☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » וחרב הוצאת מתערה: מלמד דרדקי פון באבוב הרב שלום גרינפעלד ז"ל

וחרב הוצאת מתערה: מלמד דרדקי פון באבוב הרב שלום גרינפעלד ז"ל

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3607

אביגדור » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:11 am

· #109709
וחרב הוצאת מתערה: מלמד דרדקי פון באבוב הרב שלום גרינפעלד ז"ל
ברוך דיין האמת.

אביגדור » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:16 am

· #109723
[ציטאט אראפגענומען]


פרעג ארום.

טעפל » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:27 am

· #109746
אוי וויי געוואלד, כ'האב גוט געקענט דעם איד פון באבוב, והחי יתן אל לבו..

חייםהערש » מאנטאג אפריל 29, 2013 2:26 pm

· #109851
ברוך דיין אמת!!!
לויטן בילד מיין איך אז ער איז מיר באקאנט

ביי וועם איז ער געווען א איידעם?

משה רוקח » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:38 am

· #110065
בד"ה!
איך בין געוועהן ביים לוי' און ווען דער זון הערש מענדל האט גערעדט, איז ממש נישט געוועהן קיין טרוקן אויג אויף די גאנצע גאס!
ס'איז ממש פחדים ווי די שענסטע און בעסטע ווערן נעבעך אוועקגעריסן אזוי אינג און פלוצלינג.
זאל די נשמה האבן אן עלי' און בעטן פאר אונז אלע.
-------
אזויווי אסאך אידן וואס האבן אים געקענט דרייען זיך דא, אפשר קען מען פארציילן פון די גוטע מעשי חסד פונעם נפטר אז מען זאל קענען איבערפארציילן ביים גיין מנחם אבל זיין.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 9:07 am

· #110621
זייער שיין געשריבן דעם איד האב איך נישט געקענט.
איך האב יא געקענט א באבובע מלמד, נאך אין יאר, ר' משה יוסף ראזענבערג ע"ה. א טייערע איד.

בנוגע דעם "טיש" וואס אנדערע האבן זיך ארויפגעכאפט, על אף ס'נישט קיין שמועס אין דעם אשכול ווי א יחיד ווערט נספד כהלכה, פארשטיי אבער אז ס'איז דיין שולד.
דו ערוועינטס דעם טיש-גיין אין די שורה פון זיינע מעלות, קען איך אפשר פארשטיין וואו קומט דאס אריין דא?
איז דאס א מעלה אויף א חסיד (באבובער בפרט) אז ער גייט צום טיש?

אביגדור » מיטוואך מאי 1, 2013 9:29 am

· #110630
אדרבה.

אביגדור » מיטוואך מאי 1, 2013 9:35 am

· #110634
משה רוקח
בד"ה!

אזויווי אסאך אידן וואס האבן אים געקענט דרייען זיך דא, אפשר קען מען פארציילן פון די גוטע מעשי חסד פונעם נפטר אז מען זאל קענען איבערפארציילן ביים גיין מנחם אבל זיין.

אדרבה.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 9:37 am

· #110635
איך הער. אבער איך פערזענדליך האלט אנדערשט:

ביי אונז איז געוועהן א מעלה אויף א איד אז ער גייט בדרך השו"ע. א דורכגעווייקטע שו"ע איד לייגט זיך אין בעט פרייטאג צו נאכטס כדרך כל הארץ (וד"ל). אז א איד שטייט אויף פרי, ער גייט ארויס פון שטוב, און ער לערנט תורה אין די פריע פארטאגס שטונדען, אזא איד איז פארעכענט אלס א 'עובד'. ער ליגט נישט אין בעט ביז 10 אזייגער אינדערפרי, ער גייט דינט דעם באשעפער מיט א טעם שבת.


כ'מיין חלילה נישט צו פארדרייען דעם אשכול. נאר אז מ'רעדט שוין בענין טישים..

אביגדור » מיטוואך מאי 1, 2013 9:43 am

· #110637
קאווע טרינקער

איך הער. אבער איך פערזענדליך האלט אנדערשט:


ראשיכם לשבטיכם כל איש ישראל.

משה רוקח » מיטוואך מאי 1, 2013 10:01 am

· #110646
קוקסטו עס נישט אהן אינטרעסאנט אז שוין דריי מלמדים פון אינגע קינדער אין באבוב (ר' פסח גאלדבערג, ר' ??? פעפערקארן און ר' שלום גרינפעלד) וואס אלע דריי האבן געהאט א באנגעלוי אין מחנה זכרון צבי דוד אין די נייע חלק ממש איינס נעבן צווייטן, זענען אלע נפטר געווארן אינג און פלוצלינג?

אביגדור » מיטוואך מאי 1, 2013 10:06 am

· #110652
עפ"ל.

משה רוקח » מיטוואך מאי 1, 2013 10:36 am

· #110669
וואס דארט איז געוועהן, ווייס איך נישט.
אבער אינטרעסאנט און סקערי איז עס זיכער.

atmybest » מיטוואך מאי 1, 2013 11:11 am

· #110687
רבי פסח איז אוועק ווי לאנג צוריק? תשס'ה אדער ס'ו?

יאסעלע » מיטוואך מאי 1, 2013 5:52 pm

· #110846
איך האב געליינט מיט אינטערעס אייער באשרייבונג וועגן הרב שלום גרינפעלד ז"ל. איר האט אים זייער שיין באשריבן אבער מיט עטליכע איינצלהייטן נישט ריכטיג.

ער האט קיינמאל נישט געליטן פון קיין הארץ אטאקע, נישט קיין הויך בלוט-דרוק, נישט קיין הויך קאלעסטעראל און נישט פון אן אנעריזם אדער אנדערע אויסגעטראכטע קרענק וואס מענטשן האבן שוין צוגעלייגט.

די מעשה איז געווען אז נאכ'ן ל"ג בעומר טיש האט ער זיך געלייגט שלאפן ביינאכט ווי אנדערע מענטשן. עטליכע מינוט דארויף האט ער געפילט ווי ער ווערט דערווארגן און האט אנגעהויבן שטארק הוסטן. זיין ווייב האט באמערקט אז פלוצלונג זעט ער אויס שרעקליך און האט שוין גערופן הצלה. ער איז שוין געווען מער אויף יענע וועלט ווען די הצלה זענען געקומען אבער דאך האבן זיי פרובירט צו טון אלעס וואס זיי קענען און דאן אים גלייך געפירט אין שפיטאל אפשר פארט וועלן דאקטורים אים קענען ראטעווען. די דיאגנאזע און רייד פון דאקטורים פון וואס ער איז נפטר געווארן איז געווען: " דער אמת איז אז ס'איז פשוט געווען דער מלאך המות וואס האט אים זיין נשמה גענומען, ס'איז נישט דא קיין מעדיקל טורמינאלגי דארויף." ממש די ווערטער האבן זיין געזאגט.

ר' שלום איז געווען א כתה א' מלמד ניין און צוואנציג יאר. אויך איז ער געווען א מלמד אין וויזניצער חדר אויף 43 גאס.

3 יונגלעך און 1 מיידל זענען נאך געבליבן אין שטוב.


ר' ישעי' מאנהייט ז"ל.


זאל ער, הרב שלום ז"ל, זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל.

בעל הבית » מיטוואך מאי 1, 2013 6:07 pm

· #110854
געהערט אמאל א מעשה אז איינע פין די ערשטע שפעטע זומער וואכן, וואס מהרב"צ מבאבוב שליט"א איז געווארן רבי,

איז פלוצלונג געקומען צו גיין הרה"ח די באקאנטע קריגס יוד ר משה א. {מחבר נגונים יודיש) צום טיש, עס איז געווען גיט שפעט האט עם איינער געפרעגט ר משה וואס טוט איר דא?

האט ער גענפערט ער האט זיך געלייגט נאכן סעודה שלאפן כרגיל, מיטן חלומט ער ווי מהר"ש מבאבוב זאגט עם ר משה מיין זון פירט טיש אין איר שלאפט ?

איז ער ארוס פין בעט אין גענגען צום טיש, ווער עס קען ר משה וועט פארשטיין

אביגדור » מיטוואך מאי 1, 2013 9:08 pm

· #110926
שכויח.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 1, 2013 9:12 pm

· #110927
יעדע לייק איז א קאמפלימענט, און ס'מאנגלט אייך נישט קיין לייקס.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 3, 2013 11:22 am

· #111574
מיין ביהמ"ד האט שוין היינט ביי שחרית געהאט דעם ********* בלעטעל "מבאר רבותינו" (עיי"ש אז די גמ"ח לוי יצחק, פאר פארטעבעל היטטערס אין בתוקפו אויך אין די הייסע זוממער טעג). עכ"פ, די וואך ברענגט ער צוזאם מפי זקנים ונערים איבער די מעלות פון אויפשטיין פרי שבת, און האקן בלעטער גמרא.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 4, 2013 10:19 pm

· #111712
א שאד, כ'האב נישט געדענקט לעצטע וואך וועלכע סדרה ס'גייט. קען זיין ווייל שני וחמישי האט מען געלייינט בהר, נישט בחקותי.
עכ"פ, רש"י זאגט, ונתתי גשמיכם בעתם, בלילי שבתות, ווייל דענסמאל גייען אידן - וואס זענען "אם בחקותי תלכו'דיג - נישט אויף די גאס. א ראיה אז די טישען איז נאר געמאכט כשאין עושין רצונו של מקום.
--
מהדורה שניה.
איך רעד (שעלט) שוין וועגן דעם דא

אברמי פון בארא פארק » זונטאג מאי 5, 2013 12:18 am

· #111746
קאווע טרינקער
זייער שיין געשריבן. דעם איד האב איך נישט געקענט.
איך האב יא געקענט א באבובע מלמד, נאך אין יאר, ר' משה יוסף ראזענבערג ע"ה. א טייערע איד.

בנוגע דעם "טיש" וואס אנדערע האבן זיך ארויפגעכאפט, על אף ס'נישט קיין שמועס אין דעם אשכול ווי א יחיד ווערט נספד כהלכה, פארשטיי אבער אז ס'איז דיין שולד.
דו ערוועינטס דעם טיש-גיין אין די שורה פון זיינע מעלות, קען איך אפשר פארשטיין וואו קומט דאס אריין דא?
איז דאס א מעלה אויף א חסיד (באבובער בפרט) אז ער גייט צום טיש?

וואס ר' משה יוסף ראזענבערג איז אוועק? כהאב גארנישט געהערט! ער איז געווען מיין כיתה ג מלמד
און על פי חשבון איז ער געווען א גאר יונגער מענטש. ווען איז עס געשען?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 5, 2013 2:39 am

· #111822
געווען ל"ע חולה א יאר צוויי.
ביסט דאך פון בארא פארק, נו זיי אזוי גוט און נעם א טייל אין די מסיבה לתמיכת משפחתו באולם מחזיקי, יום א נשא.

אביגדור » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:06 pm

· #113424
פאר ווער ס'אינטרעסירט, אינעם "איד" פון די וואך, פרשת במדבר, איז דא אינעם "קהילות" אפטיילונג זייט 66 א לענגערע און הערליכע ארטיקל איבער ר' שלום'ן.

תנצב"ה.

זר זהב » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:12 pm

· #114025
יא אינטערעסאנט ס'האט מיר געווינדערט צי איז ער נפטר געווארן 2 מאל?... שוין געווען איין באשרייבונג פרשת בחוקותי, אבער די וואכעדיגע איז טאקע שענער. כאנאך קיינמאל נישט געזען איינער זאל באקומען 2 באשרייבונגען.