ביזט אזוי גוט צו מיר, אבער רוב שותי קאווע - אינקלודינג איך אליין - זענען נישט מסכים מיט דיינע רייד!!

😳 😳 😳 😳

אחד היה שמעקעדיג!

איך יא. איך בין מסכים מיט א יעדן ווארט וואס סמארט'ס קיבאורד האט ארויסגעזאגט. זר. דו האסט אלע מעלות שמנו חכמים און דו ביסט נאך אן עניו אויך!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:16 pm

· #113683
טעפל
שמעקעדיג, כ'האב נישט קיין ווערטער, ר' מאטי האט מיר אלעעעעס צו גענומען, נאר איין שטארקע זאך קען איך צולייגען, איך פרעג נאר א שאלה געב א ריפרעש און......ר' שמעקעדיג האט שוין געענטפערט בטוב טעם ודעת מיט פונטקליכע ווערטער!! מיר אלע דאנקען איהם און בעטען זיך רק אל תעזבו אותנו, לאמיר ווייטער הנאה האבען פון דיר!
מאטי= א מייסטער ווערק!!

קענסט שלאפן רואיג. שמעקעדיג וועט אונז בעז"ה נישט איבערלאזן. ס'קען נישט זיין. ער איז פון די 5 עמודי התווך פון שטיבל. 😃

יואליש » פרייטאג מאי 10, 2013 12:59 am

· #113724
moti107
יואלישל ס׳טייטש? נישט געוואוסט פון דעם אשכול ?
קוק מיט וואספארא שבחים כ׳האב דיך באקרוינט
יואליש : אינטעליגענט "ער ווייסט א וועלט" האט ארויס נאטור, פאליטיק ,יורדי דרך. בעל מחדש, הומאר
you got to back me up here


כ'האב עס באמערקט, און שטילערהייט צוגעשטימט... אבער מיר זענען אויפגעוואקסן אונטער די השפעה אז מ'ברויך פראווען עניוות, נישט וויסן וויאזוי צו נעמען א קאמפלימענט, ממילא איז עס צהלתו בקרבו ואבלו בפניו. מ'מאכט זיך ווי מ'הערט נישט און מ'זעהט נישט.

אבער אז מ'רעדט שוין, שיק מיר אן אישי, כ'האב עטליכע מעלות וואס דו האסט פארפאסט. מ'קען משלים זיין אן אנדערעס מאל...

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2013 11:00 am

· #113802
יואל'יש איך זעע אז דו ביסט ב"ה א גרויסער עניוו. חוץ --פארשטייצעך די אלע אנדערע מעלות--. עלעך דיר פארציילן א מעשה (א יעדער מעג אויסהערן). ס'אמאל געווען א איד וואס האט געשמ'ט מיט זיין גרויס עניוות. ווען דער שפת אמת האט געהערט דערפון האט ער איהם געוואלט אויספראוון. איז ער געקומען צו דעם איד און ר'האט איהם געפרעגט: זאגט מיר ר' איד ס'איז מיר שווער א קשיא. ס'שטייט אין די תורה "והאיש משה ענו מאד מכל האדם". האט דען הקב"ה כביכול נישט געוואוסט אז איר זענט דא? ענטפערט דער איד אז איהם איז אויך שווער די זעלבע קשיא...

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:11 pm

· #143277
איך האב יעצט באמערקט די אשכול, איין פראבלעם האב איך אז מען האט גארנישט איבערגעלאזט פאר מיך צו צולייגען,
די אלע שבחים, טיטלען, דאנקען,קען מען זען אז עס קומט פון הארץ אזוי ווי ״די וועלט זאגט אז א הארץ שפירט א הארץ״
ווי אויסגעשמוסט שוין אויבען ווי אזוי שמעקעדיג זאגט זיין מיינונג אויף היציגע און קאכידיגע טעמעס מיט אזא צוגעלאזעקייט און הארץ אפילו ווען עס קומט איינעם צו זאגען וועם מען דארף עם טאקע זאגען איז עס בבחינת מגלה טפח און מכסה טפחים
שמעקעדיג עס איז אונז א כבוד דיך צו האבען דא אין קאווע שטיבעל!!!

כוכב » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:48 pm

· #231568
מזל טוב שמעקי (כ'מעג דיר רופן בלשון חיבה?) ווען נאך זענען די אויבנדערמאנטע ווערטער פון מאטי אזוי וואר ווי היינט ביינאכט.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:07 am

· #232404
שוין באלד דא 10000 הודעות אויף אונזער שמעקעדיג אליין..............

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:12 pm

· #316053
אין ליכט פון די אשכול האב איך זיך אנגעטראפן אין די אשכול, און וואס איז דעמאלטס געווען אמת און איז שוין יעצט אמת מיט נאך כמעט דריי יאר, א ריזן דאנק @שמעקעדיג פאר אלעס וואס דו טוהסט פאר אונזער שטיבל.

א איד » מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:55 pm

· #316056
Re: די וויכטיגסטע הודאה זייט קאווע שטיבל שטייט
יעצט געזעהן, מוז איך צולייגן מיינע פינף און צוואנציג צענט, באמת א דאנק שמעקעדיג בינעך דא, ער האט מיר אהער געברענגט, און זיין חיזוק האט מיר געברענגט עד הלום.
טאקע נישט עפעס עקסטער, אבער בעסער ווי גארנישט, און דאס אלעס איז א דאנק שמעקעדיג.
שמעקעדיג דאנקע שיין

שעפטאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 1:39 am

· #535496
וגם אני מצטרף.

@שמעקעדיג האט שוין געהאלפן אזוי פיהל לבבות נשברות (וגם אני אין מיינע שווערע טעג, ביסטו געוועהן דער וואס האט מיך גע'אישי'ט, מחזק געוועהן. לולא האמנתי בטוב שמעקי זיך צו עפענען פאר דיך, און דיך צו טרעפן ווי וואלטעך געוועהן היינט?)

ומכאן הקריאה יוצאת פאר יעדע ניק וואס באקומט א אישי פון שמעקי, אויב איז ער גרייט דיך אויסצוהערן, לויף צו איהם! קיינער האט נישט חרטה געהאט! זערא דשאדשינג, זייער אנדערסטענדינג, מלא חיזוק. און ער האלט זיין מויל פארמאכט.

שמעקי, די אייבישטער זאל מצליח זיין דיין וועג, זאלסט ווייטער קענען העלפען אידישע ברידער'ס ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטע פרישע זאטע יאהרן! אמן!

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:10 am

· #535511
יאפ! גם אני מצטרף.
איך אינדורסיר ר׳ שמעקענען פאר די פוליצער פרייז פאר קאמפלימענטן טיילען.

שמן למאור » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 3:41 pm

· #535539
קהל'ס נער
יאפ! גם אני מצטרף.
איך אינדורסיר ר׳ שמעקענען פאר די פוליצער פרייז פאר קאמפלימענטן טיילען.
עס ענדיגט זיך נישט ביים קאמפלימענט טיילן, שמעקעדיג איז א גאלדענע איד מיט א הארץ פון פוטער.

לפורקנך סברית » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 7:33 pm

· #535562
איז דא נאך א יון אין דער סוכה חוץ מיר??