דאס פאבריצירן נייע אידישע ווערטער אויף ק"ש סומאטוכע.
רבותם! ב"ה מיר זענען (מער ווייניגער) פטור געווארן פון די פארפיינטע וד"ל'ן, ווער עס פארשטייט פארשטייט, ואכמ"ל, והמסתעף וכו. אבער אזוי אומבאמערקטערהייט שלענגט זיך אריין א נייע מינע אנשיקעניש ,נעמליך דאס פאבריצירן נייע אידישע ווערטער.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט 'עלאבארירן' ,נא מען דארף נישט זיין קיין גרויסע ענגליש פראפעסאר צו כאפן אז עס מיינט צו עלעבראעיטן, א צווייטער שרייבט 'טערמינען און קאנדיציעס' מילא טערמינען איז שוין א אידישע ווארט אבער קאנדיציעס? כ'מיין וואס פארא אנשיקעניש איז דאס? אדער שרייב אין ענגליש אדער שרייב ווי דער זיידע האט געשריבן טערמינען און קאנדישאנס.
ועוד כמה וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן רגע, אבער פליז הערטס שוין אויף דערמיט בעפאר ק"ש הייבט אן אויסצוזעהן ווי א באמאכטע אידישיסטן בלאג.