וואס מיינט משנה זיין
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3610
וואס מיינט משנה זיין
אז מרעט שוין יא פון משנה זיין, לאמיר טאקע מרחיב זיין הדיבור איבער דעם מסכת משנה-זיין, לעצטנס איז יעדער שטינקער וואס האט א פאליטיק מיטן קאנקורענץ ניצט דער שטעקן כאוות נפשו, אן קיין טראפ התבוננת, אן קיין שום לאגיק, מ'פארגלייזט זיך די פנים ווי א קאלב און משרייט "משנה זיין!! רבי ז"ל", בעת וואס עס האט קיין שום שייכות צו דעם ענין
לפענ"ד איז דא פארשידענע קאטעגאריעס דרגות, אין דעם ענין,
1. ס'דא דער ארגינעלער ענין פון משנה זיין וואס דער הייליגער חתם סופר באציעט זיך, דהיינו אז ליידער די מתחדשים און משכילים פון יענע תקופה האבן געהאלטן אז מ'זאל משנה זיין לגריעותא, נאכלאזן אין אידישקייט, פורץ זיין גדרים שגדרו ראשונים, מיטן אויסרייד אז צייטן האבן זיך געביטן מ'איז מער פארגעשריטן מ'ברויך נישט זיין אזוי פרום ווי אמאל, מ'זאל רח"ל אויפלעזן פארשידענע תקנות חז"ל אדער הלכות פון שו"ע, למשל מ'דארף נישט גיין מיט קיין קאפל, מ'זאל נאר דאווענען איין מאל א טאג, וכדומה, אין פאקט דאס איז דער "חדש אסור מן התורה" וואס דער חת"ס רעדט, די "חדש" באציעט זיך אויף די "מתחדשים" ווי משה מענדלזאהן'ס שר"י וחביריו, נישט קיין פארשימלטע שנאת חנם חסידישע פאליטיק
2. נאכדעם איז דא אינגאנצן א אנדערן באגריף וואס האט זערא שייכות צו וואס דער באקאנטער חתם סופר רעט, ס'דא אמאל א געוויסער מנהג וואס איז נישט מדינא דשו"ע, אבער א געוויסער קרייז צו חסידות האבן א קלארע קבלה פון איינע פון זייערע רבי'ס אז דער מנהג איז יסדתו בהררי קודש האט א טיפער באדייט ואין להרהר אחריו, למשל סאטמאר רבי ז"ל האט געהאט א תקנה אז בחורים זאלן נישט גיין צו קיין חתונות, און די ישיבה זאל האבן א פארטאגס סדר, דאס איז נישט קיין מעשיות פון עזריא' גליק אדער שלמה יאנקל, דאס איז געווען א אפציעלע תקנה אין ישיבה און ס'דא געדריקטע דרשות פון רבי'ן איבער דעם ענין, יעצט דאס איז נישט קיין סיעף אין שו"ע, איך וואלט נישט געזאגט אז דאס גייט אריין אינעם גדר פון "חדש אסור מן התורה", און איך האלט נישט אז מ'דארף זיי מחרים זיין און פארשטיינערן פארדעם, אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיי זענען משנה פון א "קפידא" וואס זייער רבי האט געהאט,
3. נאכדעם איז דא געוויסע קרייזן, ווי למשל סקווירא, וואס אפי' ענינים וואס איז אפשר נישטא קיין קלארע קבלה אז ס'זאל זיין עפעס א ענין דערביי, איז אבער יעדער התנהגות וואס זייער רבי האט געטאן זענען זיי מקבל אז דאס האט געהאט א קפידא (קפעידע בלע"ז) למשל גיסן זאלץ אויף יעדן מאכל, זיך נישט שערן נאר געוויסע וואכן, לייגן דאס קינד און א לעדל וכדומה, זייער שיטה איז אז יעדער ריר פון זייער רבי'ן האט געהאט הויכע ענינים דערביי, פארשטייט זיך אסאך פון אנדערע חסידות ווי למשל סאטמאר מאכן דאס אוועק און לאכן זיך אונטער, ווייל בכלל דער סאטמארע רבי ז"ל האט נישט ליב געהאט די סארט קפידא'ס אן קיין קבלה, ער האט אפי' נישט ליב געהאט ווען מ'מאכט איהם נאך זיינע אייגענע מנהגים כידוע, אבער אלנספאל אזוי לאנג ווי ס'דא די ריינע כוונה איז נישט שייך צו זיים צו שטארק דערגעגן, זאל יעדער טון לפי הרגשו ושכלו,
4. נאכדעם זענען פארהאן געוויסע חסידים פון א געוויסער צדיק, וואס זיי זוכן צו נאכטאן יעדע מינדעריקע תנועה ומנהג וויזוי דער רבי האט זיך נוהג געווען, נישט דוקא ווייל זיי האלטן אז מ'מוז עס אזוי טאן, נאר וויבאלד זיי האבו א שטארקע נאסטאליגיע צו דעם רבי'ן און ווילן בכל אופן אנהאלטן א התקשרות במוחו מיט דעם צדיק קאפיען זיי יעדע ריר וואס ער האט געטאן האפענדיג אז דאס איז משפיע אז ער זאל ווייטער גיין און זיינע דרכים, ווי למשל געוויסע סאטמארע בני יואל אידן, זיי וועלן דוקא שבת עסן לאנגע לאקשן, יו"ט געקעסטעלע, דאווענען אויף דעם קרעכץ ותנועה פונעם רבי'ן, שטענדיג וויינען און מוחה זיין, פשוט אלס נאסטאלאגיע, מאנכע פון זיי גייען אזוי ווייט אז זיי צווינגען ארויף אנדערע צו נאכטאנצן די הרגשים, און אויב יענער טוט עס נישט זענען איז יענער אויס סאטמארער, למשל דער היינטיגער סאטמאר רבי, ר' אהרן, ער זוכט נישט צו טאן די אלע חציוניות'דיגע הרגשים ענינים פונעם רבי'ן ז"ל, ער זינגט נישט פונקטליך ווי דער אלטער רבי, ער טאנצט נישט אויפן האר ווי דער אלטער רבי, אבער ער איז בעצם שטארק אויסגעקאכט און זיינע ספרים ער האט א טיפער הבנה פון דער רבי'ןס שיטה און יסודות'דיגע ענינים פון אמונה, דעות ויהדות, און מיט דעם איז ער זיך מקשר צו זיין פארגייער, און אין די ענינים איז ער לכאורה דער שטערקסטער ממשיך דרך בלי שינוי כ"ש, אבער די "הייליגער ווי סקווירא" סאטמארע חסידים וואס מעסטן נאר לויט ווי מ'קלאטשט און וועלכער ניגון מ'זינגט ביי לא תבושי אדער צו מ'מאכט הדלקות ל"ג בעומר, די מענטשן ווען זיי זעהן די ניגונים וואס ר' אהרן זינגט הייבן אן צו ווערן זייער סוספישעס צו דער אהרן איז נישט קיין פארבארגענע אגענט פאר די ציונים, און מ'מוז גרינדן א אייגן קהלה צו אפראטעווען דער אמת'דער דרך רבינו ז"ל
5. פארשטייט זיך כל הנ"ל דהיינו סיעף 3,4 איז לעולם נישטא קיין געפערליכע פסידא מיטן נאכטאן אויפן האר וויזוי א צדיק האט זיך נוהג געווען אן קיין שום הכרח אז ס'געווען א קפידא דערביי, אינה"נ אין סאטמאר איז דאס געווען אפגעפרעגט, אבער געזונטערהייט, ווילסט נאר זינגען ווי דער רבי, כל הכבוד, אבער ליידער קען זיך מאכן אז דאס גייט אזוי עקסטרעם אז מ'קען פשוט אויסרייסן דעם שו"ע, מיט די משוגעת'ן, למשל אין שו"ע שטייט אז ווייץ פאר מצות וואס איז מצומחות ומבקעות טויג נישט, ס'האט קיין שום חולק אויף דעם, אויך געפין מיר און קיין שום ספר אנגעהויבן פון חז"ל, ראשונים אחרונים, רמב"ם, שו"ע ונושאי כלים, תשובות, חסידים, מתנגדים, ספרדים, אשכנזים, וואס זאל מרמז זיין אז די חטים מוז וואקסן דוקא ע"י גשמים און ע"י השקי' קען אפשר האבן א פראבלעם, גארנישט. יעצט כדי צו אויסקרויזן דעם שו"ע און דוקא יא נעמען מצמחות אויב איז מען א סאטמארע חסיד מוז מען האבן גאר קראנטע באווייז אז דער רבי האט דוקא אזוי געוואלט, נישט קיין שלמה יאנקל מעשיות, פארן סקווערער העט אפשר גענוג זיין בלויז דער פאקט אז דער אלטער רבי האט זיך אזוי נוהג געווען ממילא מוז זיין אז ס'דא ענין דערביי, דערווייל איז דא 2 הכחות ברירות אויף פונקט פארקערט אז דער אלטער סאטמאר רבי זצוק"ל האט דייקא געהאט א פראבלעם מיט די ווייץ פון אלע יארן, איינס אז ער האט יאר איין יאר אויס געקליבן זיין ווייץ, 2 אז פאר א שטיק צייט איז ער געגאנגען כמעט 3,000 מייל צו די אנדערע עק אמעריקע קיין אריזאנע זוכן בעסערע ווייץ, מיינט דאך דאס אז ער האט דייקא נישט געהאט קיין שום קפידא צו ניצן דוקא די ווייץ וואס ער האט געניצט, ברויך דאך א סאטמאר חסיד זיין דער ערשטער וואס טאר זיכער נישט עובר זיין חלילה אויפן שו"ע און חלילה ניצן מצומוחת, דערווייל די סקווירא חסידים וואס האבן די טרעידמארק פון קפידא'ס האבן אבער דאס שכל און ערנסקייט צו פארשטיין להבדיל, אבער די מאדנע אזויגערופענע סאטמארע נישט נאר וואס זיי עקשנ'ען זיך מיט זייער "היילגער ווי סקווירא" קפידא, קענען נאך זאגן אז איינער וואס ניצט די אויסגעהאלטענע ווייץ ע"פ שו"ע דער איז גאר דעם וועם דער חתם סופר האט געמיינט מיט "חדש אסור מן התורה"
מתוקים דבריך, אמת ויציב
גאלדלמשל דער היינטיגער סאטמאר רבי, ר' אהרן, ער זוכט נישט צו טאן די אלע חציוניות'דיגע הרגשים ענינים פונעם רבי'ן ז"ל
שוין אמאל געהערט זיינע של"ש תורות? דע האאאא האאאא האאאא, וועם מאכטער דארט נאך?....
ס'וועט זיין א סילוף ציזאגן אז און סאטמאר האט מען נישט געניצט דעם חדש אסור אדער א כדומה'דיגען אוסדריק נישט צי זיין פרומער ווי דער פריערדיגער דורץ
כקען דיר געבן אסאך דגמאות פונעם אלטען סאטמארערן רבין דערויף.
ער זאגט טאקע האאאא האאאא, אבער ער האט קיינמאל געזאגט אז ווער עס זאגט נישט האאא האאא איז אויס סאטמארער, "משנה", "חדש אסור מן התורה", ער טוט די חצוניות'דיגע ענינים ליבערלי, דאס איז דער פינטל,
דו זאגסט ער מאכט נישט נאך. ער מאכט יא, (עכ"פ ער וויל...)
אוואדי מאכט ער נאך, אבער ער האלט עס נישט פאר קיין עשרת הדברות, ער האלט עס נישט פאר קיין קפידא, ער האלט נישט אז דאס מאכט איהם מער סאטמאר רבי, וואס פארשטייסטו נישט?
האסט געזאגט ''ער זוכט נישט נאכצומאכן'', און יעצט האלט מען ביי ''אוודאי מאכט ער נאך''
זר ביהעיוו, ווייל איך געב דיר פעטש, 😉
האלא בארואיג דיך ביים צייט ביז הייבען הענט 😢
מ'טיילט נישט קיין פעטש דא 😮
דער פלאץ הייסט "קאווע" שטיבל, האט איינער שוין דא אמאל באקומען א טראפ קאווע, נו וואס פאלט דיר ביי אז פונקט פעטש וועט מען יא טיילן
זר זהבגאלדלמשל דער היינטיגער סאטמאר רבי, ר' אהרן, ער זוכט נישט צו טאן די אלע חציוניות'דיגע הרגשים ענינים פונעם רבי'ן ז"ל
שוין אמאל געהערט זיינע של"ש תורות? דע האאאא האאאא האאאא, וועם מאכטער דארט נאך?....
ער מאכט קיינעם נישט נאך
אזוי האט מען געזאגט אין סיגעט תורה
האסט אמאל געהערט א של"ס תורה פון ברך משה?
דער שארמאשער פרוביראט נאכצומאכן דעם רבין ז"ל, ווייל ביים רעדן זאגט ער אויך אזוי הע... מיט די באקאנטע תנועה
לאמיר זען ווער עס איז משנה:
רבינו הקוה''ט זי''ע האט זיך רוב ימי חיו הק' נישט געלייגט און קיין בעט, נאר עס האט בלויז געדרימעלט אויף א בענקל,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט יעדן טאג געלערנט חו''ר מיט די ר''ת תפילין,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט אפגעשארט דאס טישטוך מיט די קוויטל געלט, פאר יעדן נצרך,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין הסכה, אויף קיין שום ספר,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט מקפיד געווען, אז מען זאל און די ישיבה אויף שטיין פארטאגס, און לערנען פארן דאווענען,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט מקפיד געווען אז בחורים זאלן נישט גיין אויף קיין חתנות,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט מקפיד געווען אז ווען ער איז געפארן קיין אר''י זאלן נישט מיט פארן נאר א מנין יודן, אז ער זאל קענען דאווענען בציבור,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט געהאלפן יעדען יוד, אפי' זיינע שונאים, ווען זיי זענען געווען און א קלעם,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט מקפיד געווען נישט צו שעלטן קיין שום יוד,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט מקפיד געווען זיך נישט צו צי בייגן צום עסן,
רבינו הקוה''ט זי''ע האט קיינמאל נישט געטריקן, סתם וואסער,
פאר די אלע וואס שרייען מען טאר נישט משנה זיין, פון די ליסטע וואופול זאכען זענט איר משנה??????????
גאלד, זייער שיין. די נאסטאלגיע חלק איז אמת ויציב.
לגבי אריזאנע, נעמט עס אריין אין זיך 2 חלקים. איינס איז דער בארעדן די פריערדיגע "היתר פון טאש" וכדומה, צווייטנס איז דער ענין פון נישט זוכן קיין חדשות, לאו דוקא משנה זיין. סאיז מיר בעסער דער אלטער אויסגעטרעטענער וועג, מיט אירע אלע פראבלעמען , ווי זיך גיין זוכן נייע פראבלעמען. אז דו ווילסט רוף עס א חסרון אין גאטס, רז"ל ובית דינו האבן נישט די גאטס. ווידעראום ר' אהרן איז יא מער א זעלבסטזיכערער מענטש (רוף עס גאווה אז דו ווילסט). נאר בינינו, וואס איז שוין די גאנצע תורה פון צאי לך בעקבי הצאן, נישט משנה זיין, סאיז דאך אלעס היינו הך, אז די לעצטע דורות האלטן אז זיי זענען אזוי סאך שוואכער ווי די פריערדיגע אז זיי האבן שוין נישט קיין אייגענעם דעת אינגאנצן. דאס איז ממש דער נקודה.
און אגב זעט מען אז למעשה זענען די זאליס גערעכט געווען מיטן שטיין ווייט פון אריזאנע, ווייל עס שטעלט זיך דאך ארויס א פראבלעם אינעם דארטיגן קלימאט אז די פעלדער ווערן נישט געצייטיגט אלעס אויף איינמאל און צומאל בלייבט פאר וואכן לאנג חטין שאין צריכין לקרקע, וואס דאס איז לכל הדעות א פראבלעם ערגער ווי מצומחות וואס זענען געווארן בעוד שצריכים לקרקע. זעט מען דעם מתון מתון ד' מאות זוזי שויא.
יעדער ניצט דעם ענין פון משנה זיין ווי אזוי עס שמעקט איהם
און ווען ער טוט דאס הייסט דאס נישט משנה געווען, נאר תיקון וצורך הדור וכו', אבער ווען דער צד שכנגד טוט דאס הייסט דאס משנה געווען
לדוגמא [איך וועל ניצען א צווייטער חסידות פאר די דוגמא]
אין חצר הקודש סקווירא איז געווען א קעפעידא אז מיידלעך זאלען נישט שווימען, דער אלטער רבי איז געווען להשמיד אנטקעגען דער ענין, די לעצטע פאר יאר האט מען מבטל געווען די תקנה און אין די מיידל קעמפ שווימט מען, דאס הייסט נישט משנה געווען
אבער די וואס גייען אריין קיין מאנסי דאווענען, אדער קיין פרידוואלד, הארגעט מען, און מען טאר נישט מאכען א צווייטער מנין, ווייל מען איז משנה פון דעם רבי ז"ל
הוא דאמרו, עס ווענט זעך ווי די חמור שטייט איין
דעת תורה
און אגב זעט מען אז למעשה זענען די זאליס גערעכט געווען מיטן שטיין ווייט פון אריזאנע, ווייל עס שטעלט זיך דאך ארויס א פראבלעם אינעם דארטיגן קלימאט אז די פעלדער ווערן נישט געצייטיגט אלעס אויף איינמאל און צומאל בלייבט פאר וואכן לאנג חטין שאין צריכין לקרקע, וואס דאס איז לכל הדעות א פראבלעם ערגער ווי מצומחות וואס זענען געווארן בעוד שצריכים לקרקע. זעט מען דעם מתון מתון ד' מאות זוזי שויא.
וואס איז דאס מיט די אריזאנע ווייץ אז מווערט נישט פערטיג מיט די שקרים דערויף יעדעס יאר חדשים לבקרים?
אט האסטי א פרישען שקר, סווערט נישט געצייטיגט אינאיינעם
ס'הייסט אזוי און דעם רעגענדיגער נוי יארק ווי איין פלאץ קען זיין נאס בשעת דער צווייטער טריקען דארט ווערט עס יא געצייטיגט אינאיינעם נאר און דער הייסער טריקענער אריזאנע דארט צייטיגט זיך עס נישט אינאיינעם.
און די פלא בעל דעת תורה קוקט דאך אויס צי זיין א פארשטענליכער ניק אבער קען נאכבאבמבלען אזעלעכע הבלים!
אויף אריזאנע ווייץ האט דא איינער לעצטענס געשריבען א גוטס,
פאר א יאר איז עס געווען אסור ווייל עס איז שלא ע״פ דרך הטבע ווייץ ווייל עס וואקסט אין א מדבר ווי עס רעגענט נישט און עס וואקסט נאר מיט קינצען, היי יאר איז עס געווען אסור ווייל עס מבול׳ט דארט בשעת די ווייץ וואקסט..
ווער געדענקט נאך ווען עס איז געווען אסור ווייל עס גייט אריין וואסער פון די רעדער פון די טרעלעריס וואס ברענגן עס, עד שבא ר׳ דוד רז״ב און געברענגט ווייץ פון איידעהא.
בעריש, אדרבה ווער געוואר פארוואס אין די וועלט זיצן דארטן 2 אינגעלייט א גוטע פאר וואכן פארן שניט, איז דאס אויך א נייע חומרא מיטגעקומען מיטן פעקעזש דיעל פון חומרות? איך זאג גארנישט פאר זיכער זינט איך בין נאך נישט דארט געווען און נישט געקוקט די קליפס, אדרבה אויב זאגסטו אז עס איז נישט אמת בין איך זייער פרייליך, זינט עס איז מיר וויכטיגער אידן זאלן עסן כשר׳ע מצות בלי פקפוק ווי אז מיין פארטיי - אדער אפילו מיין אידעעלאגיע - זאל האבן א נצחון.
עס איז זייער פשוט צו פארשטיין, לויט ווי זיי שרייבען זיצען זיי דארט ווייל וויבאלד אויב עס וועט ז׳יך יא מאכען א שטיקל רעגן וועט די ווייטץ האבן א שאלה אויף זיך, דערפאר אלץ תוספות חומרה דפסח לייגען זיי א עקסטערע שמירה.
פארוואס האט מהר״א קיינמאל נישט געשטעלט קיין שומרים אין לאנג איילענד פאר ער האט אנגעהויבן צו נעמען ווייץ פון אריזאנע? נאכמער, די ערשטע פאר יאר האט נאך די אריזאנע ווייץ נישט געקלעקט פאר די גאנצע פראדוקציע, נאר ערב פסח איז געווען אריזאנע. אין יענע יארן האט מען געהעריג געשניטן אין לאנג איילענד, בעת אין אריזאנע האט מען געשטעלט שמירה. אפשר ווייסטו פארוואס אין לאנג איילענד האט מען נישט געשטעלט קיין שמירה בו בזמן?
דעת תורהגאלד, זייער שיין. די נאסטאלגיע חלק איז אמת ויציב.
לגבי אריזאנע, נעמט עס אריין אין זיך 2 חלקים. איינס איז דער בארעדן די פריערדיגע "היתר פון טאש" וכדומה, צווייטנס איז דער ענין פון נישט זוכן קיין חדשות, לאו דוקא משנה זיין.
סאיז מיר בעסער דער אלטער אויסגעטרעטענער וועג,
כעל דיר זאגט דער אמת פאר מיר איז אויך בעסער די אלטע אויסגעטרעטענע וועג, איך וואונדער מיך נאר פארוואס איז דער שו"ע מיט אלע פוסקים אשר מפיהם אנו חיים הייסט עפעס נישט קיין "אלטע אויסגעטרעטענע וועג", האט דער אלטער אויסגעטאראטענער וועג זיך אנגהויבן ה' אלפים תשכ"ב,
מיט אירע אלע פראבלעמען ,
זעהסט, דא פונקטליך קריג מיר זיך, איך אלס א סאטמארע חסיד האלט בשיטה אז די אלע "אלטע פראבלעמען" איז קיין שום אויסגעטרויטענע וועג, ס'האט קיין שום קפידא אדער ענין דערביי, אדרבא מיר האבן א קבלה אין א אויסגעטרויטענע וועג פון אונזער אלטער רבי זצ"ל דייקא צו פארמיידן די אלטע פראבלעמען בכל אופן און זיך האלטן אויף אלע קאסטן צום אור אור אלטן אויסגעטרויטענע וועג וואס דאס איז חז"ל ראשונים אחרונים, שו"ע ונושאי כליו
ווי זיך גיין זוכן נייע פראבלעמען.
לפע"ד איז הא גופא א פרעכער ענין פון התחדשות און משנה זיין, ווייל ווער זענען מיר בדור השפל זיך נעמען מחדש זיין שפוגל נייע חששות שלא שמענו ולא ראינו מעולם, עאחכו"כ, נאך צוליב דעם נייעם ערפינדענע פראבלעמען חדשים לבקרים, מבטל זיין אלטע פראבלעמען וואס מיר זענען מחויב זיך צו האלטן, ווי איז דער "צאי לאך בעקבי הצאן"?
אז דו ווילסט רוף עס א חסרון אין גאטס, רז"ל ובית דינו האבן נישט די גאטס. ווידעראום ר' אהרן איז יא מער א זעלבסטזיכערער מענטש (רוף עס גאווה אז דו ווילסט). נאר בינינו, וואס איז שוין די גאנצע תורה פון צאי לך בעקבי הצאן, נישט משנה זיין, סאיז דאך אלעס היינו הך, אז די לעצטע דורות האלטן אז זיי זענען אזוי סאך שוואכער ווי די פריערדיגע אז זיי האבן שוין נישט קיין אייגענעם דעת אינגאנצן. דאס איז ממש דער נקודה.
און אגב זעט מען אז למעשה זענען די זאליס גערעכט געווען מיטן שטיין ווייט פון אריזאנע, ווייל עס שטעלט זיך דאך ארויס א פראבלעם אינעם דארטיגן קלימאט אז די פעלדער ווערן נישט געצייטיגט אלעס אויף איינמאל און צומאל בלייבט פאר וואכן לאנג חטין שאין צריכין לקרקע, וואס דאס איז לכל הדעות א פראבלעם ערגער ווי מצומחות וואס זענען געווארן בעוד שצריכים לקרקע. זעט מען דעם מתון מתון ד' מאות זוזי שויא.
דעת תורהפארוואס האט מהר״א קיינמאל נישט געשטעלט קיין שומרים אין לאנג איילענד פאר ער האט אנגעהויבן צו נעמען ווייץ פון אריזאנע? נאכמער, די ערשטע פאר יאר האט נאך די אריזאנע ווייץ נישט געקלעקט פאר די גאנצע פראדוקציע, נאר ערב פסח איז געווען אריזאנע. אין יענע יארן האט מען געהעריג געשניטן אין לאנג איילענד, בעת אין אריזאנע האט מען געשטעלט שמירה. אפשר ווייסטו פארוואס אין לאנג איילענד האט מען נישט געשטעלט קיין שמירה בו בזמן?
ווילסט א ענטפער? אדער ווילסט בלייבען מיט די קשיא?
די ענטפער איז זייער פשוט, לאנג איילענד ווייץ שניידט מען אמינוט בעפאר עס אינו צריך לקרקע, און אויב האט גערעגנט א טאג ווארט מען צו צוויי דריי טאג עס זאל ווערן טריקען דערנאך שניידט מען, פאקטיש האט עס אויך א שמירה ווי נאר עס ווערט רייף צו שניידען,
אריזאנע שניידט מען ווען עס גייט שוין מעגליין אריין אינעם גדר פון אינו צריך לקרקע, דערפאר מוז זיין א שמירה, ווייל אויב עס רעגענט קען מען די ווייץ נישט ניצען.
האלטן מיר אזוי (לייג צו קאפ): דאס איז ברור, אז דאס וואס אברהם לויפער שרייט אז עס ווערט נישט אויף איינמאל געצייטיגט, איז זיכער ליגנט. ביי די אהרונים ווייל ער הייסט אברהם לויפער, און ביי אנדערע ווייל א שקרן גלייבט מען נישט אפילו אויב זאגט ער אמת. (אגב, אין קאווע שטיבל גופא זעהט זיך אן א שטארקע טענדענץ יא צו גלייבן. זיי טענה'ן, "אטאקיר די מעסעזש, נישט די מעסענדזשער"...)
ווערט דאך אבער שווער, אויב אזוי לשמירה מה זו עושה? קומט בדחן און איז מיישב כמין חומר: דאס איז נישט אז עס ווערט צוביסלעך געצייטיגט, וואס דאן וואלט מען נאך געקענט זאגן אז די וואס זענען אפשר געווארן חמץ ווערט בטל ברוב. וואס דען? "די גאנצע פעלד, אויפאיינמאל" ווערט א אויס צריך לקרקע א שיינע פאר טאג / וואכן בעפאר מען שניידט! דאס הייסט אז אין אריזאנע שניידט מען עמטליך שפעט. שיין דערלעבט. פארדעם האט מען געברויכט גיין קיין אריזאנע? מען לייגט זיך דאך אריין אין פיל הארבערע שאלות ווי אין לאנג איילענד.
דעת תורהדאס הייסט אז אין אריזאנע שניידט מען עמטליך שפעט. שיין דערלעבט. פארדעם האט מען געברויכט גיין קיין אריזאנע? מען לייגט זיך דאך אריין אין פיל הארבערע שאלות ווי אין לאנג איילענד.
וואס איז די "הארבערע שאלות" ס'רעגנט דאך נישט?
אויב עס רעגנט נישט וואלט מען נישט געשטעלט קיין שמירה.
נו, איז דאך ממש פערפעקט, דער שומר איז דא צו זיכער מאכן אז מ'זאל שניידן איידער עס רעגנט, נו ווי איז די "הארבערע שאלות"
קומסט אריין אומקלאר, זיי דיך בעסער מסביר.
דעת תורהבעריש, אדרבה ווער געוואר פארוואס אין די וועלט זיצן דארטן 2 אינגעלייט א גוטע פאר וואכן פארן שניט, איז דאס אויך א נייע חומרא מיטגעקומען מיטן פעקעזש דיעל פון חומרות? איך זאג גארנישט פאר זיכער זינט איך בין נאך נישט דארט געווען און נישט געקוקט די קליפס, אדרבה אויב זאגסטו אז עס איז נישט אמת בין איך זייער פרייליך, זינט עס איז מיר וויכטיגער אידן זאלן עסן כשר׳ע מצות בלי פקפוק ווי אז מיין פארטיי - אדער אפילו מיין אידעעלאגיע - זאל האבן א נצחון.
אינטערסאנט אז נעכטן האסטי עס געזאגט בברירות און איצט ווייסטי שוין נישט זיכער!
די סיבה איז אז און אריזאנע ווי עס רעגענט נישט שנייד מען געווענליך ביי 10 און א האלב (נאך אלץ היבש העכער ווי אין א"י ווען משנייד ביי 7)
און לאנג איילענד איז עס געווענליך צווישען 13 און 14
באמת גערעד די רבנים שטראססער וואזנער בראדע און נאך האלטן טאקע אז די שמירה אזוי פרי איז איבריג אבער ר"א וויל דייקא יא אז ס'זאל שוין זיין שמירה פון 18 (אפשר ווייל ער איז חושש לדברי גאלדשטיין ר"ל)
אבער צירוק ציקומען פארשטיי איך ממש נישט דאס ווארפן א מסקנה אז ס'צייטיגט נישט אויפאיינמאל בלויז אויף שפעקעלאציע און wihsful thinking כאטש די סברה זאגט אז אויב ערגעץ איז עס דארט ווי ס'צייטיגט יא אינאיינעם
זעט אויס אז צד רז"ל האלט באמת אז דארט איז נישט שולט די חוקי הטבע..
איבער ווער סאיז פריילעך אז דער צווייטער עסט ח"ו נישט אויסגעהאלטענע מצות ברוך מען נאר קוקן ווער זענען די וואס קומען נישט צי די עלטערן אדער לאזן נישט אריין קינדער בלויז וועגען מצות
ס'מיר אביסל שווער צו מסביר, ווייל איך כאפ אויך נישט פונקטליך וואס דו זאגסט,
מ'טענה מיר זיך דא ווען די חיטים ווערן געצייטיגט, צו אויפאיינמאל צו באזונדער, און היתכן אין אריזאנע איז דא שומר,
וואונדער איך מיך למאי נפק"מ ווען מ'שניידט, צו ס'יא דא א שומר צו נישט,
למעשה האט נאך דערווייל אין מציאות קיינמאל גערעגנט דארט אין אריזאנע לכה"פ 7 וואכן איידער מ'האט ענדגילטיג געשניטן, אזוי זענען דאך מעיד די שומרים,
נאך סאך בעפאר דער ערשטער ווייצל איז געצייטיגט געווארן, נו וואס זענען די "הארבערע שאלות"?
דעת תורהגאלדנו, איז דאך ממש פערפעקט, דער שומר איז דא צו זיכער מאכן אז מ'זאל שניידן איידער עס רעגנט, נו ווי איז די "הארבערע שאלות"
קומסט אריין אומקלאר, זיי דיך בעסער מסביר.
איז דא א מציאות אז דו זאלסט זיך מסביר זיין וואס דו ווילסט אדער פארשטייסט נישט? פאר א דרויסענדיגען זעט אויס ווי די קריכסט אויף גראדע ווענט,
מיינע פריינט, חברינו היקר "גאלד" האט אנגעהויבן א שיינע אשכול וועגן דעם נושא פון משנה זיין, לאמיר נישט פארקריכן נאכאמאל צו די אומפארדייטע אריזאנע מצות.
לאמיר אויסשמועסן וואס מיינט דאס משנה זיין און וואס נישט. עס קען זיין גאר א אינטרעסאטנע באלערנטע נושא, וואס קען נוגע זיין יעדן טאג אויף צענדליגער ענינים!
יא משנה זיין ווס. נישט משנה זיין קען גיין אויף ביידע זייטן ביז אן עקסטרעם.
לדוגמא, שמעתי אז דער אלטע סקווירא רבי ז"ל, וואס כידוע האט פרובירט אלעס צו זיין גענוי ווי אינדערהיים, און גארנישט משנה זיין. האט געוואלט איינפירן אז מען זאל געבוירן קינדער אינדערהיים, אלס נישט משנה זיין, און איינמאל איז כמעט געקומען לידי סכנה, האט ער מסכים געווען משנה צו זיין.
ער האט נישט געוואלט נוצן קיין טיי בעג, ווייל עס איז א נייע זאך, האט ער גענוצט די טיי בלעטער, אזוי ווי מען האט געטון אינדערהיים.
ווידער, א מיידל שולע איז נישט געווען אינדערהיים און מען האט יא משנה געווען, סיי סאטמאר, און סיי סקווירא, אלזא, געוויסע זאכן האט יעדער איינער משנה געווען.
דערנאך איז דא די מענטעלעטי, אז אפילו מחמיר צו זיין, אויב ביי אונזערע זיידעס האט מען מקיל געווען דערויף [איך באציה מיר נישט צו עפעס ספעציפיש, און דירעקט נישט צו אריזאנע ווייץ] זאל מען נישט מחמיר זיין.
און דא קומט דער המשך
אויב ביי אונזערע זיידעס האט מען מיקל געווען בקפידא ווייל מען קען ביי דעם מיקל זיין
אבער אויב מען האט מיקל געווען פשוט ווייל ס'איז נישט געווען קיין ברירה, איז זיכער ווען ס'איז יא דא א ברירה דארף מען מחמיר זיין
נקח לדוגמא, אונזערע באבעס האבן אין די ערשטע קלאסן געלערנט אין פאבליק סקול מיט אלע גוים צוזאמען ביז א געוויסע יאר גאנג, דא אין אמעריקא איז דא די זעלבע חק המדינה אז מען דארף לערנען אין סקול, וועט קומען אזא אברהם לויפער און זאגן, צו וואס דארף מען עפענען א בית רחל און זיין פרומער ווי אונזערע זיידעס, מען זאל שיקן די קינדער געהעריג אין פאבליק שולע, אונזערע זיידעס האבן דאך מיקל געווען נישט אזוי?
(אגב, טאקע באותו ענין פון בית רחל האט זיין טאטע ז"ל יא מחמיר געווען מער ווי יעדן כידוע, נו ווען מעג מען יא מער און ווען נישט)
חכם, דער רבי האט דאך געוואלט מתחילה מען זאל אזוי טאן, דער פראבלעם איז געווען אז די גוים זענען דאך שקצים, זיי זענען יא משנה... מילא איז נישט שייך געווען עס צו טאן ווייל דער מצב אין די פובליק סקולס איז געווען גענצליך אנדערש ווי אין אונגארן.
אקוראט אזוי. ס'דא א בוך ארויסגעקומען פון עפעס איינעם אין מאנסי, כ'דענק נישט דעםן נאמען. ער צולייגט גוט דעם חילוק פון היינטיגע פובליק סקולס ביז די אמאליגע אזש סוועט זיך דיר פארגלוסטן אזא סארט פובליק סקול היינט פאר דיינע קינדער!
מיינע כללים וואס הייסט משנה זיין (איך רעד אלס סאטמארע חסיד)
כלל א': עס מוז זיין א הלכה פסוקה אדער אין זיינע ספרים אדער א דרשה ברבים,
כלל ב': אויב איז עס נישט מוזכר אין קיין איינע פון זיינע ספרים, מוז עכ"פ זיין א הוכחה אז דאס וואס ער האט זיך נוהג געווען איז מחמת קפידא ולכתחלה,
זר זהבאקוראט אזוי. ס'דא א בוך ארויסגעקומען פון עפעס איינעם אין מאנסי, כ'דענק נישט דעםן נאמען. ער צולייגט גוט דעם חילוק פון היינטיגע פובליק סקולס ביז די אמאליגע אזש סוועט זיך דיר פארגלוסטן אזא סארט פובליק סקול היינט פאר דיינע קינדער!
היינט רעדסטו פון תשע"ג
די שאלה איז אויב די שולעס אין אמעריקא תש"ח זענען אויך געווען ערגער ווי די אונגארישע שולעס אין תש"ג
גאלד זאגסט פיין, אז נישט קען מען פון יעדע זאך מאכן א קפידא. סאטמאר רב איז קיינמאל נישט געפארן מיט אן עראפלאן (חוץ איינמאל סוף ימיו בלית ברירה), נישט גערעדט אויפן טעלעפאן, און נאך אנדערע זאכן, ווייל ער האט נישט געואלט קיין התחדשות.
אבער מצד שני האט ער געגרינדעט א צייטונג, געעפענט שולעס פאר מיידלעך, אויפגעטראכט א נייע סארט שטרימפ מיט סיעמס אן קיין שום מסורה, צום סוף זיך געלאזט איבעררעדן און געעפנט א כולל, געהייסן לערנען ענגליש אין זיינע מוסדות, א.א.וו.
זעהט אויס אז מען דארף נוצן שכל ווי איין און ווי אויס, און מען קען נישט זאגן אויף יעדן מנהג אז דאס איז א הוראה לדורות, חוץ אויב ס'איז א בפירוש'ע הלכה אדער אנגענומענע מנהג מדורי דורות.
זר זהבאקוראט אזוי. ס'דא א בוך ארויסגעקומען פון עפעס איינעם אין מאנסי, כ'דענק נישט דעםן נאמען. ער צולייגט גוט דעם חילוק פון היינטיגע פובליק סקולס ביז די אמאליגע אזש סוועט זיך דיר פארגלוסטן אזא סארט פובליק סקול היינט פאר דיינע קינדער!
אפשר מיינסטו פון האלצער?
ער איז נישט געפארן אויף אן עראפלאן וועגן חדשות?! כמיין מאכסט א טעות
כ'געדענק נישט די נאמען, כוועל טרייען נאכצוקוקן
עראפלאן איז געווען פשוט וועגן פחד. ער אז געווען א גרויסער פחדן אין פריוואטן לעבן.
טעלעפאן ווייסעך נישט.
יא אזוי האביך אויך געוויסט
שמעקעדיגגאלד זאגסט פיין, אז נישט קען מען פון יעדע זאך מאכן א קפידא. סאטמאר רב איז קיינמאל נישט געפארן מיט אן עראפלאן (חוץ איינמאל סוף ימיו בלית ברירה), נישט גערעדט אויפן טעלעפאן, און נאך אנדערע זאכן, ווייל ער האט נישט געואלט קיין התחדשות.
אבער מצד שני האט ער געגרינדעט א צייטונג, געעפענט שולעס פאר מיידלעך, אויפגעטראכט א נייע סארט שטרימפ מיט סיעמס אן קיין שום מסורה, צום סוף זיך געלאזט איבעררעדן און געעפנט א כולל, געהייסן לערנען ענגליש אין זיינע מוסדות, א.א.וו.
עראפלאן האט מען שוין געזאגט אז דאס איז וועגען פחד
צייטונג האט ער נישט געגרינדעט, סתם א שקר ער האט דאס אםילו לכתחלה נישט געוואלט, דער קראסנער רב האט דאס געשטיפט, מען האט גענומען א צייטונג וואס איז געווען קיים, נישט געמאכט א נייע בריאה
שרייבערזר זהבאקוראט אזוי. ס'דא א בוך ארויסגעקומען פון עפעס איינעם אין מאנסי, כ'דענק נישט דעםן נאמען. ער צולייגט גוט דעם חילוק פון היינטיגע פובליק סקולס ביז די אמאליגע אזש סוועט זיך דיר פארגלוסטן אזא סארט פובליק סקול היינט פאר דיינע קינדער!
היינט רעדסטו פון תשע"ג
די שאלה איז אויב די שולעס אין אמעריקא תש"ח זענען אויך געווען ערגער ווי די אונגארישע שולעס אין תש"ג
היינט תשע״ג זאל זיין בעסער ווי תשי״א אדער ל״א? אדער גאר 100 יאר פריער?
מער דיטעליס ביטע.
אוהב ספריםשמעקעדיגגאלד זאגסט פיין, אז נישט קען מען פון יעדע זאך מאכן א קפידא. סאטמאר רב איז קיינמאל נישט געפארן מיט אן עראפלאן (חוץ איינמאל סוף ימיו בלית ברירה), נישט גערעדט אויפן טעלעפאן, און נאך אנדערע זאכן, ווייל ער האט נישט געואלט קיין התחדשות.
אבער מצד שני האט ער געגרינדעט א צייטונג, געעפענט שולעס פאר מיידלעך, אויפגעטראכט א נייע סארט שטרימפ מיט סיעמס אן קיין שום מסורה, צום סוף זיך געלאזט איבעררעדן און געעפנט א כולל, געהייסן לערנען ענגליש אין זיינע מוסדות, א.א.וו.
עראפלאן האט מען שוין געזאגט אז דאס איז וועגען פחד
צייטונג האט ער נישט געגרינדעט, סתם א שקר ער האט דאס אםילו לכתחלה נישט געוואלט, דער קראסנער רב האט דאס געשטיפט, מען האט גענומען א צייטונג וואס איז געווען קיים, נישט געמאכט א נייע בריאה
אבער אזויווי ביים שדה עפרון, קען מען זאגן ביים איד אויך אז תקומה היתה לה
@בעריש, איך האב עטליכע פראגעלעך. דו זאגסט זייער קלאר אז אין אריזאנע שניידט מען שפעטער ווי אין לאנג איילענד. האט איר אמאל אריין געטראכט וואס איז טאקע די סיבה דערצו? פארוואס זאל מען נישט שניידן פריער און זיך שפארן דעם שומר? נאך עפעס, ווער האט קובע געווען דעם שיעור 13? און פארוואס טאקע אין ארץ ישראל שניידט מען יא שפעטער? האט דאס עפעס מיט אנדערע מסורות אזוי ווי צלע י"ב, אדער עס איז סתם א מקרה? אזוי אויך, איך קען בכלל נישט קיין אגריקולטור, אבער אויב עפעס זאגט סברא אז א נאטורליך געוואקסענע פעלד אין א נארמאלן קלימאט, וועט ענדערש ווערן געצייטיגט אויף איינמאל ווי א ארטיפישעל פעלד. דו זאגסט שוין 2 מאל איבער אז די סברא זאגט פארקערט, זיי עס מער מטעים.
@גאלד, אויב גיי מיר אז עס איז באמת דא חטים שאין צריכין לקרקע, יל"ע טובא אויב א שומר קען העלפן אין אזא פאל. מען טרעפט ערגעץ אין די פוסקים אזא מין שמירה?
וואס מיינסטו מיט "ארטיפישעל" פעלד?
און וואסערע פראבלעמען קענען זיין אויב עס רעגנט נישט
געהערט אמאל:
וויפיל איז די שיעור "כל שהוא" חמץ אין פסח?
אז דער ברך-משה פלעגט זאגן אז ער איז נישט משנה קיין כל-שהוא פון פעטער ז"ל, ווייסט ער שוין וויפיל א כל-שהוא איז...
דעת תורה@בעריש, איך האב עטליכע פראגעלעך. דו זאגסט זייער קלאר אז אין אריזאנע שניידט מען שפעטער ווי אין לאנג איילענד. האט איר אמאל אריין געטראכט וואס איז טאקע די סיבה דערצו? פארוואס זאל מען נישט שניידן פריער און זיך שפארן דעם שומר? נאך עפעס, ווער האט קובע געווען דעם שיעור 13?
זייער פשוט ווייץ ווען ס'איז פייכט קען עס ווערן מעופש אדער אפילו מצמחות דורכאויס די יאר ווען ס'איז געסטארעדזש ממילא ווי שפעטער מ'שנייד דאס אלץ פראקטישער איז דאס, יעצט און א"י וואס עס רעגנט נישט זומער שנייד מען טאקע ווען ס'איז שוין טריקן טריקן.
דאהי היות עס רעגענט דאך יא זומער האט מען מען דאך נישט געהאט די לוקדזשערי דאס צי טאן האט אויסגעפעלט אראפצישטעלן א זמן ווען ס'איז שוין מער נישט צריך לקרקע וואס לויט די רבנים מעמידי הדת נאכן קריג איז דאס ביי די נידריגע צענדליגער נומערן
די ערשטע יאר און אריזאנע האט מען טאקע געשניטן ווי און א"י, און אויב די געדענקסט איז דאס געווען דער ערשטער ערעור פון אברהם לויפער מיט א מכתב פון רב ניימאן דאס אינטערצישטיצן אז מזאל נישט "משנה זיין" דער מנהג וואס איז דאהי אוועקגעשטעלט געווארן, דערויף האט מען טאקע אנגעהויב שניידן פריער אבער מען פראבירט צי גיין ביזן בארדער פונעם אוועקגעשטעלטען זמן.
איבער דיין פראגע פארוואס דא האט מען נישט געשטעלט שמירה איז זייער פשוט דא ווייסט מען נישט ביז א טאג צוויי וועלכע פעלד מען גייט שניידען, פון די צענדליגער מיילן ווייץ פעלדער וועלט מען אויס וועלכע סאיז די בעסטע ווי די הלכה פארלאנגט און דאס שנייד מען, ווידער און אריזאנע ווערט דאס שוין איינגעזייט פאר די בעקערייען דאהי.
איך קען בכלל נישט קיין אגריקולטור, אבער אויב עפעס זאגט סברא אז א נאטורליך געוואקסענע פעלד אין א נארמאלן קלימאט, וועט ענדערש ווערן געצייטיגט אויף איינמאל ווי א ארטיפישעל פעלד. דו זאגסט שוין 2 מאל איבער אז די סברא זאגט פארקערט, זיי עס מער מטעים.
מיז איך דאך קודם מסכים זיין אז דאס איז אן ארטעפישעל פעלד וואס איז א שקר גס און א טפשות ביינזאם (סארי)
אויף וויפיל איך האב גערעד מיט אידן וואס זענען געווען דארט איז דארט דא הינדערטער מיילן פון פעלדער מיט ממש כל מיני געוויקסען ביימער ווי תבואה און אזוי שרייבן אויך די רבנים און זייערע בריוון.
ווייץ ווערט אויסגעטריקנט דורעך די זון ווידער רעגן איז וואס ס'שיסט צירוק ארויף די נאמבער פון פייכקייט.
יעצט זאג די אליינס אריזאנע וואס ס'איז הייס נישט פארוואלקענט אפגערעד פון רעגן זאגט די סברה אז סווערט שנעלער געצייטיגט אדער נישט?
לויט ווי עס קוקט אויס, האט די קאלאראשע רב (וואס האט זיך שפעטער גערופן סקווירא רבי), ע'ה, געהאט אן iq פון בערך 12.
שמעקעדיגגאלד זאגסט פיין, אז נישט קען מען פון יעדע זאך מאכן א קפידא. סאטמאר רב איז קיינמאל נישט געפארן מיט אן עראפלאן (חוץ איינמאל סוף ימיו בלית ברירה), נישט גערעדט אויפן טעלעפאן, און נאך אנדערע זאכן, ווייל ער האט נישט געואלט קיין התחדשות.
אבער מצד שני האט ער געגרינדעט א צייטונג, געעפענט שולעס פאר מיידלעך, אויפגעטראכט א נייע סארט שטרימפ מיט סיעמס אן קיין שום מסורה, צום סוף זיך געלאזט איבעררעדן און געעפנט א כולל, געהייסן לערנען ענגליש אין זיינע מוסדות, א.א.וו.
זעהט אויס אז מען דארף נוצן שכל ווי איין און ווי אויס, און מען קען נישט זאגן אויף יעדן מנהג אז דאס איז א הוראה לדורות, חוץ אויב ס'איז א בפירוש'ע הלכה אדער אנגענומענע מנהג מדורי דורות.
ענינים וואס ער האט זיך געפירט און פריוואטען לעבן קומט דא בכלל נישט אריין אונעם שמועס
אפשר הייבט מען אן פארלאנגען זיין ציבור נישט צי שלאפן מער ווי צוויי/צוויי א האלב שעה א נאכט, אדער אויסטיילען יעדע פרוטה פאר צדקה און זיך נאך פאר'חוב'נען.
נאן סענס! דאס האט ער זיך אזוי געפירט פריוואט און האט דייקא נישט געוואלט מ'זאל אים נאכקאפירן.
מחדש זיין נייע זאכן וואס האט נישט קיין מסורה פונעם פריעדיגער דור איז א שמועס פאר זיך.
דא איז געווען די רעדע פון זאכן וואס האט יא נוהג געווען אמאל צי מ'מעג זיכען חומרות צי סהייסט אז מ'איז מערער אויף פריערדיגע אז זיי האבן עפעס נישט אזוי געטויגט.
דערויף איז דא א געמישט בילד פון איין זייט איז דאך ידוע אז ער האט אסאך משפר געווען ביי מקואות און מצה בעקעריי ווי סאיז געווען ביי זיינע עלטערן די חסידים זיינע זענען גאר פראוד דערמיט.
פון די אנדערע זייט איז אבער דא געניג און נאך סטעיטמענס ווען געוויסע האבן פארפירט אז ער וויל נישט זיין בעסער ווי זיינע עלטערן, אויפן מינוט קומט מיר במחשבה די מחיצה און ווייבער שול, אריינברענגען די כלה און ביהמ"ד ביי של"ש.