די צימצומים וואס הרה"ק מסקווער זצ"ל האט געהאט אין נישט משנה זיין איז געווען זייער גרויס. לדוגמא, אין סקווער פירט זיך די אדמו"ר אז ביים טיש מאכט ער א בורא פרי האדמה אויף די מייערן, אבער ער מאכט עס דוקא שטיל. פארוואס? ווייל די סקווערער רבי זצ"ל איז געווען אן איידעם אין בעלז, אין דארט פלעגט מען בכלל נישט מאכן אן עקסטערן ברכה בתוך הסעודה אויף מייערן, ממילא פלעגט ער מאכן די ברכה שטיל, אין היות ער איז זיך נוהג אז ער איז נישט משנה, איז ער שוןי געבליבן א גאנץ לעבן מאכן די ברכה שטיל. וכן נוהג בנו האדמו"ר אחריו, וכך יומשך המנהג עד ביאת גואל. נעבעך.
נאך א דוגמא. אין סקווער פירט זיך די אדמו"ר ובניו (די רויעל פעמילי) אז זיי טראגן נישט מיטן עירוב. פארוואס? ווייל ווען מ'האט געפענט די שטעטל איז די עירוב נישט געווען אויסגעהאלטן לויט די שיטת הרמב"ם, וואס האלט אז די צורת הפתח טאר נישט זיין מער ווי 10 אמות, וואס הגם מיר פסקנ'ן נישט ווי די רמב"ם, האט אבער די סקווערער רבי זצ"ל מחמת רוב קדושתו מחמיר געווען אין נישט געטראגן. שפעטער האט מען עס פארראכטן אזוי עס זאל זיין אויסגעהאלטן אויך לויטן שיטת הרמב"ם, אבער היות ער פירט זיך אז ער איז נישט משנה, איז ער געבליבן כל ימי חייו אין נישט געטראגן, וכן נוהג בנו האדמו"ר ובניו אחריו. נעבעך.
אין לגבי די ווייץ פון אריזאנע, האב איך געהערט פון א תלמיד חכם אחד, אז ער וואלט געראטן פאר ר' אהרנ'ן, אז ער איז דאך מודה אז אלע יארן האט ער פון די ווייץ געגעסן, אין דאך איז ארויסגעוואקסען אזא איש קדוש ווי ער, ממילא ענדערש צו בלייבן מיט די אלטע ווייץ, וואס אויף דעם איז מען שוין עקספיריענסט אז ער געט ארויס הייליגע יודן, ווי איידער אנצוהייבן מיט נייע ווייץ, וואס מ'ווייסט נאך נישט ווי אזוי עס וועט זיין אין דעם ענין.
המשך צו אונזער ארגינעלער נושא, "וואס מיינט משנה זיין"
די מימרא, "ביי אונז האט מען עס נישט געזעהן" האט אויך א שטארקע מיספארשטענדעניש, און עס ווערט זייער מיסבאניצט צוליב חוסר הבנה, ועודף שנאה,
א מנהג וואס האט נאר לויטער ערליכע און הייליגע מקור איז נישט שייך צו זאגן "ביי אונז האט מען עס נישט געזען" אוואדי האט מען עס נישט געזעהן, האט דען די רבי געקענט טאן ממש יעדער מנהג טוב וואסי דא אויף דער וועלט? א מענטש האט דאך נאר אזויפיל שעה אין טאג און ער וועהלט זיך אויס די מנהגים וואס ער שפירט א קשר און א הסתפקות, דאס מיינט נישט אז די אלע פילע מנהגים טובים בתפוצות ישרא' האט דער רבי חלילה ממאס געווען, למשל ווען א סאטמארע חסיד זינגט דער הייליגער ניגון קה אכסוף מר' אהרן הגדול ביים שבת טיש, טראץ וואס דער סאטמאר רבי האט פונקט נישט געזונגען דעם ניגון, היעלה על הדעת דאס האט אפי' דאס מינדעסטע שייכות מיט משנה זיין,
יעדער ערליכער איד וואס שפירט אז א געוויסע מנהג טוב מיט ערליכע מקורות ארבעט פאר איהם, ס'ברענגט איהם נענטער צו דביקות הבורא ס'הייבט זיין נפש, מוז ער זיכער טאן דער מנהג, און ער ווערט נישט ווייניגער סאטמאר מיט דעם,
נאר וואס דען, ווי געשמועסט, דער סאטמארער חסיד וואס האט נאך געקענט דעם סאטמארע רבי בחיים חייתו און געהאט א נונטע שייכות, ער שפירט א העכערקייט ווען עס ברענגט איהם ארויף אויפן זכרון זיין צורה און זיין באנעמונג, ממילא זוכט ער זיך צו מדבק זיין מיטן זיך פירן אויפן האר ווי דער רבי, איז ס'קיין שום עוולה, אדרבא אזוי דארף צו זיין,
אבער פאר די דורות הבאים וואס האבן נישט געקענט דעם רבי'ן, ביי זיי איז דער רבי ווי דער ר"ר אלימלך אדער ווי דער דברי חיים, דהיינו טאקע גרויסע צדיקים אבער עס פעלט די "נאסטאלאגיע" חלק, ממילא אז ס'פעלט די נאסטאלאגיע חלק איז נאטורליך ביי א זיי איינעם וועט נישט אזוי ווירקן פאר זיין נשמה דאס קאפיערן ממש יעדער ריר וואס דער רבי האט געטאן,
שיח ושיגאין לגבי די ווייץ פון אריזאנע, האב איך געהערט פון א תלמיד חכם אחד, אז ער וואלט געראטן פאר ר' אהרנ'ן, אז ער איז דאך מודה אז אלע יארן האט ער פון די ווייץ געגעסן, אין דאך איז ארויסגעוואקסען אזא איש קדוש ווי ער, ממילא ענדערש צו בלייבן מיט די אלטע ווייץ, וואס אויף דעם איז מען שוין עקספיריענסט אז ער געט ארויס הייליגע יודן, ווי איידער אנצוהייבן מיט נייע ווייץ, וואס מ'ווייסט נאך נישט ווי אזוי עס וועט זיין אין דעם ענין.
לאידוך גיסא קען איך גרויסע בעלי עבירה וואס זענען אויסגעוואקסען פון דע אלטע ווייץ, אלא מאי. דאס האט גארנישט מיט דע ווייץ. מעוואקסט נישט אויס פין דע ווייץ א צדיק אדער חלילה פאקערט, אזא ווארט זאגט א ת"ח אחד שאין בו דעת וואס נבילה טובה הימנו
שיח ושיגדי צימצומים וואס הרה"ק מסקווער זצ"ל האט געהאט אין נישט משנה זיין איז געווען זייער גרויס. לדוגמא, אין סקווער פירט זיך די אדמו"ר אז ביים טיש מאכט ער א בורא פרי האדמה אויף די מייערן, אבער ער מאכט עס דוקא שטיל. פארוואס? ווייל די סקווערער רבי זצ"ל איז געווען אן איידעם אין בעלז, אין דארט פלעגט מען בכלל נישט מאכן אן עקסטערן ברכה בתוך הסעודה אויף מייערן, ממילא פלעגט ער מאכן די ברכה שטיל, אין היות ער איז זיך נוהג אז ער איז נישט משנה, איז ער שוןי געבליבן א גאנץ לעבן מאכן די ברכה שטיל. וכן נוהג בנו האדמו"ר אחריו, וכך יומשך המנהג עד ביאת גואל. נעבעך.
נאך א דוגמא. אין סקווער פירט זיך די אדמו"ר ובניו (די רויעל פעמילי) אז זיי טראגן נישט מיטן עירוב. פארוואס? ווייל ווען מ'האט געפענט די שטעטל איז די עירוב נישט געווען אויסגעהאלטן לויט די שיטת הרמב"ם, וואס האלט אז די צורת הפתח טאר נישט זיין מער ווי 10 אמות, וואס הגם מיר פסקנ'ן נישט ווי די רמב"ם, האט אבער די סקווערער רבי זצ"ל מחמת רוב קדושתו מחמיר געווען אין נישט געטראגן. שפעטער האט מען עס פארראכטן אזוי עס זאל זיין אויסגעהאלטן אויך לויטן שיטת הרמב"ם, אבער היות ער פירט זיך אז ער איז נישט משנה, איז ער געבליבן כל ימי חייו אין נישט געטראגן, וכן נוהג בנו האדמו"ר ובניו אחריו. נעבעך.
אינטרעסאנט. אז דעם מנהג קדום פון סקווער לגבי נישט רודפ'ן וועם ס'דאכט זיך אז ער גייט נישט אין שפאן. דאס האט מען נישט אנגענומען. אבער ס'העיסט דאך אז די רבי וועיסט נישט. נו אז ער וועיסט נישט איז ער דאך פטור. אעפ"כ. איך פערזענליך וויל האבן א רבי וואס וועיסט יא וואס טוצעך אין שטעיטל. נישט א רעבע וואס וועיסט נישט.
elter-zeideשיח ושיגאין לגבי די ווייץ פון אריזאנע, האב איך געהערט פון א תלמיד חכם אחד, אז ער וואלט געראטן פאר ר' אהרנ'ן, אז ער איז דאך מודה אז אלע יארן האט ער פון די ווייץ געגעסן, אין דאך איז ארויסגעוואקסען אזא איש קדוש ווי ער, ממילא ענדערש צו בלייבן מיט די אלטע ווייץ, וואס אויף דעם איז מען שוין עקספיריענסט אז ער געט ארויס הייליגע יודן, ווי איידער אנצוהייבן מיט נייע ווייץ, וואס מ'ווייסט נאך נישט ווי אזוי עס וועט זיין אין דעם ענין.
לאידוך גיסא קען איך גרויסע בעלי עבירה וואס זענען אויסגעוואקסען פון דע אלטע ווייץ, אלא מאי. דאס האט גארנישט מיט דע ווייץ. מעוואקסט נישט אויס פין דע ווייץ א צדיק אדער חלילה פאקערט, אזא ווארט זאגט א ת"ח אחד שאין בו דעת וואס נבילה טובה הימנו
איך וויל בעיטן (אויב מ'קען) דעם עלטער זיידן זאל געזונט זיין צו לאנגע יאהרן אז ער זאלל זיך בארואיגן. דער אריגינאלער בעל המימרא האט אויכעט נאר געמיינט א וויץ. דזשאוק, בלע"ז.